Skip to main content

Full text of "Sovetish Heymland 1967 1"

See other formats


6 עס 2118016ש2 1101סטק 806נח העז 161121הנת פום 1 


000021000? 016019ז 116111296 


אי 08 


נמסס. 16ט14טס-04100190)ס1םו 
הוז0ס.6ז11גוס-0ו5ו100ע//:פקןזזח 


000081100 60/5{סז? 14496ז116 106 0) 


זסן ע|51101 סחזוחס 1060ץסזט 18 101זסזסחז 115 
זס 10חז80006 ,1ס1סזסחזחזסס זסי? .ץ/חס 56ט |סחספזסקן 
0וס1011 406 04 פט 0001004 16056ט ,96ט ז0106 עחם 

:6009 11סחזס 


נמסס. 16ט14טס-04100190)ס?םו 


)0 106 116111296 21016045 ?000021100 


0 = 


לארט 
אונאא 


לייענט אין צווייטן נומעף 
,סאַוועטיש היימלאנדי" 


אונדזערע פּובליקאציעס: דער ניסטער -- -ננאָכװאָרט און 
פאַרוואָרט*. 


די פאָרזעצונג פון כאיִם מעלאמודס ראָמאן , יונגע יאָרן". 

פון דער סעריע ;אַנהייבער פון דער סאַוועטישער ייִדישער 
ליטעראטור": שמועל גאָדינער -- .דער ערשטער שאָס". 

דערציילונגען פון הענריך האָפמאן, כאנע לעוין, מאָזי קאָב- 
ריאנסקי, יעכיִעל שרײַבמאן. 

לידער-ציקלען פון מאָטל גרוביאן, אװראָם קאצעו, פּיניע 
קיריטשאנסקי, הירש רעלעס, יויסעף געגערמאן. 


אן ארטיקל פון ארן װערגעליס -- ,מיט װאָס איז לעבעדיק די 
ייִדישע ליטעראטור". 7 

אן ארטיקל פונעם קונסט-פאָרשער פ. זשאָלטאָווסקי --- . דענקמעלער 
פון דער ייִדישער קונסט". 


די שטענדיקע רובריקעס: ,בלעטערנדיק זשורנאלן און צײַטונגען", 
;פארשיידנס", ;נאָטיצן פון א בוקיניסט", ,די ייִדישע פּרעסע 
מיט 50 יאָר צוריק" אא. 


(!08/8? 008810888) תוּזההאוהפז װוװז088ס 


הוק ץאג 60786114812א2סתעא-סווקצדהקסזוות. הנפאנתססזאסאנם 
2 16760גסוות 6001034 זוגזקס 
(438166 680600802 68) 
),), 3221 גס'ז 
עמת6ד2סווח 400867081 80780ת1132216 


-620זק86 .1/ קסזאג2סק /12881:8 
,סמקץה. 1109 , (מק8דסקאסס 0186707861:1) 168 .2 ,מקםזווס'ז .ג/ ,זיאמּסאעקסט .11 :הגסתתסא062 


.4028 .0 ,2אאותג0 .וז | 1686 1 ,וסק .? ,2268 .11 וצאפּסקסשס יז ,קסתתאות .8 


.17 ,162082 .תץ ,קזװ116 ,2100882 :482קצאג אא8תסק ססקת2 
9 }16 -- טקגזסקאסס /186101868801ס ;8:27-91 8 -- קסזאגתסק 280:2תז :ומאסשסתס1 
.3:96:07 8 -- אאווזעקא 0126 :8:49:42 8 -- 334סת 11 זמבּסקת זמחס2דס 
ק6אס10 4 א קסדסץזן 21 :הװטאגתסק .אאסז } .מדססאנסתץא 
44 03086קת .ת א אאאפהסקדס .2 אקסזאסקקסן 


.אאהסתא8 532 .ת .אצם .(10)1370 .ת .1165 70241081/26 דפאקסס .ז 1966 17/411 אזפטסת א סאפסאההסת 
.2060 38823 .חסא 50 11648 


אסקהשפקזאהסחפּהת! 7 פֹאן אא86קזסהאד ההאסמסאססות 
2 מסקזסואון!/ 008616 אקת אזהטסה סת 8דסדאסא 
.13 ,688082 48 .1162 


= א 


הוט 


ליטעראר'ש-קינסטלערישע 
כוידעש-זשורנאר 


שטייט 
: וויימלאנד 


= 
0 / ור 


אאינ= לט 


גײַיאָר-באגריסונג 1 

מאָרדכע אװ ישאר2 שאַלעםדבאלאדע יע 

כאיִם מעלאמוד. ינגע יאָרן (ראָמאן. ערשטער טײל. 
צייכענונגען יו. קופערמאן טס ס' 2 

פון דער רוסישער סאָוועטישער דיכטונג, יאראָס: 
לאװ סמ עליאקאָװ. מאָנאָלאָג פון א רוס. -- ריכארד 
זאָרגע. -- ,אוב איך װעל קראנק װערן...* -- אנא אכמא- 
טאָוא. -- די יעלן באם מאָסקװער קרעמל (לידער) 

ז. װענדראָפן --- 90 יאָר. 

ז. װענדראָף. מיסטער קעיפװיצעס טרוימען (דערציילונג) 

מוישע נאָטאָװיטש. יוגנט -- זײַן אויצער 


כאָנע װײַנעדמאן. צען סאָנעטן + + . . 

יויס עף בורג. צוריק אהײים (דערציילונג) 

מענדל ליפ שיץ. די גאנצע װעלט כ'האָב ליב (לידער) . 

מײער יעלין פרידריך ניטשעס קאָרבן. -- דער באנדאזש 
אונטער דער קני (דערציילונגען) : 

זאלמען קאהאן. װײַסע נעכט (דערציילונג) . 

יאנקל עלקיס. א װאָרט. -- װאָס דראָעט דעם פּאָעט. -- 
אונטערוועגנס (לידער) אי 

סימכע װילענסקי. א טאָפּן טי (לידער) 


טריבונע פון לעבן 
מאָטל גרוביאן. א שטאָט בא דער װאָלגע . 
ליובע װאסערמאןן. מײַנע פרײַנט, מײַנע שכײנים. 
ליטעראטור און קונסט 


יאנקל יאקיר. דער פּאָרטרעט פון א דיכטער (צו מאָטל 
סאקציעהס 160טן געבורטסטאָג) * * + + + + . . 

0ס-טער יאָרצײַט פון מענדעלע מויכער -ספאָרים. 

הילעל אלעקסאנדראָװ. פון יִסראָעל צינבערגס אר- 
כיוו. . צינבערג װעגן ,דעם קליינעם מענטשעלע". . . 


הירש ב לאָשטײן. אײניקע באמערקונגען װעגן אונדזער 


היכטונג. 00 2 , 0 5 
,;סאָװועטיש היימלאנד" טגעננט זיך מיט די לײיענער לגעה 
טשערנאָװיץ) 


1 קוגסטלעק, באָריס ! להקה כב אקסעלראָד 
דער ארבעט. טאטיאנא גוריעװא. פרישקײַט און 
יט 7 8 ס אט שש 
קאָמענטארן פון רעדאקציע. השפיפן הי ש.-י, גס 
שאפונג. -- סענטימענטאלע שורעס װעגן א נײַעם ייִדישן 
זשווגאל . . ט 
פאעשמקנס. 042 : / 4.. 142 
מ ראָזנהויז. ,אף אלע טעג פ: א הי יאָר" (רעצענזיע) 
בלעטערנדיק זשורנאלן און צײַטונגען . : 
לײיענער שרײַבן אונדן + * . . : א 
די ייִדישע פרעסע מיט פופציק יאָר = וט געשהיבן 
נאָטוצן פון א יַדישן בוקיניסט. + + . . . 
פמשה יס 0 ס6ס.ס 0 ס"סיט ‏ יט יה 
נאָטיצן אפן קאלענדאר. + + + + . 


ס 0 0 


,156 ,46 . 


זײַט 


113 
114 


115 
119 


124 


הויפּט-רעדאקטאַר 
א. ווערגעליס. 
רעדקאָלעגיע: 
ה. אַשעראַװיטש, אי. באַרור 
כאַװוויטש, א. גאַנטאר, מ. טייף, 
נאָטע לוריע, מ. לעװ 
(פאראנטװואָרטלעכער סעקרעטאר,, 


ב. מילער, 
י האב ה הוהי 


(טר= 


י. פאליקמאף, 


טײַערע לײענער! 


ווען דער דאָזיקער נומער ,סאָװעטיש היימלאנד" װעט קומען 
צו אײַך אין שטוב, װעט דאָס נײַע, 1967 יאָר שוין אלט זײַן 
עטלעכע טעג, די ווינטשעוואניעס באם נײַיאָר-טיש װעלן שױן 
האלטן אין מעקוּיעם װערן, --- און דאָך אײַלט ,סאָװעטיש הײימ- 
לאנדיי אײַך איבערצוגעבן אויך זײַנע װוּנטשן און צו באגריסן 
אײַך מיט אָט דעם יאָר-בײַט, װאָס איז פאָרגעקומען בא דער שײַן 
פון די יאָמטעוו-ליכט פונעם פופציקסטן אָקטיאָבער. 

א האלבער יאָרהונדערט סאָוועטנמאכט --- װאָס קאָן זײַן שע- 
נער פון אזא פרײַהײַטס-יובילײי? אין גאנג פון 1967 יאָר װעט אין 
אלע ווינקעלעך פון דער ערד קלינגען א לויב דעם דאָזיקן האלבן 
יאָרהונדערט. ס'איז פריידיק צו וויסן, אז אונדזער פופציקיאָרי- 
קײַט איז דער סימבאָל פון אן עפּאָכע -- א יונגער לויט די קוי- 
כעס און א רײַפער לױט דער אָנגעזאמלטער היסטאָרישער 
דערפארונג. 

די סאָוועטישע פילנאציאָנאלע ליטעראטור, אײַנגעשלאָסן די 
ייִדישע, קומט צום גרויסן יאָמטעװו אין סאמע בלי פון איר שע- 


מיר באגריסן 
אײַך מיטן 
נײַ-יאָר! 


פעריש לעבן. אן איידעס דערפון װועט זײַן דער פאָרשטייענדיקער 
פערטער אלפארבאנדישער שרײַבער-צוזאמענפאָר, װאָס װעט 
דורכדעמאָנסטרירן די דערגרייכונגען פון די ליטעראטורן פון די 
סאָוועטישע פעלקער. די ייִדישע סאָוועטישע ליטעראטור, וועלכע 
האָט באקומען א נײַעם טיקן זינט דער עקזיסטענץ פון ,סאָוועטיש 
היימלאנד", האָט אויך איר בײַטראָג אין די הערגרייכונגען פון 
דער ליטעראטור פון דער אָקטיאבער-עפּאָכע. 

טײַערע לייענער! 

דער זשורנאל ,סאָװועטיש היימלאנד" איז ארײַנגעטראָטן אין 
זײַן זיבעטן יאָרגאנג אונטערן צייכן פון די צויי היסטאָרישע 
דאטעס: פופציק יאָר סאָוועטנמאכט און הונדערט יאָר, זינט עס 
איז געבוירן געװאָרן וולאדימיר איליטש לענין. דער שעפעריש- 
אויסגעוואקסענער קאָלעקטיוו סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער װעט 
צום האיאָריקן אָקטיאבער-יוביליי אָן שום סאָפעק קומען מיט 
נײַע ווערק וועגן דער גרױיסקײַט פון אונדזער צײַט. 

מיר גיבן איבער אונהזערע לײענער די סאמע הארציקסטע 
נײַיאָר-װוּנטשן. 


מאַרדכע אװײשאול 


שאָלעם-באלאדע 


(בריוו פון אן אמעריקאנער סאַלדאט פון וויעטנאם קיין קאליפאַרניע 
אין דער שטאַט רעדװוּד, װוּ מע פּראַדוצירט נאפאלם) 


1 


שוועסטער טײַערע, װי א פארשװוּנדענע כמארע 
פארגעסן געװאָרן איז דזשאָנסאָן, מאקנאמארע. 
מע געדענקט שוין קוים דעם צירק פון 
האָנאָלולו... 
דו שרײַבסט, אז אין טעקסאס הוליען גאנצע 
נעכט די אויליי-ליגדולע. 
און מיר? דאָ אין זומפּ. מיר באָמבירן, שענדן, 
גייען אף געיעג און דעם שאָלעם מיט קריג 
פארלענדן. 


דו פרעגסט, מײַן טײַערע: אף וועמענס זײַט 
געפינט זיך די ארמיי פון גאָט? 
דערװײַל איז עס ניט קיין סאָד; 
דער פּרעזידענט איז שטארק, װי א דעמב, און 
שלאנק. 
שאָלעם איז דעם פרעזידענט דזשאָנסאָנס 
פארלאנג. 


2 


דײַן זיס קאָל אין ראדיאָ 
האָט געצערטלט, שוועסטער, מײַן געהער. 
כ'האָב געפרעגט דעם גאלעך, האָט ער 
געענטפערט: 
,אוואדע, טשארלי!* ניט װײיניקער און ניט 
מער... 
האָב איך מיט פארביטערונג געטאָן אים א פרעג: 
;און אין גאָטס ארמיי װאָס איז פון באָמבעס 
דער צװועק? 
איך פארשטיי ניט, פאָטער, אין די עמונע-זאכן". 
;אוואדע! --- געברומט האָט ער בייז. -- 
דער איקער --- ווען פון שלאָף וועסט דערוואכן, 
און אויכעט אין כאָלעם, זאָלסט טראכטן בלויז 
איין געדאנק: 
שאָלעם איז דעם פרעזידענט דזשאָנסאָנס 
פארלאנג...י 


3 


וי אין אן אָרגל, שוועסטער, 

ברומט אין מיר דײַן זיס קאָל, 

כ'האָב דערציילט דעם גאלעך וועגן רעדווּד, 
אונדזער שטאָט, 

װאָס קלויסטערס פארמאָגט זי פערציק אין צאָל 

און פון נאפּאלם א זאװאָד. 


,אוואדע... --- צוגעזונגען האָט ער. -- אין 
רעדווּד 

איז מען מיספאלעל פאר יעדן זעלנערס פארגאָסן 
בלוט". 


,;און די װעלן לעבעדיק װערן, די, װאָס דער 
פלאם האָט פארברענט?" 
,אוואדע, -- געפאסקנט, --- לײַטערן טוט דאָס 
פײַער 
דעם אזיאטישן קאָנטינענט. 
דערפאר מ'האָט געשיקט אײַך אהער, באפרײַער: 
שאָלעם פארלאנגט דזשאָנסאָן דער פרעזידענט..." 


4 
דײַן בריוו האָט א לינדערונג הײַנט מיר 
געבראכט, 
װוי א ווינטל -- דערפרישונג נאָך שרעקלעכער 
שלאכט. 


דער מויעך איז פוסט. אָן ליבע, אָן האס. 
אין אָװונט --- וויסקי. די פיס ניט טראָגן. 
אין האלדז שמארצט דער רייעך פון גאז, 
צום ברעכן מיך טוט ארופשלאָגן. 
און אָט איז דײַן בריוול, דײַן ריינער געדאנק... 
,אוואדע! --- האָט געבילט דער גאלעך, 
װײַל מאשקע ז'געווען אין זײַן מאָגן. -- 
שאָלעם איז דעם פּרעזידענט דזשאָנסאָנס 
פארלאנג!" 


אין אָט זי טעג, װען די גאנצע װעלט איז דערשיטערט פון זי בלוטיקע רעציכעס פון די אמעריקאנער 
אגרעסאָרן אין װיעטנאם, פארעפנטלעכן מיר זי אַקאָרשט דערשינענע ;שאַלעםיבאלאדע* פון דעם ייַסראָעלדיקן 
דיכטער מאָרדכע אװוי'שאול אין דער איבערזעצונג פון דעם סאָװעטישן דיכטער מאָטל סאקציִער. 


4 


5 


געסרײַע, 
דער ענטפער דאָס מאָל זיך פארהייַעט. 
דערשיטערט געווען נאָך דעם אומגליק איך בין. 
דער אָרעמער דזשאָני האָט טאָפּלט פארזוכט 
דעם רעדװוּדער סאם-האמאָוועס. 
זײַן געביין ליגט שוין אין אָרן פון אליומין. 
,אונדזערער א יאט! -- האָט געצאָרנט דער 
גאלעך ניט אף קאטאָוועס.--- 
און אויב אלע כאלופעס וועלן אוועק מיטן פלאם, 
און דאָס בלוט װעט אופזידן אין די טײַכן פון 
וויעטנאם, 
וי דאָס בלוט פונעם נויצרי, װעלן אונדזערע 
יאם-לײַט 
געשטרויכלט ניט ווערן אין גאנג. 
שאָלעם איז דעם פּרעזידענט דזשאָנטאָנס 
פארלאנו!" 


6 


א דערמאָנונג כ'פארמאָג. 
װוי ליב געהאט דזשאָני האָט מיך אין אָט יענעם 
טאָג... 
איין רעגע, איידער דאָס היי אָנגעצונדן מע האָט, 
און אויך די באמבוקענע קופעס-- 
דאָס צינדערל צו מײַן ציגאר צוגעטראָגן מיט 
פלײַס. 
איין רעגע. געװאָרן עס זײַנען א הויפן אש די 
כאלופּעס. 
;װאָס איז דיר? -- געשעפּטשעט האָט 
דזשאָני. --- װי קאלך ביסטו װײַס. 
כאלופעס --- וי נאָרעס... דאָס לעבן בא אָט די 
קלאָווים איז פּויזנד... 
װאָס מאכט עס אויס, צי זיי לעבן א יאָר אָדער 


טויזנט? 

א גלענצנד ביזנעס -- וויעטנאם. װאָלסטריט מיט 
דעם טרעפט. 

מיר לייגן ארײַן אונדזערע קינדער אין אָט דעם 
געשעפט". 


אזוי האָט געפּלאפּלט דזשאָני, און ס'האָט זיך 
געטראָגן א הילכיקער קלאנג: 

,שאָלעם איז דעם פּרעזידענט דזשאָנסאָנס 
פארלאנג"... 


7 


הער אויס, שוועסטער, אצינד 

די מײַסע מיט מײַקן, װאָס האָט לויב פארדינט. 
דער קאפּיטאן האָט ארויסגעהיקעט: ;הערט! 

א כליפּען אין יענער כאלופּע... געשװוינדער! 
שפּרינגט ארײַן אין רויך! ניט געקלערט!ּ" 


מיר זײַנען ארײַן. פארקוילטע פיר קינדער. 
א זקיינע ליגט טויט. לעם איר אף דער ערד 
א מיידעלע ליגט. זי אָטעמט נאָך שווער. 
די קליינע קאָמוניסטקע האָט אויסגעצאנקט אף 
מײַקס שויס, 
באם דונער פון באָמבעס איר נעשאָמעלע איז 
ארויס... 
און מײַק האָט זיך צעיאָמערט מיט צאָרן: 
,אירע אויגן דימענט-בלענד... 
דאָס איז די פּרײַז פאר שאָלעם פון דזשאָנסאָן- 
פּרעזידענט?" 


8 


װײַל אָפּגעװענדט גאָט האָט פון ראכמים זײַן 
האנט -- 
האָט מײַק זיך צעבושעוועט, געטאָפּטשעט מיט 
די פיס דעם סערזשאנט: 
,איך פײַף אף איער שאָלעם, צו אלדי שווארצע 
יאָר!..* 
מ'האָט קוים אים געבונדן. און ער איז א יאט! 
א געפערלעכער באָקסיאָר! 
אלע גיבוירים קענען דעם קלאפ פון זײַנע הענט. 
,קוקט! -- האָט ער געשריגן. --- אין פענצטער זע 
איך דעם סאָטנס קאָפּ.. 
גאָט איז טויט, זאָגט מען, מײַן טײַערער 
פּרעזידענט, 
באפעל, און איך נעם און מיט בלײַ זיי די 
מײַלער פארשטאָפּ!" 
;אויב דאָס איז װאָר, -- האָט געזאָגט דער 
פּרעזידענט, -- 
זאָל ער פארנעמען מײיַן רוף..- 
כ'בין קײינמאָל אזוי ניט געווען נאָך גליקלעך.. 
דעם שאָלעם רײַסט אוף!" 


9 


שוועסטער, צי מיינסטו --- איך לײַג? 
פארן פּרײַז פון א וויגליד באגנעדיקט וועט ווערן 
מײַק. 
האָט ער זיך אויסגעוואלגערט אין אש אין יענער 
קאָנורע הײַנט שפּעט: 
,מײַן מיידעלע, שלאָף... א געלעגער פון פּײַער 
האָב איך דיר אויסגעבעט..* 
אזוי, אזוי. און פארװאָס דען ניט? איך האָב 
גאָרנישט ניט אויסגעקלערט, 
דעמלט, אף די מאנעוורעס, האָבן מיר אלע 
געהירזשעט װי די פערד: 
א באָמבע פאר דער מאמען, און פאָרויס... 
פאָרויס שפּאנט! 
;האָ! האָ! ברענגט ליכט אין דעם בודא-לאנד, 


אין פעטערס לאנד! -- האָבן מיר גערעוועט 
מיט פריידיק געזאנג. -- 
הורא, דזשאָנסאָן! שאָלעם איז דעם פרעזידענטס 
פארלאנג!" 


10 


שוועסטער, פול מיט כיין איז אויך דײַן שטוינונג 
און דײַן זאָרג, טאָמער איז דאָס רעכילעס פון א 
סוינע, 

פון א פארביטערטן יונג, א פארבלענדער. 
(כ'האָב מוירע, מײַן בריוו זאָל ניט ארײַן אין די 
הענט פון צענזאָר..) 

דער טויטער דזשאָני שלאָגט מיר אלכעט! 
האָלעװועשקעס געבליבן פון דאָרף. עס שטײיט 
נאָך א רויך. 
א זעלנער הייבט אוף צוויי אָפּגעהאקטע קעפּ אין 
דער הויך. 

דער סערזשאנט פארן פאָטאָדאפאראט: 

"שת0פ 2 100 5014ו, -- 
ער זאָגט: ;ס'זאָל זײַן א לערע פאר די כייַעס פון 
װיעטקאָנג". 

;און דו װאָס וועסט אָפּלערנען, סערזשאנט 
שאאנאן ביל?* 
;שאָלעם איז דעם פרעזידענט דזשאָנסאָנס ציל!" 


11 


ס'איז יאָ דאָ א בריוו, צי ניט, 
אף מײַן שטערן דער צייכן גליט, 
פון העליקאָפּטער האָט מען אראָפּגעשלײַדערט 
א געקרייצטן, 
און ס'האָט 
װײַט פון די אופרײַסן, פון דעם סאם און פיסטויל 
דיר אנטפּלעקט זיך דער נאקעטער גאָט. 
א שערענגע געפאנגענע, שטריק אף די העלדזער 
בא זיי. 
זייער שװײַגן -- א הויך געשריי. 
ווער פון זיי איז דער זקיינעס זון? 
ווער דער פאָטער פון קינד, װאָס זיך 
אױיסגעלאָשן? 
װוער דער ברודער פון מיידל, װאָס סאָלדאטן 
האָבן אויסגעביטן פאר א גראָשן? 
און איך ווער בין? אין געפאנגענעמס אויגן געזען 
כ'האָב א מענטשן-שאָטן. ס'איז עפשער מײַנער 
געווען? 
באמבוקענע פּײַלן װײַזן מיר אָן דעם וועג. 
,טשארלי! היי, יו, טשארלי!" 
א שלאָף האָט פארזויגן אלץ ביזן דעק. 
ערגעץ צװישן פּײַלן באפרײַט זיך פון שאנד 
מײַן געמיט, 


די דזשונגל װעט מיך בענטשן צו פריד. 


16 
איבערזעצט פון איווריט -- מאַטל סאקציער 


כאיִם מעלאמוד 


יונגע יאָרן 


ר אָמאן 


ערשטער טײ? 


כאד-גאדיאַ, כאד-גאדיאַ... 


דערלויבט מיר זאָגן עטלעכע ווערטער, װאָס 
דארפן פארבייטן אן אריינפיר. 

טײַערע כאויירים מײיַנע, קאָמיוגיסטן פון 
די צוואנציקער יאָרן. 

געקומען אהער, אין מײַן היים:שטעטעלע 
כאשטשעוואטע, בין איך טאקע צוליב אײַך, צו- 
ליב די, װאָס לעבן נאָך, און צוליב די, װאָס 
זײַנען שוין אף דער וועלט ניטאָ, ארויסציִען אײַך 
אלע פון די פארשװוּנדענע יאָרן און װוײַזן אײַך 
אזעלכע, װוי איר זײַט געווען, מיט די באָרוועסע 
פיס, װאָס האָבן זיך אָפּגעשטעמפּלט אף די שטיי- 
נער פונעם אויסגעפלאסטערטן מארק-פּלאץ, אף 
די שטױיביקע און בלאָטיקע וועגן צו גײַװאָראָנער 
דעפּאָ, צו סאלקאָווער צוקער-זאװאָד, צו די 
בורעקעס-פלאנטאציעס פון מאָהילנע און זאק- 
טשיק, אף אלע וועגן, װאָס האָבן געפירט פונעם 
פארװואָרפענעם שטעטל באם בוג אין דער גרוי- 
סער וועלט ארײיַן. דאָס איז דאָך אָבער דערמאָ- 
נונג, און וויבאלד דערמאָנונג, איז קריכן אין קאָפּ 
ארײַן און רײַסן זיך אפן פּאפּיר א סאך זאכן ניט 
נאָר פון דער יוגנט, נאָר פון דער קינדהײַט, פון 
מײַן װיַטער אָרעמער שטעטלשער קינדהייט. 

און איצט קאָנען מיר אָנהייבן. כאָטש דער 
אָנהײיב וועט זײַן ענלעך אף א מײַסעלע, א מײַ- 
סעלע פון דער האגאָדע. 

כאד-גאדיאָ, כאד-גאדיאָ. דייזאבין אבאָ בי- 
טריי זוזיי, --- דער טאטע האָט באצאָלט צויי 
גילדן. וויפל דער טאטע האָט באצאָלט פאר יע- 
נער ציג, ווייס איך ניט. נאָר דאָס איז ניט קיין 
מײַסעלע. איך געדענק עס װי הײַנט. 

די מאמע וישט מיטן טיכל די אויגן, און 
איר בלייך פּאָנעם װערט מיטאמאָל ראָז, די 
קנייטשן וי אויסגעגלעט, גלײַך זי האָט שוין בא- 
וויזן אויסטרינקען ווער וייסט וויפל ציגענע 
מילך. און די ציג שטייט פאריסן דעם קאָפּ, וי 
א רײַכע מעכוטענעסטע אף אן אָרעמער כאסענע, 
שאָקלט בארויגעז מיטן בערדל און נישטערט 
ארום זיך מיט אירע גרויסע, גרויע ציגענע 
אויגן. 

-- מע-ע-ע, -- בייזערט זיך די ציג. --- וו 
קריגט מען, הייסט עס, בא אײַך א ביסל היי צי 
שטרוי? ווו שטייט בא אײַך די וואסער? און װײַזט 
מיר שוין גיכער מײַנע כאדאָרים. איר זעט דען 
ניט, אז איך שטיי ניט קיין געמאָלקענע... 

-- הערשל, קינדער! -- רופט זיך אָן די 
מאמע און גיט א פּליעסקע מיט די הענט. אזוי 
בלײַבט זי שטיין --- מיט צונויפגעלייגטע הענט 
און צוגעמאכטע אויגן, און מיר דוכט זיך, אז 
באלד וצט זי אָנהייבן שעפּטשען, װי שאבייסע- 
נאכטס... 

און איך הייב אָן טראכטן, אז אלע מאָל, 
ווען די מאמע האָט אָנגעהויבן אויסבעטן בא גאָט 


7 


א גוטע װאָך,. איז דאָס גאנצע בעטעניש און דינגעניש געװען טאקע וװועגן 
דער ציג. 

געבעטן, געבעטן און אויסגעבעטן. 

כאָטש בא גאָט װאָלט זי שוין, מעגלעך, לאנג אויסגעבעטן, אָבער ניט באם טאטן און ניט 
מאכמעס ער איז געווען א קארגער. פראָסט און פּאָשעט, װוּ נעמט מען א דרײַערל אף א ציג? װי 
די מייסע זאָל ניט זײַן, נאָר די מאמע האָט געפויעלט... 

-- הערשל, קינדער! -- רעדט ארויס די מאמע. איר פאָנעם פלאמט און די שטים אירע 
פלאטערט פון אומגעדולד. -- ברענגט עמעצער ארויס דאָס מילכיקע פענדעלע! 

די מאמע זעצט זיך צו לעבן דער ציג אפן נידעריקן קיך-בענקעלע, גיט א צי די אײַטערס 
און מאכט ווידער צו די אויגן. אף שטענדיק האָב איך פארגעדענקט איר יאָמטעװדיק פּאָנעם, די 
ווייסע פּינע און דעם זיסלעכן טאם פון פרישער ציגענער מילך, מיט וועלכער מע האָט אונדז דאן 
אלעמען מעכאבעד געווען. 

איך ווייס ניט, ויאזוי א קו. א קו, זאָגט מען, בענקט לאנג נאָך אירע פריערדיקע באלעבא- 
טים, נאָך איר פריִערדיקן אָרט. בא א ציג איז דער זיקאָרן, אפאָנעם, א קירצערער. אונדזערע, 
אלנפאלס, האָט גיך זיך צוגעוווינט צו איר נײַ שטאלכל, צו דער נײַער באלעבאָסטע און באונ- 
דערס צו דעם נײַעם באלעבאָס. שוין דעם דריטן פָארטאָג, אפילע נאָך ניט קיין אויסגעמאָלקענע, 
איז זי שוין נאָכגעלאָפן דעם טאטן אין בעסמעדרעש צום ערשטן מיניען. 

פון אונדז צום בעסמעדרעש איז ניט װײַט. גלײַך לעבן אונדז איז אלטער שאמעסעס שטיבל, 
װאָס איז שוין האלב איינגעוואקסן אין דער ערד. דערנאָך גייט יאנקל טעלעגראפס שטוב, אן אונ- 
טערגעשפארטע מיט עטלעכע סוקעוואטע דרענגלעך. די פענצטער פון דער מומע ראָסיעס שטוב 
קוקן שוין גלײַך אפן בעסמעדרעש, כאָטש דורכגיין אהין קאָן מען ניט. א גאנץ יאָר שטייט ד 
א שיטערע און טיפע בלאָטע. גלײַכער פארקערעווען צו בעניע מוישע מאָרדכעס און שוין פו 
דאָרטן זיך דערקלײַבן צום בעסמעדרעש. אזוי טוען אלע פון קאמע יאָרן. אזוי טוט אויך 
אונדזער ציג. : 

דער בעסמעדרעש איז שוין אויך אן אלטער, שוין אויך א האלב אײַנגעזונקענער אין דער 
ערד. דער פיל מאָל געלאטעטער אָטשערעטענער דאך איז אזוי נידעריק, מיט דער האנט צו 
דערלאנגען. שלעפּן מיר, ייִנגלעך, אלעמאָל ארויס עטלעכע אָטשערעטלעך אף מאכן פּײַפעלעך. 
אלטער שאמעס האָט אן ארבעט -- יאָגן זיך נאָך די װײַסעכעװרעניקעס און שילטן זיי מיט טויטע 
קלאָלעס. נו, מיילע, מיט די כעוורע קומט ער נאָך ווי-ניט-איז דורך. זי האָבן פאר אים א ביסל 
מוירע. ערגער איז מיט די ציגן. סאמע דאן, ווען מע שטעלט זיך צו שעמענעסרע, בעסויכעם אל- 
טער שאמעס, פארײיסן די ציגן די פאָדערשטע פיס צום דאך און נעמען זיך פארן אָטשערעט. 

-- נו, אַ: -- שרײַט אלטער שאמעס און קלאפּט מיט דער האנט אין פענצטער. נאָר די 
ציגן מאכן זיך ניט הערנדיק. זיי שטייען, קײַען דעם אָטשערעט און שאָקלען רויק מיט די בערד- 
לעך, ביז אלטער שאמעס, קוים אָפּגעשטאנען שעמענעסרע, לויפט ארויס אין טאלעס און טפילן 
און נעמט פאָכען אף זיי מיטן ברעג פון דער רעצוע. 

-- װאָן פונדאנען, א כאָליערע אף אײַך! 

דער קלויסטער איז אויך ניט װײַט פון אונדז. גלײַך פון אונדזער שטיבל לאָזט זיך אראָפּ א 
בערגעלע, פון וועלכן מיר גליטשן זיך א גאנץ יאָר, ווינטער אף שליטעלעך און זומער אפן האָט- 
מיר-קיין-פאריבל-ניט, אמאָל אין די אויסגעריבענע הייזעלעך, אמאָל אָן זיי אויך. ארן-שמועל 
סטאָליערס שטוב איז פאר אונדז געווען װי א מין מעכיצע, מיר זאָלן, כאָלילע, זיך ניט ארייג- 
גליטשן אין יאר. דער יאר איז א טיפער און א שמאָלער, דאָס בריקל איבער אים איז אויך א 
שמאָלס. און די שיטערע דרענגלעך שאָקלען זיך אונטער די פיס. איך האָב שטארק מוירע גיין 
איבערן בריקל, די ציגן -- דאפקע ניט. זיי טאנצן אריבער פון איין דרענגל אפן צווייטן, לויפן 
אפגיך דורך דאָס שמאָלע געסעלע צװוישן יעכיִעל שוסטער און דאָװיד דעם שווארצן, און אָט 
זײַנען זי שוין לעבן קלויסטער. 

דער גרויסער קלויסטער-פּלאץ איז שטענדיק פול מיט מענטשן און פורלעך. און װאָס דארף 
א ציג? א ביסעלע היי, א זשמעניע גרינע קאָרענע שטרוי, שאָלעכץ פון א קאווען אָדער א ווייכן 
קאָטשאן פון א יונגער פשעניטשקע. נאָר דעריקער האָט זיי געצויגן די לאָנקע, װאָס הינטערן 
קלויסטער, א לאָנקע, װאָס איז א גאנץ זומער באדעקט מיט שמעקנדיקן זײַדענעם גריגס. 

דער טאטע האָט זיך געמאכט ניט וויסנדיק וועגן אונדזער ציגס שפּאצירן צום קלויסטער, 
נאָר די מאמע... 

-- װאָס הייסט, ייִדישע ציגן זאָלן גיין אין קלויסטער ארײין! 

! דער טאטע פלעגט אָפּקומען מיט א שפּאס; 


54 


-+ 


-- זיי זײַנען ניט שולדיק, ס'איז ער, דער צאפּ, דער מעשומעד. ער גייט, און זיי גייען אים 
נאָך, און אונדזער ציג אויך, כאָטש זי גייט מיט מיר יעדן פארטאָג אין בעסמעדרעש. 

ווערט די מאמע נאָך מער בארויגעז אף דער ציג. 

כאד-גאדיאָ... א מײַסעלע פון דער האגאָדע, װאָס ציט זיך אזוי לאנג און אזוי ברייט, ביז עס 
קומט צום ,װײיהאָסאָ האשויכעט" -- און ס'איז געקומען דער קאצעוו. 

נאָר דאָס האָט געהאט א שײיכעס ניט צו דער ציג אליין, נאָר צום קליינעם צאפּעלע מיט די 
שטעכיקע הערנערלעך און מיט דעם דינעם איידעלן קעלכל, ניט קיין ענלעכן ניט אף קיין צי- 
גענעם און ניט אף קיין צאפענעם. עפּעס גאָר וי א פויגל װאָלט געזונגען אָדער ווי, לעהאוודל, א 
קליין קינד װאָלט געוויינט. א פּאָר כאדאָשים האָב איך עס ארומגעטראָגן אף די הענט, געשלאָפן 
מיט דעם אף איין געלעגער. איז אָבער געקומען א צײַט, ווען דאָס קליינע צאפּעלע האָט אָנגע- 
הויבן אונטערוואקסן און מע האָט שוין געקאָנט זען, אז עס וואקסט אן עמעסער צאפּ. דער טאטע 
געטײינעט: װאָס דארף ער האָבן א צאפּ? די מאמע האָט זיך געבעטן װאָס ארט עס אים, 
יט ער איבעריק עסן? האָט דער טאטע א טשוּווע אף דער שײַלע: װאָסי שײַעך עסן? און װווּ 
ען אים האלטן? שוין פארגעסן, וי איינער א צאפּ האָט זיך ארײַנגעכאפּט צו שיפרע דער 
גון צעקלאפּט איר די גאנצע קראָם? 
װוּ זשע נעמט מען א קוינע אף א צאפּ? אף אָט דער פראגע האָט דער טאטע א גרייטן 
ער וועט זאָגן איצע קאצעוו. 

אָט אזוי האָבן זיי זיך געאמפערט, דער טאטע מיט דער מאמען, א טאָג, צוויי, א װאָך. איך 
בין די גאנצע צײַט ארומגעגאנגען וי אין א כאָלעם און אף קיין מינוט זיך ניט געשיידט מיטן 
צ} ע. כ'האָב עס געגלעט, ריט צום הארצן, געקושט עס אין זײַנע גרויסע פליישיקע 

פּן, ארײַנגעקוקט אין זײַנע ליכטיקע צאפּענע אייגעלעך, און מיר האָט זיך געדוכט, אז איך 

לייען אין זיי עפעס אזוינס... עפעס איז טאקע געווען מענטשלעכס אין זײַן װיינענדיק אונטער- 


מעקען, גלייך עס האָט זיך געזעננט מיט דער וועלט. 
און ס'איז געקומען דער טאָג -- װייהאָסאָ האקאצעוו. און דעם קאצעוו האָט מען גערופן איצע 
קדיװואָשײי. גערופן האָט מען אים אזוי מאכמעס דעם, װאָס דער האלדז איז בא אים געווען היפּש 


איבערגעקרימט און דער קאָפּ האָט אראָפּגעהאנגען א ביסל אין א זײַט. איך האָב מוירע געהאט 
פאר די בלויע אָדערן אף זײַן קרומען האלדז און פאר זײַן רויט פּאָנעם, וי אָנגעגאָסן מיט בלוט. 

ה אט איז ער מיט א שטריק אפן אקסל, געװאָרפן א קאָסע בליק אף דער פארורטיילטער 
באשעפעניש און גלײַך אָנגערופן די פּרײַז. זי, די מאמע, די אלטע ציג, גלײַך ניט זי מיינט מען. 
געשטאנען, געקײַט אַ ביסל גראָז און געווארט, מע זאָל זי אויסמעלקן. און איך... איך בין געווען 
גרייט וואדפן זיך אפן טאטן, אפן קאצעוו און אף דער טאמעוואטער ציג. און דאָס צאפּעלע, 
נעבעך... 

א פּאָר װאָכן האָט זיך מיר געהאלטן אין איין דוכטן, אז איך הער זײַן געוויין. אלעמאָל האָט 
זיַן קעלכל א ברום געטאָן פון עפּעס אן אנדער ווינקל. די מאמע האָט שוין אָנגעהויבן שרעקן זיך 
פאר מיר. 

-- װאָס איז מיטן קינד, וויי איז מיר!.. עס עסט ניט און טרינקט ניט, גייט ארום וי אפן 
אוילעם-האטויע. --- און צו מיר: --- נו, זאָג שוין עפּעס. 

איך האָב געשוויגן. 

דאָס איז געווען דער ערשטער פארלוסט אין מײַן לעבן, און איך האָב ניט געקאָנט געפינען 
פאר זיך קיין טרייסט. סאכאקל האָט מיר נאָך געפעלט עטלעכע כאדאָשים צו צען יאָר, איך האָב 
ניט געװוּסט, װוּהין אהינטאָן זיך מיט מײַן ווייטעקדיק הארץ. און נאָך א לאנגע צײַט פלעגט דאָס 
צאפּעלע מיר קומען צו כאָלעם און איך פלעג שרייען פון שלאָף. 

איך האָב ניט געקאָנט פארגעסן מײַן ליבלינג און איך האָב ניט געװאָלט, אז די װוּנד זאָל 
זיך פארהיילן. נאָר זי האָט זיך אליין פארצויגן. דערצו נאָך איז די צײַט געווען א שווערע און אן 
אומרויקע, פול מיט אָן א שיר נײַע און נײַע פארלוסטן. 


פארװאָס עפּעס אָנגעהױבן פון דער ציג? און פארװאָס מיט אזא טרויעריקן נוסעך? יאָ, טאקע 
גערעכט. מיינען מיין איך גאָר עפּעס אנדערש, און דערציילן װויל איך דאפקע וועגן פריילעכע זאכן, 
נאָר אזוי האָט שוין געטראָפן. נאָך א לאנגער צײַט, נאָך פיל, פיל יאָרן געקומען אין מײַן געבורט- 
שטעטל, אין מײַן אלטער היים אָפּפרישן די אייגענע זיכרוינעס. אין דער ערשטער ריי געװאָלט א 
קוק טאָן אף אונדזער אמאָליק שטיבל. געשפּאנט, געזוכט און גאָרנישט ניט געפונען, ניט אונדזער 
שטיבל, ניט די שכיינעסדיקע, ניט דעם בעסמעדרעש און ניט דעם קלויסטער. אפילע דער טיפער 
יאר איז אויך פארשווּנדן. פאר א פּאָר צענדליק יאָר זײַנען פאָרגעקומען אזעלכע גרויסע, 
אזעלכע קאָלאָסאלע ענדערונגען. בין איך געשטאנען װי געפלעפט, גלײַך געטראָפן גאָר אין אן 


9 


אנדער לאנד, געשטאנען, ארומגעקוקט זיך, געװאָלט אָפּזוכן כאָטש וועלכן-ניט-איז סימען. און 
מיטאמאָל... 

א ציג! 

א װײַסע ציג, ענלעך אף אונדזערער, אף יענער, פון דער כאד-גאדיע, איז ארויסגעשפּרונ- 
גען פון אונטער עפּעס א בערגל, װאָס איז דאָ פריַער ניט געווען, א שטעל געטאָן זיך אף די הינ- 
טערשטע פיס און א שאָקל געטאָן צו מיר מיטן קאָפּ, וי צו אן אלטן באקאנטן. 


דער ,ליידיקגייער" 


וועלכער ליידיקגייער? טאקע דער זעלבער. פון שאָלעם-אלייכעמס צײַטן. יענער ליידיקגייער, 
װאָס האָט אמאָל אזוי אָנגעשראָקן אלע פארשוינען פון נעמיראָוו און הײַסין. טאקע מיט אים 
בין איך דאָס נעכטן אָנגעקומען קיין כאשטשעוואטע, װוּ איך האָב זיך באגעגנט מיט דער ציג, 
װאָס שטאמט עפשער פון יענע ציגן. און דער ליידיקגייער? אויך פון יענע, יענעם ליידיקגייערס 
אן אייניקל. 

כ'האָב ניט לאנג געלײיענט וועגן איינשטיינס רעליאטיװױיטעט-טעאָריע. ס'איז, פארשטייט 
זיך, ניט פאר מײַן קאָפּ. אן ארבעט פאר אבארצומיאנען, וועקסלערן, קעלדישן און פאר די איצ- 
טיקע שילער פון די עלטערע קלאסן. קומט אויס לוט איינשטיינען, אז רוים און צײַט זײַנען 
אויך רעליאטיוו און אז ניט אומעטום אף דער וועלט איז גילטיק אונדזער ערדישע צײַט. און 
ווען א קאָסמישע שיף, לאָמיר זאָגן, דערגרייכט די שנעלקײַט פון שײַן, א קלײניקײַט -- דרײַ 
הונדערט טויזנט קילאָמעטער א סעקונדע, -- ווערט די צײַט אינגאנצן פארשווונדן. נול צײַט. 
װי געפעלט עס אײַך? אונדז מיט אײַך װעט שוין מיסטאמע ניט אויסקומען דורכקאָנטראָלירן, 
וו איז ער גערעכט, איינשטיין, און װוּ איז ער זיך א ביסל טויע. נאָר עפעס ענלעכס האָב איך 
איבערגעלעבט יענעם טאָג, די עטלעכע שאָ, װאָס איך בין געפאָרן מיטן ליידיקגייער פון וויניצע 
קיין כאשטשעוואטע. עפּעס וי די צײַט װאָלט פארשווונדן. נוֹל צײַט. 

עמעס, אליין דער ליידיקגייער איז שוין ניט דער, װאָס אמאָל. נײַע וואגאָנטשיקלעך, װאָס 
פינקלען מיט זייער ציכטיקײַט און רײינקײַט און שטאָלצירן מאמעש מיט זייער יונגקײַט, און די 
בענקלעך זײַנען טאקע זייער פײַנע, און די פענצטער ברייטע, נאָר דעריקער --- דער לאָקאָמאָטיו. 
שוין ניט יענץ פײייפערל, װאָס גרילצט און טשאדעט און קריכט קוים. אן עמעסער טעפּלאָװאָז. דער 
היגער אוילעם, װאָס פאָרט מיט אים אָפּט, האָט ליב בארימען זיך פאר א נײַעם פּארשוין -- ער 
זאָל כאָלילע ניט מיינען, אז דאָס איז דער אמאָליקער ליידיקגייער: די שנעלקײַט בא אים צוויי 
מאָל גרעסער און שטיין שטייט ער אף יעדער סטאנציע ניט מערער וי צויי מינוט, כוץ אין 
הענריכאָווקע, װוּ עס בײַט זיך די בריגאדע און װוּ ער שטייט א מינוט צען. 

נו, מאכטייסע, זייער אָנגענעם. װי קאָן טאקע אנדערש זײַן. הײַנטיקע צײַטן, ווען מענטשן 
פּליִען אין קאָסמאָס, האָט דער ליידיקגייער אויך געמוזט א ביסל זיך אונטערציען. 

איך האָב זיך אזוי פארטראכט, אז איך האָב ניט באמערקט -- אלע זײַנען שוין ארײַנגעצויגן 
אין א געשפּרעך: װעגן קאָסמאָס און װעגן דער ערשטער פרוי קאָסמאָנאװטקע וואלענטינא 
טערעשקאָווא, וועמעס פאָטאָ איז אין יענע טעג געווען אין אלע צײַטונגען. 

-- א כאריפעס... ווען איך בין א ביסעלע ייִנגער, װאָלט איך אויך געפלויגן. און אין אלע 
צײַטונגען װאָלט געווען מײַן פּאָרטרעט --- רייזע די קאָסמאָנאװטקע. 

ביז דער מינוט האָב איך זי אפילע ניט באמערקט. נאָר דאָס קאָל, די אינטאָנאציע. אזא בא- 
קאנט קאָל. כ'פלעג עס אָפט הערן אין די יאָרן פון מײַן װײַטער קינדהײַט. א קאָל פון די אמאָ- 
ליקע צײַטן. איך קוק זיך אײַן אין דער ייִדענע, נאָר איך הייב זי ניט אָן דערקענען. א געווייג- 
לעכע ייִדענע, שוין אין די יאָרן, א ביסל א צו פולבלעכע, אין זייער אן אלטמאָדיש קלייד און אין 
זייער א הײַנטצײַטיקן נײלאָנאָוון קאָפּטיכל. גיי איך שוין צו און פרעג: 

-- איר זײַט א כאשטשעוואטער? 

-- א מאָשל, פונוואנען דען זאָל איך זײַן? עפשער א נעמיראָװוער, װעט איר זאָגן, אָדער אן 
אומאנער? צי איר װועט גאָר אויסטראכטן אף מיר, אז איך בין, כאָלילע, א טשיטשעלניקער. 

איך פארשטיי שוין, אז די ייַדענע האָט ניט פײַנט כאפּן א שמועס, און כ'בין זייער צופרידן 
פון אזא באקאנטשאפט. 

-- װאָס זשע שטייט אײַך אזוי ניט אָן טשיטשעלניק? 

-- גענוג פונמײַנטוועגן, װאָס איך האָב דאָרטן א קאָרעוו, מויזיע ליגנער. געהערט עפשער? 

-- דאָס פאָרט איר פון אים? 

-- מעשוגע מײַנע סאָנים. פאָרן פאָר איך אזש פון אוראל, און אײַך װאָלט איך געראטן אויך 


10 


פאָרן בעסער אהין. איר ווילט דאָך מיסטאמע עפעס באשרײיַבן. װאָס זשע דארפט איר אונדזער 
כאשטשעוואטע? 

שטויס איך זיך שוין אָן, אז די ייִדענע האָט מיך דערקענט, נאָר איך הייב ניט אָן צו פאר- 
שטיין, ויאזוי. דרײַסיק יאָר אוועקי 

--- פונוואנען ווייסט איר, ווער איך בין? 

-- א מאָשל. איר האָט נאָר א שמייכל געטאָן. אײַער מאמעס שמייכל. אוי, באָבקע, א צירונג 
געווען אף דער גאנצער גאס. 

דער מאמעס שמייכל!.. שוין אוועק פערציק יאָר, אז מײַן מאמע איז געשטאָרבן, און מיר איז 
געווען שווער פאָרשטעלן זיך, אז איר שמייכל לעבט אין זיקאָרן פון מענטשן, װי די שײַן פון 
שוין לאנג פארלאָשענעם שטערן, װאָס יאָגט אין דער אומענדלעכקײַט.. דרײַ הונדערט טויזנט 
קילאָמעטער א סעקונדע. 

אין יענער מינוט האָט זיך מיר אויך געדוכט, אז די צײַט -- די אריבער פערציק יאָר -- 
איז פארשווּנדן און די גאנצע וועלט האָט אײַנגעהילט יענער קאלטער און רעגנדיקער אָסיעג- 
דיקער טאָג. איך, דאָס פארוויינטע יאָסעמל, שטיי אפן בעסוילעם לעבן אָפענעם קיווער, אן 
ארומגערינגלטער מיט א גאנצן אוילעם ייִדן, און עס סטײַעט מיר ניט קיין אָטעם אף ארויס- 
רעדן א װאָרט. איך דארף דאָך זאָגן קאדעש, דעם ערשטן קאדעש נאָך דער מאמען!.. 

איך ווייס ניט, וויפל האָט געדויערט די פּאוזע. מעגלעך, געציילטע סעקונדעס. נאָר כ'האָב 
דורכגעמאכט פאר זיי א קאָלאָסאלן מעהאלעך אין דער צײַט. און מיר איז טאקע שווער געווען 
כאפן דעם אָטעם. קוים געקומען צו-זיך און ארויסגערעדט: 

-- איז וועמען זשע האָט איר אף אוראל? 

און רייזע אף איר אויפן: 

-- א מאָשל. מײַן יאנקעלע איז דאָרט א גלאוונע אינזשעניער. אפן סאמע גרעסטן זאװאָד. 
כאָטש זאָגט דאָרטן טויזנט מאָל יאנקעלע, װעט זיך קיינער ניט אָנשטױסן, אז דאָס מיינט מען 
אים, יאקאָוו עמאנויַלאָװיטשן, כאָטש דעם טאטן האָט מען גערופן פאָשעט מענדל. נו, איז איצט 
ווייסט איר שוין, ווער רייזע איז? 

-- א ביסל, -- און איך טו א שמייכל, גלײַך איך בין שולדיק, װאָס איך ווייס אזוי װייניק. 

-- אבי א ביסל, מאכט שוין ניט אויס. װעט איר באלד וויסן דאָס איבעריקע. איר געדענקט, 
פונקט אקעגן אײַך, מענדל-עליע איצע-געצלס. ס'הייסט, ניט גלײַך אקעגן, נאָר א ביסל אין א 
זײַט, גלײַך הינטער דעם מעשוגענעם זייגערמאכער, בא וועמען אלע זייגערס פלעגן קלינגען 
קאפויר. און גלײַך הינטער אונדז יעהודעס-לייע, אָט די, װאָס פלעגט פארקויפן רויטע ליים. 
איער שטיבל איז געשטאנען פון יענער זײַט בעסמעדרעש צו דער באָד-צו, און אונדזערס פון 
דער זײַט -- צום מארק. 

יאָ. איצט געדענק איך שוין אלץ. אייגנטלעך, האָט זי מיר געקאָנט דערקלערן א ביסל 
קירצער. רייזע די קוואסניטשקע, און שוין. 

-- ניט הײַנט געדאכט, -- און רייזע שאָקלט מיטן קאָפּ, פארבײַסט די ליפּן, דערמאָנענדיק 
זיך די אמאָליקע, װײַט ניט קיין זיסע צײַטן, ווען זי איז געשטאנען אין מארק מיט קוואס. 

דער צוג יאָגט און יאָגט. און שטייט טאקע ניט מער וי צוויי מינוט אף א סטאנציע. און דער 
טאָג איז אזא זומערדיק-זוניקער, מיט װײַסע װאָלקנדלעך אפן הויכן הימל, און אפן הארצן איז 
אויך אזוי: אָט ליכטיק און אָט א ביסל װאָלקנדיק, און א נאָגנדיקע קלעמעניש, װאָס קומט שטעג- 
דיק אוף, ווען מע דערמאָנט זיך אָדער מע באגעגנט זיך מיט דער אייגענער פארגאנגענהײַט. 
הײַנט די סטאנציעס אליין... זשמערינקע און נעמיראָוו, זיאטקאָוועץ און הענריכאָווקע, הײַסין 
און סאָבאָליווקע. 

און טאקע נאָך סאָבאָליווקע, אף האלב וועג קיין הײַסין, אינמיטן פעלד -- סטאָפּי דער ליי- 
דיקגייער האָט זיך אָפּגעשטעלט. געמיינט, דער סעמאפאָר איז פארמאכט, עפשער דארף באלד 
ארויס א קעגן-צוג, נאָר ס'זײַנען דורך עטלעכע מינוט, מע האָט אָנגעהױבן ארויסקוקן דורך די 
פענצטער, אפילע דערלויבט זיך עפענען די טירן. ניין, מיט קיין קעגן-צוג שמעקט עס ניט. צו 
דער סטאנציע איז נאָך זייער װײַט. צי דען האָט זיך עפּעס געטראָפן מיט אונדזער שיינעם, שע- 
מערירנדיקן און יונגן טעפּלאָװאָז?! מע האָט שוין אָנגעהויבן אויסטראכטן אף אים פארשיידענע 
בילבולים, אז ער האָט ביכלאל אזא טעווע, נאָר אין עטלעכע מינוט ארום האָט ער זיך גערירט פון 
אָרט. אָבער טאקע קוים-קוים, גלײַך עס גייען אים אויס די לעצטע קויכעס. אָפּגעשלעפּט זיך א 
פּאָר הונדערט מעטער און װידער זיך אָפּגעשטעלט. האָט דער אוילעם פארשטאנען, אז מיטן 
טעפּלאָװאָז איז טאקע עפּעס געשען און אונדז איז באשערט דאָ שטעקן ניט איין שאָ. 

-- אפּאָנעם, צופיל פּארשוינען אָנגענומען, -- האָט איינער א יונגערמאן א שפּאס געטאָן. 

-- אקוראט, וי אמאָל אונדזער יויעל באלעגאָלע, --- רייזע די קוואסניטשקע הייבט אָן ריידן 


11 


צו אלעמען און דערנאָך פרעגט זי בא מיר. -- איר געדענקט? אז ער פלעגט פירן פארשוינען 
קיין אומאן, פלעגט ער אָנפאקעװען א פולע בוד און שטענדיק פלעגט זיך גים אױיסװײַזן אז 
ער האָט געקאָנט נעמען נאָך א פארשוין. האָט געטראָפן נאָך א רעגן, דער וועג א ביסל צעפאָרן, 
פלעגט ער אָפּשטעלן דאָס פורל הינטערן שטעטל אוֹן פאָדערן בא יעדן פארשוין נאָך א קאָי 
פּעקע -- דער וועג איז צו שווער, מע װעט דארפן געבן די פערד אן איבעריק ביסל האָבער. נו, 
און אויב דער וועג איז געווען א טרוקענער, א גלאטער, איז װוידער די זעלבע מײַסע, נאָך צו 
קאָפּעקע. װאָסי? ער זאָל געווען וויסן, װאָלט ער געווען גענומען נאָך א פארשוין. 

רייזעס מײַסע איז אלעמען געפעלן, מיר אוואדע. װײַל -- יויעל באלעגאָלע! װי א גרוס, וי 
א ווינטעלע, װאָס האָט א שאָקל געטאָן מײַן װיגעלע! נאָר יענער יונגערמאן איז ניט צופרידן 
װאָס מע לאכט פון רייזעס געשיכטע מערער, וי פון זײַן כאָכמע, און ער טראכט צו א נײַע. 

-- מע דארף באפרײַען דעם צוג פון די שווערע פאסאזשירן. װער עס װעגט מערער פון א 
צענטגער... 

פּאסאזשירן, וועמען מע קאָן כוישעד זײַן אין אזא װאָג, איז סאכאקל געווען צוויי. רייזע און 
א פויערטע מיט א קאָשעק עפּל אף די קני. 

-- איך האָב מוירע, אײַך זאָל ניט אויסקומען צו דערלייגן, -- האָט רייזע אָפּגעענטפערט, 
און יענער האָט װוידער געמוזט פארבײיסן די ליפן. פון רייזעס כאָכמעס האָט מען פאָרט געלאכט 
מערער, וי פון זײַנע. 

דער צוג איז געשטאנען, וי צוגעזאָטן צו די רעלסן, און די פאסאזשירן האָבן אָנגעהױבן איי- 
נער נאָכן אנדערן ארויסגיין פון די וואגאָנעס. עלטערע האָבן זיך אויסגעצויגן אפן גרינעם גראָז 
און מיט פארגעניגן אױסגעגלײַכט די ביינער, ייִנגערע האָבן זיך געלאָזט א ביסל װײַטער, 
אָנרײַלן פעלד-קווייטעלעך, אנדערע ווידער, װאָס האָבן געהאלטן, אז זיי פארשטייען זיך אף טעפ- 
לאָװואָזן, זײַנען אוועק צום מאשיניסט און אָנגעהױבן געבן אייצעס און א ביסל געמוסערט אויך: 
װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן, אז אין דער עפּאָכע פון אטאָם און קאָסמישע שיפן זאָל א צוג זיך 
אָפּשטעלן אינמיטן פעלד און װײַטער ניט וועלן גיין. 

און פלוצעם איז אף די רעלסן ארויסגעשפּרונגען א ציג. א צופ געטאָן דאָס גראָז און אָנגע- 
הויבן אונטערשאָקלען מיטן בערדל, גלײַך כויזעק געמאכט פונעם טעפּלאָװאָז, פונעם מאשיניסט 
און פון אונדז אלעמען: 

-- אטאָם, קאָסמאָס, זאָגט איר? נו און איך? איך בין דאָך פון יענע ציגן, װאָס האָבן נאָך אין 
שאָלעם-אלייכעמס צײַטן ניט איין מאָל אָפּגעשטעלט דעם ליידיקגייער. און אפילע איצט.. אָט 
שטיי איך, און איר שטייט אויך. 

האָט מען אָנגעהויבן דערמאָנען זיך אין פארשיידענע מײַסעס וועגן דעם ליידיקגייער, 
וועגן וועלכן יעדעס שטעטל באזונדער האָט זיך זײַנע א מײַסע. 

די כאשטשעוואטער: א מײַסע וועגן א ציג, װאָס האָט צוואנציק מאָל אָפּגעשטעלט דעם צוג. 
אלע מאָל איז דער מאשיניסט אראָפּגעקראָכן און פארטריבן זי, נאָר אין עטלעכע מינוט ארום 
איז זי שוין װידער געשטאנען צװישן די רעלסן. און וויפל דער מאשיניסט האָט ניט געסטארעט 
זיך אריבעריאָגן די ציג, האָט ער ניט געקאָנט. 

די הײַסינער: א געשיכטע, ויָאזוי ס'האָט אײינמאָל פארשאָטן מיט שניי דעם ליידיקגייער 
מיט אלע זײַנע פאסאזשירן; ווען מע האָט זיי ענדלעך אָפּגעגראָבן, האָט איינע א ייִדענע זיך צע- 
שריגן אפן קאָנדוקטאָר: גוואלד, זי האָט פארלוירן די זאָקנבענדלעך! 

און ס'איז נאָך געבליבן צײַט אף איבערדערציילן שאָלעם-אלייכעמס געשיכטעס: 

וועגן יענעם ייִדן פון באָגאָפּאָליע, װאָס איז ארויסגעפאָרן קיין כאשטשעוואטע אף א בריס 
און געטראָפן צו בארמיצווע; 

וועגן דעם בערשאדער כאָסן, װאָס איז געפאָרן קיין נעמיראָוו אָנקוקן א קאלע און ביז זיי זיי- 
נען זיך צונויפגעפאָרן, איז דער כאָסן געווען גראָוו און די קאלע אָן ציין; 

און פארשטייט זיך, אז מע האָט געמוזט דערמאָנען דעם נעס פון הוישאנע-ראבע, װײַל געשען 
איז דאָס טאקע דאָ, אף דעם זעלבן אָרט, אף דער סטאנציע סאָבאָליווקע. 

דער מאשיניסט האָט זיך אלץ געפּאָרעט, נאָר ס'האָט גאָרנישט ניט געהאָלפף ניט זײַנע 
קענטענישן, ניט די אייצעס און ניט דער מוסער. ער האָט געמוזט ארופקריכן אפן נאָענטן סלופּ, 
אײַנשליסן זיך אין דער טעלעפאָן-ליניע און ארויסרופן פון סאָבאָליווקע א בוקסיר. 

מיר האָבן נאָך פונדערװײַטנס דערהערט זײַן פײַפן און זײַנען ארײַן אין די וואגאָנעס. לויטן 
פײַפן האָט מען שוין געקאָנט אָנשטױסן זיך, אז דאָס איז א שיוורע-קיילע, װאָס איז שוין א פּאָר 
צענדליק יאָר ניט געווען אף דער ליניע. אן אלט לאָקאָמאָטיוול, װאָס שלעפּט איבער וואגאָנעס 
פון איין קאָלײע אף דער צווייטער. ס'האָט זיך צעפּײַפט, צענאָסן, צעהוסט און אזוי פארטשאדעט 


12 


דעם גאנצן ארום, אז מע האָט געמוזט צומאכן די פענצטער. און דער אלטער פייפער, װי יענע 
ציג, װאָס איז ארויס אף די רעלסן, האָט אָנגעהויבן רייצן זיך: 

-- גאנצע פריצים געװאָרן, עס שטייט אײַך ניט אָן, עס שמעקט אײַך ניט מײַן רויך. ניש- 
קאָשע, עס װעט אײַך שוין מוזן אָנשטײן!:. 

און, װוי אין פּאָסעק שטייט -- האכילויסאָ לינפּױל... ביסטו ארויס פונעם גראפיק, װועט מען 
שוין אף יעדער סטאנציע דיך פארהאלטן אף איבעריקע צען און אמאָל פופצן מינוט. דו ביסט 
שוין א שטיפקינד, אויסערן געזעץ. און אָנשטאָט די צוויי שאָ, װאָס אונדז איז געבליבן, האָבן 
מיר זיך געשלעפּט גאנצע פינף. 

-- אָט האָט איר אײַך, -- האָט זיך אָנגערופן יענער פארשוין שוין אין שפּאס, --- אין דער 
צײַט פון אטאָם און קאָסמישע שנעלקײַטן. 

-- פּראָ מענע!, -- האָט אים רייזע אָפּגעענטפערט, -- װאָס איז די אײַלעניש. איך װעל פאָרן 
אין קאָסמאָס, ווען מע וועט קענען טרעפן אהין מיט אָט אזא-אָ ליידיקגייער. 


מײַן ערשט װוערק 


ווייסט איר שוין, אז מײַן ערשטע באגעגעניש אינעם פארשװוּנדענעם געסל איז געווען 
טאקע מיט א ציג. א װײַסע באשעפעניש, װאָס האָט מיר דערמאָנט אין אלע ציגענע געשיכטעס, 
אָנהײבנדיק פונעם מײַסעלע פון דער האגאָדע און ענדיקנדיק מיטן דעניקינישן פּאָגראָם. נאָר 
ניט צוליבן פּאָגראָס האָט זיך מיר פארגעדענקט יענער טאָג. געשען איז מיט מיר דאן זייער 
און זייער א וויכטיקע זאך. אין יענעם טאָג האָב איך אָנגעהױבן שרײַבן, און פון אים, פון יענעם 
קוואציעדיקן שפעט-הארבסטיקן טאָג, צי איך מײַן שרײַבערישע ביַאָגראפיע, כאָטש אין קיין 
שום אנקעטע איז דאָס ניט אָנגעװיזן. 
ווען איז עס סאָף טויזנט נײַן הונדערט נײַנצעטן יאָר... 

קיין גרויסער פראָסט און ניט קיין טיפער שניי. א דין הײַטעלע האָט ערשט נעכטן פאר- 
צויגן די פילצאָליקע קאליוזשעס, און עס טרישטשעט דאָס הײַטעלע אונטער די פיס באם 
מינדסטן טראָט, טרישטשעט און ברעכט זיך אף פיל קליינינקע שפּליטערלעך, װי שטיקלעך 
גלאָז פון אן אויסגעהאקטן פענצטער. און ס'איז דער גרעסטער פארגעניגן ארויסלויפן אפן 
ערשטן פּראָסט, אָנטאנצן און אָנשפּילן זיך און דערנאָך ארײַנלויפן אין שטוב א פארפלאמטער, 
אראָפווארפן פון זיך דאָס ווארעמע אָנטאָן און צוזעצן זיך צו דער הייסער הרובע. איז אָבער די 
הרובע קוים װאָס זי דעכעט, און די ענגע שיכלעך זײַנען ארומגעבונדן מיט שטריקלעך, און 
אינגאנצן ביסטו פארבלאָווט און געשװאָלן. און אפילע בא דער הרובע לאָזט דיך ניט אָפּ דאָס 
געפיל, גלײַך דו גייסט ארום נאקעט און באָרװעס איבערן פארקאָוועטן דרויסן, אינגאנצן אומבא- 
שיצט פון אָט דער עסעריקער, גליווערדיקער קעלט. 

יענעם הארבסטיקן טאָג איז דאָס געפיל פון אומבאשיצטקײַט קעגן די דרויסנדיקע געפארן 
ביז גאָר פארשארפט געװאָרן, װײַל אונדזער שטעטל איז מיטאמאָל געבליבן הויל-נאקעט, אָן 
עפעס א שטיקל צודעק, אָן א מינדסטער באשיצונג, און אלע האָבן געפילט, אז יעדע מינוט קאָן 
זיך פון ערגעץ ארײַנרײַסן עפּעס אזוינס, װאָס זאָל אין איין אױגנבליק א טעל מאכן פון אלץ און 
אלעמען. 

גאנצע צוויי יאָר האָט דאָס שטעטל געװאָרפן װי אין א קאדאָכעס. אלע טאָג אן אנדער 
מאכט. יעדע נאכט א נײַע סרייפע, און אלע װאָך נײַע קאָנטריבוציעס און נײַע האריגעס. און 
דאָ -- א כוידעש צײַט שטיל, אָן שיסערײַען. און װער, מיינט איר, איז אין שטעטל? גראָד די 
דעניקינצעס. 

-- נאָר אז די דעניקינצעס װעלן אמאָל װעלן אָפּשפּילן א פּאָגראָם, װעט פּעטליורע זיך 
דארפן באגראָבן פאר ביזאָיען. -- דאָס ;כאָכמעט* זיך אזוי זיידע שאפּאָשניק, און פון דעם ווערט 
בא אלעמען קאלעמוטנע אפן הארצן. 

מיר איז שווער צו פארשטיין, װיָאזוי זיידע שאפּאָשניק, א באלעבאָס פון אן אײַנפאָר-הױיז 
און פון א שוכווארג-קלייט, זאָל קאָנען זײַן א קאפּצן. דערצו נאָך אזא פריילעכער. עפשער דער- 
פאר, װאָס פון זײַן אכסאניע און פון דער קלייט איז געבליבן נאָר דער נאָמען... אין זײַנע כאָכ- 
מעס שטעקט שטענדיק עפּעס שטעכיקס. װער הערט אָבער איצט זיידע שאפּאָשגיקן, אז די קלייטן 
זײַנען אָפּן, אין יעדער קלייט איז פאראן א ביסל סכוירע, וער ווייסט ויאזוי און פונוואנען גע- 
קראָגן, און זונטיק שטעלט זיך אויס אן עמעסער מארק. בא זיידע שאפּאָשניק איז אויך אָפּן די 


יט 
2ע 


ניט 
אה 


פונמײַנטוועגן (אוקר.), 


18 


א 


קלייט, כאָטש קיין סימען פון קיין שוכווארג איז ניטאָ. ער פארקויפט בלויז די גרויסע קאסטנס, 
אין וועלכע ס'זײַנען אמאָל געווען קאלאָשן. 

מײַן טאטע האָט אויך געעפנט דאָס קלייטל. אמאָל איז דאָ געווען הערינג, טולקעס און 
געטריקנטע פלוימען. איצט איז געבליבן בלויז דער רייעך פון געזאלצענעם זשאווער, װאָס גיט א 
זעץ אין דער נאָז, װי נאָר מע קומט ארייַן. אינעם קלייטל הענגען א פאָר צענדליק קינדערשע 
שטיוול, און די גאנצע האָפענונג מיינע איז בלויז אף זיי. די דאָזיקע שטיוול דארפן מיר עפענען 
די טירן פון דער גימנאזיע. 

אין גימנאזיע בין איך שוין געװוען, אויסגעהאלטן דעם עקזאמען אין ערשטן קלאס און 
אָפּגעלערנט זיך גאנצע צוויי װאָכן, ביז ס'איז אָנגעקומען דער טערמין פון ארײַנטראָגן דעם 
ערשטן סכארלימעד. װוּ זשע האָט דער טאטע געזאָלט נעמען געלט? 

איך האָב פון אָנהייב אָן געװוּסט, אז ס'איז א פּוסטע געשיכטע, קיין גימנאזיסט װעל איך ניט 
ווערן, נאָר די מאמע... 

--- פארװאָס זאָל מאָטל בראָווארנעס קינד גיין אין גימנאזיע און מײַן קינד ניט? װאָסי, ער 
האָט, כאָלילע, אן ערגערן קאָפּ? 

מײַן מאמע האָט ביכלאל געהאלטן, אז מיט אזא קאָפּ, װי בא מיר, דארף מען מיך לערנען 
אומזיסט, אָן א קאָפּעקע געלט. 

-- בא מאָטל בראָווארנע איז אן אנדער קעשענע, -- טײַנעט דער טאטע. 

--- זאָל דאָס קינד אויסהאלטן דעם עקזאמען, און דערנאָך... גאָט איז א פאָטער... 

-- אז ער גיט ניט קיין טשערעק, גיט ער א בלאָטער, -- ענטפערט אָפּ דער טאטע, און די 
מאמע ווערט שוין בארויגעז: 

-- הערשל, איך בעט דיך... 

האָב איך געהאלטן עקזאמען, אויסגעהאלטן און אָנגעהויבן גיין אין גימנאזיע, ווארטנדיק אף 
א נעס. איך בין געווען זיכער, אז ער מוז געשען, װײַל אויב די מאמע און גאָט אליין ווילן, איך 
זאָל גיין אין גימנאזיע, וועלן זיי שוין עפּעס צוטראכטן. יעדן גאנצפרי האָב איך דעם גאנצן 
לאנגן און בלאָטיקן וועג פון אונדזער שטוב ביזן פריצישן הויף, אין וועלכן ס'איז געווען די גימ- 
נאזיע, ניט אופגעהערט ריידן מיט גאָט, זיך בעטן בא אים, אײַנרײדן אים, דערװײיַזן, אז קיין 
גרויסע טירכע פאָדערט זיך ניט פון אים. ער דארף נאָר ועלן... און כ'האָב אים אײַנגערעדט. 

אין איינעם א גאנצפרי, ווען איך בין געגאנגען אין גימנאזיע, קוים געשלעפט די שיך פון 
דער בלאָטע און געשמועסט מיט גאָט, האָט מיר עפּעס א בלישטשע געטאָן אין די אויגן: פון דער 
בלאָטע האָט ארויסגעקוקט צו מיר עפעס א גרין פאפירל! א דרײַערל! אן עמעסדיק דרײַערל., 
ס'האָבן מיר אָנגעהויבן ציטערן הענט און פיס. ניט פארן דרײַערל, נאָר פאר גאָטס װוּנדער. 
כ'האָב אופגעהויבן דאָס דרײַערל, אראָפּגעװישט מיטן ארבל די בלאָטע און גענומען ארומקוקן 
עס, זוכנדיק אף דעם באזונדערע, געטלעכע, סימאָנים. כ'האַב גאָרנישט ניט געפונען, נאָר מיר 
האָט זיך געדוכט, אז גאָט אליין רעדט צו מיר: 

-- האָסט געבעטן א נעס, אָט האָסטו דיר א נעס. דאָס איז אן אדערוף. און דאָס איבעריקע... 

האָב איך אים געגלייבט אפן װאָרט. ער איז בא מיר געווען א באָטועך. און וויבאלד ער זאָגט... 
נאָר מער קיין דרײַערלעך האָב איך ניט געפונען. װאָס זשע, האָט גאָט מיך אָפּגענארט? צי כ'האָב 
ניט פארשטאנען, װאָס ער מיינט? קאָן זײַן, אז דער נעס האָט געדארפט באשטיין גאָר אין עפּעס 
אנדערש. און טאקע. אינגיכן איז פון סאווראן געקומען דער פעטער בעניע, א ייִד א גוואר, מיט א 
בייזער ברומענדיקער שטים. דאָס פאָנעם און די באָרד -- וי בא א לייב. נאָר פארמאָגט האָט ער 
אינגאנצן איין האנט, און דאָס האָט אין מײַנע אויגן געמאכט צונישט זײַן גװוּרע, זיַן שטים און 
אלע זײַנע איבערמענטשלעכע מײַלעס. ער האָט געבראכט עטלעכע צענדליק פּאָר קינדערשע 
שטיוועלעך מיט קורצע, וי אונטערגעשניטענע, כאָליעווקעלעך און זיי איבערגעלאָזט בא אונדז. 

-- וועסט פארקויפן די שטיוועלעך, -- האָט ער זיך אָנגערופן צום טאטן, --- וועסטו פארדי- 
נען אף פּראװאָוטשעניע:. 

-- נו, װאָס האָב איך געזאָגט? --- האָט זיך אָנגערופן די מאמע. 

בא מיר איז דאן דורך א זינדיקער געדאנק: אויב גאָט האָט געװאָלט װײַזן א נעס, האָט ער 
עס געדארפט טאָן באצײַטנס. װײַל ס'איז אָנגעקומען דער טערמין פון ערשטן אָפּצאָל, די שטיוול 
האָט מען ניט באוויזן פארקויפן, און איך האָב זיך געמוזט אָפּזעגענען מיט דער גימנאזיע. איין 
זאך האָב איך ניט געקאָנט פארשטיין: אזויפיל כעוורע גייען אין שקראבעס, אייניקע לויפן ארום 
באָרװעס -- און די שטיוול קויפט קיינער ניט. 

דער טאטע האָט מיך געטרייסט: 


1 געמיינט: סכארלימעד. 


14 יו 


-- עס גייט צו כאָגע. וועלן מיר פאר איין טאָג אויספארקויפן אלע שטיוול. 

דעם טאָג איז דער טאטע אוועק אין קלייט א גרויסן פארטאָג. ס'איז געווען סאָף דעקאבער, 
ס'איז געווען ערעוו כאָגע. נאָר כאָטש אין דעם טאָג האָבן מיר געזאָלט אויספארקויפן אלע שטיוול, 
איז קיין פרייד אין הארצן ניט געווען. איבערן שטעטל האָבן ארומגעפּױיזעט פארשיידענע אומ- 
רויקע קלאנגען, און אלעמען האָט ארומגעכאפּט א געפיל פון נאקעטקײַט, פון פולער אומבא- 
שיצטקייט קעגן די נײַע געפארן, װאָס הענגען איבערן שטעטל. כ'בין געזעסן לעבן דער הרובע, 
װאָס האָט קוים געזיפעט, און האָב ניט געקאָנט אָנווארעמען זיך, ניט געקאָנט בײַקומען דעם 


זיך שושקענדיק. כ'האָב געװאָלט ערגעץ פארוקן זיך, ערגעץ אויסבאהאלטן זיך פון יענעם גרוי- 
ליקן געפיל, האָב איך צוגערוקט דאָס טישל צו דער הרובע, ארויסגענומען א העפט, װאָס איז 
פארגרייט געווען פאר דער גימנאזיע, און אײַנגעטונקען די פּען אין טינטערל. 

וועגן װאָס האָב איך געװאָלט שרייבן? אפּאָנעם טאקע וועגן יענעם געפיל פון אומהײימלעכקײַט 
און אומבאשיצטקײיַט, וועגן יענער גליװוערדיקער קעלט, װאָס ברעכט די ביינער, וועגן יענעם 
קאלטן און דראָענדיקן דרויסן, װאָס הייבט אָן אריינדרינגען אין שטוב. זיך פארטראכט א ביסל 
און אָנגעהױבן פון א ביסעלע װײַטער. פון יענער צײַט, ווען אלץ ארום האָט אָנגעהויבן ברעכן 
זיך און קרישען זיך און דאָס גאנצע לעבן האָט אָנגעװווירן זײַן געוויינלעכן גאנג. אזוי האָט זיך 
מיר פארגעדענקט דער טאָג, ווען ס'האָט זיך אָנגעהױבן די מילכאָמע. מיר האָט נאָך דאן געפעלט 
עטלעכע כאדאָשים צו פולע זיבן יאָר. 

,װײַהי בימיי...? -- האָב איך אָנגעהויבן שרײַבן. דאָס האָב איך שוין יאָ געװוּסט: אז עס 
הייבט זיך אָן מיט ,ויהי" -- איז דאָס ועגן א צאָרע. טאקע וועגן דעם האָב איך געװאָלט 
שרײַבן. אלע געשעענישן, װאָס זײַנען פאָרגעקומען פאר די אלע יאָרן, האָבן זיך אויסגעלייגט 
בא מיר אף איין זײַטל, און גאָר אינגיכן האָב איך זיך דערקליבן צו יענעם הארבסטיקן גאנצפרי. 

און דאָ איז דער טאטע ארײַן אין שטוב א בלייכער און א פארסאָפּעטער און קוים באוויזן 
ארויסהיכצן: 

-- מע לויפט! 


און מײײַן ערשט ווערק איז געבליבן ניט דערשריבן. 


מע לויפט.. 


אוי, װי מיר פעלט איצט אויס יענץ העפט! דאָס אלץ, װאָס האָט דאן געדארפט אין אים 
פארשריבן װערף אָט קאָן איך איצט בעשום-אויפן ניט דערמאָנען זיך, װי האָט מען גערופן 
יענעם ייִדן, װאָס האָט געװוינט הינטער דער אלטער באָד אין א שטיבעלע, ביז די פענצטער 
אײַנגעזונקען אין דער ערד. די פענצטער אלײן -- האלב פארקלאפט מיט ברעטער, האלב 
פארשטעקט מיט שמאטעס. און געווען איז דאָס א ייד גאָר ניט פאר קיין הינטערגעסל. דאָס 
רעקל א גאנץ לײַטישס, אָן איין לאטע, דאָס שווארצע בערדל -- האלב אונטערגעשוירן און די 
באקן געגאָלט. די פרוי זײַנע, העניע, האָט אויך אויסגעזען װי ניט קיין היגע. עפּעס צו שיין, 
צו כיינעוודיק און צו יונג פאר דער באָד-גאס און פאר אירע דרײַ גרויסע זין. דאָס קורצע 
פארטעכל אירס אויך ניט צו פארגלײַכן מיט אלע קויטיקע װײַבערשע פארטעכער פון אונדזער 
גאס. אייגנטלעך, פון די דרײַ זין זײַנען נאָר צוויי געווען שוין גרויסע. ביידע הויך און שטאלטנע 
מיט א ביסל צו לאנגע פענעמער. ווען איינער פון זיי איז ניט קיין קלײַענדיקער, װאָלט מען 
קיינמאָל ניט געקאָנט װויסן, וועלכער איז מארקוס און וועלכער -- פּאָשעט באָרעך. נאָר גראָד 
דער קלײַענדיקער האָט געהאט אזא ניט ייִדישן נאָמען -- מארקוס. איז שוין שווער געווען א 
טאָעס צו האָבן. 

דער מיזיניק, מענדעלע, איז געווען אין מײַנע יאָרן. ניין, עלטער אף א פּאָר יאָר. און 
טאקע דערפאר, װאָס ער איז ניט געווען ענלעך אף קיין כיידער-ייַנגל, האָב איך ניט אופגעהערט 
טראכטן וועגן אים און בענקען נאָך אים. אוב איך האָב אים א טאָג ניט געזען, האָב איך א 
גאנצן פארנאכט ארומגעבלאָנדזעט ארום יענעם שטיבל, עפשער װעט ער ארויסגיין. איך האָב 
געמוזט א קוק טאָן אף זײַנע לאנגע, א ביסל מיידלשע בלאָנדע האָר, אף זײַנע גרויסע, שטענ- 
דיק פארכאָלעמטע אויגן. 

איך האָב אליין ניט געקאָנט פארשטיין, װאָס ציט מיך אזוי צו אָט דעם מענדעלען און פאר- 
װאָס איז דער טאטע אזוי בייז אף מיר, ווען ער טרעפט מיך לעבן יענעם שטיבל. דאָס דאָזיקע 
הויזגעזינד איז געווען ארומגערינגלט מיט עפעס א סאָד, מיט אָן א שיר סוידעס, װי די אלטע 
באָד מיט פארשיידענע שרעקלעכע געשיכטעס וועגן שיידים און רוכעס, װאָס טאנצן דאָ ארום 
גאנצענע נעכט. 


12 


אין קיין פארבינדונג מיט די שיידים האָט קיינער דאָס דאָזיקע הויזגעזינד ניט כוישעד 
געווען. נאָר מע האָט זי אָפטמאָל דערמאָנט אין עפּעס א שײַכעס מיט פּאָליציי. װאָס פּאָליציי. 
ווען פּאָליצײ, דאָס האָט קיינער ניט געװוּסט. איך אוואדע ניט. נאָר אז מע האָט אָנגעהױבן ריד 
וועגן דעם ייִדן, װאָס גייט אפילע שאבעס ניט אין שול ארײַן, און וועגן זײַנע זין, האָט מען 
גענומען פארהענגען די פענצטער. 

קיינער האָט ניט באמערקט, װי דאָס שטיבל איז מיטאמאָל פוסט געװאָרן. ס'האָט ניט 
געסטײַעט דער ייָד מיטן אונטערגעשוירענעם בערדל, די כיינעוודיקע העניע מיט איר ציכטיקן 
פארטעך און די דריי זין. עטלעכע טעג האָב איך ביז שפּעט אין אָװונט זיך ארומגעדרייט ארום 
דעם פּוסט געװאָרענעם שטיבל און געווארט, אז פון ערגעץ זאָל זיך א יאווע טאָן מענדעלע. ביז 
דער טאטע האָט מיר שטרענג פארזאָגט, איך זאָל זיך ניט דערוועגן צוגיין צום שסיבל. װאָסײ 
די שיידים האָבן עס פארכאפּט, זיי איז ענג געװאָרן אין דער אלטער באָד? 

אין א פּאָר יאָר ארום, אין פרילינג נײַן הונדערט נײַנצן, גלײַך נאָך דעם, װי די דײַטשן 
זײַנען אוועק, איז אין שטעטל ארײיַן א גרויסער פארטיזאנישער רײַטער-אָטריאד. קליין און גרויס 
זייַנען ארויס באגעגענען אים. 

פאָרויס האָט געריטן דער בארימטער פּארטיזאנישער קאָמאנדיר גוליאניצקי און באנאנד -- 
דער קאָמיסאר. ער איז געווען זייער ענלעך אף זײַן ברודער, נאָר װײַל ער איז געווען א קלײַענ"י 
דיקער, האָבן אלע אָנגעהױבן שרײַען: 

-- מארקוס, מארקוס! 

--- טוט נאָר א קוק, מארקוס! 

דערנאָך האָט מען גענומען איבערזיפן מיט די אויגן די אומבאקאנטע רײַטער, ביז מע 
האָט געפונען דעם צווייטן. 

-- זע נאָר, טאקע באָרעך אויך! 

-- אוואדע. װווּ דען זאָל ער זײַן? 

אָבער מענדעלע! איך ווייס ניט, צי אנדערע האָבן אויך געשריגן. איך בין געװען זיכער, 
אז בלויז מײַן קאָל הילכט איבער דער גאנצער גאס: 

-- מענדעלע, מענדעלע! 

-- איר זעט? מײַן מענדעלע! 

פאר אלעמען איז דאָס אריינקומען פון גוליאניצקיס אָטריאד געווען א גרויסער יאָמטעװ. 
נאָר פאר מיר -- דער גרעסטער יאָמטעװו אין מײַן לעבן. כ'האָב זיך דערווארט. ער איז שוין 
געווען װײַט ניט ענלעך אף מענדעלען פון מײַן טרוים. דאָס פּאָנעם װי אָפּגעטארפעט, די 
מיידלש-ויײַסע האָר אָפּגעשױרן, און זײַנע פארכאָלעמטע אויגן... מענדעלע, װאָס איז מיט דיר 
געשען? 

נאָר ריידן מיט אים האָב איך געקאָנט נאָר אין די געדאנקען, װײַל אויב איך האָב פריִער 
ניט געוואגט נאָענט צוגיין צו אים, וי זשע קאָן איך איצט? 

יעדן פארטאָג בין איך געלאָפן צום קלויסטער-פּלאץ, װוּ עס האָט זיך אויסגעשטעלט דער 
אָטריאד, איך האָב זיי ארויסבאגלייט אלע מאָל, ווען זיי פלעגן פארלאָזן דאָס שטעטל, און גיט 
נאָר מיר איינעם האָט זיך געדוכט, אז עס פארגייט די זון. 

ווער זשע איז געווען יענער ייָד און װוער זײַנען געווען זײַנע זין? זאָל זײַן, אז דאָס האָב 
איך אין מײַן פריִער קינדהײַט זיך צוגערירט צו איינעם פון די רעגנדיקע זײײַטלעך פון דעם 
רעװאָליוציִאָנערן אונטערערד, װאָס האָט אויסגעפלאָכטן א נעסטעלע הינטער דער אלטער באָד? 
ווער ווייסט... 

יענעם פארנאכט װעל איך קיינמאָל ניט פארגעסן. װי עס טרעפט אָפּטמאָל אין פריִען פרי- 
לינג, האָט פלוצעם א שאָט געטאָן א שניי, איבערגעמישט מיט גרויסע אײיז-גרײיפּלעך, װאָס 
שטעכן אין פּאָנעם. א פײַכטע, עסעריקע קעלט און א געדיכטער נעפּל האָט געמאכט יענעם 
פארנאכט באזונדערס מאָרעשכוירעדיק. גוליאניצקיס אָטריאד האָט זיך אויסגעשטעלט אפן קלוי- 
סטער-פּלאץ, און איך האָב, וי שטענדיק, א גי געטאָן מיט די אויגן איבער דעם קלייענדיקן מאר- 
קוסן, איבער זײַן ברודער, װאָס מע רופט פּאָשעט באָרעך, און דערנאָך אף לאנג אײַנגעקלאמערט 
דעם בליק אין מײַן מענדעלען. איך האָב אפילע קיין צײַט ניט געהאט כידעשן זיך, װאָס אינעם 
אָטריאד האָבן זיך באוויזן א פּאָר ניַע כעוורע כאשטשעוואטער, מוניע שטריקלדרייער און שימען 
מוישע-באָרעכס. מוניע איז געווען װי א צוגעפּלעטשטער, מיט אן אײַנגעפאלענער ברוסט און פאר- 
שלאָפענע אויגן. ס'איז אפילע א װוּנדער געווען, װאָס דער קאָמאנדיר האָט אים ארײַנגענומען 
אין אָטריאד. האָט מען זיך מעשאער געווען, אז מיסטאמע האָט ער אים גענומען וי א צולאָג 
צו שימען מוישע-באָרעכס, אן עמעסן גיבֿער, דעם שטארקסטן צװוישן אלע באלעגאָלע-יונגען. 


1--0 16 


דער אָטריאד האָט זיך אויסגעשטעלט צו פיר רײַטער אין א ריי, און, װי מיר האָט זיך 
געדוכט, זײַנען זיי אלע געווען עפּעס פארטרויערט, פארזאָרגט און דערפרוירן. זיי ווילט זיך, 
קענטיק, זייער ניט אװעקרײַטן אין דער פארנעפּלטער נאכט ארײַן. מיר איז געווען א ראכמאָנעס 
אף זיי אלעמען, באזונדערס אף מײַן מענדעלען. איך האָב זיך אײַנגעקוקט אינעם שטרענגן 
פּאָנעם פונעם קאָמאנדיר, און מיר האָט זיך זייער געװאָלט אים ארײַנגעבן א געדאנק, ער זאָל 
געבן א קאָמאנדע אומקערן זיך צוריק אין אײַנפאָר-הױז. נאָר קיין שליטע אף זײַנע געדאנקען 
האָב איך ניט געהאט, און ער האָט א קאָמאנדעווע געטאָן: 

-- מארש, מארש! 

מע האָט ארויסבאגלייט דעם אָטריאד, און בא יעדן איינעם איז פארבליבן א ניט פארענט- 
פערטע קאשע -- צי פאָרט דער אָטריאד ארויס בלויז אף א נאכט-אָפּעראציע, צי לאָזט ער זיך 
אין א װײַטן וועג, װוידער איבערלאָזנדיק דאָס שטעטל אף גאָטס באראָט. קיינער איז, פארשטייט 
זיך, די נאכט ניט געשלאָפן, מיט שרעק ווארטנדיק אף דעם קומענדיקן טאָג, װאָס װעט ער 
מיט זיך ברענגען. 

גאנצפרי האָט דער אָטריאד זיך אומגעקערט אין שטעטל. נאָר צוויי פערד זײַנען נאָכגע- 
גאנגען מיט ליידיקע זאָטלען. זייערע רײַטער זײַנען געלעגן אויסגעצויגן אף א פּויעריש וועגעלע, 
צוגעדעקט מיט א גראָבער רעדנע. איך בין נאָך געווען גאָר א קינד, אינגאנצן א יאָר עלף, און 
האָב זייער מוירע געהאט פאר טױטע. נאָר ס'האָט מיך, װי אלע, געצויגן א קוק טאָן אף די 
הארוגים. איינער איז מיר געווען אומבאקאנט. איך האָב לאנג זיך אײַנגעקוקט אין זײַנע שווארצע, 
צעפאטלטע האָר און האָב ניט געקאָנט פארשטיין, פארװאָס ליגט ער אָן א היטל אין אזא קעלט. 
דער צווייטער... 

-- מענדעלע... מײַן מענדעלע! 

איך האָב ביז דאן ניט געװוּסט, אז מע קאָן וויינען אין זיך, ביז גאָר שטיל. דו כליפּעסט, 
פארכלינעסט זיך מיט די אייגענע טרערן, נאָר קיין װאָרט ארויסברענגען קאָנסטו ניט. 

איך האָב זייער מוירע געהאט פאר טויטע. אָבער מענדעלע! איך האָב געגלעט זײַן אויס- 


לעם, זײַן אָפּגעשױרענעם קאָפּ, אף וועלכן ס'וועלן שוין קיינמאָל ניט אָנוואקסן יענע מיידלשע 
װײַסע האָר. 

-- מענדעלע, מענדעלע! 

אָט אזוי האָב איך אים פארלוירן אף שטענדיק. און די עלטערע צויי ברידער? װאָס איז 
װײַטער מיט זיי געשען? עפשער, עפשער װעל איך נאָך געפינען וועלכע-ניט-איז שפּורן און 
צום סאָף פונעם בוך אָפּגעבן די לייענער א גרוס פון זיי. 

דערװײַל איז יענץ העפט מײַנס געבליבן ניט דערשריבן. װי זשע קאָן מען עס איצט פאר- 
פולן? ער קאָן עס איבערדערציילן וועגן די פארביטערטע געראנגלען, װאָס האָבן אין יענע יאָרן 
זיך צעפלאקערט איבער די אומענדלעכע ראכוועסן פונעם אופגעברויזטן לאנד צװישן דער 
אלטער און דער נײַער װעלט, און אלע מאָל א סארפע געטאָן, א בראָט געטאָן אויך אונדזער 
שטעטעלע מיט אָפּטמאָל אומקלאָרע און אומפארשטענדלעכע איבערקערענישן? 

דעם טאָך פון א שלאכט, װאָס האָט אָפּגעדונערט איבערן שטעטל, האָט מען געקאָנט פעסט- 
שטעלן ערשט דערנאָך, לוט דעם, װער װעט נאָכן שטורעם זיך דורכשפּאצירן איבער די 
שטעטלשע געסלעך: וואסילי סילײַעוו מיט די גראנאטעס ,לימאָנקעס? אפן רימען אָדער אנטאָן 
קאָלאָמיִעץ מיט די צוויי קאראבינען אף די אקסלען. זיי ביידע זײַנען געווען אזוי וי די טרעגער, 
די אױסטײַטשער און אויסדריקער פון די בלוטיקע געראנגלען, די פאָרשטייער פון ביידע 
קעגנשטייענדיקע צדאָדים. 

ס'איז שווער צו זאָגן, וויפל איז ער אלט געווען, וואסילי סילײַעװ. א ביסל א פולבלעכער, 
מיט א קײַלעכיק פּאָנעם, מיט א ביסל שוין גראָװלעכע װאָנצן. די לימאָנקעס, װי געזאָגט, 
אפן רימען, די ברוסט איבערגעקרייצט מיט צוויי לאנגע קוילנווארפער-לענטעס. צו דעם אלעם 
האָט אפן פּאָנעם געלויכטן א שמייכל, װאָס האָט געדארפט אלעמען בארויִקן: שרעקט זיך ניט 
פאר מײַנע לימאָנקעס און פאר מײַנע לענטעס. איך בין דאָך די סאָוועטנמאכט, דער רעווקאָם, 

טאקע גלײַך נאָך סילײַעװן פלעגן זיך באװײַזן אף דער גאס מיילעך פּראָטעקטאָר --- דער 
מיליציאָנער, א פּאָר געוועזענע סאָלדאטן מיט אָפּגעריבענע שינעלן און פארזשאווערטע ביקס- 
לעך, און ס'האָט אלעמען אויסגעזען, וי אינמיטן ווינטער האָט א שײַן געטאָן די זון. 

אף אלע געסלעך האָבן אָנגעהױבן צונויפקלײַבן זיך רעדלעך ייִדן, באטראכטן די זאך, זיך 
מעיאשעוו זײַן, צי װעט לאנג דאָ שטיין גוליאניצקיס צי עפּעס אן אנדער אָטריאד און אויב ער 
וועט אוועק, װער װעט בלײַבן אין שטעטל, דער רעווקאָם זאָל זיך קאָנען האלטן. אין אזעלכע 


17 


טעג זײַנען די גרעסטע מעיוכאָסים געווען בעניע קאָװועל און פישל סטאָליער. װײַל איצע בעניע 
קאָװעלס איז ערגעץ בא קאָטאָוסקין און ארקע פישל סטאָליערס -- נאָך װײַטער. האָט מען 
געװאָלט דערוויסן זיך בא זיי, צי האָבן זיי ניט קיין גרוסן, און געהאט א ביסל טאקע טײַנעס 
אויך: האייַטאָכן, װאָס איז דער סייכל פון גיין אזוי װײַט ניט בעסער געווען האלטן זיך נעענ- 
טער צום אייגענעם שטעטל? בעניע קאַװעל האָט, װי זײַן טעװע איז, בייז און אקשאָנעסדיק 
געשוויגן. און פישל סטאָליער האָט צוערשט זיך פארהוסט מיט זײַן לאנגן און טרוקענעם הוסט 
און דערנאָך אָפּגעענטפערט, ארויסשטעלנדיק זײַן דארן, קנאָכיקן פויסט: 

-- ער ועט זיי װײַזן, מײַן אראָנטשיק! 

די צאָרע איז אָבער געווען, װאָס די סימכע איז שטענדיק געווען א פארשטערטע, װײַל 
אלע האָבן געפילט, אז צום עמעסן פרילינג איז נאָך װײַט. ס'וועלן נאָך זײַן נײַע בעהאָלעס און 
איבער די גאסן וועט ווידער אָנהייבן שפּאצירן אנטאָן קאָלאָמיִעץ. 

געווען איז ער הויך און דאר. די ציגײַנעריש-שווארצע האָר פארקעמט אף א זײַט אזוי, אז 
זיי האָבן אינגאנצן פארדעקט דעם רעכטן האלבן שטערן איניינעם מיטן אױג. ער האָט אויך 
געשמייכלט. נאָר דאָס איז געווען גאָר אן אנדער מין שמייכל -- א האלב שיקערער און א האלב 
דראָענדיקער. דערצו האָט ער געשמייכלט נאָר מיטן לינקן אויג. װאָס דאָס רעכטע מיינט, האָט 
קיינער ניט געװוּסט. 

בא קאָלאָמיִעצן האָט מען קײינמאָל ניט געקאָנט וויסן, מיט װאָס עס שמעקט: צי מיט א 
פעטליורישער מאכנע, צי מיט זאבאָלאָטניס א באנדע, צי גאָר מיט א קליין באנדעלע פון די 
היגע באלעגופים. 

אזוי צי אנדערש, האָט יעדער איבערקערעניש, װאָס קאָלאָמיִעץ האָט זי אָנגעזאָגט, זיך אָנ- 
געהויבן מיט אן אליארמירנדיקן אויסגעשריי, װאָס האָט אין איין אויגנבליק אופגעטראָגן אלע 
געסלעך: ,מע לויפט!" 

און גלײַך האָט דאָס גאנצע שטעטל זיך אָנגעהויבן דרייען, װי אין א ויכער, פון די 
אייבערשטע גאסן איז מען געלאָפן אראָפּ, פון די הינטערשטע געסלעך ארוף. קינד-און-קייט 
האָבן געיאָגט מיט קישנס און קאָלדרעס, מיט טאָרבעס ברויט און טשײַניקעס וואסער אהין, צו 
יענע הײַזער, װוּ ס'זײַנען געווען גוט פארמאסקירטע קעלערס און בוידעמער, ,/סעקרעטן", צו 
עפעס א פרײַנט אין דאָרף אָדער גלאט אזוי אין דער וועלט ארײַן. מע לויפט און מע יאָגט, ביז 
עמעצער װעט אומפאלן אינמיטן גאס מיט אן אָפּגעהאקטן אָטעם, אָדער ביז ס'וועט אינמיטנ- 
דרינען קלאָר וערן, אז דאָס גאנצע לויפעניש איז געווען אן אומזיסטע זאך, ס'האָט זיך עמעצן 
אויסגעוויזן. װאָסי? אף קאזאווטשינער בארג האָבן זיך באוויזן צוויי רײַטער מיט קאָסעס הינטער 
די פּלייצעס. האָט מען געמיינט --- ביקסן. 

אפילע אָן שום ,מע לויפט" איז בלײַבן אף נאכט אליין אין שטוב געווען שרעקלעך, אומ- 
היימלעך. קלײַבן זיך צונויף עטלעכע שכיינים אין איין שטוב, מע זיצט בא א סאמאָוואר אָקרעפּ, 
מע פארפּארעט צוגעברענטע שטיקלעך ברויט און מע טרינקט שטארקע, שטארקע טיי, אָן צו- 
קער. און מע האלט אין איין דערציילן מײַסעס פון ניט געשטויגן, ניט געפלויגן. 

מיר קלײַבן זיך צונויף צום פעטער יאנקל. ער װוינט אין שכיינעס בא אן אוקראינישן 
באלעבאָס אף דער לעצטער גאס, װאָס איז שוין האלב שטעטל און האלב דאָרף. 

דער פעטער יאנקל איז א דאָרפס-ייִד, װאָס האָט זיך אריבערגעקליבן אין שטעטל ניט 
לאנג, איבער דער אומרויִקער צײַט, און אליין איז ער מיט גאָרנישט ניט ענלעך אף קיין ייִדן. 
דאָס פּאָנעם זײַנס איז שווארץ, װי בא א ציגײַנער, כאָטש פונעם גאנצן פּאָנעם זעט מען נאָר 
צוויי שטיקעלעך באקן און די קליינע סמאָלע-אייגעלעך. דאָס איבעריקע איז אינגאנצן פאר- 
וואקסן מיט א געדיכטער שווארצער באָרד, װאָס וואקסט אין דער ברייט און מאכט דאָס פּאָנעם 
ברייטער װוי לענגער. ער רייכערט אָן אופהער, פארדרייט גראָבע ציגײַערס פון אזא טשאדענ- 
דיקער מאכאָרקע, אז בא אלעמען הודיעט אין קאָפּ. דער ייִדיש זײַנער איז געווען א ביסל א 
געבראָכענער, וי א נאָכגעמאכטער. איז דאפקע בא אזא דאָרפס-ייִדן געווען אָן א שיר מײַסעלעך 
און ער האָט זיי געקאָנט דערציילן גאנצע נעכט. צוליב די מײַסעלעך האָט מען אים שוין געקאָנט 
מויכל זײַן זײַן געבראָכן ייִדיש און זײַן טשאדען מיט דער מאכאָרקע. פון אים האָב איך געהערט 
און אף שטענדיק פארגעדענקט די מײַסעלעך וועגן דעם באלשעם און וועגן סאָרע באס טויווים, 
וועגן עפעס א רויטער מױיד, בא וועמען מע האָט צוגעגאנוועט איר נאדן און דער כאָסן האָט זי 
אװעקגעװאָרפן. גייט זי ארום און כאפט יונגעלײַט און גייט מיט זיי טאנצן. וועגן שיידים, װאָס 
פארשטעלן זיך פאר א קו צי פאר א ציג אָדער גאָר פאר א שווארצן כאזער און פירן ארום 
מענטשן גאנצע נעכט ביזן ערשטן האָנענקריי. 

און אויב לויפן, איז װוּהין זשע, אויב ניט צום פעטער יאנקל? די זאך איז נאָר --- אין װאָס 
לויפט מען? זומער איז גוט, מע קאָן לויפן באָרװעס. אָבער ווינטער? בא מיר מיט מײַן 


18 


שוועסטערל ביילקע איז פאראן איין פאָר שיך. אף מיר זײַנען זיי א ביסל צו קליין, אף בייל- 
קען -- א ביסל צו גרויס. איז גוט, װאָס די פּאָדעשװע איז אָפּגעריסן און די מאָס קאָן מען 
רעגולירן מיט שטריקלעך. אז ביילקע דארף זי אָנטאָן, ציט מען זיי שטארק צונויף, און אז איך--- 
לאָזט מען זיי א ביסל נאָך. אָבער װאָס טוט מען, אז מע דארף לויפן אלע מיטאמאָל? ביז מע 
מאָסטעט אײַן אף מײַנע פיס די שיך, ביז מע געפינט פאר ביילקען עפּעס א פּאָר אלטע קאלאָש- 
עה און מיוי זײַנען דאָך ניט איינע. וועלוול, כײַקע, סאָרקע, לייקע -- די עלטערע שוועסטער 

און דער ברודער, טאטע-מאמע. און עסן דארף מען דאָך אויך. און בעטגעוואנט. ס'איז דאָך ניט 
זומער. 

די מאמע האָט א טעווע, גלײַך פארלירט זי זיך, הייבט אָן אונטעריאָגן, קלאפּן זיך מיט די 
הענט אין קאָפּ און שרײַען: 

--- הערשל, קינדער, גיכער! 

דער טאטע, פארקערט, איז א קאלטער לונג-און-לעבער. ער האָט ליב פארקלײַבן זיך אין 
,סעקרעט" מיט אלע באקװעמלעכקײַטן: מיט זײַן קישן און קאָלדרע, מיט זײַן גלאָז און טשײַ- 
ניקל און מיט טאלעס-און-טפילן. 

די מאמע רײַסט אף זיך די האָר; 

-- הערשל, װאָס קלײַבסטו זיך, װי אף א כאסענע. די פּעטליוראָווצעס זײַנען שוין אף דער 
צווייטער גאס! מע שיסט! 

-- נישקאָשע, --- בארויקט זי דער טאטע, -- עס ברענט בא זי ניט, זי קאָנען א ביסל 
צוּווארטן, די פּעטליוראָווצעס. 

דאָס מאָל איז קיין צײַט ניט געווען אפילע אף צו קריגן זיך. 

באם פעטער יאנקלען אין שטוב איז שוין ניטאָ װוּ צוצוזעצן זיך. אין ביידע קליינע צימער- 

לעך איז געפּאקט, װי אין א שטײַג מיט הינער, עס זײַנען געקומען צו לויפן יי ניט נאָר 

די נאָענטע שכיינים. דער פּלוצעמדיקער וויכער הט פארטראָגן אהער אָן א שיר מענטשן פון 
פארשיידעגע גאסן. 
װאָס איז, אייגנטלעך, געשען, װאָס קומט פאָר און װאָס שטייט פאָר איבערלעבן דעם שטעטל 
הײַנטיקע נאכט? גענוי ווייסט עס קיינער ניט. נאָר איינס איז באװוּסט: דעניקינצעס! די לעצטע 
טעג האָט מען זיך אָנגעהערט וועגן זיי אזוינס, אז די האָר שטעלן זיך קאפּויר. זיידע שאפּאָשניק 
איז, װײַזט אויס, געווען גערעכט. וי קומען די פעטליוראָווצעס צו זי 

װײַבער קרעכצן. זיי קרעכצן לאנג און שטיל, שאָקלען אונטער מיט קעפּ און באוויינען זיך 
און זייערע קינדער און כאזערן איבער איינס און דאָס זעלבע: 

-- גאָטעניו, ביזוואנען איז דער שיר? 

-- איך האָב זיך געבעטן בא אים: לאָמיר ארויספאָרן קיין אָדעס... --- איינע א פרוי באוויינט 
איר ביטער לעבן, און א צווייטע פּרוּווט טרייסטן איר שכיינע און זיך אליין: 

--- מיט גאָטס הילף. מיט גאָטס הילף וועלן מיר נאָך זײַן אין אָדעס. 

פאר מיר איז אָדעס א לעגענדע. א שטאָט פון סאמע װוּנדער. אין אָדעס ווייסט מען ניט פון 
קיין באנדעס, איִן אָדעס שטארבט מען ביכלאל ניט, אזעלכע דאָקטוירים זײַנען דאָרט פאראן. 
אין אָדעס איז באנאכט ליכטיק וי באטאָג, און וינטער -- ווארעם וי זומער. נאָר װוער קאָן זיך 
עס דערקלײַבן קיין אָדעס? 

-- אָדעס, אָדעס... -- דאָס נעמט א װאָרט איינער פון די מאנצבלען, און זײַן שטים איז פול 
מיט כויזעק. --- װײַבער טראכטן אויס. 

צי ס'איז שוין טאקע פארנאכטלעך, צי ס'איז א שווארצע כמארע, פון וועלכער עס װעט 
באלד זיך נעמען שיטן א האָגל, צי עפשער דערפאר, װאָס ס'האָט זיך אָנגעשטופּט אהער אזויפיל 
אוילעם, נאָר אין די קליינע צוויי כאדאָרימלעך איז שטארק טונקל און אלץ ארום האָט זיך צו- 
נויפגעגאָסן איניינעם. קיין באזונדערע פּענעמער קאָן מען שוין ניט פאנאנדערקלײַבן. 

-- און איך זאָג, -- רעדט ארויס פון א באָרד מיט א ניגן פון מאפטיר, -- עס שטייט בא 
דעשײַע האנאָווי ,ועהאִיאָ בעאכריס האיאָמים... און בא דאניעלן... איז לייגט צונויף די דריטע 
אויסיעס פון די אלע ווערטער און בארעכנט, וויפל זיי באטרעפן, האָבן מיר בעגימאטריאָ... ' 

שאָקלען זיך בערד, שפּיציקע און קײַלעכיקע, ברייטע און שמאָלע, גרויע און רויטע, און 
מע שעפּטשעט שטיל אין זיך ארײַן, װי א טפילע. מע רעכנט, מע ציילט, און בא אלעמען בא- 
קומט זיך דאָס זעלבע: תרפ'ט. יאָ, טאקע דאָס יאָר, װאָס האָט ניט לאנג זיך אָנגעהויבן. און דאָס, 
קומט אויס, איז דער ;אכריס האיאָמים, אָט דאָס איז דער קעץ, דער סאָף פון אט גאָלעס, פון 
אלע ייִדישע צאָרעס. 

-- הײַנט פארשטייט איר שוין? 


19 


בלײַבן בערד וי פארגליווערט. װאָס דארף מען דאָ פארשטיין? ס'איז דאָך קלאָר, װי דער 
טאָג, אז דער דעניקינישער פאָגראָם, װאָס בושעוועט אין שטעטל, איז זייער א נייטיקע זאך, אן 
אומבאדינגטער פאָרגעריכט פארן קעץ, אלע דארפן פּאָשעט זײַן גליקלעך. אײַ, די סרייפעס? אײַ, 
די גוואלדן, װאָס דערטראָגן זיך אהער פונעם שטעטל?.. 

און די גוואלדן ווערן װאָס אמאָל שטארקער. 

--- פּערפּעטוּוּם מאָבילע!.. -- בערל אקערמאנס שיטער און שמאָל בערדל איז פול מיט ביטל 
און כויזעק. 


--- װאָס, װאָס?.. --- זיידע שאפּאָשניקס געדיכטע באָרד הייבט אזש אָן אונטערציטערן 

-- אנטקעגן דעם, װאָס מע זאָגט, מאָשיִעכס צײַטן. די זעלבע געשיכטע. פערפעטוום מאָבילע. 

-- װאָס בעבעט איר?.. פע-פו -- פוטער מיט בוימל. 

--- װאָס זשע, איר ווייסט ניט, װאָס איז אזוינס פּערפּעטווט מאָבילע? 

און פארקערט, ער זשע קאָן יאָ וויסן, װאָס דאָס איז אזוינס? מע מיינט מיסטאמע, אז דאָס 
איז אן אנדער פּאָסעק פון עפעס אן אנדערן און אומבאקאנטן נאָװוי, און ס'האָט אויך א שײַכעס צו 
אָט דעם קעץ אָדער, פארקערט, לייקנט אים אינגאנצן אָפ. 

-- עפּעס גאָר אף טארגעם-לאָשן... 

אָנגעטישעט זיך איבער די בערד -- די אמעראצים, נעמט בערל דערקלערן: 

--- שוין הונדערטער יאָרן, אז א סאך געלערנטע ווילן צוטראכטן אן אייביקן מאָטאָר, װאָס 
א מאָטאָר איז, ווייסט איר כאָטש? קורץ, א מאָטאָר, װאָס זאָל זיך דרייען און דרייען און קיינמאָל 
ניט אָפּשטעלן זיך. אָט דאָס הייסט פּערפּע-טוּיוּם מאָדבי"לע. א פּוסטע געשיכטע, יעשײַע... מאָ-ד 
שיעכס צײַטן. 

זיידע קאָן ניט לײַדן, אז עמעצער זאָל זיך ארויסשטעלן קליגער פון אים. 

-- אָט דאָס גאָר? דארף איך אײַך זאָגן, אז איר האָט א טאָעס. מע האָט שוין לאנג צוגע- 
טראכט, 

-- ווער? 


-- טאקע איך אליין... יאָ, יאָ, איר מעגט מיר גלייבן. און זאָל נאָר װערן שטיל אף דער 


וועלט, און זאָל נאָר ווערן א וועג, פאָר איך אוועק קיין פייטערבארג. א גאנץ פּאָשעטער איניען. 


מע דארף מאכן זיבן הילצערנע האמערס, איינער גרעסער פונעם אנדערן, און אָנטשעפען זי אף 
איין אקס. גיט מען א קלאפ מיטן קלענסטן האמער דעם גרעסערן, יענער גיט א קלאפ דעם נאָך 
גרעסערן, ביז ס'דערגייט צום סאמע גרעסטן, צום זיבעטן, און יענער גיט אפסניַי א קלאפ דעם 
סאמע קלענסטן. און עס הייבט זיך אָן דרייען און דרייען און קיינער קאָן שוין ניט אָפּשטעלן. 
װײַל ס'איז דאָ אף דער וועלט אזא זאך, װי אינערציע! 

און זיידע באקוקט בערלען מיט א ביטלדיקן בליק, װי איינער רעדט: ,וי קומט אײַער 
פּערפּעטוּוּם מאָבילע צו מײַן אינערציע?" 

אין די צוויי קליינע צימערלעך ווערט אלץ טונקעלער, בלויז פון מאָל צו מאָל גיט א לויכט 
ארײַן די שײַן פון א װײַטער צי נאָענטער סרייפע און ס'גיט זיך א רײַס ארײַן פון ערגעץ א 
הארצרײסנדיק געשריי, און עס שמעקט מיט סמאלינעס. אפּאָנעם, ענטפערנדיק אף דעם, װאָס עס 
קומט פאָר אין דרויסן, רעדט עס ארויס פון איינער א לאנגער באָרד, װאָס לויכט אין דער פינצ- 
טער מיט איר שנייִקער װײַסקײַט: 


-- און איך װעל זאָגן, אז בעסער פון אלע האָט געטאָן איצע בעניע קאָוועלס. אויב לייגן 
דעם קאָפּ, איז כאָטש וויסן פאר װאָס. 


נאָר גראָד וועגן דעם יל איצט קיינער ניט ריידן, וועגן דעם ברענענדיקן דרויסן... און װוי 
קאָן בערל דערלאָזן, אז זײַנס זאָל איבערגיין? 


--- פּייטערבארג... -- שמייכלט ער, -- כ'האָב מוירע, ס'זאָל ניט זײַן נאָכאמאָל די געשיכטע 
מיט אײַערע קאלאָשן.. 

וי ביטער ס'איז ניט אפן הארצן, שמייכלען שוין אלע. די מײַסע מיט זיידעס קאלאָשן ווייסן 
קליין און גרויס. געקומען צו אים אמאָל עפּעס א פּריצע נאָך קאלאָשן, און ער האָט ניט געקאָנט 
צוקלײײַבן צו דער מאָס. איבערגעװאָרפן די גאנצע קראָם, נאָר די סאמע גרעסטע מאנצבלשע 
קאלאָשן זײַנען קליין אף איר. זיידע איז געווען אויסער-זיך. הערט א מײַסע, בא אזא איידעלער 
פּריצע זאָל זײַן אזא מעשונעדיקער פוס, זי דארף אוואדע א פיר-און-פופציקסטן נומער. איז 
אָבער זיידע א ייד מיט אמביציע און ער װעט ניט ארויסלאָזן פון זיך אזא קוינע. 

-- בארויִקט אײַך, מאדאם, -- זאָגט ער צו איר, -- אָט נעם איך אײַך אראָפּ די מאָס, קלאפּ 


גלײַך א טעלעגראם קיין פּייטערבארג, און איר מעגט זײַן זיכער, אין א װאָך ארום האָט איר אײַער 
נומער קאלאָשן, 


0 


אזוי איז דאָס טאקע געווען. די פּריצע האָט אירע קאלאָשן באקומען און באצאָלט פאר זיי 
א צווייענדיקע פּרײַז, נאָר צוגעשיקט האָט מען אים ניט קיין איין פּאָר, נאָר א גאנצן קאסט. 
פופציק פאָר אזעלכע קאלאָשן, נאָר מער קיין פּריצעס מיט אזעלכע פיס האָבן זיך ניט געפונען, 
און זיידע איז געבליבן שטעקן מיט זײַן סכוירע. ביז... ביז ס'זײַנען ארײַן די פּעטליוראָווצעס. 

אלע שמייכלען, און זיידע אליין שמייכלט אויך, דערציילנדיק דעם סאָף פון דער געשיכטע 
מיט די קאלאָשן, כאָטש דאָס שמייכלען איז מיט יאשטשערקעס. 

-- אָבער איך האָב זיי אָפגענארט, די גאזלאָנים! זיי האָבן זיך ארײַנגעריסן אין קלייט, 
אָנגעהױבן נישטערן; פארשטייט זיך, גאָרנישט ניט געפונען, א פוסטע קלייט, און מיטאמאָל 
אָנגעטראָפן אף דעם קאסטן מיט די קאלאָשן. ס'איז געװאָרן א טומל, א געדולע. א שפּילכל! ער 
האָט דאן געזען קאלאָשן? מע האָט אָנגעהויבן רײַסן זיך איבער זיי, שיר ניט צעפּאטשט זיך, 
נאָר אז מע האָט גענומען מעסטן... ,זשיד פּארכאטי, --- שרײַען זיי, --- מאכסט פון אונדז כויזעק?". 
,זײַט מויכל, דאָבראָדיִעס, -- בעט איך זיך בא זיי, -- איר זאָלט מיר געווען באצײַטנס איבער- 
געבן אײַערע מאָסן...* 

איך זיץ אין א ווינקעלע אף דער ערד, צוגעשפארט צו דער מאמעס קני, און שלינג יעדעס 
װואָרט. איך ווייס ניט, װאָס הייסט פּערפּעטוום מאָבילע און װאָס הייסט אינערציע. איך קאָן אויך 
ניט פארשטיין, װוי װעט זיך עס באקומען מיט די זיבן הילצערנע האמערס, נאָר איך װאָלט די 
גאנצע צייט אזוי געזעסן און געהערט די מײַסעס. זיי פארטויבן א ביסל די גוואלדן אין דרויסן 
און דער פאכעד איז ניט אזוי גרויס. און ווען זיידע דערציילט דעם סאָף פון דער געשיכטע מיט 
די קאלאָשן און אין ביידע צימערלעך לאכט מען זיך פאנאנדער, -- א שטילער, נאָר פונדעסט- 
וועגן א געלעכטער, -- ווערט בא אלעמען א ביסל גרינגער אפן הארצן און מע פארגעסט אף א 
זױיײַלע, װאָס אין שטעטל קומט פאָר. מײַן טאטע האָט, אפּאָנעם, אויך פארגעסן. 

-- באָבקע, --- רופט ער זיך אָן צו מײַן מאמע, --- איך װעל גיין א קוק טאָן צו דער שטוב, 
מיר דוכט, אז מיר האָבן זי ניט וי געהעריק צוגעשלאָסן. און די ציג איז שוין מיסטאמע געקומען, 


-- וועלכע שטוב, וועלכע ציג, --- שרײַט די מאמע, --- ביסט פון זינען? 

נאָר דער טאטע האָט שוין א כאפ געטאָן בא דער האנט די מיטלסטע שװועסטער, סאָרקען, 
ער האלט זי פאר דער סאמע פלינקער, און איז ארויס פון דער שטוב. 

-- רעב הערשל! -- שרײַט אים נאָך בערל. -- ברענגט אונדז א ביסל פרישע ציגענע 
מילך!.. 

װייִהי בימיי... און דאָרט, װוּ ס'הייבט זיך אָן מיט ,װײַהי", איז דאָס וועגן א צאָרע. כ'דער- 
מאָן זיך אין מײַן העפט, װאָס איז געבליבן ליגן אפן טיש, מײַן ערשט געשריבן ווערק. און עס 
פארדריסט מיך, װאָס דער טאטע האָט גענומען מיט זיך די שװועסטער און ניט מיך. מײַן העפט 
קאָן נאָך פארפאלן װערן. און װער ווייסט, װוער וייסט, װאָס מע װעט נאָך דארפן פארשרײיַבן 
אין דעם דאָזיקן העפט... 


געברענטס און געבראַטנס 


זי איז ארײַן אין שטוב מיט פאמעלעכע טריט פון א בלינדן, װאָס טאפּט אויס פאר זיך 
יעדער שפאן. ארײַנגעקומען און געבליבן שטיין, װי אן אונטערגעהאנגענע. דער קאָפּ אראָפּגע- 
לאָזט, װי ניט קיין לעבעדיקער, און פון אים האלט אין איין קאפּען און קאפּען. בלוט, א טראָפּן 
נאָך א טראָפּן. 

די מומע כײַע-גאָלדע!. 

קיינער האָט זיך ניט געכאפּט ארומוואשן און פארבינדן די װוּנד. אלע זײַנען געשטאנען וי 
געפּלעפטע, עפשער ערשט איצט פארשטאנען, װאָס עס קומט פאָר אין ברענענדיקן שטעטל, און 
דער פאכעד האָט געשמידט הענט און פיס. ביז עס האָט זיך געפונען איינער און דערלאנגט איר 
א גלאָז וואסער. יאָ, טאקע דאָס האָט זי געמיינט. אױסגעזופּט די גלאָז וואסער מיט איין שלונג, 
האָט זי אָנגעהויבן זיך ארומקוקן, װוי עפּעס זוכנדיק, געװאָלט עפּעס זאָגן, נאָר ניט געקאָנט אויס- 
ריידן קיין װאָרט. מע האָט נאָר געזען, אז עס ווארפט זי וי אין קאדאָכעס און אז אין מויל 
קלאפן די ציין. ערשט איצט האָט עמעצער געכאפּט זיך אײַנעצן א האנטעך און ארומבינדן די 
װווּנד. דער פעטער יאנקל האָט געװאָלט מאכן אן אָרט אף אוועקלייגן זי. נאָר די מומע האָט א מאך 
געטאָן מיט דער האנט -- מע דארף ניט. זאָל מען איר נאָר מאכן אן אָרט אף צוזעצן זיך. 

--- און װווּ איז כאיִם? -- האָט די מאמע א פרעג געטאָן. 

כאֹיִם איז כײַע-גאָלדעס מאן, דעם טאטנס א ברודער. 


21 


--- און װוּ איז הערשל? -- האָט זי אָפּגעענטפערט מיט א פראגע. 

אלע האָבן מיטאמאָל פארגעסן אין יעשײַען, אינעם פּערפעטווּם מאָבילע און אין דער 
אינערציע. אונדזער שטיבעלע, װאָס הייסט שוין קימאט דאָרף, הייבט אָן אָנווערן זײַן קויעך פון 
א מאָקעם-מיקלעט, און אלע דערפילן, אז די סרייפע, דער גרויסער אומגליק, װאָס בושעוועס 
איבערן שטעטל, דערנעענטערט זיך אהער. 

איך האָב פאריסן דעם קאָפּ. איך האָב געבעטן בא גאָט א נײַעם נעס. איך דארף מער ניט 
קיין דרײַערלעך, איך דארף ניט דעם פעטערס שטיוול, איך דארף ניט די גימנאזיע. נאָר מאך, 
גאָטעניו, אזוי, אז דאָס שטעטל זאָל אופהערן ברענען און ס'זאָל מער ניט פארגאָסן ווערן קיין 
בלוט און אז די אלע קוילערס זאָלן װאָס גיכער כאפן א מאפּאָלע. 

אפּאָנעם, אז ניט נאָר איך האָב אין יענער מינוט זיך געװוענדט צום אייבערשטן. אלע, סיי 
מענער, סיי פרויען, האָבן אָנגעהויבן עפּעס שעפּטשען און שאָקלען מיט די קעפּ. יעדערער מיט 
זײַן טפילע. עפשער האָבן ייִדן געזאָגט ווידע, גרייטנדיק זיך יעדערער צו זײײַן לעצטער מינוט. 

דאָס שטילע שעפּטשען האָט מיטאמאָל אופגעריסן אין איין לאנגן, אומופהערלעכן, פארטוי" 
בנדיקן וויי:געשריי. געשריִען האָבן אלע, איך אויך. אפּאָנעם, אז יעדערער האָט פונקט, וי איך, 
געװאָלט איבערשריײיען די אייגענע שרעק אָדער די צוויי יונגע קאזאקן, װאָס האָבן זיך באוויזן אף 
דער שװועל מיט פארהוילטע שװוערדן. זיי האָבן אויך עפּעס געשריִען. נאָר װאָס פאר א ווערדע 
האָבן געהאט זייערע צוויי שטימען אין אָט דעם יאם פון גוואלדן? זייער בייז אויסגעשריי האָט 
מיסטאמע באטיײיט איין זאך -- דער אוילעם זאָל אנשוויגן װערן. נאָר דאָס געשריי -- דאָס איז 
דאָך געווען דאָס איינציקע געווער, די איינציקע באשיצונג פונעם געפּלעפטן, צעדולטן אוילעם, 
קיין שווערדן האָבן זיי ניט געהאט, קיין ביקסן אויך ניט. 

די מאמע האָט דערװוייל אן עפן געטאָן דאָס קליינע פענצטערל, װאָס לעבן אויוון, און אָנגע- 
הויבן ארױיסשלײַדערן אונדז איינעם נאָכן אנדערן, פריִער די עלטערע שװועסטער, דערנאָך מיך. 
דערנאָך ביילקען. 

--- לויפט, קינדער, לויפט אריבער דאָס ריטשקעלע. איך לויף נאָך אײַך. צו טערעשקען... 

עפּעס האָט א בלענד געטאָן די אויגן... ווען איך בין געקומען צו-זיך, האָב איך גיכער דער- 
פילט, וי דערזען, אז איך בין איינער אליין. דאָס שמאָלע געסל מיט די הויכע, שטיינערנע פארקנס 
האָט מיר אויסגעזען שרעקלעך פרעמד. און איך האָב זיך אינגאנצן פארלוירן. כ'האָב ניט געװוּסט 
װאָס צו טאָן -- צי דעריאָגן די עלטערע שװעסטער, צי דערווארטן זיך אף דער קלענערער און 
אף דער מאמען. אריבערגעשפּרונגען דאָס שמאָלע ריטשקעלע, בין איך געבליבן שטיין: װוּ איז 
די מאמע, װוּ זײַנען די שוועסטער? צי דען זײַנען זיי אװעקגעלאָפן מיט אן אנדער געסל? און 
ארום מיר -- א קאלטער און בייזער פארנעפלטער אָװנט, קוים װאָס מע זעט עפּעס עטלעכע 
שפּאן פאר זיך. מיטאמאָל האָב איך זיך דערפילט שרעקלעך נישטיק און אָנמעכטיק. און מערער 
פאר אלץ האָט מיך געפּײַניקט א גרויליק געפיל פון איינזאמקײַט, גלײַך מע האָט מיך איינעם 
אליין פארװאָרפן אין א פרעמדער, אומבאקאנטער און פײַנטלעכער וועלט. 

פון אלע זײַטן, פון נאָענט און װײַט, האָט געשניטן דעם אױיער, געפּרעסט דאָס הארץ 
עפּעס א מאָדנע סקאװוּטשען פון הינט, א מין קלאָגנדיקער געװואָי, גלײַך זיי האָבן באוויינט די 
הארוגים. בין איך געשטאנען לעבן דעם ריטשקעלע און האָב מוירע געהאט שטעלן א טראָט. איך 
האָב אויך אָנגעהױבן סקאװװוּטשען, װאָיען פונקט אזוי, װי די הינט. מיר האָט זיך געדוכט, אז 
אזוי װועט מיר זײַן היימלעכער, זאָלן כאָטש די הינט מיינען, אז איך בין א זייעריקער. 

וו איז טערעשקעס שטוב, האָב איך ניט געװוּסט. איך האָב נאָר געװוּסט, אז ער איז א מיל- 
נער און װוינט ערגעץ לעבן דער מיל. געדוכט האָט זיך מיר, אז איך בלאָנדזע שוין ארום א 
גאנצע נאכט, עטלעכע נעכט נאָכאנאנד, כאָטש צו דער מיל איז גאָרניט געווען אזוי װײַט. אלע 
מאָל האָב איך זיך אין עפעס פארטשעפעט, זיך אויסגעגליטשט און בין אומגעפאלן. דערנאָך 
זיך אופגעהויבן און געגאנגען װײַטער מיט עפעס א פאראקשנטער זיכערקײַט, אז איך װעל 
קומען גראָד צו טערעשקען אין שטוב און דאָרטן װעל איך טרעפן די מאמע, די שוועסטער און 
ס'וועט ווערן א סאָף צו מײַן עלנטקײַט. 


איך האָב אויסגעקליבן די שטוב, װאָס שטייט אפן בערגל אנטקעגן דער מיל. דאָ דארף ער 
וווינען, טערעשקאָ, האָב איך זיך מעשאער געווען. אן אנדערס מאָל װאָלט איך געשטאנען בא דער 
טיר ניט װייניקער פון א שאָ, ביז איך װאָלט געוואגט זי עפענען. איך בין געווען זייער א שעמעוו- 
דיקער. איצט האָב איך אין אלץ פארגעסן. איך בין געווען הונגעריק, איך בין געווען דורכגע- 
פרוירן, און איך בין געווען זיכער, אז איך וועל דאָ טרעפן די מאמע מיט די שוועסטער. 

קיינער פון זיי איז דאָ ניט געווען. נאָר אים, טערעשקען, האָב איך דערקענט לויט זײַן גע" 
שטופלט פּאָנעם און לוט זײַן צוגעלאָזטן גוטמוטיקן בליק. האָב איך געמוזט נעמען אלץ אף זיך 


29 


אליין. מיט מיין געבראָכן אוקראיַניש, א װאָרט איבער דרײי, האָב איך דערקלערט, ווער איך בין 
און פארװאָס איך בין צו אים געקומען; די מאמע האָט אונדז געהייסן לויפן אהער. אויב ער 
װועט מיך לאָזן איבערנעכטיקן, האָב איך אים צוגעזאָגט, װעל איך אים ברענגען א פּאָר שטיוול 
פאר זיין יאטל. איך האָב דאן אפילע ניט א טראכט געטאָן וועגן דעם, אז פון די שטיוול איז שוין 
קיין זייכער ניט געבליבן. 

-- אהא, העגשקאָ, -- האָט ער זיך אָנגערופן אף זײַן אויפן. די ,,רייש" האָט בא אים שטענ- 
דיק געקלונגען וי א ,;גימל". --- װווּ זשע איז דער טאטע, די מאמע, אלע אײַערע? 

נאָר מיין אוקראיניש איז געווען צו קנאפּ און צו געבראָכן, דערצו האָבן די ציין געהאלטן 
אין איין קלאפן און אלע מאָל א ביס געטאָן די צונג. און איך האָב גאָרנישט ניט געקאָנט דערציילן. 

-- אזא מייסע... -- טערעשקאָ האָט זיך א קראץ געטאָן מיט דער רעכטער האנט הינטערן 
אויער. --- װוּהין זשע טוט מען דיך אהין? אין שטוב איז געפערלעך. וואניע, אנו קריך אראָפּ!.. 

פון אויוון איז אראָפּגעקראָכן א יאטל מיט א צעפּאטלטן קאָפּ קוטשערן און א קוק געטאָן 
אף מיר מיט זיינע שווארצע אויגן. מיר האָט זיך געדוכט, אז ער איז א ביסל בארויגעז אפן 
טאטן און שטארק בייז אף מיר. און ס'איז מיך ויידער באפאלן א שרעק. 

--- וואניע, וועסט אויסבעטן אין סטאָדאָלע, --- האָט זיך אָנגערופן טערעשקאָ. 

-- פאר אונדז ביידן? -- האָט וואניע געפרעגט. 

--- זאָל זיײַן אזוי. און דעם פּעלץ נעם מיט. 

טערעשקאָ האָט כיטרע א װוּנק געטאָן צו מיר: 

-- איז װאָס זשע זאָגסטו, א פּאָר שטיוול? זייער פײַן. אויב אזוי, קומט דיר א שיסל הייסן 
באָרשטש. 

כ'האָב גאָר פארגעסן, אז דער באָרשטש איז טרייף, און אז דאָס פלייש, װאָס שווימט ארום, 
איז געוויס כאזער-פלייש, און אז דער לעפל איז אויך טרייף, און די שיסל אויך. כ'האָב געזופּט 
מיטן הילצערנעם לעפל דעם הייסן, שמעקנדיקן באָרשטש, אלע מאָל געכאפּט א קוק צום באלע- 
באָס און ווייטער גענומען זופן. געזופּט, געבריט זיך, געװאָרגן זיך און אלע מאָל אָפּגעביסן א 
שטיקל פונעם הילצערנעם לעפל. 

היי איז אין סטאָדאָלע געווען א סאך. דער פּעלץ איז אויך געווען א לאנגער און א ברייטער, 
אזא מין פעלץ, װי עס טראָגן נאכט-שוימרים. עס האָט געסטײַעט אף איינוויקלען אונדז ביידן, 
מיך מיט וואניען, פון קאָפּ ביז די פיס. נאָר כאָטש איך בין אָפּגעװוען העכער א שאָ אין דער 
ווארעמער שטוב, אויסגעזופּט א גאנצע שיסל הייסן באָרשטש, האָב איך אלץ ניט געקאָנט ביי- 
קומען דעם ציטער און דאָס פריקרע קלאפן פון די ציין. מיר האָט זיך אלץ געדוכט, אז וואניע איז 
בארויגעז אף מיר, און איך האָב געפּרוּװוט אים איבערבעטן: 

-- אָט װעל איך קומען אהיים, װעל איך דיר ברענגען א פּאָר שטיוול. 

-- נו, גוט, האָדי, שלאָף. 

נאָר ווער האָט עס געקאָנט אײַנשלאָפן? איך בין געווען אינגאנצן װי צעשרויפט, צערודערט, 
און מיר האָט זיך געדוכט, אז פון יענער צײַט, ווען איך האָב צוגערוקט דאָס טישל צו דער הרובע, 
גענומען די פּען און אָנגעהויבן שרײַבן ,װײַהי בימיי", זײַנען אוועק יאָרן, הונדערטער יאָרן. און 
אז אלץ אין דער וועלט האָט זיך איבערגעקערט, אלץ האָט זיך געענדערט. און איך אליין אויך. 
איך בין אינגאנצן אן אנדערער. און איך ווייס אליין ניט, װוער איך בין. כ'האָב דאָך געהאט א 
טאטן, א מאמען, ברידער, שוועסטער, און איצט... מיר איז גאָר שרעקלעך צו טראכטן וועגן 
דעם. איך ווייס ניט, איך ווייס ניט, וועמען איך האָב און וועמען האָב איך שוין פארלוירן. עפשער 
בין איך גאָר א יאָפעם, א קיילעכיקער יאָסעם... 

איך האָב ניט געקאָנט אײַנעמען, אײַנשטילן דעם אינערלעכן ציטער און אלץ שטארקער זיך 
געטוליעט צו וואניען, וועמען איך האָב געזען דאָס ערשטע מאָל אין מײַן לעבן. מיר האָט זיך 
געדוכט, אז ער איז עלטער פון מיר אף א פּאָר יאָר, און איך האָב געװאָלט, ער זאָל מיר דער- 
קלערן, פארענטפערן אלע מײַנע קאשעס. 

-- זיי װועלן דאָ לאנג ניט זײַן, די דעניקינצעס, -- האָט ער מיך געטרייסט, -- זיי טרעטך 
אָפּ. זי אנטלויפן פון די באָלשעוװיקעס. 

-- איז װאָס זשע ראבעווען זיי, פארװאָס הארגענען זיי? 

-- נו, דאָס איז עפּעס אנדערש. וועסט אויסוואקסן, װועסטו זיך דערוויסן. 

איך װאָלט שוין געװאָרן א ביסל בארויגעז אף אים, -- ער איז טאקע עלטער פון מיר אף 
א פּאָר יאָר, נאָר האלט זיך שוין צו גרויס, א גאנצער ווייסער, -- נאָר איך בין אים אלץ מויכל 
דערפאר, װאָס עד פרירט מיט מיר איניינעם אין דער סטאָדאָלע. איך טוליע זיך נאָך נעענטער צו 
צו אים, און עס הייבט זיך מיר אָן דוכטן, אז עס ווערט מיר ווארעמער, עס װערט מיר גרינגער 
אפן הארצן דערפון, װאָס ער ליגט לעבן מיר, 


ניט װײַט פון דער סטאָדאָלע, גלײַך אונטערן בערגל, האָט גערוישט דער נאָך ניט *ן 
פרוירענער בוג. פון דרויסן האָבן זיך דערטראָגן אהער די װײַטע אָפּהילכן פון געשרייען און דאָס 
זואָיען פון די דאָרפישע הינט. דורך די שמאָלע שפּאלטן האָט ארײַנגעקוקט א פארויטלטער, א 
פארפלאמטער הימל און ס'האָט געשמעקט מיט געברענטער שטרוי, מיט געסמאלעטע פעדערן 
און מיט נאָך א סאך רייכעס. 

-- הערסט, וואניע, כ'וועל דיר ברענגען א פּאָר שטיוול. 

--- נו, האָדי, שלאָף... 


ציגן מײַנע, ציגן! 


שווער, מיט גרויסע ווייטעקן, קוים אראָפּטרײסלענדיק פון זיך די נאכט, איז אָנגעקומען אף 
דער וועלט א גרויער און קויטיקער, א פארייכערטער און פארוויינטער טאָג. ער איז אָנגעקומען 
לאנגזאם, אלע מאָל זיך אָפּגעשטעלט, גלײַך ס'האָט אים אָטעם פארפעלט, און ווידער געמאכט א 
פּאָר ניט זיכערע, שלאבעריקע טריט, געגאנגען מיט האלב צוגעמאכטע אויגן, מוירע געהאט א 
קוק טאָן אף דעם כורבן, װאָס די נאכט האָט איבערגעלאָזט. 

טערעשקאָ איז די נאכט אויך ניט געשלאָפּן, די גאנצע צײַט געשטאנען אפן בערגל לעבן 
דער שטוב און זיך אײַנגעהערט. ערשט דערנאָך האָב איך זיך אָנגעשטױסן צוליב װאָס. בא אים 
אפן בוידעם האָבן זיך אויסבאהאלטן נאָך עטלעכע ייִדן. איז ער געשטאנען, זיך אײַנגעהערט אין 
די קוילעס, װאָס גייען פונעם שטעטל, און נאָכגעשפּירט נאָכן וועג. ער האָט דער ערשטער בא" 
מערקט, װי איבער דער בריק, װאָס א קילאָמעטער רעכטס פון דער מיל, האָבן אָנגעהױיבן טופּען 
הונדערטער פערדישע טלאָען. די דעניקינצעס האָבן פארלאָזט דאָס שטעטל. וװען איך מיט 
וואניען זײַנען ארײַן אין שטוב, זײַנען שוין דאָרט געזעסן די, װאָס זײַנען די נאכט אָפּגעװען 
אפן בוידעם. 


-- קריך ארוף אפן אויוון, ווארעם זיך אָן א ביסל, -- האָט מיר באפוילן טערעשקאָ. 

אהיים האָב איך זיך דערקליבן דער לעצטער. 

די מאמע האָב איך געטראָפן זיצנדיק אף דער ערד, װוי מע זיצט שיווע. זי האָט געשאָקלט 
מיטן קאָפּ, געבראָכן די פארבלאָווטע הענט, געהוסט מיט א מאָדנעם טרוקענעם הוסט און גע- 
וויינט. זי האָט באוויינט מיך, דעם פארפאלן געװאָרענעם מיזיניק. די עלטערע שװועסטער כײַקע 
האָט מיט אלע קויכעס געבלאָזן אין דער הרובע ארייַן, געפּרוּווט ארויסבלאָזן פונעם נאסן האָלץ 
כאָטש א מינדסטן פונק. 

דער טאטע האָט זיך געפּאָרעט בא די אויסגעהאקטע פענצטער, פארשטעקט זי מיט שמא- 
טעס, פארקלאפּט מיט ברעטלעך און געפּרוּווט אײַנמאָסטען צווישן זיי שטיקלעך גלאָז. דער 
קאלטער ווינט האָט פרײַי געהוליעט איבער דער שטוב, אלע מאָל א הייב געטאָן פון דער ערד א 
ביסל פעדערן פון די צעפליקטע קישנס. ערשט צום סאָף האָב איך באמערקט ביילקען זי איז 
געלעגן אף א שמאָל סאָפקעלע, און אף איר איז געווען אָנגעוואלגערט װוּ נאָר עפּעס א שמא- 
טע, װאָס איז געווען אין שטוב, זי זאָל זיך דערווארעמען. 

-- גאָטעניו! -- די מאמע האָט זיך א ריס געטאָן פון דער ערד און ארומגעכאפּט מיך מיט 
ביידע הענט פארן האלדז. 

צו דער מאמעס טרערן בין איך געווען געװווינט. נאָר אז דער טאטע זאָל וויינען, האָב איך 
געזען צום ערשטן מאָל. ניט געלאָזט א טרער, נאָר מאמעש געוויינט, וי עס וויינט א ייִדענע. אָט 
אזוי, אינמיטנדרינען, געבליבן שטיין מיט א שמאטע אין דער האנט און זיך צעכליפּעט, צעוויינט 
אפן קאָל און אפילע ניט געפרוּווט אויסוישן די טרערן. זי זײַנען גערונען איבער די צעקנייטשטע 
באקן, איבער דער באָרד, זײַנען געפאלן אף דער ברוסט. און איך... אלץ, װאָס איז פאָרגעקומען 
פאר אָט דעם שרעקלעכן מעסלעס, האָט מיך ניט אזוי דערשיטערט, װי דעם טאטנס טרערױ 
האָב איך אויך אָנגעהױבן וויינען. געוויינט, וי עס קאָן וויינען א צװעלפיאָריק ייִנגעלע, אן איבער- 
געפרוירנס, אן אויסגעהונגערטס און אן אָנגעשראָקנס, געוויינט און ניט געקאָנט אויסוויינען פון 
זיך די קעלט און דעם הונגער, די שרעק און דעם אומפארשטענדלעכן צאר פון זען דעם טאטן 
וויינען. דערנאָך האָבן אָנגעהױיבן וויינען אלע שוועסטער. 


-- נו, גענוג, -- האָט א קאָמאנדעווע געטאָן דער טאטע, און אלע זײַנען אין איין אויגנבליק 
אנשוויגן געװאָרן. 

איצט, ווען אלע זײַנען שוין געווען איניינעם און די מאמע האָט געקאָנט אָפּדאנקען גאָט, 
װאָס האָט אונדז אלעמען אָפּנעראטעװעט, איז איר געקומען אפן געדאנק דער איינציקער שאָדן 


24 


-- און די ציג, וויי איז מיר, זי גייט ארום ניט קיין געמאָלקענע! --- און זי האָט זיך פארהוסט 
מיט יענעם טרוקענעם הוסט, װאָס האָט פון יענעם טאָג זי ניט אָפּגעלאָזט ביז איר לעצטער מינוט. 

איז דאָס דאָך מײַן שטענדיקע ארבעט -- גיין זוכן די ציג. ווּ קאָן זי זײַן? איינס פון די 
ביידע, אָדער לעבן בעסמעדרעש, אָדער הינטערן קלויסטער. נאָר איידער איך גי אָפזוכן די ציג, 
ווילט זיך מיר שטארק צולויפן צו אונדזער קלייטל. איך האָב דאָך צוגעזאָגט וואניען א פּאָר 
שטיוול. נאָר איך האָב זיך ניט געקאָנט פאָרשטעלן, אז צו אונדזער קלייטל װעט דאָס מאָל זײַן 
אזוי װײַט... 

מיר איז אָפּטמאָל שרעקלעך געווען פאָרשטעלן זיך, אז א מענטש, וועמען איך האָב ערשט 
נעכטן געזען ארומגיין איבערן שטעטל, ליגט א פארנייטער אין טאכריכים און די נעשאָמע זײַנע 
שוועבט ארום ארום אים. מיך פלעגט פארדריסן אף דער נעשאָמע. זי פליט זיך ארום, װי א 
פרייער פויגל, און אים, דעם בארמינען, װעט מען באלד פארגראָבן אין דער ערד, אָפּזאָגן א קא- 
דעש און פארטיק. יענעם גאנצפרי האָט זיך מיר געדוכט, אז איבערן גאנצן שטעטל האלטן אין 
איין ארומפליען, ארומבלאָנדזען איבערגעפרוירענע נעשאָמעס, וועמען מע האָט פאר דער צײַט 
ארויסגעטריבן פון זייערע ווארעמע נעסטן, און זיי קלאָגן, גוואלדעווען, װאָיען אזוי, באוויינענדיק 
זיך אליין, זייערע צעשטערטע נעסטן. 

הונדערטער רויכעלעך האָבן זיך געשלענגלט איבערן שטעטל, רעשטלעך פון די נעכטיקע 
סרייפעס. אנדערע הײַזער האָבן ערשט געהאלטן אין רעכטן ברענען. אלטע הייזקעס, ווער ווייסט 
וויפל זיי האָבן אָפּגעלעבט, האָבן אויסגעהויכט דעם לעצטן אָטעם זייערן. 

האָב איך געשפאנט איבערן פארענדערטן שטעטל, איבער די טשאדענדיקע געסלעך, און אין 
מײַן נאָך קינדערשן מויעך זײַנען אופגעקומען לעפּישע געדאנקען, אז מענטשלעכע נעשאָמעס 
זײַנען געגליכן צו די זיך שלענגלענדיקע רויכעלעך, װאָס הייבן זיך גלײַך צום הימל, און אז 
געוויס וועלן זיי אלע טרעפן גלײַך אין גאניידן ארײַן. 

מייסים --- אינמיטן גאס. 

איך קען זיי אלע, די, װאָס ליגן איצט אף דער צוגעפרוירענער בלאָטע. כ'װאָלט געקאָנט וועגן 
יעדן דערציילן זייער א סאך. 

שײַע דאָס זיבעלע. איך וייס ניט, פארװאָס מע האָט אים אזוי גערופן. מעגלעך, פאר זײַן 
נידעריקן װוּקס און שרעקלעכער אויסגעדארטקײַט. א בערדעלע אף לײַטיש געלעכטער, און דאָך 
ליב געהאט כאָכמענען זיך. אין איינעם א פרילינגדיקן טאָג, ווען דאָס גאנצע שטעטל איז געווען 
פארזונקען אין בלאָטע, האָט ער אינמיטן מארק זיך אויסגעגליטשט און איז געפאלן. מע האָט 
אים ארומגערינגלט, געפרוווט אופהייבן, און ער -- איינמאָל ניין. בלויז אופגעזעצט זיך, באקוקט 
דאָס רעדל ייִדן און אָנגעהויבן אויסזינגען מיט א ניגן פון דער מעגילע: 

-- איך װעל ניט אופשטיין, ביז מײַן װײַב װעט ניט צוגיין און װעט ניט זען, אז איך בין 
געפאלן. 

איצט איז ער געלעגן, צעװאָרפן די הענט אין ביידע זײַטן, דאָס נעבעכדיקע בערדעלע זײַנס 
אינגאנצן אין בלאָטע, געלעגן און געקוקט אף זײַן זעלדען מיט איין אָפן אויג. און זעלדע האָט 
זיך אלץ געבעטן: 

-- נו, שטיי שוין אוף, שײַע... אָט בין איך דאָך לעבן דיר... 

הינטער זײַן שטיבל, װאָס איז האלב איינגעוואקסן אין דער ערד, פארװאָרפן אין א זײַט דעם 
הילצערנעם פוס, ליגט סימכע קרופניק. שוין לאנג, אז מע זאָגט אף אים --- ווער ווייסט, אין װאָס 
עס האלט זיך דאָרטן די נעשאָמע, הויט-און-ביין. פארמאָגט האָט ער אמאָל א בלינדע קליאטשע, 
װאָס פלעגט טאנצן א גאנצן טאָג אפן טאָפּטאק און דרייען זײַן גרויפּן-מילכל. שוין לאנג, א סאך 
יאָרן צוריק, איז די קליאטשע געפּײיגערט, קויפן אן אנדערע איז ניט געװען פאר װאָס, האָט 
סימכע אליין, מיט איין פוס, געטאנצט אפן טאָפּטאק און געדרייט דאָס מילכל. אז מע האָט א װײַב 
מיט דרײַ פיצלעך קינדער! געטאנצט און געהוסט, געטאנצט און געהוסט. און אָפטמאָל גע- 
שפּיגן מיט בלוט. און אלע יאָרן געטרוימט וועגן א ביסעלע יויך. ער -- אין זיך, דאָס װײַב -- 
אין דער הייך, פאר די שכיינים: 

-- די דאָקטוירים זאָגן... ווען איך קאָן אים געבן אלע טאָג א פעטע יויך... נארישע דאָק- 
טוירים... 

זײַן נעשאָמע איז מיסטאמע געווען ניט שווער ארויסקלײַבן זיך. זי האָט זיך סײיווי קוים 
געהאלטן אין אים. 

איצע קריװאָשײ איז געזעסן צוגעשפּארט צו דער וואנט, און קיינער װאָלט איצט ניט גע- 
זאָגט, אז בא אים איז א קרומער האלדז. פּאָשעט, א מענטש האָט א ביסל פארבויגן דעם קאָפּ אף 
כאפּן א דרעמל. פארקרימט איז געווען דאָס מויל. און שטיקער פארפרוירן בלוט אונטער די ליפּן, 


29 


און װי קומט אף דער גאס לייבעלע קאלעטוכע? ער איז דאָך געווען מיט אונדז איניינעם 
באם פעטער יאנקל? 

ארן שוסטער װוינט אפן סאמע ברעג שטעטל, לעבן דעם שמאָלן סטעזשקעלע, װאָס פירט 
צו דער בראָװער קרענעצע. פון עטלעכע שטעטלשע גאסן גייט מען מיט דעם סטעזשקעלע נאָך 
וואסער. נאָר זײַן שטיבל שטייט זיך וי אָפּגעזונדערט. ס'איז ניט אין שטעטל און ניט אין דאָרף: 
ארן האָט עס שטענדיק געהאלטן פאר א סגולע און קיינמאָל ניט געלאָפן זיך באהאלטן, די דעני" 
קנצעל האָבן אים געטראָפן אין דער היים. 

צוויי מאָל האָבן זיי מיך געהאנגען, -- בארימט ער זיך. 

ער איז מערער פארװוּנדערט, װי אופגעבראכט. א שפּילכל -- צוויי מאָל הענגען און בלײַבן 
לעבן! 

לוט דעם, וי ארן דערציילט, קומט אויס, אז שולדיק אין אלעמען איז דער שװאָרען, װאָס 
האָט ארויסגעשטעקט פון דער סטעליע. א שװאָרען, אף וועלכן ט'איז געהאנגען א וויגעלע. דער- 
זען דעם שװאָרען, האָט זיך זיי פארװאָלט עמעצן אופהענגען. אפגיך געמאכט א שלייף, האָבן זי 
באפוילן: : 

-- באָלשעװיק, קריך אין שטריק ארײַן. 

--- קיין באָלשעװויק בין איך ניט, --- זאָגט ער זיי, ווען ער האלט שוין דעם קאָפּ אין שלייף. 

-- ניט קיין באָלשעװיק? 

נעמען זיי אים ארויס פון שלייף, שטעלן אוועק אף דער ערד און גיבן עטלעכע גוטע קלעפ. 

-- זשיד! --- שרײַט אויס א צווייטער. 

-- נו, זשיד, דאָס איז עפּעס אנדערש. זאָל איך ווידער קריכן אין שלייף? 

ארן שוסטער װײַזט אלעמען די בלויע סימאָנים אפן האלדז, מע זאָל ניט מיינען, אז דאָס האָט 
ער אויסגעטראכט. 

--- צוויי מאָל געווען אפן שטריקל. איר זעט? 

רויכעלעך -- נעשאָמעלעך. און טשאדענדיקע האָלעװועשקעס. און עס גייען שוין צום בעסוי- 
לעם די ערשטע לעװײַעס. 

באם בעסמעדרעש האָב איך קיין איין ציג ניט געטראָפן. נאָר הינטערן קלויסטער... 

ציגן מײַנע, ציגן.. מיט װאָס האָט איר זיך פארזינדיקט? איר האָט דען אויך נע/ שאָמעס? ווו 
זשע פֹליִען זיי איצט ארום? אָט דאָ, ארום אײַערע קעפּ א קאָפּעטעס, צי ארום די קעסלען, אין 
וועלכע מע קאָכט פון אײַך א מיטיק?.. 

כ'האָב נאָך לאנג ארומגעבלאָנדזעט איבערן שטעטל. ארומגעבלאָנדזעט א צעמישטער. ניט 
געקאָנט באנעמען די אומזיניקײַט פון די אכזאָריעסן, ניט געקאָנט מאסקים זײַן מיט.דער נישטי- 
קער ווערט פון מענטשלעכן לעבן. װײַל אויב אזוי, זײַנען מיר דאן אלע גאָרנישט ניט און יעדע 
מינוט קאָן מיט אונדז געשען דאָס זעלבע. 

-- גאָטעניו, פארװאָס קומט עס אונדז? 

איך בין נאָך געווען זייער װײַט פון אָפּיקאָרסעס. כ'האָב זיך נאָך פעסט געהאלטן בא גאָט. 
נאָר איך בין געווען שטארק בארויגעז אף אים, איך האָב ניט געקאָנט פארשטיין, װאָס ער וויל פון 
אונדז און װאָס האָט ער געמיינט מיט אָט דער שרעקלעכער שכיטע. און װאָס זײַנען די ציגן 
שולדיק?.. 

כאד"גאדיאָ, כאד-גאדיאָ... איז דאן מיר אופגעקומען אפן געדאנק דאָס מײַסעלע פון דער 
האגאָדע און דער סאָף פונעם מײַסעלע: ,װײיהאָסאָ האקאָדויש באָרוך הו...* 

ווען זשע װעסטו קומען, ריבוינעשעלוילעם, און איבערקוילען די קוילערס, און א סאָף 
מאכן צו די אלע רעציכעס. 

איך האָב לאנג ארומגעבלאָנדזעט איבערן שטעטל און געטײַנעט מיט גאָט. און אומקערן זיך 
אהיים האָב איך עפּעס ניט געקאָנט. איך האָב אף מײַן לעבן נאָך קיינעם ניט אָנגעזאָגט קיין 
שלעכטע בסורע. 

ווען איך בין שפּעט נאָך האלבן טאָג ארײַן אין שטוב, האָט די מאמע וידער אָנגעהויבן 
וויינען. 

-- װוּ ביסטו עס געווען? 

איך האָב געשוויגן, 

--- און ווו איז די ציג? 

האָב איך ווידער געשוויגן. 

-- האָסט געפונען די ציג? 

קוים ארויסגעקוועטשט פון זיך: -- יאָ. 

-- װוּ זשע איז זי? 


260 


איך האָב ניט געקאָנט אָנזאָגן קיין שלעכטע בסורע און גערעדט פארשטעלט: 
-- דאָרט, װווּ איצע קריװואָשײ. 
--- און װוּ איז איצע קריװואָשײ? 
--- אף יענער-וועלט. 
-- וויי איז מיר! אונדזער ציג! 
בין איך שוין געװאָרן בייז: 
-- אלע ציגן!.. 
דער טאטע נעמט אונדז אלעמען טרייסטן: 
-- א שיינע ריינע קאפּאָרע פאר אונדז און פאר אלע ייִדן. 
די מאמע קאָן זיך אָבער דערמיט ניט טרייסטן. זי פארברעכט די הענט: 
-- א שטראָף פון גאָט!.. 

. ווייל אויב איר זײַט ייִדישע ציגן, איז גייט צום אלטן בעסמעדרעש, קײַט פונעם דאך 
דעם פאר פוילטן אָטשערעט, קריכט ניט צום קלויסטער, און זאָל זיך אײַך ניט גלוסטן קיין גרינע 
לאָנקעס, קיין פריש גראָז. 

איך האָב צוערשט אפילע ניט באמערקט, אז מיר האָבן א גאסט -- טערעשקען. באטאָג זעט 
זײַן פּאָנעם אויס נאָך מער געשטופּלט און יעדער גריבעלע איז פארקלאפט מיט מעל-שטויב. און 
דער שמייכל זײַנער זעט אויך אויס נאָך ברייטער, ליכטיקער. 

-- אָ, אָט איז ער טאקע, דאָס יאטל אײַערס. ער האָט צוגעזאָגט א פּאָר שטיוול פאר מײַן 
וואניען. װוּ זשע זײַנען די שטיוול? 

-- ניטאָ קיין שטיוול! -- האָב איך אויסגעשריִען און זיך צעוויינט. אלץ, װאָס איך האָב זיך 
אָנגעקוקט, איבערגעלעבט און איבערגעטראכט, ווען איך האָב ארומגעבלאָנדזעט איבערן שטעטל, 
האָט מיטאמאָל זיך ארויסגעריסן פון מיר, ארױיסגעגאָסן זיך אין א מאבל טרערן -- ניטאָ, 
ניטאָ, -- האָב איך געשריִען. --- גאָרנישט ניטאָ. 

-- אז ניטאָ, איז ניטאָ, -- און טערעשקאָ האָט, נאָך זײַן טעווע נאָך, א פּיק געטאָן דאָס 
פעלצל, אראָפּטרײסלענדיק דעם שטויב. --- װאָס זשע דארף מען וויינען? ניטאָ איז ניטאָ. 

ווען ער האָט זיך גענומען זעגענען מיטן טאטן און מיט דער מאמען, האָב איך פארשטאנען, 

אז געקומען איז ער ניט נאָך די שטיוול, און מיר איז געװאָרן א ביזאָיען פאר מײַן שרײַען. 

-- איז געדענק זשע, העגשקאָ, -- האָט ער געזאָגט, זעגענענדיק זיך, --- אויב דו דארפסט 
א זעקל מעל, אף באָרג, עפעס זײַנען מיר דאָך.. -- און פארענדיקט האלב ייִדיש מיט זײַן 

עוויינלעכן שמייכעלע: -- נא בענעמאָנעס!.. 

ס'האָבן געצאנקט, געגויסעסט די לעצטע טעג פונעם ביטערן טויזנט נײַן-הונדערט-נײַנצעטן, 
און מיט שווערע ווייען האָבן אָנגעהױיבן קומען אף דער וועלט די צוואנציקער. טאקע דעם זעלבן 
טאָג, דעם ערשטן טאָג נאָכן שרעקלעכן פּאָגראָם, האָט אף די גאסן זיך באוויזן וואסילי סילײַעו. 
מיט די לימאָנקעס אפן רימען, מיט די קוילנווארפער-לענטעס איבער דער ברוסט און מיט זײַן 
טרייסטנדיק שמייכעלע אפן פּאָנעם. סילײַעוו, סילײַעוו, פארװאָס האָסטו זיך ניט באוויזן צוריק 
מיט עטלעכע טעג? : 

און אפן צווייטן טאָג האָט אין שטעטל אריײינגעשפּאנט א רויטארמיייישער טייל. ניט דורכ- 
געיאָגט, ניט אָנגעפלױגן, נאָר טאקע ארײײנגעשפּאנט. דאָס ערשטע מאָל ארײַנגעשפּאנט אין 
שטעטל מיט פעסטע, געמאָסטענע טריט, זיכער, אז צוריק װעלן זיי שוין ניט שפּאנען. אריינגע- 
שפאנט רויַק, געלאסן, אָן שיסערײיען און אָן אויסגעשרייען. א לאנגע קאָלאָנע רויטארמייער האָט 
זיך אויסגעצויגן פון העט אויבן, פון דער קאָוואליווקע, ביזן מארק-פּלאץ. הונדערטער פּאָר שיך 
האָבן געקלאפּט איבער דער אויסגעפלאסטערטער גאס, און איבערן גאנצן שטעטל האָט געהילכט 
א ליד, א מונטערע און א צאָרנדיקע, גאָר א נײַע ליד, װאָס האָט זיך פארגעדענקט אלעמען אף 
אייביק. 


;28סמ18/ 23 866 וטוא עתנטומם 
./ס80סהץקד /טוא6ס עזסת, 

 6806088 ---‏ 03וסס /אסז8קטם 
1ה60680 2683 וב זסם 


ג אלע פון פאָלק אופגעקומען, 
קינדער פון ארבעט און נויט, 
ברידער-פארבאנד און קאַמונע 
אונדז אין די שלאכטן באגלייט. 
(פון דעם קאמף-מארש , מוטיק, כאװיירים". 
איבערזעצט אין ייִדיש -- עסטער) 


27 


- 


טאקע דעם זעלבן טאָג האָבן יאָמטעוודיק-פריילעך זיך צעקלונגען די האמערס אף דער 
קאָוואליווקע, און א ביסל װײײַטער, צווישן די קלייטן, האָבן זיך צעדרינדזשעט די בלעכער מיט 
זייערע הילצערנע העמערלעך, און אין די הינטערגעסלעך -- די שנײַדער אף זייער אויפן, די 
שוסטער אף זייערן, און די פּעלצנמאכער אף זייערן -- מיט זייערע ניי-מאשינעס, מיט זייערע 
נאָדלען און מיט זייערע לידלעך. און באקומען האָט זיך, אז אומעטום זינגט מען און מע כאזערט 
אויס איינע און די זעלבע ליד: 
,גםסקהּוז 43 866 ומא עתנטומם 
.-הס8ּסמץקז װטא66ס זסם, 


ייִדן און ייִדענעס גייען ארום פון שטוב צו שטוב און פרעגן זיך נאָך בא די רויטארמייער, 
צי האָבן זי ניט באגעגנט ערגעץ זייער אראָנטשיקן, צי ניט געהערט עפּעס וועגן זייער איציקן, 
וועגן שימענען. אלע זײַנען זיכער, אז זייערע זין דארפן זײַן ערגעץ נאָענט. װער זשע דען װעט 
האָבן אין זינען כאשטשעוואטע? און יעדן טאָג דערוויסט מען זיך א נײַעם סאָד. לאָזט זיך אויס, 
אז אידע-לייע דער אלמאָנעס זון, איסאָסכאָר, איז אויך בא די רויטע. און פרויקע ראָסיע דער 
האָרבאטעס אויך, און אפילע פּיניע דעם שאמעס באָכער --- זאלמענקע. 

ס'איז יאָמטעװדיק אין שטעטל, יאָמטעװדיק און טומלדיק. און באזונדערס טומלט זיך ארום 
יאָסקע בעקער, װאָס באקט יעדן טאָג אויס א היפּש געבעקל ברויט פאר די רויטארמייער. פון 
גאנצפרי אָן שטעלן זיך דאָרטן אויס עטלעכע פורלעך, א פאָר צענדליק רויטארמייער אין א 
לאנגער ריי, און פון סאמע אויוון ביז די פורלעך ווארפן זיי איבער פון האנט צו האנט די הייסע 
לעבלעך ברויט. מיר שטייען שאָענװײַז און קוקן אף דער דאָזיקער פריילעכער שפיל. 

-- װאָס שטייט איר, כעוורע? הײַדא, מיט אונדז! 

שטעלן מיר זיך ארײיַן אין דער רויטארמיייִשער ריי, זי ווערט געדיכטער, און די ארבעט גייט 
לעבעדיקער. מיר שטייען פארפלאמטע, פארשוויצטע און גליקלעכע. פון דעם, װאָס די רויטאר- 
מייער שמייכלען צו אונדז, פון דעם, װאָס מע דארף ניט מוירע האָבן פאר זיי, און פון דעם, װאָס 
מיר ברענגען אויך עפעס א שטיקל נוץ. 

אָט אזוי האָבן מיר זיך אײַנגעקריצט אין דער נעשאָמע די ערשטע בילדער פון דער נײַער 
וועלט: רויטארמייישע לידער, רויטארמיייישע שמייכלען, אויסגעמישט מיט רייכעס פון פרישן 
הייסן קאָרנברױט. 


דער קישעף פון צײַט 


איז אָט, א מײַסעלע וועגן א ציג... און אזויפיל ניט קיין פריילעכע זיכרוינעס. און מעגלעך, 
אז אָנגעהױבן האָט זיך ניט פון דער ציג, נאָר פון דער מומע רייזען. זי האָט מיך טאקע פאר- 
שלעפּט צו זיך נעכטיקן מיט א טנײַ, אז אויב ס'וועט מיר געפעלן װוערן, בלײַב איך בא איר. און 
אויב איך װעל געפינען עפּעס בעסערס... כאָטש, וי די מומע רייזע שטעלט זיך פאָר, װעל איך 
קיין בעסערס ניט געפינען. און טאקע, א באזונדער צימערל, א קליין סעדעלע ארום דער שטוב, 

דער ליידיקגייער האָט אונדז טאקע היפּש פארהאלטן, און קיין כאשטשעוואטע זײַנען מיר 
אָנגעקומען שפּעט אין אָװנט. אונדזער ערשטע באגעגעניש איז פאָרגעקומען אין דער פינצטער, 
און איך האָב ניט געקאָנט פעסטשטעלן, װי דאָס שטעטל זעט אויס, װי האָט זיך עס געענדערט 
פאר די יאָרן. מיט דער וועטשערע האָבן מיר זיך אָפּגעפארטיקט גיך, און כאָטש די מומע רייזע 
האָט געזאָגט, אז נאָך אזא רײַזע דארף מען זיך גוט אױיסשלאָפן, האָט זי נאָך א פּאָר גוטע שאָ ניט 
אופגעהערט דערציילן און איבערדערציילן פארשיידענע געשיכטעס, באזונדערס וועגן איר מאן 
מענדל-עליע איצע-געצלס, װאָס איז איר אלע יאָרן געלעגן אין די ביינער, און אפילע איצט, 
נאָך זײַן טױט, קאָן זי ניט, די רייד זאָלן אים ניט זײַן צו שווער, דערמאָנען אים רויַק. פונעם 
מאן אריבער אף מײַן מאמען, װאָס, װי זי האָט געזאָגט, שטייט זי איר די גאנצע צײַט פאר די 
אויגן, און איך... איך האָב געפילט, אז סײַװי װעל איך ניט אײַנשלאָפן, און איך האָב אויסגעהערט 
אלע אירע מײַסעס, ביז זי אליין איז, אזוי זיצנדיק, אנשלאָפן געװאָרן. 

וי איך האָב שוין דערציילט, האָב איך נאָך אין צוג אָנגעהויבן פילן אף זיך דעם קישעף 
פון איינשטיינס רעליאטיװיטעט-טעאָריע. מיטאמאָל מישן זיך די צײַטן איבער און דיר הייבט 
זיך אָן דוכטן, אז דו לעבסט אין גאָר אן אנדערער, שוין לאנג פארגאנגענער צײַט. אזא איז גע- 
ווען אויך די ערשטע נאכט אין כאשטשעוואטע. די קורצע זומערדיקע נאכט האָט מיר אויסגעזען 
ווייטעקלעך לאנג, װײַל כ'האָב אפסנײַ איבערגעלעבט גאָר אן אנדער נאכט, יענע נאכט בא 
טערעשקען אין סטאָדאָלע, יענעם גאנצן מעסלעס, װאָס האָט זיך אף שטענדיק אײַנגעקריצט 
אינעם זיקאָרן. 


28 


מיטן פריִען באגינען בין איך ארויס אין גאס א קוק טאָן אפן שטעטל. דאָס ערשטע, װאָס 
איך האָב דערזען, איז געװען דער בוג און די בריק איבער אים. פארגאָסן מיט די ערשטע 
שטראלן פון דער נאָרװאָס אופגעגאנגענער זון, האָט דער טײַך ארויסגעגלאנצט מיט עפּעס א 
ווונדערבארן גלאנץ. איך הייב ניט אָן צו פארשטיין: װועדליק איך געדענק, האָט מען קײנמאָל 
פונעם שטעטל ניט געקאָנט זען דעם בוג און די בריק. ערשט דערנאָך האָב איך זיך געכאפּט, אז 
די געסלעך, װאָס פלעגן פארשטעלן דעם טײַך, זיינען פארשוווּנדן. 

איך בין נאָך אינגאנצן געווען אין געפענקעניש פון יענער װײַטער נאכט, און עפשער דער- 
פאר האָט דער בוג אָנגעװייעט אף מיר א מאָרעשכוירע. עס איז בוילעט אופגעשוומען אן אלט, 
אָבער ניט פארגעסן בילד: איבער דער בריק קלאפן און קלאפן הונדערטער פערדישע טלאָען 
און איבערן גאנצן ארום, איבער די קאלטע און מוטנע וואסערן פונעם שפּעטי-הארבסטיקן טײַך, 
איבער די קארג באשנייטע בערג מיט נאָך גרינע אינדזעלעך, איבער די דערפער, װאָס קוקן 
מיט שרעק ארויס אף די אומרויקע וועגן, און איבערן שטעטל, װאָס איז אָפגעגאנגען מיט בלוט, 
האָט זיך צעגאָסן אזא טרויעריקע קאזאקישע ליד, פול מיט בענקעניש נאָך רו און נאָך היים. 
איך געדענק ביז היינט יענע מעלאָדיע, װאָס האָט געכאפּט באם הארצן, די ליד, װאָס האָט דאן 
ארויסגערופן בא מיר אזויפיל פראגן, װאָס קיינער האָט זיי ניט געקאָנט פארענטפערן. אין יענעם 
באגינען איז מיר שווער געווען פארשטיין דאָס סאמע שענסטע פון גאָטס באשעפענישן -- דעם 
מענטשן. װי האָט עס גאָט געקאָנט אריינבלאָזן אין אים אזויפיל װידערשפּרעכלעכס און װוי קאָ- 
נען עס מענטשן באנאכט באגיין אזויפיל אכזאָריעס און פארטאָג זינגען אזעלכע הארציקע לידער. 

די דאָזיקע פראגן זיינען ווידער אופגעקומען דעם גאנצפרי, אופגעקומען אף גאָר א נײַעם 
אויפן. גאָט איז אָפּגעפאלן, און ס'איז דורכגעגאנגען א גאנץ דורכגעלעבט לעבן, װאָס יעדער 
יאָרצענדליק זײײַנער טראָגט אף זיך די גרױיסקײַט און אָנגעזעטיקטקײַט פון א גאנצער עפּאָכע. 
די צוואנציקער און דרייסיקער, די פערציקער און פופציקער, די ערשטע יאָרן פון די זעכציקער. 
און געווען איז אין זיי אלץ: מענטשלעכע מעסירעסנעפעש און פרײַנטשאפט, העלדנטאט, װי 
אויך, צום באדויערן, ניט װיײיניק מענטשלעכע פרעכקייַט און מענוּװאָלישקײַט, גרויזאמע אכזאָ- 
ריעס, װאָס האָט געקאָסט דער וועלט מיליאָנען לעבנס. 

דער גאנצפרי איז געווען א לויטערער און א זוניקער, און געזען האָט מען ניט נאָר דעם 
בוג מיט דער בריק, נאָר אויך העט-װײַט, אף יענער זײַט טײַך, דעם הויכן באדג, װואָס האָט 
ארומגערינגלט דאָס שטעטל מיט א גרויסן גרינעם האלבקרײיז, די עטלעכע דערפער, װאָס האָבן 
זיך איינגעמאָסטעט אף אים מיט זייערע בלענדיק װײַסע כאטקעס, מיט זייערע גערטענער און 
סעדער אין צוויט. 

און ווייל פאר מיר איז אלץ געלעגן דער טײַך און די בריק און פאר די אויגן זײַנען גע- 
שטאנען קאזאקן, האָב איך זיך דערמאָנט אין א צווייטער באגעגעניש מיט זיי. אין גאָר אנדערע 
באדינגונגען, אין גאָר אנדערע צײַטן. געשען איז דאָס אין דער מיט פונעם יאָרצענדליק, װאָס 
טראָגט דעם נאָמען -- די דרייסיקער יאָרן. 

אונדזער ראיאָן פון זאפּאָראָזשיער געגנט, אין וועלכן ס'איז געווען א סאך ייִדישע קאָל- 
ווירטן, האָט געפירט א סאָציאליסטישן געוועט מיט צימליאנסקער ראיאָן פון ראָסטאָװוער געגנט. 
פריער איז געפאָרן אהין אונדזערע א דעלעגאציע, דערנאָך זײיַנען די צימלער קאזאקן געקומען 
צו אונדז. געגרייט האָט מען זיך צו דער באגעגעניש, וי צו א גרויסן יאָמטעו: מע האָט געקאָכט 
און געבאקן, געפּאָלעט די פעלדער און געשמירט די הײַזער, די געסט זאָלן, כאָלילע, ניט געפי- 
נען קיין מינדסט פעגימעלע -- עפעס א מיסטגראָז אין פעלד צי א שטויבעלע אין שטוב. און 
ווען די דעלעגאציע איז צוגעפאָרן צו איינעם א ייִדישן דאָרף, זײַנען קליין און גרויס ארויס אף 
דער גאס באגעגענען די געסט. 

און דאן איז געשען אזוינס, װאָס קיינער האָט ניט געקאָנט דערקלערן און איבער װאָס מע 
האָט שטארק געלאכט. וי א וויכער האָבן א יאָג געטאָן איבער דער ברייטער דאָרפישער גאס 
דרײַ טאטשאנקעס און אף יעדער טאטשאנקע פינף קאזאקן אין בלויע הויזן מיט רויטע לאמפּאסן, 
אין גרינע היטלען מיט גלאנציקע דאשעקעס און פון די רימענס הענגען אראָפּ שװערדן. אוך 
עפעס א ליד אזא... 

ס'האָט קיינער ניט אויסגעשריגן ,מע לויפט", מעגלעך, אז קיינער האָט אפילע ניט באוויזן 
א טראכט טאָן, נאָר עפּעס א געפיל, אפּאָנעם, װאָס איז געבליבן פון יענע יאָרן, א געפיל, װאָס 
האָט די גאנצע צײַט געדרעמלט, האָט מיטאמאָל א בליץ געטאָן אין די מויכעס, ארויסגערופן 
יענעם לאנג פארגעסענעם פלאטער און געצװוּנגען פרויען א כאפּ טאָן די קינדער אף די הענט 
און ארײַנלויפן אין די הײַזער. אין איין קעהערעף-איַן איז די גאס געװאָרן פּוסט. און ס'האָבן 
געמוזט דורך נאָך עטלעכע מינוט, דער אוילעם זאָל קומען צו-זיך און קאָנען באנעמען, אז איצט 
קומט פאָר גאָר עפּעס אנדערש, פּונקט דער הײפּעך. אז כאָטש די זעלבע בלויע הויזן מיט רויטע 


29 


לאמפאסן, די זעלבע גלאנציקע דאשעקעס און שװערדן, נאָר די צײַט איז גאָר אן אנדערע, און 
די מענטשן זײַנען אנדערע, און דער גײַסט איז אן אנדערער. אלץ ארום -- די זויבערע לופט, 
די שטראלן פון דער װײַטער זון, דאָס ווארעמע ווינטעלע, װאָס בלאָזט פון סטעפּ, -- אלץ איז 
דורכגעדרונגען מיט מענטשלעכער ליבע און מענטשלעכער פריַינטשאפט. 

דערנאָך איז מען געזעסן איניינעם בא די טישן, מע האָט געהאלטן טאָסטן און מע האָט זיך 
געקושט, און בא אלעמען אף די פענעמער האָט געפלאמט און געשײַנט איין גרויס געפיל. בא 
ביידע צדאָדים גלײַך, בא די קאזאקן מיט די שװוערדן און בא די ייִדענעס אין זייערע יאָמטעװי 
דיקע פאטשיילעס. 

און װײַל אָט די ליכטיקע דערמאָנונג האָט װי איבערגעשטראָכן די דערמאָנונגען פון יענער 
שרעקלעכער נאכט, איז מיר דעם גאנצפרי געווען גרינגער ארויסברענגען אין זיקאָרן יענע 
ווייטעקדיקע קאשעס. איך האָב געקאָנט שוין ניט נאָר פרעגן, איך האָב געקאָנט אף זיי ענטפערן 
אויך. 

דעם גאנצפרי איז מיר אָבער קיין פרייד ניט געווען באשערט! 

'האָט ניט געהאָלפן דער פּוץ, אין וועלכן דער ליכטיקער טאָג האָט פארפוצט דעם טײַך און 

דעם גאנצן פריילעכן ארום. ס'איז מיר נאָך באשערט געווען צופאלן מיטן הארצן צו די ברודער- 
קװאָרים, אין וועלכע עס זײַנען געלעגן די, וועמען עס האָבן געהארגעט די קאניבאלן פון 20-טן 
יאָרהונדערט -- די דײַטשישע פאשיסטן. 


זאָל זײַן טאקע, אז איניינעם מיט דער צײַט פארשווינדט אויך דער רוים און ענדערט זיך 
אף ניט צו דערקענען? איך גיי איבערן געסל, װוּ מיר האָבן אמאָל געוווינט, און קאָן ניט פאר- 
שטיין, װוּ איך געפין זיך. גלײַך די צײַט האָט איבערגעמישט עטלעכע בלעטלעך, און די אלטע 
בלעטלעך אָדער אויסגעריסן אָדער פארמישט, פארלייגט מיט די נײַע. און אויב דו ווילסט זען 
דאָס אמאָליקע, טו א בלעטער די אייגענע זיכרוינעס אָדער טו א הייב דעם אָנוואלגער פון שטיי- 
נער און ציגלברוך און דערקלײַב זיך צו יענעם, צו דעם טיפערן, שיכט, װאָס איז פארשוװוּנדן 
פון דער אויבערפלאך און הייסט איצט געשיכטע. מיטן שטיינער-אָנוואלגער איז מיר ערגער, 
איך װעל אים פון אָרט ניט רירן. אָבער איבער מײַן זיקאָרן בין איך באלעבאָס. 

אָט דוכט זיך מיר, אז איך גיי איבער אונדזער געסל און איך זע עס אזא, וי אין די אמאָ- 
ליקע צײַטן. 

אָט איז ארויס פון זײַן שטיבל אלטער שאמעס. און אלץ אף אים איז אזוי אלט, וי זײַן 
נאָמען אליין. די אלטע, צערעפעטע שקראבעס, די צעפליקטע, געלאטעטע קאפּאָטע און דאָס 
פארשמאָלצעוועטע און לעכערדיקע טאלעס-זעקל. ער איז, װי שטענדיק, בלייך און דאר, גלײַך 
אָפּגעפאסט דאָס גאנצע לעבן זײַנס. 

און אָט איז ארן-שמועל סטאָליערס שטיבל. ער איז אװועק מיט זײַן זעג און האק אף א 
גאנצער װאָך, און דאָס װײַב זײַנס כײַע-ציפּע איז געבליבן אליין מיט דער הונגעריקער כאװורײַע. 
צען קינדער, קיין אײַנהאָרע! און אלע ווילן עסן. זי, כײַע-ציפּע, איז א גרויסע בעריע, זי האָט 
פאר יעדערן זײַן כיילעק. וועמען א קרענק אין גאָרגל, וועמען א כװאָראָבע אין פּיסק און וועמען 
א קניפ אין באק, די פארב זאָל שטיין. 

און װוער איז דאָס? יעכיִעל שוסטער! אז אים ווערט שטארק אומעטיק אפן הארצן און פוסט 
אין קעשענע, גייט ער ארויס אין מארק צווישן די שטעלכלעך זיך א וויצל טאָן. 

--- װײַבער, ווער האָט א טוץ גוטע טיכעלעך? 

-- בא מיר, בא מיר, רעב יעכיִעל. 

--- איז ווישט זיך מיט זי אָפּ די נאָז! 

-- נעגעלעך, שמעקנדיקע נעגעלעך ער האָט? -- רופט ער אס בא א צוייטער ריי 
שטעלכלעך. 

-- בא מיר, בא מיר!.. 

-- איז קראצט זיך מיט זיי!.. 

און כאָטש זײַנע כאָכמעס זײַנען שטענדיק מיט א שטאָך, איז קיינער אף אים ניט בארויגעז. 
פארקערט, מע האָט האנאָע פון זיי. צו יעדער כאָכמע לייגט ער צו א פולן און א ברייטן שמייכל, 
און אין די אויגן זײַנע גלאנצט גוטסקייַט. דערצו האָט ער געקענט שפּאסן ניט נאָר פון יענעם, 
נאָר פון זיך אליין אויך, פון זיַנע אייגענע צאָרעס, פון זײַן אייגענעם דאלעס. 

און אָט איז מיט א קנאק ארויסגעפאָרן פון א זײַטיק געסל יויעל באלעגאָלע.. 

צי דען איז דער קויעך-האדימיען בא א מענטשן אזוי שטארק, אז ער קאָן ארויסרופן א 
מענטשן פון דער פארגאנגענהײַט אזוי, יענער זאָל שטיין פאר אים, װי א לעבעדיקער? צי עפ- 


2 30 


שער האָט זיך מיר גאָר אָנגעהױבן כאָלעמען אף דער װאָר, אינמיטן העלן טאָג? אָבער יויעל 
באלעגאָלע!.. 

-- שאָלעם-אלייכעם, רעב יויעל, װאָס מאכט מען עפעס? 

ער גיט א קנאק מיט דער בײַטש, א צי מיט די ווישקעס און שטעלט אָפּ דאָס פורל, 

--- װאָס זאָל מען מאכן? הימל און ערד אוו גוטע פערד!.. 

װי האָט ער געקאָנט אזוי פרײַ דורכפאָרן מיטן פורל דורך אלע הײַזער, דורכבויערן אָט 
די אלטע ווענט? 

-- טאקע די זעלבע פערד? -- האָב איך געפרעגט און גלײַך פארשטאנען אז כ'האָב 
געזאָגט א נארישקײַט. 

-- פארװאָס די זעלבע? יענע אמאָליקע פערד, אָהאָ: אָלעװ-האשאָלעם. פערד זײַנען, לע- 
האוודל, װי מענטשן, זיי לעבן ניט אײביק. און די זײַנען ניט מײַנע. איך ארבעט איצט אין 
פּראָמקאָמבינאט. 

ער איז שוין אלט, יויעל באלעגאָלע. און אף זײַן קליין אײַנגעשרומפּן פּאָנעם ליגט װי אָפּי 
געשטעמפלט הא גאנצע דורכגעלעבטע לעבן. ער שמייכלט מיט עפּעס אן אויסגעמוטשעט שמיי- 
כעלע. גלײַך אים אליין זעט אויס מאָדנע, װאָס ער איז פארבליבן אין דער איצטיקער צײַט, 
איינער אליין א זייכער פון אמאָל 

--- אָט... װי מײַן ייַדענע. געלעבט, געלעבט און געשטאָרבן. געמוזט אף דער עלטער אפסניי 
כאסענע האָבן. 

-- װי זשע לעבט זיך איצט?.. 

דאָס שמייכעלע ר זא ביסעלע דרייסטער. 

-- װאָס זאָל איך אייך זאָגן... דאָס ערשטע װײַב איז וי אן אייגן פערד. זידלסט זי, שילטסט 
זי, זי כאפּט אמאָל אפילע א קלאפ פון דיר, נאָר זי שװײַגט. זי טערפּעט. פאָרט אן אייגן װײַב. 
דאָס צווייטע װײַב איז װי א קאזיאָנע פערד. נו, גיי הייב זיך אָן מיט דער קאזנא. מוז איך זי 
שוין פאָלגן. אָט, איר זעט, זיך צוגעטשעפּעט, איך זאָל אָנטאָן א האלדזטוך. װי געפעלט עס אײַך? 
ער ווארגט מיך, אז קוים אט איך דעכע. נאָר גיי הייב זיך אָן... 

נאָך מיט דרײַסיק יאָר צוריק האָב איך אים געהאלטן פאר א זאָקן. און נעכטן, ווען די מומע 
רייזע האָט אָנגעהויבן דערציילן, װי ער פלעגט פירן די פּארשוינען קיין אומאן, האָב איך גע- 
מיינט, אז זי דערציילט וועגן אזא, װאָס איז שוין אף דער וועלט ניטאָ. שטיי איך און קוק אלץ 
אף אים און קאָן צו-זיך ניט קומען. 

-- זעצט זיך ארוף, װועל איך אײַך א ביסל צופירן. איך פאָר צו דער סטאנציע! -- זאָגט 
ער צו מיר און גיט א שמײיס די פערד. 

אָבער איך האָב זיך ניט געקליבן צו דער סטאנציע. איך האָב זיך געלאָזט אראָפּ, צום בוג, 
צו יענעם בערגל לעבן דער מיל, צו טערעשקעס שטוב. עפשער װעל איך דאָרט עמעצן טרעפן. 

נאָר אויך יענץ ווינקל האָט די צײַט ניט געשוינט. טערעשקאָ איז געשטאָרבן מיט א יאָר 
פופצן צוריק, דאָס מילכל האָבן אראָפּגעטראָגן די פרילינג-וואסערן בייס דער מילכאָמע, און פון 
דעם אלעם, װאָס האָט זיך מיר אזוי פארגעדענקט, איז געבליבן דאָס בערגל. נאָר איך בין דאָך 
באלעבאָס איבער מײַן זיקאָרן... איז אָט... אָט זיצט ער בא אונדז אין שטוב, דער גוטהארציקער 
טערעשקאָ. יעדעס גריבעלע פון זײַן געשטופּלט פּאָנעם איז פארקלאפּט מיט מעל-שטויב, ער 
פּיקט מיט די פינגער דאָס פּעלצל און זאָגט דעם טאטן: 

-- געדענק זשע, העגשקאָ, טאָמער דארפסטו א זעקל מעל, נא בענעמאָנעס.., 


די מומע רייזע האָט שוין געווארט אף מיר מיטן פרישטיק און אפילע זיך שוין א ביסל 
געבייזערט: 

-- א מענטש הייבט זיך עס אוף אזא פריִַען פארטאָג און גייט אוועק. װי מײַן מענדל-עליע, 
מײַנע רייד זאָלן אים ניט זײַן צו שווער. א צעטראָגענער מאלעך געווען. ;רייזקע, --- זאָגט ער 
מיר איינמאָל, -- דו שטעל דעם סאמאָוואר, און איך װעל זיך דערװײַל דורכגיין קיין סאלקאָווע", 
װוי געפעלט עס אײַך? ס'איז פאָלג מיך א גאנג, אהין און צוריק איבער צען ווערסט. און איר 
אויך. ס'איז אײַך ניט אמאָליקע כאשטשעוואטע. צום ערשטן מאָל קאָן מען פארבלאָנדזעט ווערן. 
געזען, װאָס די פאשיסטן האָבן געמאכט פון אונדזער שטעטל? אז איך הייב זיך אָן דערמאָנען.. 

יאָ, אז זי הייבט זיך אָן דערמאָנען, קאָן זי ריידן שאָענװײַז. וועגן דעם האָב איך זיך שפּע- 
טער דערװוּסט. דעם ערשטן טאָג האָט זי מיך געשאנעוועט. בלויז שטיל א זיפץ געטאָן און גענו- 
מען גרייטן צום טיש. 

ליבע מומע רייזע... איך ווייס אליין ניט, מיט װאָס האָב איך בא איר אזוי אויסגענומען. 
מעגלעך, פּאָשעט דערפאר, װאָס זי האָט געװאָלט האָבן א לעבעדיקן נעפעש אין שטוב, האָבן 


1 


מיט וועמען אויסריידן א װאָרט. איידער עפּעס װאָס, האָט זי שוין באויזן מיר צוגרייטן א 
צימערל אף ארבעטן. אוועקגעשטעלט א טישל, פארשפּרייט עס מיט א װײַסן טישטעך, אוועקגע- 
שטעלט אף דעם אן אלטמאָדיש טינטערל און א נאָך מער אלטמאָדיש הענטל-פּען, אויך א זאך 
פון די אמאָליקע, לאנג פארשווונדענע צײַטן. מיט אזא פּען האָב איך אמאָל זיך געלערנט שרײַבן 
דעם אלעפבייס. 

-- און זי שרײַבט נאָך, אָט די פּען? --- האָב איך א שפּאס געטאָן. 

די מומע רייזע ענטפערט מיט א שמייכעלע. װאָס-װאָס, נאָר שפּאסן האָט זי ליב: 

-- כ'ווע, אף ייִדיש שרײַבט זי נאָך ווי"ניט איז. 


כאלוימעס 


צװוישן פיל דערינערונגען, װאָס שווימען אוף, ווען דו שפּאנסט ארום איבערן געסל פון 
דײַן קינדהײַט, זײַנען פאראן אזעלכע, וועגן וועלכע עס איז דיר אליין שווער צו זאָגן, צי איז 
טאקע אזוינס געווען, צי עפשער איז דאָס געווען א כאָלעם. 

.. א הייסער, זוניקער טאָג. עפּעס א גרויסע סימכע אינעם פריצישן הויף. א באל. מיר, 
באָרװעסע קונדייסים, שטייען פונדערװײַטנס און קוקן אף די פאעטאָנען, װאָס האלטן אין איין 
צוקומען. עפּעס איז דאָ גאָר אן אנדער וועלט. די גלאנציקע פעטע פערד מיט זייער בייזן, פרי- 
צישן קוק, דער באזילבערטער געשפּאן מיט די גלעקעלעך, װאָס קלינגען מיט אזא דינעם, קינ- 
דערשן קלאנג. הײַנט די פּריצים אליין.,. נאָר ניט אזוי די פּריצים, װי די פּריצישע מיידלעך. 
הויכע אזעלכע און שלאנקע. מיט װײַסע צעפּעלעך און זויבערע פּענעמלעך. און אלץ אף זי 
שטראלט מיט אזא בלענדנדיקער װײַסקײַט, אז ס'הייבן אָן טרערן די אויגן. זי זעען אונדז אויס, 
וי מאלאָכימלעך. עס פעלט זי נאָר פליגעלעך. 

אין פיל יאָרן ארום, ווען איך בין שוין געווען א גרויסער, א באָכער, קאָן מען זאָגן, איז דער 
פּריצישער סאָד געװאָרן א געזעלשאפטלעכער; אלע פארנאכט זײַנען מיר, ייִנגלעך און מיידלעך, 
געגאנגען אהין שפּאצירן. איך האָב ניט איין מאָל זיך אײַנגעקוקט צװוישן די ביימער און גע- 
טראכט: עפשער איז דאָס גאָר געווען א כאָלעם, אז מיר האָבן נאָענט ניט געטאָרט צוגיין צו אָט 
דעם סאָד און איבער אים האָבן רעכט געהאט ארומשוועבן נאָר אָט יענע מאלאָכימלעך, װאָס 
געפעלט האָבן זי צום רומל נאָר װײַסע פליגעלעך... 

... מיר איז שוין זיבן יאָר. איך גיי שוין אין כיידער. ס'האָט זיך אָנגעהױבן די מילכאָמע, 
און מײַן עלטערער ברודער װעלװל האָט זיך געדארפט שטעלן צום פּריזיוו פאר דער צײַט. 
די מאמע האָט באשטימט אום יעדן פּרײַז פּויעלן בא גאָט, ער זאָל ראטעווען איר זון פון דער 
מילכאָמע. ווען זשע נאָך קאָן מען אופּטאָן אזא זאך, ווען ניט אין דער נאכט פון טישעבאָוו, ווען 
ייִדישע קלאָג-געשרייען שפּאלטן די הימלען און דערגייען גלײַך צו גאָט באָרוך-הו? איך האָב 
אף שטענדיק פארגעדענקט יענע נאכט, זי האָט מיר אויסגעזען צו קיל, װײַל איך האָב זיך 
ארויסגעכאפּט נאָך דער מאמען אין איין העמד. און עפשער האָב איך געציטערט ניט פון קעלט, 
נאָר פון דער מאמעס גוואלדן און פון דעם, װאָס איך האָב געווארט, די הימלען זאָלן זיך 
שפּאלטן. די מאמע איז געשטאנען אף די טרעפלעך פון דעם גאנעקל, פאריסן דעם קאָפּ ארוף, 
פארהויבן די הענט, און האָט אוועקגעלייגט דעם אייבערשטן אזעלכע טײַנעס, אז ס'האָט געקאָנט 
נעמען א שטיין, נאָר דער אייבערשטער האָט געשוויגן, און די הימלען האָבן אפילע ניט געקליבן 
זיך שפּאלטן. די שיטערע װײַסע װאָלקנדלעך האָבן פויל געדרעמלט אפן באנאכטיקן הימל, און 
ס'איז געווען אין זייער אראָפּקוקן אף דער ערד עפּעס א גאָר באזונדערער ביטל צו דער מאמעס 
טפילעס. די ניט-פולע לעװאָנע, װאָס האָט פון צײַט צו צײַט זיך ארויסגעכאפּט צװישן די 
כמארעלעך, האָט זיך אויך געמאכט טאמעוואטע, גלײַך ניט זי מיינט מען עס, און בלויז די שטערן 
האָבן מיטפילנדיק אונטערגעפּינטלט, װי. איינער רעדט: מיר פארשטייען אלץ, נאָר װאָס קאָנען 
מיר העלפן? מיר האָט זיך אָנגעהױבן דוכטן, אז דער מאמעס קאָל איז צו שוואך און קאָן ניט 
דורכרײיסן אלע זיבן הימלען, איך האָב אויך אָנגעהױבן שרײַען, אָבער מײַן קינדערש קעלכל 
איז, אפּאָנעם, אויך געווען צו שוואך. 

קורץ, די הימלען האָבן זיך ניט געשפּאָלטן, מײַן מאמעס טפילעס זײַנען געבליבן הענגען 
אונטער די כמארעס, און מײַן ברודער האָט מען צוגענומען אף דער מילכאָמע. אָפּטמאָל, אין 
די קאלטע ווינטערדיקע נעכט, פלעגט די מאמע ארויס אין דרויסן און שאָענװײַז אָפּשטײין אפן 
פראָסט. זי האָט ניט געקאָנט רויק ליגן אונטערן ווארעמען איבערבעט אין דער צײַט, ווען איר 
זון פרירט אין די אָקאָפּעס. און עפשער... עפשער האָט זי אלץ געווארט, די הימלען זאָלן זיך 
שפּאלטן? 


2--0 32 


פּונקט אזא געשיכטע, צוישן כאָלעם און װאָר, איז פארבליבן פאר מיר דער טשעק אף צען 
פונט סטערלינג, א כאָלעם, װאָס האָט זיך געצויגן עטלעכע יאָר. ווען און פון וועמען מיר האָבן 
באקומען אָט די מאטאָנע -- דעם טשעק -- און פארװאָס האָט מען אים באצייטנס ניט אויס" 
געביטן אין עפּעס א באנק, דאָס ווייס איך ניט. דוכט זיך, אז די מאמע האָט געהאט אין אווסטרא" 
ליע עפעס א קאָרעװ, האָט ער איר צוגעשיקט א מאטאָנע, א טשעק אף צען פונט סטערלינג, און 
מיר האָבן זיך געהאלטן קימאט פאר גווירים. 

מע האָט זיך אלע מאָל דערמאָנט אין דעם טשעק, ווען ס'איז געגאנגען א רייד וועגן שיכע- 
לעך און העמדעלעך פאר די קינדער אָדער וועגן בײַטן אונדזער שטיבל, אין וועלכן ס'אונדז 
געװאָרן אומדערטרעגלעך ענג, ניט געווען װוּ א קער טאָן זיך, און דרײַ מיידלעך האָבן אָט-אָט 
געדארפט ווערן קאלעס. 

אָט וועלן מיר אױיסבײַטן דעם טשעק... 

כאלוימעס, כאלוימעס... װי מײַן געפונען דרײַערל, װי דעם פעטער בעניעס שטיוול, װי 
זיידע שאפּאָשניקס אינערציע און בערל אקערמאנס פּערפּעטוּוּם מאָבילע. עטלעכע מאָל איז דער 
טאטע געווען אין זעמסקע באנק, נאָר דאָרטן האָט מען געזאָגט, אז דער זעמסקע פארנעמט זיך 
ניט מיט אזעלכע זאכן, מע דארף פאָרן אין גובערנסקע. איז דער טאטע געווען אין גובערגסקע, 
און דאָרטן האָט מען געזאָגט, אז דערצו דארף מען האָבן עפּעס א פּאפּירל. 

דערנאָך איז געװאָרן אויס פּאפּירל און אויס באנק... אלע מאָל איז אפן שטעטל אָנגעפאלן 
אן אנדער באנדע. אלע מאָל, ווען ס'איז געװאָרן גאָר שלעכט, ווען ס'איז ניט געווען פאר װאָס 
צו קויפן א פּוד מעל, פלעגט די מאמע טרייסטן זיך אליין און אונדז אלעמען: 

-- פונדעסטוועגן איז אונדז גרינגער, װי אנדערע, מיר האָבן אף װאָס קנאָבל צו ווארפן, 
מיר האָבן א טשעק. זאָל נאָר וערן שטיל אף דער וועלט, זאָל ווערן ערגעץ עפּעס א באנק, װעט 
מען אים אױיסבײיַטן, דעם טשעק. 


8 


װוען טערעשקאָ האָט נאָכן סאמע שרעקלעכן, נאָך דעם דעניקינישן פּאָגראָם, ניט ווארטני 
דיק אפן טאטנס ביטע, ארײַנגעפירט א זעקל מעל, האָט אים דער טאטע געזאָגט: 

-- זאָלסט אונדז זײַן געזונט, טערעשקאָ. דערהאלטן אונדז מאמעש באם לעבן נאָר, 
נישקאָשע, דײַנס װעט ניט איבערגיין. מיר האָבן א טשעק. און וי נאָר מיר וועלן אים אױיסבײַטן- 

כאלוימעס, כאלוימעס... א כאָלעם, ויאזוי די מאמע איז געשטאָרבן. זי האָט געגויסעסט 
לאנג, גאנצע צוויי יאָר, זינט יענעם גאנצפרי, נאָכן דעניקינישן פּאָגראָם, ווען זי האָט אָנגעי 
הויבן הוסטן מיט א לאנגן, טרוקענעם הוסט. 

זי האָט פארשטאנען צי עפשער נאָר אָנגעשטױסן זיך, װאָס מיט איר קומט פאָר, און 
געװאָלט פאר זיך אליין אויסגעפינען א טרייסט, א טערעץ, װאָס זי גייט אזוי פרי אוועק פון דער 
זועלט, -- האָט זי יעדן איינעם דערציילט די געשיכטע, וויאזוי זי האָט יענעם פארנאכט געראי 
טעװועט די טעכטער פון די דעניקינישע הענט, ויאזוי זי האָט זיך אויסגעצויגן איבערן האלב- 
פארפרוירענעם ריטשקעלע, פארשטעלנדיק דעם קאזאק דעם וועג. 

-- און טאקע געראטעוועט! -- די דאָזיקע ווערטער האָט זי ארויסגערעדט מיט אזא שטאָלץ, 
מיט אזא ליכטיקן גלאנץ אין די אויגן, אז אלע האָבן פארשטאנען: דאָס איז דאָס גרעסטע, דאָס 
שענסטע, װאָס זי האָט אופגעטאָן פאר איר לעבן. און זי האָט דערוף קיין כאראָטע ניט, וי טײַער 
ס'זאָל זי ניט קאָסטן. 

עפשער איז די מײַסע געווען ניט אזוי, עפשער -- אן אייגענע פארבלענדעניש, נאָר װער 
וועט גיין זאָגן א מענטשן, אז ער האָט אומזיסט מאקריוו געווען דאָס לעבן? 

און פון יענער נאכט אָן... אָט, צװישן די לאָפּעטקעס. ס'האלט אין איין שטעכן. און איר 
מיינט װאָס, אזא קרייזעלע, די גרייס וי א פּיאטאקל. נאָר עס שטעכט און שטעכט. 

די דאָקטוירים האָבן געזאָגט, אז מע דארף ניט קוקן אף גאָרניט און פארגיסן די קרענק: 
מיט פּוטער, מילך, סמעטענע און אפילע כאזער-שמאלץ. 

-- איר פארשטייט, רעב הערשל, דאָ דארף מען שוין ניט קוקן אף גאָרניט. מילכיקס און 
פליישיקס, קאָשער, טרייף, דאָס איז שוין ניט שײַעך. מע דארף פארגיסן. 

דאָקטוירים -- און פארשטייען ניט קיין פּאָשעטע זאכן. װער האָט דאן געטראכט וועגן קאָ- 
שער און טרייף? געקוועטשט האָט גאָר עפעס אנדערש. פאר װאָס קויפן פוטער, פאר װאָס קויפן 
סמעטענע, פאר װאָס קויפן כאזער-שמאלץ. פארשטייט זיך, ווען מע קאָן אױיסבײַטן דעם טשעק.. 

דעם עמעס זאָגנדיק, בין איך געווען א קנאפער מייוון אף טשעקן. נאָר דאן, ווען די מאמע 
איז קראנק געװאָרן, איז ער אויסגעוואקסן אין מײַנע אויגן. א גאנצער גאָט געװאָרן, אלנפאלס, 
גאָטס שאָליִעך. ער פלעגט מיר אָפט קומען צו כאָלעם. איך האָב אים געזען אן אויסגעביטענעם, 
א פארוואנדלטן אין פּוטער, אין סמעטענע און אין כאזער-שמאלץ, די מאמע טרינקט דרײַ גלע- 
זער א טאָג און פארגיסט דאָס פּיאטאקל, װאָס האלט אין איין שטעכן. און הערט אוף צו הוסטן. 

גאָט איז שוין געווען א היפּשער באלכויוו פאר מיר. פארװאָס האָט ער ניט געמאכט, איך 
זאָל אלע טאָג געפינען א דרײַערל, פארװאָס האָט ער יענעם טישעבאָוו ניט געשפּאָלטן די הימ- 
לען, פארװאָס האָט ער ניט געראטעוועט דעם פעטער בעניעס שטיוול, פארװאָס האָט ער דער- 
לאָזט, עס זאָל פארגאָסן ווערן אזויפיל בלוט? נאָר איך בין גרייט געווען אים אלץ מױיכל זײַן. 
זאָל ער נאָר מאכן אזוי, אז דער טשעק זאָל אויסגעביטן װערן, מע זאָל קאָנען פארגיסן דער 
מאמעס פּיאטאקל. 

דער טאטע איז גאנצענע טעג ארומגעגאנגען מיטן טשעק, געגאנגען צו מענטשן, װאָס 
פארשטייען זיך אין אזעלכע זאכן אָדער האלטן, אז זיי פארשטייען זיך, באזונדערס דער פּראָװי- 
זאָר פון דער אפּטײיק, װאָס לייענט דײַטש און ענגליש און קאָן געוויס ענטפערן אף אלע פראגן. 
דעריקער האָט מען געדארפט פעסטשטעלן, צי ער טוג נאָך, דער טשעק, צי ער טויג ניט. דער 
פּראָװיזאָר האָט ארויסגעזאָגט פארשיידענע סװאָרעס, געדרייט דעם טשעק אין אלע זײַטן, בא- 
קוקט אים אף דער שײַן און אין דער פינצטער און ארױיסגעטראָגן זײַן פּסאק-דין; 

-- דער טשעק טויג. 

איז געבליבן ווארטן, ביז ס'וועט ווערן א וועג קיין פּייטערבארג און זיידע שאפּאָשניק װעט 
פאָרן אהין מיט זייַנע זיבן האמערס. 

און דאָס פיאטאקל צװוישן די לאָפּעטקעס איז אלץ געוואקסן. און דער הוסט איז געװאָרן 
װאָס אמאָל שטארקער, און די מאמע איז געװאָרן װאָס א טאָג מאָגערער. 

איז געקומען איינער א גאנצפרי, ווען די מאמע אליין האָט געזאָגט: 

-- כאלוימעס, פּוסטע כאלוימעס... 

מיר האָבן אלע זיך דערשראָקן. ניט אזוי פאר די ווערטער, וי פאר דעם, ויאזוי זיי זײַנען 
ארויסגעזאָגט געװאָרן. עפּעס ניט ענלעך אף דער מאמען. 


4 


-- גאָט איז מיט דיר, -- האָט דער טאטע זיך דערשראָקן, -- דיר האָט זיך עפּעס גע- 
כאָלעמט? 

-- דער טשעק. 

-- װאָס זשע מיטן טשעק? 

-- א פוסטער כאָלעם. 

-- עפשער פאָרט, עפשער װועט מען אים אױיסבײַטן? 

-- װוּ אױסבייַטן, ווער אויסבייטן. מע דארף אופהערן טראכטן וועגן אים! 

-- וועגן װאָס זשע דען זאָלן מיר טראכטן? 

-- מע דארף טראכטן וועגן אנדערע זאכן, וועגן זייף, אשטייגער. 

-- וועלכע זייף? 

-- מע דארף פרעגן בא באָרעכן. ער מאכט דאָך זייף. עפשער װעט ער דיך אויך אויס- 
לערנען? 

-- געפונען א באלן. ווער גיט עס אוועק יענעם זײַן שטיקל ברויט? 

-- ער האָט ניט װאָס מוירע צו האָבן. אזא זייף, װי ער, וועסטו קיינמאָל ניט מאכן. אָבער 
פאָרט.., 

וויבאלד די מאמע זאָגט... מיט א צײַט צוריק האָט זי געייצעט פארנעמען זיך מיט הילצערנע 
לעפל. אופקויפן אין די דערפער הילצערנע לעפל און פארקויפן אפן מארק. עפּעס װעט צופאלן. 
האָבן אזויפיל זיך א װאָרף געטאָן צו די הילצערנע לעפל, אז מיר מיט אונדזער סכוירע זײַנען 
געבליבן שטעקן. עס ליגן בא אונדז נאָך ביז איצט עטלעכע צענדליק הילצערנע לעפל. נאָר 
זייף איז שוין גאָר עפעס אנדערש, זייף איז אין ערגעץ ניט צו קריגן, זייף איז אן איניען. און 
זואָס האָט מען װאָס אָנצוּווערן? 

צי באָרעך האָט ניט אלע סוידעס אױסגעזאָגט, צי ניט אלץ האָט דער טאטע פארשטאנעןי 
נאָר מיט דער זייף האָט זיך בא אונדז לאנג גאָרנישט ניט באקומען. עטלעכע נעכט זײַנען מיר 
אלע געשטאנען ארום דעם גרויסן קעסל, פון וועלכן עס איז געגאנגען א רייעך אף דערשטיקט 
צו ווערן. אלע מאָל האָט זיך אונדז געדוכט, אז עס הייבט אָן פארקילט צו ווערן, פארהארטעוועט 
צו װוערן, נאָר אלע מאָל, ווען ס'איז געקומען צום איקער -- צום ארויסנעמען פון קעסל, האָט 
זיך עס צעגאָסן, צעשאָטן אף שטיקלעך. 

-- זיי ווילן זיך ניט צונויפגיין! --- האָט ביטער געשפּאסט דער טאטע. 

-- וער דארף זיך עס צונויפגיין? --- האָט געפרעגט די מאמע. 

-- דער כיילעוו מיט דער סאָדע, -- האָט דער טאטע דערקלערט, װי אן עמעסער זייפמא" 
כער. -- עס דארף קומען אזא מאָמענט, ווען דער כיילעוו מיט דער סאָדע קאָכן זיך איבער, גיסן 
זיך צונויף און ווערן איינס. און בא אונדז ווילן זי ניט. די סאָדע באזונדער און דער כיילעוו 
באזונדער, 

-- די פּאָרציעס, --- איז זיך מעשאער די מאמע, מישנדיק די שיטעריצע אינעם שטיגקענ" 
דיקן קעסל, 

-- די היץ, -- זאָגט דער טאטע, -- קאָן זײַן, אז די גאנצע זאך איז אין דער היץ, זי דארף 
מיסטאמע זײַן א גרעסערע. 

-- איז דארף מען נאָכאמאָל איבערפרעגן בא באָרעכן. 

אף דער פינפטער נאכט איז געשען א נעס. זיי זײַנען זיך צונויפגעגאנגען, דער כיילעוו מיט 
דער סאָדע. אינעם קעסל איז מיטאמאָל פארקילט געװאָרן איין גרויס שטיק זייף, און מע האָט 
עס קוים פון דאָרטן ארויסגעקאלופעט. עמעס, צו באָרעכס זייף קומט עס ניט. זײַנע איז א 
העל"גרויע, מיט קרומע גרינע אָדערלעך, אפן שטעלכל ליגן לאנגע גלײַכע פאסן. אונדזער זייף 
האָט עפּעס א מיסעמעשונע-קאָליר, איז הארט, װי א שטיין. נאָר די מאמע זאָגט, אז ס'איז ניט קיין 
שלעכטע זייף. זי האָט געפּרוּווט א זייף טאָן, און ס'האָבן זיך באקומען גאנץ פּײַנע מילינקעס. 
מע דארף נאָר קאָנען אײַנרײידן דעם קוינע. 

גאנצפרי, מידע און ניט קיין אױיסגעשלאָפענע, נאָר אין א געהויבענער שטימונג, גלײַך 
אונדז האָט זיך אײַנגעגעבן אױסבײַטן דעם טשעק, גייען מיר אפן מארק. איך און דער טאטע. 
איך טראָג די װאָג מיט אלט, פארזשאווערט געוויכט, און דער טאטע טראָגט די זייף, פארוויקלט 
אין אן אלטן לעכערדיקן זאק. 

און װאָס װעט זײַן, האָב איך געטראכט, אויב מיר װעלן אָפּשטײן דעם טאָג און גאָרנישט 
ניט פארקויפן? װווּ װעלן מיר נעמען דער מאמען אף מילך, װוּ ועלן מיר נעמען אף ברויט? 
נאָר די שרעק איז געווען אן אומזיסטע. אין יענע יאָרן איז אלץ געווען א סכוירע. אונדזער זייף 
האָט מיט גאָרנישט ניט געקאָנט אויסנעמען. די שטיקער זײַנען געווען ניט קיין גלײַכע, און 
דער קאָליר עפּעס גאָר קיין קאָליר ניט. נאָר דער טאטע האָט אלע מאָל גענומען א שטיקל אין 


5 


א ערע עטאר ארי יי טי 


--. 25 / אצמ / 


די הענט און געוויזן, אז עס זייפט זיך. די קוינים האָבן דאפקע געדרייט מיט דער נאָז, נאָר 
זײַנען ניט אוועקגעגאנגען. זי האָט גענומען די פּרײַז. מײַן טאטע האָט פארקויפט א סאך וועל- 
וועלער, װי אנדערע. עמעס, מיט יעדן איז אויסגעקומען לאנג דינגען זיך, אזוי לאנג, ביז ביידע 
צדאָדים זײַנען הייזעריק געװאָרן. דער טאטע פארקויפט שוין די זייף פאר האלב אומזיסט. נאָר 
וויאזוי וועגט ער! ער שנײַדט אֶפּ א שטיקל זייף, גיט עס א װאָרף אף דער װאָג, פארהאלט אף איין 
אויגנבליק די װאָגשאָל מיטן געוויכט, און פארטיק. אויסגערופן די װאָג, אויסגערעכנט די פּרײַז, 
און שוין, איידער װאָס-ווען, אײַנגעװיקלט דאָס שטיקל זייף אין א גראָבן פאפּיר. 

-- טאטע, װאָס טוסטו? -- האָב איך געפרעגט, ווען איך האָב באמערקט, אז ס'איז ניט 
צופעליק, אז ער טוט עס בעקיוון. איין מאָל און צוויי מאָל און דרײַ מאָל. 

ער קוקט אף מיר א ביסל בארויגעז, א ביסל פארשעמט און א ביסל פארװוּנדערט. וי האָט 
אזא שנעק געקאָנט אזוינס באמערקן? ער טראכט א װײַלע, ער ווייסט, קענטיק, ניט, צי זאָל ער 
פירן אן אָפּענעם געשפּרעך. 

-- עך, נארעלע, -- טוט ער א זיפץ, -- אָט דאָס איז דאָך דער גאנצער רעוועך אונדזערער. 
אוב ס'וועט ניט אויסקומען דערלייגן... 

איך בין שוין געווען א גרויס ייִנגל, שוין באלד באר-מיצווע, און כ'האָב די לעצטע יאָרן 
געזען ערגערס. כ'האָב געזען, װי מע ראבעװועט, מע צינדט, מע הארגעט. האָב איך געװוּסט, 
װער עס טוט עס: באנדיטן, גאזלאָנים, װאָס האָבן צו מײַן וועלט קיין שום שײַכעס ניט. אָבער 
מײַן טאטע? מײַן טאטע זאָל עמעצן אָפּנארן? מײַן טאטע, װאָס גייט אלע טאָג אין בעסמעדרעש, 
לייענט פארן שלאָף קרישמע און דאוונט אָפּטמאָל פארן אָמעד -- א שאָליִעך ציבור!.. מײַן טאטע 
זאָל אָפּנארן מענטשן?.. איך בין געבליבן שטיין א דערשטוינטער, אן איבערגעשראָקענער, אן 
אומגליקלעכער, גלײַך איך האָב פארלוירן דאָס בעסטע, דאָס טײַערסטע אין מײַן לעבן. כ'האָב 
פארלוירן נאָך א שטיקל פון מײַן גאָט. פארלוירן אף שטענדיקי.. 

דער טאטע האָט באמערקט, וי עס מינען זיך בא מיר די קאָלירן אין פּאָנעם, װי די ליפּ 
הייבן אַן קרימען זיך אף צו וויינען. נאָר געװויינט האָב איך ניט. איך האָב געװאָלט שרײַען אף 
א קאָל, כ'האָב געװאָלט צונויפרופן דעם גאנצן מארק, כ'האָב געװאָלט, אז אלע זאָלן הערן, 
וי איך זאָג דעם טאטן: 

-- דו... דו אויך?.. 

איך האָב ניט געשריגן, איך האָב קיינעם ניט צונויפגערופן. אלץ איז געבליבן אין מיר. 
די ניט-אויסגעוויינטע טרערן, דער ווארגנדיקער אויסגעשריי... איך בין נאָר רוט געװאָרן און 
אראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ. כ'האָב זיך געשעמט צו קוקן דעם טאטן אין די אויגן, גלײַך מיר ביידע 
האָבן אָפּגעטאָן עפּעס א מיִעסע זאך. דער טאטע האָט מיך, אפּאָנעם, פארשטאנען, אים איז אויך 
געװאָרן ביטער אפן הארצן און עס האָט זיך אים פארװאָלט װאָס גיכער פּאָטער װוערן פון מיר, 
פון מײַן בייזן, פארורטיילנדיקן בליק. 

-- נו, גיי שוין אהיים. איך װעל זיך שוין באגיין אָן דיר. 

יאָ, יאָ, איך װעל גיין אהיים. און איך װעל מער קינמאָל זיך ניט שטעלן מיטן טאטן לעבן 
דער װאָג. און איך װעל טאָן אלץ, אז דער טאטע זאָל זיך אויך ניט שטעלן. לאָמיך נאָר א ביסל 
אונטערוואקסן. און צו װאָס דארף איך, אייגנטלעך, נאָך וואקסן? איך בין שוין א גרויסער, איך 
קאָן שוין גיין מיט די עלטערע שװועסטער אף בורעקעס. טאקע מאָרגן. פארװאָס מאָרגן? טאקע 
הײַנט, שוין טאקע הײַנט װעל איך נעמען שארפן די סאפּע. 

פאראן בא אונדז אין שטוב דרײַ סאפּעס. פאראיאָרן זײַנען אף די בורעקעס געגאנגען אלע 
דרײַ עלטערע שוועסטער. נאָר האיאָר, װײַל די מאמע איז שטארק קראנק, ליגט מערסטנטייל 
צו בעט, איז די סאמע עלטסטע שװועסטער, כײַקע, געװאָרן די באלעבאָסטע אין שטוב. און אף 
די בורעקעס גייען נאָר די מיטלסטע -- סאָרקע און לייקע. און די דריטע סאפּע ליגט א פאר- 
זשאווערטע און א טעמפּע. װעל איך שוין נעמען זי שארפן מיטן פּײַלכל. און מאָרגן װעל איך 
ארויס מיט די שװועסטער אף די בורעקעס. און איך על פארדינען דער מאמען אף מילך, אף 
פּוטער און אף כאזער-שמאלץ. ערלעך פארדינען! 


= *}|-|{{{;; , ננ|{,,, ,י.י = == הער מאמען אףפוטעה 


צי ווייסט איר, אז אפילע אין הייסע, זומערדיקע טעג טרעפן קאלטע, שטארק קאלטע בא- 
גינענס? באזונדערס דערפילט מען עס, ווען מע לויפט ארויס אף דער גאס גלײַך פונעם ווארע- 
מען געלעגער א פארשלאָפענער און די באָרװעסע פיס גיבן זיך א טונק אײַן אין קאלטן טוי. 
הייבסט אָן אונטערטאנצן, פּרוּווסט ארומנעמען מיט די הענט זיך אליין אף צו דערווארעמען זיך 
א ביסל. דאָס שווערסטע איז אײַנהאלטן דעם הוסט. הייבסטו נאָר אָן הוסטן, באמערקן עס גלײַך 


0 


די שוועסטער און שיקן דיך אָפּ אהיים. און אויס מיט די בורעקעס, און אויס מיט אלע פאר- 
דינסטן. 

פארװאָרפן די סאפּע אפן אקסל, גיי איך א ביסל אין א זײַט פון די שוועסטער און סטארע 
זיך מיט אלע קויכעס דערשטיקן דעם הוסט, איידער ער ווערט געבוירן. און ווען אײַנהאלטן 
אים ווערט אומעגלעך, הייב איך אָן זינגען עפּעס א לידל, פארײַס זיך אומיסטן צו הויך, פאר- 
כלינע זיך, און דאן קאָן איך זיך שוין אויסהוסטן, וויפל דאָס הארץ גלוסט. 

-- ס'איז מיר עפעס ארײַן אין דער לינקער קיילע, -- פארענטפער איך זיך. 

-- װאָדען, װאָס פאר א זינגען אפן ניכטערן הארצן, -- ביזערט זיך מײַן שוועסטער 
סאָרקע, װאָס איז צװוישן אונדז דרײַ די עלטסטע און האלט, אז זי דארף זײַן דער מאזשגיעך 
איבער מיר. 

איז מיילע, מיטן ערשטן הוסט בין איך שוין אָפּגעקומען. און אויב ס'וועט זיך אָנהייבן 
רײַסן א נײַער הוסט, ווייס איך שוין, װאָס איך האָב צו טאָן. כ'וועל אָנהײיבן זינגען. 

װעדליק מיר איז שוין באלד דרײַצן יאָר, װאָלט איך געמעגט זײַן א ביסל העכער און 
ניט אזוי אויסגעדייווערט. ביז דעם אינדערפרי האָב איך ניט געװוּסט, אז דאָס איז אזא כיסאָרן, 
אז עס קאָן מיר, כאָלילע, שאטן צום שידעך. מע װעט מיך ניט נעמען אף דער ארבעט. די אלע, 
װאָס האָבן אָנגעהױיבן צונויפקלײיבן זיך צו דער װאָלאָסט, קומען שוין, אפּאָנעם, אהער ניט פון 
נעכטן, דאָס זעט מען גלײַך אף זייערע פארסמאליעטע פּענעמער און צערעפּעטע פיס. און, 
פארשטייט זיך, אז אזא נײַ נעבעכל, װי איך, האָט ניט געקאָנט בלײַבן אומבאמערקט. דערצו 
נאָך האָט מען יעדן באגינען געמוזט האָבן איבער װעמען א שפּאס צו טאָן, אָנלאכן זיך און 
פארטרייבן מיט דעם דעם שלאָף און די קעלט. איז דאָס מאָל דער גוירל געפאלן אף מיר. 

-- וועמעס ביסטו, ייַנגעלע? 

-- אן ארשין פון דער ערד ביסטו? 

--- אויב ווייניקער, קאָנסטו שוין גיין אהיים, מוישע סאָטסקי װעט אפילע ניט װעלן א 
קוק טאָן אף דיר, 

-- אנו, קום א באָרע טאָן זיך, איינס אף איינס!.. 

איך שטיי א פארשעמטער, א פארלוירענער, כ'בין גרייט אפילע לאָזן א טרער. מע װאָלט 
נאָך עפשער לאנג געשפּאסט פון מיר, ווען ניט מײַנע שװעסטער -- זי זײַנען דאָ אויך ניט 
פון נעכטן, בא זיי זײַנען אויך פארסמאליעטע פענעמער, פארקילטע שטימען און צעטראסקעטע 
פיס. ווערן די כעוורע א ביסל צוגעלאָזטער צו מיר. 

-- נו, דערלאנג די לאפע... 

דאָס רופט זיך אָן צו מיר פּערעצל גאנעוו, א באָכער א גוואר און א שלעגער, פאר וועמען 
איך האָב שטענדיק מוירע געהאט. איך פלעג אפילע אױיסמײַדן דאָס געסל, װוּ ער האָט געוווינט. 
ער האָט געקאָנט גלאט אזוי, אין גוטן מוט, דערלאנגען עטלעכע קלעפּ אָדער מאכן א לאָך אין 
קאָפּ. איך בין פּאָשעט גרויס בא זיך, װאָס פּערעצל גאנעוו רעדט צו מיר אזוי פריינטלעך. נאָר 
איך דארף זיך ערשט אָנשטױסן, װאָס ער מיינט. און מײַנע פינף פארבלאָווטע פינגער זעען 
אויס ביז גאָר נעבעכדיק אין זײַן גרויסער, שוין היפּש פארהארטעוועטער האנט. 

-- נישקאָשע, -- טרייסט ער מיך, -- מיט מוישע סאָטסקי װעלן מיר ווי-ניט-איז דורכקו- 
מען. איך נעם עס אף זיך. 

איך ווייס ניט, מיט װאָס האָב איך אזוי נויסע-כיין געווען בא פּערעצל גאנעוו. ער שמייכלט 
צו מיר, און זײַנע קליינע אייגעלעך גלאנצן, װי אײַנגעטונקטע אין בוימל. דאָס ערשטע מאָל 
שטיי איך אזוי נאָענט לעבן אזא ריז. אלץ איז בא אים בעשעפע -- דער װוּקס, די פּלײיצעס, די 
הענט. איך קאָן נאָר ניט פארשטיין, פארװאָס קומט אים אזוינע קליינע אייגעלעך. מיר איז 
געװאָרן א ביסל ווארעמער און א ביסל גרינגער אפן הארצן. מיטאמאָל אראָפּ פון די פּלײיצעס 
די שרעק, און אין שטעטל איז צוגעקומען א געסל, װאָס איך קאָן פרײַי דורכגיין. און ס'איז מיר 
צוגעקומען א כאווער. כאָטש מיט פּערעצל גאנעוו איז ניט געווען װאָס צו גרויסן זיך. נאָר פאר 
מוישע סאָטסקי האָב איך פונדעסטוועגן א ביסל מוירע. 

דאָס איז מײַנע אן אלטע שרעק, װאָס ציט זיך פון די קינדער-יאָרן, ווען מוישע איז טאקע 
געווען א סאָטסקי. דאן האָב איך ניט געװוּסט און איצט איז מיר אויך שווער צו זאָגן, אין װאָס 
זײַן שטעלע איז באשטאנען, נאָר זײַן נאָמען איז געווען פארבונדן מיט עפּעס א מאָדנע און 
אומפארשטענדלעך װאָרט -- פּאָװעסטקע. דאָס האָט ער פאנאנדערגעטראָגן איבערן שטעטל 
פארשיידענע פאָוועסטקעס -- צום פּריזיוו, צום געריכט און וועגן פארשיידענע שטראָפן. 

איך האָב מוירע געהאט ניט אזוי פאר מוישען אליין, װי פאר זײַן שטעקן, א גראָבער, 
געשטופּלטער שטעקן, אין זײַן פּאָנעם געראָטן, אויך א געשטופּלטס. שטענדיק גיט ער א װאָרף 
דעם שטעקן פאָרויס פאר זיך, װי צו מעלדן: היט זיך, עס גייט מוישע סאָטסקי. 


7 


איצט איז מוישע שוין ניט קיין סאָטסקי. ער האָט גאָר אן אנדער שטעלע. ער איז עלט" 
סטער איבער דער שטעטלדיקער יוגנט, װאָס גייט ארבעטן אף די בורעקעס-פלאנטאציעס, װאָס גע" 
הערן צום סאלקאָווער צוקער-זאװאָד. נאָר עפּעס איז געבליבן אין אים פון יענעם, פונעם אלטן 
רעזשים, װי מע זאָגט: דאָס גענגעלע זײַנס, דער בייזער בליק, די כריפּענדיקע שטים און דער 
געשטופּלטער שטעקן. 

און ניט נאָר איך האָב מוירע פאר מוישען, נאָר אויך די, װאָס גייען אף דער ארבעט שוין 
ניט דעם ערשטן זומער. אָבער אלע זײַנען אזעלכע אופגעלעבטע, פריילעכע, מע שפאסט, מע 
וויצלט זיך, מע שטורכעט איינער דעם אנדערן מיט די פויסטן. פּערעצל גאנעוו פארווארפט דעם 
קאָפּ אף א זײַט, פארזשמורעט זײַנע קליינע אייגעלעך און הייבט אָן זינגען: 


אָדעס איז א שטאָט, 
כערסאָן א גובערניע... 


עמעצער האָט באמערקט, אז מוישע סאָטסקי האָט זיך באויזן פונדערװײַטנס מיט זײַן 
גראָבן שטעקן. אלע זײַנען אנשוויגן געװאָרן. איך האָב ניט פארשטאנען, פארװאָס האָבן אייניקע 
אָנגעהױבן באהאלטן זיך. 

-- באהאלט זיך, -- האָט מיר א שעפּטשע געטאָן פּערעצל גאנעוו, און איך האָב זיך פארוקט 
הינטער זײַן ברייטער פּלײיצע. 

אָפּגעשטעלט זיך עטלעכע שפּאן פון דעם אוילעם, האָט מוישע א נעם געטאָן דעם שטעקן 
אונטער דער האנט און דורכגענומען אלעמען און יעדן באזונדער מיט זײַן בייזן, עגבערדיקן 
בליק. ס'איז אויסגעקומען, װי געקוקט װאָלט ער גאָר ניט אף די כעוורע, נאָר דורך זיי, ערגעץ 
אנדערש, געזוכט עפּעס אָדֶער עמעצן אין דער אומבאװוּסטער װײַט. געזוכט און ניט געפונען 
האָט ער א װאָרף געטאָן דעם שטעקן פאר זיך און געמאכט א שפּאן פאָרויס. 

איצט גייען מיר צום בריקל... 

דאָס שמאָלע בריקל אָן פּאָרענטשעס האָט פאר זײַן לאנג לעבן איבערגעבראָכן אף זיך ניט 
איין װאָגן, ניט איין ארבע מיט סנאָפּעס. אלע זומער, ערעוו דעם שניט, פאריכט מען דאָס בריקל, 
מע פארשיט, מע פארגלײַכט די ריווטשאקעס ארום דעם, נאָר עס סטײַעט ביזן ערשטן רעגן. 
אָבער מיר גייען דאָך צופוס. װאָס זשע דארפן מיר מוירע האָבן פאר דעם? איז אָבער ווידער- 
אמאָל מוישע סאָטסקי! אָט דאָ אפן בריקל נעמט ער ערשט איבערזיפן דעם אוילעם. און ניט 
יעדערער איז זויכע אריבערשפּאנען די דאָזיקע פאָר ברעטלעך און ארויס אפן וועג, װאָס פירט 
צו די בורעקעס. ער זאָגט גאָרנישט ניט. ער שטעלט זיך בלויז אוועק אינמיטן בריקל, אזוי אז 
מע קאָן דורכגיין נאָר איינציקװוײַז, און נעמט ציילן. ער ציילט אין זיך, ער דארף וויסן, וויפל 
פירט ער הײַנט ארויס אף דער ארבעט, און פון מאָל צו מאָל גיט ער עמעצן א ריר אָן מיטן 
שטעקן. ער זאָגט גאָרנישט ניט, ער גיט אים נאָר א טאָרקע. דארף שוין יענער זיך א דריי טאָן 
און אומקערן זיך אהיים. פארװאָס איז געפאלן אף אים דער אומכיין? דאָס ווייסט קיינער ניט. 
דאָס ווייסט נאָר מוישע סאָטסקי. עפשער דערפאר, װאָס ער האָט נעכטן איבערגעלאָזט א גרעזל 
צווישן די בורעקעס, אָדער ניט אזוי עפּעס געזאָגט, אָדער זײַן מאמע האָט זיך איבער עפּעס 
צעקריגט מיט מוישעס װײַב? 

איך גיי צום בריקל װי א געפענטעטער און כאפ אלע מאָל א קוק אף די שװעסטער. זי 
שװוײַגן. זיי מאכן מיר נאָר א סימען, איך זאָל זיך א ביסל אונטערהייבן, איך זאָל אויסזען א 
ביסל העכער. װאָס זשע קאָן איך טאָן? גיי איך אף די שפּיץ פינגער. איך גיי צווישן ביידע שווע- 
סטער, װי הינטער אן אײַזערנער וואנט, און מאך זיך ניט וויסנדיק, נאָר פילן פיל איך, אז ניט 
נאָר איך טאנץ אונטער, נאָר דאָס הארץ אויך. עס קלײַבט זיך אינגאנצן ארויסשפּרינגען. 

איך דערפיל אף זיך מוישעס בייזן בליק, זשמורע איך צו די אויגן און דערהער גלײַך, װי 
מײַן שוועסטער סאָרקע ענטפערט אָפּ: 

-- אונדזער ברודערל. פאר כײַקען. די מאמע איז קראנק. 

און אין זכוס פון מײַן מאמען, מיסטאמע, בין איך דורכגעשפּרונגען דאָס בריקל און ארויס 
אפן ברייטן מאָהילנער שליאך. איך גיי אף די בורעקעס, איך װעל פארדינען דער מאמען אף 
מילך און אף פּוטער! איך שפּאן מיט א ברייטן שפּאן און פיל זיך אפאנעמעסן גליקלעך. צום 
ערשטן מאָל זע איך, וי די זון גייט אוף איבער די פעלדער, צום ערשטן מאָל פיל איך דעם רייע 
פון פרישן, טוייִקן צוויט, צום ערשטן מאָל הער איך, װי עס זינגען פייגעלעך. און מיר זינגען 
אויך. פּערעצל גאנעוו פארציט א ליד. אלע קענען זי אף אױיסװייניק און כאפן זי אונטער, נאָר 
איך דארף זי ערשט אײַנכאזערן. אָבער דעם ניגן פארגעדענק איך גלײַך און זינג צוזאמען מיט 
אלעמען, צוזאמען מיט אלע ייִנגלעך און מיידלעך, צוזאמען מיט די פויגלען: 


38 


פייגעלע, פייגעלע, 
מאך זיך ניט נאריש... 


עס זינגט דאָס שטעטלשע הינטערגעסל, דער זאָרגלאָזער שטעטלשער דאלעס, ייִנגלעך 
און מיידלעך אין זעקענע קליידלעך, אין זעקענע הויזן, באָרװעס און הונגעריק. פּערעצלס שטים 
קלינגט העכער פון אלע, און מיר הייבט זיך אָן דוכטן, אז אומזיסט האָב איך מוירע געהאט 
פאר אים און דער צונאָמען זײַנער איז אן אויסטראכטעניש, א בילבל, און פאר מוישע סאָטסקי 
האָב איך שוין אויך ניט מוירע. 

איך גיי, טאנץ אונטער און זינג גלײַך מיט אלעמען, דעם אָנהײיב קען איך שוין אויך אף 
אױיסװײיניק. און עס שײַנט איבער די פעלדער א זומערדיקע זון, און ס'ווערט מעכײיעדיק ווארעם. 
אין די פיס, אין די הענט און אפן הארצן. און עס גרינען שוין פונדערװײַטנס די אומענדלעכע 
בורעקעס-פּלאנטאציעס. 

פאנאנדערשטעלן דעם אוילעם איבערן פעלד -- דאָס פארטרויט מען שוין ניט אפילע מוי- 
שע סאָטסקי. דאָס טוט שוין עפּעס אן עלטערער נאטשאלניק, אָט דער, װאָס װעט פארנאכט 
נאָכאמאָל דורכגיין איבערן פעלד, פארשרײַבן יעדנס פאמיליע און אוועקשטעלן א פּאסיקל. בא 
יענעם איז נאָר א דין שטעקעלע, א פריש אָפּגעבראָכן צווייגעלע, מיט וועלכן ער טילט יעדן 
אָפּ זיינע רייען: 

--- איינס, צוויי, איינס, צוויי... 

איך טו מײַן ארבעט אָרנטלעך, איך האק מיט דער סאפּע אף רעכטס און אף לינקס און 
באוועג זיך פאָרויס גלײַך מיט אלע איבער דער לאנגער האָנע, װאָס זעט אויס אומענדלעך. 

ס'רעדט זיך נאָר אזוי, אז איך גיי גלײַך מיט אלעמען. אינדערעמעסן בין איך געבליבן אף 
א סאך הינטערשטעליק. 

מיר האָט זיך געדוכט, אז האקן מיט דער סאפּע, צערודעווען די ערד איז א גאנץ פּאָשעטע 
זאך. װאָס איז דאָ פאראן צו קענען? נאָר בא מיר באקומט זיך עפעס ניט. די ערד אונטער דער 
סאפע לייגט זיך בא מיר ניט גלײַך, נאָר אין הויכע קופקעלעך, א סאך מיסטגראָזן בלײַבן ניט 
אויסגעהאקט, און אלע מאָל פארטשעפע איך מיט דער סאפע די צארטינקע בורעקלעך, װאָס 
האלטן זיך קוים אין דער ערד. רירסט זיך צו צו זיי, פאלן זיי ארויס. מוישע סאָטסקי װאָלט מיך 
שוין לאנג ארויסגעטריבן, שטיי איך אָבער צווישן ביידע שװועסטער, און אלע מאָל כאפּט אן 
אנדערע א קוק אף מײַן ארבעט און פאריכט זי. אז איך הייב אָן שטארק אָפּשטײן, נעמט יעדער 
שוועסטער א ריי, און אין עטלעכע מינוט גלײַך איך זיך אויס מיט אלע. 

מוישע גייט פון הינטן, שארט די ערד מיט זײַן געשטופּלטן שטעקן, און אלע מאָל, ווען ער 
געפינט בא עמעצן עפּעס א פּעגימעלע, גיט ער זיך א גלײַך אויס, טוט א װאָרף דעם שטעקן 
און שרײַט איבערן גאנצן פעלד: 

--- היי, דו, קער זיך אום! 

איך האק מיט דער סאפע און האָב מוירע אפילע אומקוקן זיך אף הינטן כ'האָב מוירע 
א קוק טאָן אף מײַן ארבעט, כ'האָב מוירע דערזען, װי מוישע נישטערט מיטן שטעקן צווישן 
מײַנע רייען. נאָר מוישע גייט דורך איין מאָל און צוויי מאָל און מאכט זיך ניט וויסנדיק, גלײַך 
ער באמערקט ניט מײַנע זינד. איך שטויס זיך שוין אָן. ער האָט אָפּשײַ פאר מיַנע שוועסטער, 
ער האָט מיסטאמע באמערקט, וי זיי פאריכטן אלע מאָל מײַן ארבעט. 

איך האָב גאָרניט געװוּסט, אז מײַנע שוועסטער זיינען אזעלכע קענערנס. איך באקום אויך 
מער אָפּשײַ פאר זיי. זיי וואקסן מיטאמאָל אויס אין מײַנע אויגן. בא זי אין דאָס א שפּילכל, 
און איך גלײַך קוים אויס די קריזשעס און אלץ ארום מיר דרייט זיך. עפּעס אן אומענדלעכע, 
שווינדלענדיקע גרינקײיט... 

איך האָב דאן ניט געװוּסט, אז אין יענעם טאָג, אין אָט די שווערע מינוטן הייבט זיך אָן 
גאָר א נײַ קאפּיטל אין מײַן לעבן, און אז דאָס װוער איך אף לאנגע, לאנגע יאָרן פארבונדן מיט 
דער ערד, אז כ'וועל ליב באקומען די זויבערע, דורכזיכטיקע לופט, די װײַסע װאָלקנדלעך, די 
קילע באגינענס און די מידע פארנאכטן, אז מיר װעלן ליב ווערן די ווינטן און זאווייען, די 
וויכערס און גוסרעגנס, אז כ'וועל אמאָל קענען פארשטיין די שפּראך פון דער ערד, פון יעדן 
גרעזעלע און באבעלע... יענעם גאנצפרי האָב איך נאָך גאָרנישט ניט געװוּסט און גאָרנישט ניט 
פארשטאנען. מיך האָט בלויז געשראָקן די לאנגע האָנע, סײַ דער טײיל, װאָס מיר איז געבליבן 
דורכגיין, און סײַ דער, װאָס איז געבליבן פון הינטן. מיך האָט געשראָקן דער לאנגער און היי- 
סער טאָג. 

די זון -- קוים װאָס זי רירט זיך, כאָטש הונדערטער אויגן האלטן זי אין איין אונטעריאָגן 
און מעסטן איר יעדן שפּאן. ווער מעסט אפן הימל און ער אף דער ערד, לויטן אייגענעם שאָטן 


39 


אָדער לויטן שאָטן פון די סאפּעס. לאָזט זיך אויס, אז דאָס איז אויך א גאנצע טוירע. און זייער 
א וויכטיקע. זייגערס זײַנען פאראן נאָר בא די עלטסטע. װעלן זיי געוויס פּרוּװון פארציען די 
ארבעט אף אן איבעריקער שאָ און פארקירצן א ביסל דעם מיטיק-איבערײַס. איז אָבער פאראן 
א זון אף דער וועלט, און ס'איז פאראן א שאָטן. איך האָב צוערשט ניט פארשטאנען, װאָס דאָ 
קומט פאָר, ווען עטלעכע כעוורע זײַנען ארויסגעלאָפן א ביסל פאָרויס, אוועקגעשטעלט זיך אפן 
פרייען פעלד און אָנגעהויבן מעסטן דעם אייגענעם שאָטן. 

נאָך דעם האָבן צענדליקער שטימען אָנגעהױבן שרײַען: 

--- מיטיק, מיטיק! 

מוישע סאָטסקי שטעלט זיך אָפּ, נעמט ארויס זײַן גרויסן קעשענע-זייגער און באקוקט 
אים פון אלע זײַטן, גלײַך די צײַט איז בא אים פארבאהאלטן טיף אינװייניק. ער קוקט אף אים 
לאנג, זייער לאנג, ער וויל װײַזן, אז צו מיטיק פעלט נאָך עפעס. עטלעכע מינוט, עפשער עטלעכע 
סעקונדעס. און כאָטש ער באמערקט, אז די סאפּעס האָבן שוין אופגעהערט צו האקן, אז דער 
אוילעם רירט זיך ניט פון אָרט, שטייט ער אלץ, קוקט אפן זייגער און ציילט. און ווען ער דער" 
פילט, אז דאָס געדולד האָט בא אלעמען געפּלאצט, טוט ער א פאָכע מיטן שטעקן און רופט 
אויס: 

--- מי-טיק!.. 

דאָס זעלבע איז געשען אויך פארנאכט, ווען אלעמען האָט זיך געדוכט, אז די זון האָט זיך 
אײַנגעשפּארט און וויל זיך ניט זעצן, און בא מיר האָט געברענט דאָס גאנצע פאָנעם און אין די 
פּלייצעס האָבן ארומגעטאנצט טויזנטער שטעכלקעס. ווען מוישע האָט ענדלעך א פאָך געטאָן 
מיטן שטעקן און אויסגערופן ,אהיים" און אלע האָבן פארװאָרפן די סאפעס אף די אקסלען 
און זיך געלאָזט צום וועג, האָב איך שוין אינגאנצן ניט געװוּסט, װוּ איך האלט אין דער וועלט. 
איך האָב ניט געזען פאר זיך ניט דאָס פעלד און ניט דעם וועג, קוים געשלעפּט די פיס, איינגע- 
גראָבן דעם בליק אין דער ערד, און ארום האָט זיך געדרייט און אונטערגעטאנצט א מוירעדיקע, 
א בלענדנדיקע, עפּעס א מאבלדיקע גרינקײַט. 

מײַנע שוועסטער האָבן מיר שוין העלפן ניט געקאָנט. דער וועג איז ניט קיין האָנע, מיט 
קיין שום סאפּעס װועסטו אים ניט פארקירצן. די זעקס ווערסט פונעם פעלד אהיים דארף יעדע- 
רער דורכמאכן זעלבשטענדיק, אליין, און קיינער קאָן דיר ניט אײַנשפּאָרן אפילע קיין פערטל 
שפּאן. 

ווען איך האָב אָנגעהויבן אָפּשטײן פון די סאמע לעצטע און אפילע פון די שוועסטער, האָבן 
זיי זיך גאָר דערשראָקן. 

--- װאָס איז מיט דיר? 

-- גאָרניט. 

--- װאָס הייסט גאָרניט, דו שלעפסט דאָך קוים די פיס. 

-- נו, יאָ, טאקע נאָר די פיס. 

די ייִנגערע שוועסטער האָט מיר א טאפ געטאָן דעם קאָפּ: 

-- אוי, דאָס קינד האָט היץ!.. 

מער פאר אלץ האָט מיך פארדראָסן דער אויסדרוק ,דאָס קינד". 

װאָס פאר א קינד בין איך? איך בין שוין בא די דרײַצן און איך האָב געשוווירן פארדינען 
דער מאמען אף מילך און אף פּוטער. און איך האָב הײַנט אָפּגעארבעט אזא לאנגן, אזא הייסן 
און שווערן טאָג. רײַס איך אראָפּ איר האנט פונעם שטערן; 

-- איך האָב ניט קיין שום היץ. 

--- סײַװי וועסטו מאָרגן אף דער ארבעט ניט גיין. 

-- װאָס הייסט, כ'וועל ניט גיין? 

איך נעם צונויף דאָס לעצטע ביסל קויכעס און באמי זיך שטעלן פעסטערע טריט, איך פּרוּוו 
אפילע א ביסל לויפן, װי איך װאָלט זיך געקליבן אנטלויפן פון די שװועסטער, דעריאָגן די 
איבעריקע. נאָר אָפּנארן זי איז אומעגלעך. זיי שטעלן זיך פאָר, װאָס מיט מיר קומט פאָר. מיט א 
פּאָר יאָר צוריק האָבן זיי אליין איבערגעלעבט אזא ערשטן טאָג און ווייסן, װאָס דאָס הייסט. איך 
האָב נאָר מוירע, זי זאָלן ניט דערציילן אין דער היים. דאן איז אלץ פארפאלן, 

-- איר זאָלט דער מאמען ניט דערציילן, 

--- מירן זען, וויאזוי דו וועסט זיך דערקלײַיבן אהיים. 

האָבן מיר געשפּאנט אלע דרײַ פּאמעלעך, געבליבן שוין איינע אליין אפן פארנאכטיקו 
זועג, און פון העט-װײַט האָט זיך דערטראָגן אהער, װי א דערמונטערנדיקער רוף, פּערעצלס 
הויכע, קלינגעוודיקע שטים: 


40 


אָדעס איז א שטאָט, 
כערסאָן א גובערניע. 


קיינעם אין דער וועלט בין איך אין יענעם פארנאכט אזוי ניט מעקאנע געווען, װוי פערעצל 
גאנעוו, װאָס נאָך אזא טאָג ארבעט קאָן ער נאָך זינגען. 

אהיים זײַנען מיר געקומען שוין אין אָװונט, און אלע זײַנען געשטאנען בא דער טיר, ארויס- 
געקוקט אף אונדז. 

--- װאָס אזוי שפּעט? -- פרעגט כײַקע. 


גאָרנישט ניט, ענטפערט לייקע, -- זיך פארהאלטן א ביסל. 
י שוועסטער האָבן גאָרנישט ניט דערציילט. נאָר אף מאָרגן בין איך אף דער ארבעט ניט 
ארויס. איך בין פאָשעט פארשלאָפן, און קיינער האָט מיך ניט געוועקט. א גאנצע נאכט האָט זיך 


מיר געכאָלעמט אן אומענדלעך גרין פעלד. איך גיי און גיי און האלט אין איין האקן מיט דער סאפּע. 
איך האָב בעשום-אויפן ניט געקאָנט ארױיסרײַסן זיך פון אָט דעם לאנגן כאָלעם. א גאנצן טאָג 
האָב איךְ זיך אויסבאהאלטן פון אלעמען. איך האָב זיך געשעמט קוקן דער מאמען אין די אויגן. 
איך האָב דאָך געשוווירן! און א גאנצן טאָג האָב איך געפּײַלט און געשארפט די סאפע. מאָרגן 
וועט זי בא מיר שוין אליין האקן! 


מאמע, מאמע!.. 


איך קאָן ניט זאָגן, וויפל האָב איך פארדינט פאר יענעם ערשטן שוערן זומער. געצאָלט 
האָט מען דאן ניט מיט געלט. דאָס געלט האָט ניט געהאט קיין שום ווערט. געצאָלט האָט א 
מיט צוקער, מיט זאלץ און מיט מארליע. איין מאָל אין צוויי װאָכן פלעגט ארױיספאָרן אין פע 
דער זאװאָדישער קאסיר און אױסצאָלן יעדן זײַן פארדינסט. כאָטש דער נאָמען קאסיר 6 
געווען א באדינגלעכער, װײַל ס'איז ניט געווען קיין שום קאסע און קיין שום געלט. ארויסגעפאָרן 
איז ער אף א טיפן פורגאָן, אָנגעלאָדן מיט זעק, און אָפּגעװױגן יעדן זײַן כיילעק. דעם צוקער 
פלעגן מיר אױיסבײַטן אף ברויט, פון דער מארליע האָבן די שוועסטער זיך גענייט יאָמטעװדיקע 
קליידער, נאָר דער מאמען אף פּוטער האָט ניט געקלעקט. 

און די מאמע האָט געגויסעסט. מעגלעך, אז קיין שום פּוטער װאָלט שוין ניט געהאָלפן, נאָר 
מיר איז שווער געווען צו גלייבן, אז מײַן מאמע קאָן טאקע אפאנעמעסן שטארבן. 

אָבער ס'איז געקומען א טאָג, און --- װייהאָסאָ האמאלעך האמאָוועס... 

אך, יאָ, דאָס איז גאָר א מײַסעלע פון דער האגאָדע. א מײַסעלע וועגן דעם, װי דער טאטע 
האָט געקויפט א ציג. און װי די מאמע האָט זיך צוגעזעצט זי אויסמעלקן. און װוי אף איר בלייכן 
פּאָנעם האָבן צום ערשטן מאָל א שפיל געטאָן פריילעכע, ראָזע פארבן, און וי אין אונדזער מיל- 
כיקן פענדעלע האָבן צום ערשטן מאָל א קלונג געטאָן שטראָמען ווארעמע מילך. 

נאָר דאָס איז געווען ניט קיין כאָלעם. איך געדענק נאָך ביז הײַנט דעם קלאנג פון די מילך- 
שטראָמען און דעם טאם פון פרישער, ציגענער מילך, װאָס האלט אין איין בלאָזן זיך, מיט א ווא- 
רעמער, דופטיקער פינע. יענער זיסלעכער טאם, װי דער טאם פון אקאציע-צוויט, רופט בא מיר 
שטענדיק ארויס א ווייטעקלעכע הארצקלעמעניש. װײַל איניינעם מיט די מילך-שטראָמען גיבן 
שטענדיק א שפּריץ ארויס לאנגאָניקע דערינערונגען, און די אויגן ווערן װי פארצויגן מיט א דין 
הײַטל. און זיי זעען פאר זיך גאָרנישט ניט, נאָר יענץ, דאָס לאנג פארשוווּנדענע. און שטענדיק 
איז דאָס אזא טרויעריקס, אזא פארטרערטס, װי א קאלטער און רעגנדיקער הארבסטיקער טאָג, 
זוי יענער טאָג, ווען די מאמע איז געשטאָרבן. 

מיסטאמע זײַנען געווען א סאך טעג אזעלכע אויך ביז און אויך נאָך יענעם טאָג. ס'איז דאָך 
געווען הארבסט. נאָר זיי האָבן גאָרנישט ניט איבערגעלאָזט אין זיקאָרן. נאָר יענער טאָג... 

ס'האָט גערעגנט א גאנצע נאכט. א דינער און א שטילער רעגן, װאָס גייט פּאמעלעך און 
רויָק. א רעגן, װאָס אײַלט זיך אין ערגעץ ניט, ער איז זיכער, אז די גאנצע צײַט איז זײַנע, דער 
טאָג, די נאכט, אָן א שיר מעסלעסן. ער ווייסט, אז ער איז ניט קיין אָנגעלײגטער גאסט, פירט 
ער זיך באשיידן, טומלט ניט און דונערט ניט, דרינדזשעט ניט אין די דעכער און רינוועס. ער 
זיפּט זיך און זיפט זיך דורך די שטרויענע טרײַבעלעך, וייקט דורך די דעכער אף דורך און דורך 
און טריפט אראָפּ מיט אָן א שיר דינע טרערעלעך. 

איך האָב פארגעדענקט יענעם באנאכטיקן רעגן, װײַל אין אונדזער שטיבל איז קיינער ניט 
געשלאָפן. איך אויך ניט. אלע מאָל איז עמעצער ארײַנגעגאנגען צו דער מאמען אין אלקערל, 
אָפּגעשטאנען א ביסל און ארויס פון דאָרטן מיט א טיפן זיפץ און מיט א טיכל בא די אויגן. מיך 


41 


האָט מען צו דער מאמען ניט צוגעלאָזט. איך האָב געקאָנט נאָר אונטערגאנווענען זיך און ארײַנ- 
קוקן אין אלקערל דורכן האלב צוגעמאכטן טירל. די מאמע איז געלעגן וי אין שווערן דרעמל, 
אלע מאָל א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ, וי פרוּוונדיק אָפּטרײַבן א פליג. דאָס לעצטע ביסל פארב 
האָט זיך צונויפגעקליבן אין איר פּאָנעם, געשפּילט אף אירע שוין ניט לעבעדיקע, אײַנגעפאלענע 
באקן, און דערפאר האָט זי מיר אויסגעזען אזוי פארדריסלעך יונג. געדוכט האָט זיך מיר, אז זי 
שאָקלט מיטן קאָפּ אף אָפּטרײַבן ניט עפעס א פליג, נאָר דעם מאלעך-האמאָוועס אליין. 

כאלוימעס, כאלוימעס... אן אנדער לייענער קאָן זיך דוכטן, אז דער = טראכט זיי או- 
מיסטן צו. נאָר איך געדענק עס, װי הײַנט: אין יענעם רעגנדיקן הארבסטיקן טאָג, ווען די מאמע 
האָט געגויסעסט, האָב איך געלייענט א רוסיש ביכל, דאָס ערשטע אסיט 2 אין מײַן לעבן. 
און געהייסן האָט עס ,סני זשיזני? --- די כאלוימעס פונעם לעבן. ערגעץ האָט מײַן שװועסטער 
לייקע געקריגן אָט דאָס ביכל, פריִער אליין איבערגעלייענט און דערנאָך מיר אויך דערלויבט. 
מיר איז איצט שווער זיך צו דערמאָנען, וועגן װאָס האָט זיך דערציילט אין יענעם ביכל. נאָר אלץ 
אין דעם איז געווען ענלעך אף יענעם פארכמורעטן און פארנעפלטן הארבסטיקן טאָג. דערציי- 
לונגען וועגן צעשטערטע ליבעס, וועגן ניט פארווירקלעכטע טרוימען, וועגן געפאטערטן מאזל און 
וועגן פיל אומזיסט אָפּגעלעבטע פוסטע לעבנס. מענטשן, װאָס פארענדיקן זייערע טעג אויסגע- 
ליידיקטע און אנטוישטע און פארלאָזן די וועלט מיט א געפיל פון אומויסדריקלעכן פארדראָס און 
ווייטעק און מיט אָן א שיר ניט פארענטפערטע פראגן: נאָך װאָס געבוירן געװאָרן, נאָך װאָס גע- 
לעבט אף דער וועלט?.. 

אלץ האָט אין מיר געכליפעט, און איבער די זײַטלעך פונעם ביכל, װי פונעם שטרויענעם 
דעכל, האָבן אלץ געטריפט דינע און שטילע טרערן. און אלץ אין מיר האָט זיך געריסן, פּראָטע- 
סטירט קעגן דעם, װאָס איך האָב געלייענט. עס טאָר אזוי ניט זײַן? עס טאָר ניט זײַן אזא פאר- 
כמורעט, אזא פארנעפּלט, אזא פּוסט, זינלאָז לעבן, און מענטשן טאָרן ניט שטארבן מיט אזא ביטער 
געפיל. זיי טאָרן ביכלאל ניט שטארבן. און מײײַן מאמע אויך ניט. זי מוז נאָך זען עפעס ליכטיקס, 
עפּעס פריידיקס, זי האָט דאָך אזוי געטרוימט ועגן א ביסעלע נאכעס, נאכעס פון קינדער, און 
אזוי זיך מאקריוו געווען צוליב דעם. האָט זי דאָך פארדינט א ביסל פרייד!.. 

-- מאמע, מאמע!.. 

דאָס האָט אויסגעשריגן ניט איך, נאָר די עלטסטע שוועסטער, װאָס איז ניט אָפּגעטראָטן פון 
דער מאמען אף קיין איין מינוט. ניט אויסגעשריגן, נאָר עפּעס ארויסגעקװויטשעט, ארויסגע- 
היכצט, ארוױיסגעבראָכן מיט עפּעס א פרעמדער, ניט מענטשלעכער שטים: 

-- מאמע, מאמע!.. 

דאָס האָבן מיר אלע שוין ארויסגעלאָזט איין ווילד, פארטויבנדיק געשריי און ארומגערינגלט 
דאָס בעטל פון אלע זײַטן. געמיינט אָפּשרײַען, ארױיסרײַסן די מאמע פון די קלעמען פון טױט 
כאָטש אף איין טאָג, אף איין שאָ, כאָטש נאָך אף א װײַלע. די מאמע איז געלעגן א פארגליווערטע, 
די אויגן בארויגעזלעך צוגעמאכט. דאָס ביסל פארב, װאָס האָט אָקאָרשט געשפּילט אפן פּאָנעם, 
איז פארשװוּנדן. מיטאמאָל האָט זיך אף איר פּאָנעם אױסגעשפּרײט א שרעקנדיקע געלקײַט. 


געווען אין מײַן קינדהײַט אן ענג שטיבל פול מיט געמיטלעכקײַט, א שטיבל, װאָס האָט די 
גאנצע צײַט געצויגן צו זיך, און יעדער מינדסטע זאך האָט דעם צוגעגעבן עפעס ענלעכס אף א 
לעבעדיקן אָטעם, א לעבעדיקע ווארעמקײַט. א שטיבעלע מיט פּיצלעך פענצטערלעך און מיט א 
סאך שטראלנדיקער שײַן. און אין איין אויגנבליק איז דאָס שטיבל געװאָרן ניט צו דערקענען, די 
אלטמאָדישע שמאָלע סאָפּקעלעך, דאָס לאנגע טישל מיט די זיך שאָקלענדיקע פיסלעך, די געלא- 
טעטע פאָרהענגלעך, דער אלטער סאמאָוואר מיט די אײַנגעפאלענע זײַטן און דער שוין לאנג 
הייזעריק געװאָרענער וואנטזייגער האָבן פארלוירן זייער כיין. אין מיר האָט אָנגעהױבן אָנוואקסן 
אן אומפארשטענדלעכער ווידערגעפיל צו די אלע זאכן, װאָס האלטן זיך אזוי אקשאָנעסדיק פאר 
זייערע ערטער אין דער צײַט, ווען די מאמע... 

ביידע צימערלעך זײַנען מיטאמאָל פוֹל געװאָרן מיט אן אוילעם טומלענדיקע מאנצבלען און 
כליפּענדיקע װײַבער. איך האָב זיי צום ערשטן מאָל געזען בא אונדז אין שטוב און דערפון דער- 
פילט זיך, װי א פרעמדער. עפּעס האָט זיך מיר אָנגעהױיבן אױיסװײַזן, אז די גאנצע וועלט, אלץ 
ארום האָט פארלוירן יעטווידן זין אָן דער מאמען... 

נאָר מע האָט געדארפט עפּעס טאָן, מע האָט געדארפט גיין ערגעץ, מע האָט געדארפט גרייטן 
זיך צו דער לעװוײַע. 

איך פארשטיי ניט, פארװאָס האָט זיך מיר אין צוזאמענהאנג מיט דער מאמעס טויט פארגע- 
דענקט יויעל באלעגאָלע. טויטע פירט מען דאָך ניט אף קיין וועגעלעך, מע טראָגט זיי אף דער 
מיטע ביזן בעסוילעם. נאָר נעכטן איז דער מאמען געװאָרן שטארק שלעכט און מע האָט געדארפט 


42 


ברענגען א דאָקטער. אָבער דער דאָקטער וװווינט װײַט, העט אויבן, פון יענער זײַט שטעטל, אפן 
שפּיטאָל-הויף, און אין דרויסן איז רעגנדיק און בלאָטיק, האָבן מיר געדונגען יויעל באלעגאָלע, 
און איך מיטן עלטערן ברודער זײַנען אוועקגעפאָרן צום שפּיטאָל. וי אלץ ארום, האָט יויעל אויך 
דאן אויסגעזען נעבעכדיק --- אן אָפּגעקומענער באלעגאָלע מיט איין פערד, װאָס גייט געשפאנט 
רעכטס פונעם דישל און האלט אין איין שפּארן אף אים מיט דער לינקער, שוין היפּש אָפּגערי- 
בענער זײַט. יויעל שמײײַסט מיט דער בײַטש, רײַסט די צוים, זידלט דאָס פערד, די גאנצע וועלט 
און לייגט אויס פאר אונדז זײַן פילאָסאָפיע: 

-- א פערד איז געגליכן צו א מענטשן. 

אין עטלעכע מינוט ארום באקומט זיך עס בא אים פארקערט: 

-- א מענטש איז געגליכן צו א פערד. 

דאן האָב איך אפילע ניט געקאָנט זיך פאָרשטעלן, אז אף מאָרגן גאנצפרי װעל איך װוידער 
דארפן דורכמאכן דעם זעלבן וועג, נאָר צופוס. און גיין װעלן מיר א ביסעלע װײַטער פונעם 
שפּיטאָל, א ביסעלע העכער און א ביסעלע רעכטס. צום בעסוילעם. 

כ'בין געגאנגען און גאָרנישט ניט געפילט, כוץ יענעם גרויל, װאָס האָט פארטאָג זיך ארײַנ- 
געכאפּט צו אונדז אין שטוב און דורכגענומען אונדז אלעמען אף דורך און דורך. אונטערן קאלטן 
רעגן איז ער געװאָרן נאָך גרעסטער. די ביינער האָט געבראָכן, און ס'איז אלץ געוואקסן דאָס גע" 
פיל פון זינלאָזיקײַט פון דעם, װאָס עס קומט פאָר, און פון דעם, װאָס די אויגן זעען: דער קאל- 
טער רעגן און די שיטערע בלאָטע, די מיטע, א פארדעקטע מיט א שווארצער קאָלדרע, און דער 
אוילעם ייִדן, װאָס גייען נאָך אָנגעכמורעטע און דערפרוירענע. און אלץ אין מיר האָט געכליפּעט. 
און אלע מאָל האָט זיך ארויסגעריסן א הויכער היכץ, מיט עפּעס א שלוקערץ. עס טאָר אזוי ניט 
זײַן עס טאָר אזוי ניט זײַף נאָר איך האָב גאָרנישט ניט געקאָנט צוטראכטן אף ענדערן דעם 
זינלאָזן סיידער-האָוילעם. 

און ווען מע האָט אראָפּגענומען די מאמע פון דער מיטע און אראָפּגעלאָזט אין דעם פרישן 
קייווער און איך האָב געדארפט אָפּזאָגן מײַן ערשטן קאדעש, האָב איך ניט געקאָנט ארויסריידן 
קיין איין װאָרט. די ווערטער האָבן זיך געקרישעט אף שטיקלעך, און כ'האָב בלויז געקאָנט ארויס- 
וויינען באזונדערע קלאנגען: 

-- יייסדגאדגא-דאל-דאל.. 

מײַן פעטער כאיִם, יענער פעטער, וועגן וועמען איך װעל נאָך שפּעטער דערציילן, האָט 
מיך א גלעט געטאָן איבערן קאָפּ און זיך אָנגערופן, א ביסל מיט טרייסט און א ביסל מיט מוסער: 

-- אז מע זאָגט קאדעש, טאָר מען ניט וויינען. 

-- אידאידאיך... איך װעל מער ניט וויינען, -- האָב איך צוגעזאָגט דעם פעטער. 


מוז איך װוידער בעטן מעכילע באם לייענער. איך האָב דאָך צוגעזאָגט דערציילן וועגן גאָר 
עפעס אנדערש. וועגן די קאָמיוגיסטן פון די צוואנציקער יאָרן, וועגן דעם, װיאזוי מיר זײַנען 
אריבערגעשפרונגען פונעם װײַטן שטעטלשן מיטלאלטער אין דער נײַער וועלט. נאָר איר ווייסט 
דאָך, פריִער די מומע רייזע, דערנאָך די ציג. און אז מע הייבט זיך אָן דערמאָנען.. 

האָט זיך אָנגעהױיבן א מײַסעלע. דער טאטע האָט געקויפט א ציג... 

נאָר עס װעט קומען א צווייטער טייל. און מיר ועלן נאָך וועגן אלץ דערציילן. 


(פאַרזעצונג קומט) 


; 
ציט 


'פון דער רוסישער סאַוועטישער דיכטונג 


יאראָסלאװ ס מעליאקאַװ 


4 


מאָנאַלאָג פון א רוס 


איר װוילט, װעל איך זאָגן פאָרויס אײַך, 
ווער בין איך און װאָס מיר פעלט: 

א רוס לויטן טאָך, לויטן אויסזען -- 
אזא מאָלט מיך אויס פאר דער וועלט. 


פארזאָרגט פון די שווערע מאכשאָוועס, 
װאָס נאָגן סײַ מיך, סײַ דעם קלאל. 

מײַן שמייכל, מײַן זאָרג --- פון די אָוועס. 
כ'בין שטרענג. כ'בין א מענטש אָן א גאל, 


איר שפּירט אין געשטאלט מײַנעם, ווייס 
איך, 
אין מײַן פּראָלעטארישן כיין -- 


ריכארד 


גאנצפרי, ווען שאָטנס שוואכע 
בלאָנדזשען, 

דעם זיבעטן נאָיאבער פּונקט 

האָבן דיך אופגעהאנגען די יאפּאָנצעס 

אָן צערעמאָניעס, אפן װוּנק. 


דער טאליען האָט פארשפּאָרט זיך מיִען -- 
פון אורטיילן האָסט געװוּסט דעם מיין: 
אליין געשטעלט זיך צו דער טליִע, 

דעם שטריק פארצויגן האָסט אליין, 


ניט בייזקײַט פון צינגער בייזע, 
נאָר שארפקייט פון קרעפטיקע ציין. 


א רוס לויטן טאָך, לויטן אויסזען, 

א רוס לויט דער ברייט פון פארשטאנד -- 
ווען כ'רעד וועגן זיך, בין איך אויסן 
מאסשטאבן פון גאנצן פארבאנד. 


פון זינט דעם אָקטיאבער דעם גרויסן, 
ווען גליק האָט באקומען א זין, 

דאָס אייבערשטע כ'בין ניט פון שטויסל, 
א גלײַכער מיט אלעמען כ'בין. 


ייִדיש -- א. װערגעליס 


זאַרגע 


און אין א שאָ ארום, אין מאָסקװע, 
אין סאמע שוװווּנג פון דעם פּאראד 
האָבן די פאָנען ניט פארלאָזט דיך --- 
פארנייגט זיך פאר דײַן העלדנטאט, 


עס איז דאָס שאלן פון אָרקעסטער 

אף רויטן פּלאץ געווען פארשטיינט. 

די ברידער דײַנע און די שוועסטער -- 
געדראָיט, געװאָרנט און געוויינט, 


ייִדיש -- א. װערגעליס 


אוב איך וועל קראנק װערן, 

ניט רופט צו מיר קיין דאָקטוירים, 

כ'בעט, גוטע פרײַנט, ס'געזונט 
מײַנס 

ניט באדויערט! 

(טראכט ניט, אז כ'רעד פון היץ -- 

א כוילע א שווערער). 

שפּרײט מיר אונטער דעם סטעפּ, 

די פענצטער 

מיט נעפּל פארהענגט מיר, 

צוקאָפּנס מיר שטעלט 

א באנאכטיקן שטערן. 


אן אמכאָ, אן אקשן, 
קיין שעם פון , איידל-געפּאצקעט" 
כ'האָב זיך ניט געמאכט. 
אויב מיך מע וועט פארוװווּנדן 
אין שלאכט, אין פעלד אין 
ברייטן, -- 
בינדט מיר איבער דעם קאָפּ 
מיטן בארגיקן שליאך, 
דעקט אײַן מיך 
מיט א קאָלדערע 
פון הארבסטיקע קווייטן. 


ניט קיין רעפועס, קיין טראָפּנס, == 

אין א גלאָז 

זאָל ציט'ריק שטראלן 

די זון, װאָס זיך צינדט. 

געזונט מאכן קאָן מיך דער 
מידבער-ווינט 

און א זילבערנער מאבל 

פון וואסערפאלן. 


פון יאמען און בערג 
ווייט אף אונדז מיט טקופעס, 
טוסט א קוק 
און דערפילסט, 
וי די אײביקײַט 
אין דיר זיך אנטפּלעקט. 
ניט מיט מארליע פון דער װוּנד 
פארזייט איז מײַן וועג, 
נאָר מיט װאָלקנס. 
מיטן מילכוועג, -- 
ניט מיט שפּיטאָל-קאָרידאָרן 
כ'גיי אוועק. 


ייִדיש-- מ. גרוביאן 


אנא אכמאטאָווא 


ס'האָט ניט פארגעסן זיך לעסאטע, 
ס'וועט פון זיקאָרן ניט אוועק: 
אהער -- צו אונדז געגאן, 
געפלאטערט, 
צוריק אוועק מיט זעלבן וועג. 


מיט אײַך, דורך אלע זיבן פּלאָגן, 
אוועק אין אָנהײיב פון באגינען-- 
פון אימפּעראטאָר ביז 

אלעקסאנדער בלאָקן, 
פון פּושקינען ביז קוזמינען. 


פּונקט צו האלב-נאכט ענג געװאָרן; 
ניט אין קלוב דער אָרן פלאטערט, 
נאָר באם יאם-ברעג אין סאָבאָר 
דאָרט, 
װאָס אויסגעבויט האָט פּיאָטער. 


געשטאנען שולדיק און פארמא- 
טערט 


לעם די כאָרוגװעס און איקאָנעס -- 
די ניט געוויילטע דעלעגאטן, 
עס טרעפט א צאָן אף א צאָן ניט, 


און די צאװאָע קלאָגט און 
פלאקערט, 
דער זאל די כיילעוו-ליכט 
צעצינדט; 
אליין דער פּראָטאָדיָאקאָן 
פארגיט אײַך אלע זינד, 


די אוויירעס שווערע רייניקט, 
זינד די גרעסטע װעקט ער 


װידער -- 

געווען זיי זײַנען גרויס, כאָטש 
וייניק: 

ביסכאקל בלויז -- פּאָעמעס און 
לידער. 


ייִדיש -- מ. גרוביאך 


49 


עי 


די יעלן באם מאָסקװער קרעמל 


דאָס האָט צוגעטראכט עמעץ 


בעקיוון, 


אף דעם פלאץ אף דעם 


געבראכט -- 

ניט די פּראכט 

פון פארוויינטער איווע, 
ניט דער שטאלטנער 


פראכט. 


זאָלן שטיין 
בא די קרעמלישע שועלן 
שטילע טונקעלע יעלן -- 


א וואך 


פון די קינדער 


פון וויוגעס-מעטעלן, 


װאָס דערמאָנען 


רויטן אין יענעם יאנוואר. 


בעריאָזקעס 


ס'איז אונדז ליב 

זייער פּאָשעטער היילעך, 
פון די שטעכיקע צװײַגן 
די פרייד 


און דער שטאם דער 


סיבירער -- 


ניט פריילעך, 
נאָר דערפאר ניט געבויגן 


ער שטייט. 


ייִדיש -- א. װערגעליס 


ן בראַניק! 


1225 


א נײַער 
טעאטער-קאַלעקטיוו 


אין קעשענעװו איז געבוירן געװאָרן 
א נײַער ייִדישער טעאטער-קאָלעק- 
טיוו -- א מויקאליש:דראמאטישץ 
סטודיע באם שטאָטישן יוגנט-הוי. 
מיט דער סטודיע פירט אָן א קינסט- 
לערישער ראט בעראָש מיט דעם רע- 
זשיסער פון דער מאָלדאװישער טע- 
לעװיזיע רוּוון לעווין. 

דעם 15 נאָיאבער אין פאָרגעקו- 
מען די פרעמיערע -- דער קאָלעק- 
טיװו האָט באװיזן דעם ספּעקטאקל 
,נײַדקאסרילעװוקע" -- אן אינסצעני- 
רונג לויט שאָלעם-אלייכעמען, אָנגע- 
שריבן דורך דעם דיכטער און דרא" 
מאטורג מאָטל סאקציער. 

מיטן אָרקעסטער האָט דיריזשירט 
דער סטודענט פון דעם פערטן קורס 
פון קעשענעװער קונסט-אינסטיטוט, 


א דיפּלאָמאנט פון דעם אלפארבאנ- 
דישן פידלער-קאָנקורס מ. מולער. 

זיבעציק זײַנען זיי, די אָנטײלנע- 
מער פון דער סטודיע. ארבעטער, 
סטודענטן, שילער פון עלטערע 
קלאסן, איר װעט דאָ באגעגענען דעם 
גראווירער דאָװיד שווארצמאן, דעם 
לאבאָראנט ארן שווארצמאן, די אר- 
בעטער פון טראקטאָר-זאװאָד ר לא- 
דיזשענסקי און י. עשקאָ, די ארבץ- 
טערן פון שוך-פאבריק ס. גאכאנ- 
סקאיא, די לערערן ע. בערגינער אא, 
דאָס זײַנען אלץ מענטשן, פאר װעל- 
כע קונסט איז דער צװייטער בארוף, 
און דאָס טאקע האָט זיי מיט א האלב 
יאָר צוריק געבראכט אהער אין שטאָ- 
טישן יוגנט-הויז, 

,און אָט אין די פרעמיערע, -- 
שרײַבט די רעפובליקאנישע צײַטונג 
,מאָלאָדיאָזש מאָלדאװי!" (,די יוגנט 
פון מאָלדאװיע"), -- עס זײַנען גע- 
קומען טעװיעס קינדער און קינדס- 
קינדער, די, װאָס געדענקען נאָך דאָס 
לעבן אין די פאררעװאָליוציאָנערע 
שטעטלעך, און גאָר יונגע צושויער 


( 


מיט פּיאַנערישע האלדזטיכער אף דער 
ברוסט", 

װעגן דער ערשטער שטעלונג פו" 
נעם נײַעם יִדישן זעלבסטעטיקן 
טעאטער-קאַלעקטי זײַנען אָפגע- 
דרוקט ארטיקלען אין דער קעשענע* 
װער אָװנט-צײַטונג (,װעטשערני קיי 
שעניאָװ") און אין דער רעפובליקא* 
נישער צײַטונג , סאָװעטסקאיא מאָל* 
דאװיא". 

;אינעם ספעקטאקל, װעלכן ס'האַט 
געשטעלט ר. לעווין, -- שרײַבט די 
רעפובליקאנישע צײַטונג, -- זײַנען 
פאראן א סאך רעזשיסערישע אײנ" 
פאלן. אין אלגעמיין איז עס אן איני 
טערעסאנטע פאָלקס-פאָרשטעלונג". 

,אינעם עפילאָג פון דער פאָרשטע- 
לונג, -- שרײַבט װײַטער די צײ" 
טונג ,סאָװועטסקאיא מאָלדאװיא", -- 
קלינגט באגײַסטערט דער מאָנאָלאָג 
װעגן דעם נײַעם גוירל פונעם ייִדישן 
פאָלק, װאָס לעבט גליקלעך אין דער 
ברידערלעכער מישפּאָכע פון די סאָ- 
װעטישע פעלקער". 

די צושויער האָבן הייס באגריסט 
דעם נײַעם טעאטער-קאָלעקטייו מיט 
זײַן ערשטן דערפאָלג. 


5 


אוסטינאָו. 


נאַיאבער 1966 


ע 
יי 
6 
: 


יי 


+צ 


ו. װענדראָפן 


בנ 


--90 יאָר 


ז. װענדראַף 


מיסטער קעיפוויצעס טרוימען 


אלע זײַנע פופציק יאָר אין אמעריקע האָט 
א מייסע מיט אֹ נאזעול מיסטער קעיפוויץ -- דער נעמלעכער 
5 יאָשטקע קאפּצעוויטש פון אֶלכאָװעץ -- 
געטראָגן אין זײַן הארצן א שטילע בענקעניש נאָך דער אלטער היים. 
אזוי ליגט שוין אין דעם מענטשנס טעווע, אז אף זײַן גאנץ לעבן פארבאהאלט ער אין זײַן 
הארצן א ווארעם ווינקעלע פאר דעם ,וויגעלע פון זײַן יוגנט", אפילע ווען דאָס וויגעלע איז ניט 
געווען אויסגעבעט מיט רויזן... 
ניט װאָס מיסטער דזשאָזעף קעיפוויץ -- דער אמעריקאנער בירגער, דער גרויסער ביזנעס- 
מאן, דער ,פּרעזידענט" פון דער שול ,אנשיי-אָלכאָװעץ", דער מיטגליד פון דעם זייער רעספּעק- 
טאבעלן אָרדען ,בעניי-בריס", דער טשערמאן פון דרײַ טשאריטי-סאָסיעטיס:, דער רײַכסטער און 
בעמיילע דער אָנגעזעענסטער מענטש אין גאָר דער אֶלכאָװעצער לאנדסמאנשאפט פון פילאדעל- 
פיע, זאָל וועלן אף שטענדיק זיך אומקערן קיין אֶָלכאָװועץ און צוריק ווערן יאָשקע קאפצעוויטש 
פון אמאָל, -- דאָס װאָלט מר. קעיפוויץ ניט ועלן, ווען אפילע צוזאמען דערמיט קומט צוריק 
זײַן, יאָשקע קאפצעוויטשעס, יוגנט. 
מר. דזשאָזעף קעיפּוויץ קאָן זיך שוין גאָר ניט פאָרשטעלן א לעבן אָן א דירע פון א צענדליק 
צימערן, אָן א גאראזש מיט עטלעכע אװטאָמאָבילן פון די נײַסטע מארקעס, אָן א פּאָר מאדאָשים 
אף זײַן אייגענעם ראנטש זומער און אָן עטלעכע װאָכן אין קאָלאָראדאָ אָדער אף די בערמודער 
אינדזלען װינטער; אָן די אלע װוילטיקן און לוקסוסן, װאָס רײַכטום גיט דעם מענטשן. נאָר איינ- 
מאָל אין לעבן אראָפּקומען מיט א וויזיט אין זײַן געבורטסשטאָט, טאקע אלס מר. דזשאָזעף קעיפ- 
וויץ -- דער אמעריקאנער בירגער, דער אפּרעזידענט", דער פילאנטראָפּ, וועלכער האָט אין 
גאָר זײַן אשרעס און גאָר זײַן גאדלעס קיינמאָל אין זײַנע ,אָרעמע ברידער" פון דער אלטער 
היים ניט פארגעסן, -- וועגן דעם האָט מר. קעיפּוויץ ניט אופגעהערט צו טרוימען אלע זײַנע 
יאָרן אין אמעריקע. 
דער דאָזיקער באגער איז נאָך שטארקער געווען דערפאר, װײַל דער וועג צו זײַן אלטער 
היים איז פאר אים לאנגע יאָרן פארצוימט געווען צוליב א שטיקל סיכסעך, װאָס ער, מיסטער 
קעיפּװויץ, האָט אמאָל, ווען ער איז נאָך געווען יאָשקע קאפצעוויטש, אין איינעם א זונטיקדיקן 
טאָג, געהאט מיט ניקאָלײַ דעם צווייטן אין דער פּערזאָן פון איינעם פון זײַנע גאָראָדאָװאָיעס. 
וי יעדער אנדער זונטיק, איז אויך אין יענעם פאטאלן זונטיק דער גאנצער מארק-פּלאץ, 
פון ברעג צו ברעג, פארפולט געווען מיט פּויערישע פורלעך, די האָלאָבליעס אופגעהויבן אין 
דער הייך, װי אנטענעס, די אױיסגעשפּאנטע פערד, מיט די הינטנס צו דער וועלט און מיט די 
קעפּ צו די וועגענער, האָבן, גלײַכגילטיקע צו אלץ און אלעמען ארום זיך, געקײַט, װאָס גאָט און 
זייערע באלעבאטים האָבן זיי געגעבן. פערד פון יוסטע פּויערים-באלעגופים --- גלאטע, אויסגע- 
פאשעטע, מיט גלאנציקע פעלן און געדיכטע לאנגע עקן -- האָבן, אײַנגראָבנדיק די מאָרדעס 
אין די טאָרבעס, װאָס זײַנען געהאנגען אף זייערע נאקנס, געשמאק געכראָמטשעט האָבער. פערד 
פון מיטלפּויערים -- ערלעכע, ניט צעבאלעוועטע פערד-האָרעפאשניקעס -- האָבן געצופט מיט 
די ליפּן זשמעניעס היי פון די וועגענער, פארשיטנדיק דערבײַ א היפּש ביסל אף דער ערד. דארע, 
פארמאָרעטע קליאטשעס, ענלעך אף זייערע באלעבאטים -- אָרעמע פויערים, האָבן, אָן איבעריקו 
אפּעטיט, גלײַכגילטיק געקײַט סעטשקע -- געהאקטע טרוקענע שטרוי, וי זיי װאָלטן געזאָגט: 
א בריירע האָט מען, מע מוז דאָך עפּעס עסן, נאָר אז אָך-און-וויי װאָס פאר א טאם עס האָט און 
װאָס פאר א קליאָק מע קאָן פון אזא אכילע ציִען... 


1 צדאָקע-כעוורעס. 


3--0 48 


אינעם סאָבאָר, װאָס אפן בערגל באם ראנד פון מארק, זײַנען נאָך אָנגעגאנגען די מאָרגן- 
טפילעס. די טירן פון די קראָמען און שענקען זײַנען דעריבער נאָך דערװײַל געווען פארמאכט, -- 
פארמאכט, אָבער ניט געשלאָס: מיט דעם שטילן העסקעם פון דעם אָקאָלאָדאָטשנעם פּערעטיש- 
קין, װאָס האָט יעדן זונטיק געקליבן צינזן בא קרעמער און שענקער -- א גילדן פון א קראָם און 
א פערציקער פון א שענק, -- זײַנען די שענקען שוין פון סאמע פרימאָרגן פול געווען מיט 
לעכצנדיקע און דור/ ישטלקע, און הינטער די פארמאכטע טירן פון די קראָמען איז דער האנד? 
געווען אין פולן ברע 

נאָר אָט האָבן די גלעקער פון סאָבאָר האָפּערדיק און אײַלנדיק, װוי זיי װאָלטן איינער דעם 
צווייטן געװאָלט איבעריאָגן, הילכיק זיך צעפּילדערט -- אן אָנזאָג, אז די מאָרגן-טפילעס זײַנען 
פארענדיקט, און די טירן פון די קראָמען האָבן זיך ברייט צעעפנט, טירן פון שענקען האָבן 
אופגעפּראלט, דער מארק-פלאץ האָט ערשט רעכט זיך צעוויגט. קליינע סאָכרימלעך, מארק-הענד- 
לער האָבן געטאפט אין 2 רישע וועגענער: ;װאָס האָט דער יעגאָמאָשטש צו פארקויפן? וייץ, 
האָבער, גערשטן, א פעל2?, כאזער-האָר? מיר קויפן אלץ און צאָלן גוטע מעקאָכים"... טראָפים 
דער קאָנאָוואל, ארומגעהאנגען מיט דעם גאנצן קאָנאָוואלישן קלאפּערגעצײַג, האָט זיך רב 
צווישן די פורלעך: צי דארף ניט ווער אן אָגער מעסארעס זײַן, א קליאטשע בלוט לאָזן, א צע- 
שפּאָלטענע קאָפּעטע צורעכט מאכן, צעצויגענע אָדערן אף א פערדישן פוס יט 

זיסל דער קירזשנער מיט א שטויס היטלען אף דער האנט, אונטערגעהאלטן פון אויבן מיט 
דער גאָמבע, עס זאָל זיך ניט צעשיטן, האָט אָנצילעװענדיק זיך מיט די אויגן אף א פּױער, װאָס 
האָט אים אויסגעזען, װי א מעגלעכער קוינע, געלאסן א גי געטאָן צו אים, אָן ווערטער א ריס 
אראָפּ געגעבן בא אים פון קאָפּ דאָס אלטע היטל, װוילעריש א זעץ ארוף געטאָן א נײַ היטל אף 
זײַנע פּאטלעס און, אאטרעסנריק, א טראָט אהינטער, מיט היספײַלעס אויסגערופן: 

-- א שליאכטיטש, וי גאָט איז אונדז ביידן ליב --- אן עכטער שליאכטיטש 

און, ארויסכאפנדיק פון קעשענע א שטיקל אָפּגעבראָכן שפּיגלגלאָז, האָט ער עס גערוקט דעם 
געפּלעפטן פּױיער אונטער דער נאָז: 

-- נא, קוק זיך אײַן, וועסט זיך אליין ניט דערקענען אין אזא היטל... פאר פיר גילדן מיט 
צען גראָשן ווערסטו א שליאכּטיטש 

א קאטערינשטשיק מיט א גרינעם פּאָפּוגײַ אין שטײַגל אף דער קאטערינקע האָט הויך אפן 
קאָל אײַנגעלאדן: 

-- מיידלעך קראסאוויצעס, מאָלאָדוכי אי סטארוכי: דערוויסט זיך אײַער גוירל -- געווע- 
זענעם, איצטיקן און צוקינפטיקן... פאר דרײַ קאָפּעקעס װעט אײַך מײַן פּאָפּקע-דוראק ארויס- 
געבן א קוויטל, פון וועלכן איר װועט זיך דערוויסן, װאָס אײַך איז באװוּסט און װאָס אײַך איז 
ניט באװװוּסט... בלויז דרײַ קאָפּעקעס! 

א יונגע ציגײַנערקע מיט א פאריסענעם בויך האָט קאָנקורירט מיטן קאטערינשטשיק, אָנ" 
באָטנדיק אראָפּצולײענען די זעלביקע מײַסע פון דער דלאָניע פאר צוויי קאָפּעקעס. 

--- פאָזאָלאָטי, זאָלאָטאיא, סערעבריאנאיא... צוויי קאָפּעקעס, ניט מער וי צוויי קאָפּעקעס. 
כ'וועל דיר אלץ זאָגן --- וועגן דיר, וועגן דײַן באשערטן, וועגן דײַן גאנצער דאָליע... 

געבונדענע קעלבלעך אף פויערישע וועגענער האָבן געמעקעט, יונגע כאזיירימלעך אין זעק 
האָבן גרילצנדיק געקוויטשעט, גענדז האָבן געגראגערט, קאטשקעס האָבן געקוואקעט, הענער 
האָבן געקרייעט. פון צווישן היי אף די וועגענער האָבן ארויסגעקוקט לאדישקעס געבריטע מילך, 
טעפּלעך סמעטענע, טרוקענע שוועמלעך... 

די גאנצע זעט פון דער ערד און די גאנצע מי פון זייערע הענט האָבן פּױערים געבראכט אין 
שטאָט ארײַן, מיט דער האָפּענונג ארויסצופירן אָנשטאָט דעם אלץ, װאָס זיי דארפן פאר זייער 
געברויך: נאפט, שוועבעלעך, טשוועקעס, זאלץ, הערינג, און, אויב ס'וועט זיך אײַנגעבן עפּעס 
אָפּצושפּאָרן -- א קרענצל בייגל פאר דעם קליינווארג... 

יאָטקע קאפּצעוויטש, נאָכן טאטנס טוט דער יוירעש פון זײַן אלטער קליאטשע און צעפאָרע" 
נער דראָשקע, איצט דער שפּײַזער פון דעם פאריאָסעמטן געזינדל, איז געשטאנען אין מארק און 
אויסגעקוקט אף א פּאסאזשיר: א זשעדנע פּריצטע װעט אָנקויפן אין מארק מער, וויפל זי איז 
בעקויעך צו פארטראָגן, און זי װעט מוזן נעמען אן איזװאָשטשיק אָפּצופירן זי מיט אירע מעציִעס 
אהיים; א קינד װועט בא וועמען-ניט-איז שוואך ווערן, און די דערשראָקענע מאמע װעט כאפן 
אן איזװאָשטשיק אראָפּצוברענגען װאָס גיכער א דאָקטער; א טשינאָווניקל אָדער א יונגן אָפי- 
צערל װעט זיך פּלוצעם פארגלוסטן מיט טראסק און קוראזש דורכצוקאטײיַעװען זיך איבער דער 
שטאָט: ,זנײַ נאשיך!"---אָט דאָס, הייסט עס, קענען מיר! א גוויר װעט אוועקפאלן און מע װעט 
דינגען איזװאָטטשיקעס צו פירן די טרויערנדיקע מישפּאָכע נאָך דער לעװײַע--- מאלע ער עס 


49 


,,עעע,,,,,,,,קְ 


קאָן אלץ באדארפן אן איזװאָשטשיק אין אן אויעזדנער שטאָט מיט צוויי און צוואנציק טויזנט 
אײַנװױנער און מיט א פּעכאָטנעם באטאליאָן אײַנגעקווארטירטע סאָלדאטן?: 

נאָר קיין פּאסאזשירן האָבן דערװײַל זיך ניט געמאכט, און יאָשקע האָט פון דעד הייך פון זײַן' 
קעלניע באטראכט די וועלט, ניט באמערקנדיק אין איר קיין שום סימאָנים, װאָס זאָלן אָנזאָגן דעם 
נאָענטן אָנקום פון וועלכע-ניט-איז ענדערונגען אין דעם סיידער פון טעג און מערק. 

אָבער װי עס פאסירט אָפּט--ניט דאפקע אין מײַסע-ביכלעך, נאָר טאקע אין ווירקלעכן 
לעבן, -- האָט איין קליינע געשעעניש פלוצעם געענדערט, אוב ניט דעם סיידער פון טעג און 
מערק, איז לעכאָלהאפּאָכעס דעם גאנג פון יאָשקעס לעבן: אויס פערד און דראָשקע, אויס יא 
דעס, אויס באטראכטן די וועלט פון דער הייך פון זײַן קעלניע! יאָטקעס לעבן האָט, אומגעריכט 
פאר אים אליין, א קערעווע געטאָן אף א גאנץ נײַעם, ברייטן שליאך. 

די הויפט-ראָל אין דער דראמע האָט אָפּגעשפּילט א קליין כאזערל אין דער ווערט.. נאָר 
װאָס איז די נאפקעמינע, וויפל דאָס כאזערל איז ווערט געווען? וויכטיק איז דאָס, װאָס ס'האָט 
פאסירט, און פאסירט האָט אָט װאָס: 

אויסנוצנדיק דעם גאנצן דרוק פון זײַן אומבאגרענעצטער מאכט אפן מארק און גאָר דעם 
גלאנץ פון זײַן פולער ברוסט זילבערנע און בראָנזענע מעדאלן, האָט דער סטארשי גאָראָדאָװואי 
פאָמא פּערעטישקין האלב אומזיסט אײַנגעהאנדלט -- מע קאָן זאָגן ;ארויסגעריסן? בא א פויער א 
קליין כאזערל, מיט דער דייע אױיסצוהאָדעווען עס ביז װײַנאכט אין א גרויסן, זעקספודיקן כאזער, 
װאָס ועט אים פארזאָרגן מיט פלייש און כאזער-שמאלץ ביז סאמע פאסכע. 

מיט א גאנדז אונטער איין פּאכווע -- אויך א ווילדע מעציַע, מיט גוואלד , אויסגעדונגען" 
בא א פויערטע -- און מיטן אײַנגעהאנדלטן כאזערל אונטער דער צווייטער פאכווע, האָט פּערע- 

ישקין געשפּרײַזט איבערן מארק, נישטערנדיק מיט די זשעדנע אויגן, צי איז ניטאָ װוּ נאָך עפעס 

א מעציע, װאָס זאָל בארייכערן זײַן באלעבאטישקײַט. 


פארטיפט אין זײַנע באלעבאטישקײַט-פלענער, האָט פערעטישקין, אומבאמערקט פאר זיך 
אליין, א ביסל אָפּגעלאָזט די האנט, דאָס כאזערל האָט זיך א גליטש ארויס געגעבן פון אונטער 


זײַן פאכווע און הענדעם-פענדעם זיך געלאָזט לויפן װוּהין די אויגן וועלן אים טראָגן, פארהילכנ- 
דיק דעם מארק מיט יונג-כאזערישער גרילצנדיקער קוויטשעריי... 

פון יאָרנלאנגער געוװוינהײַט האָט פערעטישקין ארויסגעכאפט דאָס פייפל, צעפייפט זיך 
און געשריען: 

-- סטוי! דערזשי יעוואָי האלט אים! כאפּט אים! -- װי ער װאָלט זיך געיאָגט נאָך אן 
אנטלאָפּענעם קעשענע-גאנעוו. 

דער גאנצער מארק האָט געקײַכט פון געלעכטער, צוקוקנדיק, װי ,דער כאזער יאָגט זיך 
נאָך א כאזערל"... פארהאלטן דאָס כאזערל האָט קיינער זיך ניט געײַלט. 

יאָטקעס מאמע, העניע-לייע די אלמאָנע, איז געזעסן אין מארק מיט א גרויסן, ליימענעם 
טאָפּ קארטאָפל-פּלעצלעך, געפרעגלט אין אייל און באשמירט מיט פאטעקע, -- איר אייגענע 
קולינארע דערפינדונג, װאָס האָט איר ארײייַנגעבראכט יעדן מארק-טאָג פון א פערטעלע ביז 
צוויי גילדן ריינעם רעוועך, ס'ווענדט זיך וי גרויס דער פּידיען איז געווען. 

אין מינאָרנע טענער, װאָס האָבן ביכלאל ניט הארמאָנירט מיט דעם מאזשאָרנעם טעקסט פון 
איר געגראמטער רעקלאמע, -- אויך איר אייגענע שאפונג, -- האָט זי געהאלטן אין איין אויס- 
זינגען-אויסרופן קוינים: ,ליעפיאָשקי איז קארטאָשקי, סלאדקי קאק פּיראָזשקי!" 

דער פּידיען איז דעם פרימאָרגן געגאנגען שוואך. דער ליימענער טאָפּ אונטער דעם פאר- 
שמאָלצענעם שטיק וואטאָווע קאָלדרע איז נאָך געווען דרײי פערטל פול מיט , מארציפאנעס". הע- 
ניע-לייע האָט אָפּגעזיפצט און מיט פרישע קויכעס גענומען רימען איר קאָנדיטערסקע דראל 
,ליעפּיאָטקי איז קארטאָשקי, סלאדקי קאק"... און האָט זיך אָפּגעהאקט אינמיטן: גלײַך אף איר 
טאָפּ ;מארציפּאנעס" האָט זיך האסטיק געטראָגן א צעיושעט כאזערל, אָט קערט ער אים איבער. 

ניט װיסנדיק דעם כאזערלס ייִכעס, האָט העניע-לייע, אין אנגסט פאר דער גאנצקײַט פון 
אירע ,מארציפאנעס", געכאפט א דרענגל, װאָס איז גראָד געלעגן אונטער דער האנט, און א 
שלײַדער געטאָן דער כריושקע אונטער די פיסלעך. דאָס כאזערל האָט א שארפן קוויטש געטאָן. 
װוי מע װאָלט עס אָפּגעבריט מיט אָקרעפּ, א וואקל געטאָן זיך, א פאל געטאָן און געבליבן ליגן 
אף א זײַט, ראכמאָנעסדיק כריוקענדיק, װי עס װאָלט זיך באקלאָגט אף דעם אומרעכט, װאָס עס 
איז קעגן אים באגאנגען געװאָרן... 

א פארסאָפּעטער, א פארפּאליעטער איז גלײַך נאָכדעם צוגעלאָפן פּערעטישקין. באם ערשטן 
בליק אף זײַן מעציִע האָט ער דערזען, אז א פיסל באם כאזערל איז איבערגעבראָכן און, וועד- 
ליק עס פאָכעט מיט די זײַטן, װעט עפשער אויסקומען צו שעכטן עס גלײַך אפן אָרט, איידער 
עס פאלט אים דאָ אינגאנצן אוועק. 


0 


פערעטישקין האָט פאר זיך געזען אומגעקומען ניט דאָס האלב-אומזיסט אײַנגעהאנדלטע 
כאזערל, נאָר דעם שוין אױיסגעהאָדעװעטן זעקספודיקן כאזער, װאָס האָט אים געזאָלט באװאָרע- 
נען מיט פלייש און כאזער-שמאלץ אפן גאנצן ווינטער. 

-- סטערווע! האָסט מיר געפאטערט מײַן כאזער, פארשיווע זשידאָווקע! 

ער האָט זיך א װאָרף געטאָן צו דער איבערגעשראָקענער העניע-לייע. 

-- ועסט מיר פאר אים באצאָלן, דו אלטע מעכאשייפעי 

א קאָפּע מיטן פוס, און העניע-לייעס ליימענער טאָפּ איז צעפאלן אף שערבלעך, און אירע 
;מארציפאנעס" האָבן זיך צעשאָטן איבערן זאמד. 

-- ראזבויניק! מערדער! גאזלען! װאָס האָסטו געטאָן מיט מײַן סכוירע? א בראָך צו מײַנע 
יאָרן! אומגליקלעך האָט ער מיך געמאכט, דער רעצייעך! -- האָט העניע-לייע מיט באנומענע 
קוילעס געשריִען, ווארפנדיק זיך אופקלײַבן אירע ,, מארציפּאנעס". 

-- אָ, וועסט נאָך בא מיר ריידן, זידלען זיך, פארכאטע ייִדענע!.. 

א צעיושעטער האָט פערעטישקין גענומען טרעטן די ,מארציפּאנעס" מיט די פיס. 

-- האָסט מיר געפאטערט מײַן כאזער און וואגסט נאָך ריידן מיר אנטקעגף באליידיקן 
נאטשאלסטווע??! פּשאָל אָטסעדעוא! און דײַן זוואניע זאָל דאָ מער ניט בלײַבן, קאָלזמאן איך 
האָב דיר ניט צעהאקט דײַן פארשיווע מאָרדע! 

-- ראזבויג.., 

א זעץ מיטן שװוערן שטיוול אין זײַט, און דער ,ראזבויניק" איז העניע-לייען געבליבן 
שטעקן אין האלדז. זי איז א פאל געטאָן אפן רוקן און געבליבן ליגן מיט צעשפּרייטע הענט, 
שטיל יאָמערדיק קרעכצנדיק. 

-- אוי, ער'ט מיך דערהארגעט, דער גאזלען, אוי, איך ענדיק זיך.. אוי, יי צו מײַנע 
יעסוימים... אוי, רופט מיר מײַן יאָשקען!.. 

נאָר יאָטקען האָט מען פארשפּאָרט רופן. וי נאָר פערעטישקין האָט צעבראָכן דער מאמעס 
טאָפּ, איז ער גלײַך אראָפּגעשפרונגען פון דער קעלניע און געלאָזט זיך לויפן איר צו הילף. און 
ווען ער האָט אינמיטן געלויף דערזען, װי די מאמע איז אומגעפאלן פון פּערעטישקינס זעץ 
מיטן פוס, האָט אים דאָס גאנצע בלוט א שפאר געטאָן אין קאָפּ ארײַן. שפרינגענדיק איבער 
קעפּ, איבער וועגענער, האָט ער זיך דורכגעריסן דורכן געדיכטן אוילעם, װאָס האָט זיך פאר- 
זאמלט ארום דער יאָמערנדיקער העניע-לייע, איז צוגעשפרונגען צום גאָראָדאָװאָי, א כאפּ גע- 
טאָן אים מיט ביידע הענט פאר דער ברוסט און גענומען טרייסלען, אזש די מעדאלן אף זײַן 
מונדיר האָבן געקלונגען... 

-- װאָסטו געהאט צו מײַן מאמען?.. פארװאָס שלאָגסטו מײַן מאמע? זאָג, סוקין-סין, אז 
ניט, דערהארגע איך דיך אפן אָרט... 

-- אך דו, זשידאָווסקע אָטראָדיע! הענט װעסטו אף מיר לייגן? ווארפן זיך אף מיר מיט 
קולאקעס, בייס איך פיל אויס מײַנע פליכטן? אין פּראָשעק װעל איך דיך צערײַבף װעסט בא 
מיר דרײַ כאדאָשים האָדעוען וואנצן אין אָקאָלאָדאָק!.. 

פערעטישקין האָט ארייגגעלייגט דאָס פּייפל אין מויל, גרייט אופצורופן אלע גאָראָדאָװאָיעס 
אין מארק, אָפּצורעכענען זיך מיט דעם בויאן", נאָר א פּײַף טאָן איז אים שוין ניט אויס- 
געקומען: מיטן גאנצן קויעך פון לאנג-אָנגעזאמלטער קריוודע, פון ראכמאָנעס אף דער מאמען 
און פון ניט אויסגעלעבטן צאָרן אף פּאָליציי, װאָס טשעפעט זיך קעסיידער צו איזװאָשטשיקעס 
אומזיסט און אומנישט, האָט יאָשקע א זעץ געטאָן מיטן שווערן קולאק פּערעטישקינען אין פֹּאָד 
נעם, און דער סטארשי גאָראָדאָוואָי האָט אויסגעשפּיגן דאָס פײַפל צוזאמען מיט א פּאָר ציין און 
מיט א פול מויל בלוט. א צווייטער פלעם האָט אומגעװאָרפן פּערעטישקינען פון די פיס, װי אן 
אונטערגעהאקטן. 

יאָשקע איז געווען װי פארשיקערט פון רעציכע. מיט שוים אף די ליפּן און מיט מאָרד 
אין די אויגן האָט ער געהאקט אין גאָראָדאָװאָי מיט די קולאקעס, געבריקעט אים מיט די פיס 
אין בויך, אין די זײַטן, װוּ נאָר עס האָט זיך געלאָזט. 

-- נא דיר, כאזער, פאר מײַן מאמען, נא דיר פאר מיר, נא דיר פאר אלעמעף נא דיר, 
נא דיר!.. 

א האלבער מארק איז זיך צונויפגעלאָפן און צוגעקוקט, װי ,יאָשקע מיימעסט אוועק דעם 
דאָוועראכער". קיינער האָט מיט א פינגער ניט גערירט אָפּצושטעלן אים. בלויז די אף טוט 
איבערגעשראָקענע העניע-לייע איז אופגעשפּרונגען, װי קיין זאך װאָלט איר ניט געשען. גע- 
צאפלט ארום זון, געכאפּט אים פאר די הענט און געבעטן: 

-- יאָשקע, גאזלען, װאָס טוסטו! װאָס האָסטו צו זיך, װאָס האָסטו צו אונדז אלעמען? מאכסט 
זיך דאָך אומגליקלעך! װועסט דאָך, כאָלילע, אין אָסטראָג פארפוילט װערן, אף קאטאָרגע װעסטו 


51 


דאָך גיין צוליב דעם דאָוועראכער! װאָס װעט מיט אונדז דעמלט זײַן? װוּ וועלן מיר זיך אהיג- 
טאָן? וויי צו מײַנע יאָרן!.. הער אוף, יאָשקע, טײַערינקער::. 

-- יאָשקע, לאָז אָפּ!ּ.. האָדיע, לאָז זײַן גענוג! װועסט דאָך אים אזוי באלד אָפּלײגן אף קאלט, 
יאָשקע!.. לאָז אָפּעט, זאָגט מען דיר, און די מינוט צי אָפּ פונדאנען, אניט ביסטו אין פעסל 
יאָשקע: 

עטלעכע פאָר געזונטע באלעגאָלישע און טרעגערישע הענט האָבן א נעם געטאָן יאָשקעןף 
מיט גוואלד אָפגעריסן אים פונעם צעבלוטיקטן גאָראָדאָװאָי און, ארומדינגלענדיק פון אלע 
זיײַטן, ארויסגעפירט פון מארק. 

פערעטישקין א האלב-טויטער איז געבליבן ליגן לעבן זײַן כאזערל. 

יאָשקעס שאָכן, דער באָנדער וואסילי פאָלישטשוק, וועלכער האָט געהאָלפן אָפּרײַסן יאָשַ- 

קען פונעם צעמיימעסטן גאָראָדאָװאָי, האָט שטיל א זאָג געטאָן: 

--- פירט אים אָפּ, כעוורע, צו מיר אהיים. בא מיר װועט ער זײַן זיכער, די פאראאָנען װעט 
קײינמאָל ניט איַינפאלן צו זוכן אים בא מיר. 

צוויי װאָכן איז יאָטקע געלעגן אויסבאהאלטן בא פּאָלישטשוקן, ביז כעוורע האָט פאר אים 
צונויפגעקליבן אף וועג-הויצאָעס און אריבערגעפּעקלט אים אף דער אנדערער זײַט גרענע 
קיין אמעריקע. 

-- דערפאר, װאָס דו האָסט דעם דאָוועראכער די ,דיכוויצעס" אָפּגעשלאָגן, זאָלן דיר די 

הענט דינען, יאָטקע, נאָר דעם וועג קיין אֶלכאָװועץ זאָלסטו פארגעסן, יאָשקע, עס שמעקט מיט 
קאטאָרגע, שמעקט עס 

אזוי האָט כעוורע אָנגעזאָגט יאָשקען באם געזעגענען זיך מיט אים. 

מיסטער קעיפוויץ יא די געשיכטע אָן פארדראָס און אָן צאָרן. עראבע, עס קומט 
נאָך, האלט ער, א דאנק פערעטישקיגען: 5 ניט דער פאל מיטן כאזערל, װאָלט ער, מר. דזשאָ- 
זעף קעיפּװיץ, אדהאיאָם פארבליבן יאָסשקע קאפצעוויטש, אן איזװאָשטשיק אין אלכאָװעץ. 
ער װאָלט דאָך אפילע קיין אייגענע היים. קיינמאָל ניט געקאָנט בויען: וועלכע מױד וואלט 
כאסענע געהאט פאר אן אָרעמען יונג מיט א בינטל יעסוימים אף די הענט? וען ער באגעגנט 


יֹ 
ען יו 
ער װאָלט 
שקין, 


איצט פּערעטישקינען, װאָלט ער אים קיין שלעכט װאָרט ניט געזאָגט. פארקערט 
אים נאָך געשענקט א צען דאָלער-שטיק ,נא װאָדקו? און זאָל ער זען, ווער ער, פערעטי/ 
איז, און װוער יאָשקע קאפּצעוויטש איז! עס װאָלט ווערט געווען די צען דאָלער אָנצוקוקן בייס 
מײַסע זײַן כאזערישע פיזיאָנאָמיע... 
נאָר דערווייל איז דער גאָראָדאָװואָי פּערעטישקין געשטאנען אף דער גרענעץ פון צװוײי 
נדער און פארשטעלט מיסטער קעיפּװיצן דעם וועג צו זײַן אלטער היים. 


פון עליס-איילאנד -- דעם ,אינדזל פ 
א קיין יאֶשקעס אין יי וו אל א -אימי- 


גראנטן דארפן דורכגיין קאראנטין און 
אמעריקע פארהערט וערן, -- פון עליס-איילאנד 
האָט יאָשקען ארויסגענומען דער פעטער 
ניסן -- ;דער רײַכער פעטער", וועלכער האָט אויסגעוואנדערט קיין אמעריקע פּונקט אין יענעם 
טאָג, ווען יאָשקע האָט פון דער מוטערס טראכט אײַנגעוואנדערט אין אונדזער זינדיק וועלטל, 
און אזויארום אויסגעפילט דעם בלויז, װאָס דעם פעטער ניסנס אָפּפאָר האָט געמאכט אין דער 
אָלכאָוועצער קעהילע. 
קיין בריוו צו זײַן מישפּאָכע קיין אָלכאָוועץ האָט דער פעטער ניסן שוין לאנג ניט געשריבן, 
און קיין געלט דער אלמאָנע פון זײַן פארשטאָרבענעם ברודער האָט ער אוואדע ניט געשיקט, 
נאָר פון בריוו, װאָס אנדערע קרויים האָבן געשריבן פון אמעריקע, איז באוווסט געוען אז 
;דעם פעטער ניסן -- דאָ רופט ער זיך נעיטאן -- גייט, קיין אײַנהאָרע, ניט שלעכט: ער האָט 
זיך ארופגעארבעט אף אן אייגענער גראָסערי-סטאָר און מאכט ניט שלעכט". 
װאָס אזוינס איז א גראָסערי-סטאָר, איז אָלכאָוועצער טוישווים פארשפּאָרט געווען צו פאר- 
טײַטשן: פון די ;לעטערס", װאָס אָלכאָוועצער לאנדסלײַט האָבן געשריבן צו זייערע מישפּאָכעס 
אין דער אלטער היים, האָט יעדער אֶלכאָוועצער שוין לאנג געװוּסט, אז א גראָסערי-סטאָר איז 
בא זיי דאָס זעלביקע, װאָס בא אונדז א באקאליי-קראָם, װי מע האָט געװוּסט די באדײַטונג פון 
אנדערע פארייִדישטע ענגלישע װוערטער, מיט וועלכע די ,לעטערס" פון די טאטעס, ברידער 
און כאסאנים זײַנען געווען איבערגעשאָטן. 
אײינמאָל אין יאָר, ערעװ-ראָשעשאָנע, פלעגט דער פעטער נעיטאן צושיקן זײַן שוועגערן, 
דער אלמאָנע העניע-לייע אין אֶלכאָוועץ, א טשיקאווע לעשאָנע-טױװע -- אן עמעס קונסט- 


52 


װערק: א צי פאר א שנירל, און עס איז ארױיסגעשפּרונגען א שול מיט קאָלירטע ייִדעלעך אין 
טאלייסים, אָדער א בייס-האמיקדעש מיט א קויהענדל, צי גאָר א פּאָר טײַבעלעך מיט לעשאָנע- 
טויוועדיקע קוויטעלעך אין די שנעבעלעך, און נאָך אזעלכע װוּנדערלעכע קונסטווערק. 

אָט די דאָזיקע לעשאָנעטויװעדיקע צאצקעס, װאָס ,בא אונדז זעט מען גאָר אזוינס ניט", 
צוזאמען מיט דער ;גראָסערי-סטאָר", מיט דער ,פיקטשע", אף ועלכער ניסן"נעיטאן איז 
אָפּגעפּאָרטרעטלט געווען ,אָנגעטאָן װי א גראף", -- האָבן געשאפן אין אֶלכאָװעץ א פאָרשטע- 
לונג, אז ,ניסן מוז דאָרטן אוואדע זײַן שטיין-רײַך". אין דער מישפּאָכע קאפּצעוויטשעס האָט 
ער געגאָלטן ניט אנדערש, װי ,דער דײַכער אמעריקאנער פעטער". 

און כאָטש דער ,רײַכעױ פעטער" פון אמעריקע האָט זײַנע אָרעמע קרויווים אין אָלכאָװעץ 


דערמיט, װאָס עס איז פאראן א , גרויסער גוויר" אין דער מישפּאָכע. 

װען יאָשקע האָט געמוט 6אָפּציֶען" קיין אמעריקע, האָט די מאמע זײַנע העניע-לייע 
געלאָזט אָנשרײַבן איר , ליבן, טײַערן שװאָגער ניסן-לעב" א בריוו פול טרערן, מיט א באקאָשע 
ײאראָפּנעמען יאָסעלען פון שיף, מעקארעוו זײַן אים װי אן אייגענעם און פּריסטראָיען אים צו 
וועלכער-ניט-איז ארבעט, װוייל די גאנצע פאראָרעמטע סעמייסטווע מיינע, וויי צו מײַנגע יאָרן 
קוקט אויס אף א שטיקל ברויט פון זײַנע הענט, זאָלן זיי אים נאָר דינען, טאטע אין הימל!" 
און דערפאר, װאָס ער װעט מעקארעוו זײַן יאָשקען, װעט ,דער בארמהערציקער גאָט אים, 
ניסענען, געבן לאנגע יאָר, בראָכע און האצלאָכע, װוּ ער וועט זיך קערן און וענדן, אָמיין!" 

אָפּגעזוכט יאָשקען צװישן די הונדערטער נײַ-אָנגעקומענע אימיגראנטן, האָט דער ,רײַי 
כער פעטער" -- א פעמפּיקעוואטעד פארשוין מיט אן אופגעבלאָזן בלייך פּאָנעם פון א מענטשן, 
װאָס באגעגנט זיך זעלטן מיט דער זון, -- מיט איין בליק פון זײַנע קליינע, דורכדרינגענדיקע 
אויגן ארײַנגענומען דעם יונגס גאנץ געשטאלט מיט זײַן רוסיש העמדל אונטער דעם ענג געװאָד 
רענעם רעקל, מיט זײַן ,קארטוז" מיטן לאקירטן דאשעק, װוילעריש אָנגעטאָן אף א זײַט, מיט 
זײַנע הויכע שטיוול: יאָשקען, װי ער שטייט און גייט. איבערגעקוקט זיך מיט זײַן ;מיסיס", -- 
א דיק"גוידערדיק, פליישיק, שווארץ װײַבל מיט גאָלדענע ציין, -- א צוק געטאָן מיט די אקסלען 
און א זאָג געטאָן: 

-- אֶלכאָװעץ!.. -- אשטייגער ער אליין װאָלט, לעכאָלהאפּאָכעס, געקומען אהער פון פּא- 
ריזש אָדער פון רוים. -- א היטל מיט א גלאנציקן דאשעק! שטיוול! מיט איין װאָרט, אֶלכאָװועץי 

שווער איז צו זאָגן, װאָס איז אין דעם איינציקן װאָרט ;אָלכאָוועץ" געװען מער: ביטל, 
פארשטענדעניש, ראכמאָנעס אָדער אלץ צוזאמען. 

-- דער ,גרינער" שרייט פון אים ארויס פאר א מײַל, -- האָט די מיסיס פארשנורעוועט די 
דיקע ליפן, װי יאָשקע װאָלט דערבײַ ניט געוען, -- אין אזא היילעך קאָן ער זיך דאָך אפן 
סטריט ניט באװײַזן, די לויפערס װעלן אים פארווארפן מיט שטיינער. מע דארף אים, די ערשטע 
זאך, געבן א שייוו און א העירקעטג און קויפן אים אוועלכן-ניט-איז סעקאדהענד סיוט:י 

-- איי סעי --- זאָג נאָר, יונגערמאן, -- האָט דער ,רײַכער פעטער" זיך א קער געטאָן צו 
יאָשקען: -- איך האָב פארגעסן, װי דײַן מאמע האָט דיך אָנגערופן אין איר לעטער. -- וי רופט 
מען דיך? 

יאָטקע, וועלכער האָט קוים האלב פארשטאנען, װאָס דער ,רײַכער פעטער" מיט זײַן 
מיסיס ריידן צווישן זיך, האָט פונדעסטוועגן זיך אָנגעשטױסן, אז זי קוקן אף אים, װי אף א 
פּערעאָדעם. אין האלדז איז אים מיטאמאָל טרוקן געװאָרן, און ער האָט מיט א דין קעלעכל -- 
גאָר ניט זײַן געוויינלעך שטארקע ברוסטיקע שטים, אויסגעפּישטשעט: 

== יאָדיאָשקע... 

-- יאָשקע! -- האָט דער ,רײַכער פעטער" נאָכגעקרימט. -- אין אמעריקע זײַנען ניטאָ 
קיין יאָשקעס... דאָ װועסטו הייסן דזשאָוּ.. און די פאמיליע דײַנע װעסטו אויך איבערבײַטן. אלע 
אונדזערע קאפּצעוויטשעס זײַנען דאָ קעיפּװויצעס, װועסטו אויך זײַן קעיפּװיץ, דזשאָו קעיפּװיץײי- 

יאָשקע, אין דער אלטער היים א יונג א כוואט, שטענדיק גרייט צו ענטפערן מיט א װאָרט 
אף א װאָרט און, װוּ סיפאָדערט זיך, מיט א קלאפּ פאר א װאָרט, איז געשטאנען פארלאָרן און 
שטום, וי ער װאָלט קיין צוויי ניט געקאָנט ציילן. 

;דזשאָוּ קעיפּװויץ"... עפּעס האָט ער זיך דערפילט, װי מע װאָלט אים אױיסגעטאָן נאקעט... 

נאָר געזאָגט האָט ער גאָרניט. װאָס ווייסט ער?... ער איז דאָך א גרינער, מיסטאמע ווייסט 
דער ,רײַכער פעטער" בעסער... 


: אַפראזירן און אַפּשערן; ? א געניצטן אַנצוג. 


98 


דעם ערשטן זונטיק נאָך יאָשקעס אָנקר 
װאָס טוט מען מיט דעם מללראערק העש רישעג 
5 טער", נעיטאן קעיפוויץ, אין בעקרום -- 
גרינעם"? אין צימער, װאָס הינטער דער גראָסערי 
4 : סטאָר, --- זיך צונויפגעקליבן נאָענטע און 
װײַטע קרויווים -- פעטערס, מומעס, שוועסטערקינדער, סטאם אֶלכאָװועצער לאנדסלײַט, אָנצױ 
קוקן דעם נײַיגעקומענעם גרינעם קאָרעװו און אָפּנעמען גרוסן פון דער אלטער היים. 
אכוץ דעם ,רײַכן פעטער" -- אן אייגנטימער פון א קליין שפּײַזיקרעמל -- זײַנען זי אלע 
געווען האָרעפּאשנע מענטשן מיט אױסגעהאָרעװעטע הענט און מיט פענעמער, אויסגעבלייכטע 
אין די סוועטינג-שאפּס --- אין די שװייס-יאָגנדיקע פאבריקלעך און וואדשטאטן, -- שטעפּערס, 
פרעסערס, בלעכערס, פארבערס. אלע אין אמעריקאנער אָנצוגן, אין געפּרעסטע העמדער מיט 
בונטע האלדזטיכלעך, אין ברוינע שיך און ווילערישע קאפעליושן, ריין-אָפּגעראזירטע און 
ארומגעוואשענע לעקאָװעד זונטיק און לעקאָװעד דעם גאסט, -- האָבן זי יאָשקען אויסגעזען 
אויב ניט װי עמעסע גראפן, איז, לעכאָלהאפּאָכעס, וי גרויסע גווירים, 
די מיסיס נעיטאן האָט געשטעלט אפן טיש קיבעד, און ס'האָט זיך אָנגעהױבן א לאנגער 
שמועס. 
װי שטענדיק, ווען עס קומט א גרינער לאנדסמאן, האָט מען פריִער צו זאט זיך אָנגערעדט 
וועגן דער אלטער היים, דערנאָך גענומען באטראכטן ,װאָס טוט מען מיט דעם גרינעם". 
דער געזונטער, שיינער באָכער מיט דער פאטלע פעך-שווארצע האָר און מיט שווארצע. 
הייסע אויגן, איז זי געפעלן. אלע האָבן זיך באמיט צו זײַן צו אים פרײַנטלעך און מאכן אים 
פילן זיך היימיש. יעדערער איז גרייט געווען ;עפעס טאָן פארן גרינעם". 
אָבער װאָס טוט מען מיט אזא יונג? אז קיין טרייד, קיין מעלאָכע, האָט ער ניט, די שפּראך 
קען ער ניט, ער איז א דרײַװער -- אן איזװואָשטשיק, אָבער קיין דרײַװער קאָן ער דאָך דאָ 
דערװײַל אויך ניט זײַן, ניט ער קען די שפּראך און ניט ער קען די שטאָט. א גרינער פו 
גרינלאנד!.. 
-- אָ, װאָס דרייט איר זיך די מויכעס? -- האָט א זאָג געטאָן דער קוזען זיגמונד, מיט 
וועלכן יאָשקע האָט ערשט מיט דרײַ יאָר צוריק זיך געזעגנט אין אֶלכאָועץ, וי מיט זישען, -- 
װאָס רעדט איר עפּעס וועגן אים וי וועגן א מאפּל-קינד! קוקט נאָר אָן זײַן ברוסט, זײַנע הענט, 
זײַנע מוסקול! כאָטש שוין אפן רינג!.. וועלן מיר אים מאכן פאר א פּרעסער בא אונדז אין שאפ. 
שוין מאָרגן, מאָנטיק, נעם איך אים צו אונדז אין שאפּ און אין צװיידרײַ טעג לערן איך אים 
אויס די טוירע. מיסטער קיטס האָט ליב גרינע: גרינע לאָזן זיך בעסער סװעטן!. מיט אזא געזונט 
און מיט אזעלכע הענט װעט דזשאָו אין א כוידעש-צוויי מאכן מער פון מיר, איר װעט שוין זעןי 
קאָלזמאן מע האָט גערעדט וועגן דער אלטער היים, איז יאָשקע געווען דער סאמע וואזשנער 
גאסט אין דער קאָמפאניע. מע האָט זיך צוגעהערט צו זײַנע אָלכאָװועצער נײַס, געלאכט, ווען ער 
האָט נאָכגעמאכט דעם אָדער יענעם אֶלכאָװועצער רעדלפירער, אָנגעקװאָלן פון זײַן געשיכט 
וועגן דעם, װיָאזוי ער האָט ,אָפּגעשלאָגן די דיכוויצעס" און אויסגעהאקט די ציין בא דעם 
אסטארשי קנעפל" אפן אֶלכאָװעצער מארק... יאָשקע אליין האָט זיך געפילט היימיש און פרײַ -- 
אן אייגענער צװישן אייגענע. װי נאָר אָבער מע האָט גענומען באטראכטן ,װאָס טוט מען מיט 
דעם גרינעם", אזוי האָט ער זיך דערפילט הילפלאָז און פרעמד, ער האָט געשוויגן, װאָס קאָן ער 
זאָגן? װאָס צו טאָן מיט א גרינעם ווייסן דאָך די אמעריקאנער בעסער. און, ניט פרעגנדיק יאָש- 
קען, איז באשלאָסן געװאָרן: 
דזשאָוּ ווערט א פּרעסער. 


אין דער היים האָט ער געהייסן דאָניע 
דושאַן מאנט א דאלֶער קאץ. נאָר ווען ער האָט אָנגעהױבן , מע- 

2 4 ניופעקטשורן ליידיס קלאָוּקס", פּאָשעט 

גערעדט, פאבריצירן דאמען-מאנטלען, האָט ער באשלאָסן, אז דאָניע קאץ איז ניט קיין מארקע 
פאר א פירמע. האָט ער ניט לאנג געטראכט און זיך איבערגעניצעוועט אף דזשאָן קיטס, ניט 
כוישעד זײַענדיק אפילע, אז ער האָט זיך א נאָמען געגעבן נאָך א בארימטן ענגלישן דיכטער, 
וועלכער איז יונג אװעק פון דער װעלט קימאט מיט א יאָר הונדערט פריִער, איידער זײַן 


גילגל -- דער נײַגעבוירענער דזשאָן קיטס אין אמעריקע -- האָט אָנגעהױבן ,מעניופעקטשורן" 
דאמען-מאנטלען. 


1 אויסניצן, עקספּלואטירן, 


54 


דזשאָן קיטס האָט ליב געהאט צו ,שטיצן" גרינע לאנדסלײַט. ווען אלע ,הענט" אין שאפּ 
װאָלטן געווען גרינע, װאָלט מען געקאָנט רויִק לעבן. 

אָט נעמט דעם נײַעם גרינעם, דעם דזשאָו, א מעכײַע צו קוקן, וי ער ארבעט. 

גאנצע טעג שטייט ער באם פרעס אײַנגעהילט אין דאמף און, װי פון א קאָנװײער, גייען 
קעסיידער ארויס פון אונטער זײַנע הענט איין מאנטל? נאָכן צווייטן, װי עס װאָלט געארבעט אן 
אװוטאָמאט --- ניט קיין מענטש. 

אזא איינער איז וערט יעדן סענט, װאָס מע צאָלט אים, -- האָט מיסטער קיטס געטראכט, 
צוקוקנדיק, וי דזשאָוּ ארבעט. 

נאָר גלײַך נאָכדעם איז זײַן לאנג, אָפּגעצערט און זויער פּאָנעם פון א מענטשן, װאָס לײַדט 
אף כראָנישן מאָגן-קאטאר, נאָך זויערער געװאָרן. 

ער קען זיי שוין גוט, אָט די פלײַסיקע מענטשלעך! ווען זיי זײַנען נאָרװאָס פון דער אלטער 
היים, צו וועמען קומען זי בעטן ארבעט? צו אים, מיסטער קיטסן: ,איר זײַט דאָך פאָרט אונ- 
דזערער א לאנדסמאן", -- א דרײַסיק יאָר פון אָלכאָװעץ און נאָך אלץ זייערער א לאנדס- 
מאן! -- /און אז א לאנדסמאן װעט ניט העלפן, ווער זשע װעט העלפן?י 

נו, אלע ווייסן, אז דזשאָן קיטס איז שטענדיק גרייט צו העלפן א לאנדסמאן, גיט ער זי 
ארבעט. זי מאכן בא אים אלע א יי 

איז די ערשטע צייט ארבעטן זיי, די גרינע, פלײַסיק, מיט אייפער, אָן שום פּרעטענזיעס 
אָבער וי נאָר זיי גרינען זיך } אש אזוי ווע וערן זיי גלײַך קאליע: ווילן ניט לײַדן, מע זאָל זי 
אונטערײַלן אין דער אױבעט 
אײַן א יוניאָןךשאפּ. דער טײיוול ווייסט זיי, װאָס נאָך זיי פאָדערן! ס'וועט פארביי א שטיקל צײַט 
און דער יונג מיט די שטייפע, רויטע באקן, װי הארבסט-עפּל, װעט מינאסטאם אויך קאליע 
ווערן... 

אָבער עס זיינען אוועק װאָכן און כאדאָשים, א גאנץ יאָר איז פארבײיַ, זינט דזשאָוּ האָט זיך 
געשטעלט בא דער פרעס-מאשין, און ער ארבעט נאָך אלץ מיט דעם זעלביקן אייפער, װאָס 
פריִער, בעסער וי פריִער. 

זיגמונד, אָט דער, װאָס האָט אריינגענומען דזשאָוּן אין שאפּ און אויסגעלערנט אים די 
?טוירע", האָט זיך ארויסגעוויזן צו זײַן גערעכט: דזשאָוּ האָט ניט נאָר איבערגעיאָגט זיגמונדן -- 
קיין איין פרעסער אין שאפ האָט ניט ארויסגעגעבן אזויפיל ארבעט, װי דזשאָוּ, און ניט פארדינט 
אזויפיל, וויפל ער. 

זיגמונד האָט שוין כאראָטע, לעמײיי ער האָט דזשאָוּן ארײַנגעבראכט אין שאפּ. 

-- דארפסט אזוי ניט שוויצן, דזשאָו, --- האָט ער אים ניט איין מאָל געזאָגט, --- רײַס ניט 
אײַן קיין וועלטן, דזשאָוּ. אלע אין שאפּ קוקן אף דיר קרום און האָבן צו מיר טײַנעס, לעמײַ 
איך האָב דיך ארײַנגעבראכט אהער. דער אויסגעווייקטער הערינג, דער באָס אונדזערער, שטעלט 
דיך ארויס װי א מוסטער פאר אלעמען ;אָט װי מע דארף ארבעטן". נאָר מע הערט פון אים 
/;ספּיד אָפּ, באָיעס, ספיד אָפּ!..ז לערנט זיך פון דזשאָון". נאָר ער יאָגט, די נעשאָמע זאָל פון אים 
יאָגן! נעם עס לײַכטער, דזשאָו. 

אָבער דזשאָו האָט פון קיין זאך ניט געװאָלט וויסן. 

-- איך ווייס גאָרנישט, -- האָט ער אף זיגמונדס אלע רייד געהאט איין ענטפער. -- איך 
האָב א מאמע מיט א פולער שטוב פּיקערס אויסצוהאלטן, סטארע איך זיך מאכן אן איבעריקן 
דאָלער, דאטס אֶל --- דאָס איז גאָר. 

מר. קיטס איז איצט שוין ניט נאָר צופרידן געווען מיט דזשאָוּן -- ער איז מיט אים זיכער 
געווען. 

;דער יונג ווייסט, װאָס ער ויל. אזא איינער װעט פון קיינעם זיך ניט לאָזן פארפירן.." 

נאָר באזונדערס האָט דזשאָוּ אויסגענומען בא מר. קיטסן, מע קאָן זאָגן, אף אײיביק געװוּנען 
זײַן הארץ, בייס דעם שטרײיַק. 

דער שאפּ פון מר. קיטס איז געווען אן ;אָפּענער שאפּ", דאָס הייסט אזא שאפּ, װוּ עס ווערן 
אָנגענומען אף ארבעט סײיי אָרגאניזירטע ארבעטער, סײַ ניט אָרגאניזירטע. 

די ארבעטער האָבן שוין לאנג געפאָדערט א ;געשלאָסענעם שאפּ". א שאפּ, װוּ אף ארבעט 
זאָלן אופגענומען װערן בלויז אָרגאניזירטע יוניאָן-מיטגלידער אף יוניאָן-באדינגונגען, און ווען 
מר. קיטס איז דערוף ניט אײיַנגעגאנגען, האָבן זיי דערקלערט א שטרײיק. דזשאָו האָט ניט גע- 
װוּסט, װאָס ער זאָל דאָ טאָן: ניט צושטיין צום שטרײַק -- װעט ער האָבן קעגן זיך דעם גאנצן 
שאפּ, צושטיין צום שטרײַק -- װעט ער אײַנרײַסן מיט מיסטער קיטסן. ווען ס'װאָלט זיך גע- 


1 אײַלט זיך צו, כעוורע. 


פפ 


האנדלט וועגן לוין פאר ארבעט, װאָלט ער זיכער צוגעשטאנען. יעדערער וויל פארדינען װאָס 
מער. דאָס פארשטייט ער, אָבער שטרײַקן פאר א יוניאָן-שאפ -- דאָס באנעמט ער ניט. ער 
מאכט ניט שלעכט אזוי װי עס איז. מר. קיטס קריװודעט אים ניט. פארקערט, ער שארט אים 
שטענדיק צו אן איבעריקן דאָלער פארדינסט... און נאָך א קורצער קווענקלעניש האָט דושאָו 
פעסט באשלאָסן: אנדערע, וי זיי וילן זיך, ער װעט ניט שטרײַקף -- איך קאָן זיך ניט פארגינעז 
צו שטרײַקן. איך האָב אן אלטע מאמע מיט א פולער שטוב יעסוימים אויסצוהאלטן, -- האָט ער 
ארויסגעשטעלט זײַן שטענדיקן ארגומענט. 

די ארבעטער האָבן אים געזידלט: סקעב, שטרײַקברעכער, געסטראשעט אָנצולערנען אים. 
דזשאָוּ איז געבליבן בא דאָס זײַניקע: ער טאָר ניט ריזיקירן צו בלײַבן אָן ארבעט. ער האָט א 
מאמע מיט יעסוימים צו פארזאָרגן... 

ווען קיינער אין שאפ האָט ניט געארבעט, איז ניט געווען, װאָס צו פּרעסן, נאָר דזשאָוּ האָט 
יעדן טאָג זיך דורכגעריסן דורך די פיקעטן אין שאפּ ארײַן זאָל מר. קיטס זען, אז ער, 
דזשאָוּ, שטרײַקט ניט.. דזשאָוס האלטונג האָט אים שטארק אופגעהויבן אין די אויגן פון 
מר. קיטס. אזא איינער פארדינט, מע זאָל אים סופּאָרטן, אונטערשטיצן, -- האָט מר. קיטס 
באשלאָסן. 

און די גאנצע צײַט פון שטרײיק האָט ער דזשאָוּן אויסגעצאָלט זײײַן וועכנטלעפן לוין. 

-- איך װעל שטענדיק העלפן דעם, װער עס העלפט מיר, -- האָט מר. קיטס אים דער" 
קלערט, -- איך ווייס, אז דו האָסט אן אלטע מוטער און א פאמיליע צו סופּאָרטן.. גוטע טאטן 
גייען קיינמאָל ניט פארלאָרן בא גאָט... 

צי האָט מר. קיטס צוגערעכנט צו די גוטע טאטן דזשאָוס שטרײַקברעכעריי אָדער דאָס, 
װאָס ער צאָלט דזשאָוּן פאר זײַן פאראט אין דאָלארן, צי דאָס, װאָס דזשאָו שטיצט זײַן אלטע 
מוטער און די ,פעמילי", -- האָט ער ניט אױסגעטײַטשט, און דזשאָו האָט זיף דערוף ניט 
פארטראכט. 

;דער מאן װעט זײַן א סוקסעס אין אמעריקע, ער װעט האָבן דערפאָלג, -- האָט מר. קיטס 
באשלאָסן. -- מע דארף אים בלויז געבן דעם ערשטן ,פוש", דעם ערשטן שטויס, װייַטער װעט 
ער שוין אליין גיין". 

ער, מר. קיטס, קען אָפּשאצן א מענטשן. אין אזעלכע זאכן האָט ער נאָך קיינמאָל קיין טאָעס 
ניט געמאכט... 

יאָ, דער מאן איז ווערט עפעס בעסערס, וי שטיין א לעבן לאנג באם פּרעס. עס לוינט זיך 
געבן אים א טשענס -- א מעגלעכקײַט ארופצוארבעטן זיך. ער קאָן ווערן זייער נוצלעך פאר 
די ביזנעס, אלנפאלס, עס לוינט מאכן אן עקספערימענט. 


איינמאָל, נאָך דער ארבעט, ווען דזשאָו איז װי שטענדיק געבליבן דער לעצטער אין שאפ, 
האָט מר. קיטס דורך דער אָפענער טיר פון זײַן אָפּיס א רוף געטאָן: 

--- דזשאָו! 

דזשאָוּ איז אריבערגעטראָטן די שװועל פון אָפיס און איז געבליבן שטיין אין א פּאָזע פון 
איינעם, װאָס האָט ניט קיין סאך צײַט צו פארלירן. 

-- קאם אין. קאם אין, דזשאָוּ, קום ארײַן און זעץ זיך. 

מר. קיטס האָט אָנגעװיזן אף א שטול פון דער צווייטער זײַט שרײַבטיש. 

דזשאָוּ, וועלכער האָט אליין שוין לאנג געװוּסט, אז ;ער איז ווערט יעדן סענט, װאָס מע צאָלט 
אים", האָט זיך אוועקגעזעצט און רויִק געווארט, װאָס מר. קיטס האָט אים צו זאָגן. 

מר. קיטס איז געזעסן אף זײַן שרויפשטול אָפּגעװאָרפן אהינטער ביז צו דער סאמע וואנט, 
אזוי, אז זײַנע קני זײַנען געווען אף דער פלאך פון שרײַבטיש, אין דער פּאָזע פון א מענטשן, װאָס 
דערלויבט זיך עטלעכע מינוט רו נאָך א לאנגן טאָג ארבעט. 

נאָך א הייסן טאָג אין דער שטיקנדיקער לופט פון שאפּ איז דאָס אָפּגעצערט בלייך פּאָנעם 
פון מר. קיטס געווען נאָך בלייכער, װי געוויינלעך. די געלע, דינע צעשויבערטע האָר אף זײַן 
קאָפּ, ענלעכע אף דעם פוך אפן בײַכל בא א הון א קװאָקע, זײַנען געווען נאָך מער צעשויבערט. 
נאָר דעם שטענדיק זויערן אויסדרוק פון זײַן פּאָנעם האָט איצט פארביטן א גרימאסע, ויַאָס האָט 
געדארפט גילטן, וי א גוטװיליקער שמייכל. 

נאָכדעם, װוי ער האָט פון דער הייך פון זײַן שרויפשטול א פּאָר מינוט באטראכט דזשאָון, 
וי ער װאָלט נאָכאמאָל אָפּגעשאצט זײַן ווערט, -- האָט מר. קיטס אוועקגעלייגט די בלייכע, מיט 
קלײַען באשאָטענע, הענט אפן דיקן גלאָזדצודעק איבערן שרײַבטיש, צונויפגעפלאָכטן די דארע 
פינגער און מעיושעוודיק געזאָגט: 

-- אָט װאָס, דזשאָוּ, איך האלט שוין לאנג אף דיר מײַן אויג. און איך האָב זיך איבערצײַגט, 


0 


אז דו ביסט א סאָלידער יונגערמאן, אן ערגסטער, דרייסט זיך ניט קיין מויעך מיט יוניַאָנס, אָר- 
גאניזיישאָנס און נאָך אזעלכע נאָנסענס, איז אז װויל צו דיר! די אלע נאָנסענסן שטערן בלויז 
דעם טרייד און ברענגען דעם ארױבעטער קיין שום נוצן ניט. און װאָס ס'איז גאָר וויכטיקער -- 
דו ביסט געטרײַ דעם יעניקן, װאָס גיט דיר א מעגלעכקײַט צו מאכן אן אָנשטענדיק לעבן 
אזעלכע, װי דו, פארדינען עצעס בעטערס, וי אָפּשטײן א גאנץ לעבן באם פּרעס. איך בין שטענ- 
דיק גרייט צו סופּאָרטן: דעם ריכטיקן מאן. װעל, אלזאָ, בא מיר אין קאָפּ וועבט זיך א פלאן, 
וועגן וועלכן מיר װעלן פאָרלויפיק ניט ריידן. דערװײַל װעל איך דיר בלויז זאָגן אָט װאָס: איך 
װיל, דו זאָלסט דערלעדנען אונדזער טרייד, דעם פאך אונדזערן אין אלע זײַנע פראָצעסן -- 
פון צושנײַדן דעם שטאָף ביז צונייען דאָס לעצטע קנעפל צו א דאמען-מאנטל, דערלערנען 
אזוי, אז מיט דער צײַט זאָלסטו קענען אָנפירן מיט א שאפּ ניט ערגער פון אונדזער פאָרמאן 
בען הילמען. אלזאָ, פון קומענדיקן מאָנטיק אָן װעסטו ארבעטן 'אונטער הילמענען. קוק זיך צו, 
װאָס און װי ער טוט. װוי ער פירט אָן מיט דער ארבעט, װאָס ער פאָדערט פון די ,הענט" אין 
שאפּ. מיט איין װאָרט, באמי זיך צו טאָן אלץ, װוי הילמען טוט, און נאָך בעסער, וי ער. 

דאָס איז אלץ, װאָס איך װאָב דיר דערװײַל צו זאָגן. איך האָף, אז דו װעסט מיר ניט דיסאָ- 
פאָיִנטן -- ניט אנטוישן מיך, װעט זײַן גוט פאר דיר, װי פאר מיר. אלזאָ, גוד לאק, אין א 
מאזלדיקער שאָ, דזשאָר.. 

מר. קיטס איז ניט געווען ,דיסאָפּאָינטעד" אין דזשאָן. ;דיסאָפּאָינטעד" איז געווען דער 
פאָרמאן בען הילמען: דריי כאדאָשים נאָכדעם, וי ער האָט באקאנט געמאכט דזשאָין מיט אלע 
פּראָצעסן פון דער אר גון אויסגעלערנט אים, וי אָנצופירן מיט דעם שאפּ, איז בען הילמען 
באפרײַט געװאָרן פון זײַן ארבעט און דזשאָו האָט פארנומען זײַן אָרט. 


מר. קיטס איז גֵן זייער צופרידן מיט דעם נײַעם פאָרמאן. קיין איין פאָרמאן פריער 


5 עו + 


האָט ניט ארויסבאקומען פון די ,הענט" אין שאפ אזויפיל און אזעלכע גוטע ארבעט, װי דזשאָג. 
און וי קלוג ער מאכט עס! 
ער האלט זיך מיט די ,הענט" ניט װי א פאָרמאן נאָר װי ער װאָלט געווען איינער פון 


זיי. זײַן ;ספיד אָפּ" קלינגט ניט װי א באפעל, נאָר װי אן ארויסרוף צו א פארמעסט -- װער 
וועמען װעט איבעריאָגן... איינעם גיט ער גוטברודעריש א קלאפ איבער דער פּלײצע, דעם צווייטן 
ווינקט ער צו: אנו, הייסט עס, װײַז, װאָס דו קענסט... צו די מיידלעך אין שאפּ בליצט ער מיט 
זײַנע שווארצע אויגן, מיט זײַנע װײַסע ציין, שמייכלט צו זיי, װי ער װאָלט יעדערער פון זיי, 
אֵן ווערטער, צוגעזאָגט א ,גוד טײַם? -- א גוטן צײַטיפארטרײַב נאָך דער ארבעט. דאָס שטערט 
אים ניט צו פאָדעון פון זי ארבעט: ,ספּיד אָפּ, באָיעס, הארי אָפּ, גוירלס!, *3 

און אלץ ניט וי א פאָרמאן, נאָר וי א ;ספּאָרט", וי א גוטערברודער. 

א געשיקטער כעוורעמאן, דער דזשאָו.. 

יאָ, ער, מר. קיטס, קען אָפּשאצן די ווערט פון א מענטשן. ער האָט גלײַך פון אָנהײיב געזען, 
אז דער מאן האָט אין זיך דעם ריכטיקן שטאָף, װאָס פארזיכערט ;סוקסעס" אין אמעריקע. יאָ. 
דזשאָוּ איז דער געהעריקער מאן אפן געהעריקן אָרט. 

און אין קאָפּ פון מר. קיטס, אונטער די פּוכקע, שטענדיק צעשויבערטע האָר, ענלעכע צו 
דעם פּוך אפן בײַכל בא א הון א קװאָקע, איז געבוירן געװאָרן א נײַער פּלאן, וועלכן ער איז 
גאָר אינגיכן צוגעטראָטן צו רעאליזירן. 

-- איי סעי, הער נאָר, דזשאָוּ, װאָס איז דײַן פּראָגראם אף מאָרגן, זונטיק? אויב דו האָסט 
ניט עפּעס בעסערס צו טאָן, קום מאָרגן צו מיר קיין גרינהילס. מיר האָבן א בונגאלאָו -- א 
דאטשע אין גרינהילס. פאראן געוויסע ביזנעס, וועלכע כ'װאָלט געװאָלט מיט דיר ארומריידן. קום 
צו פאָרן אין די פארמיטיק-שאָען. דינגער? וועסטו עסן מיט אונדז. 

אזוי האָט מר. קיטס אין איינעם א שאבעס נאָך דער ארבעט, װי פארבייגייענדיק, א זאָג 
געטאָן צו דזשאָון. 

דזשאָו האָט געהאט אָפּגערעדט מיט נעלין, די מאָדעליסטן אין שאפּ, ארויסצונעמען זי 
מאָרגן, זונטיק, קיין קוני-איילענד --- דעם אינדזל פון טומלדיקע און ביליקע פארװײַלונגעןױ -- 
און געבן איר א ,גוד טײַם* -- פארשאפן איר א טאָג פארגעניגנס. 

אָבער דער ניסאָיען איז געווען צו גרויס, דזשאָוּ זאָל צוליב א מיידל --- אפילע ווען עס גע- 
פעלט אים שטארק -- אָפּזאָגן זיך פון אזא שמייכלענדיקער אײַנלאדונג. 

דזשאָוּ ווייסט זײַן אייגענעם ווערט, ער ווייסט,. אז מר. קיטס שעצט זײַן ארבעט, אָבער ער 
זאָל אים אײַנלאדן צו זיך אהיים און דערצו נאָך אף מיטיק -- אף אזא קאָװעד האָט ער זיך ניט 
געריכט. ס'פארשטייט זיך, אז ער װעט קומען. פאר געלין װעט ער זיך שוין ווייניט-איז פאר- 
, 


ג שטיצן, אונטערהאלטן; ? יאָגט אונטער, כעװרע, אײַלט אונטער, מיידלעך! ? מיטיק. 


7 


ענטפערן. זי איז א קלוגע, זי װעט פארשטיין, אז די אײַנלאדונג פון מר. קיטס קאָן מען מיט 
דער האנט ניט אוועקמאכן. א קינד אין אמעריקע ווייסט, אז ,ביזנעס ביפאָר פלעזשור" -- 
פריִער ביזנעס, דערנאָך פארגעניגן... 

-- טהענק יוג, מר. קיטס, איך װעל זיכער קומען. 


אין דזשאָו קעיפוויץ, װי ער איז יענעם 
דושאו שְׁפֵּילְט טעניס זונטיק אראָפּגעקומען צו מר. קיטסן אף 
5 דאטשע, איז שווער געווען צו דערקענען 
יאָשקע קאפצעוויטשן, וועלכן דער ,רײַכער פעטער" האָט מיט פינף יאָר צוריק באגעגנט אין 
עליס-איילענד. 
די רויט-ברוינע באקן, ביז גלאנץ אָפּגעפּאָלירטע פון אֶלכאָװעצער זון און ווינטן, זײַנען 
שוין לאנג אָפּגעבליאקירט געװאָרן. דער שטארקער, פולבלוטיקער קארק האָט היפש פארלאָרן 
פון זײַן ציגל-פארב. 
דזשאָוּ איז ניט געווען אזוי פריש, װי יאָטקע, אָבער א סאך שענער. דאָס איז איצט געוען 
א גוט-געבויטער יונגער מענטש פון העכער מיטעלן װוּקס, מיט ברייטע פלייצעס און מיט א 
שטארק-אנטוויקלטן ברוסטקאסטן, מיט אן ענערגיש פּאָנעם אונטער א גלאט מאטאָווער הױיט, 
מיט הייסע שווארצע אויגן און מיט זייער װײַסע, שטארקע ציין. דעם שווארצן טשוב, װאָס ער 
פלעגט װוילעריש פארקאמען איבערן ראנד פונעם היטל מיטן לאקירטן דאשעק, האָט פארביטן 
א װײַסער, זײַטיקער שרונט פון זײַנע פארקעמטע האָר, װאָס זײַנען געלעגן װי צוגעקלעפטע 
צום קאָפּ, 
אָנשטאָט דעם ענג-געװאָרענעם אֶלכאָװעצער רעקל איז אף אים איצט געווען א לײַכטער 
העל-גרוי פלאנעלעווער זומער-אָנצוג, כאָטש א פארטיק-געקויפטער, אָבער װאָס איז אף זײַן 
געשיקטער, שטאלטנער פיגור געלעגן, וי אָנגעמאָסטן. 
דאָס רוסישע העמדל האָט פארביטן א ווייך זײַדן העמד מיט א בונטן קראוואט פון דער 
לעצטער מאָדע. די הויכע שטיוול מיט כאָליעװעס, װאָס האָבן ארויסגערופן אזא זויערע מינע 
בא מיסטער און מיסיס נעיטאן קעיפּװויץ, זײַנען פארביטן געװאָרן מיט זומער-שיך פון װײַסן 
לעדער, באפוצט מיט שווארצן לאק. אין האנט האָט ער געהאלטן א פלאכע, װי א טעלער, 
שטרויענע הוט, אזא, וועלכע איר קאָנט זומער-צײַט זען אפן קאָפּ פון יעדן זיך רעספּעקטירנדיקן 
אמעריקאנער... 
קורץ, א ,ספּאָרט*?, װי ס'הייסט אין אמעריקע, פון קאָפּ ביז די פיס, כאָטש פּאָרטרעטל 
אים אָפּ אין א מאָדע-זשורנאל. פון יענעם יאָשקע, װאָס איז מיט פינף יאָר צוריק האכנאָעדיק 
און פארשעמט געשטאנען פאר דעם ,רײַכן פעטער" אין עליס-איילענד און איז שטום און 
פארלאָרן געזעסן, בייס אנדערע האָבן פאר אים באשלאָסן, ,װאָס טוט מען מיט דעם גרינעם", -- 
פון יענעם יאָשקען איז קיין זייכער ניט פארבליבן. דזשאָו איז ניט יאָשקע. דזשאָוּ ווייסט שוין 
זײַן אייגענעם ווערט, װייסט זײַן אָרט און איז באשלאָסן צו נעמען פון לעבן אלץ, װאָס אים 
קומט, ביז צום לעצטן ברעקל. 
זײַן האלטונג מיטן מר. קיטס איז רעספּעקטפול, אָבער מיט דער זעלבסטווירדע פון איינעם, 
װאָס ווייסט, ניט וייניקער, וי מר. קיטס, אז ער איז אים נוציק. 
מר. קיטסן האָט דזשאָו געטראָפן אף דער וועראנדע פון דער דאטשע. ער איז געזעסן אין 
א וויגשטול מיט א ציגאר אין מויל און געלייענט א צײַטונג. א ניט יונג און ניט שיין מיידל, 
מיט אן איליוסטרירטן זשורנאל אין די הענט, האָט זיך געוויגט אין א צווייטן וויגשטול. 
-- העלאָו, דזשאָוּ! -- האָט מיסטער קיטס, הויך אופהייבנדיק די האנט, האָפּערדיק אים 
באגריסט. --- װעלקאָם אין אונדזערע שענטי --- װילקאָמען אין אונדזער געצעלט. 
מר. קיטס האָט זיך א קער געטאָן צום מיידל אין צווייטן וויגשטול: 
-- סטעלא, באקען זיך מיט מיסטער דזשאָוּ קעיפּװיץ, אונדזער מענעדזשער, מע קאָן זאָגן, 
מײַן רעכטע האנט. --- און צו דזשאָוּ; 
-- מײַן טאָכטער סטעלא. 
מר. קיטס װאָלט געקאָנט זיך פארשפּאָרן פאָרצושטעלן זײַן טאָכטער פאר דזשאָוּן: באם 
ערשטן בליק אף איר האָט דזשאָוּ א טראכט געטאָן: ;צוויי טראָפּנס וואסער -- דער טאטע!" 
דזשאָוּ האָט זיך פארנייגט. 
מיס סטעלא האָט אים דערלאנגט א דינע, בלייכע האנט, מיט קורצזיכטיקע אויגן אײַנגע- 
קוקט זיך אין דעם גאסט, אירע דינע ליפּן האָבן זיך געצויגן אין א מעכאנישן שמייכל. 


1 איך דאנק אײַך; ? דאָ: א פראנט. 


98 


מו א 


-- װעל, דזשאָוּ, ס'איז א פארדאמט-הייסער טאָג, טו אויס דאָס רעקל, פיל זיך היימיש. 
דזשאָוּ. װאָס ווילסטו האָבן, דזשאָו? א קאָקטײל אָדער א וויסקי מיט סאָדע? 

מיס.סטעלא, פון איר זײַט, האָט געהאלטן פאר נייטיק צו פארװײַלן דעם גאסט. 

--- שפּילט איר טעניס, מר. קעיפּװיץ? 

ניין, דזשאָו שפּילט ניט קיין טעניס. זײַן ספּאָרט איז פוטבאָל. ער האָט פּרובירט זײַגע 
קויכעס אין באָקס... טעניס איז אים ניט אויסגעקומען צו שפילן, כאָטש אים געפעלט זייער 
דער דאָזיקער ספּאָרט. 

-- איז לערן אים שפילן טעניס, סטעלא. איך קאָן זיך מיט דיר װעטן, אז אינגיכן װעט 
דושאָו דיך איבעריאָגן אין דײַן באליבטן ספּאָרט, דו ווייסט ניט, װאָס פאר א געשיקטער יונג 
ער איז! 

דערבײַ האָט מר. קיטס געשטשירעט זײַן קאסטן גוט-געמאכטע פרעמדע צין. װילט 
איר, הייסט עס, איז עס א שפּאס, ווילט איר -- אן ערנסט. 

-- אויב מיסטער קעיפּװויץ וויל מיך פאר זײַן לערערן, -- האָט סטעלא אנעמיש געשמייכלט. 

דזשאָו האָט זיך װוידער פארנייגט, דאָס מאָל נאָך גאלאנטער וי פריִער. זאָל פעלן א האָר -- 
זײַן באליבטער קינאַד-סטאר. 

ער װעט עט באטראכטן פאר אן ערע און א פארגעניגן צו לאָזן זיך לערנען פון מיס קיטס. 
טעניס איז א גאלאנטער ספאָרט... 

-- איז גייט שפּילן, און איך וועל דערװײַל דורכקוקן די צײַטונג, 

בייס דער שפיל אין טעניס איז די בלאסע, אָפּגעװעלקטע סטעלא גאָר אן אנדערע געװאָרן: 
אירע באוועגונגען זײַנען געווען געשיקט, אפילע גראציעז, די בלייכע באקן האָבן באקומען 
פארב, די אויגן האָבן געטינקלט. דזשאָוּס יעדע אומגעלומפערטע באוועגונג מיט דער טעניס-רא- 
זעטקע האָט בא איר ארויסגערופן א הילכיק, פריילעך געלעכטער. 

-- און דער פא האָט געזאָגט, אז איר זײַט א געשיקטער יונג, אז איר װעט מיך איבעריאָגן 
אין טעניס, כאדכא-כא!.. 

-- ווארט אויס א ביסל, און מיר װעלן זען, ווער וועמען ס'וועט איבעריאָגן, -- איז דזשאָגּ 
ניט שולדיק געבליבן קיין ענטפער. 

,זי איז ניט אזוי מיִעס, װי זי האָט מיר די ערשטע מינוט אויסגעזען, נאָר אן אייגנס, װאָס 
נעלי איז שענער פון איר.." -- האָט דזשאָו, קוקנדיק אף דער ייַנגער"געװאָרענער סטעלא, 
געטראכט. 

װאָס װײַטער, אלץ לעבהאפטיקער איז סטעלא געװאָרן. 

װען מר. קיטס אין א שאָ שפּעטער צוגעקומען צום טעניס-קאָרט, האָט סטעלא, א 
פארויטלטע, א מונטערע, אויסגערופן; 

-- פא, מר. קעיפוויץ מאכט שנעל פּראָגרעס... איך האָב מוירע, אז דו ביסט גערעכט: נאָך 
א ביסל, און ער װעט מיך טאקע איבעריאָגן, -- האָט זי קאָקעטיש געשמייכלט מיט די אויגן 
צו דזשאָוּן. 

דזשאָו האָט ניט געקאָנט פארשטיין, װאָס דאָ קומט פאָר. מר. קיטס האָט אים ארויסגערופן, 
װי ער האָט געזאָגט, ריידן וועגן ביזנעס, און אופגענומען האָט מען אים, װי אן אײַנגעלאדענעם 
געװוּנטשענעם גאסט, וי איינעם פון זײַן אייגענעם קרײַז. 

דאָס ערשטע מאָל פאר פינף יאָר האָט מיסטער קיטס אים אָנגערופן ,מיסטער קעיפּװיץ...* 
און פארװאָס האָט ער אים פאָרגעשטעלט פאר זײַן טאָכטער װי ;אונדזער מענעדזשער", ווען 
ער איז בלויז פאָרמאן און קיין מענעדזשער איז דערהויפּט ניטאָ אין שאפּ! 

וועגן ביזנעס האָט מר. קיטס פאר דעם גאנצן טאָג קיין װאָרט ניט גערעדט מיט אים, דער- 
פאר האָט ער א סאך גערעדט ועגן זײַן טאָכטער: סטעלא האָט א גוט הארץ, סטעלא איז קלוג 
און איז א זעלטענע באלעבאָסטע. זינט די מוטער איז געשטאָרבן, איז דאָס גאנצע הויז אף איר. 
סטעלא איז געבילדעט: געענדיקט א קאָלעדזש... דאָס איז דאָס זעלביקע, װאָס אין דער אלטער 
היים -- א פאָלנע גימנאזיע, נאָך העכער... א היגע א געבוירענע, -- האָט מר. קיטס, װי סטעלאס 
א באזונדערן פארדינטט, אָנגעגעבן אין נאדאן, -- אן עכטע אמעריקאנערן!:- 

נאָך מיטיק, ווען סטעלא איז אוועק צו זיך אין צימער און די מאנצבילן זײַנען ארויס אף 
דער וועראנדע רייכערן, האָט דזשאָוּ זיך ניט געקאָנט אײַנהאלטן: 

-- מר. קיטס, איר האָט מיר געהייסן קומען אהער איבעריידן וועגן ביזנעס-אָנגעלעגנ- 
הײַטן. װאָס זײַנען די ביזנעס? 

מר. קיטס האָט א פּאָר מאָל פארצויגן פון ציגאר, קענטיק געזוכט די פּאסיקע ווערטער. 
נאָכדעם געזאָגט: 

-- מיר האָבן דאָך שוין גערעדט פון ביזנעס, דזשאָוּ. 


59 


דזשאָוּ האָט פארכידעשט אופגעהויבן אף אים זײַן בליק. 

-- האָסט דאָך געהערט, װאָס איך האָב געזאָגט מײַן סטעלען: ,אונדזער מענעדזשער"- 
דאָס זײַנען די ביזנעס, דזשאָוּ, דו ווערסט מײַן מענעדזשער. 

זעטיקנדיק זיך מיט דעם אלץ-וואקסגדיקן אויסדרוק פון איבעראשונג אף דזשאָוס פאָנעם, 
האָט מר. קיטס װידעראמאָל זיך פארצויגן, ניט געײַלט, רינגעלעכװײַז ארויסגעלאָזט דעם רויך 
פון מויל, א וויג געטאָן זיך און, פארהאלטנדיק דעם וויגשטול נעענטער צו דזשאָון, ערנסט, 
אָבער געלאסן געזאָגט: 

-- די זאך איז אָט װאָס, דזשאָו: איך בין שוין ניט קיין יונגערמאן און מײַן געזונט האָט 
לעצטנס גענומען נאָכלאָזן... ס'ווערט מיר שווער אף אלץ אופצופאסן. די לעצטע צײַט האָב איך 
אָפּט געקלערט וועגן א מענעדזשער -- א ראיעלן מענטשן, װאָס זאָל מיר העלפן פירן די בי" 
נעס, אין א נויט-פאל פארבײַטן מיך אין די ביזנעס. נאטירלעך, דארף עס זײַן א פאכמאן א 
מענטש, װאָס איז באקאנט מיט אונדזער לײַן, מיט אונדזעד בראנזשע, א סאָלידערד מענטש און 
דעריקער --- אן ערלעכער מאן, א געטרײַער, אן איבערגעגעבענער. א מענטש, וועמען איך זאָל 
געטרויען, װי זיך אליין. דיך, דזשאָוּ, קען איך שוין פינף יאָר, איך קען דיך פון דרויסן און פון 
אינװייניק, און מיר דוכט, דו װעסט דאָ זײַן דער געהעריקער מענטש אפן געהעריקן פלאץ.. 
מיט אונדזער פּראָדוקציע ביסטו שוין גוט באקאנט. װאָס דו דארפסט איצט, איז דערלערגען 
די קאָמערציעלע זײַט פון דעם ביזנעס: באשטעלונגען, אָפּזאץ, קרעדיטן, מיט איין װאָרט די 
גאנצע ביזנעס פון אָנהײיב ביזן סאָף. מיט דעם אלעמען װעל איך אליין דיך באקענען. קורץ, 
וועסט מענעדזשען, עס הייסט, װועסט אָנפירן מיט די ביזנעס צוגלײַך מיט מיר און, ווען נייטיק-- 
אָנשטאָט מיר. און איך האָף, אז װי דו האָסט מיך ניט דיסאָפּאָינטעט ביז איצט, אזוי װעסטו 
מיך װײַטער אויך ניט דיסאָפּאָיינטן. ביז אהער האָב איך נאָך קיין מיסטייק ניט געמאכט אין 
אָפּשאצן מענטשן און איך בין זיכער, אז איך מאך אויך דאָס מאָל קיין טאָעס ניט. האָסטו עפעס 
צו זאָגן קעגן דעם דזשאם, דזשאָוּ? 


דזשאָו האָט גאָרנישט געהאט צו זאָגן. פארקערט, ער פילט זיך געשמייכלט און שטאָלץ 
מיטן פאָרשלאָג פון מר. קיטס. ער ווייסט בלויז ניט, צי װעט ער זיך ספּראווען... און װאָס איז 
מיקויעך א פאָרמאן? 

-- אָ, זאָל עס דיך ניט ארן, דזשאָוּ. פאָרמאנס קאָן מען האָבן אין די טוצן, און די מע" 
נעדזשינג-ביזנעס װעל איך דיך לערנען... 


--- װעל, דזשאָוּ, דעם וועג צו אונדז ווייסטו שוין איצט. איז קום אָפטער. װועסט שטענדיק 

זײַן אן אָנגעלײגטער גאסט, -- האָט מר. קיטס ביז צום סאָף אויסגעהאלטן זײַן האָפּערדיקע 
גאסטפרײינטלעכקײַט. --- װאָס זאָגסטו, סטעלא? 

-- זיכער װאָלט איך צופרידן געװען צו זען בא אונדז מר. קעיפּװיצן. יט איין באדינג: 
ער זאָל מיך ניט איבעריאָגן אין טעניס... -- האָט סטעלא, זשמורענדיק די קורצזיכטיקע אויגן, 
אײַנלאדנדיק געשמייכלט צו דזשאָוּן. 

דער שיינער, שטארקער יונג מיט די אנטוויקלטע ביצעפסן איז איר דײַטלעך געפעל. 

-- אָ, רוף אים פאָשעט דזשאָו, -- האָט מר. קיטס פאָרגעשלאָגן, -- אן אייגענער מענטש.. 

-- בא װײַטערער און נעענטערער באקאנטשאפט, פא. בין איך גערעכט, מר. קעיפּוויץ?-- 
האָט זי מיט איר בלאסן שמייכל זיך א קער געטאָן צו דזשאָוּן. 

-- לעדיס זײַנען שטענדיק און אין אלץ גערעכט, -- האָט דזשאָוּ מיט עכטער טאנצקלאס- 
גאלאנטישקײיט ווידעראמאָל זיך פארנייגט. 


דזשאָוּ איז געקומען דעם זונטיק און נאָך 
דושאָן אפן לייטער א זונטיק און נאָך א סאך א ביזן 


פון ,סוקסעס" = 2 זיך זייער געװאָלט פאר- 


ברענגען כאָטש איין זונטיק מיט נעלין 
נאָר יעדן שאבעס נאָך דער ארבעט האָט אים מר. קיטס דערמאָנט: 


-- מיר דערווארטן צו זען דיך מאָרגן בא אונדז, דזשאָו, סטעלא ווארט, דו זאָלסט קומען 
שפּילן מיט איר טעניס. 


דזשאָוּ האָט שוין געשפּילט טעניס ניט ערגער פון זײַן לערערן. סטעלא האָט אים שוין גע- 
רופן ,פּאָשעט דזשאָוּ" און האָט אים אָנגעבאָטן צו רופן זי באם נאָמען -- סטעלא, 


60 


-- פארגעסט אף א מינוט, אז איר ארבעט פאר מײַן פאָטער, און הערט אוף רופן מיך מיס 
קיטס. אז איך רוף אײַך דזשאָוּ, מעגט איר מיך רופן סטעלא. 

מר. קיטס, פון זײַן זײַט, איז קײינמאָל ניט מיד געװאָרן נאָכאמאָל און נאָכאמאָל צו דערמאָנען 
דזשאָון, אז סטעלא פארמאָגט א גאָלדן הארץ און אן אי נעשאָמע, אז זי איז א מוסטערהאפטע 
באלעבאָסטע, א זי האָט געענדיקט א קאָלעדזש און איז א היגע א געבוירענע -- ?אן עכטע 
אמעריקאנערן... 

-- סטעלא וועט זײַן א גליק פאר א מאן... 

זײַן איינציקע זאָרג איז: װאָס בעטער אײַנאָרדענען זי אין לעבן. קיין כאסאנים, פארשטייט 
זיך, פעלן ניט. באלאָניט אף א מיידל מיט קאָלעדזש-בילדונג, א גוטדערצויגענע, א מוסטערהאפטע 
באלעבאָסטע, אן עכטע אמעריקאנערן און ניט מיט ליידיקע הענט -- זײַנען פאראן א סאך. נאָר 
ער זוכט נישט פאר זײַן טאָכטער ניט קיין ייִכעס, ניט קיין אשרעס, ניט קיין מאן מיט דיפּלאָמען. 
ער יל פאר סטעלען א סאָלידן, ערלעכן, געטרײַען, היימישן מאן, וועלכער װעט פארשטיין צו 
שעצן און אָפּהיטן דעם אויצער, װאָס ער װעט איבערגעבן אין זײַנע הענט, -- אָט װאָס ער וויל 
פאר זײַן איינציקער פא ער 

א נארישערער, וי דזשאָוּ, װאָלט אויך געקאָנט פארשטיין די אָנצוהערעניש פון מר. קיטס. 
נאָר אים איז דאָך שווער געווען צו גלייבן, אז מר. קיטס זאָל אים, דזשאָוּן, וועלן פאר אן איידעם. 

סטעלא איז טאקע ניט יונג און ניט שיין, אָבער פאָרט א מיידל מיט א קאָלעדזש-בילדונג, לייענט 

ביכער, אן עכטע אמעדיקאנערן און מינאטטאם מיט א היפשן נאדאן, -- עס גלייבט זיך ניט!.. 

נאָר מר. קיטס האָט צעשטרייט אלע זײַנע ספייקעס. 

-- הער נאָר אויט, דזשאָו, -- האָט ער אים אין איינעם א סאָף-זומערדיקן זונטיק געזאָגט, -- 
איך וועל מיט דיר ריידן פלעין טאָק --- קלאָרע דיבורים. איך קען דיך שוין ניט דאָס ערשטע יאָר. 
איך קען דיך גוט, איך ווייס, װאָס דו ביסט ווערט, און װאָס דו קאָנסט ערשט ווערט זײַן, ווען דו 
װועסט נאָר האָבן דעט טשענס -- די געלעגנהײַט דערצו. איך האָב דיך אָפּגעשאצט שוין גלײַך 
פון אָנהייב און דער בער האָב איך דיר קעסיידער געגעבן א טשענס ארופצוארבעטן זיך. ביז 
איצט האָב איך זיך אין דיר ניט גענארט, און איך בין זיכער, אז איך נאר זיך אויך איצט ניט. 
איך האלט, אז דו ביטט דער מאן, װאָס איך זדארף פאר 5 טאָכטער. װי קוקסטו דערוף, דזשאָו? 

דזשאָוּ איז געווען געפלעפט. איין זאך איז אָנצוהערענישן, און א צווייטע זאך איז קלאָרע 
דיבורים. ער האָט געשוויגן. 

ער קאָן דאָך ניט זאָגן מר. קיטסן, אז די יונגע טעמפּעראמענטפולע נעלי, כאָטש אָן קאָ- 
לעדזש-בילדונג און ניט קיין עכטע אמעריקאנערן, איז אים מער צום הארצן, װי די ניט יונגע 
און ניט שיינע סטעלא מיט איר קאָלעדזש און מיט איר עכטער אמעריקאנישקײַט. און סײַװיסײַ, 
נעלי איז אזוי בייז אף אים, אז זי וויל אין זײַן זײַט ניט קוקן. נאָר לאָמיר זאָגן, אז נעלי װעט זיך 
לאָזן איבערבעטן און זיי װעלן כאסענע האָבן, װעט עס דאָך זײַן -- צוויי מייסים גייען טאנצן... 
װאָס, אויסער איר יוגנט און שײינקײַט, װעט אים נעלי ברענגען? און דאָ? אן איינציקע טאָכטער 
פון א רײַכן טאטן, מינאסטאם מיט גאָר א היפשן נאדאן, א שווער אין ביזנעס... 

ניין, ער האָט קיין רעכט ניט אָפּצוזאָגן זיך פון אזא /טשענס"... ער האָט אן אלטע מוטער 
און א גאנצן פּעקל יעסוימים אויסצוהאלטן, -- האָט דזשאָוּ, וי שטענדיק, ווען ער איז געווען 
ניט אין אָרדענונג מיט זײַן געוויסן, זיך באהאלטן הינטער דער מאמען מיט די יעסוימים. 

-- איז װאָס טראכסטו אזוי לאנג? װאָס שווייגסטו, דזשאָוּ? --- האָט מר. קיטס איבערגעשלאָגן 
זײַנע כעזשבוינעס. -- עפשער געפעלט דיר ניט דער שידעך, איז זאָג אָפן. נאָ אָפּענס -- כ'וועל 
אף דיר קיין פאריבל ניט האָבן. כ'וועל זיך ניט באליידיקן... 

דזשאָוּ האָט זיך וי אויסגעטשוכעט פון שלאָף. 

פארקערט, ער פילט זיך אפן העכסטן גראד געשמייכלט. ער האָט ניט דערווידער קעגן אזא 
פאָרשלאָג. ער... ער איז בלויז איבעראשט. און װאָס װעט מיס סטעלא דערצו זאָגן? 

-- אָ, דזשאָוּ, דו ביסט גאָר ניט אזא נאר, זאָלסט ניט באמערקן, אז דו געפעלסט סטעלען. 
צי געפעלט דיר מײַן סטעלא, פרעג איך דיך ניט. א מיידל מיט קאָלעדזש-בילדונג, א גוט-דער" 
צויגענע, אן עכטע אמעריקאנערן װעט יעדן איינעם געפעלן. ס'פארשטייט זיך, אז פאר מײַן פאָר- 
מאן צי אפילע פאר מײַן מענעדזשער װאָלט מײַן טאָכטער ניט כאסענע געהאט. נאָר מײַן פּארט- 
נער װעט זי ניט אָפּזאָגן צו געבן איר האנט. אין דעם קאָנסטו זײַן זיכער. 

דזשאָוּן האָט אזש א שפּאר געטאָן דאָס בלוט אין פּאָנעם. 

--- װאָס הייסט... איך פארשטיי ניט... : 

-- גאנץ איינפאך. װעסט כאסענע האָבן מיט מײַן סטעלען, ווערסטו א פּארטנער צו מײַנע 
ביזנעס... פיפטי-פיפטי. פופציק פּראָצענט מיר, פופציק דיר... זי איז דאָך בא מיר איינע... דזשאָל, 
אויסער איר האָב איך ניט קיין איין לעבעדיקע נעשאָמע אף גאָטס גאנצער ערד. איז פאר וועמען 


1 


אי יי יי 


ארבעט איך? פאר וועמען שפּאָר איך? נאָר פאר איר! און ווען מײַן שאָ װעט קומען -- איך װעל 
מער ניט זײַן, ווער איז מײַן איינציקער יוירעש? אלץ זי, מײַן איינציק קינד, -- האָט מר. קיטס 
פארענדיקט מיט א טרער אין זײַן שטים. 

דזשאָוס געדאנקען האָבן מער ניט געשוועבט צווישן נעלין און סטעלען. װאָס איז דאָ פאראן 
װאָס צו טראכטן? א פּארטנער צו א גוט-צאָלנדיקן ביזנעס: פיפטי-פיפטי... ער האָט אן אלטע 
מוטער און א כאָפּטע יעסוימים צו שטיצן... איצט האָט אים בלויז באומרויקט: װאָס װעט סטעלא 
זאָגן? נאָר מר. קיטס האָט אים בארויקט: 

--- װאָס פרעגסטו מיך, פרעג זי, -- האָט ער, שטשירענדיק די גוט-געמאכטע ציין גע- 
זאָגט, --- זי װועט דיך אופנעמען מיט אָפענע אָרעמס. איך גאראנטיר דיר. 

אָנהייב הארבסט, ווען די קיטס זײַנען צוריק געקומען אין שטאָט, איז מיס סטעלא געװאָרן 
מיסיס קעיפּװויץ און די פירמע ,דזשאָן קיטס" איז געענדערט געװאָרן אף ,דזשאָן קיטס ענד 
דזשאָזעף קעיפוויץ, קלאָוק-מעניופעקטשורערס"ו. 

דזשאָוּ --- איצט שוין מר. דזשאָזעף קעיפוויץ -- האָט זיך ענדלעך דערקליבן צום לייטער 
פון ;סוקסעס". 


דאָס רוסישע פאָלק, האָט אונטערגעפירט 

דער װעג אין אָפן הז אש מג אש קר דס 

: צווייג טן א מיט זײַנע { גאָראָד דאַװאָיעס פון 

אלע ראנגען. דער וועג צו דער אלטער היים איז איצט געשטאנען פאר מר. קעיפּװיצן פרײַ 

און אָפ 

5 מעגלעכקײַט צו מאכן די לאנג-געגארטע רײַזע האָט ער אויך געהאט: , קיטס ענד קעיפ- 

וויץ" זײַנען ארויס פון דער ערשטער וועלט-מילכאָמע מיט א פיל פארגרעסערטער פאבריק און 

מיט א היפּשן פרײַען קאפּיטאל אין די בענק אף דער קאָנטאָ פון יעדערן פון די ש 

מיסיס סטעלא קעיפוויץ האָט אפילע ניט געװאָלט הערן פון אזא נעסיע: זאָל איר דזשאָו לייענען, 

װאָס די פּייפּערס שרײַבן וועגן סאָוועט-ראשיא: הונגער און טיפוס און סיוויל װאָר --- בירגער- 
קריג און באָלשעװיקס. 


--- פאר זיי וועסטו דאָך זײַן אן אמעריקאנער בורזשוי, א קעפיטאליסט. זיי װעלן דיך כאפּן 
און פארשיקן קיין סיביר... 

ניין, זי װעט אים ניט לאָזן פאָרן אין דער סעווערזש קאָנטרי --- אין דעם ווילדן לאנד. אוים 
אים גלוסט זיך אזוי שטארק אָנקוקן די אלטע היים, זאָל ער ווארטן, ביז דאָרטן װעט זיך אלץ 
סעטלען -- ביז ס'וועט זיך אָפּזעצן, בארויִקן, דאן װעט ער פאָרן. אָבער איצט -- פאר קין 
פאל ניט! 

עס זײַנען פארבײַ עטלעכע יאָר. דער בירגערקריג אין רוסלאנד איז געווען פארענדיקט. די 
לאגע אין ;סאָוועט-ראשיא" איז, וי די פייפערס האָבן געשריבן, מער װייניקער , געסעטלט", עס 
פאָרן שוין אהין טוריסטן, װאָס דערציילן זיך אָן װוּנדער וועגן דעם לאנד. מיסיס קעיפוויץ האָט 
איצט אויך געהאלטן, אז דאָס איז א קרעיזי טריפּ -- א מעשוגענע רײַזע. נאָר אויב איר דזשאָו 
האָט זיך ארײַנגענומען אין קאָפּ אזא אײַנרײדעניש, טאָ זאָל ער פאָרן און פּאָטער ווערן פון דער 
מעשוגאס... 

נאָר פונקט דעמלט, ווען מר. קעיפּװיץ האָט אָנגעהױיבן זיך גרייטן אין װײַטן וועג, איז זײַן 

שווער, מר. קיטס, אוועק אין יענעם וועג, פון וועלכן מע קומט שוין קיינמאָל ניט צוריק. און די 

פירמע ,קיטס און קעיפוויץ" האָט אָנגעהויבן א וי , דזשאָזעף קעיפּװיץ ענד קאָ". די 
;קאָ איז געווען מיסיס קעיפּװיץ, װי פאָרויסגעזען אין מיסטער קיטס צאװאָע. 

אכוץ דעם איז מר. קעיפּװיץ שוין איצט געווען פארבונדן מיט אנדערע ביזנעס און קאָמבי- 
נאציעס, װאָס האָבן געפאָדערט זײַן אויג און ס'װאָלט פּאָשעט געווען א מעשוגאס איבערצולאָזן 
אלע ביזנעס און פאָרן װײַזן דעם סטארשי גאָראָדאָװאָי פּערעטישקין א פײַג... אָט, שפּעטער 
א ביסל, ווען ער װועט זיך ארומרייניקן פון זייַטיקע געשעפטן און װועט פארקײַלעכיקן זײַן פאר- 
מעגן, װעט ער אומבאדינגט מאכן די רײַזע... 

יאָרן און צענדליקער יאָרן זײַנען פארבײַ. מר. קעיפוויץ האָט אלץ העכער און העכער גע- 
קלעטערט אפן לייטער פון ;סוקסעס". זײַן קאפּיטאל האָט זיך שוין לאנג ,פארקײַילעכיקט", נאָר 
מאכן די לאנג-געגארטע רײַזע האָט ער ערשט רעכט ניט געקאָנט: װי א פעסטער דעמב איז ער 
שוין אײַנגעװאָרצלט געווען אין דעם אמעריקאנער באָדן -- מיט זין און טעכטער, מיט שניר און 


1 פאבריקאנטן פון דאמען-מאנטלען. 


62 יו 


איידעמס, מיט גרויסע ביזנעס און מיט נאָך גרעסערע פלענער, מיט ,מאכן געלט", גרויס געלט. 
הײַנט לאָז עס אלץ איבער און לאָז זיך אוועק אף קייווער-אָװועס קיין אָלכאָוועץי 

נאָר טרוימען וועגן אָט דער רײַזע האָט מר. קעיפוויץ קיינמאָל ניט אופגעהערט. און אָט איז 
די לאנג-געגארטע שאָ ענדלעך געקומען: די זין שטייען שוין לאנג אף זייערע אייגענע פיס: דער- 
פאָלגרײַכע ביזנעסמענער און אָנגעזעענע פאָליטישנס. די טעכטער -- אלע אין אים געראָטענע: 
געזונטע, שיינע, גוט-פארהייראטע. מיט כעזשבן קינדלענדיקע װײַבלעך, דרײַ איידעמס --- דרײַ 
געווינסן, איינער געראָטענער פונעם צווייטן, דאָס, װאָס מע רופט ,קליינמינג מען", -- מענטשן, 
װאָס האלטן אין איין קלעטערן אלץ העכער און העכער אפן לייטער פון ;סוקסעס", ניט אָפּשטעלנ- 
דיק זיך פאר קיין זאך. יונגעלײַט מיט גרויסע אמביציעס און מיט נאָך גרעסערע אפּעטיטן. 
אזעלכע יונגעלײַט זײַנען זיכער צו זײַן א ;סוקסעס" אין אמעריקע... דערהויפּט דער אט 
דער, קאָן מען זאָגן, איז דאָס גרויסע געווינס. א מויעך -- לויטער, וי א נײַער זילבערנער דאָלער: 
צו װאָס ער זאָל זיך ניט צורירן, ווערט דערפון געלט... און צילעוועט העט-װײַט, א סאך װײַטער 
פון אים, מר. קעיפוויצן. זינט ער איז ארײַנגעטראָטן אלס שוטעף צו זײַנע, מר. קעיפוויצעס, ביז- 
נעס, האָט ער פארטאָפלט סײַ די ביזנעס, סײַ דעם קאפּיטאל. די פירמע , דזשאָזעף קעיפּװיץ ענד 
קאָמפאני? איז אין א קורצער צײַט געװאָרן איינע פון די אָנגעזעענסטע פירמעס אין פילאדעלפיע. 
ער איז ארײַן אין די קלאָדינג-ביזנעס, ער האָט געעפנט א פאבריק פון אײַזקרעם, ער אינטע- 
רעסירט זיך מיט ריעל-עסטעיט!, ער האלט אן אויג אף די קינאָדביזנעס, איר קאָנט קיינמאָל ניט 
זאָג, װוּ ער װעט זיך אָפּשטעלן און דעריקער, בא די אלע גרויסע געשעפטן האָט ער אים, 
קעיפוויצן, קימאט אינגאנצן באפרײַט פון אָנפירן די ביזנעס, געמאכט אים, קאָן מען זאָגן, פאר 
א האלב-ריטייערד-דזשענטלמען -- א האלב-צוריקגעצויגענעם פון ביזנעס. 

יאָ, איצט האָט ער אף ועמען זיך צו פארלאָזן. איצט קאָן ער רויק מאכן א רײַזע קיין 
;יוראָפּ און ענדלעך באזוכן זײַן הײימשטאָט --- אָלכאָוועץ. 

נאָר, אפּאָנעם, נאָך אלץ ניט באשערט געווען מר. קעיפּװיצן צו זען ;דאָס לאנד פון זײַנע 
אָוועס". פונקט דאן, ווען ער איז שוין גרייט געווען צו לאָזן זיך אין דעם לאנג געגארטן וועג 
האָט היטלער דערקלערט דער וועלט מילכאָמע, און -- אויס רײַזעס: 

מר. קעיפּוויץ איז אופגעבראכט געווען ביז גאָר, 

-- איך זאָג אײַך, דאָס איז פערעטישקין נומער צוויי, אָט דער היטלער! װאָס קאָן ער דאָרטן, 
דער סאנ-אָוויא ביטש -- דער הינטישער זון, ניט זיצן רויק אין זײַן גאָטפארדאמטן פאָטערלאנד 
און לאָזן די וועלט צורו?! ווער, צום טײַװל, דארף מילכאָמעס! 

אָבער אינגיכן האָט זיך ארויסגעוויזן, אז מע דארף יאָ מילכאָמעס. העראָלד, זײַן איידעם 
און שוטעף, דארף דער ערשטער מילכאָמעס. 

קיינער אין אמעריקע האָט, דוכט זיך, נאָך ניט געקלערט וועגן ארײַנמישן זיך אין דער מיל- 
כאָמע, ווען העראָלד האָט שוין געהאלטן די האנט אפן דויפעק פון די געשעענישן. 

ער האָט דערפילט, אז עס שמעקט מיט פּראָפּיטן, גרויסע פּראָפיטן, און האָט אנטוויקלט א 
מעטוגעדיקע ענערגיע. ער האָט שנעל איבערגעבויט די אײַזקרעם-פאבריק אף א קאָנסערוון- 

פאבריק, פארברייטערט די קליידער-פאבריק און אײַנגעשטעלט אין איר א קײַלעכדיקן ארבעטס- 

מעסלעס, אין דרײַ שיכטן. ער האָט גיך ליקווידירט די ריעליעסטעיט-ביזנעס און דעם באפרײַטן 
קאפיטאל ארײַנגעלײגט אין רוי-מאטעריאלן, ער האָט אופגעקויפט גרויסע פארטיעס וועש, שיך, 
טריקאָטאזש, גומענע מאנטלען, בױימװאָל -- אלץ זאכן, וועלכע ער האָט פריער קיינמאָל אין האנט 
ניט געהאלטן; ער האָט פארקויפט די אקציעס פון די קינאָדפירמעס און אײַנגעקויפט אקציעס פון 
שטאָל- און מאָטאָר-אונטערנעמונגען, ער האָט אנטוויקלט, װי מר. קעיפּוויץ האָט זיך אויסגע- 
דריקט, ענערגיע פון הונדערט פערד-קראפט". ער האָט געפּלאנעװעט און געצילט אזוי װײַט, 
אז בא מר. קעיפוויץ האָט דער קאָפּ געשווינדלט. 

-- זײַ פאָרזיכטיק, העראָלד, -- האָט מיסטער קעיפּװיץ געװאָרנט, -- אף דער וועלט איז 
אומרויק, זע, מיר זאָלן זיך, כאָלילע, ניט אויסגליטשן. מע קאָן דאָ גרינג דעם קארק ברעכן. 

-- ליוו אים טו מי, דער, -- פארלאָז זיך אף מיר, טאטע, -- האָט אים העראָלד בארויקט. -- 
איך ווייס, װאָס איך האָב צו טאָן. --- און קעדיי נאָך מער צו בארויִקן דעם אלטן, האָט ער אים 
דערקלערט: 

-- דאָס איז א מילכאָמע ניט אף א װאָך און ניט אף א יאָר. מיט יוראָפּ אליין װעט זי זיך ניט 
ענדיקן. אמעריקע װעט אין איר ארײַנגעצויגן ווערן אזוי זיכער, װי מיר לעבן, איר קוקט נאָר 
צו און ווארט. איר װעט זען, וויפל מירן ווערט זײַן צום סאָף פון דער מילכאָמע. 


יי יי 


: פלעצער, הײַזער. 


08 


י 


און ווירקלעך, נאָך איידער יאפּאָניע איז אָנגעפאלן אף פירל-הארבאָר, האָט שוין דער קאפיי 
טאל פון ,קעיפוויץ ענד קאָמפּאני* זיך דערנעענטערט צו זיבן ציפער. און ווען אמעריקע איז 
ארײַנגעטראָטן אין דער מילכאָמע מיט דײַטשלאנד, איז שוין מר. קעיפוויץ ;װערט געווען' א 
סאך מער, וויפל ער האָט וועןדעס-איז געוואגט צו טרוימען. 

מר. קעיפּוויץ האָט איבערגעלעבט א צווייטע יוגנט. מיט ענערגיע, וועלכע מע האָט פון א 
מענטשן אין זײַן עלטער ניט געקאָנט דערווארטן, האָט ער זיך ארײַנגעװאָרפן אין פארשיידענע 
ביזנעס און מילכאָמע-ספּעקוליאציעס, ניט אָפשטײענדיק פון זײַן יונגן איידעם. 

-- אָט האָט איר אײַך א ריטייערד-דזשענטלמען! -- האָט העראָלד געלאכט, צופרידן רײַבני 
דיק די הענט, -- דער אלטער מאן יאָגט דאָך איבער אלע יונגע. 

-- באָי, איך האָב דאָך פאר אלע מײַנע פערציק יאָר אין אמעריקע ניט געמאכט אזויפיל 
געלט, וויפל מיר האָבן געמאכט אין די פאָר יאָר מילכאָמע!: װעסט ניט וילנדיק באקומען 
ענערגיע... 

-- שור! זיכער! -- האָט העראָלד אונטערגעהאלטן. -- מע דארף אויסניצן די געלעגנהײַט. 
נאָך אזא גליקלעכע צײַט װעט אזוי גיך נאָכאמאָל ניט קומען... 

מר. קעיפוויץ איז שוין לאנג גרייט געווען שאָלעם צו מאכן מיט דער מילכאָמע, וװען ניט 
די שוידערלעכע גרוסן וועגן די היטלעריסטישע רעציכעס אין יוראָפּ. די סטאָריס, די באשרייי 
בונגען אין די צייטונגען וועגן די שכיטעס אין פארשיידענע שטעט אין אײיראָפע, באזונדערס אף 
ייִדן, האָבן אים געשטערט זײַן שלאָף, און די. יעדיִע, אז די דײַיטשן האָבן פארנומען זײַן היימ- 
שטאָט אֶלכאָװעץ, האָט בא אים אינגאנצן אוועקגענומען דעם אפּעטיט. עו ווייסט, װאָס דאָרטן 
איז געװאָרן מיט דעם רעשטל קרויווים זײַנע, מיט אלע אָלכאָװעצער אײַנוווינער. דער בלוטיקער 
,מעדמאן", דער מעטורעף היטלער, האָט זיי אוואדע אלעמען אומגעבראכט... 

מר. קעיפּװיץ, פון זײַן זײַט, האָט דערקלערט היטלערן מילכאָמע אף לעבן און טויט: ער האָט 
מיט דער פולער האנט בײַגעטראָגן צום פאָנד פון ;ראשען-רעליף"1. ער איז טעטיק געווען אינעם 
קאָמיטעט פאר זאמלען מאטאָנעס פאר דער רויטער ארמיי, ער האָט געגעבן געלט פאר די גע- 
ליטענע אין די אָקופּירטע ראיאָנען, ער האָט זיך ארויסגעזאָגט פארן צווייטן פראָנט, און דערי" 
קער -- ער האָט געשאָלטן היטלערן מיט טויטע קלאָלעס און פאָרױיסגעזאָגט אים א פינצטערע 
מאפּאָלע. 

--- דאָנט װאָרי -- האָט קיין זאָרג ניט, -- האָט ער אלעמען בארויִקט, -- די רויטע ארמיי 
װעט צעטראסקען די היטלעריסטישע בלוטיקע האָרדעס אף פּיץ-פיצלעך. נאָר דערװײַל איז 
שלעכט... ער ברענגט אום מיליאָנען אומשולדיקע מענטשן. ייִדן מער וי אנדערע... 


די וועלט-מיל יך פארענדיקט 

מר קעיפּװי גרייט עלט-מילכאָמע האָט זיך פארענדיקט 
' | פונקט אזוי װוי מר. קעיפוויץ האָט פאָ 

: רױסגעזאָגט: היטלער האָט געליטן /א 

אֹ 50 טש פינצטערע, װויסטע מאפּאָלע". די סאָווע- 


טישע ארמיי האָט ;,צעטראסקעט די היט- 
לערישע בלוטיקע האָרדעס אף פּיץיפיצלעך". דער מילכאָמע-אימפעט איז היפש שוואכער גע- 
װאָרן. נאָר ביזנעס זײַנען נאָך אלץ גוט געווען אין אמעריקע: אײיראָפּע איז געלעגן אין כורוועס 
און האָט זיך גענייטיקט אין ,טושאָנקע* און אין טראקטאָרן, אין אייער-פּראָשעק און אין מעדי- 
קאמענטן, אין פלייש-קאָנסערוון און אין לאסט-אװוטאָמאָבילן, אין אלץ, װאָס די מילכאָמע האָט 
פארוויסט און װאָס אמעריקע האָט געהאט מער, וויפל זי קאָן פארברויכן. 

העראָלד האָט מיט צופרידנקײַט געריבן די הענט: 

-- ס'וועט נעמען יאָרן און יאָרן, ביז זי וועלן דאָרטן צוריק אופשטעלן אלץ, װאָס די מיל- 
כאָמע האָט כאָרעוו געמאכט. מיר װעלן נאָך לאנג זײַן די איינציקע צושטעלער פאר יוראָפ. 
אמעריקע איז פארזיכערט מיט פּראָספּעריטי ווייניקסטנס אף צוואנציק יאָר... 

נאָר מר. קעיפּװיץ האָט ניט איבעריקס געטיילט דעם ענטוזיאזם פון זײַן איידעם און שוטעף. 
צוזאמען מיט דעם פארשװוּנדענעם מילכאָמע-אזארט האָט זיך פון מיסטער קעיפּװויצן אויך אָפּ- 
געטאָן זייַן,צווייטע יוגנט?. די גאנצע ענערגיע פון דער מילכאָמע-צײַט איז וי אויסגעלאָשן גע- 
װאָרן. עפּעס האָט ער מיטאמאָל דערפילט אף זיינע פּלייצעס די לאסט פון יאָרן, א מידקײַט און 
א פריער אים ניט באקאנטע גלײַכגילטיקײַט צו די ביזנעס, וועלכע ער האָט קימאט אינגאנצן' 
איבערגעלאָזט צו זײַן געראָטענעם איידעם און שוטעף --- העראָלד. 


1 הילף פאר רוסלאנד -- אזוי האָט געהײיסן די אָרגאניזאציע, געגרינדעט צו העלפן דעם סאָװעטנפארבאנד: 
אין דער מילכאָמע קעגן דעם היטלערידײַטשלאנד. 


4--0 644 


װי די לעצטע עטלעכע יאָר פאר דער מילכאָמע, איז ער צוריק געװאָרן א .האלב-ריטייערד- 
דזשענטלמען?, װאָס האָט אין זיגען זײַן געזונט מער, װי זײַנע ביזנעס: יעדן פרימאָרגן געמאכט א 
צװיישאַעדיקן שפּאציר אין פּארק, גערוט נאָך מיטיק, אויסגעהיט זיך פון איבעריקער אָנשטרענ- 
גונג און אופרעגונג, געלעבט ,א ביסל פאר זיך"... מער איידער ווען-עס-איז פריִער זײַנען איצט 
זײַנע געדאנקען פארנומען מיט זײַן לאנג געטרוימטער רײַזע קיין ;סאָוועט-ראשיא" --- באזוכן 
זײַן הײימשטאָט אָלכאָװועץ. 

די קינדער האָבן אים אָפּגערעדט פון דער ,אײַנרײדעניש". װוּהין װעט ער איצט פאָרן? 
;סאָוועט-ראשיא? איז דאָך האלב כאָרעװו געװאָרן אין דער מילכאָמע. ער װעט דאָך דאָרטן ניט 
קאָנען האָבן דעם קאָמפאָרט, צו וועלכן ער איז געװווינט. און װער ווייסט, צי ער װעט דאָרטן 
איצט געפינען א לײַיטישן האָטעל און צי װעט ער האָבן א מעגלעכקײַט צו נעמען זײַן פרימאָרגן- 
וואנע, װי ער איז געװווינט, און צי װעט ער דאָרט האָבן זײַן גרייפפרוכט-זאפט און די שפּײַז, 
וועלכע ער מוז האָבן פאר זײַן געזונט. און זאָל ער ניט פארגעסן, אז ער איז שוין ניט קיין יונגער- 
מאן. ;דער דאָקטער זאָגט, אז דײַן הארץ איז היפשלעך אָפּגעשוואכט און דו דארפסט זײַן פאָר- 
זיכטיק". 

-- פארגעס ניט, פא, אז דיר איז ניט זיבעצן, נאָר זיבעציק יאָר... און ווער ווייסט, צי וועסטו 
דאָרטן גאַר געפינען עמעצן פון אונדזער פאמיליע... 

נאָר מיסטער קעיפוויץ האָט אפילע ניט געװאָלט הערן, װאָס זי ריידן. 

נו, יאָ, איז דאָרטן איצט, נאָך אזא בלוטיקער מילכאָמע, שווער. דעריבער װויל ער דאָך טאקע 
פאָרן, זען, װאָס ער קאָן טאָן פאר זײַן מישפּאָכע... און ער פאָרט דאָך ניט הײַנט און ניט מאָרגן. 
ער װעט צוווארטן, ביז דאָס לעבן װעט זיך דאָרטן א ביסל סעטלען --- אײַנשטעלן... נאָר פאָרן 
וועט ער, ער מוז פאָרן. איצט מער וי וועןדעס-איז פריִער. 

אין נאכטיקע שאָען, ווען ס'האָט זיך אים ניט געשלאָפן, האָט ער אלץ אָפּטער און אָפּטער 
געזען פאר זײַנע אויגן אָלכאָװועץ אזוי, וי ער האָט עס איבערגעלאָזט אין יענעם סאָפּזומערדיקן 
טאָג, ווען ער האָט געמוזט פון דאָרטן אויקער זײַן. אָלכאָוועץ מיט זײַן פארמיסטיקטן מארק, מיט 
זײַן קלוימערשט-צוגעפוצטער הויפּט-גאס -- ,די פּריצישע גאס" מיט אירע שלעכט-ברוקירטע, 
שטױיביקע זאולעקלעך, מיט איר ,ראי" -- יענעם אין אייביקע בלאָטעס זינקענדיקן לאבירינט 
הינטערגעסלעך, אָנגעפּיקעוועטע מיט האָרעפאשנעם דאלעס, מיט אלערליי קריפּלס און קאליקעס, 
מיט בלאָטע-יונגען און מיט דעם גאנצן אָפּפאל פון דער שטאָט. 

פון דעם כאאָס הײַזלעך-כורוועס טיילט מיסטער קעיפּוויץ אויס אין זײַנע געדאנקען איין 
אײַנגעהויקערט, מיט בערווענעס אונטערגעשפארט שטיבל, מיט פענצטערלעך בא דער סאמע 
ערד און מיט א קאלטן פירהויז, װאָס דינט אײינצײַטיק אלס שטאל פאר דעם טאטנס פערד. איבער 
דער טיר פונעם שטאל-פירהויז הענגט מיטן קאָפּ אראָפּ א טויטער שפּארבער -- א זיכערע סגולע, 
דעם פערד זאָל קיין בייז ניט געשען... און אָט זעט ער: אין שטיבל אפן ליימענעם דיל ליגט א 
טויטער דער טאטע, די גראָבע פינגער פון די פיס איבערגעבונדן מיט א שטרוי און די קלאָטשע- 
וואטע באָרד פאריסן צו דער סטעליע, װי ער װאָלט גערופן צו גאָט: זע, װאָס איך האָב דאָ 
איבערגעלאָזט... װי לעבעדיק זעט ער פאר זיך די יונג"פארעלטערטע מאמע מיטן געקנייטשטן 
שטערן און מיט טרוקענע, שוין לאנג אויסגעוויינטע אויגן.. ער זעט זי, װי זי איז געלעגן די 
הענט צעװאָרפן יענעם זונטיק אפן מארק, בייס דער סטארשי גאָראָדאָואָי האָט איר א זעץ געטאָן 
מיטן פוס אין זײַט. ער פילט, דוכט זיך, אף זײַן אָרעם אירע בייניקע פינגער, ווען זי האָט זיך 
געמאטערט אָפּרײַסן אים פון פערעטישקינען... ער זעט די גאנצע כאָפּטע פאריאָסעמטע ברידער- 
לעך און שוועסטערלעך מיט זייערע קרומע, ראכיטישע פיסלעך און אופּגעבלאָזענע בײַכלען -- 
כאָטש זיי זײַנען שוין איצט קימאט אלע לאנג אין אמעריקע און זײַנען גאָט צו דאנקען ;אֶל- 
רײַט"... ער זעט זיך אליין, יאָטקע קאפּצעוויטשן --- א יונג, פול מיט ניט אויסגעבראכטע קוי" 
כעס, א פארביטערטן אף זײַן גוירל.., 

אין זײַן זיקאָרן האָבן אופגעלעבט נעמען און געשטאלטן פון קרויווים און שכיינים אין זײַן 
הײמשטאָט, וועגן וועלכע ער האָט שוין צענדליקער יאָרן ניט געטראכט און וועלכע ער האָט גע- 
האלטן פאר לאנג פארגעסן. 

א כוואליע פון ראכמאָנעס צו טאטע-מאמע, װאָס האָבן ניט דערלעבט צו געניסן פון דעם 
װווילטיק, װאָס ער װאָלט זיי געקאָנט געבן אין זייער עלטער, צום גאנצן פאריאָסעמטן געזינדל, 
װאָס האָבן זיך גענוג אָנגעזעטיקט מיט נויט, איידער ער האָט זיי אריבערגעבראכט פון ניקאָלײַס 
רוסלאנד קיין אמעריקע, א ראכמאָנעס צו אלע אָרעמע מענטשן פון ,ראָי", װאָס האָבן, נעבעך, ניט 
דאָס גליק צו לעבן אין די יונײַטעד סטעיטס, װי ער, --- האָט פארפלייצט מיסטער קעיפּװיצעס 
סענטימענטאל הארץ. צו דער זעלביקער צײַט האָט אין אים דערוואכט א געפיל פון שטאָלץ מיט 
זיך אליין, דעם סעלפּ מעיד מאן, דעם מענטשן, װאָס האָט בלויז זיך אליין צו פארדאנקען פאר 


69 


אלץ, װאָס ער האָט דערגרייכט, און וועלכער האָט אין גאָר זײַן אופשטײַג און גאָר זײַן אשרעס 
קײינמאָל ניט פארגעסן אין זײַנע ;אָרעמע ברידער" פון דער אלטער היים... 

,מע װעט דארפן עפּעס טאָן פאר די לײַט, עפּעס מאמאָשעסדיקס, שטאָט זאָל האָבן װאָס צו 
געדענקען. און די קאפּצעוויטשעס, אויב זיי זײַנען געבליבן לעבן, -- אריבערפעקלען קיין אמעי 
ריקע. ס'וועט אָנקומען שווער מיט וויזעס פאר זיי. נאָר מיט די פּאָליטישע ,קאָנעקשיאָנסי 
מיט די פארבינדונגען, װאָס זײַנע זין האָבן, וועט מען עס דורכשטופן". 

אָבער װאָס אזוינס קאָן מען טאָן, מע זאָל אים געדענקען? א נײַעם פּארקאן ארום בעסויי 
לעם? האָט ער שוין דערוף מיט א פאָר יאָר צוריק צוגעשיקט זײַן כיילעק. א שול פאר קיני 
דער אויסבויען, -- האָבן זיי דאָרטן גענוג שולן. יאָ, ער װעט אויסבויען און אויסשטאטן א 
שפּיטאָל, װאָס זאָל זײַן ניט ערגער, וי דער בעסטער שפּיטאָל אין פילאדעלפיע... 

מר. קעיפוויץ זעט שוין אין זײַן דימיען די שיינע שפּיטאָל-געבײַדע מיט דעם שוארצן 
מירמלנעם שילדל באם ארײינגאנג, אף וועלכער עס איז אין גאָלדענע אויסיעס געשריבף קעיפי 
װיץ-שפּיטאָל -- ,זײַן" שפּיטאָל דארף דאָך טראָגן זײַן נאָמען.. ;א מאטאָנע זײַן געבורטס"י 
שטאָט פון אונדזער בען-איר מיסטער דזשאָזעף קעיפוויץ פון פילאדעלפיע.." 

מר. קעיפּוויץ האָט זיך דערפילט שטאָלץ און צופרידן, װי ז ײִן שפּיטאָל װאָלט שוין געווען 
אויסגעבויט און אויסגעשטאט... 

בייס די פרימאָרגן-שפּאצירן אין פּארק, אָדער אָפּרוענדיק נאָך מיטיק אין טיפן פאָטעל, 
רייכערנדיק א ציגאר -- איינער פון די ספּעציִעל פאר אים באשטעלטע ציגארן א לאנגן 
שווארצן ,האוואנע" מיט זײַן מאָנאָגראם אף א גאָלדענעם פאפיר-רינגעלע, -- שטעלט זיך מר. 
קעיפּװויץ דײַטלעך פאָר, װאָס אים דערווארט אין זײַן היימשטאָט. 

שטאָט װעט געוויס אײַנאָרדענען פאר אים א גרויסן באנקעט פאר זיין אָפּפאָר -- איז מר. 
קעיפּוויץ זיכער. -- נאָך אלעמען איז עס דאָך ניט מער וי נאטירלעך: װייניק האָט ער געטאָן 
פאר זײַן שטאָט? אין אלע נויטן האָט אָלכאָװועץ שטענדיק זיך געװוענדט צו אים: פאר ניסראָפים 
נאָך א סרייפע, אף א נײיעם פארקאן ארום בעסוילעם, אף טאלמעד-טוירע, צי ווייס איך אף װאָס 
נאָך, -- זײַנע הונדערט דאָלער זײַנען שטענדיק געווען די ערשטע. פאר א יאָמטעוװו -- דעם 
ראָוו, די דאיאָנים, סטאם נויטבאדערפטיקע, געפאלענע באלעבאטים, װאָס דער ראָוו פון שטעטל 
האָט אים צוגעשיקט זייערע נעמען, -- אויך ניט פארגעסן: פאר א יאָמטעװ יעדערן ארײַני 
געשיקט דורכן ראָוו עטלעכע דאָלער. וי דען... 


ט/ 


אפילע שוין פאר דער צײַט פון דער סאָוועטנמאכט, ווען סאָוועט-רוסלאנד האָט איבערגע- 
לעבט שווערע צײַטן, האָט ער געשיקט איידעלע מענטשן פון זײַן שטאָט צוביסלעך געלט, 
שפּײַזדפּעקלעך דורך דער ,ארא", אלטע מאלבושים, װי דען? פאר פייסעך -- אריינגעשיקט 
מאצעס, מאנישעוויטשעס בעסטע מאצע, װי אנדערש?.. עפּעס דערמאָנט ער זיך, אז ער האָט 
צוגעזאָגט שיקן מאשינעס פאר זייערן אן ארטעל, נאָר ער געדענקט ניט, צי ער האָט געשיקט, 
צי ניט, מע איז שטענדיק אזוי ביזי -- אזוי פארהאוועט אין אמעריקע... און וויפל לאנדסלײַט 
האָט ער געגעבן ארבעט אין זײַנע פעקטאָריס און אין די ביזנעס פון זײַנע איידעמס?.. 

און ווען ער װעט מעלדן, אז ער וויל אויסבויען און אויסשטאטן אף זײַן כעזשבן א שפּיטאָל 
אין אָלכאָוועץ, ועט ער ניט אױיסמײַדן קיין גרויסן באנקעט... 

און מר. קעיפּװיץ גרייט באצײַטנס דעם ספּיטש, װאָס ער װעט האלטן אף דעם באנקעט, 
װאָס שטאָט װעט געבן פון זײַן קאָוועד-וועגן. 

--- ליידיס און דשענטעלמענס, -- װעט ער זאָגן... --- ניין, אין סאָוועט-ראשיא פאסט ניט 
אזא אָנהײיב... עפשער אָנהייבן װי בא זײי: ,,טאָווארישטשי?..* ניין, דאָס טויג אויך ניט פאר אן 
אמעריקאנער סיטיזן:... גלײַכער אָנהײבן װי ער הייבט געויינלעך אָן זײַנע ספּיטשעס אף די 
מיטינגען פון זײַנע טשאריטי-סאָסיעטיס: ,ברידער, פרײַנט און לאנדסלײַט, -- װעט ער 
זאָגן, -- איך בין טיף גערירט פון דעם ריסעפּשן, דעם קאבאָלאס-פּאָנעם, װאָס איר 
האָט מיר געגעבן, פון דער פרײַנטלעכקײַט, װאָס איר האָט מיר ארויסגעוויזן די גאנצע 
צײַט פון מײַן פארברענגען אין אײַער, אין מײַן שטאָט, און פון די קאָמפּלימענטס, װאָס 
איר האָט מיר אויסגעטיילט פאר דאָס װייניקע, װאָס איך האָב געטאָן פאר אײַער און מײַן שטאָט. 
איז לאָמיר אײַך זאָגן אָפן, פרײַנט און לאנדסלײַט, אז דאָס האָב איך געטאָן מער פאר זיך, װי 
פאר אײַך. דאָס איז ניט מער װי א גוטער אינוועסטמענט, ניט מער, הייסט עס, װי קאפּיטאל, 
ארײַנגעלייגט אין א גוט-צאָלנדיקן ביזנעס... יעס, ברידער און פריינט, ניט מער װי גוד אינ- 
וועסטמענט. קיינער פון אונדז ווייסט ניט, ווען זײַן שאָ װעט שלאָגן, איז אָט, ווען דעם, װאָס איז 


1 בירגער. 


660 


איבער אונדז, װעט געפעלן זײַן צו רופן מיך צו זיך און ער װעט מיך א פרעג טאָן: מר. דזשאָזעף 
קעיפּוויץ!: װאָס האָסטו געטאָן פאר דײַנע אָרעמע ברידער אף דער ערד? װאָס האָסטו געטאָן 
איבערצולאָזן די וועלט בעסער, װי דו האָסט זי געפונען? װעל איך ניט קומען פאר מײַן שעפער 
מיט ליידיקע הענט. איך װעל אוועקלייגן פאר אים דאָס פעקל באָנדס און סעקיורטיס, די אקציעס 
און אָבליגאציעס, װי מע רופט עס דאָ בא אײַך, דאָס הייסט דאָס ביסעלע גוטס, װאָס איך האָב 
זיך שטענדיק באמיט צו טאָן פאר מײַנע װייניקער גליקלעכע ברידער, און װעל זאָגן: אָט דאָס 
ליבער גאָט, האָב איך געטאָן פאר מײַנע אָרעמע ברידער, און מישפּעט מיך מיט כעסעד.. װי 
איר זעט, מײַנע טײַערע ברידער און לאנדסלײַט, האָב איך דאָ בא אײַך געמאכט ניט קיין שלעכטע 
ביזנעס"... 

מר. קעיפוויץ הערט דײַטלעך די רוישיקע אפּלאָדיסמענטן, װאָס זײַן שיינע אמעריקאנער 
רעדע רופט ארויס בא די פארזאמלטע, און זײַנע גלאט געגאָלטע ליפן צעציִען זיך אין א צופרי- 
דענעם שמייכל... 

מע דארף אָקאָרשט געדענקען ניט אדורכצולאָזן דעם שיינעם געדאנק וועגן איבערלאָזן ד 
וועלט בעסער, װי ער האָט זי געפונען. ער געברויכט עס אין אלע זײַנע ספּיטשעס אף די מיטינ- 
גען פון זײַנע טשאריטי-סאָסיעטיס, און עס מאכט שטענדיק דעם געהעריקן אײַנדרוק... 

א שאָד, װאָס אין אָלכאָװעץ זיינען ניט פאראן קיין קאָרעספאָנדענטן פון דער אמעריקאנער 
ריעכו, ס'װאָלט געווען א גוטע פאבליסיטיג פאר דער פירמע און פאר אים גופע. נאָר ס'מאכט 
ניט: מיט די אמעריקאנער קאָרעספּאָנדענטן װעט ער זיך שוין זען צוריקוועגס אין מאָסקװע. 
זיי כאפן גערן אוף יעדעס שטיקל נײַס. ביפראט אזא סענסיישיאָנעל נײַס... 


' דעם יי יי = זײַן 2 יק 
1 טֹ באשערט טער רײַזע האָט מיסטער קעיפּוויץ פאר 
בעטן אלע זיינע טעכטער מיט זייערע 
מאנען און קינדער אף אן אָפּשײד-מאָלצײַט. א שווארצער לאקיי אין װײַסע הענטשקעס האָט 
באדינט באם טיש און צוויי שווארצע הויז-מיידלעך אין װײַסע פארטעכלעך און װײַסע טשי- 
פּעקעס האָבן געהאלטן אין קעסיידער דערלאנגען איין פײַן געריכט נאָכן צווייטן. די טײַערע 
װײַנען און זעלטענע פרוכטן האָבן גערייצט דעם אפּעטיט און געהויבן די אלגעמיינע שטימונג. 
מר. קעיפוויץ האָט געוויזן די קינדער די מאטאָנעס, װאָס ער האָט אײַנגעהאנדלט פאר זײַנע 
קרויווים, וועלכע ער האָפט צו געפינען לעבעדיק און אין גוטן געזונט אין זײַן אָלכאָװעץ. די 
קינדער האָבן ווידעראמאָל --- שוין צום וויפלטן מאָל -- אָנגעהױיבן אָפּריידן אים פון דער רײַזע. 
--- ווילסט מאכן א רײַזע קיין יוראָפּ -- אדעראבע, פארװאָס ניט? פאָר צום קאָט ד'אזיר -- 
צום בלויען ברעג אין פראנקרײיַך, פאָר קיין שפּאניען, קיין שווייץ, װײיניק פּרעכטיקע ערטער 
פאראן אין יוראָפּ? א לאָזן זיך אף דער עלטער ערגעץ אין עפּעס אן אֶלכאָװעץ זוכן קרויווים, 
װאָס לעבן שוין, עפשער, ניט, -- דאָס איז דאָך א ריינער אומזין! פופציק יאָר אויסגעקומען אֶן 
זיי, וועסטו = א לעבן אָן דײַן, פון גאָט-פארגעסענעם, אָלכאָוועץ... 
מר. קעיפוויץ האָט מער וי איין מאָל געבעטן די קינדער, זײ זאָלן אים לאָזן צורו. 
-- איך פאָר ניט זוכן קיין פארגעניגנס! איך פאָר זוכן מײַן לעבן געבליבענעם רעשטל 
קרויווים און זען, װאָס איך קאָן טאָן פאר זיי, װאָס איך קאָן טאָן פאר מײַן געבורטסשטאָט, עס 
זאָל נאָך א לאנגן, אומרויקן, געהאוועטן לעבן כאָטש בלײַבן נאָך מיר א שטיקל אָנדענק... 
נאָר די קינדער האָבן געהאלטן אין איין אָפּריידן אים, שרעקן אים מיט אלע מעגלעכע אומ- 
באקװועמלעכקײיַטן, שװעריקײַיטן, שיר ניט געפארן פאר זײַן געזונט און לעבן. 
דאָס האָט אזוי אופגערעגט מר. קעיפּװיצן, ביז ער האָט א קלאפ געטאָן אין טיש: 
-- הערט אוף צו באדערן מיך -- צו פּײַניקן מיך מיט אײַערע אייצעס און מיט אײַער זאָרג 
פאר מײַן געזונט! --- ער איז רויט און בלאס געװאָרן, און, אינגאנצן פארלירנדיק דעם קאָנטראָל 
איבער זיך, האָט ער זיך צעשריִען: 
-- איר מיינט, איך ווייס ניט, װאָס אײַך באדערט? ניט פאר מײַן געזונט זאָרגט איר, -- 
איר האָט מוירע, אײַער יערושע זאָל, כאָלילע, ניט פארקלענערט װערן... איז האָט קיין צאר 
ניט: ס'וועט קלעקן פאר אײַך אויך... 
-- פּא, טײַערער, וי קאָנסטו אזוינס גאָר זאָגן!: מיר זאָרגן פאר דײַן געזונט, פאר דײַן לעבן, 
מיר... -- און מיטאמאָל זיינען זיי שטיל געװאָרן: מיסטער קעיפּװיץ, א בלאס געװאָרענער, האָט 
זיך א כאפּ געטאָן באם הארצן און שטיל אויסגעקרעכצט: 
-- ס'איז מיר שלעכט... א שארפער ווייטעק אין הארצן, אין רוקנביין, אונטער דעו לינקער 


1 רעקלאמע. 


80 


לאָפּעטקע... אוי, אוי!.. ניטאָ מיט װאָס צו עטעמען.. ניטראָגליצערין... אפן נאכט-טישל אין 
שלאָף-צימער... אוי!.. 

אלע זײַנען אופגעשפּרונגען: 

-- כּא, טײַערינקער:! װאָס איז דיר?.. נו! בארויק זיך... העראָלד, רוף ארויס א דאָקטער!. 
ווער איז דײַן דאָקטער, פּא? זײַן טעלעפאָן-נומער? 

-- דאָק-טער מילסטאָן... אוי, איך ענדיק זיך... 

העראָלד האָט זיך געװאָרפן צום טעלעפאָן. 

-- ער פאָרט שוין ארויס, -- האָט ער געמאָלדן צוויי מינוט שפּעטער. --- בארויק זיך, פא, 
ס'וועט זײַן אָלרײַט... 


אױיסגעמאָסטן דעם בלוט-דרוק און אויסגעהערט דעם כוילע, האָט דער דאָקטער, וואשנדיק 
אין וואשצימער די הענט, געזאָגט די קינדער: 

--- לויט אלע סימפּטאָמען -- שטארק געפאלענער בלוט-דרוק, שארפע ווייטעקן אין הארצן, 
ניט ריטמישער פולס און אזוי װײַטער -- שײַנט עס צו זײַן אן אינפארקט מיאָקארדיָא... איך 
האָב אים געמאכט די געהעריקע אײַנשפּריצונגען צו פארלײַכטערן, װוי װײַט מעגלעך, די 
ווייטעקן. 

ער איז גלײַך צוגעגאנגען צום טעלעפאָן, אופגעהויבן דאָס טרײַבל און ארײַנגעשריִען: 

-- מילס און סאָן האָספיטאל? עס רעדט דאָקטאָר מילסטאָן.. שיקט גלײַך ארויס אן אינ- 
פארקט-אמבולאנס מיט צוויי סאניטארן... איין-און-זיבעציק... ערשטע קלאס. פּאלאטע... דאָנט 
װאָרי...: בעסטע אופפּאסונג... ספעשיל טרעינד נוירס...? יאָ, יאָ, מײַן פּאציִענט... איך װעל אים 
באגלייטן צו אײַער האָספּיטאל. גלײַך!.. 

און, ווענדנדיק זיך צו די קינדער, האָט ער זיי בארויִקט; 

-- איך גיב אים איבער אין גוטע הענט: גוטע דאָקטױירים, טרענירטע נוירסעס, בעסטע 
באדינונג... זיי װועלן אים אװועקשטעלן אף די פיס.. ס'איז אָלרײַט. כ'וועל אײַך צושיקן א 


רעכענונג... 
מיסטער קעיפוויץ, מיטן האנט אפן הארץ, האָט געקרעכצט און מיט בלאסע ליכן גע- 
שעפּטשעט: 


-- יאָ, כ'וועל שוין קיין אָלכאָװעץ ניט פאָרן.. איר האָט אויסגעפירט.. איך װעל ניט 
פאָרן... אפּאָנעם, ניט באשערט... ניט באשערט... 


1 האַט קיין זאָרג ניט. ? געשולטע מעדשװעסטער. 


'ו;נט-- זײַן 


אז מע רעדט מיטן 90-יאָריקן ז. װענדראָף, 
פילט מען די אומיטלבארע פארבינדונג מיט א 
גרויסער טקופע פון אונדזער ליטעראטור און 
פּרעסע. 

איר זעט פאר זיך א קריגער פון א ,זיבעציק- 
יאָריקער מילכאָמע", װאָס האָט זיך אָנגעהױבן 
אינעם ערשטן יאָר פונעם איצטיקן יאָרהונ- 
דערט, בא זײַן ערשטן ,, אופטריט אף דעם דאָרנ- 
דיקן, אָבער לאָקנדיקן וועג פון א פעןדארבע- 


טער"ד. 

אין שלאכט איז דעמלט ארויס א יונגער באָ- 
כער, דער קאָפּ -- פול מיט פּלענער, דאָס 
הארץ -- פוֹל מיט פארלאנגען. 

װעגן אונדזערע קלאסיקער -- מענדעלעף 


שאָלעם-אלייכעמען און י.-ל. פּערעצן -- דער- 
ציילט ער ניט לויט עמעצנס דערינערונגען. ער 
האָט זיי אליין געזען און זיך מיט זיי צוזאמענ- 
געטראָפן. אין דער ווארשעווער פרעסע האָט ער 
מיטגעארבעט מיט שאָלעם- אלייכעמען און 
י."ל. פערעצן. 

די אלטע ייִדישע פרעסע פארהיט זיך אין דער 
געבײַדע פון דער מאָסקװער לענין-ביבליאָטעק. 
בישכיינעס מיט אָט דער געבײַדע לעבט ווענד- 
ראָף שוין א האלבן יאָרהונדערט. נאָר ער דארף 
זיך ניט מאטריַעך זײַן ארויספאָדערן די פּרעסע 
פונעם ביבליַאָטעק-ארכיוו, ער באקומט זי אלע- 
מאָל ארויס פון זײַן זיקאָרן. אָט זיצט דער לע- 
בעדיקער קאָרעספּאָנדענט קימאט פון דער גאנ- 
צער ייִדישער פּרעסע פון רוסלאנד, ענגלאנד, 
אמעריקע, ארגענטינע -- ז. װענדראָף, מיט אלע 
זײַנע פּסעװדאָנימען: וו. נ. דראָף, וואנדערהאָף, 
סאמבאָדי, ד. מאָסקװוין, ד. װאָלין און אנדערע. 
אָט לעבן אוף די קאָלערלײי רעדאק- 
טאָרן -- דער טיפּ פונעם רעדאקטאָר, װאָס 
,ווייסט בעסער" און שנײַדט ארויס פונעם אר- 
טיקל דעם טאמציס, דאָס, , צוליב װאָס דאָס אר- 
טיקל איז געשריבן געװאָרן"; דער רעדאקטאָר, 
װאָס פאָדערט ,סענסיישענעל נײַס", הייסיזו- 
דיקע צאפלדיקע נײַס!", און דער רעדאקטאָר, 
װאָס לערנט דעם אװװוטאָר ,,מעטאָדיק* פון זשור- 
נאליסטיק, לערנט אים אין זינען האָבן דעם ,ייד 
פון א גאנץ יאָר": ,אזא ייָד, -- קנעלט ער מיטן 


!זק װענדראָף. די 70יאָריקע מילכאָמע (א פאר- 
זגן פון דער געשיכטע). , סאָװעטיש היימלאנד" נומ. 3, 
6.6 


מוישע נאַטאַָװיטש 


אויצעף 


יונגן אװטאָר, -- דארף אײַערע דריידלעך 
מיט אײַער פילאָזאָפיע אף קאפּאָרעס. שרײַבט 
אזוי, אז אים זאָל זיך דוכטן, אז מע האָצ- 
קעט אים אונטער, אז מע קיצלט אים, ער זאָל 
האנאָע האָבן פון אײַער שרײַבערײַ, װי פון 
טשאָלנט. גיט אים א העמשעך פון זײַן טשאָלנט. 
פעט, געשמאק און גרינגער צו פארדײַען, װי 
דעם טשאָלנט"... 

פאר קאָרעוו זיבעציק יאָר האָט װענדראָף אָנ- 
געשריבן עטלעכע הונדערט דערציילונגען, טויזנ- 
טער פארצייכענונגען, ארטיקלען און פעליעטאָ- 
נען. ;איך האָב שטענדיק געשריבן און שרײַב 
וועגן דעם, װאָס איך האָב געזען", -- זאָגט ער, 
ווען עס גייט א רייד וועגן זײַן שעפערישן מע- 
טאָד. 

און געזען האָט װענדראָף פאר זײַן לאנג לעבן 
זייער פיל. אין צארישן רוסלאנד האָט ער געזען 
די נויטבאדערפטיקע און לעבנסרעכטלאָזע 
אָרעמשאפט, אין ענגלאנד און אמעריקע געזען . 
דאָס אומדערטרעגלעכע עמיגראנטישע ארבע- 
טער-לעבן. ניט איבערצורעכענען דעם פילאר- 
טיקן פּערסאָנאזש פון זײַנע דערציילונגען: ייִדן 
אָן ,פּראװאָזשיטעלסטװאָ", באלמעלאָכעס, טרע- 
גער, שמידן, לערער, באלעגאָלעס; קליינע מארק- 
הענדלער און באנקראָטירטע קרעמערלעך; טאָג- 
ארבעטער, װאָס האָבן ניט װוּ אויסצוברענגען 
די קראפט פון זייערע הענט: קינדער, װאָס ציִען 
זיך צו דער נאטור; מיידלעך, װאָס טרוימען פון 
א באשערטן; טאטעס, געבענטשטע מיט איבער- 
געוואקסענע טעכטער; גאָראָדאָװאָיען. פּרי- 
סטאווס, איספּראוניקעס און אנדערע מינים 
צארישע טשינאָװניקעס... 

ס'איז באװוּסט, סארא רוישעם עס האָבן אין 
זייער צײַט געמאכט אייניקע ווערק פון די ייִדי- 
שע פאָלקס-שרײַבער. פאר דעם דערפאָלג פו- 
נעם ,פּוילישן ייִנגל" האָט לינעצקי שיר ניט 
באצאָלט מיטן לעבן. מענדעלע איז פאר דער 
;טאקסע" פארטריבן געװאָרן פון בערדיטשעוו. 
די צארישע צענזור האָט אָפּגעשטעלט די רוסי- 
שע איבערזעצונג פון דער ,קליאטשע". ווענד- 
ראָפּס װערק אפּראװאָזשיטעלסטװאָ? האָט אויך 
ארויסגערופן א גרויסן געזעלשאפטלעכן רעזאָ- 
נאנס. מ'האָט עס איבערזעצט אף ענגליש און 
דײַטש, מ'האָט עס דערמאָנט אין דער צווייטער 
מעלוכע-דומע אלס איליוסטראציע צום רעכט- 
לאָזן לעבן פון די ייִדן אין צארישן רוסלאנד. 


69 


דאָס װערק האָט, װי מענדעלעס ,קליאטשע", 
געצילט ,ביז עפּעס העכערס" -- ביז די צא- 
רישע סאטראפן... 

װענדראָפס בוך איז געווען ביז גאָר פּאָפו- 
לער. ,איך געדענק א וינטער-נאכט, -- האָט 
מאָטל גרוביאן דערציילט אין א ליד, געווידמעט 
ז. װענדראָפּס 85:טן געבורטסטאָג, -- דער 
פראָסט די פענצטער ברעכט, אין שטוב קין 
שײַטל האָלץ, דער ווינט אין קוימען ברומט... און 
דער טאטע לייענט, לייענט, און לייענט ביז װײַסן 
טאָג /פראװאָזשיטעלסטװאָ?... 

פאראן נאָך א בוך ז. װענדראָפּס, װאָס פאר- 
נעמט א באזונדער אָרט אין זײַן שאפן, -- דאָס 
איז די זאמלונג ,ארבעט און נויט". דאָס בוך איז 
דערשינען אין מאָסקװע אין 1919. ס'געהערט צו 
דעם אָנהייב פון אונדזער ייִדישער סאָוועטישער 
ליטעראטור. אף דער הילע זעען מיר א מין עמ- 
בלעם-צייכענונג פון פארלאג ,לעבן* די גרייס 
פון א קאָנווערט-מארקע: א שמידער האָט אויס- 
געגלײַכט דעם רוקן, אין איין האנט א פארהוי- 
בענער האמער, אין דער צווייטער גליט שוין דאָס 
שמיד-אײַזן; סימבאָליש האָט עס באטײַט: עס 
שמידט זיך דאָס נײַע לעבן... אין א רעמל איז 
אָנגעשריבן: ,ערציילונגען פון ייִדישן ארבעטער- 
לעבן". 

דאָס בוך באשטייט פון זיבן דערציילונגעף 
;אין דער פרעמד", ,דער ווינקל-שאָכן, ,, דאָס 
פאבריק-פייפל", ,א ניסאָיען", ,זאָרעך און 
בולאני", ,ווען עס קומט צום לעבן", ,זלאטעס 
אומגליק". 

איינע פון װענדראָפּס בעסטע דערציילונגען 
פון ארבעטער-לעבן איז ,זאָרעך און בולאני", 
וועלכע ער האָט אָנגעשריבן נאָך אין 1908 און 
פארעפנטלעכט אין א זאמלונג אונטער י.-ל. פּע- 
רעצעס רעדאקציע. 

זאָרעך דרייט די ראָד אין דרוקערײַ, און די 
ראָד אין מיל דרייט דאָס פערד בולאני. ביידע 
גייען אין יאָך. בא ביידן איז איינער און דער 
זעלבער גוירל. 

ס'איז א דערציילונג, װאָס רופט זיך איבער 
מיט פּערעצעס רעאליסטישע נאָוועלן פון זײַן 
ראדיקאלן פּעריֵאָד סײַ מיט איר שארפן סאָציָאלן 
מאָטיוו, סײַ מיט איר געבוי. זי איז אָנגעשריבן 
מיט א קרעפטיקער האנט: לאקאָניש און ביז גאָר 
אויסדריקלעך אין בילד און קאָמפּאָזיציע. 

אָט זײַנען די פּאָרטרעטן פון בולאני און זאָ- 
רעכן: 

;א רוקן, װי בא א קעמל; איין אויג אונטער א 
בעלמע, די צווייטע --- א פארײַטערטע; א קאָלטן 
אָנשטאָט א גריווע, אן עק -- קורץ און שיטער, 
א פעל, װאָס האָט דעם קאָליר פון אָפּגעסמאלע- 
טער שטרוי, און מיט א פּאָר פארעלטערטע װוּנדן 
באם האלדז; א מאכטלאָזיאראָפּגעהאנגענע אונ- 
טערשטע ליפּ, אין וועלכער ס'דריקט זיך אויס 


70 


דאָס גאנצע עלנט, װאָס ס'איז אים פארבליבן 
בעיערושע פון צען דוירעס האָרעפּאשנע פערד 
בא ייִדישע באלעגאָלעס, וואסערפירער און זאמד- 
פירער, --- דאָס איז בולאני. 

הויך און בייניק, א פּאָנעם -- ביז די סאמע 
אויגן באוואקסן מיט אן אומגעלומפּערטער געל- 
גראָװוער באָרד, אלט-אויסגעלאָשענע, שטענדיק 
טרערנדיקע אויגן, טיף אין קאָפּ פארזונקענע און 


באהאלטענע אונטער געדיכטע נידעריק-אראָפ- 
געהאנגענע ברעמען, דאָס לינקע היפט-בין 


שטארק בוילעט -- א זייכער פון א שראפנעל- 
װוּנד, א טראָט פון אן אױיסגעהאָרעװועטן פערד, 
װאָס איז געפאלן אף אלע פיר, און מיט דעם 
שטעמפל פון דרייסיק יאָר קאזארמע אף זיך, -- 
דאָס איז זאָרעך דער יאָון. 

שווער צו זאָגן, ער פון זיי האָט א שווערערע 
עלטער: זאָרעך צי בולאני". 

די דערציילונג איז געשריבן אין פאָלקסטימ- 
לעכן נוסעך. מיר טרעפן אין איר דאָס אויסטער- 
לישע ,פענצטערל", װאָס אז מע כאפט דורך דעם 
א קוק, עפנט זיך א גאנץ לעבן... 

פערעץ האָט אמאָל געעפנט דאָס ,/פענצטערל" 
פון הימל און ארויסגעלאָזט די זינדיקע געשאָמע, 
װאָס האָט ארומגעװאָגלט צװוישן הימל און ערד 
און געזען, אז די וועלט וװוערט ,װאָס אמאָל וויי- 
ניקער"... און װענדראָף האָט א ,/ פענצטערל" גע- 
עפנט פאר דער פאריאָגטער באשעפעניש. ער 
שרײַבט וועגן בולאנין: ;גראָד אנטקעגן אים, 
אונטערן סאמע דאך איז פאראן א קליין פענצ- 
טערל, אינגאנצן מיט מעל:שטיב באשאָטן 
דורכן פענצטערל זעט זיך אויס א ברעקל הימל, 
װאָס קריגט דורך אים א בליי-קאָליר. קוקט בוד 
לאני מיט זײַן פארטראכטן אויג אף דעם גרויען 
הימל-פלעק, און ס'דוכט זיך אים, אז דאָס איז 
דער פּאָטשטאָװוער טראקט, װוּ ער איז אמאָל גע- 
לאָפן מיט א פאריסענעם קאָפּ, פריילעך געקלונ- 
גען מיטן גלעקל; געגעסן האָבער אף די סטאנ- 
ציעס... שפּעטער -- א װאָגן מאסע געפירט. אויך 
ניט שלעכט געווען: געזען גרינע פעלדער; טייל- 
מאָל, פארבייגייענדיק, טויעם געווען א זאפטיק 
גרעזעלע. אפילע וען ער האָט די פאס וואסער 
געפירט, איז אויך בעסער געװען: אלע װײַלע 
אָפּגעשטעלט זיך... ס'האָט זיך געמאכט -- א 
ייִנגל האָט מעכאבעד געווען מיט א באזאלצענעם 
שטיקל ברויט... און דאָ --- גיי, גיי און גיי"... 

און אזוי אויך זאָרעך -- ;דרייט די ראָד, און 
דרייט, און דרייט"... 

אין דער סקיצע ;ווען עס קומט צום לעבן" 
דערציילט װענדראָף וועגן פײַטל דעם וואסער- 
פירער, וועלכער טרוימט פון אן אייגן פערד, װאָס 
זאָל אים פארלײַכטערן די שווערע האָרעוואניע. 
שפּאָרט ער פונעם לעצטן גראָשן, זײַן װײַב ריקל 
וואשט פרעמדע װועש, שײַערט פרעמדע פאָדלאָ- 
געס, אויך דער טאָכטערס נאדן גייט אװועק אף 


קויפן א פערד. יאָרן געכאָלעמט פון אן אייגן 
פערד און -- אָט האָט ער אים! נאָר ווען עס קומט 
צום לעבן, לאָזן זיך אויס בא פּײַטלען די קוי- 
כעס... 

אזוי קומט עס פאָר אין דער קאפיטאליסטישער 
געזעלשאפט. 

אינעם בוך ;ארבעט און נויט" וויקלט ווענד- 
ראָף פאנאנדער די טעמע פון טרויעריקן אימי- 
גראנטן-לעבן. אין דער דערציילונג ,אין דער 
פרעמדיי שילדערט ער שוידערלעכע בילדער פון 
עקספלואטאציע און באװוײַזט דעם פּראָטעסט און 
די רעװאָליוציאָנערע יוירונג אין דער ארבעטער- 
סוויווע. א שאפּ-ארבעטער זאָגט זײַן לאנדסמאן 
כאימען, װאָס האָט ניט לאנג צוריק עמיגרירט 
קיין לאָנדאָן: ,/איר זאָלט וויסן, מיסטער לאנדס- 
מאן, אז מיר ארבעטן דאָ אין א סוועטינג-שאפ. 
איר ווייסט, מיסטער, װאָס א סועטינג-שאפּ 
איז? -- האָט ער אײינגעגראָבן אין כאימען זײַנע 
דורכדרינגענדיקע אויגן.---א סוועטינג-שאפּ איז 
אן אָרט, װוּ מע יאָגט פון אײַך בא דער ארבעט 
אײַער שווייס ארויס... און ניט איין שווייס, נאָר 
זיבן שװוייסן! און נאָך די זיבן שווייסן---א נויט- 
שווייס; און נאָכן נויט-שוייס -- א בלוטיק 
שווייס!.. איר הערט, לאנדסמאן?.. און נאָך דעם 
זיגט מען בא אײַך ארויס דעם מארך פון 
די ביינער און מע ציט בא אײַך די אָדערן 
ארויס"... 

כאיִם איז אין פאבריק געװאָרן ,אן אװטאָ- 
מאט", די פאבריק האָט אים געמאכט פאר א 
אליימענעם גוילעם". נאָר עס זײַנען שוין דאָ 
אזעלכע, װאָס ריידן מיט פּײַערדיקע װערטער 
וועגן ;די באָסעס די בלוטזויגער" און רופן ,נע- 
מען אונדזער גוירל אין אונדזערע איגענע 
הענט", 

אזעלכע פאבריק-בילדער זײַנען אין דער ביז- 
רעװאָליוציאָנערער ייִדישער ליטעראטור געווען 
א זעלטנהײַט. 

ס'פילט זיך אין װענדראָפס דערציילונגען סײַ 
דער ביטערער טאם פונעם אימיגראנטישן לעבן 
ײאין דער פרעמד", סײַ די טיפע בענקע- 
ניש און אײיביק באהאלטענע צוגעבונדנקײַט צו 
דער היים. כאיִם, בא וועמען די עמיגראציע 
האָט מיטאמאָל אויסגעלאָשן אלע געפילן, טראכט 
דאָך: ;ניין, מע מוז אנטלויפן פון דעם דאָזיקן גע- 
נעם מיט דעם אײיביקן הו-הא, מיט דעם שטענ- 
דיקן בלײַענעם הימל איבערן קאָפּ.. ווען ער 
קומט צוריק אהיים, אין זײַן ליבן שטעטל מיט 
די אייגענע, היימישע מענטשן, מיט דער ליכטי- 
קער זון, מיט דעם אלטן, פארוואקסענעם בעסוי- 
לעם קעגניבער זײַן פענצטער, מיט די הינער און 
טויבן ארום שטוב, --- װאָלט ער צוריק געװאָרן 
דער זעלביקער כאיִם, דער פריילעכער, װאָס 
אמאָל!.,, 

דאָס בוך ס אָציִאלע מאָטיװן ;ארבעט 


און נויט" -- דאָס איז געווען װענדראָפס ביי- 
טראָג אין דער סאָוועטישער ליטעראטור באלד 
נאָך דער אָקטיאבער-רעװאָליוציע. ארב עט 
און נויט איז געװען ניט בלויז א צענטראלע 
טעמע פון דער נײַער ליטעראטור, נאָר אן אָר- 
גאנישע טעמע פון דער רעװאָליוציע. און כאָטש 
א סאך דערציילונגען װענדראָפּס האָבן אין שײַן 
פון דער רעװאָליוציע מיטאמאָל גענומען אויסזען 
װי באשרײיבונגען פון ,אלטן? לעבן, זײַנען זי 
דאָך ניט געווען אלטצײַטיק. 

פאראן אן אומבאגרינדעטע מיינונג, אז בא 
װענדראָפּן זעט מען ניט די טענדענץ צו זײַן א 
נאָכפאָלגער פון די ייִדישע קלאסיקער און דאָס 
שוואכט, קלוימערשט, אָפּ דעם פארנעם און דעם 
היסטאָרישן באטײיט פון זײַן שאפן. עס איז גרינ- 
גער צו באגרינדן, אז װענדראָף פאָלגט גראָד יאָ 
נאָך די טראדיציע פון די קלאסיקער, אָנגעהויבן 
פון מענדעלען און לינעצקין און געענדיקט מיט 
שאָלעם-אלייכעמען און פּערעצן. ס'איז ניט צו- 
פעליק, װאָס װענדראָפס דערציילונגען, בא זייער 
גאָרער אייגנארטיקײַט, דערוועקן אנאלאָגיעס. 
װענדראָפּס באשרײיבונגען, ויאזוי ער האָט גע- 
דינט בא פרעמדע באלעבאטים (,דער ערשטער 
שטרײיַק* און אנד.) מוזן דערמאָנען אין די אומ- 
װאָגלענישן פון ייִצכאָק-אװראָמען אין מענדעלעס 
?קליינעם מענטשעלע". װענדראָף װײַזט ק לײנ- 
מענטשלדיקײַט אפן נײַעם עטאפּ פון דער 
קאפיטאליסטישער אנטוויקלונג, װוען עס האָבן 
זיך פארשארפט די צווישן-באציונגען צװישן די 
עקספּלואטירטע און עקספלואטאטאָרן. 

אין װענדראָפּס דערציילונג ,שווייצערישע אונ- 
טערטאנער" זאָגט וועגן זיך דער העלד: ,פאר 
דעם קארגן יאָר צײַט, זינט איך בין פאריאָגט 
געװאָרן פון דעם געוואנט- און שעװיאָט-קיניג- 
רײַך, האָב איך איבערגעפּרוּװוט אלערליי באשעפ- 
טיקונגען: געווען אן אגענט פון א שטעמפּלמא- 
כער און שילדן-מאָלער, געקליבן אנאָנסן פאר אן 
אָװונט-בלעטל, װאָס קיינער האָט ניט געװאָלט 
אנאָנסירן זיך אין אים, געשיקט קאָרעספּאָנדעג- 
ציעס אין צײַטונגען, װאָס האָבן קיין האָנאָראר 
ניט געצאָלט, געזוכט קונדן פון פאבריקאנטן אף 
וויזיט-קארטלעך און געלערנט זיך אף א ציין- 
טעכניקער. אָבער פון די אלע פּארנאָסעס איז ניט 
שטענדיק געווען מיט װאָס די ציין איבערצו- 
שײַערן. 

;אן עמעסער מענאכעם-מענדל!" -- מוז מען 
זאָגן, לייענענדיק אָט די ווערטער... אין אייניקע 
װענדראָפס דערציילונגען פון ,פּראװאָזשיטעל- 
סטװואָי טרעפן זיך טראגיקאָמישע סיטואציעס, 
ענלעכע צו די נאכט-, אָבלאװעס? אין,,מענאכעם- 
מענדל", װען ס'פלעגט זיך דערהערן די קאָ- 
מאנדע: ;יעהודים בעלוי, קריכט אין שטרויוי 

ווען װענדראָף דערציילט: ,די מאמע באקלאָגט 
זיך פארן טאטן, אז זי ווערט דערשטיקט, אז זי 


11 


ווייסט ניט װי אויסצוקערעווען זיך, אז די פּראָ- 


צענטן עסן זי אוף, און גיט דערבײַ צו; 
,מיר איז א ראכמאָנעס אף דער מאמען, כאָטש 
װיִאזוי פּראָצענטן עסן אוף א 
מענטשן. קאָן איך זיך ניט פאָרשטעלן",-- 


דערמאָנט עס אינעם אומיטלבארן מאָטל פייסי 
דעם כאזנס. 

מיט ליטערארישע אנאלאָגיעס אָבער דארף 
מען זײַן געהיט. די אסאָצייאציעס בא װענדראָפן 
שטאמען אין טאָך ניט פון ליטערארישע, נאָר פון 
לעבנס-קוועלן. מיר געפעלט, װי װענדראָף אי- 
ראָניזירט איבער א געוויסן מעטאָד פון שטענדיק 
פארקוקן זיך אף די גרויסע פאָרגייער: ,װאָרעם 
ווער קאָן זיך פארגלײַכן צו האָמערן אין פּאָעזיע, 
צו שעקספּירן אין דראמאטורגיע, צו טאָלסטאָיען 
אין ראָמאן? און אלץ, װאָס איז געשריבן געװאָרן 
נאָך זיי אין די אלע זשאנרען, איז דאָך ,נול", 
;פּאָשעט לעכערלעך" אין פארגלײַך מיט די 
ווערק פון אָט די ריזן! און די סקולפּטור, די מו- 
זיק -- אלע צװײַגן פון קונסט, װאָרעם ער װועט 
וואגן מאָלן נאָך ראפאעלן, מאכן סקולפטורן נאָך 
מיקעלאנדזשעלאָ, שרײַבן מוזיק נאָך בעטהאָ- 
ווען און טשײַקאָווסקי? יענע האָבן עס דאָך שוין 
בעסער געמאכט!" (,די 70-יאָריקע מילכאָמע"). 

צום גליק, זײַנען אינעם אויפן פון שרײַבן 
ניט גילטיק קיין איינמאָל פאר אלעמאָל אײַנגע- 
שטעלטע נאָרמעס. א גוטער, אפילע דער בעס- 
טער מוסטער באטײַט ניט, אז נאָר אזוי דארף 
מען שרײַבן. עכטע שאפונג איז אלעמאָל א טיף 
אינדיווידועלע דערשיינונג. 


װענדראָף איז דער פאָרשטייער פון דער דע- 
מאָקראטישער סאטיריש-הומאָריסטישער טרא- 
דיציע פון אונדזער ליטעראטור, װאָס האָט זיך 
אָנגעהױבן מיט העכער הונדערט יאָר צוריק און, 
ניט איבערײַסנדיק זיך, זיך באהעפט מיט דער 
דערפארונג פון דער ייִדישער סאָוועטישער לי- 
טעראטור. 

איך האָב ליב װענדראָפס שאפן, און אָט פאר- 
װאָס. 

ער איז א קלוגער אָפּלאכער, א הומאָריסט, 
װאָס האָט זיך זײַן אייגענעם נוסעך. ער איראָ- 
ניזירט קימאט אָן קאָמענטארן, האָט ליב, אז דאָס 
קארטינקעלע זאָל אליין וועגן זיך לאָזן ריידן... 

ער האָט פײַנט כניפעדיק-שמייכלענדיקע האכ- 
נאָע, פוילע זיטן, באלעבעסלדיקע זעלבסטצופ- 
רידנקײַט. 

כוץ הומאָר, איז אין װענדראָפּס דערציילונגען 
פאראן נאָך אנדערע גוטע מײַלעס. וויפל ליבע, 
עקזאלטירטקײַט און לירישע שטימונג איז דאָ 
אין זײַן דערציילונג ,גרעטכען פון בעסוילעם- 
געסל", ניט געקוקט אף זײַן געװױינהײַט זיך אָפּ- 
ווענדן פון אן אערנסטן טאָן". די דערציילונג איז 
אָנגעשריבן ניט נאָר מיט לעבנס-קענטעניש, 


72 


נאָר אויך מיט קולטור, אָבער מיט אזא קולטור, 
װאָס פארטריקנט ניט, פארליטערארישט ניט 
דאָס שרייבן. מיר זעען דאָ אויך, װי עס בא" 
געגנט זיך דער קינסטלער אין פּובליציסט, און 
איינער דעם אנדערן שטערט ניט. 

ארבעט מאָלט ז. װענדראָף אין א פּאָעטישער 
שיַן. אין דער קינדהייט האָט ער געקענט שאָעני 
װײַז אָפּשטיין פאר די צעעפנטע טירן פון יודע 
דעם שמידס קוזניע: ;מיט גרעסטן נײַגער קוק 
איך צו, װי א שטיק אײַזן װערט ביסלעכװײַז 
פארוואנדלט אין זייערע הענט אין א זאך, אין אן 
אקס, אין א שינע, אין א שװאָרען, אין אן אקער- 
אײַזן, אין א ברעך-אײיַזן, אין װאָס איר וילט! 
דאָס ערשטע מאָל אין מײַן לעבן זע איך, װי 
עס ווערן באשאפן זאכן, און דאָס איז זייער טשי" 
קאווע!" (, די שמידישע גאס"), 

די ,שמידישע גאס" איז א לעבעדיקע, א 
פריילעכע, א טומלדיקע. דאָסראָוו , טוען זי זייער 
ארבעט דרויסן, אָפן פאר דער גאנצער וועלט". 

-- מיט אונדזער מעלאָכע וועסטו זיך אין 
שטוב ניט אויסקערעווען! -- זאָגט ליאמע סטעל- 
מאך. -- אדעראבע, צעלייג זיך אף א װאָגן, צי 
אפילע מיט א ראָד פון דיליזשאנס אין שטוב, 
אונדזער מעלאָכע פאָדערט פרייע לופט, פּראָס- 
טאָר, ס'זאָל זײַן װוּ א קער צו טאָן זיך. 

װוענדראָף מאָלט געזונטן האָרעפּאשנעם שטייי 
גער. די יונגען פון דער , שמידישער גאס" זייי 
נען די פארקערפּערונג פון גװוּרע און דרייסט- 
קײַט. 

אין דער ייִדישער ליטעראטור איז באװוּסט 
אשס , קוילערגעסל", ערגעץ בישכיינעס געפינט 
זיך אויך װענדראָפס ,די שמידישע גאס". 

זייַנע אװווטאָביִאָגראפישע דערציילונגען 
שרײַבט ער אפן שטייגער פון אונדזערע אלטע 
ייִדישע שרײַבער, הומאָריסטיש און סאטיריש 
באפארבט. מיר טרעפן דאָ א סאך טראדיציאָנעלע 
באשרייבונגען. אָבער: ,וי אן אינדיק ענטפערט 
אף יעדן פײַף מיט א ;,האָלדער-האָלדער", אזוי 
האָב איך אף מײַן לערערס יעדן זיפץ געענטי 
פערט מיט א ברייטן גענעץ". װועמעס פראזע 
איז עס: לינעצקיס, שאָלעם-אלייכעמס? ניין, ווענ- 
דראָפס. 

װענדראָף קען מיט עטלעכע שטריכן אָנציי- 
כענען א פאָרטרעט, א לעבעדיקן, הומאָרפולן. עס 
פארגעדענקט זיך דאָס געגראמטע טרײיסטװאָרט 
פונעם ייד ,מיט א געדראָלענער נאָז פון רעגנ- 
בויגן-קאָלירן* אין דער דערציילונג ;גרעטכען 
פון בעסוילעם-געסל". װי נאָר ער נעמט גרא- 
מען, אזוי דערזעט איר פאר זיך דאָס געשטאלט 
פונעם טראדיציאָנעלן באדכן: 

-- שאט, ליבע געסט, טרינקט װײַטער און 
עסט. ס'איז, כאָלילע, קיין בייז ניט געשען, זאָל 
מען קיין ערגערס ניט זען: גרונע די אגונע האָט 
בא א יעפאסטויאר א מיידל באגאָסן דאָס קליידל 


מיט גילדערנער יויך איבערן גאנצענעם בויך; 
נאָר דו ביסט דאָך, בסולע-לעבן, ניט קיין נאר, 
טא האָב זשע ניט קיין צאר; גאָט װעט דיר געבן 
א גליקלעך לעבן, מאזל און האצלאָכע און א גוטע 
מאראָכע פאר א מאן א גוויר, װי עס פּאסט זיך 
פאר דיר; װײַל קלוג ביסטו און שיין, ווענוימאר 
אָמיין. קלעזמער, דערלאנגט מיט געפיל א פײ- 
נעם צעשפיל!" 

װענדראָף האָט ליב זיך באנוצן מיט א כאראק- 
טעריסטישער פראזע: ,,אין פרימאָרגנס כאפּן זיך 
ארײַן שכיינים פא רב ריִען פון אים פון 
סאמאָוואר) א סוכאריק פאר א 
קינד'; א שאָכן קומט אמאָל ארײַן א ראָכּי 
סשװענקען דעם שלאָף פון הארצן מיט 
א לעבלעך גלעזל טיי"; ,כאַשעװע באלעבאטים 
באמיען זיך צו דערװײַזן, אז קאָהאָל איז ניט מע- 
כױעוו אויסצוהאלטן א װעלט'; אף 
שמערל דעם קאברענס אויסזען איז אָנגעשריבן; 
;כ'האָב ניט װאָס צו אײַלן זיך, דער 
נבארמינען װעט פון מיר ניט אנט- 
לויפן" אאו. יעדע פראזע איז אָנגעזעטיקט 
מיט כאראקטער. 

ז. װענדראָף איז דורכגעגאנגען א גרויס לעבן, 
זײַן קינדהײַט און זײַן יוגנט האָט ער פארבנרײַך 
כאשריבן אין די דערציילונגען, וועלכע ער האָט 
פארייניקט אינעם בוך אונטערן נאָמען ,,אף דער 
שװעל פון לעבן" (1941). די עפאָפיי פון דעם 
װײַטערדיקן לעבן האָט ער ניט אָנגעשריבן, און 
כ'מיין, אז ניט צופעליק: זײַן זשאנער איז ;אף 
דער שוועל פון לעבן* און ניט ,פונעם יאריד"... 

?קיין איין מענטש, ביפראט א שעפער, האָט 
נאָך קיינמאָל ניט אויסגעפילט זײַן פּראָגראם ביזן 
פאָף, קײינמאָל נאָך ניט געשטעלט דעם לעצטן 
פונקט אין זײַן לעצט פארטראכטער ארבעט. בא 
יעדן מענטשן בלײַבט עפעס ניט דערטאָן, ניט 
דערפירט ביזן סאָף", --- האָט ז. װענדראָף ערשט 
ניט לאנג געשריבן. 

דאָס ערשטע מאָל האָב איך געהערט פון אים 
אָט דעם געדאנק מיט 25 יאָר צוריק. ס'איז גע- 
גאנגען די פאָטערלענדישע מילכאָמע. ער איז 
דעמלט אלט געווען 65 יאָר און געװאָלט דער- 
לעבן צום ניצאָכן, אָפּט געטראכט ועגן ,ניט 
דערטאָנס?, וועגן דעם, װאָס ס'איז ,ניט דערפירט 
ביון סאָף?, װעגן דער ;,ניט אויסגעפילטער 
פּראָגראם",.. 

מיר פלעגן זיך דעמלט יעדן טאָג טרעפן אלס 
מיטארבעטער אין מאָסקװער ראדיאָ-קאָמיטעט, 
אין דער רעדאקציע, װאָס פלעגט גרייטן די 
ייִדישע ראדיאָדטראנסלירונגען פאר אויסלאנד, 
אונדזער רעדאקטאָר איז געווען פּערעץ מארקיש. 
װענדראָף האָט ליב געהאט מארקישן, דעם 
יפרעכטיקן דונער-ווארפער", און מארקיש האָט 
אויך צו אים געהאט א שוואכקײַט. 


פּיצל 


ש 


: 


-- אלטע באקאנטע, נאָך פון צײַטן פון ;פּרא- 
װאָזשיטעלסטװאָ", --- פלעגט ער אים פאָרשטעלן 
פאר כאוויירים.., 

וויפל וואסערן זײַנען שוין אדורך זינט יענער 
צײַט. נאָר די ,פּראָגראם" איז נאָך װײַט ניט 
אויסגעפילט... די לעצטע יאָרן טרעפן מיר ווענד- 
ראָפּס נאָמען אין ,סאָװעטיש היימלאנד". ער 
שרײַיבט פּובליציסטיק, דערציילונגען, הומאָרעס- 
קעס. זײַן קלוגער ארט שרײַבן איז פארבליבן 
ניט גערירט. כוץ דעם איז צוגעקומען דער כיין 
פון יונגער עלטער. ;יוגנט -- אונדזער אוי- 
צער" -- אזוי האָט װענדראָף אָנגערופן זײַן אר- 
טיקל, װאָס ער האָט פארעפנטלעכט מיט פינף 
יאָר צוריק אינעם ערשטן נומער פון אונדזער 
זשורנאל. ווענדנדיק זיך צו דער יוגנט, האָט 
װענדראָף געשריבן: ,דער, װאָס לעבט מיט די 
אינטערעסן פון זײַן לאנד, פון זײַן פאָלק, דער, 
װאָס שאפט און בויט, דער, װאָס האָט א האנט 
צו העלפן זײַן כאווער אין א נויט, א טרער פאר 
פרעמדע ליידן און א גוטן שמייכל פאר פרעמדע 
פריידן, --- דער איז קײינמאָל ניט אלט. בלײַבט 
זשע יונג ביזן סאָף פון אײַערע טעג, מײַנע טײַ- 
ערע יונגע פריינט". 

אזא איז זײַן,סגולע קעגן עלטער". 

צו זײַן 85-טן געבורטסטאָג האָט ז. װענדראָף 
אָפּגעדרוקט אין ,;סאָװעטיש היימלאנד" א דער- 
ציילונג ,הערי װױנסטאָנס קאריערע". סאיז 
פונעם לעבן אין דער פרעמד, אי אמעריקע. 
הערי דער צייטונגס-פארקויפער קומט שפּעט 
אין אָװונט אהיים א מידער, אָפּט א דורכגענעצ- 
טער ביזן ביין, א הייזעריקער פון שטענדיק אויס- 
שרײיען סענסאציעס פון טאָג און אינגאנצן אן 
אױיסגעשעפּטער. 

װענדראָפס אלטע טעמע ;אין דער 
פרעמד" איז ניט פארעלטערט געװאָרן, גע- 
בליבן אקטועל אויך אין אונדוזערע טעג. 

ס'גייט אים אָן אלץ, װאָס עס קומט פאָר אין 
אונדזער ליטעראטור. צוליב פּערזענלעכע סיבעס 
האָט ער, לעמאָשל, ניט געקענט זיך באטייליקן 
אין דער באראטונג פון די פּראָזאיִקער אין דער 
רעדאקציע פון ,סאָוועטיש היימלאנד". דאָך, 
כאָטש מיט א ;פארשפּעטיקטער רעפליק", האָט 
ער זיך ארויסגעזאָגט װעגן דער פראגע פון 
,הײַנטצײַטיקײַט און אלטצײַטיקײַט". 

אינגיכן דארף ארויסגיין פון דרוק זײַן בוך, 
װאָס װעט באשיינען זײַן נײַנציקיאָריקע עלטער. 

צו זײַן 80-טן געבורטסטאָג האָט ז. װענדראָף 
געשריבן אין ,אינטערוויו מיט זיך אליין": ;ווער 
האָט אײַך געזאָגט, אז איך ווער אכציק יאָר אלט? 
קאָן דען א מענטש ניט זײַן אכציק יאָר יונג?". 

דאָס זעלבע װאָלט ער געקאָנט איבערכאזערן 
אויך איצט, ווען ער איז אריבערגעטראָטן די 
ניַנציק... 


כאַנע װײַנערמאן 


צען סאָנעטן 


צו די, װאָס זײַנען אוװועק 


פון ערשטן אויסגעשריי פון פּיצל קינד 

ביז לעצטן זיפץ פון גויסעסדיקן אלטן -- 

א לעבן ליגט פארקילט אין קערפּער קאלטן, 

געווען א מענטש און איצט דער מענטש פאר- 
שווינדט. 


ניט יאָמער, פרוי, ניט אָװלט, פרײַנט און 
זין, 

פארשיידן לעבט א מענטש, פארשיידן שטראלט 
ער, 


אין 


און אָט האָט מיך די שיף צום ברעג פארפירט., 
איך שטייג אראָפּ. אזויפיל וועגן, שטעגן, 

װווּהין זיך קערן דאָ? בא וועמען פרעגן, 

צו וועלכע וועגן עפענען א טיר? 


נאָר מיך דער קניל פון וועגן דאָ ניט רירט, 
עס שרעקט מיך ניט דער הארבסט מיט קאלטן 

רעגן, 
איך האָב א זעקסטן כוש -- א גרויס פארמעגן -- 
דעם וועג צעווישן אומוועגן ער שפּירט. 


דו ביסט פאר מיר א 


דו ביסט פאר מיר א זינגענדיקע מאלקע, 
דײַן שטים שפּילט אויס מיר סימכע-טענץ אף 
פלייטן. 
דו ביסט פאר מיר דער מײַ אף מײַנע בייטן, 
דער זון-אופגאנג, װאָס פלאמט געקרוינט און 
שטאלטיק. 


דו ביסט פאר מיר דער קוואל דער זויבער- 
קאלטער, 

דער װוּנדער-זאלב, װאָס היילט מײַן שטומען 
ווייטעק, 


24 


פארשיידן וואקסט און שטייגט, פארשיידן פאלט 
ער, 
פארשיידן טרויערט עֶר, פארשיידן זינגט. 


זאָל זײַן, אז ס'איז פארשטיינערט אײַער טרער, 

דערפאר איר ווייסט: דער מענטש ז'געוען 
פילשטאלטיק 

און האָט אין לעבן װירדיק אופגעהאלטן 

דעם זײַל פון אלדאָס שענסטע אף דער ערד. 


איך האלט ניט פון קיין שיינע נעקראָלאָגן, 
זאָל גוטס פאר זיי אליין דאָס לעבן זאָגן. 


וועג 


איך בין אין לעבן אויסגעגאן א וועלט, 
ניט איין מאָל שטרויכלענדיק מײַן טראָט 


געשטעלט, 
נאָר שטענדיק כ'האָב געהאט איין טרוים, איין 
שטרעבן: 


אויב גיין, איז ניט אף א ברוקירטן וועג, 

אויב גיין, איז אויסטרעטן אליין א שטעג, 

ניט בלאָנדזשען, ניין. װײַל ס'גייט נאָך מיר דאָס 
לעבן... 


זינגענדיקע מאלקע 


דער זונען-שטראל אין ווינטערדיקע שניי-טעג, 
דער מירמל-זײַל, װאָס טוט מיך אונטערהאלטן. 


דו ביסט מײַן שװוּנג, מײַן פליגל-פאָך מײַן 

דרייסטער, 
מײַן האָפענונג, מײַן אָפּפערונג, מײַן טרייסטונג, 
די שוואנען-ליד פון אלע מיינע וועלטן. 


איך בענטש דעם טאָג, די נאכט, דעם שניי, דעם 
רעגן, 
װאָס טרעפט צוזאמען אונדז אף איינע וועגן 
און טרינקט אונדז אָן מיט װײַנען פון איין 
קעלטער. 


וי זעט זי אויס אצינד, אָט יענע פרוי 


װי זעט זי אויס אצינד, אָט יענע פרוי, 
װאָס כ'האָב אמאָל געליבט זי און פארגעטערט? 
זי איז געווען די שענסטע אינעם שטעטל, -- 
מײַן טויב, װאָס האָט איר הארץ מיר ניט 
פארטרויט, 


אוב זי אצינד זעט אויס װוי יענע טויב, 
װאָס טראָגט איר פרילינג אויך אין הארבסט- 
טעג שפּעטע, 


אָנהײב 


עס ליגט פאר מיר א װײַסער לײַלעך 
עס איז אף אים ניטאָ קיין שפּור פון לעבן. 
אָט שטייען טאָפּאָלן אין שניי-געוועבן, 

א גליווערדיקע שטילקײַט רוט אף זיי. 


שנייי, 


שניי ביז שווארצער 
ערד, 


עס װעט פאר דיר א נײַע וועלט דערוואכן, 


נאָר פּרוּוו גראָב אוף דעם 


זי װעט װי דאמאָלס דאָך מײַן ליבע טרעטן, 
און איך װעל שטיין פאר איר באטריבט און גרוי. 


אויב ס'האָט די צײַט איר שײינקײַט אײַנגעדארט 
און ניט קיין טויב -- א סאָווע קוקט פארעלטערט, 
ועל איך אין איר דערפילן דאָך מײַן וועלקונג 
און ס'וועט פילפאכיק זײַן מײַן פּײַן און צאר... 


זײַ שענער, פרוי, פון אלע שענסטע רויזן, 
פאראכטע מיך, אבי כזאָל יונג נאָך אויסזען. 


פרילינג 


עס ריידן שפּראָצונגען אף הונדערט שפּראכן, 
און יעדעס גרעזעלע פון טיפן גרונט זיך נערט. 


דו זעסט, די גלעקעלעך אין װײַסן צוויט, 

די מארגאריטקעלעך אין אָנהײב בליִען, 

דאָס בלויערל זינגט אויס זײַן פרילינג-ליד, 
דאָס שוועלבל גרייט די פליגעלעך צום פליֶען. 


און כאָטש סע פראָסטיקט נאָך און ווינטן 
נאָר ס'דוכט: דער פרילינג איז שוין לאנג 
געקומען. 


ברומען, 


וועגן בײזקײַט 


כ'קאָן צארט זײַן מוטערלעך צום קינדס א טרער. 
פון ערשטער שוואלבן-ליד כ'קאָן פריילעך שײַ- 
נען. 
כ'קאָן טרויערן, ווען ס'ווערט א הונט 
פארפּײַניקט, 
זײַן אומעטיק, ווען ס'דארט פון היץ די ערד. 


נאָר ס'האָט מיר קיינער קיינמאָל ניט פארווערט 
אין הארצן טראָגן אויך א גרויסע טײַנע 


צו די, װאָס האלטן זיך הויכווערטיק-פײַנער, 


אליין -- א גראָשן זײַענדיק די ווערט. 


נאָר ס'האָט מיר קיינער קיינמאָל ניט 
זײַן בייז און קאעסדיק און טראָגן סינע 
צו די, װאָס זייען פעלקער-האס און קיגע 

און האלטן אונטער קלייד א שארפע שווערד. 


פארווערט 


זײַ בייז אף זיי, מײַן הארץ, ניט טו זיך שעמען, 
זײַ בייז אף זיי אין נאָמען פונעם עמעס 


צום הארץ 


דו ביסט ניט בלויז א קנויל פון בלוט-געפליסן, 
דו ביסט פאר מיר א הארץ מיט ברויז פון יאמען, 
דו ביסט מײַן שײַן, מײַן פרייד און לייד צוזאמען, 
דו ביסט מײַן גרויסער עמעס און געוויסן. 


מיט דיר, מײַן הארץ, איז פריידיק מיר צו וויסן: 
ווען כ'הייב אוף אקערערד און כ'װאָרצל שטאמען, 
ווען הויכע אײַזבערג כ'שמעלץ מיט הייסע 
פלאמען, -- 
א האלבע וועלט װעט עפּעס גוטס פון דעם 
געניסן. 


און כאָטש דו קרענקסט אצינד און פאָרכטיק 
צאפּלסט, 
און ציטערסט אוף אף יעדן שפּאן און טרעפּל, 
פארציסט מיין אויגנבליק מיט גרויען נעפל,-- 
נאָר כ'בעט דיך, הארץ, דו טיאָכקע נאָך א קאפּל. 


איך האָב נאָך אלץ ניט אָפּגעטאָן אינגאנצן, 
איך האלט מײַן װײַנגאָרטן אינמיטן פלאנצן. 


75 


צו ווענערע פון מילאָס 


עס האלט דאָ ועגן דיר א װעלט אין ריידן, 
אָ, שיינע געטלעכקײַט, פון שטיין געטאָקט, 
אָ, װאָס האָסטו אמאָל געהאלטן, זאָג, 

אין דײַנע הענט די אָפּגעהאקטע ביידע. 


עס האָבן פרידלעך אייניקע דערקלערט: 

דײַן לינקע האנט האָט װײַנטרױבן געהאלטן, 

די טויב פון פרידן האָט באצירט געשטאלטיק 

דײַן רעכטע הָאנט, װאָס ווייסט ניט פון קיין 
שווערד. 


אֹ 


דו זעסט, וי ס'רייכערט זיך דער זומפ צעוישן 
בערג, 
פארצויגן מיט א פּעלץ פון זשאווערדיקע גראָזן. 
דאָ הוילן סאָוועס ווילד, די ווינטן גרוליק 
בלאָזן, 
אָ קריגט די אונטערערד זיך שטענדיק מיט 
דער ערד. 


-! 


דאָ יעדער שטעג פארלירט זײַן וועג. ס'איז 
איימיק-שווער, 
אהער דער בייזער װאָלף נאָך רויב װועט זיך ניט 


לאָזן. 
דאָ אלץ אין טיפן זינקט: א מענטש, אן אינד, 
א לאָזע, 

דער שעד פון וואלד אליין פארבלאָנדזעט ניט 


אהער. 


נאָר ס'האָבן אנדערע דערוויזן גאָר פארקערט, 

אז ניט קיין טויב און ניט קיין הענגלעך טרויבן, 

עס האָבן דײַנע הענט א שווערד, א שפּיז 
פארהויבן... 


אָ, שיינע געטלעכקײַט, איך גלייב ניט מער, 
אז דו, די סאמע שענסטע אף דער ערד, 
זאָלסט טראָגן מאָרד דעם מענטשן וי א רויבער. 


זומפּ 


נאָר דאָך ניט שרעק זיך, מענטש, קיין גרויל אין 
זיך ניט טראָג, 

ניט אלץ, װאָס גרויט אין שימל, איז צעפוילט 
און ברודיק, 
ניט אלץ, װאָס ווערט געזאָגט לײַכטזיניק, אי 
ניט װאָגיק, 
ניט אלדאָס װאָגיקע פארמאָגט א ווערטפול װאָג, 


און וויסן זײַ: דער זומפּ, װאָס אלדאָס פרײַע 
צאמט, 
געבירט א גרויסן טײַך, װאָס נערט דעם 
שווארצן יאם. 


די וואנט פון ווידערשטאנד 


בײַס אײַן זיך פעסטער אינעם שטיין-באצירק, 
ווען ער פון דיר איז אײַזזדפעסט פאריגלט, 
נײַן איילן טיפער גראָב, ביז דו דערשפּירסט 
אין טונקעלן טונעל דעם טראסע-שפּיגל. 


ווען ס'איז אין טאָל בארויבט די שיין פון דיר, 
דו צען מאָל ברעך פון פינצטערניש די פליגל. 
דעם וילדסטן פּלאץ צעווישן פעלדזן-בערג 

באציר 
מיט טורעמדיקע װענט פון פעסטע ציגל. 


טו נאָך א קלאפּ -- און פלאצן װעט דער שטיין, 
טו נאָך א קנאק --- און ס'וועט די צאם א פראל 
טאָן, 
לייג אָן זיך נאָכאמאָל מיט קראפט פון ביין, 
און ס'וועט פאר דיר דער הויכבארג 
זיך צעשפּאלטן.. 


אָ, ווער ניט מיד צו שטורעמען און קנאלן, 
די וואנט פון ווידערשטאנד װועט ענדלעך פאלן 


געבױרן אין 1912 יאר אין 
װיזשניץ (בוקאַװינע). זיך אָנגע- 
הױבן דרוקן אין 1934 יאַר. 

װױנט אין טשערנאַװיץ. 


קועסעף בורג 
צוריק אהײים 


אף אים האָט קיינער ניט געווארט. 

איינער אליין האָט ער אין דער שטילקײַט פון אן אופגייענדיקן טאָג זיך אוועקגעלאָזט איבער 
פּוסטע, אין שלאָף נאָך פארזונקענע גאסן. איינער אליין געבלאָנדזשעט צווישן זיי, זײַנע אָנגע- 
שטרענגטע בליקן האָבן געמאָסטן יעדער הויז, יעדער מויער, גלײַך ער װאָלט זיי געציילט. 

פון די בערג ארום דער שטאָט האָט געבלאָזן א פייַכטער ווינט, אָנגעפילט די לופט מיט ריי- 
כעס פון פריש-געקאָסיעט היי, און פונװײַטן האָבן גערוישט די ועלדער מיט זייער אײביקן 
רויש, אזא סוידעספולן, װי א מענטשלעך הארץ. דער ווינט האָט געצימבלט מיט א שטילן קלאנג, 
און ער האָט זיך אײַנגעהערט אין אים, וי אין אן אלטן, גוט באקאנטן ניגן. 

דער פרימאָרגן, עטװאָס א פארנעפּלטער, האָט ביסלעכװוײַיז זיך אָנגעהױיבן רויטלען, ווערן 
לויטערער, דורכזיכטיקער, ביז ער האָט מיטאמאָל א ציטער געטאָן און פאסמעס געלע ליכט האָבן 
פארפלייצט די שויבן פון די פארהאנגענע פענצטער. עמעצער האָט מיט א הויכן גענעץ באגעגנט 
דעם אופגייענדיקן טאָג, און אים האָט זיך אויסגעדאכט, אז אָט-אָט װעט זיך פארוקן א פאָרהענגל 
און עמעצנס קאָל װעט אָפּהילכן אין שטילן פרימאָרגן: 

-- זעט נאָר, מילקע טאָפּאָליאק איז גאָר דאָ!.. 


קאָן זײַן, אז אמאָל איז עס בעפיירעש געווען מילקע טאָפּאָליאק, װאָס איז אויסגעוואקסן 
באם ראנד פון די קארפּאטן-בערג אין א היים פון אָרעמע ייִדישע ספּלאװניקעס. קאָן זײַן, אז 
אמאָל איז ער טאקע געווען װי א טאָפּאָל: הויך, ברײטפּלײציק, דער קאָפּ פאריסן צו דער זון, 
און דער ווינט האָט געפּאטלט זײַן שווארצע קוטשמע האָר. איצט אָבער איז עס אן עלטערער 
מיטלװוקסיקער מאן, א גרײַזיגרױער, מיט פארשפּיצטע אקסל, קימאט אָן א האלדז, אינגאנצן 
א פלאכער, גלײַך דאָס לעבן װאָלט אים ארומגעטעסעט פון אלע זײַטן, מיט א לענגלעך גע- 
רונצלט פּאָנעם, װאָס האָט, דוכט זיך, קיינמאָל קיין שמייכל ניט פארמאָגט, מיט ליידיקע בײַטע- 
לעך אונטער די שמאָלע אויגן. 

איצט איז עס מיסטער קאמיל ברעגער: א טוריסט פון מעייווער לעיאם, װאָס איז געקומען 
צוגאסט אין זײַן אלטער אמאָליקער היים. 

בלאָנדזשעט ער איינער אליין איבער היימישע גאסן, נישטערט און זוכט שפּורן פון א לאנג 
שוין פארגאנגען לעבן. 


77 


אמאָליקע היימישע גאסן... 

א קנופּ פון אלטע קרומע אויסגעדרייטע שטיבלעך, װאָס טוליען זיך צום בארג, װי זײ 
װאָלטן פאר עמעצן זיך אויסבאהאלטן. און איבער זײי, באם סאמע בארג-אָפּהאנג, א רויטער 
קלויסטער מיט זײַנע בלאנקע ציילעמס, װאָס שנײַדן זיך ארײַן אין לױטערן פרימאָרגן און 
שווערע קופּערנע גלעקער, װאָס וויגן זיך אומעטיק מאָנאָטאָן... 

זומער, באהאלטן אין שויס פון גרינע געדיכט-צעצװוייגטע לינדנביימער, האָבן די געסלעך 
געװוּנקען פונװײַטן מיט א צארטן, ליבלעכן צויבער, נאָר קוים האָבן די לאנגע אָסיעןירעגנס 
אָפגעוואשן די גרינע לױטערקײַט, האָבן פון צווישן די נאקעטע צװײַגן גענומען ארויסשטארצן 
גרויע געלאטעטע דעכער. 

אין דער ערשטער רעגע האָט קאמיל ברעגערן זיך געדאכט, אז עס זײַנען ניט פארבליבן 
קיין שום סימאָנים פון אמאָל. ער איז געגאנגען איבער ברייטע, רוישנדיקע גאסן, אספאלטירטע, 
מיט אויסגעפּוצטע פילשטאָקיקע מויערן און פארביקע קראָמען-וויטרינעס. מינוטנװײַז זײַנען 
אים באפאלן ספייקעס, צי דאָס איז עס טאקע, דאָס קליינע קויטיקע שטעטל, װאָס ער האָט 
פארלאָזט מיט צענדליקער יאָרן צוריק. נאָר צוקאָפּנס זײַנען געשטאנען די בערג. די זעלבע 
גרין-בלויע בערג, װוּ ער האָט איבערגעלאָזט טויזנטער טעג פון זײַן יוגנט. ביסלעכװײַז האָט 
ער אויך אָנגעהויבן דערקענען די געװעזענע נעגידישע הײַזער, צו וועלכע מע פלעגט ארופ- 
קוקן מיט אָפּשײַ. איצט האָבן זיי אויסגעזען װי אָרעמע קרויווים און באהאלטן זיך שעמעוודיק 
צווישן די נײַע פילשטאָקיקע געבײידעס. 

און פּונקט װי די שטאָט, האָבן זיך אויך געביטן די מענטשן. גאָר אנדערע מענטשן, אינ- 
גאנצן אומבאקאנטע. אין אנדערע קלײידער, מיט אן אנדער שפראך. און ווען קאמיל האָט 
פלוצעם דערזען אן אלטע הוצולקע, א פויערטע פון די בעהג, אין א װײַס אויסגענייט העמד, 
מיט עטלעכע בונטע שנירלעך קארעלן אפן האלדז און מיט צוויי געבלימלטע סאקוועס פאר- 
װאָרפן איבער די אקסל, האָט זי אויסגעזען אין זײַנע אויגן ניט מער װי א שפּליטער פון אמאָ- 
ליקע צײַטן. און דאָך האָט ער איר נאָכגעקוקט, לאנג נאָכגעקוקט. אירע דריבנע טריט האָבן 
זיך געקײַקלט מיט אזא יונגער גיכקײַט, װי ס'װואָלט איר אינגאנצן ניט צו לאסט געווען איר 

טיפע עלטער. 

מיט ברייט צעעפנטע אויגן האָט קאמיל געקוקט אף דער שטאָט, אף די מענטשן און 
אין הארצן איז געװאָרן ווארעם פון דער נאָענטקײַט, װאָס ער האָט דערפילט צו די זין און 
טעכטער פון יענע ספּלאווניקעס, צווישן וועלכע ער איז אויסגעוואקסן. 

מיט גרויס מי האָט ער אָפּגעזוכט דאָס אָרט, װוּ עס איז אמאָל געווען זײַן שטיבל. 

ער איז געשטאנען פאר א צװײיגאָרנדיק הויז מיט א באלקאָן, אײַנגעהילט אין ראָזע און 
פיאָלעטע בלומען. ער איז געשטאנען א פרעמדער פאר א טיר, וועלכע ער האָט פריער 
קיינמאָל ניט געזען. געװאָלט אָנקלאפן, נאָר עפּעס ניט געוואגט. און ווען ניט דער אלטער נוסנ- 
בוים, װאָס איז געבליבן דאָ, װוי א דענקמאָל, װאָלט ער דאָס אָרט אינגאנצן ניט דערקענט. 

דער זעלבער נוסנבוים, מיט די זעלבע אנטבלויזטע איבערגעפלאָכטענע װאָרצלען, מיט 
פּיירעס פון א זעלטענעם מין. װוער ווייסט, פונוואנען ער האָט זיך גענומען אהער. קאָן זײַן, אז 
א װוינט האָט אמאָל פארטראָגן א יאָדערל און עס באהאלטן אין די פּײַכטע ערד-שפּאלטן, צי 

עפשער גאָר האָט א ספלאווניק מיט א גראָבן שטריק ארום די לענדן און א האק אונטערן אָרעם 
געבראכט א ביימעלע פון א װײַטן טאָל און פארזעצט עס לעבן זײַן שטוב. 

שטייט ער איצט, קאמיל ברעגער, אין שאָטן פון דעם נוסנבוים, שטייט אף דער ערד, װוּ 
ס'האָבן אין א הילצערנער שטוב מיט פארפוילטן שינדל-דאך און צוויי קליינע געקעסטלטע 
פענצטער צו דער גאס געוווינט זײַנע זיידעס און עלטערזיידעס --- דוירעס ייִדישע ספלאווניקעס. 
ער קוקט זיך אײַן אין איינעם פון די צוויי שורעס ליכטיקע, מיט זון באגאָסענע, פענצטער. אין 
שויב זעט ער זײַן אייגן געזיכט, און אים דאכט זיך, אז פון יענער זײַט פענצטער זיצט זײַן 
אלט געװאָרענער פאָטער און קוים װאָס ער רעדט: 

-- וואלדהעקער בונטעווען זיך... עס װועלן קיין ספּלאװעס ניט זײַן אף וועסנע... די פּריצים 
זײַנען בייז וי די וועלףי.. 

אין שטוב איז פינצטער, אומעטיק. דער שפּעטער הארבסט האָט זיך פארקליבן אין די 
נאסע ווינקלען און קוקט ארויס פון דאָרט מיט גרינעם שימל. דער פאָטער ציט פון דער ליידי- 
קער ליולקע דעם הארבן רייעך פון ביליקן אויסגעברענטן טאבאק. 

-- זאָג אליין, ביסט שוין, קיין אײַנהאָרע, א בען-כײַ... ס'איז א טאכלעס א גאנצן זומער 
אָפּהאָרעװען אף די וואסערן און אָסיען זיצן אין דער קעלט, אָן א פּרוטע... פאָרן הייס איך, 
הערסט, פאָרן... א גרויסע שטאָט איז א גרויסער מאלעך... 

קאמיל ליגט אף זײַן שטרויענעם געלעגער, ליגט מיט אָפּענע אויגן. די צוגעפאלענע נאכט 


78 *פ 


צייכנט קופערנע רינגען, און איניינעם מיט פארנעפלטע פאָרשטעלונגען וועגן א װײַס אומבא- 
קאנט לאנד וויגט זיך דעם פאָטערס הייזעריק קאָל: 

-- שווער, זאָגסטו, פון דער היים זיך אָפּרײַסן?.. אוואדע שווער. נאָר ביסט ניט איינער, 
מילקע, כ'לעבן, ניט אייגעו'.. 

ווען ניט דער לאמטערן, װאָס האָט זיך געהוידעט פארן פענצטער און געשװוינדלט איבערן 
פאָטערס פּאָנעם מיט א בליכער שײַן, װאָלט זיך אויסגעדאכט, אז דאָס רעדט אזוי די נאכט 
אליין. און נעכט זײַנען דעמלט געשטאנען פינצטערע, אומרויַקע. 

פון דעמלט אָן האָט די צײַט זיך היפש א רוק געטאָן פאָרויס. אף די בערג זײַנען צוגעקומע 
סטעזשקעס און אין קאמיל ברעגערס לעבן -- יאָרן. שטייט ער איצט א געעלטערטער אינמיט 
פון א יונגער גאס און עפעס פּאסט ער זיך ניט ארײַן אין דעם גאנצן ארום, פילט זיך עלנט, 
פארלוירן. טויזנטער דערמאָנונגען צינדן אומבאמערקט זיך אָן און פּונקט אזוי אומבאמערקט 
לעשן זיי זיך אויס. 

אנטקעגן האָט געוווינט ראכמיעל דער וואלדהעקער. 

..אָט זיצט ער אפן גאנעקל, דער אלטער גוטער ראכמיעל. דאָס גראָבע לײַוונטענע העמד 

צעקנעפּלט, אזוי אז די אָפּגעברענטע ברוסט שטארצט ארויס. א גרוי באוואקסענע ברוסט. דעם 
קאָפּ פארלייגט עטװאָס אף א זײַט, שפּילט ער אף זײַן באליבטער פלייט. די פלייט זיינע איז 
אויך אלט. דער זיידע זיינער האָט זי נאָך ייִנגלװײַז אויסגעשניצט פון עפּעס א װוּנדערבארער 
ײַג. שפּילט ער אף איר, ראכמיעל, פלוצעם פארכמורעט ער די ברעמען, אין וועלכע ס'האָט 
גענדיק אזא גוטמוטיקער שמייכל זיך געפּלאָנטערט. 
-- װאָס זשע, מילקע, אין דער פרעמד איז מיט ראָזשינקעס מיינסטו?.. כ'וויל דיר, כאָלילע, 
ניט לייגן קיין שטיינער אפן הארצן... 

און צעשפּילט זיך אזוי אף דער פלייט, אז דאָס יו נעמט ציטערן. ווער ווייסט, װאָס דאָס 
איז געווען פאר א ניגן. פריִער האָט קיינער אים ניט געהער 

דורך א שפּארונע אין טיר קוקט ארויס זײַן א צוויי אויגן, װי שווארצע בליצן, צילן 
גלײַך אין אים. 

-- פאָרסטו טאקע אינדערעמעסן? 

און קאמיל ברעגער דערמאָנט זיך איר ווילדע, פריילעכע שיײנקײַט. שלאנק און שטאָלץ 
איז זי געווען, מיט צוויי שווערע צעפ, װי אױיסגעגאָסן פון קופּער. אויגן האָט זי פארמאָגט לענג- 
לעכע, קויל-שווארצע און עטװאָס פארנעפלטע, װי זי װאָלט געבענקט נאָך עפּעס א װײַטער 
וועלט, װאָס נאָר זי אליין האָט געזען... יונג און אלט האָבן זיך געשפּיגלט אין איר, געקוקט אף 
איר, װי מע קוקט אף בערג, באלויכטענע פון דער לעװאָנע. דאָס געסל האָט איר א נאָמען 
געגעבן בלימעלע, און פויערים וואלדהעקער פלעגן זי רופן אף זייער לאָשן --- פלאָרא. 

װוּ זאָל זי איצט זײַן, ראכמיעלס בליומע... בא וועמען ווערט מען געווויר?.. 

קאמיל ברעגער האָט אומרויק זיך ארומגעקוקט, גלײַך ער װאָלט געווען זיכער, אז אין 
איינעם פון די הײַזער דארף טאקע ווינען ראכמיעלס ייִנגסטע טאָכטער. אין די שויבן פון די 
פענצטער האָט געפלאקערט דער טאָג, א הייסער זומער-טאָג, ווען פארבענקטע מענטשן בענ- 
קען נאָך שטארקער... א פרוי אין א װײַסן פארטעך האָט באגאָסן בלומען-בייטן לענגויס דעם 
טראָטואר. זייערע בליקן האָבן זיך עטלעכע מאָל באגעגנט. ענדלעך האָט ער דערהערט: 

-- וואם קאָהאָ, הראזשדאניןלג 

קאמיל האָט פארלוירן געמאכט עטלעכע שפּאן און קוים ארויסגעשטאמלט: 

-- אײַ עם לוקינג פאָר... יאָ,.. יא שוקאין...2 

און ווען ער האָט סאָפּקאָלסאָף אױיסגעברײַעט, וועמען ער זוכט, און יענע האָט, זעט אויס, 
אים פארשטאנען, האָט ער צוליב קלאָרקײַט צוגעגעבן: 

-- איצט, קאָן זײַן, רופט מען זי אנדערש... נאָר אמאָל... 

די פרוי האָט טרויעריק א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ, אומבאהאָלפן אָפּגעװישט מיטן פארטעך 
דאָס פארשוויצטע פּאָנעם און מיט באדויערונג געענטפערט: 

-- נא זשאל, טוט טאקיך נעמייעיבֿ 

דער נוסנבוים, דער איינציקער איידעס פון אמאָליקן לעבן, האָט געפלאטערט מיט זײַנע 
בלעטער, געקרעכצט פון אלטקײַט, און קאמיל האָט זיך פארנייגט פארן אלטן בוים, פארנייגט 
זיך פארן אָרט, װוּ זײַנע אָװעס האָבן געלעבט, און איז אוועק און אליין ניט באמערקט, װי די 

1 וועמען דארפט איר, בירגער? (אוקראיניש) 
2 א געמיש פון ענגלישע און אוקראינישע װערטער: איך קוק... איך זוך... 
5 צום באדויערן, זײַנען דאָ אזעלכע ניטאָ. 


ו 
: 
ן 


ו 


79 


פיס האָבן אים פארפירט צום טײַך, צום זעלבן טײַך, װוּ ער האָט איניינעם מיס א גאנצער 
איידע ייִדן געטריבן ספלאוועס, געשװוּמען אף זיי װײַטיװײַט, אזש צו די בעסאראבער סטעפעס, 
און ניט איין מאָל זיך אומגעקערט אהיים מיט צעשטאָכענע, אין בלוט פארלאָפענע הענט. 

ער איז געגאנגען לענגויס דעם ברעג, און הינטער אים איז געבליבן די שטאָט מיט אירע 
גאסן און געסלעך, די שטאָט, װאָס האָט אים אויסגעזען אי אייגן, אי פרעמוי.. 


פאר די יאָרן האָט דער טײַך געביטן דעם גאנג פון זײַנע ווילדע רוישיקע וואסערן זײ 
פארטראָגן אף גאָר אן אנדער זײַט און געבלישטשעט, װי שטערן װאָלטן זיך אין אים געבאָדן. 
דער טײַך איז געווען פארמויערט אין הויכע שטיינערנע ברעגן, פארפּאנצערטע אין דראָטענע 
נעצן. דוירעסלאנג האָבן ספּלאווניקעס געכאָלעמט פון באפעסטיקטע ברעגן ווּ די ואסערן 
זאָלן זיך פארהאלטן. קאמיל געדענקט, ויאזוי. די ספּלאוניקעס פלעגן אין די הייסע טרוקענע 
זומערן צוקוקן מיט ווייטעק, װי פונעם טײַך איז קיין העלפט ניט געבליבן, גלײַך עמעץ װאָלט 
אים אויסגעטרונקען, און פון זייערע אויגן האָט ארויסגעקוקט די שרעק פון הונגער. 

וי אמאָל, זײַנען אויך איצט די ברעגן געװען באטאָג שטילע, ליידיקע, ס'האָט געצויגן 
מיט פּײַכטע זיסלעך-טערפּקע רייכעס פון וואסער-געוויקסן, און אלץ ארום האָט אין דער 
אומענדלעך שװײַגנדיקער רו זיך באוועגט מיט שטומער אונטערטעניקײַט. און קאמילן האָט 
זיך געװאָלט פארקריצן אין זיקאָרן די היימישע שטילקײַט, איבערלעבן נאָכאמאָל יענ; 
װוײַטע יונגע טעג 

פאר זײַנע אויגן זײַנען פּלוצעם אויסגעוואקסן דרײַ אלטע וואסער-מילן, וי עמעצער װאָלט 
זיי נאָרװאָס אוועקגעשטעלט. די זעלבע מילן, װאָס ספלאווניקעס האָבן אויסגענוצט פאר א 
באהעלטעניש פון די שווערע אָסיען-רעגנס. די מילן האָבן טאָג און נאכט געזיפּט זייערע היל- 
צערנע מולטערס און גערוישט איבער די ברעגן, װי דאָס הארץ פונעם הארבסט. נאָר קאמיל 
האָט אופגעציטערט, ווען ער האָט זיי דערזען שווארצע, פארלאָזטע, באדעקטע מיט טיפן מאָך. 
דער טײַך האָט אָפּגעקערט פון זי זײַנע וואסערן. 

קאמיל האָט געװוּסט, אז אין אזא צײַט איז שווער עמעצן צו טרעפן באם טײַך, אין אזא 
צײַט זײַנען ספּלאווניקעס װײַט אף די וואסערן. נאָר ער האָט געפילט, װי עמעצער לאָזט פון 
אים דעם בליק ניט אראָפ. 

אין שאָטן פון איינער א מיל איז געזעסן אן אלטער פּױער. לוט דעם, וי ער האָט געשליפן 
די האק, איז געווען קענטיק, אז דאָס איז א ספּלאוניק. קאמיל האָט זיך דערגעענטערט צו אים 
און מיט אומרויקע, פרעגנדיקע אויגן געקוקט אפן אלטן. 

-- באָך פּאָמאָטש!1 -- דאָס האָט ער געדענקט פון אמאָל. 

דער פּױער האָט אופגעהויבן אף אים א ברוין לעדערפארביק פאָנעם, פול מיט טיפע קנייטשן. 
ווען ניט די אויגן -- גלאנצנדיקע, מיט װײַסלעכער, װי דער שטאָל פון זײַן האק, ווען ניט די 
געדיכטע ברעמען איבער זיי, װאָלט מען געקאָנט מיינען, אז ער האָט זײַן פּאָנעם פארשטעלט 
מיט א שטיק קאָרע פון אן אלטן דעמב. ער האָט קאמילן אָפּגעמאָסטן פון קאָפּ ביז די פיס און 
דערנאָך מיט א גוטמוטיקן שמייכל אָפּגעענטפערט: 

--- דיאקוּיו... סידייו: 

קאמיל האָט זיך צוגעזעצט, די איינציקע אָפּגעריסענע װערטער האָבן ביסלעכװײַז זיך 
צונויפגעקייטלט, און אינגיכן האָבן ביידע שוין גערעדט װי אלטע באקאנטע, איינער פארן 
צווייטן האָט געװאָלט װאָס שנעלער אויסדערציילן, װאָס ער האָט פארגעדענקט. ס'האָט זיך 
ארויסגעוויזן, אז דער אלטער הוצול ווייסט וועגן א סאך ייִדישע ספּלאווניקעס. 

-- טװאָהאָ באטקא?? עהע, צוזאמען, אמאָל פליטן געטריבן... 

און פאר קאמילן האָבן אופגעוואכט יענע קילע פארנאכטן אף די שטיינעריקע ברעגן, וען 
פּליטנטרײַבער, ייִדן און הוצולן, מידע פון שװוערער ארבעט, האָבן לעבן צעלייגטע פײַערן 
גערעדט צווישן זיך אף א געמישטער שפּראך פון אוקראיניש און ייִדיש, אויסגעמישט, וי דער 
געזאלצענער רייעך פון זייערע שווייסיקע, פארהאָרעוועטע לײַבער. ער האָט פארטראָגן געקוקט 
אפן אלטן. מיט עפּעס האָט דער פּױער דערמאָנט דעם טאטן זײַנעם: מיט די אויסגעקנעכלטע 
הענט, הארטע, װי פארשטיינערטע, און דערבײי אזעלכע ווארעמע, צי עפשער גאָר מיט דער 
דורכגעברענטער הוצולישער ליולקע, װאָס ער האָט, פונקט װי קאמילס פאָטער, איבערגעפירט 
אלע מאָל פון איין מויל-ווינקל צום אנדערן. עפּעס א שפּליטער פון יענע פארנעפּלטע צײַטן. 

-- איז טאקע קיינער ניט געבליבן? -- האָט קאמיל איבערגעפרעגט, נאָכדעם װי יענער 


ג גאָט העלף. ? אדאנק... זעץ זיך צו. ‏ דײַן טאטן?.. 


9--0 80 


האָט איבערגערעכנט די ייִדישע ספּלאװניקעס, װאָס זײַנען אומגעקומען דאָ בא די קארפּאטן- 
נערג. ער האָט עס איבערגעפרעגט אזוי, גלײַך ער װאָלט די אייגענע אויערן ניט געגלייבט. ער 
האָט שווער געאָטעמט, וי ס'װאָלט עפּעס געזאָטן בא אים אין דער ברוסט. 

אָנשטאָט אן ענטפער האָט דער אלטער א פיר געטאָן מיט צוויי פינגער איבער דער שארף 
פון דער האק, זיך ‏ װײַלע פארטראכט, דערנאָך האָט זײַן געזיכט אָנגעהױיבן אופלעבן; 

-- קום צו גיין אין אָװונט. מײַן טאָכטער איז א סטודענטקע. איצט איז בא איר קאניקולן. 
זי רעדט ענגליש, --- און, אָנװײַזנדיק אף די בערג צוקאָפּנס פון דער שטאָט, צוגעגעבן: 

-- אָט דאָרט באם אלטן וועג, געדענקסט? 


די ארומיקע בערג, שטיל-פארטראכטע, וי זיי װאָלטן געדרעמלט, האָבן באקומען א טונקל- 
גרינע פארב. קאמיל ברעגער האָט געשפּאנט אינמיטן פון א גרויען צעפאָרענעם וועג, ערטערװײַז 
אינגאנצן א פארוואקסענעם. 

דער אלטער וועג, װאָס האָט, װי א ספיראל, זיך געשלענגלט בארג-ארוף, האָט אמאָל בא- 
טײַט לעב איבער אים האָבן הוצולן אף קליינע בארג-פערדלעך, אָנגעלאָדענע מיט פעסער 
שאָפּענעם קעז, געריטן אין שטאָט ארײַן און ספלאווניקעס מיט העק פארװאָרפן איבער די אקסל 
האָבן זיך אומגעקערט פון די וואסערן; איבער אים האָבן קאָנטראבאנדיסטן געפירט באנאכט 
זייערע פארבאָטענע סכוירעס און זשאנדארן האָבן געטריבן צו די טורמעס פּאָליט-ארעסטאנטן; 
איבער אים האָט מען באגעגנט כאסענעס און באגלייט לעװײַעס; איבער אים זײַנען יונגע ברייט- 
פלייציקע באָכערים אוועק אין דער וועלט און זיך אומגעקערט צוריק מיט דעם זעלבן וועג גרויע, 
אָפּגענארטע... איבער אים האָט מילקע טאָפּאָליאק איניינעם מיט בליומע דעם וואלדהעקערס 
טעכטערל צעזייט די ערשטע בליטן פון זייער יונגער ליבע. 

איצט האָט געשפאנט איבער אים קאמיל ברעגער. 

ער איז געגאנגען מיט א ברייטן שפּאן, װוי ער װאָלט מוירע געהאט, ס'זאָל די נאכט אינמיטן 
וואלד אים ניט פארכאפן, און אים זײַנען נאָכגעלאָפן די פּאָלעס פון זײַן צעשפּיליעטן זומער- 
מאנטל, װאָס איז לעפיש געהאנגען אף די פלייצעס, אָט-אָט װעט ער אליין זיך אױיסטאָן... פון 
ביידע זײַטן וועג האָבן ווילד-צעוואקסענע סאָסנעס שווער זיך געוויגט. 

פון צװוישן די סאָסנעס האָט זיך אױסגעפּלאָנטערט א געשטאלט פון א יונג בארג-מיידל 
אין א װײַס אויסגענייט העמד מיט א ברייטן דריַפארביקן גארטל ארום די לענדן. די צעפּ -- 
קופערנע, װי צײַטיקע קאשטאנען, פארפלאָכטן, װי א האלבע לעװאָנע, איבערן קאָפּ. ווען קאמיל 
האָט דאָס מיידל אָפּגעשטעלט, האָט זי געקוקט אף אים מיט לענגלעכע שטילע איגן, עטװאָס 
פארנעפּלטע, צונויפגעצויגן די דינע בויגנס פון די ברעמען און מיט פארװוּנדערונג איבער- 
געפרעגט: 

-- איליאש... מײַן פאָטער? 

קאמיל איז איבעראשט געװאָרן: ;ענלעך, װוי צוויי טראָפּן טוי!" 

ער האָט זיך אָנגעשטױסן, אז דאָס דארף זי מיסטאמע זײַן, דעם אלטנס ייִנגסטע טאָכטער. 
זעט אויס, דער אלטער האָט איר ניט דערציילט וועגן זײַן באזוך. 

זי האָט אים אָנגעוויזן אף א נאָענטן רויט-געפארבטן דאך, און א שמייכל האָט געשפילט 
אף אירע רויטע פולע ליפן. 

-- אָט דאָרט וווינען מיר! 

און קאמילן האָט זיך אויסגעויזן, אז ער הערט גאָר אנדערע װערטער: ,פאָרסט טאקעי 
אינדערעמעסן, מילקעש?" 

אין זײַנע אויגן האָט אופגעלויכטן א באהאלטן פּײַערל, א שפּיל געטאָן מיט יונגן ברען 
און באלד פארלאָשן געװאָרן, אונטערן הארץ האָט עפּעס מוירעדיק געקילט. און ווען זי האָט 
מיט לײַכטן שפּרינגענדיקן גאנג זיך געלאָזט בארג-ארוף, האָט ער מיט א פארטראָגענעם בליק 
איר נאָכגעקוקט, ביז זי איז אינגאנצן פארשוווּנדן געװאָרן. 

קאמיל איז געשטאנען וי צוגעקאָװועט. די באגעגעניש האָט ארויסגערופן א גאנצן שטראָם 
דערמאָנונגען, צעבלאָזן פונקען פון א לאנג שוין אויסגעלאָשן פײַער. 

פּונקט אזא פארנאכט איז דעמלט געוען. א לױטערער, א בלויער, נאָר א הארבסטיקער. 
די ביימער האָבן אױיסגעטאָן די גרינע פארב, געװאָרן ברוין, רויט און געל. אין די וועלדער 
האָבן די פייגל פארן אָפּפליִען די לעצטע לידער אויסגעזונגען און פון זייער טרילערן איז דער 
פארנאכט נאָך לויטערער געװאָרן. 

בליומע, ראכמיעלס טעכטערל, האָט געווארט אף אים. אין א ביליק געל-געבלימלט קליידל, 
װאָס האָט אונטערגעשטראָכן יעדן בייג פון איר שלאנקן קערפּער. די ברוינע האָר, זאָרגפעליק 


81 


אי אע א הי" יי = הי 


פארנומען הינטער די אױערן, האָבן אָפּגעדעקט א קינדעריש איידל פאָנעם מיט כיין-גריבלעך 
בא די מויל-ווינקלען. א ווארעמער שמייכל איז געלעגן אף אירע צארטע, פּײַכטע ליפן 

לאנג האָבן זי ארומגעשפּאצירט אין יענעם פארנאכט. 

קאמיל האָט געהאלטן אין זײַן ברייטער קרעפטיקער דלאָניע בליומעס האנט. 

--- כ'וועל יעדן טאָג דיר שרײַבן! ס'איז גאָרנישט אזוי װײַט... 

זי האָט אופגעהויבן אף אים די פארנעפּלטע אויגן, צונויפגעצויגן די דינע בויגנס פון די 
ברעמען, זיך באגעגנט מיט זײַן טיף-בלויען בליק. 

-- וועסט נישט פארגעסן, מילקע? 

-- כ'וועל דיך ארויסנעמען... ס'וועט קיין סאך נישט דויערן... 


קאמיל האָט דורכגעשניטן א יונג וועלדל און ארויסגעקומען צו א ייִשעוו, וועלכן ער האָט 
אינגאנצן ניט געדענקט. נײַע הילצערנע הײַזער מיט רויטגעפארבטע בלעכענע דעכער, פאר- 
זונקענע אין גרינע סעדער. פון די זומערדיקע קיכן האָט דורך די קוימענס געשפּארט א דינער 
בלוילעכער רויך. עפּעס א פרויען-שטים האָט עמעצן גערופן עסן וועטשערע. ערגעצווּ האָט 
א סקריפּע געטאָן און פארמאכט זיך א טיר, א קליין קינד האָט זיך צעוויינט און באלד אופגע- 
הערט. אין דער געדיכטקײײַט פון די ביימער האָבן פּלוצעם זיך אופגעכאפט פייגל, מיט א ליארעם 
צעפאָכעט זייערע פליגל און פונקט אזוי אומדערווארט אנשוויגן געװאָרן. 

א מילדע רו האָט באגעגנט קאמילן פארן הויז פונעם אלטן ספלאווניק. צוויי רייען ביימער 
האָבן געבויגן פאר אים זייערע שווערע, מיט פרוכטן באלאָדענע צװײיגן, װוי זיי װואָלטן אים 
באגריסט. זיי האָבן קוים געציטערט, און אף די פולע צײַטיקע עפּל האָט זיך אָפּגעשפיגלט דער 
רויטער זון-פארגאנג. 

וי נאָר קאמיל האָט אריבערגעטראָטן די שװעל, איז דאָס ערשטע, װאָס ער האָט דערזען 
געווען א בילד, װאָס איז געהאנגען צװישן ביידע פענצטער אנטקעגן דער טיר. פונעם בילד 
האָט אראָפּגעקוקט אן אלטע הוצולקע אין א געבלימלט טיכל, מיט אָן א שיר קארעלן אף דער 
ברוסט. עטלעכע פּאפּירענע בלומען האָבן מיט א טויטער פארב באצירט דאָס שווארצע רעמל, 
זעט אויס, איליאשס פארשטאָרבן װײַב. קאמיל האָט געקוקט אף איר, װוי ער װאָלט אין די דינע 
קנייטשן פון איר פּאָנעם געזוכט אן ענלעכקײַט צו איר יונגער טאָכטער, וועלכע ער האָט נאָר- 
װאָס באגעגנט. די עלטער אָבער האָט פארטיליקט יעדן שפור פון אמאָליקער יונגפרױיַשקײַט, 
און קאמיל האָט אפילע א װײַטע ענלעכקײַט אויך ניט געפונען. 

דער טיש איז געווען געדעקט, און, וי געוויינלעך אין א הוצולישער שטוב, זײַנען געשטאנען 
צוגעגרייט צוויי ערדענע קריגעלעך, קונציק באמאָלטע מיט אלערליי פארבן, און א קליין פע- 
סעלע װײַן, פון וועלכן עס האָט געשמעקט מיט קעלער. 

-- פארװאָס עפּעס צוויי קריגעלעך? און ווּ איז דײַן טאָכטער? -- האָט קאמיל זיך ניט 
װיסנדיק געמאכט. 

דער אלטער האָט גענומען זיך פארענטפערן: 

-- פארשטייסט, אין קלוב איז הײַנט א וועטשער!.. א קאָמסאָמאָלסקי וועטשער... סטו" 
דענטן, יונגע ספּלאווניקעס... נו, װי אין אונדזערע צײַטן אף דער טאָלעקע... -- באלד האָט ער 
זיך אָבער געכאפּט, אז דער פארגלײַך איז ניט קיין געראָטענער. -- ניט אינגאנצן אזוי... דאָרטן 
איז וי אין א טעאטער, פארשטייסט? 

זי האָבן אויסגעטרונקען צו קריגלעך װײַן, און איליאש האָט נאָכאמאָל אָנגעהױבן דער 
ציילן וועגן קלוב, װאָס זעט אויס װי א טעאטער. וועגן יונגע ספּלאװוניקעס, װאָס לערנען זיך 
אין די הויכשולן, װוערן אינזשעניערן, וועגן זײַן פענסיע, װאָס זיכערט אים א רויקע עלטער. 
וועגן דעם, אז פריִער האָט מען אפן טײַך געטריבן ספּלאװעס פון א פופציק קובאָמעטער, און 
אויב זיי פלעגן זיך פארטשעפּען אין די שטיינער, האָט מען דאָס געהילץ געשלעפט אף זיך, ביז 
די הויט איז אָפּגעקראָכן פונעם לײַב. איצט שווימען אף דעם זעלבן טײַך ספּלאוועס ביז פינף 
הונדערט קובאָמעטער און בא די ברעגעס ווארטן אף זיי הייבקראנען. נאָכן צווייטן קריגל האַט 
ער פאָרגעזעצט דעם זעלבן שמועס: 

--- װאָלסט געגלייבט, קינדער פון ספּלאוניקעס, וי בא פריצים, אין די אינסטיטוטן... מײַן 
קליינע ווערט אויך אינגיכן אן אינזשעניער. א וואלד-אינזשעניער! שטעלסט זיך פאָר, א פרוי 
וועט קאָמאנדעווען אין די וועלדער... דער זון מײײַנער האָט אויך געלערנט, געטריבן ספּלאוועס, 
אפדערנאכט זיך געלערנט. ווען ער האָט געענדיקט, איז ער געווען בא די פערציק. איצט איז 
ער א טעכנאָלאָג, אמאָל האָט עס געהייסן א האָלץ-באאמטער. 


1 אן אָװגט. 


82 


אויך דאָס מאָל איז דער אלטער ניט אינגאנצן זיכער געווען אין דער ריכטיקײַט פונעם 
פארגלײַך, דערפאר עפשער האָט ער פּלוצעם א פרעג געטאָן; 

-- און דו האָסט אוואדע שוין דערוואקסענע קינדער? 

קאמיל האָט אים צוגעװאָרפן א זײַטיקן צעשטרייטן בליק. זײַן פּאָנעם האָט פארצויגן 
קרומער שמייכל. ער האָט ניט געענטפערט. ס'איז געװען קענטיק, אז ער װיל אױיסמײַדן 
שמועס וועגן זיך. נאָר דער אלטער איז פאראקשנט צוגעשטאנען: 

-- ביסט מיסטאמע פארמעגלעך? 

קאמיל האָט א זופ געטאָן עטלעכע שלונג װײַן. א לײַכטע אופרעגונג האָט געציטערט אין 
זײַן קאָל: 

-- װאָלסט געקאָנט טרעפן, װאָס פאר א געשמאק איך פיל אין דײַן װײַן? ניין, זאָגסטו. און 
װאָס ס'טוט זיך בא א מענטשן אין דער נעשאָמע? 

ער האָט מיט אומרו געקוקט אף איליאשן, װוי ער זאָל זיך האָבן דערשראָקן פאר זײַן אייגע- 
נער שטים. דער געדאנק האָט אים פארטראָגן צו א גרויסער שטאָט, באם ברעג פון א גרויסן 
יאם. פארשיידן האָט די שטאָט באגעגנט אירע אײַנװוינער. 

אייניקע זײַנען באלד נאָכן אָנקומען פארטראָגן געװאָרן אין לאבירינט פון באנק-הײַזער 


א 
א 


און בירזשעס, װי פארקישעפטע זיך געפּלאָנטערט אין בלענדעניש פון טויזנטער שרײַענדיקע 
רעקלאמעס. ארום זיי האָט פארפירעריש געוועלטיקט אן איין-און-איינציקער באגריף: ,ביזנעס", 
און, װי א ריזיקע שפין, זיי פארוועבט אין אירע נעצן. אנדערע האָבן, װי פליגן, געקלעפט צו 
שטומע פאבריק-טויערן און גרייט געווען פאר יעדער פּרײַז צו פארקויפן זייערע הענט. 

קאמיל האָט געבראכט מיט זיך דעם טאטנס ברייטע, הארטע פויסטן, יונגע קויכעס אף 
איבערצוקערן וועלטן און דעם גלויבן, אז א גרויסע שטאָט איז א גרויסער מאלעך... לאנג אָבער 
האָט ער ארויסגעקוקט אפן ,גרויסן מאלעך". ער האָט אים געזוכט אין די פאבריקן, ווּ ער 
האָט קיין ארבעט ניט באקומען, באם פּאָרט, װוּ ער האָט פאר האלב אומזיסט אוױיסגעלאָדן שיפן. 
און ווען דאָס איז אויך ניט געווען, האָט ער געקוקט אפן ,שטילן" אָקעאן און אין פּליעסק פון 
די כוואליעס געהערט דעם רויש פון זײַן היימישן טײַך. 

בעסאָד האָט ער געשריבן בליומען: ער באדויערט, װאָס ער איז אוועקגעפאָרן. ער איז ניט 
פאר אזא גרויסער שטאָט. ער איז א ספלאווניק און בענקט צום טײַך, װי א פארשפּארטער פויגל 
צום וואלד... ער װועט אינגיכן זיך אומקערן, ס'פעלן אויס עטלעכע דאָלער אף הױיצאָעס. 

און יאָגנדיק זיך נאָך די ,עטלעכע דאָלער", האָט ער ניט באמערקט, װי די צײַט איז הינ- 
טערשטעליק געבליבן, און ווען אָט דאָס געיעג האָט צוגענומען בא אים אלע דרײַ הונדערט פינף 
און זעכציק טעג פון יאר און ניט איבערגעלאָזט אפילע קיין איין טאָג אף צו בענקען, האָט ער 
אינגאנצן אופגעהערט צו שרײיבן. 

נאָר באנאכט פלעגט ער, וי אין כאָלעם, זען די קארפּאטן-בערג, און צװישן די בערג 
בלאָנדזשעט ארום בליומע איינע אליין. אין װײַסן שאלכל זעט זי אויס וי א קאלע. 

אזוי איז פארגאנגען א טאָג נאָך א טאָג. און ווען קאמיל האָט װוידער זיך דערמאָנט אין זײַן 
היים, אפילע אָפּגעשפּאָרט א פאָר דאָלער אף צו שיקן, איז די וועלט אין פלאמען געשטאנען 
און זײַן װײַטע היים איז אָפּגעגאנגען אין בלוט. 

נאָכדעם װי די גרויסע כוואליע פון געשעענישן האָט זיך אײַנגעשטילט, האָט קאמיל אָפּ- 
געשיקט א דשפעשע, און אין א צײַט ארום איז געקומען אן ענטפער. ער איז געווען קורץ און 
טרויעריק: ,,פון איער מישפּאָכע איז, ליידער, קיינער ניט געבליבן". קאמילן איז געװאָרן פינצ- 
טער, גלײַך ס'װואָלט זײַן אייגן לעבן זיך אױיסגעלאָשן, און די בײַטעלעך אונטער די אויגן זײַנען 
גרעסער געװאָרן. 

און דאָך האָט זיך אים אויסגעוויזן, װוי אין בלוילעכן קאָנװערט איז א שטיק היימישער הימל 
פארפאקט. ער האָט געװוסט: איצט האָט ער דאָרטן קיינעם ניט, נאָר טיף אין דער נעשאָמע 
האָט געטליִעט א פונק פון בענקשאפט צו די בערג, צום טײַך, צו די מענטשן, װאָס װוינען דאָרט. 

;עפשער איז פאָרט עמעצער געבליבן?" -- האָט ער אין דער שטיל געהאָפט אף א נעס. 

ער האָט גענומען אָפּלײיגן א דאָלער צו א דאָלער. ער האָט זיי געקליבן לאנג און אקשאָנעס- 
דיק, און באשטאנען זײַנען זיי פון א ניט-דערעסענעם אָנבײַסן, פון אן איבעריקער שאָ ארבעט, 
פון פריִע מאָרגנשאָען, דערשלאָפענע אונטערוועגס צו דער װײַטער פאבריק. 

-- גאָרנישט האָב איך ניט! -- האָט קאמיל געשטילט דעם אלטנס נײַגער. -- ניט קיין 
פארמעגן, ניט קיין קינדער. מײַן גאנץ פארמעגן איז די טוריסטן-קארטע, װאָס דארף מיך 
אָפּפירן צוריק. 

איליאש האָט אופמערקזאם זיך אײַנגעקוקט אין זײַן גאסט, און ער האָט פילדײַטיק, וי 
סטאם אין דער וועלט ארײיַן, א זאָג געטאָן: 


2 


88 


-- דאיג 

קאמיל האָט גענומען אויסלייגן פארן אלטן ספּלאװניק דעם גאנצן פּלאָנטער פון זײַנע 
דריי צענדליק יאָר, און צום סאָף האָט ער א פרעג געטאָן: 

-- ראכמיעל דעם וואלדהעקער האָסטו געקענט? ער האָט געהאט א טאָכטער בליומע. 

דער אלטער איז אים ארײַנגעפאלן אין די רייד; 

--- בליומע, זאָגסטו?.. מײַן ייִנגסטע טאָכטער הייסט אויך בליומע... עמעס, מ'האָט געמוזט 
בײַטן איר נאָמען, מיר רופן זי פלאָרא. צײַטן אזעלכע געווען... אָבער זי ווייסט, אז איר עמעסער 
נאָמען איז בליומע. זי ווייסט אלץ. 

בא קאמילן האָט א ציטער געטאָן דאָס גאנצע לײַב, װי נאָדלען װאָלטן אונטער דער הויט 
ארומגעלאָפן. עפעס א פאָרגעפיל האָט זיך אריינגעגאנוועט אין זײַן נעשאָמע. 

דער אלטער איליאש האָט זיך טיפער אײַנגעטוליעט אין זײַן אויסגענייט פעלצל אָן 
ארבל, צוגעמאכט די אויגן, אזוי איז, װײַזט אויס, לײַכטער צו גריבלען זיך אין אלטן מויעך, 
און שטיל, גלײַך ער װאָלט גערעדט פון שלאָף, אָנגעהויבן דערציילן די געשיכטע פון זײַן טאָכ- 
טער, װאָס האָט געהייסן בליומע און געמוזט הייסן פּלאָרא. 

...ס'איז געווען אין צווייטן מילכאָמע-יאָר. שפּעט הארבסט. קיין ספּלאװועס האָט מען שוין 
ניט געטריבן, דער טײַך איז געווען צו שטורמיש. אכוץ צויי פארגעסענע פליטן, װאָס האָבן 
עלנט זיך געפּליעסקעט באם ברעג, איז מער גאָרנישט ניט געווען. איליאש איז געשטאנען באם 
וואסער און ארויסגעכאפּט פארפוילטע קאָרטשעס, וועלכע זײיַנען געשװוּמען פון די אייבערשטע 
וועלדער. ער האָט געװוּסט, אז אין אזא װעטער, ווען דער דרויסן גיסט מיט קאלטע רעגנס, דער 
ווינט רײַסט שטיקער פון די נאקעטע צװײַגן און די וועלט איז אײַנגעהילט אין טונקל-גרויע 
נעפלען, -- אין אזא וועטער איז לײַכט צו פארזאָרגן זיך מיט א ביסל האָלץ אפן ווינטער. 

פלוצעם האָט ער דערהערט, וי הונדערטער טריט קנעטן די ליימיקע בלאָטע. איבערן וועג, 
לענגויס דעם ברעג, האָט פון דער גרױיקײַט זיך אויסגעשיילט א שווארצע מאכנע מענטשן, אויס- 
געווייקטע פון רעגן און אײַנגעבראָכענע פון קעלט. זיי זײַנען געגאנגען די קעפ אראָפּגעלאָזט, 
װי נאָך א לעװײַע, און שיקערע קוילעס, װי קנאקנדיקע בײַטשן האָבן אָפּגעהילכט אין דער 
גרויער לײידיקײַט און זיך אויסגעמישט מיטן הייזעריקן בילן פון בייזע הינט. און נאָך איידער 
איליאש האָט באוויזן זיך פאנאנדערקלײַבן, וועמען מע פירט, האָט עמעצער אים אריינגערוקט 
עפּעס אין די אָרעמס, אזוי גיך, אזוי פלינק... 

-- ראטעווע, איליאש! בליומע רופט מען זי... געדענק, בליומע... 

פון אונטער א שווארץ טיכל האָט א בלענד געטאָן א בלייך פּאָנעם. צוויי ברענענדיקע אויגן 
אָן טרערן, װײַטער גאָרנישט... ווען ער איז צו-זיך געקומען, איז די קאָלאָנע שוין געווען װײַט 
און אין זײַנע הענט איז געלעגן א פיצל קינד. עס האָט געשוויגן, גלײַך ס'װואָלט פארשטאנען, אז 
זײַנע אכט-נײַן כאדאָשים זײַנען אין א סאקאָנע. 

דאָס ערשטע מאָל האָט דער ספלאווניק איליאש דערפילט די שרעק פארן טויט. און ניט 
אזוי פאר זיך, װי פאר דעם אייפעלע, װאָס עמעצער האָט אים אָנפארטרױט. ער האָט געטראכט: 
גיין מיטן וועג צו זיך אהיים איז א געפאר, לאָזן זיך מיט די וועלדער, דארף מען עטלעכע מײַל 
אראָפּשװימען מיט א ספּלאוו אף אזא ווילדן צעבושעוועטן טײַך, װאָס קאָן יעדע רעגע פארשלעפן 
צו די שטיינעריקע אָפּגרונטן. און דאָך האָט ער אויסגעקליבן דעם טײַך: פאָרט א לעבן לאנג 
פארבראכט אף זײַנע וואסערן. איליאש וייסט דאָ יעדע וענדונג, יעדן פעלדז. ס'זאָל נאָר 
קויכעס סטײיען זיך צו אמפערן מיטן שטראָם. ער האָט אָפּגעבונדן איינעם פון די צוויי פליטן, 
פעסט צוגעטוליעט דאָס קינד צו דער ברוסט און זיך אװועקגעלאָזט אין סאמע מיט. דער טײַך 
האָט געזאָטן, באגאָסן איליאשן מיט קאלטע שוימיקע וואסערן, נאָר איליאש איז געשטאנען וי 
צוגעקאָװעט און מיט דער קערמע? געשפּאָלטן די פארנעפּלטע אויבערפלאך... 

דער אלטער האָט שער אָפּגעאָטעמט. זײַן קאָל האָט געכריפּעט, װי בא א מענטשן, װאָס 
וויל וויינען און קאָן ניט. 

-- פון דעמלט אָן זײַנען א היפּש ביסל יאָרן פארגאנגען. בליומע איז אויסגעוואקסן, און 
קיינער איז נאָך איר ניט געקומען. קיינער האָט דעם כויוו ניט אָפּגעמאָנט... 


אין שטוב איז געװאָרן אומהיימלעך-שטיל. צום אָפענעם פענצטער איז צוגעפאלן דער אָוװונט, 


צוגעפאלן מיטאמאָל, וי געוויינלעך אין די בערג. דער גאנצער הויף האָט זיך אָנגעפילט מיט 
א געדיכטער בלױקײַט, נאָר פאר די ביימער האָבן באוועגלאָז זיך געוואלגערט שווארצע שאָטנס. 


1 יא 
? וועסלע. 


54 


איליאש האָט געקוקט אין טונקעלן דרויסן, װי אף יענער זײַט װאָלט נאָך עמעצער געזעסן 
און אים אויסגעהערט. און ער האָט ניט באמערקט, װי קאמיל האָט אינגאנצן זיך געביטן. דאָס 
פאָנעם איז מיטאמאָל גרוי געװאָרן, לענגלעך און אײַנגעפאלן. די אױיסגעלאָשענע אויגן האָבן 
אָנגעהױיבן ברענען, װי בא א פיבערדיק קראנקן, און זײַנען פארגאָסן געװאָרן מיט א געדיכטער 
פײַכטקײַט. 

פלוצעם, וי ער װאָלט זיך געכאפּט, אז עמעצער קאָן קומען צונעמען בא אים זײַן טאָכטער, 
האָט דער אלטער אויסגערופן: 

-- איצט איז זי מייַן איינציקער אָנשפּאר אף דער עלטער!.. 

און אין א װויײַלע ארום צוגעגעבן: 

-- א שאָד, װאָס זי איז הײַנט פארנומען... קום אריבער מאָרגן, װעסטו ריידן מיט איר אף 
דײַן לאָשן, אף ענגליש. 

קאמיל איז געווען דערשיטערט פונעם אלטנס דערציילונג. ער האָט ניט פארשטאנען, װאָס 
ס'טוט זיך מיט אים: זײַן יוגנט, זײַן ליבע, די צעשיידונג, דער גוירל פון בליומען -- אלץ האָט 
זיך צונויפגעגאָסן איניינעם, זיך געדרייט ארום אים, װי אין א ווילדן וויכער. מאָדנע געדאנקען 
האָבן זיך געפּלאָנטערט אין זײַן קאָפּ. מוטנע און ליכטיקע. ער האָט ניט געװוּסט, ויָאזוי זיי 
אָנצורופן,. עפעס שטארקע, ביז איצט אומבאקאנטע געפילן האָבן באהערשט זײַן געמיט. ער 
האָט געטראכט: אין אנדערע אומשטענדן װאָלט עפשער אָט דאָס יונגע מיידל, װאָס איליאש האָט 
געראטעוועט, געווען זײַן טאָכטער, זײַן אייגן קינד, און ער האָט ארויסגעבראכט אף די ליפן די 
וויכטיקסטע, איינציקע, אָפּגעריסענע ווערטער, נאָך וועלכע קיין שום אנדערע זײַנען שוין ניט 
נייטיק: 

-- ס'איז מײַן טאָכטער, איליאש! 

אין זײַן צעברויזט געמיט האָבן זיך צעפלאקערט פונקען פון אן אױסגעלאָשענעם כאָלעם. 

ער איז געווען מער וי זיכער, אז דאָס איז בליומעס טאָכטער. און פון הײַנט אָן וועט ער 
איר דינען, װי א פאָטער. יעדע האָפענונג צו זען זײַן אמאָליקע בליומע איז לאנג צערונען גע- 
װאָרן. איצט האָט זי זיך פלוצעם אנטפּלעקט פאר אים יונג, שיין, אזא האָט ער זי פארלאָזט מיט 
דרײַסיק יאָר צוריק. קיין אנדער בליומע האָט ער אינגאנצן ניט געקענט. און ער האָט זיך 
צוגעבויגן צו איליאשן און מיט א בעטנדיק קאָל ארויסגעזאָגט: 

-- כ'האָב יאָרנלאנג זי געזוכט... צוליב איר האָב איך די װײַטע רײַזע געמאכט... מער 
האָב איך קיינעם ניט אף דער גאָרער וועלט... וועסט מיר אָפּגעבן דעם כויוו, איליאש? 

ס'איז געווען קימאט וי א יאָמער, זײַן שטים איז געווען צעבראָכן. 

דער אלטער ספּלאוניק האָט זיך פארטראכט... 


צוריקגעקומען אין האָטעל איז קאמיל ברעגער שפּעט באנאכט. ס'איז געשטאנען א שווערע, 
טויבע שטילקײַט, גלײַך פון די שכיינישע צימערן זײַנען אלע זיך צעפאָרן. ער האָט ניט אָנגע- 
צונדן קיין ליכט, אין דער פינצטער אױסגעטאָן דעם מאנטל, אופגעהאנגען אף אים זײַן בערעט. 
עס האָט אויסגעזען, װי מיטן פּאָנעם צו דער וואנט שטייט נאָך א מענטש, שטייט באװעגלאָז 
און פארטיפט, און קאמיל פרעגט זיך נאָך בא אים: ו 

-- וי מיינסטו, מ'וועט דערלויבן מיר צו בלײַבן?.. כ'וועל טרײַבן ספלאוועס... כ'לעבן, 
כ'האָב עס נישט פארגעסן. 

זײַן הארץ האָט זיך א וויג געטאָן פון עפעס א ווארעמען קלאפ. 

ער האָט אופגעעפנט דאָס פענצטער, און די נאכט, פול מיט סוידעספולע קלאנגען, האָט 
געצערטלט זײַן פריצײַטיק אלט געװאָרן פּאָנעם. זײַן מויעך האָט צונויפגעלייגט ווערטער פאר 
א מאָרגנדיקן גרויסן און וויכטיקן געשפּרעך. 

און װײַט אף יענער זײַט בארג האָט דער טונקעלער הימל אופגעדעקט א ברייטן זילבערנעם 
פאס ליכט. 

א נײַער מאָרגן איז געבוירן געװאָרן... 


שוין 40 יאָר, װי דער נאָמען פונעם דיכטער 
מענדל ליפשיץ קלינגט אין גרויסן כאָר פון דער 
ייִדישער סאָװעטישער פּאָעזיע, אין װעלכער ער 
האָט ארײַנגעטראָגן א באדײַטנדיקן צושטײַער. 

זײַנע לידער-זאמלונגען אף ייִדיש, רוסיש און 
װײַסרוסיש האָבן שטענדיק ארויסגערופן א טיפן 
אינטערעס בא די לייענער. 

איצט, װען דער דיכטער װערט א בען-שישים, 
װוינטשן מיר אונדזער טײַערן פרײַנט געזונט און 
נײַע שעפערישע דערפאָלגן. 


6 


מענדל ליפשיץ 


די גאנצע וועלט 
נ'האָב ליב 


איך בין דאָך אזוי גרויס, אז גרעסער 
כ'קאָן ניט ווערן. 

איך בין דאָך אזוי קליין, אז קלענער 
כ'קאָן ניט זײַן 
עס איז מיר קנאפ די שײַן פון אלע הימל- 
שטערן, 

עס איז גענוג פון ערד-גרונט מיר א 
טראָפּן שײַן. 


איך כאזער איבער זיך אליין און נאָך 
וועמען מיסטאמע, 

כ'פארלויף דעם וועג אי זיך, אי מײַנע 
אלע פרײַנט, 

פון אלע אָפּגרונטן איך זאמל אוף די 
פלאמען, 
פון אלע מאָרגן-נעכטנס כ'בוי זיך אויס 
מײַן הײַנט. 


דאָס אלץ, װאָס איז געווען, איך היט אין 
מײַן זיקאָרן, 

דאָט אלץ, װאָס דארף נאָך זײַן, זיך אין 
מײַן זינען מאָלט, 


און ס'איז די וועלט מיר נײַ, װי איך 


װאָלט ערשט געבאָרן, 
באקאנט איז מיר די וועלט, וי זײַן דאָ 
אײביק כ'ואָלט... 


אף װאָס באדארף איך האָבן גאָלד 
צי קאָסטבארע פּאפּירן? 

א טײַבעלע האָב איך געװאָלט 

בא זיך אין שטוב פארפירן. 


ס'האָט גאָלד קיין פיס ניט אף צו גין, 
קיין פליגל אף צו פליִען, 

א טײַבעלע איז מילד און שיין, 

צו זיך עס הימלען ציִען. 


נאָר אין פּאָליעסיער קאנט אין געסט, 
זיי קומען אף א װײַלע: 

אין פרילינג בויען זיך א נעסט, 

אין הארבסט צוריק זיך אײַלן. 


און נאָר פארליבטע, שטילערהייט 

אין וואלד זיי װאָרקען זומער. 

איז גרויס געווען דערפאר מײַן פרייד 
א טײַבעלע באקומען. 


א טײַבעלע א ווילדס פון באָר 
האָט מיר געבראכט דער טאטע, 
און ניט צו אויסזינגען איז גאָר 
מײַן סימכע-גליק, מײַן פלאטער. 


א טײַבעלע האָט מיר געבראכט 
דער טאטע פון די באָרן... 

און ס'איז אדורך פון דאן א נאכט, 
א װאָך, א כוידעש, יאָרן... 


און ניט איך װוּנדער זיך, איך גלייב: 
ס'איז מיר פון דאן פארבליבן --- 

ניט ליב האָבן קיין גאָלד --- קיין שטויב, 
נאָר טויבן זאָל איך ליבן. 


סּ סּ סּ 


?איך בענק נאָך פריינט", -- האָב איך 
אמאָל געזונגען. 
די בענקשאפט שטארקער ווערט פון טאָג 


צו טאָג. 
כ'וויל אײַנרײדן מײַן הארץ, אז כ'בין א 
יונגער, 
אז גרינג איז מיר די בענקשאפט, װאָס 
איך טראָג. 
מיט יעדן טאָג זי טראָגן ווערט מיר 

שווערער, 

די פרײַנט זײַנען דאָך אָפטער אין דער 
װײַט, 


און זייער אויער װועט ניט קאָנען הערן, 
צי רעדט צו זיי מײַן הארץ אָדער עס 


שרײַט, 

כ'וויל אָנקוקן די פריינט מיט מיינע 
אויגן, 

כ'וויל בוילעט שפירן זייער קאָל און 
װאָרט, 
נאָר אין דער לענג און ברייט דו מעגסט 
זיך לייגן, 

װועסט אלע פריינט ניט אויסהערן דאָך 

פאָרט, 


ניט פילן זיי מיט אלע דײַנע כושים, 
װי ס'פילט א טײַך די בלענדנדיקע טיף. 
איז בעט איך, פרײינט, אײַך זייער: שיקט 
מיר גרוסן 

און שרײײַבט מיר אָפטע לאנגע, גוטע 
בריוו, 


ן 


: 


אף ריזיקע לייטערס, 
פון טויזנטער טרעפ, 
וי ועװוריקעס פלינקע, 
שפּרינגען די יאָרן. 


אין ווינטער פארשנייטן 
מיך פרייט, װאָס איך לעב. 
װאָס מײַן טײַערע פרוי 
האָט א זון מיר געבאָרן. 


װוּ איז זי, די ליבע? 

וי הייסט יענער ברעג? 
און ווער האָט געזונגען 
פון ליבע-ליכט ריינער? 


ס'איז אלצדינג אריבער, 

און אלץ איז אוועק, 

און איך בלײַב א רעגע 
פארשטומט און פארשטייגערט... 


אף ריזיקע לייטערס, 
פון טויזנטער טרעפּ, 
וי וועווריקעס פלינקע, 
שפּרינגען די יאָרן. 


ניט יענע דערפרייטע, 
א צווייטע עס האָט 

מיר א זון, מיר א גליק, 
מיר א יוירעש געבאָרן. 


אין ווינטער פארשנייטן 
מיך פרייט, װאָס איך לעב, 
װאָס ס'גייען, און ס'גייען, 
און ס'גייען די יאָרן... 


מײַן פרוי איז א צווייטע, 
מײַן זון איז א צווייטער, 

צי בין איך אליין 

ניט קיין צווייטער געװאָרן? 


און װוּ איז די ערשטע? 
און װוּ איז דער ערשטער? 
און ווו איז דאָס ערשטע? 
צעווייט און אנטרונען?. 


אף צענדליקער ווערסטן, 
אף הונדערטער ווערסטן, 
אף טויזנטער ווערסטן 

דאָס גליק זאָל נאָר קומען... 


וויי אין לעבן כ'האָב גענוג, 
ווער ס'געווינט דאָ, דער איז קלוג. 
איך געווין דאָך זייער זעלטן, 

סײַ אין היץ און סײַ אין קעלטן. 
בלײַבט מיר איבער נאָר דער ויי, 
נעם איך מיט אים און איך גיי... 


רײַך זײַנען געגנטן היגע 
מיט קאנט-כאכאָמים א סאך. 

(איך האלט פון זי זיך קליגער, 
דאָס איז א באזונדערע זאך.) 


איך קלײַב זיך דער וועלט ניט 


דארפסטו א פּראָזאיקער וװוערן, 
נאָר גאָט מיך פון פּראָזע באהיט. 


די שורעס, װי פעלדער 

צעשפּרײטן, 
אריינעמען הארב אין זיי אלץ; 
דאָס מיסט און די דופטיקע קווייטן, 


' * ' - דעם אָפּפאל און אויכעט די זאלץ. 
מײַן שארפזין, מײַן טיפזין --- קיין 
האָר, איך וויל זיך מיט דעם ניט 


די וועלט איז מיט ענלעכע שפּײַזן 
שוין זאט, איבערזאט ביז גאָר. 


דערצו נאָך, קעדיי צו דערקלערן, 
דערװײַזן דעם זינבלענד געניט, 


פארנעמען 

און ס'איז מיר דאָך אד-בעלי-דײַ, 
אז דו זאָלסט אליין אנערקענען 
מײַן טרויער, און דאן בין איך 

פרײי. 


װאָלט מיך גאָט פארשאָלטן, װאָלטן וויסן אלע. 

אז געבענטשט פון גאָט כ'בין, וויל ניט וויסן קיינער. 
קום איך צו די גאסן, וי צו טיפע קוואלן; 

העלפט מײַן טרויער שטילן, זאָל מײַן הארץ ניט וויינען. 


איבער בערג און טאָלן, פעלדער גרינע, בלויע, 
איבער טײַכן פלינקע, גרינע, ברייטע גאסן 


פרעגן מיך די פריינט, פונוואנען קומט מײַן טרויער, 
אז מיט מענטשן ליב כ'האָב ווערטלען זיך און שפּאסן. 


איבער סטעפּ און פעלדער טײַכן זיך צעגיסן, --- 
װאָלט מיך גאָט פארשאָלטן, װאָלטן אלע וויסן. 

אז געבענטשט פון גאָט כ'בין, וויל ניט וויסן קיינער, 
בלאָנקע איך אין גאסן איינער, איינער, איינער. 


בעסער כ'װאָלט ניט וויסן פון קיין שפּרוך, פון װוּנדער, 
בעסער װאָלט מיך גאָט אינגאנצן שוין פארגעסן. 
כ'ידארף ניט אזא בראָכע --- זײַן פון פאָלק באזונדער. 
גיין מיט אים צוזאמען --- כ'וויל פארפלוכט זיַן בעסער. 


וי פארן שלאכט עס ווילט זיך מיר איצט זינגען, 
א דורשט אזא בא מיר אין הארצן ברענט, 

אז קנאפּ מיר ווערט דער פאָך פון מײַנע הענט, 
אז שווער מיר ווערן פון מײַן שטוב די ווענט 
און נאָר די ליד אליין קען מאכן גרינגער... 


איך זינג באטאָג, פארפרי, באנאכט, אין כאָלעם 
און אומעטום, װוּ כ'שטיי און גיי, איך זינג; 
דער דורשט אין הארץ די שורעס שלײַפט און 
בינדט, 
דער װוינט פון גאס זיי לעשט ניט, נאָר צעצינדט. 


8 


און איין ליד צווינגט די צווייטע --- ווער 
געבאָרױ 


דו קאָנסט מײַן ליד דעם בליק, דאָס ליכט 

אנטפּלעקן, 
אויב דו האָסט נאָר ביז הײַנט אין דײַן רעשוס 
די קראפט צו זײַן א האנט, װאָס העלפן מוז, 
די מוט צו זײַן דער טוי, װאָס שטילט דעם 


ּ דורשט,, 
דאָס גליק צו זײַן דאָס איינציקע פארמעגן.. 


אמאָל אמאָל, 

ווען ס'האָט די וועלט נאָרװאָס אנטפּלעקט זיך 
דעם פּאָעט, 

כ'האָב מיט מײַן ליד געײַלט, 

וי אף א יאָמטעװ, ניט צו קומען שפּעט. 

און איצט, 

ווען ס'איז מײַן זון שוין גרויס 


איך האָב געלערנט זיך זינגען בא גאָלד-פעלדער 


זאטע 
און בא די וועלדער, ווען זון קלײַבט אין יאם זיך 
פארגיין, 

איך האָב געלערנט זיך זינגען באם רויש פון 
ווארשטאטן, 

דערפאר איז דער ניגן --- מײַן שטוב און מײַן 
היים. 


איך האָב געלערנט זיך זינגען בא ברויזיקע גאסן, 
ווען דער האמוין, גרייט צו טאט, פון זײַן רו גייט 


ארויס, 
און בא די שטילע כאלופעס, װי ריטשקעלעך 
וואסער, 
כ'האָב זיך געלערנט. דערפאר איז דער ניגן -- 
מײַן הויז. 


ריזיקע סימכעס מיך האָבן געלערנט: ,זײַ 
מויכל". 

ריזיקער פּײַן האָט געפאָדערט -- זאָלסט מויכל 
ניט זײַף 


און זאָל מען מיך באלוינען, ניט באלוינען. 
מײַן לוין -- מײַן הארץ --- אין זיך א ועלט 
באהאלט, 
מע דארף אין לעבן זיך צו אלץ געווינען, 
אפילע צום געדאנק, אז דו ווערסט אלט. 


א פרײַנט איז ניט געזונט, 

א ברודער איז באליידיקט. 

גליט אין מײַן אויג א װוּנד, 
ברענט אין מײַן ברוסט א ווייטעק. 


ווען דער וועג פונעם לעבן ווערט קירצער 
און העכער די הימלען, און ריין, 

ווען דו הערסט אוף מענטשן צו אירצן 

און דיך נעמט מען אירצן אליין; 


ווען ליכטיקע, דורשטיקע טרוימען, 
א פלאמיקן גרוס שיקן דיר, 


סּ 


און בענקט אליין נאָך ליכט און גליק, 

האָב איך געוויס דאָך אײַלן זיך געמעגט 

צו אויסזינגען מײַן ליד. 

נאָר גראדע איצט, 

נאָך פלאמענדיקן, צײַט:צעשמעטערדיקן פלי, 
ווען גרוי עס איז מײַן קאָפ, 

איך זאָג: ס'איז פרי, ס'איז אלץ נאָך זייער פרי. 


יעדער באזונדער געהאט האָט זײַן זין און זײַן 
סייכל, -- 
כ'האָב פון ביידן געטרונקען דעם שיקערן װײַןף 


און װאָס איז שײַעך מײַן לייד און מײַן אייגענעם 
צאָרן, 
איז קורץ מײַן זיקאָרן אף שלעכטס, און װעסט 
גאָרנישט ניט טאָן, 

נאָר װאָס איז שײַעך מײַן פאָלק און מײַן 
לאנד, --- מײַן זיקאָרן 
היט עס בא זיך, וי דער קריגער אין שלאכט היט 
די פאָן. 


גיי איך מיט מוט און מיט סינע, מיט שמייכל פון 
מ'כילע, 

מיט פונקען פון פרייד און העלישן פּײַער פון 
צאר. 

ביז גרױיקײַט יונג, ביז צום שרײיען אן אומענד- 
לעך-שטילער, 

און פעלד און וואלד, שטאָט און רויש איז מײַן 
ניגן דערפאר... 


ס 
ניטאָ איז פון געדאנק קיין אורטייל שארפער, 
און גוט איז, אויב דײַן קאמף האָט ער באלוינט. 
צו אלץ אין לעבן זיך געװוינען דארף מען, 
אפילע זײַן צו גאָרנישט ניט געוווינט. 


די גאנצע וועלט כ'האָב ליב, 

און ס'ווערט די וועלט נאָך ליבער, 
װײַל ס'איז מיט איר געקניפּט 
מײַן פרייד און מײַנע לידער. 


נאָר ס'קומט פונעם אָוואר דער שוימער.-- 
דערמאָנונג דיר עפנט א טיר, -- 


דאן נעמסטו, וי פּלאסטן, צעלייגן 
די יאָרן, א ריי נאָך א ריי, 

און גליק טוט א בליץ פאר די אויגן, 
און עפּעס טוט באנק דיר און וויי... 


מײער יעלין 


פרידריך ניטשעס קָאָרבן 


כ'האָב אָקאָרשט פארענדיקט א גרעסערע ארבעט, װאָס האָט מיך געהאט אריבערגעטראָגן 
צום שוידער פון דער היטלעריסטישער אָקופאציע אין ליטע. אווצטקשטעלנדיק אינעם קסאויאד 

דעם לעצטן פונקט, האָב איך באשלאָסן: גענוג, גענוג גרויל:! ארום פולסירט א פ ר יק, פול- 
בלוטיק לעבן, ארום -- א שלאל פון פרעכטיקע דערשיינונגען און װוּנדערלעכע מענטשף מע 
דארף אן אקער טאָן מיט דער פען די פּלײינען פון אונדזער הײַנטצײַטיקײַט, לאָזן א פלאטער 
טאָן די פאנטאזיע איבער די ראכוועסן פון דער ארומיקער וװאָר. 

אָבער די שטיפערקע-נאטור האָט אָפּגעטאָן א צולאָכעס און... ארײַנגעלײגט מיך אין 
קראנקנהויז. 

;איצט, -- מאך איך דעם לאָגישן אויספיר, -- ווילנדיק ניט ווילנדיק וועסטו מוזן א געוויסע 
צײַט ,נעמען אורלויב" פון אלע שרייבערישע איניאֲנים. ס'וועלן דיך אָפּצוימען פון לעבן פיר 
פאלאטע-ווענט". 

כ'האָב אָבער א טאָעס געהאט. פאר די אויגן האָט אומגעריכט זיך אנטפּלעקט א נײַע טשי- 
קאווע וועלט. מענטשן אין װײַסע כאלאטן און אין שפּיטאָל-פיזטאמעס -- אן עמעסער קאלי- 
דאָסקאָפּ פון כאראקטערן און גױראָלעס. און טעמעס, טעמעס! איינע האָט אויסגעפורעמט זיך 
דאָ אף אן אָרט, געבליבן איר אָנטאָן א ליטערארישן לעוווּש, פארשרייבנדיק אלץ געוויסנהאפט. 

אָבערּ... ווידער פונעם היטלעריסטישן אָקופּאציע-פעריאָד. 

כ'ליג אין דער שפּיטאָל-פּאלאטע נאָך אן אָפּעראציע. בישכיינעס -- א ליידיק בעט. זויבער 
און זאָרגעװדיק פארבעט, צוגעדעקט מיט א בונטער קאָלדרע. צוויי אופגעשלאָגענע קישעלעך, 
באצויגענע מיט שניי-װײַסע ציכלעך, טאָרטשען אין דער מיט פונעם געלעגער, װאָס ווארט אף 
א נײַעם קראנקן. ער וועט עס זײיַן? װאָס פאר א צאַרע װועט אים ברענגען אהער? 

פארנאכט-צו האָט זיך באוויזן אין דער טיר פון דער פאלאטע א נידעריק, מאָגער מענטשל 
אין ברייטע פיזשאמע-הויזן און אין גרויסע שטעקשיך. מיט אופגעריסענע אויגן איז ער געבליבן 

שטיין אוגעם אריינגאנג, װוי ער װאָלט ניט געקאָנט אריבערטרעטן די שוועל. אים צוהילף איז 

געקומען א קראנקן-שוועסטער. נעמענדיק דעם דערשראָקענעם כוילע אונטערן אָרעם, האָט זי 
אים צוגעפירט צום פריש-פארבעטן געלעגער. 

דער נײַער קראנקער האָט אומרויִק געקערט אין די זײַטן זײַן אײַנגעדארט, זייער זויבער 
אָפּגעראזירט פּאָנעם. די אויגן זײַנע האָבן עפּעס אויסגעקוקט, געזוכט אן אויסוועג.. דאן איז 
ער פארשטארט געװאָרן מיט א צוגעשמידטן בליק צום אפּאראט פון פיזיאָלאָגישער נערונג, װאָס 
האָט דורך א גומי-שלאנג און אן ארײַנגעשטעקטער נאָדל אין א ווענע פון דער האנט געשפּײַזט 
אן אָקאָרשט אָפּערירטן שווער-קראנקן. 

מײַן נײַער שאָכן האָט לעסאָף אָפּגעריסן דעם בליק פון דעם דאָזיקן בילד. א קרעכץ טוענ- 
דיק, זיך צוגעזעצט אפן ראנד פון זײַן בעט, צוגעזשמורעט די אויגן און גענומען איינשרומפן 
זיך, װוי וועלנדיק באהאלטן זיך אין דער צו גרויסער פאר אים פּיזשאמע. 

כ'האָב געפונען פאר מײַן כויוו אָפּװוענדן דעם שאָכנס אופמערקזאמקייט פון דעם ארום, 
װאָס האָט, וי ס'איז געווען צו זען, אָנגעװאָרפן אף אים אן איימעס-מאָוועס, 

-- װאָס איז אײַך? -- האָב איך געפרעגט. 

דער נײַער קראנקער האָט א ציטער געטאָן, וי מע װאָלט אים אופגעוועקט פון דרעמל, און 
טייקעף זייער העפלעך גענומען דערקלערן: 

-- עפעס אין מאָגן, ליבער פריינט. עס ברענט דאָרט. ניט איך פארשטיי, און ניט די דאָק- 
טוירים... עפעס זוכן זיי, ווער ווייסט װאָס... --- נאָך א קורצער האפסאָקע האָט ער שטיל, קימאט 
סוידעספול צוגעגעבן: -- מײַנע טעכטער זאָגן אָבער, אז כ'בין פרידריך ני-טשעס קאָרבן... 

אזוי טאקע, זילבנװײַז האָט ער אויסגערעדט: ;ני-טשעס". 


0 


אָנגעשפּארט אינעם עלנבויגן, האָב איך זיך א ביסל אופגעזעצט, צו קאָנען בעסער אָנקוקן 
מײַן באל-שמועס. 

-- איר װוּנדערט זיך? -- האָט יענער זיך אָנגעכאפּט, ארויסשטעקנדיק פון דעם לויזן פּי- 
זשאמע-קראגן זײַן קאָפּ מיט די זאָרגעװדיק פארקעמטע שיטערע האָר. --- איר ווייסט ניט, ווער 
ס'איז דער דאָזיקער פרידריך ניטשע 

-- אָ, פארװאָס מיינט איר אזוי? איך ווייס גאנץ גוט, װער ס'איז דער אװטאָר פונעם בוך 
;אזוי האָט גערעדט זאראטוסטרא", װאָס ער איז אויסן געווען... 

דאָס מענטשל אנטקעגן מיר האָט כיטרע א שמייכל געטאָן: 

-- איר'ט מיר זייער אנטשולדיקן און האָט ניט קיין פאריבל, אויב כ'וועל זאָגן, אז איר 
האָט א טאָעס. ניין, קיינע זארוסטרעס צי זאראטרוסטעס. איך צווייפל, צי איר האָט געקענט דעם 
פעלדפעבל פרידריך ניטשע... אָהאָ, איז דאָס געווען א פויגל! צוליב אים, מיסטאמע, האָבן מיר 
זיך דאָ געטראָפן... 

דעם נײַעם קראנקן האָט מען ניט געדארפט ציִען פאר דער צונג. וי לעכצנדיק ארויס- 
רײַסן זיך פון דער דריקנדיקער שפּיטאָל-אטמאָספער, האָט ער זײַנע געדאנקען א ווענד געטאָן 
צו דער פארגאנגענהײַט און דערציילט א געשיכטע, אייגנטלעך -- זײַן ,קראנקן-געשיכטע". 


יאגעמליבן האָט זיך דערפון, װאָס כליאָפּטשענדיק באָרשטש, האָב איך אראָפּגעשלונגען 

א לאָרבער-בלעטל. מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אז ס'האָט זיך צוגעקלעפט צו א ווענטל פון מאָגן 
און גענומען אס ברענען מיט א העליש פײַער. אָבער די דאָקטוירים אקשענען זיך, וי צונויפ- 
גערעדט: , דאָס בלעטל איז דאָ גאָרניט שולדיק". זיי ווייסן זיך איינס: טוען א טאפּ, א קוועצטש, 
נעמען בלוט, מאכן אנאליזן... אָבער ריכטיק אויסהערן... און פארװאָס טאקע זאָלן זיי מיך ניט 
אויסהערן וי ס'באדארף צו זײַן און אלץ פארשרײַבן אין זייערע דאָקומענטן? איר פארשטייט, 
צוליב דער קרענק האָבן מײַנע הענט גענומען אונטערציטערן. אָבער די צונג, גאָט צו דאנקען, 
באוועגט זיך אָן שטערונגען, און אפן זיקאָרן קאָן איך זיך אויך ניט באקלאָגן. איר פארשטייט, 
אונדזער פאך איז שוין אזא, אז אויסטער דער האנט, וועלכע דארף לײַכט פירן דאָס גאָלמעסער, 
װי א פידלער זײַן סמיטשעק, דארף פלינק מאָלן די צונג. א פיקאנט געשיכטעלע, א געזאלצן 
אנעקדאָטל געהערן צו דער גוטער באדינונג פונעם קליענט. נו, איר שטויסט זיך שוין אָן אז 
כ'בין א פאריקמאכער. און אלע מײַנע קלאָגן שטאמען פונעם דאָזיקן פאך און, אויב מײַנע טעכ- 
טער זײַנען גערעכט, פון יענעם פרידריך ניטשען, א רועך אין זײַנע ביינער... 

דער דאָזיקער פעלדפעבל האָט זיך באוויזן בא אונדז אין אָנוטישקיס נאָך דעם, װי היט- 
לערס גרינע היישעריקן, אײַלנדיק אף מיזרעך, האָבן זיך אדורכגעטראָגן איבערן שטעטל. ער, 
דער פעלדפעבל, און עטלעכע געהילפן זײַנען אָפּגעשטאנען פון זייערע האָרדעס און געבליבן 
הערשן איבער אונדז. ארום האָט זיך געטאָן כוישעך. א טייל פון דער באפעלקערונג -- צעלאָפן, 
די געבליבענע ייִדן -- אױיסגעשאָסן. דער רעשט אײַנװױינער האָט מוירע ארויסשטעקן די נאָז 
פון זייערע שטיבער. עס בושעווען די אָנגעלאָפּענע ניטגוטע. אויך אונדזערע אָרטיקע באנדיטן, 
ארויסגעקראָכענע פון זייערע נאָרעס, העלפן קוילען, ראבעווען. פון די דרײַ שטעטלשע פּאריק- 
מאכערס בין איך באלד איינער געבליבן. כ'האָב אָבער ניט בעדייע צו עפענען די פאריקמאכערײי. 
כ'טראכט: מע דארף צוווארטן, מע דארף זען, װאָס דאָ װעט זײַן. א ביסל פּראָדוקטן איז אין 
שטוב פאראן. א ביסל געלט אויך. נאָר װוּ װעט מען לאָזן א פּאריקמאכער צורו. בערד, האָר אף 
די קעפּ וואקסן מילכאָמע-צײַט ניט לאנגזאמער וי אין פרידן. טרײַב איך די קליִענטן, באהאלט 
זיך פון זיי. 

נאָר איין פרימאָרגן... עס עפנט זיך אוף די טיר, און ס'באווייזט זיך א הויכער, מאָגערער 
דײַטשישער סאָלדאט. 

-- פריזער? -- טוט ער א טײַטל אף מיר מיט זײַן ביינערדיקן װײַזיפינגער. 

איך בין אויסגעוואקסן אין א קאונאסער פאָרשטאָט, װוּ ס'האָבן, זינט מענטשן געדענקען, 
געלעבט דייטשן. פלעגן מיר, קינדער, פּלױדערן אף דײַטש. כ'קאָן זאָגן, אז כ'רייד מיך צונויף 
אף דײַטש גאָר ניט שלעכט. און וען כ'האָב אף דער פראגע פונעם אומגעבעטענעם אוירעך 
געענטפערט, אז כ'בין טאקע א פאריקמאכער, האָט יענער באפוילן: 

-- אלזאָ, געגאנגען! גענוג געפוילט זיך! אינסטרומענטן מיטנעמעף שנעלער צום הער 
קאָמענדאנט! 

ניט געווען קיין בריירע. כ'פּאק צונויף מײַן קלאפּערגעצײַג, ווארף ארוף אף זיך דאָס בעסטע 
רעקל און לאָז מיך פירן. דער דײַטש -- פאָרויס, איך -- נאָך אים. מיר קומען צום שענסטן 
הויז אין שטעטל. װײַזט זיך ארויס, אז פון די פריערדיקע אײיַנװױנער איז קיין זייכער גיט גע- 
כליבן, און איבער די ליידיקע צימערן שפּאנט וואזשנע ארום א װיקסיקער און פולבלעכער דײַ- 


1 


טשישער מיליטערמאן, װי איך פארשטיי, -- דער קאָמענדאנט. מיר האָבן אים געטראָפן אינעם 
געראמען, שיין מעבלירטן עס-זאל. 

דער סאָלדאט, וועלכער האָט מיך געבראכט צו פירן, האָט זיך אויסגעצויגן װי א סטרונע 
און הילכיק א קנאק געטאָן מיט די אָפּצאסן איינעם אין אנדערן. דעם קאָמענדאנטס בליק איז 
אָבער געווען פארנומען מיט מיר. ער האָט מיך אָפּגעמאָסטן פון קאָפּ ביז די פיס. איצט זע איך 
אויס ניט פויגלדיק. אָבער דאן, מיט איבער צוואנציק יאָר צוריק... עמעס, כ'בין אויך דאן ניט 
געווען קיין פּארשוין, אָבער האָר --- א שעוועליורע, דאָס פּאָנעם -- רונד, פריש, די באקן --- פול, 
די נאָז ניט אזוי שפּיציק... 

ארויסשטעלנדיק זײַן ברוסט מיט דעם אריבערגעהאנגענעם זילבערנעם שנור, האָט דער 
קאָמענדאנט ענדלעך ארויסגעבורטשעט צו מיר אף דײַטש: 

-- פארשטייסטו, װאָס איך רייד? 

איך האָב א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ אף ,יאָ". דאן האָט ער ערנסט א פרעג געטאָן 

--- ליטאויִשעס שװײַן? 

כ'האָב ניט געװוּסט, ויאזוי צו ענטפערן אף דער פראגע, צי בין איך א ליטווישער כאזער. 
כ'האָב בלויז שולדיק א שמייכל געטאָן אָנשטאָט אָנשפּײַען אים אין פּאָנעם. און יענער שמייכל, 
וי איך זע, איז געווען מײַן אומגליק. דער קאָמענדאנט האָט אויך געשמייכלט: ער האָט דאָך גע- 
װוּסט, אז איך פארשטיי זײַנע רייד... דאן האָט ער מיר גענומען דערקלערן: 

--- זיי וויסן, אז פון איצט װעסטו האָבן די ערע צו ראזירן דעם געביטער פון אײַער כא" 
זערשן העק אָנוטישקען, דעם הער פעלדפעבל פרידריך ניטשע. 

און האָט נאָכאמאָל איבערגעכאזערט, איך זאָל פארגעדענקען: ;ניטשע". א רעגע אָפּגעווארט, 
האָט ער שארף מיך אָנגעקוקט און געזאָגט: 

--- פאָרלויפיק װועסטו דעמאָנסטרירן דײַן קונסט אף דער באָרד פון מײַן אדיוטאנט. 

עזאָגט און באקוועם אײַנגעמאָסטעט זיך אף דער סאָפע, קעדיי גוט קאָנען נאָכפאָלגן, װאָס 
דאָ וועט געשען. 

מײַן פּאריקמאכערשע נעשאָמע, א שטענדיק גרייטע צופרידנשטעלן קונדן, האָט מיך אונ- 
טערגעהעצט נויסע-כיין צו זײַן אויך בא דער דאָזיקער נײַער קליִענטור: כ'האָב גענומען ארוי 
דעווען. אראָפּגענומען פון דער וואנט א שפּיגל און אוועקגעשטעלט אים אף א שאפקע. דערזען 
א שטול מיט א הויכן אָנלען, טו איך אים א שטעל פארן שפיגל, לייג ארוף אף זײַן אָנלען א 
קישעלע, װאָס כ'געפין אף דער סאָפע. דאן האָב איך געבעטן הייס וואסער, האנטעכער און זיך 
פאנאנדערגעלייגט מיט מײַנע אינסטרומענטן. 

דער אדיוטאנט האָט אָפּגעשפּיליעט דעם קראגן און מיט א מינע, וי ער װאָלט געדארפט 
לייגן זײַן האלדז אונטערן כאלעף, זיך אנידערגעזעצט פארן שפּיגל. 

כ'האָב אים אָפּגעראזירט, באשפריצט מיט אָדעקאָלאָן... דער דײַטש איז אופגעשפרונגען 
א גליקלעכער, עפעס אומפארשטענדלעכס א האָלדער געטאָן צו זײַן האר, אויסגעצויגן זיך, ווי- 
דער א קנאק טוענדיק מיט די אָפּצאסן. 

דאן איז אליין דער קאָמענדאנט צוגעגאנגען און שװוער אראָפּגעזונקען אפן שטול. מיט 
קאלטע אויגן פון א פיש האָט ער אינעם שפיגל נאָכגעפאָלגט מײַן איטלעכן קער און וענד. 
ער האָט ניט געדארפט באומרויקן זיך, ס'האָט אין מיר זיך צעשפּילט דער ערגײַץ און דער 
ווילן צוליב טאָן מײַן באפעלגעבער. קווארט, -- האָב איך מיר געטראכט, -- איך על דיר 
װײַזן, װאָס ליטווישע כאזיירים קאָנען". 

כ'הייב אָן ראזירן דעם פאָרעץ לויטן דײַטשישן מעטאָד: מיט די פינגער צעשמיר איך אף 
זײַן פּאָנעם דעם ראזיר-קרעם, מוליע אים אײַן מיטן בערשטל, דאן װוידער מיט די פינגער צע- 
פיר איך די מילינעס איבער דער הויט. 

-- גוט געזייפט איז האלב ראזירט, -- זאָג איך אָפּ דאָס דײַטשישע ווערטל און דערשפּיר, 
וי מײַן קליענטס פּאָנעם צעפלאמט זיך פון פארגעניגן און זײַן קארק ווערט אָנגעגאָסן מיט בלוט. 

מיט א האנט, לײַכטער פון פּוך, האָב איך אים אָפּגעראזירט. דאן צוגעלייגט צו זײַן פּאָנעם 
א הייסן קאָמפּרעס. נאָך דעם א קאלטן און ווידער א הייסן. אײַנגעריבן די הויט מיט א פאר- 
מילכאָמעדיקן באלזאם-קרעם, באשפּריצט מיט אָדעקאָלאָן, לײַכט אײַנגעפּודערט. מיטן ברעג 
פונעם האנטעך פאָרזיכטיק אָפּגעװישט די צופיל אָנגעפּודערטע ערטער... 

מײַן קליענט איז נאָך אלץ געזעסן אן אָנגעצױגענער. ער האָט באטאפּט זײַנע באקן, א גלעט 
געטאָן די הויט קעגן די האָר. 

-- בראוואָ, בראוואָ: -- האָט ער לעסאָף אויסגערופן א צופרידענער. -- װועסט פון איצט 
זײַן אונדזער שײינקײַט-מײַסטער! -- און וי אין עפּעס זיך דערמאָנט, האָט ער א פרעג געטאָןף -- 
א נאָמען האָסטו? 


92 


-- קאָקאנאוסקאס, -- האָב איך אָפּגעענטפערט. 

-- קאָקא... קאָקא... -- האָט זיך צעשטאמלט דער דײַטש, עפּעס נאָכגעטראכט און ווידער 
צופרידן געמאָלדן: -- קאָקא װעסטו הייסן! דער פארשענערונג-מײַסטער פונעם דײַטשישן מי- 
ליטער -- קאָקא! 

אופגעשטאנען, אלץ נאָך קוקנדיק אף זיך אין שפיגל און באטאפּנדיק די הויט פון פּאָנעם, 
האָט ער מיר באפוילן קומען אין צוויי טעג ארום, פּינקטלעך אכט אינדערפרי. און נאָך צוגעגעבן, 
אז געוויינלעך ראזירט ער זיך יעדן טאָג, נאָר פאר אזא פאריפעשטן העק װעט קלעקן איבער א 
טאָג. צו װאָס רייצן די הויט? אין די רייד האָט ער מיר אויסגעשטרעקט א באנקנאָט. כ'האָב 
באדאנקט, צונויפגעפאקט מײַן קלאפּערגעצײַג און, טיף פארנייגנדיק זיך, ארויס. אפן גאס כאפ 
איך א קוק -- כ'האָב באקומען א פינפמארק-שײיַן! פאר צוויי אָפּגעסקראָבעטע מאָרדעס װעל איך 
קאָנען קויפן א קילאָ שפּעקי ניט שלעכט, עמעס? 

אף איבערמאָרגן צו דער באשטימטער שאָ בין איך ווידער באם קאָמענדאנט. ראזיר אים 
פלינק אָפּ און קלײַב זיך אוועקגיין. נאָר דאָ האָט ער א װוּנק געטאָן, כ'זאָל צוגיין צום טיש. דאָרט 
זײַנען געשטאנען צוויי גלעזער. בא איין גלאָז -- אן איי און א פינפמארק-שײַן. 

דער קאָמענדאנט האָט דאן ארויסגענומען פון בופעט א טונקעלע פלאש מיט א רוט עטי- 
קעטל און אָנגעגאָסן זיך קימאט א פולע גלאָז, מיר -- אן ערעך א פערטל גלאָז מיט פארבלאָזער 
פליסיקייט, 

-- דאָס איז א רוי איי, -- האָט ער מיך געװאָרנט, -- ס'איז אף אויסצושמירן די ווענטלעך 
פונעם האלדז און מאָגן. זופ אויס דאָס איי און טרינק אויס. 

כ'בין מעװולוול געװאָרן -- עפשער איז ער מיך מעכאבעד מיט סאם? שטיי איך א גע- 
פלעפטער. 

-- ס'איז גיפט, טרינק ניט! -- מאכט דער דײַטש און ליידיקט אויס מיט איין שלונג זײַן 
גלאָז, 

ס'איז מיר אומאָנגענעם. איך שעם מיך פּאָשעט. קער איך אויס מײַן פּאָרציע ביזן דעק און 
שפרינג אזש אונטער -- אזוי האָט עס מיר אָפּגעסמאליעט דעם גומען, דעם האלדז. כ'פארשטיי, 
ס'איז ספירט. אָפּגעכאפט דעם אָטעם, טו איך א קרעכץ: 

-- עס ברענט... 

צעשמייכלט זיך פריידיק דער דײַטש און זאָגט: 

-- גוט, זייער גוט, אז עס ברענט. עס דארף אויסברענען דעם מענטש. 

פארשטיי איך שוין גאָרניט. קוק אים אָן װי א טאם. אין קאָפּ נעמט שווינדלען, די קינבאקן 
באוועגן זיך, ס'ווילט זיך שמייכלען, לאכן. עפשער בין איך שולדיק, װאָס כ'האָב ניט אויסגעזופט 
פריִער דאָס איי. האָט אָבער מײַן גאסטגעבער אראָפּגעקערט א גאנצע גלאָז אָן א וועלכער-ניט-איז 
פאָרשפּײַז. כ'נעם אזש כוישעד זײַן, אז דער דײַטש האָט געמאכט וי יענער קונצנמאכער אין 
צירק: פון דער זעלבער פלאש אָנגעגאָסן איינעם מילך, דעם צווייטן --- רויטן װײַן... מיר, הייסט 
עס, ספירט, און זיך --- וואסער... 

יאָ, ליבער שפּיטאָל-קאָלעגע. איר קוקט מיך אָן פארװוּנדערט, אזוי איז עס געװען אין 
אָנהײב. דאן האָב איך נאָך ניט געטראכט, אז איך אליין װעל זיך אויסלערנען װײַזן ענלעכע 
קונצן... לאָמיר אָבער ניט פארלויפן די געשעענישן פאָרויס. מיר האלטן, הייסט עס, װי איך 
האָב אויסגעטרונקען דאָס ערשטע פערטעלע גלאָז ספּירט, װי ס'האָט מיר געברענט אין האלדז 
און װי כ'האָב שולדיק געשמייכלט צו דעם, װאָס האָט מיך מעכאבעד געווען. און יענער מאכט 
זייער שטאָלץ, זייער האָפּערדיק און זייער דײַטלעך, איך זאָל אלץ פארשטיין: 

-- זײַ וויסן, איך בין פרידריך ניטשע און איך זאָג דיר אלס מאכטהאָבער: אײַער אלעמענס 
פליכט איז צו זײַן בריקן! 

און אין די רייד נעמט ער שפאנען איבערן צימער, הויך הייבנדיק די פיס. געבליבן שטיין, 
האָט ער אין מיר אײַנגעשטאָכן בלוט-פארלאָפּענע אויגן און א דראָע געטאָן מיטן פינגער: 

-- פארשטייסטו, ווער איך בין? איך -- פרידריך ניטשע, און דו -- קאָקא!: קאקאָ באטײַט -- 
שלעכט, עקל. קאקאָפאָניע... דו און דײַנע לײַזיקע ברידער זײַט בלויז קאקאָס און בלויז שטיגף 
דערצאָרנט ניט די גרויסע מענטשן, וועלכע שטײַגן איבער אײַך! שטערט זי ניט! דערצאָרנט 
ניט! 

שרײַענדיק און פאָכנדיק מיט געבײַלטע פויסטן, האָט ער געהויבן זײַנע פיס, װי ער װאָלט 
געשפּרײַזט איבער טרעפ. ,אוי, -- פאלט מיר אײַן, -- ער איז פון זינען אראָפּ". איך כאפּ 
מײַנע מאכשירים, די פינף מארק און טראָג זיך אָפ. 

אז ס'האָט זיך אָנגערוקט דער קומענדיקער ראזיר-טאָג פונעם קאָמענדאנט, בין איך זיך 
מעיאשעוו: גיין צי ניט גיין? ס'א מוירע ניט צו גיין. אויך די פינף מארק איז א שאָד... 


3 


און אזוי איז יעדן איבערטאָג געװאָרן מײַן ערשטער קליִענט דער פעלדפעבל פרידריך 
ניטשע. איך ראזיר אים לוט אלע קלאָלים פון אונדזער פאריקמאכערישער קונסט. נאָך דעם 
טרינק איך אויס א רוי אי און פארװפּ מיט אן אלץ גרעסערער פאָרציע ספירט. אין א פאָר 
וואָכן ארום האָט זי דערגרייכט צו א פולער גלאָז, וועלכע איך האָב געמוזט איסליידיקן אין 
צוויי שלונג. אויך די צאָל איער איז אויסגעוואקסן: איינס צום אויסשמירן די ווענטלעך פון 
האלדז און מאָגן, א צווייטס צום פארבײיסן. מײַן דײַטש אָבער זשליאָקעט דעם ריינעם ספירט 
און פארבײַסט מיט די זעלבע פּלױדערײַען װעגן בריקן און שטיגן, וועגן אוינבערמענטשן און 
אונטערמענטשן. ער ויל מיך איבערצײַגן, אז איך בין בלויז אן אונטערמענטש -- ניט קין 
גאנצע מאלפע און ניט קיין גאנצער מענטש. דערצו בין איך בלויז א שטיג, איבער וועלכן ער, 
דער קאָמענדאנט, מוז אומבאדינגט שפּרײַזן און ערגעץ-ווּ אוועקשפאנען. איך האָב מיך צוֹגע- 
גע א צו די דאָזיקע מעשוגאסן און טראכט: ,כאפּט דיך דער טײַװל מיט אלדי ווילדע פּלאפּ- 

לערייען דײַנע. איך האָכ יעדן איבערטאָג א לײַכט פארדינסטל, טרינק גוט אויס. װאָס קאָן 

מען זיך נאָך ווינטשן?* 

איר ווייסט, מיר האָט אָנגעהויבן געפעלן ווערן דער טרונק. דעם עמעס געזאָגט, קיין צא- 
דיק בין איך קיינמאָל ניט געווען. אף א סימכעלע אָדער נאָך א לעװוײַע פלעג איך מיט פארגע- 
ניגן מאכן א שנעפּסל. אָבער איצט האָט מיך שוין יעדן טאָג געצויגן צום ביטערן טראָפן. דעם 
סאָג, ווען כ'האָב ניט ראזירט מײַן דײַטש, האָב איך שוין געמוזט אויסגעבן אף בראנפן די 
פארדינטע פינף מארק. 

מײַן װײַב, װי אלע אומצופרידענע װײַבער, האָט גענומען קערן װעלטן; איך מאך זי אומ- 
גליקלעך, מאך זיך אומגליקלעך, איך װוער א שיקער.. דערקלער איך איר אזוי און אווי, נאָר 
איין מאָל א טאָג, נאָר אינדערפרי און נאָר מיט איין גלאָז שווענק איך דורך מייַן גאָרגל, די 
האנט זאָל זײַן פלינקער און די שטימונג זאָל זיך פארבעסערן... 

אָ, װאָס פאר א צײַט איז דאן געװועף מע האָט געמוזט מיט עפּעט שטילן דעם הארצוייטעק 
און די זאָרג, וועלכע האָבן מאמעש צעמאָלט דאָס געזונט. וי זאָלסטו, מענטש איינער, ניט טריג- 
קען, אז מע האָט אין שטעטל גענומען מיך רופ היטלעריסטישער באָרד-גאָלער, טעלערלע- 
קער... און מײַן פעלדפעבל איז דאָך ניט געווען פון די ערגסטע, כאָטש ער האָט אָז אוכהער 
געטײַנעט, אז איידער איך ווער פארוואנדלט אין מיסט, מוז איך זײַן א בריק און א שטיג, איבער 
וועלכן זיי, די גערמאנען, וועלן אװעקשפּאנען אהין, װוּ עס הויזט עפעס אן אויבערמענטש, וועל- 
כער מוז הערשן איבער דער וװעלט.. װאָס קאָנסטו מאכן, א טשודאק, א מעטורעף אזא. סע 
טרעפן זיך אזוינע. 

רעגירט האָט ער אין אונדזער אָנוטישקיס ניט לאנג. אומגעריכט האָט עס אים אוועקגע- 
טראָגן צו אלדי רוכעס. כ'האָב אפילע ניט באוויזן אים אָפּראזירן. יע איז װוי אין דער ערד ארײַן, 
איבערלאָזנדיק מיר אן אומגעשטילטן דאָרשט נאָכן סארפעדיקן וואסער 

און אף זײַן אָרט האָט אונדז דער אלמעכטיקער אראָפּגעשיקט א ברוינהעמדלדיקן, וזױיכ, 
כמורע-שװײַגנדיקן גאזלען. ניט קיין פעלדפעבל, נאָר א שארפיורער, װאָס האָט קאָנטיק מוירע 
געהאט אונטערשטעלן זײַן האלדז אונטער דעם גאָלמעסער פון א ,ליטװוישן כאזער". ער פלעגט 
זיך, אפּאָנעם, אליין מיט עפּעס א ריב-אײַזן שקראבען די באָרד און איז ארומגעגאנגען מיט 
צעדראפּעטע באקן און א פארבלוטיקטער גאָמבע. בלויז יעדע צויי װאָכן האָב איך געהאט די 
זכיע אים ארומשערן לויטן ,דײַטשישן פאסאָן". און אָן א וועלכער-ניט-איז באלוינונג. א צינא- 
רעט פלעגט ער אמאָל צוּווארפן, און דאָס גאָר. 

זעט איר, װאָס איז געשען. דאָ ניט לאנג בין איך געווען עפּעס א בריק, עפעס א שטיג, 
זאָל זײַן בלויז א קאָקא. אָבער איצט בין איך פארוואנדלט געװאָרן אין גאָר גאָרנישט. פאר- 
שװװוּנדן די גלאָז ספירט, װי ניט געווען. און מע האָט דאָך געמוזט מיט עפעס שטילן די נאָגע- 
ניש, די בענקשאפט אין הארצן, לעשן דעם דאָרשט כאָטשבי מיט סאמאָגאָן. און אז דו טרינקסט 
אויס, מוזטו שוין פארבײיסן... איר קוקט ניט, װאָס איצט בין איך דאר וי א שפּאָן. די קראנקײַט 
האָט מיך ארומגעהריזעט. און געהאט האָט זי א גאנץ פעטן ביסן. 

נאָר ווידער פארלויף איך די געשעעניש. זאָגט אליין, ליבער פאלאטע-שאָכן מײַנער, װי 
נעמט מען ניט צו די ליפּן, בייס די היטלעריסטן מאכן אָבלאװועס, כאפּענישן, פירן דורך רעק- 
וויזיציעס, פארשיקן מענטשן אף קאטאָרגע און הענגען עפנטלעך װידערשפּעניקע? ס'פלעגט 
פּאסירן: הײַנט רעדסטו מיט א מענטשן, און מאָרגן איז שוין דער מענטש ניטאָ.. דער דאָזי- 
קער שארפיורער, וועלכן איך פלעג יעדע איבערװאָך שערן, האָט געבושעװועט, װי א פּעסט. 
פלעג איך זיך דערמאָנען אין פרידריך ניטשען, װי ער האָט מיך דורך זײַנע בריקן און שטיגן 
פארמאניעט אהין, װוּ ס'ווערט לײַכט אפן הארצן, װוּ דו פארגעסט אין אלע צאָרעס און פילסט 
זיך גליקלעך. 


4 4 


מע האָט געמוזט טרינקען --- פון פארדראָס און צוֹליב דרײיסטקײַט. כ'וועל אײַך פארטרויען 
א גרויסן סאָד. נאָר, אייגנטלעך, װאָס פאר א סאָד איז עס איצט: כ'האָב עפשער א האלב יאָר 
אויסבאהאלטן בא מיר אפן בוידעם א ייִדישקע. די טאָכטער פון אונדזערן א שאָכן. זי איז אנט- 
לאָפן פון גרום... אויסבאהאלטן אזוי לאנג, ביז זי האָט זיך צונויפגעשמעקט מיט וואלד-מענטשן. 
און אָט װעל איך אײַך דערצײילן א צווייטע געשיכטע, װעט איר פארשטיין, אז אָנזשליאָקען זיך 
האָט מען אָפט געמוזט. 

אין איינעם א שיינעם זומער-טאָג איז צו מיר אין שטיבל, װאָס איז געשטאנען באם סאָף 
שטעטל, אריינגעפאלן אן אָפּגעריסענער, אָפּגעשליסענער, וילד-פארוואקסענער, מיט אין 
װאָרט -- א פארדעכטיקער כעוורעמאן. נאָך אים -- א צווייטער, אויך פונקט אזא. און א דרי- 
טער. גאנצע פינף האָבן זיך ארײַנגעשטעלט. פון אונטער די רעקלעך ציִען זיי ארויס ווער א 
רעװאָלװער, װער א דײַטשישן אװטאָמאטישן פּיסטויל. איינער האָט אפילע ארויסגעשלעפט אן 
אװוטאָמאטל. 

-- זײַט געגריסט... זייער אָנגענעם... -- מאך איך א גוטע מינע, כאָטש עס ווארפט מיך א 
קאדאָכעס. --- מיט װאָס קאָן איך דינען? עפשער אָפּראזירן? 

און די אָרכִים דערקלערן מיר, אז זיי האָבן זיך פארזאמט אין וועג, האָבן איצט ניט וו 
אהינטאָן זיך און וועלן ביז ס'וועט פינצטער ווערן אײַנשטײן בא מיר. 

;נו, -- טראכט איך, -- ביסט, ברודערל, ארײַנגעפאלן. איצט איז דײַן סאָף?. כ'האָב מוירע 
פאר די דײַטשן, האָב מוירע פאר די אומגעבעטענע געסט. כ'בין כוישעד, ער דאָס זײַנען. האָב 
מוירע ארײינלאָזן זיך מיט זיי אין לאנגע מאכזאָקעס. דערצו באמערק איך, אז זיי טרויען מיר 
ניט. איינער פון זיי וואכט באם פענצטער. דער צוייטער -- בא דער טיר. די אנדערע בעטן 
עפעס איבערבייסן. איך נעם זיי מעכאבעד זײַן. שלאָג פאָר מאשקע... 

נאָר דאָ פאלט ארײַן מײַן עלטסטע טאָכטער מיט א יעלאָלע: ;דײַטש דײַטשן זוכן פארטי- 
זאנער!" איך וויל לויפן א קוק טאָן, אָבער די יאטן װאָרענען: ,ריר זיך ניט פון אָרט!* און טוען 
א דראָע מיטן געווער. אויך דאָס װײַנ מײַנס און די קינדער לאָזן זי ניט ארויס. זיי שטעלן זיך 
אוועק בא דער טיר, באם פענצטער און לויערן דורך א שפאלט אינעם פאָרהאנג מיט אָנגעלאָדן 
געווער. 

מייַן ווייב פאלט פאר זיי אף די קני: 

-- האָט ראכמאָנעס, שיסט ניט! די דײַטשן װעלן אונדז אלעמען דערהארגענען, װעלן די 
שטוב אװעקלאָזן מיטן רויך: 

מיש איך זיך ארײַ; 

-- איר זעט, כאוויירימלעך, מיר זײַנען אלע ארײַנגעפאלן. כ'לאָז אײַך אלס מאשקן מײַן 
גאנצע מישפּאַכע און מיך לאָזט ארויס צו די דײַטשן. מיט זיי װעל איך שוין דורכקומען. כ'בין 
זייער פאריקמאכער... 

אפאָנעם, ניט האָבנדיק קיין אנדער בריירע, זײַנען זיי מאסקים געווען. מיט א געמאכטער 
פרײילעכקײַט גיי איך אנטקעגן די היטלעריסטן און מאך צו זיי: 

-- געערטע הערן, ס'זײַנען דאָ פארבײיַגעגאנגען, יאָ, פארבײַגעגאנגען עפּעס אזוינע האָ- 
לעדראנצעס, און גאָר ניט לאנג. 

איך װײַז זיי, אין וועלכער ריכטונג זיי זײַנען קלוימערשט אוועק. גיב זיי אן אייצע, מיט 
וועלכן וועג מע קאָן זיי צום בעסטן אָניאָגן. מע זאָל מיר טרויען, שטעל איך זיך פאָר, װער איך 
בין... און װאָס מיינט איר, די מעכאבלים, עמעס ניט מיט גרויס כיישעק, האָבן פארקערעוועט 
אהין, וווּ כ'האָב אָנגעװויזן. 

ניט טוט ניט לעבעדיק אײַל איך אהיים און פרעג מײַנע כעװורעלײַט: 

-- ווילט איר עפשער מאכן פון די יעקעס א קאשע? 

די יונגען האָבן זיך אָנגעשפּיצט. כ'האָב זיי געייצעט דורכפּויזען אונדזער הויף, פארקריכן 
אין די קוסטעס און פון דאָרט אפן דערבײַיִקן בארג. פון דער צווייטער זײַט בארג, װי אף דער 
דלאָניע, װעט זיך זען א געשלענגלטעת וועג און די גאנצע טיטשקע פון יענע בלוט-הינט. 

אין א וועלכע פופצן מינוט ארום, אז עס נעמט דאָרט קנאקן, אז עס נעמט דונערו! ניט איין 
היטלעריסט האָט דאָרט אויסגעצויגן די פיס. און אויב עמעצער פון זיי האָט ארױיסגעטראָגן זײַן 
פעל, האָט ער בלויז געקאָנט באשטעטיקן, אז דעם שארפיורערס פאריקמאכער האָט ניט געזאָגט 
קיין ליגן, אָנװײַזנדיק, װוּהין די פארטיזאנער זײַנען אוועק... 

זעט איר שוין, מײַן ליבער פּרײַנט, װאָסערע זאכן ס'איז אויסגעקומען איבערלעבן. איז 
װי מאכט מען ניט קיין קויסע צוֹלִיב מוט און אויס פרייד, אז אלץ האָט זיך בעשאָלעם פארענ- 
דיקט? און ווען דער פּראָנט האָט פארבייגעשטורעמט און מיר זײַנען אויסגעלייזט געװאָרן? װי 
זאָלסטו ניט אויסטרינקען, ווען מיר האָבן נאָך אלדי צאָרעס פרײַ אָפּגעאָטעמט, זײַנען אופגע- 


5 


ריכט געװאָרן, און ס'איז געװאָרן אן עמעסער פארגעניגן צו לעבן אף דער װעלט? און אז איך 
האָב, גאָט צו דאנקען, אויסגעהאָדעװעט קינדער -- איין טאָכטער ענדיקט דעם אינסטיטוט פאר 
א לערערן, די צווייטע ארבעט אף א זאװאָד, איז שוין באלד א מײַסטער, די דריטע איז ארײַן 
אין לעצטן קלאס מיטלשול... און אז דאָ און דאָרט -- איינער פראוועט א כאנוקאס-האבאיס, א 
צווייטער האָט כאסענע, דעם דריטן איז פופציק יאָר געװאָרן... אלץ געלעגנהײַטן. פיל, זייער 
פיל געלעגנהײַטן מאכן זיך איצט. וי וועסטו, אויב אזוי, א 0 פון א שנעפּסל? און דאָ, 
וי שוין געזאָגט, האָב איך אראָפּגעשלונגען דאָס לאָרבער-בלעטל. עס ברענט, עס סמאליעט 
אינװייניק. האָב איך גענומען גיין צו דאָקטוירים, און מיר א אלץ ערגער און ערגער. מײַן 
ווייב וויינט, די טעכטער בייזערן זיך, האלעמײַ איך שווענק דורך דעם האלדז יעדן פרימאָרגן. 
מײַנע גוטעפרײַנט האָבן מיר אָבער געייצעט: ,אוב ס'איז בא דיר א ראק, װעלן ניט העלפן 
קיין דאָקטוירים. די איינציקע רעפוע -- ספירט, נײַנציקער. מאכמעס בלויז ער ברענט אויס 
און טרײַבט ארויס דעם ראק". 

מיר איז באלד אײַנגעפאלן: פרידריך ניטשע! אויך ער האָט עפּעס געבאלעמוטשעט ועגן 
אויסברענען אין מענטשן... כ'האָב זיך אויך דערמאָנט אינעם רוסישן ווערטל, אז דעם קלין 
האקט מען ארויס מיט א קלין. ס'הייסט, אויב די צאָרע האָט זיך אָנגעהויבן פונעם ספּירט, ועט 
מיט ספּירט געמאכט ווערן צו איר א סאָף. 

לעכאטכילע איז מיר טאקע לײַכטער געװאָרן. דערנאָך... דאָס װוײַב און די טעכטער האָבן 
מיך איבערגוואלד געבראכט אהערצו, קיין ווילנע. און דאָ, װי איך זע, בין איך מיִעס ארײַנ- 
געפאלן... כ'ווייס ניט, װאָס מע װעט טאָן מיט מיר, װאָס די דאָקטױירים וועלן זאָגן, נאָר מײַנע 
שטוביקע האלטן זיך בא זייערס, אז אין אלע אומגליקן איז שולדיק פרידריך ניטשע, דער פעלד- 
פעבל, װאָס פלעגט איבער א טאָג מיר געבן פאר אָפּראזירן אים פינף מארק, א פּאָר רויע אייער 
און א גלאָז ספירט. שטעלט זיך פאָר -- א פולע גלאָז קרישטאָל-קלאָרן, װי א גוט געשליפענע 
בריטווע, שארפן געטראנק! ווייס איך אליין ניט, צי כ'בין טאקע, װי מײַנע טעכטער האלטן 
זײַן קאָרבן? 


מע האָט פלוצעם איבערגעריסן דעם דערציילער. ער איז ארויסגערופן געװאָרן צו עפעס 
א פּראָצעדור. אָבער װי איר זעט, האָט ער באוויזן אראָפּרײידן זיך פון הארצן. צור ילב יק אין 
פאלאטע און אויך די װײַטערדיקע כּאָר טעג, װאָס מיר זײַנען צוזאמען געלעגן, האָט ער גע- 

שוויגן, אן אײַנגעשרומפּענער, װי א שנעק אין דעם האָרנשטיבל, און מער ניט אומגעקערט זיך 

צו זײַן ;קראנקן-געשיכטע". 

איינעם א טאָג האָט אים דער פּאלאטע-דאָקטער פרײַנטלעך א קלאפ געטאָן איבער דער 
פלייצע: 

-- ס'וועט אויסקומען אָפּערירן. נאָך גוט, װאָס מע קאָן. ס'איז נאָך ניט שפעט.. 

מיך האָט מען בעקאָרעוו אויסגעשריבן. װי יעדער קראנקער, האָב איך געגארט װאָס גיכער 
פארלאָזן דעם שפּיטאָל, דערצו האָט זיך געװאָלט א בלעטער טאָן פרידריך ניטשעס קסאָװים, 
כ'האָב געװוּסט, אז די היטלעריסטן האָבן זייער ,,טעאָריע" געבויט אף א סאך פּאָסטולאטן פון 
אָט דעם רעאקציאָנערן פילאָסאָף. איז געווען טשיקאווע כאפן א קוק, װי עס זעען אויס אינעם 
אָריגינאל יענע באגריפן, מיט וועלכע ס'האָט אָפּערירט דער פעלדפעבל פרידריך ניטשע, וועל- 
כער האָט, װי מע האָט געקאָנט זיך אָנשטױסן פון דעם אָנוטישקיסער פּאריקמאכערס ריד, 
שטאָלצירט, װאָס ער טראָגט דעם נאָמען און פאמיליע-נאָמען פונעם שעפער פון דער טוירע 
וועגן אויבערמענטש. 

און װאָס זשע -- ניט אזוי שפּראכלעך ראפינירט, ניט אזוי עמאָציאָנעל-באָמבאסטיש, פיל 
פּרימיטיװער, אָבער גענוג פּינקטלעך האָט דער פעלדפעבל איבערגעכאזערט און אָנגעװענדט די 
האנאָכעס פונעם רעאקציאָנערן פילאָסאָף. אין דעם קאָן מען זיך איבערצײַגן אָן גרויסער מי. גע- 
נוג א בלעטער טאָן ניטשעס ביכער. 

יאָ, יאָ, איך האָב באלד זיך אָנגעשטױסן אין די ,בריקן" און ,שטיגן". אָט זײַנען זי אין 
אָריגינאל: 

;איר זײַט נאָר ב רי ק: זאָלן דערהויבענע שפּרײַזן איבער אײַך! איר באטײַט שטיגןף 
דערצאָרנט ניט ד עם, װאָס שטײַגט איבער אײַך צו זײַנע הײכף" 

אין א צווייטן אָרט פריידיקט ניטשע: 

,די שוואכע, די קראנקע, די לײַדנדיקע און ניט-געראָטענע דארפן אונטערגיין --- דאָס איז 
דער ערשטער געבאָט פון אונדזער ליבע צו דער מענטשהײַט. און מע דארף זיי נאָך העלפן 
אונטערגיין!" 

ער שטעלט פעסט: 


6--0 96 


,װאָס איז גוט? -- אלץ, װאָס פארגרעסערט דעם באװוּסטזײַן פון דער מאכט, דעם וילן 
צו מאכט, די מאכט גופע אין מענטשן, װאָס דערפירט אים צום אויבערמענטש". 

ער לערנט: 

;גאָרניט איז עמעס. אלץ איז דערלויבט... גוטסקײַט איז א פאָרם פון דעגענעראציע. גרוי- 
זאמקײַט, -- צו דעם זאָג איך יאָ! ...דער פארברעכער-טיפּ איז דער טיפ פון גרויסן מענטשן", 

ער רופט פאטעטיש אויס: 

;זאָל די בלאָנדע בעסטיע -- גלײַכגילטיק אָדער שטיפעריש -- מאָרדן, שענדן, ברענען 
און פּײַניקן: דאָס איז פרעכטיק!" 

כ'מיין, אז ס'איז גענוג ציטירן. מע קאָן מאסקים זײַן מיט די טעכטער פונעם אָנוטישקיסער 
פאריקמאכער, אז זייעד פאָטער איז פרידריך ניטשעס קאָרבן. מע דארף אויך מאסקים זײַן מיטן 
פאריקמאכער: דער פעלדפעבל פרידריך ניטשע איז גיט געווען פון די ערגסטע היטלעריסטן. 
די טוירע פונעם פילאָסאָף מיטן זעלבן נאָמען האָט אים געקאָנט, װי די מערהײַט פון זײַן 
גלײַכן, פארוואנדלען אין אן עמעסער בעסטיע. 

הייסט עס, פרידריך ניטשעס א קאָרבן. נאָר אויב אונדזערע כירורגן האָבן פעסטגעשטעלט, 
אז ס'איז נאָך ניט שפּעט צו אָפערירן, מעג דער קראנקער האָפן. די סאָוועטישע כירורגן זײַנען 
גוטע כירורגן. 


כ'האָב באזוכט מיין געוועזענעם פאלאטע-שאָכן נאָך דער אָפּעראציע. די דאָקטוירים מיי- 
נען אז ער װעט געזונט װערן. אָבער מיט א טנײַ... אוואדע שטויסט איר זיך אָן, װאָס דאָס איז 
פאר א טײ. 


דער פאנרלאוש אוגטער דער קָנֵי 


פון וועמען עס איז דער בריוו. האסטיק האָט ער אופגעריסן דעם קאָנווערט און ארופגעװאָרפן 
זיך מיטן בליק אפן בויגן פאפּיר, אף די געדיכט אָנגעפּיקעװעטע שורעס: שנעל, שנעלער דער- 
וויסן זיך, װאָס דער הער פֹּאפּא וויל פון אים. און די שורעס, אָפּגעדרוקטע אף זייער שטוביקער 
שרײַב-מאשינקע מיט איר קלאָרן און גוט באקאנטן שריפט, האָבן זיך געוועלבט, געבראָכן. 
איינצלנע אויסיעס, גאנצע ווערטער זײַנען זיך פאנאנדערגעפלאָסן, װי אין וואסער צעגאנגענעי 
אומזיסט האָט ער אראָפּגענומען די ברילן, געריבן די גלעזער -- לייענען איז אים סײַװי ניט גע- 
ראָטן. האָט ער זיך אויסגעווישט די אויגן.. ניין, ער װעט ניט ויינעף ער איז מער ניט קיין 
שול-ייִנגל, קיין קלאָגמוטער! אװועק יענע צײַטף ער װעט מער ניט געבן קיין גרונט אים אזוי 
אָנצורופן! 

ער האָט געלייענט שטייענדיקערהייט -- אויס פּאכעד און ייִראס-האקאָוועד פארן בריוו" 
שרײַבער. עטלעכע מאָל אָנגעהױבן פוגדאָסנײַ, איז ער ענדלעך זאץ נאָך זאץ דורכגעקראָכן און 
באנומען דעם גאנצן טעקסט. 

אָט װאָס אין בריוו איז געשטאנען: 

;צו מײַן זון ווילהעלם-ערנסט-מאריא פאָן קעפען, יוניאָר, גריס גאָט! 

אלזאָ, ווילי, שוין באלד דרײַ יאָר, װי דאָס דײַטשישע פאָלק, געפירט פון גאָט און דעם 
פונעם אלמעכטיקן אים צוגעשיקטן פיורער, ראנגלט זיך אינעם שיקזאל-קאמף פאר דער צו" 
קונפט פון דער גערמאנישער נאציע און דער ארישער ראסע. און דו, ווילי, ביסט געבליבן דער 
זעלבער טויגעניכץ, וי געווען. ניין, ניט קיין טױגעניכץ! זאָל דער אלמעכטיקער אין הימל מיך 
ניט שטראָפן פאר דעם, אויב איך װעל ואגן אָנרופן דעם אָפּשפּראָץ פון אונדזער שטאם -- 
אייזל! יאָ, אן אייזל ביסטו! װויל איך אײינמאָל פאר אלעמאָל ארײַנהאקן אין דײַן אייזלשן קאָפּ א 
ביסל פארנונפט. דעריבער האָב איך זיך געזעצט שרײַבן. כאָטש ארבעט האָב איך איבערן האלדז 
און דערבײַ האלט איך, אז קאָרעספאָנדירן מיט זייערע קינדער איז א געשעפט פאר װײַבער, און 
אין קריגס-באדינגונגען -- אן איבעריקער באלאסט פאר דער פעלד-פּאָטשט. באטראכט זיך, 
וויפל קאָסטבארע צײַט, װאָס איז אונדז געגעבן געװאָרן פונעם אלמעכטיקן צום אויסנוצן אין 
די אינטערעסן פונעם פאטערלאנד, ווערט זינלאָז פארשווענדט אף שרײַבן פּערזענלעכע בריוו 
און צושטעלן זי די אדרעסאטן. ווען איר, די ריטער פונעם מארש אף מיזרעך, און די מענער 


97 


פון אײַער פעלד-פּאָטשט װאָלטן אויסגענוצט די דאָזיקע צײַט אף צו שלאָגן די רוסן, װאָלט איר, 
אָן צווייפל, ניט געשטעקט אף דער ביז-איצטיקער פראָנט-ליניע און ניט פארנומען זיך מיט 
פארקירצן און אױסגלײַכן זי. יאָ, איר װאָלט געהאט פארנומען מינדעסטנס האלב סיביר. 

טאָ פארשטיי, ווילי, אז קוים האָב איך גענומען זיך צו דעם דאָזיקן בריוו, איז די זאך 
גענוג ערנסט און אזוי אָנגעװײיטעקט, אז איך מוז דיך װידער אָנרופן --- אייזל! וי קאָן מען אני 
דערש קוואליפיצירן א ועזן, װאָס האָט צוליב נאכלעסיקײַט אָפּגעטאָן אזא אומפארגעבלעכן 
פארזען: האָסט פארשאפן אנגסטן ניט קיין אנדערן, װי דעם ציר פון אונדזער שטאם, אונדזער 
הויכגעשעצטן הער קורט פאָן קעפען, װאָס איז איצט שוין אָרטסגרופענפיורער, דער הויפט פון 
אונדזער שטאָטישער אָפּטײלונג פון דער נאציאָנאליסטישער פארטיי! און דו האָסט דאָך גע" 
מעגט וויסן, אז דו דארפסט אים אומענדלעך דאנקבאר זײַן, װאָס ער האָט דיר, אזא בלינדע 
באשעפעניש, געהאָלפן ארײַנגעצױגן װערן אין קאמף פון דעראָבערן לעבנס-רוים פאר דער 
דײַטשישער נאציע און קאָנסט איצט דינען דעם רײַך און פיורער. מיינסט, אז אונדזער קורט 
פאָן קעפען איז געווען פארפליכטעט זאָרגן פאר דיר, אײַנאָרדענען דיך אף א שטעלע אינעם 
עסעסישן ,קאָלאָניזירונג-שטאב"? ס'איז װאָר, אז דו, א זון פונעם איצטיקן אייגנטימער און, נאָך 
הונדערט יאָר, --- דער איינציקער נאָכפאָלגער פון דער קנאפע הונדערטיאָריקער אלטער פירמע 
,הויז"ווירטשאפט פאָן קעפּען און זון", האָסט די געהעריקע קוואליפיקאציעס צו דינען אין דער 
אָפּטײלונג פאר הויז-ווירטשאפט פונעם שטאב. זײַ אָבער וויסן, אז אין דער זעלבער צײַט, װאָס 
אנדערע פארגיסן זייער בלוט אפן שלאכטפעלד, רײַבסטו דײַנע הויזן אף א ווארעמער שטעלע, 
אף וועלכער דו װעסט דארפן אײַנהאלטן זיך, ביז איר װעט פארענדיקן באזעצן די מיזרעך- 


לעכע אָנװײַזונג פון דער פראו מאמא און האָסט ארויסגעשיקט דעם ארטסגרופנפגורער א 
קעסטל געשיר. אָבער, ווילי, װאָסער געשיר האָסטו דאָרט צונויפגעקראצט? דער ראנד פון 
דער קרישטאָלענער פרוכט-וואזע האָט איין דעפעקטיוו ציינדל. קוים קענטלעך, אָבער פאָרט איז 

עס אײַנגעקארבט. די גאָלדענע ראנדן פון אייניקע טעפעלעך פונעם טיי-סערוויז זיינען ערטער- 
װײַז מאטלעך. נאָר די הויפּט-זאך -- װי פארשיידן זײַנען די סטילן פונעם קאווע- און טיי-סער- 
וויז! װי װעלן זי ארײַנפאסן זיך אין איין וויטרינע? ,פרינציפּלאָזע עקלעקטיק!? --- האָט אומי 
צופרידן אויסגעדריקט זיך דער הער אָרטסגרופּענפיורער. פארשטייסטו, װאָס דאָס באטײַט? 
עקלעקטיק! נאָר איך װאָלט געזאָגט, אז דו ביסט א פרינציפּלאָז אייזל, און שוין! דערצו האָט 
דער הער אָרטסגרופּענפיורער זיך מאטריִעך געווען פרעגן, וועלכע אויסצייכענונגען דו האָסט 
זיך דערדינט. װאָס האָב איך אים געקאָנט ענטפערן? כ'בין רויט געװאָרן פאר שאנדע, און שוין. 
אלזאָ, זײַ וויסן, ווילי, אז אף דער װאָגשאָל ליגט די ערע פון אונדזער אדעליקן שטאם און זײַן 
אריסטאָקראטיש בלוט! אין אָנגעזיכט דערפון דארפסטו דערװײַזן, אז ניט אומזיסט טראָגסטו 
דעם טיטל ,פאָן", און ניט אומזיסט האָט דער הער אָרטסגרופענפיורער ארויסגעוויזן דיר אופ- 
מערקזאמקײַט. אלזאָ, ווארטן מיר אלע, זאָלסט װערן א העלד, דערדינען זיך ענדלעך אן 
אײַזערנעם קרייץ און, ניט געקוקט אף דײַן שטארקער קורצזיכטיקײַט, זאָלסטו נעמען שטײַגן 
אפן דינסטלייטער, הייבנדיק דערבײַ דעם רום פון אונדזער פאמיליע! 

מײַן דאָזיקער בריוו זאָל דיר זײַן אן אָנרעגונג און װאָרענונג! 

מיט דײַטשישן גרוס --- הײַל היטלער! 

דײַן פאָטער ווילהעלם-ערנסט-מאריא פאָן קעפּען, סעניאָר". 

אָרעמער װילי! דעם פאָטערס בריוו האָט לאנג געציטערט אין זײַנע פוכקע פינגער און 
אין די געדערים האָט עס געדרייט, געדרייט. װי עס פאסירט אין לעבן איין קלאפ נאָך א 
צווייטן, איינער נאָכן צווייטן... ניט באוויזן בארויִקן זיך נאָך דער ביטערער פּיל, וועלכע ס'איז 
אויסגעקומען אראָפּשלינגען צום סאָף פונעם ארבעטסטאָג, איז נא דיר א פארבײַסן -- דער בריוו. 
און פארװאָס דאפקע הײַנט? בייס ער איז געגאנגען אהיים, איז אים קיין שווארצע קאץ ניט פאר- 
לאָפּן דעם וועג, מיט ליידיקע עמערס האָט אים קיינער ניט באגעגנט, הײַנט איז ניט פרײַטיק 
און ניט דער דרײַצנטער טאָג אין כוידעש... 

ווילהעלם האָט שווער געאָטעמט, געסאָפּעט, אונטערגעקרעכצט. דער הארטער קראגן פונעם 
מונדיר האָט שרעקלעך געקוועטשט דעם פעטן האלדז זײַנעם, די פולע באקן האָבן געברענט און 
די פרישטשעס אף זי זײַנען אזש בלוי געװאָרן. הינטער די דיקע ברילן-גלעזער האָבן אומרויק 
געציטערט רויטלעכע, זייער פארקלענערטע און זייער פּײַכטע אויגן. 

אוי, װי ער האָט געװאָלט אויסוויינען זיך! װי אמאָל אין דער שול, ווען עמעצער האָט אים 
באליידיקט אָדער אָנגעבױקערט די ביינער. נאָר, נאָר... זייער שעף, דער אונטערשטורעמפיורער 
האָט הײַנט נאָכן פארענדיקן די ארבעט אלעמען גוט אויסגעזידלט, האלעמײַי עס גייט זיי אלץ 
מיט דער פּוטער אראָפּ, און געפאָדערט אונטערציִען זיך. װײַל ניט געקוקט אף דעם, װאָס זי 


8 


זײַנען בלויז הינטערלאנד-מײַז, װערן זיי שוין באטראכט אלס ריכטיקע עסעס-לײַט -- גאָר 
אינגיכן װעט מען יעדן אױסטאטויָרן אונטער דער לינקער פּאכווע זײַן בלוט-גרופּע. טאָ וי קאָן 
ער, שוין באלד אן עמעסער עסעסאָװעץ, וויינען? נאָר דערװײַל איז אין צימער קיינער ניט געווען, 
און ער האָט ניט אײַנגעהאלטן די טרערן... 

פארװאָס מיינט עס דער פאָטער, אז ער, ווילי, האָט א ווארעם ערטעלע? אין דרויסן איז 
בעעמעס שיין און ווארעם. הינטערן פענצטער -- א לויטערער פרילינג-פארנאכט, שטיל וויגן 
זיך צװײַגן. אָפּגעשאָטענע מיט העלגרינע אָקאָרשט פון די קנאָספּן אויסגעשיילטע בלעטעלעך. 

ווילהעלם האָט זיך א צי געטאָן צום פענצטער, אָנגעשעפּט א פולע ברוסט מעכײַעדיקע לופט 
און זיך אָנגעשטױסן אין ראנד פון זײַן שרײַבטישל, װי אין א שטיק אײַזן. ניין, ער האָט ניט װאָס 
צו זוכן אין דרויסן. אָט איז דער טיש מיטן טינטער, מיט דער פּען, מיטן שאכטל בריוופּאפּיר. 
ער מוז טייקעף ענטפערן דעם פאָטער, וועלכער האָט ליב פּינקטלעכקײַט און דיסציפּלין. די 
שורעס זאָלן ארויס גלײַכע, האָט ער אונטערן װײַסן פאפּיר-בויגן אונטערגעלייגט די הארטע 
ליניעןדבלאט און, קאליגראפיש אויסדריידלענדיק יעדן אָס, וי מע האָט אים זײַנערצײַט געלערנט 
אף די קאָרעספאָנדענץ-קורסן, גענומען שרײַבן, פּראווען, איבערשרײיבן, ביז ער האָט ענדלעך 
צונויפגעשטעלט פאָלגנדיקן בריוו: 

;צו מײַן הויכגעשעצטן פאָטער, זײַן הויכוווילגעבוירן ווילהעלם-ערנסט-מאריֵא פאָן קעפּען, 
סעניאָר, גריס אים גאָט! 

פאר אײַער געשעצטן בריוו, װאָס איז געווען פאר מיר א גרויסע ערע און פרייד צו דער- 
האלטן און וועלכן איך האָב געלייענט מיטן בעסטן וויסן און געוויסן, דאנק איך פון טיפן הארצן. 

איך האָב 6 די ערע אויסצוהערן אלע פאָרװוּרפן און באלערנונגען, וועלכע איך אקצעפּ- 
טיר און נעם צו קענטניש און וועלכע איך װעל אין מעגלעכסט שנעלסטן טערמין זען צו דערליי- 
דיקן, װי עס פאסט פאר א טרעגער פונעם טיטל ,פאָן" און פארן נאָכפאָלגער-יוירעש פון דער 
פירמע ,פאָן קעפען און זון". 

איך װויל בעטן טויזנטער מאָל אנטשולדיקונג באם הער אָרטסגרופענפיורער, װײַל איך האָף 
בא דער ערשטער בעסטער געלעגנהײַט אויסצובעסערן מײַן אומדערלאָזבארן פארזען. 

איך וויל אײַך, הער פּאפא, צו וויסן טאָן, אז ניט געקוקט װאָס איך מוז מיך אָנערקענען לויט 
אײַער לעצטן בריוו אלס אייזל, האָב איך, נעמלעך, פיל זאָרג, כאָטש איך פארלאָז מיך אינגאנצן 
אפן װאָפּן פונעם דריטן רײַך. מיר האָבן פיל ארבעט, שווערע פליכטן און אבסאָליוט ניט קיין 
ווארעם ערטעלע. אונדזער שעף האָט אונדז הײַנט שטארק געזידלט, װי מיר װאָלטן געווען שול- 
דיק, װאָס די אָרטיקע באפעלקערונג איז אומדיסציפלינירט, שטעלט ניט צו די רעקוויזיציעס, 
און וי מיר װאָלטן געווען פ אין די סטודענטישע אומרוען, צוליב וועלכע מע האָט געמוזט 
שליסן דעם אוניווערסיטעט. אויסער דעם איז בא אונדז אין שטאָט געשען א ניט-דערלאָזבארע 
געשעעניש. עס זייַנען, א עך, זיך צעלאָפן די מוידן פונעם... זאָל מיר דער הער פּאפּא אנטשול- 
דיקן, אויב איך על זיך דערלויבן אָנשרײַבן אזא אומאָנשטענדיק װאָרט, װי ;שאנדהויז". נעמ- 
לעך, עס זײַנען זיך צעלאָפן די מוידן פונעם עפנטלעכן מיליטעריש-דײַטשישן שאנדהויז, און 
מיר האָבן, אויסער דעם שטרענגן אויסרייד, באקומען א באפעל קאָנטראָלירן די מוידן, מיט 
וועלכע מיר װעלן האָבן צו טאָן. נעמלעך, קאָנטראָלירן זייערע אונטערשענקלען נידעריקער פון 
קני. אף דער אינװייניקסטער זײַט פון דעם לינקן פוס דארף זײַן אײַנגעטאטײַרט דער אנט- 
שפּרעכנדיקער צייכן און נומער. נאָר וי זאָל איך קאָנטראָלירן, אויב די פראו מאמא האָט מיר 
פארבאָטן האָבן צו טאָן מיט פרויען ביז דעם הייראט מיטן אומשולדיקן מיידל, וועלכן זי װעט 
מיר צוקלײַבן פון אן אָנשטענדיק הויז? 

און אויסער דעם קומט אונדז שווער אָן די קאָלאָניזירונג פון די דעראָבערטע געביטן. דאָס 
הייסט, אונדז פּערזענלעך גייט עס, א דאנק גאָט און דעם פיורער, אויסגעצייכנט. מיר זײַנען 
אײַנקווארטירט אין ערשטקלאסיקע ווינונגען, וועלכע האָבן פריִער געהערט צו איצט שון 
עוואקוירטע פּערזאָנען. מיר לעבן צו צוויי אין א צימער. דאָס געזעץ וועגן ,אײַנטאָפּעסן"ג גילט 
ניט פאר אונדז, און מיר עסן טעגלעך זופּ און פלייש, באקומען מארמעלאד און קעז. נאָר די 
באזעצונג פון פאָרשטייער פון דײַטשישן בלוט גיט סײַװי זיך ניט אײַן. אונדזער הער שעף האָט 
ועגן דעם פארבאָטן צו פּלאפלען און באפוילן בעסער ווארפן אן אויג אף אלץ, װאָס טוט זיך 
ארום אונדז, עס זאָל אײַנגעפירט ווערן רו און אָרדענונג. און װאָס געהער די סערוויזן, איז שול- 
דיק העלמוט, מײַן צימער-קאָמפּאניאָן. דאָס איז ער דער עקלעקטיקער, װאָס האָט מיר זי אונטער- 
גערוקט. ער ארבעט אין דעם באקליידונג-אָפּטײל און פארשטייט גאָרניט אין דער געשיר-בראנ- 
זשע. און דערצו ליגן אים אין קאָפּ די ווערק, וועלכע ער פארפאסט. ער וויל ווערן א שריפטשטע- 
בי אע 


: עסן איין געריכט, 


99 


לער, איז נאָר ער טראכט, נאָר ער שרײַבט, נאָר ער שאפט. און איך בין קורצזיכטיק, און דערפאר 
האָב איך, נעמלעך, ניט באמערקט די דעפעקטן. כ'נעם אָן די רעקלאמאציע. נאָר איצט ווייס איך 
שוין אלץ. און װאָס געהער די אויסצייכענונגען, דארף מען אויספילן א װויכטיקן פארן פאטער" 
לאנד העלדנטאט. אזוי האָט געמאָלדן אונדזער שעף. איך האָב איצט די ערע צו מעלדן אײַך, 
הער פּאפא, אז אזא טאט װעל איך אומבאדינגט אויספילן, אזוי העלפט מיר גאָט! 
מיטן היטלער-גרוס און הויכער אכטונג -- 
אײַער זון ווילהעלם-ערנסט-מאריא פאָן קעפען, יוניאָר?. 
דאָס בריוול זאָל װאָס גיכער אָנקומען צום אדרעסאט, איז ווילהעלם אוועק עס אראָפּלאָזן 
אף דער צענטראלער פּאָטשט. ווען ער איז צוריקגעקומען, איז אין צימער שוין געווען העלמוט. 
ער איז געזעסן א קליינער, אײַנגעשרומפּענער אין ווינקל לעבן זײַן בעט-שאפקעלע און בא דער 
שײַן פונעם נאכטלעמפּל עפעס געשריבן אין א דיקן העפט. 
ווילהעלם איז אים באפאלן -- געזידלט, פאָרגעװואָרפן דאָס אונטערגערוקטע שלימאזלדיקע 
געשיר. 
-- קאָנסט זײַן אזוי גוט און מיר ניט שטערן? -- האָט העלמוט קאלט א זאָג געטאָן, ניט 
אופהייבנדיק אפילע דעם קאָפּ, ניט אָפּרײַסנדיק זיך פון זײַן העפט. 
סטארענדיק זיך אײַנהאלטן די אָנגעקװאָלענע טרערן פון 
האָט ווילהעלם נאָך שטארקער געשריען, געפאָכעט מיט די פויסטן. 
העלמוט איז אופגעשפּרונגען א טויט-בלאסער און אופגעציטערטער. ער האָט ארײַנגעװאָרפן 
זײַן העפט אין שופלאָדל פון זײַן שאפקע און, וי א צעדולטער, ארויס פון צימער. 
ווען ס'גיט זיך אים אײַן, װאָלט ווילהעלם מיט איין קנאק נאָקאוטירט דעם דאָזיקן גאָרנישט, 
דעם דאָזיקן טויגעניכץ. זײַן גליק, װאָס ער איז אָפּגעצויגן. אנטלאָפן, אפילע ניט פארלאָשן דאָס 
טישלעמפּל... זעט נאָר, זעט -- געלאָזט שטעקן דעם שליסל אינעם שופּלאָדל! געוויינלעך פאר- 
שליסט ער אים, באהאלט דעם שליסל אין קעשענע. און קײנמאָל דערלויבט ער אפילע ניט א 
קוק טאָן, װאָס ער שרײַבט דאָרט... 
אף די שפּיץ פינגער איז ווילהעלם צוגעגאנגען צו דער טיר און שטיל-שטיל זי פאריגלט. 
דאן איז ער צוגעלאָפן צו העלמוטס שאפקע, ארויסגענומען דעם כאווערס העפט. אף דער הילע 
איז מיט א האסטיקן און נאכלעסיקן קסאוו געווען אָנגעשריבף , טאָגבוך". ווילהעלם האָט א 
בלעטער געטאָן דעם העפט. זיך פארהאלטן אף די לעצטע פארנאָטירונגען, וועלכע זײַנען געווען 
באצייכנט מיט דער הײַנטיקער דאטע. אָהאָ, װאָס דאָ טוט זיך! 
אָנגעצונדן זײַן העלן טישלאָמפּ, זאָרגעװדיק אויסגעװוישט די ברילן-גלעזער, האָט ויל- 
העלם נאָכאמאָל איבערגעלייענט די שרעקלעכע שורעס. ניין, די אויגן פארפירן אים ניט. װאָס 
טוט מען? װאָס טוט מען? ער האָט א כאפּ געטאָן א ריין בייגעלע פאפיר און, שוין ניט טראכטנ- 
דיק וועגן דער קאליגראפיע, גענומען שרײַבן: 
;ליבער הער פאפא! 
נאָרװאָס האָב איך אראָפּגעלאָזט א בריוו צו אײַער הױכקײַט, און איך מוז שוין שרײַבן א 
נײַעם בריוו. איך האָב דאָרט, נעמלעך, דערמאָנט מײַן צימער-קאָמפּאניאָן העלמוט, וועלכער איז 
אייגנטלעך שולדיק אין די ניט-געראָטענע סערוויזן און וועלכער פארשמירט מיט זײַן שרײַבעבץ, 
און דערצו נאָך מיט א זייער שלעכטן שריפט, גאנצענע דיקע העפטן. איך על איבערשרײַבן, 
װאָס דאָרט איז אָנגעשריבן. כ'װאָרן אָבער, אז קיינער זאָל, גאָט באהיט, ניט וואגן דענקען, אז 
דאָס זײַנען מײַנע ווערטער. אלץ איז העלמוטס. אָט װאָס ער האָט געוואגט אָנשרײַבן שווארץ 
אף װײַס: 
;הײַנט האָב איך זיך איבערצײַגט, אז ס'איז ניטאָ קיין גאָט. ווען ער װאָלט עקזיסטירט, 
װאָלט ער ניט דערלאָזט, עס זאָל געשען דאָס, װאָס איך האָב הײַנט געזען מיט מײַנע אוגןף 
מײַן געשאָמע (אויב אזא איז פאראן) האָט ניט מער קיין רו און װעט מער ניט האָבן ניט וויסנ- 
דיק, װאָס אנדערש טאָן, בין איך אוועק צום פאסטאָר פון דער היגער עוואנגעלישער קירך. 
כ'האָב אים דערציילט, אז אין די ראמען פון מײַן ארבעט אינעם קלײידער-אָפּטײל פונעם , קאָלאָ 
ניזירונגישטאב" בין איך הײַנט בײַגעװען... אין אונדזער טערמינאָלאָגיע װוערט עס אָנגערופן 
?אקציע צו שאפן לעבנס-רוים פאר דער דײַטשישער נאציע". כ'האָב אָבער געזען אזוינס, װאָס 
איך האָב מוירע צו שילדערן, װײַל כ'וועל איינפאך פון זינען אראָפּ, אופשטעלנדיק עס ווידער 
אין די געדאנקען. דער פאסטאָר האָט מיך אויסגעהערט און געפּרוּווט בארויִקן מיט אזוינע רייד: 
ײאָן בלוט-פארגיסונג קאָן אויך ניט זײַן קיין מעכילע... דאָס איז א פינגער פונעם אלמעכטיקן, 
גאָטס שטראָף פאר אונדזערע זינד...* איך בין פון אים ארויס... ניין, כ'בין געלאָפּן, פילנדיק, װי 
עמעצער װאָלט מיר די גאנצע צײַט געהאקט איבערן נאקן. כ'פארשטיי ניט, פארװאָס גאָט 
שטראָפּט פאר אונדזערע זינד אינגאנצן פרעמדע מענטשן. איך פרעג: מיט װאָס האָבן זיך פאר- 


100 


פארדראָס און מאכטלאָזן קאס, 


זינדיקט אייפעלעך, װאָס מע האָט זי -- נאקעטע, שרײַענדיקע, יאָמערנדיקע, לעבעדיקע און 
אף באגנעטן ארופגעשטעקטע -- געװאָרפן אין גריבער און פארוואלגערט מיט די נאקעטע קער- 
פּערס פון זייערע צעשאָסענע עלטערן? און מיר, גלײַך װי שאקאלן, זײַנען אָנגעפאָרן לאָדן אין 
מאשינעס די קליידער און שוכווארג פון אָט די אומגליקלעכע.. ניין, ניטאָ קיין גאָט אף אונד- 
זער ערד!" 

דאָס אלץ, ליבער הער פּאפּא, האָב איך װאָרט אין װאָרט איבערגעשריבן פון העלמוטס דיקן 
העפט, וועלכן ער האָט אָנגערופן ,טאָגבוך", אזוי העלפט מיר גאָט. איך מיין, אז אזוינע, װי העל- 
מוט, זײַנען שולדיק אין אלע אונדזערע אומגליקן. זיי האָבן קיין רעכט ניט צו געהערן צום 
,קאָלאָניזירונג-שטאב?. מאָרגן גאנצפרי װועל איך וועגן זײַן שרײַבעכץ מאכן די געהעריקע 
מעלדונג אונדזער שעף. 

מיט דײַטשישן גרוס --- הײַל היטלער: 

אײַער זון ווילהעלם-ערנסט-מאריא פאָן קעפּען, יוניאָר". 

געענדיקט איבערשרײַבן און מיט מאזל אוועקגעלייגט דעם העפט צו זײַן אייגנטימער אין 
שופלאָדל, האָט ווילהעלם זיך דערפילט מיד, אױיסגעשעפּט. נאָר אָפּרוען איז ניט געוען קיין 
צײַט. ער האָט געיילט מיטן בריוו צו דער צענטראלער פּאָטשט. 

אומקערנדיק זיך, איז ער געגאנגען איבער דער גאס מיט א שטאָלץ-פאריסענעם קאָפּ און 
ניט געזען צװוישן די באגעגנטע מענטשן קיין גלײַכן צו זיך -- אזא צופרידענעם און גליקלעכן. 
דער פאָטער װעט אים מער ניט רופן ,אייזל" אָדער ,בלינדע באשעפעניש"! און דער שעףיי 
ווילהעלם האָט א הירזשע געטאָן פון האגאָע, און זײַנע אויגן זײַנען אָנגעקװאָלן מיט טרערן. 
דאָס מאָל --- פון פרייד. 

ווען ער האָט זיך אופגעהויבן אף די טרעפ פון זייער הויז, איז עפּעס א פרוי געגאנגען פאר 
אים. יאָ, יאָ, שוין וויפל מאָל האָט ער זי דאָ געטראָפן, די דאָזיקע ליטווינערן, וועלכע ווייסט 
ניט, אז בייס קולטורעלע מענטשן באגעגענען זיך אף די טרעפּ, באגריסן זיי זיך, מעגן זיי זײַן 
אפילע אומבאקאנט. פאר דײַטשן איז עס א זעלבסטפארשטענדלעכע זאך. אָבער די דאָזיקע 
פרוי גייט אים שטענדיק פארביי, וי זי װאָלט גאָר קיינעם ניט געזען. איצט האָט זײַן 
בליק געגליטשט זיך פון איר רוקן און טאליע אראָפּ צו די פיס. ער האָט באמערקט.. יאָ, ניט 
געקוקט אף זײַן א האָט ער קלאָר געזען: דורך דעם זײַדענעם זאָק לײַכט זיך דורך 
א באנדאזש. א באנדאזש אף דעם לינקן פוס א ביסל נידעריקער פון קני, דאָרט, װוּ לוט דעם 
שעפס רייד, ווערן באצייכנט יענע מודן! געוויס איז די דאָזיקע אנטלאָפן פון יענעם אנשטאלט, 
אויסגעברענט די טאטויַרונג, ארומגעבונדן די װווּנד... 

איימעדיק שטארק האָט ווילהעלמען געקלאפּט דאָס הארץ. און יענע פרוי, װי געיאָגט פון 
אָט דער קלאפערײי, האָט גענומען נאָך האסטיקער לויפן איבער די טרעפּ. ער האָט איר נאָכ- 
געײַלט. אָט איז שוין זײַן װווינונג. איז ער געבליבן שטיין קלוימערשט בא זײַן טיר און האסטיק 
אראָפּגעצויגן די שטיוול. איצט האָט ער געקאָנט נאָכגײין דער פרוי, ניט מוירע האָבנדיק, די 
סקריפּענדיקע זוילן זאָלן אים אויסגעבן. ער האָט געזען, װי זי איז ארופגעלאָפן אזש אפן לעצטן 
שטאָק. דאָרט זײַנען געווען דרײַ טירן. הינטער וועלכער איז זי פארשוווּנדן? ס'האָט א קלימפּער 
געטאָן דאָס קייטל אף איינער פון זיי. ווילהעלם האָט פארגעדענקט: װוינונג נומ. 15. 

ער איז געלאָפן אף אראָפ מיט אזא אימפּעט, אז ער האָט פארגעסן אין די שטיוול, וועלכע 
ער האָט געטראָגן אין די הענט. ארײַנגעפאלן אין צימער, האָט ער, בלײַבנדיק אין די שקאר- 
פעטן, טייקעף געזעצט זיך שרײַבן דעם פאָטער א נײַעם בריוו. 

;הער פּאפּא! 

אנטשולדיקט מיר טויזנטער מאָל, װאָס איך האָב ווידער גענומען שרײַבן אײַך א בריו, 
וועלכן איך על זאָפּאָרט אָפּשיקן. איך בעט אלע מײַנע בריוו לייענען לוט דער ריי, נעמלעך, 
לויטן פארלויף פון די געשעענישן. דאָס וועט זײַן בריוו נומער 2. 

איך האָב די ערע מיטצוטיילן, אז הײַנט האָב איך גליק. איך דערוויס זיך איין וויכטיקע 
זאך נאָך דער צווייטער. מאָרגן פרי װעל איך וועגן אלץ מעלדן, און איך גלייב, אז מע װעט קאָנען 
איבערגעבן דעם הער אָרטסגרופּענפיורער, אז איך דין לויט מײַן בעסטן וויסן און געוויסן אונד- 
זער טױזנטיאָריקן דריטן רײַך. פאר דעם װעל איך אָן צווייפל באלוינט װערן. איך װעל אויס" 
פילן א זייער וויכטיקן טאט. דאָס איז דערװײַל א געהיימניס. אָבער גאָר אינגיכן װעט עס װערן 
אויס געהיימניס. און גענוג מיך רופן אייזל! 

איך קוש דעם הער פּאפּא, די פראו מאמא. 

מיט דײַטשישן גרוס און הויכער אכטונג -- 

אײַער זון ווילהעלם-ערנסט-מאריא פאָן קעפּען, יוניאָר*. 


111 


און װידער איז ער געלאָפן מיטן בריוו אף דער צענטראלער פּאָטשט. צוריקגעקומען אהיים, 
האָט ער געטראָפן אין צימער העלמוטן: אין דעם אָנטאָן, אין די שטיוול איז יענער געלעגן אף 
זײַן ניט-אויסגעבעטן געלעגער, צונויפגעדרייט אין א קנויל, און געכראָפּעט. אוואדע זיך אָנ- 
געשיקערט. גוט, זייער גוט, װאָס ער פּאָפט. 

פולשטענדיק אויסגעשעפט פון אלע איבערלעבענישן און דער בריװו-שרײַבערײַ, האָט עס 
ווילהעלמען אויך געצויגן אין בעט ארײַן. אויסטוענדיק זיך, האָט ער פעסט באשלאָסן אינגיכן 
װוידער אופשטיין, קעדיי באווייזן קומען צום שעף נאָך פארן פרימאָרגן-אפעל. ס'איז א ביסל 
סאקאָנעסדיק אליין קריכן דער אָנפירונג אין די אויגן, נאָר זאָל מען זען, װאָס עס באטײַט אן 
אריסטאָקראט, א , פאָן"... א זיסע ווארעמקײײַט האָט אים ארומגענומען... יאָ, קיין שווארצע קאץ 
איז אים דעם וועג הײַנט ניט איבערגעלאָפן, מיט ליידיקע עמערס האָט אים קיינער ניט בא" 

עגנט, הײַנט איז ניט פרײַטיק און ניט דער דרײַצנטער טאָג אין כוידעש. און ער האָט געפילט, 
װי א שמייכל צופּט די מוסקולן פון זײַן פּאָנעם, קיצלט אָנגענעם און אל אײַן.. 

ער איז בעעמעס פרי אוועק צום אונטערשטורעמפיורער. נאָר אָנשטאָט לויב-ווערטער האָבן 
אף ווילהעלמען זיך א שאָט געטאָן געשרייען: האלעמײַ ער, אזא אידיאָט, אזא קרעטין, אזא גאָר- 
נישט, איז טייקעף ניט געקומען מעלדן אזוינע װויכטיקע יעדיִעס! דער שעף האָט זיך ניט גע- 
שטערט אים אָנצורופן אייזל... טרערן האָבן א שפּאר געטאָן ווילהעלמען פון די אויגן. דאן איז 
אים באפוילן געװאָרן אָפּטראָגן זיך, און ער האָט געמיינט, אז די פארשאָלטענע טרערן האָבן אלץ 
קאליע געמאכט. 

אָרעמער ווילי... ניין, ניין! דעם זעלבן טאָג פארן דינסט-שלוס האָט אים גערופן דער שע 
און געזאָגט, אז אויך אף װײַטער זאָל ער האָבן אזא שארפן בליק, װײיל אזוינע אויגן, װי זײַנע, 
דארף זייער נייטיק דער ,קאָלאָניזירונג-שטאב?. דער שעף איז געװוען גוט געשטימט, האָט 
העפלעך גערעדט, און ווילהעלמען זײַנען קלאָר געװאָרן די רעזולטאטן פון זײַן מעלדונג. 

נאָך דער ארבעט איז ער, ניט געגעסן, ניט געטרונקען, געזעסן אין זײַן צימער באם אָפעַי 
נעם פענצטער, געצויגן אין זיך די כיעסדיקע פרילינג-לופט און זייער האָפערדיק געשריבן דעם 
פאָטער א נײַעם בריוו: 

,פאפא! 

איך קאָן דיר צו וויסן געבן, אז דײַן זון איז, נעמלעך, גאָר קיין אייזל ניט, װי דו האָסט אים 
אָנגערופן. און אויך ניט קיין בלינדע באשעפעניש! לט די װוערטער פון מײַן שעף, זײַנען 
אזוינע אויגן, וי מײַנע, זייער נייטיק דעם דריטן רײַך. בא העלמוטן האָט מען געמאכט אן 
אונטערזוכונג, און, אויסער דעם אָרט, וועלכן איך האָב װאָרט אין װאָרט איבערגעשריבן, האָט 
מען אין זײַנע שריפטן געפונען נאָך פיל אנדערע פארעטערישע ערטער. העלמוט געפינט זיך 
שוין אין ארעסט. 

בא דער פרוי פון דער ווינונג נומער 15 האָט מען ניט געפונען קיין װוּנד אף דעם אָרט, 
װוּ עס ווערן געצייכנט יענע מוידן. אָבער דערפאר האָט מען בא איר געפונען א ניט-רעגיסטי 
רירט פיריאָריק מיידעלע, װאָס רעדט ייִדיש. די פרוי און דאָס מיידעלע האָט צוגענומען געסטא- 
פּאָ, און אונדזער שעף האָט געזאָגט, אז מע װעט, נעמלעך, קאָנען ריידן וועגן באלוינען מיך מיט 
אן ;אק-וו", 

הײַל דעם פיורער! 

דײַן זון ווילהעלם-ערנסט-מאריא פאָן קעפּען, יוניאָר". 

דעם הײַנטיקן לייענער בלײַבט נאָר צו דערקלערן, אז ,אק-וו* איז אן אויסצייכענונג פאר 
קריגס-פארדינסטן --- אײַזערנער קרייץ פון צווייטן קלאס. 


זאלמען קאהאן 


װײַסע נעבט 


-- איר האָט אמאָל געזען װײַסע נעכט? װײַסע נעכט בא אונדז אין לענינגראד... 

-- װײַסע נעכט, -- צעלאכט זי זיך, -- דאָס האָבן אויסגעטראכט פּאָעטן. איר זײַט געוויס 
א יונגער פּאָעט, --- אזוי ענטפערט זי מיר, און איך ווייס ניט מער, װאָס איר צו זאָגן. איך 
שטאמל בלויז ארויס: 

-- איר לאכט פון מיר... 

איך רייד מיט איר צום ערשטן מאָל, איך רייד ביכלאל צום ערשטן מאָל מיט א מיידל, 
ואָס איז מיר אזוי געפעלן. 

שוין עטלעכע טעג, װי זי קומט יעדן אינדערפרי צו אונדז אף דער בוונג. מײַנע מאָנ- 
טאזשניקעס האָבן זי גלײַך באמערקט. שווער ניט צו באמערקן אזא מיידל. זי איז שיין, בעעמעס 
שיין. גאָלדיק-בלאָנדע האָר, גרויסע לאכנדיקע אויגן. און זי איז א רירעוודיקע, אן ענערגישע. 
האלט אין איין קלעטערן אף די רישטעוואניעס. 

מיר האָבן אלע באשטימט: זי ארבעט אין א צײַטונג. 

הײַנט בין איך פּונקט ארײַן אין קאָנטאָר, ווען זי איז דאָ געווען. דאָס איז פאָרגעקומען 
בייסן ווארמעס-איבערייס. אין קאָנטאָר איז געווען פוסט. זי האָט, קאָנטיק, אף עמעצן געווארט 
דאָ. ס'האָט זיך מיר געגלוסט צוגיין פרעגן, אף וועמען ווארט זי. נאָר אף דעם האָט מיר קיין 
מוט ניט געקלעקט. ( 

כ'בין אוועק עסן. ווען כ'האָב זיך אומגעקערט, איז זי נאָך אלץ געזעסן אין קאָנטאָר. אף 
וועמען ווארט זי פונדעסטוועגן? װי גרויס איז געווען מײַן פארװווּנדערונג, ווען כ'האָב זי אין 
א שאָ ארום דערזען פּלוצעם לעבן זיך אף די רישטעוואניעס, אף דעם פינפטן שטאָק פון דער 
בויוּנג. 

-- מיך רופט מען טאניע, -- האָט זי אָן איבעריקע פאָרעדעס מיר געזאָגט, --- און װי מע 
רופט אײַך, ווייס איך. 

כ'װאָלט באדארפט פרעגן, פונוואנען ווייסט זי מײַן נאָמען און אף װאָס טויג איר מײַן נאָ- 
מען. נאָר כ'בין געווען אזוי צעטומלט, אז כ'האָב קיין װאָרט ניט געקאָנט אויסריידן. כ'האָב אלץ 
געקוקט אף איר, און זי האָט מיך גענומען אויספרעגן וועגן מײַן בריגאדע. 

אָט וועגן דעם קאָן איך ריידן וויפל מע וויל, 

-- דערציילט, דערציילט, -- זאָגט זי און קוקט מיר אין די אויגן, װי גלײַך זי װאָלט זיך 
געװאָלט דערמאָנען, װוּ האָט זי מיך געזען. איך דערצייל, נאָר מיר דוכט, אז זי הערט גאָרניט 
מײַנע רייד. 

-- באגלייט מיך, -- זאָגט זי פּלוצעם, --- איך דארף שוין גיין, 

מיר שטײיגן אראָפּ פון די רישטעוואניעס און לאָזן זיך גיין איבערן הויף פון דער בויוּנג. 
אומעטום זײַנען אויסגעלייגט בוי-מאטעריאלן. לענגויס דעם פּארקן שטייען הויכע שטאבעלן פון 
בוי"בלאָקן. אָט איז ארײַנגעפאָרן אין הויף א מאשין און געבראכט גאנצע וענט מיט פארטיקע 
פענצטער און טירן. איך דערצייל איר וועגן אונדזער בוי-קאָמבינאט, נאָר מיר דוכט ווידער- 
אמאָל, אז זי הערט ניט, װאָס איך רייד. מיר גייען פארבײי א הייבקראן. איך פארײַס דעם קאָפּ 
צו דער קאבינע. דאָרט זיצט קאטיע זשוקאָווא. א מיידל א ברען. איך דערפיל גיכער, װי איך 
דערזע, אז זי ווינקט מיר שטיפעריש צו: ;אָ, א שיין מיידל האָסטו אונטערגעכאפּט". עס קומט 
אָן אנטקעגן אונדזער פּראָראב, דער אלטער קוזמיטש. ער מאכט זיך ניט-זעענדיק. ער גייט 
פארבײַ. אלע גייען פארבײי, קוקן זיך ניט אום אף אונדז. װי גלײַך עס איז א געוויינלעכע זאך 
אזוי"אָ אינמיטן העלן טאָג שפּאצירן איבער דער בױיוּנג מיט א שיין מיידל. אפילע די מאָנטאזש- 


103 


ניקעס פון מײַן בריגאדע שטייען אפן פינפטן שטאָק, װי זיי װאָלטן מיך ניט געזען. זיי פאר- 
שטייען, אז דער בריגאדיר טרינקט זיך, נאָר זאָל ער זיך ראטעווען אליין. 

איך ווייס ניט, פונוואנען האָט זיך צו מיר גענומען אזא דרײיסטקײַט, און איך זאָג איר: 

-- כ'וועל אײַך באגלייטן ביז דער רעדאקציע. 

לאכט זי. כ'האָב א טאָעס. זי ארבעט ניט אין קיין רעדאקציע. 

זי איז ביכלאל ניט קיין לענינגראדער. פון סיביר איז זי געקומען אהער. אוב אזוי, פאר- 
שטיי איך שוין אינגאנצן גאָרניט. נאָר װאָס פאר א כילעק איז מיר. פארקערט, ס'איז נאָך בעסער, 
װאָס זי איז ניט קיין היגע. מיר וועלן מיט איר שפּאצירן איבער לענינגראד, איך װעל איר װײַזן 
אונדזער שטאָט, און כ'פרעג זי, צי זי האָט געזען אמאָל װײַסע נעכט, װײַסע נעכט בא אונדו 
אין לענינגראד. 

--- פארװאָס מיינט איר, אז איך לאך פון אײַך, -- זאָגט זי, -- פארקערט, איך האָב ליב 
פּאָעטן. ביפראט אזעלכע, װאָס ארבעטן אף א בויונג. איר ארבעט דאָ שוין לאנג? 

זי לאכט פון מיר, נאָר װאָס גייט עס מיר אָן. כ'בין צופרידן, װאָס איך רייד מיט איר. װאָס 
האָט מיך אזוי מיטאמאָל א צי געטאָן צו דעם דאָזיקן אומבאקאנטן מיידל? איך ענטפער איר: 

-- לאנג, זייער לאנג, זינט מע האָט דעם ערשטן פונדאמענט פארלייגט. 

-- אָהאָ, -- זאָגט זי, --- אויב אזוי קאָנט איר מיר העלפן. איך זוך דאָ א מענטשן, אף דער 
בויונג, און קאָן אים ניט געפינען. 

איך פארשטיי ניט, װוי קאָן מען עס ניט געפינען א מענטשן, אויב מע ווייסט, אז ער ארבעט 
בא אונדז אף דער בווּנג, און צוליב װאָס דארף איך איר העלפן, אז אין קאָנטאָר ווייסט מען 
בעסער פאר מיר, ווער און װוּ סזארבעט בא אונדז. דאָך פרעג איך: 

--- און וי רופט מען דעם מענטשן, װאָס איר זוכט? 

-- מע רופט אים פעליקס... 

איך דערפיל מאמעש, וי איך בין שרעקלעך בלייך געװאָרן. 

-- פעליקס? איך בין דאָך פעליקס. 

-- אָט דערפאר האָב איך זיך צו אײַך געווענדט. 

איך פרעג א פארלוירענער: 

-- בין איך יענער פעליקס, וועלכן איר זוכט? 

--- כ'ווייס ניט. 

זי ווייסט ניט. און איך? 

-- אוואדע בין איך אײַער פעליקס, -- דערהער איך אומגעריכט פאר זיך מײַן אייגן קאָל. 

וי דען אנדערש? דאָס שענסטע מיידל פון דער װעלט איז געקומען אין מײַן שטאָט, זיך 
גלײַך געלאָזט גראדע צו מיר און באשטימט, אז איך בין איר אויסדערוויילטער... 

טאניע לאכט הילכיק. און איך ווער מיט יעדער מינוט אלץ דרייסטער. ווען מײַנע כאוויירים, 
די מאָנטאזשניקעס, װאָלטן געהערט, װי איך רייד מיט איר, װאָלטן זי געהאט פון װאָס זיך 
צו כידעשן. 

-- און די פאמיליע פון אײַער פעליקס פאלט זיך אויך צונויף מיט מײַנער? 

אָך, וי נאריש איך בין! איצט לאכט זי ניט. זי זאָגט גאָר שטיל און טרויעריק: 

-- אָט דאָס איז די זאך, װאָס איך ווייס ניט. 

איך װער אָן מײַן גאנצע האָפערדיקײַט. עפּעס האָב איך ניט דאָס גערעדט. נאָר טאניע 
לאכט שוין ווידער: 

-- נישקאָשע, מיר װעלן זיך אלץ דערוויסן, מיר װעלן נאָך מיט אײַך שפּאצירן אף די 
ברעגן פון דער ניעווא אין א װײַסער נאכט... אף ווידערזען... 


2 


איך בין א לענינגראדער. 

זינט איך געדענק זיך, געדענק איך די שיינע שטאָט אף דער ניעווא. אונדזער קינדערהיים 
האָט זיך געפונען ניט װײַט פונעם פּאלאץ-בריק. קליינערהייט פלעגן מיר טאָגן און נעכטיקן 
בא דער ניעווא. נאָך האלבער נאכט צעעפענען זיך די בריקן איבערן טײַך. זיי זעען אויס אין 
די נאכטיקע שאָען, וי צעבראָכענע אף העלפט. זיי צעפּראלן זיך פאר די שיפן. ס'דוכט זיך, אז 
דו זעסט א שיינעם כאָלעם: אײַזערנע בריקן שפּאלטן זיך... אינמיטן נאכט פלעגן מיר זיך ארויס- 
גאנווענען פונעם קינדערהיים, אוועקלויפן צום ברעג און קוקן אף די בריקן. מיר פלעגן לויפן 
פון איין בריק צו דער צווייטער. מיר האָבן מוירע געהאט דורכצולאָזן די רעגע, ווען די בריק 


104 


װעט זיך א הייב טאָן איבערן וואסער צוזאמען מיט אלע אירע דראָטן, מיט די טראמװײַ-רעלסן, 
מיט די שטאָלענע פּאָרענטשעס, מיט אלע טעלעגראפישע און עלעקטרישע סטויפן. 

איך האָב אלץ געװוּסט וועגן די בריקן אף דער ניעווא. ווען זיי צעעפענען זיך, און װי זי 
הייסן, װער און ווען האָט זיי געבויט. נאָר וועגן זיך האָב איך קימאט גאָרנישט ניט געװוּסט. װי 
קום איך אין קינדערהיים, פונוואנען שטאם איך און װאָס בין איך פאר א מענטש אף דער וועלט. 

פאראן אף דער וועלט מיסטאם װײיניק מענטשן, װאָס ווייסן ניט, ווען זי זײַנען געבוירן 

עװאָרן. איך בין איינער פון זיי. אין מעטריקע האָט מען פארשריבן, אז כ'בין געבוירן געװאָרן 
02 9 פעווראל. נאָר דאָס האָט מען אין קינדערהיים זיך דערטראכט צו פארשרײַבן א טאָג 
אזא, װאָס טרעפט זיך איין מאָל אין פיר יאָר, איך זאָל זיך זעלטענער דערמאָנען וועגן מײַן גע- 
בורטסטאָג. אין מעטריקע שטייט אויך פארשריבן, אז מע רופט מיך פעליקס אדאמאָוויטש. נאָר 
דאָס האָט די פארוואלטערן פון קינדערהיים צוגעטראכט מײַן פאָטערס נאָמען לויטן נאָמען פו- 
נעם ערשטן מענטשן, אויב ער איז געווען אמאָל, --- אָדאָם-האָרישן. 

מײַן פאמיליע איז בעזראָדני --- אן אויסגעטראכטע פאמיליע, עס באטײַט: אָן א שטאם. 

אָט דאָס אלץ האָט מיר דערצילט אן אלטע ניאניע אין קינדערהיים, ווען איך בין שוין 
אלט געווען א יאָר צען. זי פלעגט זיך אָפט צוזעצן צו מיר אפן בעטל און דערציילן מיר מײַסעס, 


איך זאָל איינש שלאָפּן. זי האָט זיך באצויגן צו מיר באזונדערס צארט, װײַל כ'בין געווען א וויל- 


אָפן. 
דער. אזוי האַט מען מיך טאקע גערופן ;דער ווילדער". 


אפילע מײַן מאמע געדענק איך ניט. זי איז פארשווונדן פון מײַן זיקאָרן מיט יענע ערשטע 


קינדער-יאָרן, װאָס זייַנען אויסגעמישט געווען מיט הארמאטן-קנאלן און סרייפעס. זעלטן ווען 
כאָלעמט זיך מיר א הויכע פרוי, א שלאנקע, מיט לאנגע שווארצע צעפ, פארפלאָכטענע הויך 
איבערן שטערן, און איך שעפטשע דאָס װאָרט: ,/מאמע". אין דער װאָר האָב איך, דוכט זיך, צו 
קיינעם אזוי קײינמאָל זיך ניט געווענדט. כ'בין אויסגעוואקסן אָן א טאטן, אָן א מאמען, אָן זיידעס, 
אָן באָבעס, א קינד פון דער מילכאָמע, א קינד פונעם גרויסן כורבן... 

אין קינדערחיים פלעגן קומען מאמעס, טאטעס, זיי פלעגן דערקענען זייערע קינדער, צונע- 
מען זיי. צו מיר איז קײינמאָל קיינער ניט געקומען. ויאזוי האָט מען מיך געקאָנט געפינען, אז 
כ'האָב געהייסן אדאמאָוויטש... בעזראָדני... 

פרעמדע מענטשן פלעגן קומען אין קינדערהיים אױיסקלײַבן זיך א קינד. מיך האָט קיינער 
קיינמאָל ניט אויסגעקליבן. כ'בין געווען א ווילדער. ווען מ'פלעגט מיך פרעגן: ,וועסט גיין צו 
אונדז?", פלעג איך שווייגן און דערנאָך אנטלויפן... 

האָט מען זיך טאקע געהאלטן מיט מיר אין קינדערהיים ביז כ'האָב פארענדיקט א בוי-שול 
און בין געװאָרן א בויער... 

און זינט איך געדענק זיך, לעבט אין מיר א טרוים צו געפינען עמעצן א נאָענטן מענטשן, 
אן אייגענעם, כאָטש א גליד-גלידשוועסטערקיגד. 

כ'וועל זוכן. 

איך על זוכן פונקט אזוי, װוי זי, מײַן נײַע באקאנטע, די שווארץ-אויגיקע טאניע זוכט איר 
באקאנטן. כ'ווייס ניט, וועמען זי זוכט. דערװײַל זאָגט זי עס מיר ניט, נאָר מיר איז אָנגענעם צו 
גיין מיט איר, ריידן מיט איר, לאכן מיט איר. מיר איז מיט איר גרינג. כ'האָב שטענדיק געמיינט, 
אז ריידן מיט א מיידל איז שװוערער, וי הייבן שטיינער. מיט איר האָב איך זיך דערװוּסט, וי 
גרינג עס איז, וי ווארעם, װי ליב צו גיין באנאנד און ריידן, און דערציילן, און לאכן... 

-- דו ביסט פארליבט, -- זאָגט באָריס, דער בעסטער מאָנטאזשניק פון מײַן בריגאדע. 
ער איז בא אונדז דער הויפט-טעאָרעטיקער אין ליבע-פראגן. ער זאָגט מיר פּאָשעט און 
פּראָסט: -- ביסט א פארפאלענער, פעליקס. די ערשטע ליבע איז שטענדיק זודיק-הייס. ביסט 
פארקאָכט. און דעריבער טאָר מען דיך צו דער ארבעט ניט צולאָזן, הײַנט האָסטו שלעכט גע- 
ארבעט. אָנשטאָט צו קוקן אף דער ארבעט, האָסטו געקוקט אין הימל. װאָס זוכסטו אין הימל? 
אין קאָסמאָס איז נאָך דערװוײַל מער וי איין מיידל ניט געווען. קוק בעסער אף דער ערד. 

כ'בין עטװאָס קורצזיכטיק. זשמורע איך די אויגן, זוך אין הויף מײַן נײַע באקאנטע. הײַנט 
איז זי ניטאָ. עפשער װעט זי שוין מער ניט קומען? כװואָלט זי געגאנגען זוכן, ווייס איך ניט, 
װוּ איז איר היים. כ'װואָלט זיך געווענדט אין אדרעסן-ביוראָ, ווייס איך בלויז איר נאָמען: טאניע. 
מער גאָרניט. איין טאניע אין לענינגראד? א מאָדנע מיידל -- אויסגעוועבט פון גאָלט סוידעס. 

דעם ערשטן אָװנט זײַנען מיר מיט איר שפּעט געזעסן אפן ברעג פון דער ניעווא. די נאכט 
איז געווען דורכזיכטיק און העל. א שטילער ווינט האָט זיך לײַכט געהוידעט איבער די כווא- 
ליעס. איך האָב איר דערציילט וועגן דער גאס, װאָס מיר בויען, וועגן הויז, װאָס איך מיט צוואנ- 
ציק יאטן פון מײַן בריגאדע שטעלן אועק פאר קינדער, װאָס װעלן דאָ וואקסן און אײיביק 
וויסן, װוּ זי זײַנען געבוירן געװאָרן. 


109 


זי האָט אופמערקזאם געהערט מײַנע רייד. דערנאָך האָט זי מיך גאָר גענומען אויספרעגף 
פארװאָס הייס איך אדאמאָוויטש, און צי האָב איך קיינמאָל מײַן פאמיליע ניט געביטן, צי האָב 
איך עלטערן און ווען בין איך אהער געקומען.-. 

כ'האָב איר קיין ענטפער ניט געקאָנט געבן. נאָר זאָגן, אז כ'ווייס גאָרניט, האָב איך ניט 
געװאָלט. מער פון אלץ האָט זיך מיר ניט געגלוסט ארויסרופן בא איר ראכמאָנעס. 

-- איך הייס אדאמאָוויטש, װײַל מײַן פאָטער איז אדאם... 

-- האָט איר אים אמאָל געזען? 

-- געזען. 

-- וי זעט ער אויס? דערציילט. 

אף אזא פראגע האָב איך זיך ניט געריכט. כ'האָב גענומען מאָלן, װי עס זעט אס מײַן 
פאָטער אדאם, נאָר כ'האָב זיך פארפּלאָנטערט. זי האָט זיך אָפּגעקערט פון מיר, מער גאָרניט 
געפרעגט און זיך אופגעהויבן פון אָרט. 

פונוואנען זאָל איך וויסן, וי מײַן פאָטער האָט אויסגעזען? 

מיר זײַנען אוועק מיטן ברעג טײַך. איך האָב איר געװאָלט באװייזן אלע הונדערט אינדזלעף 
אף וועלכע עס שטייט מײַן שטאָט, אלע טײַכן און קאנאלן, אלע בריקן און פלעצער. כ'האָב זי 
צוגעפירט צו א קליין שטיבל, ארומגערינגלט מיט גרינס און בלומען. 

--- ווייסט איר, װער עס האָט דאָ געלעבט אין דעם דאָזיקן שטיבל? דאָס איז די ערשטע 
שטוב אין אונדזער שטאָט. פּיאָטער דער ערשטער האָט אליין אויסגעבויט פאר זיך דאָס דאָזיקע 
שטיבל. 

זי האָט געקוקט ניט אפן שטיבל, נאָר אף מיר. 

--- איך װעל פאר זיך אויך אליין אויסבויען מײַן שטוב, -- האָב איך געזאָגט. 

-- זײַט איר קימאט וי א קייסער, -- האָט זי געשמייכלט. 

--- גיין, ניט מער וי א בויער. 

כ'האָב זי געװאָלט אָפּפירן אהיים. נאָר זי האָט זיך מיט מיר געזעגנט. ס'האָט שוין גע- 
שפּראָצט אף טאָג, און איך בין אוועק אף דער בווּנג. ס'האָט נאָך מיסטאמע געדויערט א שאָ, 
ביזוואנען עס איז דער ערשטער געקומען באָריס. 

-- א ליבע איז שטענדיק פארבונדן מיט שמערצן, -- האָט ער אָנשטאָט א באגריסונג 
ארויסגעזאָגט אן אפאָריזם אין זײַן נוסעך. -- האָסט דאָ גענעכטיקט, פעליקס? 


3 


הײַנט איז דער זיבעטער טאָג. זיבן טעג, זינט כ'קען זי. איך האָב אָנגעהויבן מיטאמאָל 
ציילן די טעג. אז יעדער טאָג איז פאר מיר װי א רעטעניש: זי װעט קומען צי ניט קומען. שוין 
זיבן טעג, אז כ'בין גאָר אן אנדער מענטש געװאָרן. איך לאך צו הויך, איך גיי צו גיך, כ'קאָן רויק 
ניט זיצן, קאָן אף אן אָרט ניט שטיין, עס טראָגט מיך דער רועך ווייסט װוּהיך... 

באָריס האָט פון װאָס צו שפּאסן. אָבער די ארבעט איז נאָך קיינמאָל בא אונדז אזוי גוט 
ניט געגאנגען. פאר פיר און צוואנציק טעג האָבן מיר פארענדיקט מאָנטירן א קאָרפּוס אף פינף 
און זעכציק דירעס. שוין אפן דרײַצעטן טאָג האָבן אָנגעהױבן ארבעטן אף די אונטערשטע 
שטאָקן די שטוקאטורן, די פּארקעטשיקעס און די גלעזער. דערװײַל האָט נאָך אונדז קיינער 
ניט דעריאָגט. און ס'ווילט זיך אזש לאָזן אין א טאנץ. נאָך א הויז איז פארטיק. ס'וועט געדויערן 
אייניקע טעג, און פינף און זעכציק דירעס װעלן צעעפענען זייערע טירן, ארײַנלאָזן הונדערטער 
שמייכלענדיקע צופרידענע מענטשן. 

ווען זי קומט הײַנט, װאָלט איך איר דערציילט, װאָס ס'פעלט א בויער, ווען זײַן הויז איז 
פארטיק. 

אזוי טראכט איך, שטייענדיק אפן דאך פון אונדזער ניַעם מויער, אף וועלכן ס'שטארצן 
שוין די טעלעוויזער-אנטענעס, און כ'באמערק ניט, װי זי שטעלט זיך אָפּ הינטער מיר. 

-- פעליקס! -- האָט זי מיך אָנגערירט באם אקסל. 

זי איז געקומען. 

ארום מיר איז אין אָט דער רעגע די גאנצע בריגאדע. א טומל, א לויפעניש. דאָך האָבן אלע 
זי באמערקט, אויסער מיר. א בראוו מיידל. ארופגעכאפּט זיך אזש אפן דאך, פילט זיך דאָ מײַסע- 
באלעבאָסטע, טרעט רויַק, זיכער, װי גיין איבערן דאך איז פאר איר ניט מער, װי א שפּאציר 
איבער ניעווסקי. 

...עפשער איז זי געקומען ניט צו מיר? ניין, צו מיר. אָט שטייט זי און שמייכלט. זי איז צו- 
פרידן, װאָס זי איז געקומען. ס'איז איצט פּונקט ווארמעס. 


16 


און מיר האָבן זיך אלע אראָפּגעלאָזט אין הויף. זי האָט פּלוצעם זיך גענומען געזעגענען. 

-- אזוי גיך? 

-- כ'דארף גיין... 

-- וווּהין? 

-- צו דער ארבעט. 

-- װאָס פאר אן ארבעט הייבט זיך אָן האלבן טאָג? 

לאכט זִי. 

-- וו ארבעט איר? 

-- דאָ ניט װײַט. 

באָריס טרייסט מיך: 

-- מיין ניט, פעליקס, אז בא דיר איז עס מער פארפּלאָנטערט, װי בא יעדערן. א מיידל 
האָט ליב צו דרייען זיך אפן קאָרעק. דארף מען איר געבן צו פארשטיין, אז דו ביסט ניט פון 
אײַזן. ביסט ניט מער, וי א מענטש. פּראווען דיפּלאָמאטיע אין ליבע-איניאָנים איז ניטאָ װאָס. 
אָפענע רייד, דאָס איז דער איקער. דערקלער זיך אין ליבע, נעם זי ארום, גיב זי א קוש... 

א טעאָרעטיקער פון ליבע -- און רעדט נארישקײַטן? אז בא אונדז איז גאָר עפּעס אנדערש. 

-- יעדן פארליבטן דאכט זיך, אז בא אים קומט עס פאָר אנדערש, -- זאָגט באָרקע. -- 
הערסטו, פעליקס, זוכט זי טאקע אף אן עמעס עמעצן א באקענטן, איז לאָז זי צורו. װאָס יאָגט 
זי זיך נאָך צוויי אינדיקעס? --ער הייבט זיך אוף פון אָרט. מיר האָבן שוין געענדיקט עסן. -- 
דו הערסט, פעליקס, ס'איז פול די שטאָט מיט מיידלעך, א וועלט מיט שיינע אויגן, מיט פײַנע 
נעזלעך, מיט געטאָקטע פיס, מיידלעך שלאנקע, כיינעוודיקע, גאָלד און פּערל, גייסטו אוועק און 
קלײַבסט זיך אויס אינמיטנדערינען א מענטש, װאָס ווייסט אליין ניט, װוּ ער װוינט און װוּ ער 
ארבעט, און דו פארקאָכסט זיך, װי א דאָמנע, און װוערסט צעפלאמט, וי א װוּלקאן, און פאר 
איין װאָך ווערט פון דיר א פערטל נעפעש. הײַנט װאָס װעט פון דיר ווערן אין צוויי װאָכן ארום, 
אין א כוידעש ארום? 

-- גענוג פילאָזאָפירט, -- פארענדיק איך דעם געשפּרעך, -- צײַט אָנצוהײיבן ארבעטן. 

געלאסן רירט זיך פון אָרט אונדזער בוי-קראן. װי א העלפאנד װאָלט א טראָט געגעבן. אין 
דער הייך, איך דער גלעזערנער קאבינע שטייט באם שטורוואל קאטיע זשוקאָווא. אָט וועלן אירע 
דינע פינגער אָנרירן דאָס הארץ פונעם מעכטיקן קראן, װעט אראָפּ צו דער ערד דער שטאָלע- 
נער טראָס, און שווערע בלאָקן און פאנעלן װעלן נעמען שווימען אינדערלופטן, הייבן זיך צו 
דער וואנט פון א ניַעם קאָרפוס, וועלכן מיר װעלן דאָ אופבויען. 

קאטיע ווינקט מיר פון דער הייך. זי איז גרייט. איך גיב א סיגנאל. דער שטאָלענער טראָס 
איז אוועק נאָכן ערשטן בלאָק. 


4 


א פײַן מיידל קאטיע. דרי יאָר, װי איך זע זי אלע טאָג. דרײַ יאָר קוקן אירע שיינע בלויע 
אויגן אף יעדערן פון אונדז. וויפל מאָל האָב איך געזען איר שמייכל, געהערט איר געלעכטער, 
נאָר גאָרניט. װי ניט מיך מיינט מען. און אָט פּאווקען, דעם בריגאדיר פון דער צווייטער ברי- 
גאדע מאָנטאזשניקעס, האָט זי באוויזן צו פארוואנדלען אין א ליכט, װאָס ווערט צעשמאָלצן פון 
איר הייסן בליק. 

פּאווקע איז פארליבט, ניט אויסצוהאלטן. ער צאנקט, ער גייט אויס. יעדן טאָג, נאָך דער 
ארבעט, קומט ער צו אונדז אפן הויף און ווארט אף קאטיען. און זי, אפצולאָכעס, גייט אראָפּ פון 
קראן זייער פּאמעלעך, קוקט אפילע ניט אין זײַן זײיַט, פארברענגט א האלבע שאָ אין דוש, דער- 
נאָך טוט זי זיך א האלבע שאָ איבער. און ווען זי ווערט פארטיק, איז שוין קיינער, אויסער פּאוו- 
קען, ניטאָ אפן בוי-פּלאץ. 

נאָר ער שװײַגט. דער בייזער פּאווקע לײַדט און שװײַגט. מע זעט אָפט, אז ס'װואָלט אים 
גרינגער געווען צו אופהייבן דעם קראן פון דער ערד, איידער דערווארטן זיך אף קאטיען. נאָר 
ער ווארט... 

הײַנט פארנאכט, ווען פּאווקע קומט ווידער ווארטן אף קאטיען, דערציילט ער: בא זיי אר- 
בעט א נײַ מיידל אפן הייבקראן. א כוואט א מויד. זי קען די ארבעט, וי זיך אליין. און ס'איז 
איר ניט געפעלן, וי אונדזערע מאָנטאזשניקעס פּאָרקען זיך. זי װאָלט געקאָנט, זאָגט זי, ארבעטן 
גיכער, פלינקער, נאָר די מאָנטאזשניקעס ספּראווען זיך ניט. זי לייגט פאָר, אז מיר זאָלן זיך 
אונטערגעמען מאָנטירן א שטאָק ניט פאר פינף טעג, נאָר פאר פיר. 


107 


עפשער איז זי טאקע גערעכט... נאָר איך זאָג עס ניט ארויס. מיך פארדריסט, װאָס א נײַונד 
קע רוקט איר נאָז אהין, װוּ מע דארף גיט... 

-- זאָל קאטיע אראָפּגײן, -- בעט זיך פּאווקע. 

איך בעט זי אויך. נאָר זי גייט ניט. זעצט זיך פאווקע אנידער אף די פאנעלן, נעמט ארויס 
א פוטערברויט און הייבט אים אָן געלאסן קײַען. 

ער קאָן אזוי אָפּזיצן ביז אינדערפרי. 

און זי קאָן געכטיקן אפן קראן. 

אָט א פּאָר אקשאָנים... 

-- גיי אהיים, פּאווקע, ס'וועט דיר גאָרניט העלפן. 

ניין, ער װעט ניט אוועקגיין. ער װעט זיצן און זיך דערווארטן, און איך גיי אוועק. שוין א 
װאָך, וי טאניע קומט ניט, און איך האָב שוין ניט אף וועמען צו ווארטן. 

מאָרגן איז זונטיק, מאָרגן װעל איך אויסגיין אלע פּארקן. פון פארפרי װעל איך אָנהײבן 
מײַן שפאציר. כ'װועל זיך טראָגן פון איין עק שטאָט צום צווייטן. עפשער װעל איך זי ערגעץ 
באגעגענען? מאלע װאָס עס קאָן געשען... 

...און אין אָװונט איז עס געשען. 

כ'האָב זי באגעגנט, ווען איך האָב זיך שוין אומגעקערט אהיים, טאקע ניט װײַט פון אונדי 
זער צוזאמענוווינונג, 

נאָך אזויפיל טעג פון שװוערן ווארטן האָב איך געמיינט, כ'וועל זיך אָנצינדן, ווען כ'װעל 
זי דערזען. 

נאָר א מענטש איז שטארקער פון אײַזן. 

-- װאָס מאכט איר? -- דערלאנג איך איר געלאסן מײַן האנט, װוי כ'װואָלט שוין וועגן איר 
לאנג פארגעסן. זי דריקט מײַן האנט. 

-- א גאנצע װאָך ניט געזען זיך, --- זאָגט זי. 

צי ארט דאָס זי טאקע אזוי שטארק, און װאָס איז די נאפקעמינע, א װאָך ניט זען זיך צי 
צוויי װאָכן? 

-- נו, יאָ, -- זאָגט זי, -- איר האָט דען געבענקט נאָך מיר? 

װאָס קאָן איך איר ענטפערן? זאָגן ניין? איז עס א ליגן. זאָגן יאָ, איז עס נאָך שווערער. איך 
האלט נאָך אלץ אירע פינגער אין מײַן האנט, און זי, דוכט זיך, האָט פארגעסן, אז זי װאָלט זי 
שוין לאנג באדארפט צונעמען. גייען מיר אזוי, און װאָס מער מיר גייען, אלץ מער וואקסט אין 
מיר א פארלאנג איר זאָגן אָפּן און דרייסט: ,ווען איר ווייסט, װי איר זײַט מיר טײַער...* ניין, 
דאָס איז באנאל, אזוי זאָגן מיסטאמע אלע. איך װעל איר זאָגן: ,ווען איר פארשטייט, וי שטארק 
איך האָב אײַך ליב...* ניין, דאָס זײַנען אלטע, אָן א שיר מאָל איבערגעכאזערטע ווערטער. 

-- האָט איר שוין געפונען אײַער באקאנטן? -- פרעג איך. 

-- ניין, די מאמע װעט קומען, װעט אלץ קלאָר ווערן. 

-- די מאמע, וועמעס מאמע? 

-- מײַן מאמע, -- זאָגט זי און װויל מער דערפון ניט ריידן. זי בעט מיך, מיר זאָלן גיין 
צו דער ניעווא, זי ויל זען, װי סע שפּאלטן זיך די בריקן. 


5 


פּאווקע איז מער העלד פון מיר. קאטיע ווייסט שוין אף אױיסװייניק אלע זײַנע ליבע-רעדעס. 
נאָר קאטיע איז ניט יענץ יאָדערל, װאָס לאָזט זיך קײַען אזוי לײַכט. פאר א קוש גיט זי אין 
באק ארײַן. ווען מיר האלטן באם ערשטן שטאָק, גיט זי א פּאטש פאר א קוש; ווען מיר האלטן 
באם פינפטן שטאָק, באנוגנט זי זיך מיט א פּאטש פאר צוויי קושן. 

הײַנט האָט זיך קאטיע באקאנט מיט פּאווקעס נײַער קראנאָוושטשיצע. נעכטן נאָך דער 
ארבעט איז פאווקע צו אונדז ניט געקומען. האָט קאטיע באשטימט, אז מיסטאמע כאפּט איר 
שיינער באָכער אן איבעריקן קוק אף דעם נײַעם מיידל. זי איז אוועק אהין אין ווארמעס- 
איבערײַס. מיט פּאווקען האָט זי אפילע קיין װאָרט ניט אויסגערעדט, ארוף אפן קראן, פאָרגע- 
שטעלט זיך און אָפּגעזאָגט אירס: 

-- פאר פיר טעג איז אומעגלעך צו מאָנטירן א שטאָק. 

און זי, אוּוואראָווא הייסט זי, פּאווקעס מאשיניסט, א קענטלעך פּאָנעם, -- דערציילט קא- 
טיע, -- האָט איר ארופגעלייגט די האנט אפן אקסל און געלאסן געזאָגט: 

-- אונדזער בריגאדע װועט אײַך קומען צוהילף. 


108 


קאטיע האָט אף אזעלכע װוערטער אפילע ענטפערן ניט געװאָלט, זי האָט זיך אויסגעדרייט 
און געװאָלט אוועקגיין. נאָר יענע האָט זי גענומען בא דער האנט, אוועקגעזעצט לעבן זיך און 
געזאָגט: 
-- פאווקע שטארבט נאָך דיר אוועק. 
-- טאקע? 
-- אזויפיל הארצווייטעק!.. 
-- יאָ? 
-- אזא גוטער יאט, פאווקע... 
קאטיען איז געװאָרן פארדעכטיק די מײַסע. װאָס לויבט זי אזוי פּאווקען, די נײַע? נאָר זי 
האָט ניט באוויזן עפענען דאָס מויל, וי זי האָט דערהערט: 
-- אײַער בריגאדיר איז אויך ניט אבי-ווער... 
-- דאָ, זאָגט קאטיע, -- האָב איך זיך דערמאָנט, װוּ כ'האָב זי געזען. דו הערסט, פעליקס? 
זי האָט דיר איבערגעגעבן א גרוס, זי קען דיך. 
נאָר װאָס גייט מיר אָן די דאָזיקע אוּוואראָווא, װאָס ארבעט בא פאווקען. מאלע װוער ס'קע 
מיך. פאר מיר איז גענוג טאניע. 
נאָך דער ארבעט איז פאווקע געקומען צו לויפן א פארסאָפּעטער. דאָס מאָל איז קאטיע 
טייקעף אראָפּ פון קראן. פּאווקע האָט איר עפעס באויזן, איז זי געװאָרן שטארק פריילעך און 
אױיסגעשאָסן א הילכיק געלעכטער. 
מיטאמאָל גייט זי צו צו מיר און דערלאנגט מיר א צעטעלע פון טאניען. זי נעמט פּאווקען 
פאר דער האנט, און זיי גייען ביידע אוועק. 
כ'בין אזוי געווען איבעראשט, אז כ'האָב אפילע פארגעסן צו פרעגן, װוּ האָט זי געזען טא- 
ניען. מיסטאמע איז דאָ הײַנט טאניע געווען. כ'בין שפעט געקומען, פארהאלטן זיך אפן קאָמ- 
בינאט. 
טאניע שרײַבט, איך זאָל קומען צו די ספינקסן אפן ברעג פון ניעווא, איך זאָל זיך ניט 
בייזערן אף קאטיען, איך זאָל מער ארבעטן און וייניקער טראכטן... 
פונוואנען נעמט זי, אז איך בייזער זיך אף קאטיען? 
אין אָװנט האָב איך עפשער א מאָל פינף איבערגעטראכט, װאָס אָנצוטאָן, איבערגעװאָרפן 
אלץ, װאָס איך פארמאָג. צו דער באשטימטער צײַט איז פארבליבן א האלבע שאָ, קומט פּלוצעם 
ארײַן פאווקע 
-- כ'האָב קיין צײַט ניט, פאווקע. כ'לויף. 
-- איין רעגע. קאטיע האָט געהייסן שװײַגן, נאָר איך מוז דיר עפּעס דערציילן. 
-- מאָרגן, האווקט ע! איך לויף. 
-- צוויי ווערטער, פעליקס. 
איך הער אים ניט. איך אנטלויף. 
מיר זײַנען געזעסן מיט טאניען באם טײַך. איך האָב איר דערצילט וועגן פּאווקען און 
קאטיען. מיר איז שטארק ניט געפעלן פאווקעס נײַע קראנאָוושטשיצע, האָב איך איר געזאָגט, 
אָט די דאָזיקע אווואראָווא, װאָס רוקט איר נאָז, װוּ מע דארף ניט, װאָס בארימט זיך, אז זי קען 
ארבעטן בעסער פון קאטיען... 
טאניע האָט געשמייכלט, דערנאָך האָט זי זיך צעלאכט, דערנאָך האָט זי געזאָגט, אז איך 
דארף ניט זײַן אין קאס אף אוּוואראָװוען. פארקערט, איך דארף גיין צו איר און מעג זיך אפילע 
לערנען בא איר, אויב ס'איז דאָ װאָס. 
-- ניין, -- האָב איך איר דערװוידערט, -- כ'וועל צו איר ניט גיין, א מענטש ארבעט א 
װאָך צײַט און וויל אלעמען לערנען. 
-- ביסט א נאר, פעליקס. 


6 


-- ביסט א נאר, פעליקס, 

אלעמאָל, ווען זי גיט עס א זאָג, באקומט זיך עס. בא איר אזוי ליב, װי דאָס װאָלט געווען 
דער בעסטער קאָמפּלימענט. 

כאפּ איך זי פאר ביידע הענט, און מיר לויפן ביידע אראָפּ פון די שטיינערנע טרעפּ צו די 
כוואליעס פון דער ברויזנדיקער ניעווא. בלויז די האלבע לעװאָנע איז אן איידעס, װי כ'האָב 
זי דאָס ערשטע מאָל ארומגענומען,. שטארק צוגעדריקט צו זיך, א קוש געטאָן אין די אויג 


109 


-- מידארף ניט, פעליקס. 

פארװאָס דארף מען ניט? יעדער מיידל ענטפערט אזוי אפן שטורמישן אָנגריף פון איר 
ליבן באָכער. דאָס ווייס איך פון באָריסן. 

--- מ'דארף זײַן ריין, אויסגעהאלטן, -- זאָגט זי. 

איך האָב געטראכט, פארװאָס קאָן איך ניט זײַן ריין און אויסגעהאלטן, אויב איך נעם זי 
ארום, אויב איך שענק איר מײַן הייסן אָטעם... 

איך פארשטיי: זי האָט עמעצן פארלאָרן. זי זוכט אים, האָפט, אז זי װעט אים געפינען, װעל 
איך דאן זײַן דער איבעריקער. וויל זי, מיר זאָלן פארבלײַיבן בלויז פרײַנט. 


שוין אמאָל נעמען א סאָף צו זײי? --- איך ווארט ניט אף קיין ענטפער. איך קען זי דאָך שויף 
נאָר זי ענטפערט דאפקע: 

-- יאָ, ניט שפּעטער, װי אין א װאָך ארום, קומט אהער די מאמע. זי האָט געדארפט קומען 
פריִער, נאָר מע האָט זי פארהאלטן אף דער ארבעט. און אז די מאמע װעט קומען, װעלן אלע 
סוידעס קלאָר ווערן. 

איך גלייב ניט. איך קאָן אין דעם ניט גלייבן. פארקערט, ס'וועט קומען די מאמע, װעט 
זײַן נאָך א מענטש, װאָס װעט זי בא מיר צונעמען אף גאנצע שאָען, אף גאנצע טעג, און סויי 
דעס, דוכט מיר, וועלן ניט געמינערט ווערן. 

ס'איז שוין לאנג נאָך האלבער נאכט. מיר גייען איבערן פּוסטן ניעווא-פראָספעקט. איך 
פיר זי אונטער דער האנט און דערצייל איר וועגן דער שענסטער גאס אין דער וועלט. 


7 


פּאווקעס בריגאדע האָט אויסגעשפילט דעם געוועט. זי האָבן פארענדיקט דעם מאָנטאזש 
אף אָנדערהאלבן טעג פריער, וי מיר. 

אונדזער בריגאדע האָט זיך געקליבן גיין אין פולן באשטאנד באגריסן פּאווקען און זײַנע 
יאטן. איך האָב א ביסל פארשפּעטיקט. כ'האָב צוגעזאָגט טאניען ווארטן אף איר. זי וויל מיטגיין. 
מיילע, זאָל זי גיין. זי איז שוין דאָ מיט אלעמען באקאנט. זי קומט איצט אלע טאָג צו אונדו 
אף דער בויוּנג. גאָר שטארק האָט זי זיך באפּרײַנדעט מיט קאטיען. 

ניט גרינג צו גיין באגריסן די, װאָס האָבן דיך באזיגט. איך אליין בין אין דעם שולדיק. ניט 
געװאָלט גיין לערנען זיך בא דער אוּוואראָווען. אפילע קאטיען פארווערט גיין צו איר. ס'האָט 
זיך מיר אלץ געדוכט, אז ס'איז ניט ערנסט. כ'האָב אף דעם געקוקט וי אף א שפּאס. לאָזט זיך 
אויס, זי איז א דערפארענער מאשיניסט, ערגעץ געארבעט אף א גרויסער בויוּנג אין סיביר. 

מיר גייען. טאניע שװײַגט. 

-- דיר װעט זײַן ניט אינטערעסאנט, -- זאָג איך. 

-- האָסט א טאָעס, --- ענטפערט זי. 

ביידע נײַע קאָרפּוסן שטייען איינער אנטקעגן דעם צווייטן. איך זע פונדערװײַטן פּאווקען. 
ער האלט אין די הענט א גרויסן בוקעט בלומען. דאָס האָט ער צוגעגרייט פאר קאטיען, זי זאָל 
ניט זײַן שטארק בארויגעז, װאָס ער איז איר דעם וועג פארלאָפן... 

קוזמיטש באגעגנט אונדז, ער קען שוין אויך טאניען. 

אלע פרייען זיך, אלע לאכן, אלע זינגען. טאניע פילט זיך דאָ װוי צװישן אייגענע. 

אָט איז באָריס מיט זײַן הארמאָניק. ס'הייבט זיך אָן א טאנץ. 

--- וווּ איז זי? --- פרעג איך בא קאטיען. 

-- אָט איז זי, --- באװײַזט קאטיע אף טאניען. 

איך פארשטיי, אז טאניע איז מיט מיר, באדארף איך וועגן קיינעם ניט פרעגן. נאָר, פונ- 
דעסטוועגן, בין איך שטארק נײַגעריק צו וויסן, פארװאָס איז די אוּוואראָווא ניטאָ.. 

מע זעצט זיך צום טיש אינעם לאנגן צימער פון קאָנטאָר. די מיידלעך פון ביידע בריגאדעס 
האָבן צוגעגרייט א רעכטע וועטשערע. מיך מיט פּאווקען באזעצט מען אױבנאָן. לעבן מיר -- 
טאניען, לעבן אים -- קאטיען. מע גיסט אָן די גלעזעלעך, ס'הייבט זיך אוף קוזמיטש און ויל 
שוין האלטן א רעדע. 

איך קוק זיך ארום, האלט ניט אויס, נעם קוזמיטשן פאר דער האנט. 

-- איין רעגע! פארװאָס ווארטן מיר ניט אף אוּוואראָווען? 

מע לאכט. קוזמיטש איז פארװווּנדערט. 

-- װאָס לאכט מען? 


110 יל 


קוזמיטש קוקט אף טאניען, קאטיע נעמט זי ארום. פּאווקע כאפּט ארום מיטאמאָל ביידן -- 
אי קאטיען, אי טאניען. 

קוזמיטש הייבט נאָכאמאָל אוף זײַן גלעזל: 

-- לאָמיר ווינטשן גליק אונדזערע בריגאדירן, און אזויווי זיי ביידן ווילט זיך דאָס טע- 
לערל פון הימל און זיי קוקן דעריבער שטענדיק אין דער הייך, אף אונדזערע הייבקראנען -- 
איז לאָמיר דעריבער אויסטרינקען פאר אונדזערע קראנאָוושטשיצעס... 

-- זיי זאָלן ניט נאָר פירן הייבקראנען, נאָר אויך... קינדער-וועגעלעך... -- גיט צו באָריס. 

אלע טרינקען. אלע באגריסן מיך און פּאווקען. די מיידלעך קושן זיך מיט קאטיען און 
מיט טאניען. 

-- טאניע, -- זאָג איך, --- װאָס קומט דאָ פאָר? װוּ איז אווואראָווא? 

זי האָט מיך ארומגענומען און שטיל-שטיל ארײַנגערוימט דעם ערשטן סאָד; 

-- אלע זײַנען דאָ, פעליקס. ביסט אזוי צעטומלט, אז דו האָסט אפילע מײַן פאמיליע 
קיינמאָל ניט געפרעגט. 

מער האָט זי מיך גאָרניט געלאָזט פרעגן און איז אוועק מיט פאווקען אין א טאנץ. 

מײַנע כעוורע איז שטארק געפעלן דאָס שפּיצל, װאָס זיי האָבן מיט מיר אָפּגעשפּילט. אלץ 
האָבן געװוּסט, ווער ס'איז אוּוואראָווא. איך איינער בין געווען בלינד. א פארליבטער, זאָגט באָ- 
ריס, איז שטענדיק בלינד, 


8 


מיר גייען ביידע צו דער באן באגעגענען איר מאמען. 

פון באגינען גיסט א געדיכטער, שטעכיקער רעגן. ס'הענגט אזא שווארצער װאָלקן איבער 
דער שטאָט, װוי ס'װואָלט גאָר אין ערגעץ קיין זון ניט געווען. כ'בין שטארק דערשלאָגן. כ'קאָן 
ניט פארשטיין, פארװאָס איז טאניע אזוי אײַנגעאקשנט. 

-- הער, טאניע, -- האָב איך זיך אָנגענומען מיט דרײיסטקײַט, -- אויב דו האָסט ליב אן 
אנדערן, אויב דו זוכסט אן אנדערן, װעל איך דיר מער ניט שטערן. כ'וועל אוועקגיין, כ'וועל 
אָפּטרעטן דעם וועג. 

זי בעט מיך, איך זאָל בא איר גאָרנישט ניט פרעגן מער, ביז די מאמע װעט קומען. עס 
איז דאָך געבליבן געציילטע מינוטן. איך פארשטיי ניט, װאָס װעט זײַן, אז איר מאמע װעט שוין 
קומען. כ'בין איבערצײיַגט, אז כ'וועל איר מאמען ניט געפעלן װוערן. מאמעס האָבן ליב באלע- 
באטישע באָכערים, אזעלכע, װאָס טראכטן וועגן טאכלעס, וועגן דער שטוב. 

דער באן איז געקומען. אָט האָט טאניע זיך א לאָז געטאָן צו אן אלטער פרוי מיט א שטרויע- 
נעם קויש אין די הענט. זיי נעמען זיך ארום, קושן זיך. 

דערנאָך קערט זיך די פרוי אויס צו מיר. זי פרעגט מיך גאָרניט. אירע אויגן, פול מיט 
טרערן, עגבערן מײַן פּאָנעם. זי שטרעקט אויס צו מיר איר האנט און זאָגט שטיל: 

-- קומט, קינדער. װאָס שטייען מיר? 

דאָס ערשטע מאָל האָט מיר א מאמע געזאָגט: ;קומט, קינדער". 

מיר גייען אהיים צו טאניען. 

מיר זיצן באם טיש. טאניע מיט דער מאמען קוקן ביידע אף מיר. כ'פרעג בא דער מאמען, 
צי איז זי ניט מיד פון וועג. זי שאָקלט מיטן קאָפּ: 

-- א ביסעלע מיד. 

-- איז לייגט זיך עפשער צו. רוט זיך אָפּ. 

זי פאָלגט, זי לייגט זיך צו. 

טאניע לאָזט אונדז איבער זאלבעצווייט. זי דארף ערגעץ צוגיין. כ'נעם א בוך אין האנט. 
די אלטע לאָזט פון מיר די אויגן ניט אראָפּ. זי בעט מיך צוגיין נעענטער, זעצן זיך לעבן איר. 
זי באדארף מיר עפּעס זאָגן. 

איר דערשראָקענער בליק רירט מיך ביז ווייטעק. כ'קער זיך אָפּ. זי שטייט אוף, נעמט מײַן 
האנט. 

-- א קליינינקער ביסטו גאָר אן אנדערער געווען... 

-- א קליינינקער? ווען האָט איר מיך געזען א קלייגינקן? 

זי שװוײַיגט. זי וויינט. 

...װאָס רעדט זי, די גראָװוע מאמע? איך פארשטיי ניט, װאָס זי מיינט. איך וויל ניט, זי זאָל 
ריידן. יעדער װאָרט אירס רופט בא מיר ארויס א גרױיליקן אומרוי.. 


11 


זי נעמט ארויס פון איר רידיקול א בלויען קאָנווערט. כ'ווארט אָנגעשטרענגט, װאָס וועס זי 
מיר װײַז. זי וויקלט פאנאנדער א פעקעלע פאָטאָגראפיעס, קלײַבט אויס א פאָטאָ-קארטל און 
דטרלאנגט מיר. כ'דערזע אפן בילד א ייַנגעלע פון א יאָר צוויי מיט גרויסע שווארצע אױגף 
געקרײַזלטע האָר, פולע בעקלעך... ס'איז די זעלבע פאָטאָ, װאָס אין אלבאָם פון אונדזער קינ" 
דערהיים. װאָס הייסט עס? 

-- כ'האָב דיר געװאָלט זאָגן, פעליקס... הער מיך אויס... 

כ'ווייס ניט, װאָס זי האָט מיר געװאָלט זאָגן. כ'בין אוועק... כ'האָב לאנג, לאנג געבלאָנקעט 
איבער די פוסטע גאסן. 


אף מאָרגן האָט מיר טאניע דערציילט: 

-- דאָס איז געשען אינעם ערשטן מילכאָמע-װינטער. אפן אײַז פון דער לאדאָגע-אָזערע. אן 
אוטאָיצוג איז געגאנגען אונטערן פּײיַער פון די פאשיסטישע אעראָפּלאנען. אף דער לאדאָגע 
האָבן זיך געריסן סנאריאדן. דאָ און דאָרט זײַנען געפאלן באָמבעס. דאָס שוימיקע וואסער האָט 
זיך ארויסגעריסן פונעם צעשפּאָלטענעם אײַז. א גרויסער לאטט-אווטאָ האָט אָנגעהויבן אונטער- 
גיין. פון אים זײַנען געשפּרונגען פרויען מיט קינדער אף די הענט. אף אונדזער מאשין, װווּ איך 
מיט דער מאמען זײַנען געווען, האָט א שפּליטער פארװװוּנדעט א פרוי. זי האָט געהאלטן א קינד, 
אײַנגעװיקלט אין א װאָלענעם טוך. זי האָט בלויז באוויזן צו זאָגן: ;אים רופט מען פעליקס, 
אונדזער פאמיליע איז גינדין. מײַן נאָמען איז".. זי איז אויסגעגאנגען אף מײַן מאמעס הענט. 
אין עטלעכע װאָכן ארום זײַנען מיר געקומען קיין װאָראָניעזש. דאָרט זײַנען מיר ביידע גע" 
וואקסן צוזאמען -- איך און דו. דערנאָך איז די מילכאָמע געקומען קיין װאָראָניעזש. מיר 
האָבן זיך ווידער עוואקויַרט. ניט װײַט פון שטאָט האָט מען אונדזער צוג באָמבירט. ס'איז 
געווען באנאכט. מיר זײַנען ארויס אין פעלד. די מאמע האָט אונדז ביידן פארלאָרן. מע האָט זי 
פארווונדעט. מע האָט זי געבראכט קיין נאָװאָסיבירסק אין שפּיטאָל. אײינמאָל האָט זי זיך דער- 
װוּסט, אז ס'איז געקומען אן עשעלאָן מיט עוואקויַרטע קינדער. דאָרט האָט זי מיך געפונעף 
און דו ביסט פארפאלן. װי אין וואסער ארײַן. מיר האָבן דיך אלע יאָרן געזוכט. געשריבן אהער, 
קיין לענינגראד. סאָפּקאָלסאָף האָבן מיר באשלאָסן, איך זאָל אליין קומען אהער. איך בין 
אויסגעווען אין אלע קינדערהיימען און דיך געפונען. כ'בין אָבער ניט געווען אינגאנצן זיכער. 
הײַנט איז די מאמע געווען אין דײַן קינדערהיים, זי האָט פארגלײַכט דײַן פאָטאָ, װאָס זי האָט 
אלע יאָרן געהיט, אפילע מיר ניט געװאָלט פארטרויען, מיט די פאָטאָגראפיעס פון דײַנע קינ" 
דער-יאָרן... ֹ 

-- טאניע, -- האָב איך געזאָגט, --- ליבע מײינע. 

װאָס נאָך האָב איך געזאָלט זאָגן? 


9 


קומט צו גיין צו אונדז, װעט איר זען, װי שיין מיר לעבן. װי יאָמטעװדיק עס לויכטן זיך 
אונדזערע פענצטער. 

אונדזער שטוב איז ברייט צעעפנט פאר א גאסט. 

פאראן אין לענינגראד אזא געראמע און שיינע גאס, װאָס הייסט מאָסקװער פּראָספעקט. 
אפן ראָג פונעם פּראָספּעקט און אלטײַער גאס שטייט אונדזער הויז. אפן צווייטן שטאָק איז אונד- 
זער דירע -- קלינגט אָן און גייט ארײַן. אונדזער שטוב האָבן מיר אליין געבויט. יעדן בלאָק, 
יעדע ראם, יעדער גלאָז, יעדער ברעטל פון פארקעט האָבן מיר געהאלטן אין אונדזערע הענט. 

אונדזער מישפּאָכע באשטייט דערװײַל פון דרײַ מענטשן. איר קענט זיי אלעמען. דאָס איז 
די מאמע, איך און טאניע. 

אָט זיצן מיר אלע באם טיש. אױיבנאָן -- אונדזער מאמע. א זעלטענער מענטש. אין די מיל- 
כאָמע-יאָרן האָט זי געארבעט אף א טאנקען-זאװאָד. אין א קליינעם הילצערנעם שאכטעלע איז 
בא איר באהאלטן ניט קיין פּערל, ניט קיין גאָלדענע אוירינגלעך, ניט קיין פינגערלעך מיט 
טאָפּאזן -- אין א זײַדן טיכעלע ליגט דאָרט אײיַנגעװיקלט אן אָרדען. 

פון רעכטס לעבן דער מאמען זיץ איך. פון לינקס זיצט טאניע. 

מיר מיט טאניען ארבעטן איצט אף פארשיידענע בווּנגען. אלע אפדערנאכט האָבן מיר אָן 
א שיר נײַסן איינער פארן אנדערן. 

טאניע דערציילט: 

-- פאווקע האָט, סאָפּקאָלסאָף, אויסגעפירט, קאטיע זאָל פאר אים כאסענע האָבן. זי האָט 


7---0 112 


אים גענוג אויסגעמאטערט. אן אקשן א מיידל. איצטער ווילט זיך איר, אז איר מאן זאָל שפּילן 
פידל, און ער האָט ליב דאפקע זײַן באין ניט וייניקער, וי זײַן באשערטע. 
נאָך א נײַס. אין מײַן בריגאדע זײַנען צוגעקומען פינף נײַע מיידלעך. צוויי פון זיי רופט 


מען טאניע. וועלן זיך איצט אלע טאניעס רופן אזוי: 


--- טאניע דאָס װײַב, טאניע די שווארצע, טאניע די בלאָנדע. 
אזוי האָט באשטימט באָרקע. ער איז איצט מײַן געהילף. 


אין די װײַסע נעכט שפּאצירן מיר איצט מיט טאניען ניט באם ברעג פון דער ניעווא, נאָר 
איבער אונדזער מאָסקװער פּראָספּעקט. מיר גייען װיײַט-װײַט, ביז די לעצטע הײַזער, ביזן גרי- 
נעם פעלד, ביז די שלאנקע סאָסנעס, װאָס שטייען, וי אן ערן-וואך, בא ביידע זייטן פונעם 


{ גלאנציקן אספאלט. 


יאנקל עלקיס 


א װאָרט 


וָ 

א װאָרט אן אלטס ווערט אָפטמאָל 

| נײַ, 

ס'געפּענטעט װאָרט ווערט פלוצעם 
פריי, 

דעם ענגן װאָרט זאָל זײַן געראם -- 

עס דארף די ראכוועס פון א יאם. 


איך קנעט דאָס װאָרט מיט פלײַס 
און ברען 
און לייז עס אויס פון שווערן קלעם 
און מײַן נעשאָמע עס 
דערקוויקט--- 
ווען מיט דער וועלט ס'איז ניט 
צעקריגט, 


װאָס דראָעט דעם פּאָעט 


...און דאָס סאמע העסלעכע אין לעבן 
איז פאָרט די פעטע איבערזעט: 

פון דער ערד זיך אָפּרײַסן און שוועבן 
לאָזט זי ניט אפילע דעם פּאָעט. 


אונטערוועגנס 


אין בײַװאָקזאלער שקיע אײַנגעפאסט 

מ'האָט רויטע, געלע, גרינע סעמאפאָרן. 

איך בין דאָ צופעליק א גאסט, 

איך ווארט דאָ אף מײַן צוג -- אװועקצופאָרן. 


אף מײַרעװדיקן הימל לייגט זיך אויס דער אש 
פון אויסגעגאנגענע באטאָגן, 


נאָר גרינע סעמאפאָרן העלן ראש -- 
אף מיזרעך נעמט איצט טאָגן. 


װוּהין ניט פירן זאָלן מײַנע טעג 
און װי עס זאָל ניט זײַן מײַן הארץ געפּענטעט, -- 
באם סאמע ברעג פון לעצטן וועג 

וועט זײַן מײַן בליק צו מיזרעך-זון געווענדעט. 


113 


סימכע װילענסקי'. 


א טראָפּן טוי 


! איך האָב 'די זון אראָפּגעשלונ- * 
גען 
מיט א טראָפּן טוי, 
וי א פיש דעם שטערן -- 
אינעם וואסער-בלוי. ' - 


איך האָב פון מאָרגן-טױי 

פון א גרעזל די זון געזויגן, 
געלאָשן מיט הימל-בלוי-- 
די שקיִע אין מײַנע אויגן. 


מיר -כאפּן אונטער דאָס לעבן, 
וי א פאָן אין קאמף, 

װאָס גייט איבער 

א געלעכערטע 

פון האנט צו האנט. 


דער פאָנענטרעגער צייכנט מיט 


בלוט 
די וועגן. 


א הונט האָט געבילט אף 
דער לעװאָנע, 

האָט זי זיך באהאלטן 

אין אן עמער מיט וואסער, 

װאָס א מיידל טא 

געטראָגן האָט פונעם טײַך 

איבער דאָרפישע גאסן- 


עס שפּרינגען שעפעלעך 
איבער בערגעלעך -- 
האָפּ-האָפּ. +, 
דער פּאסטעך, א מידער, 
זינגט זײַנע לידער --- 
טאָפּ-טאָפ. 


| עס לויפן שעפעלער 
צום קאמיש-טײיכל * 
יאין גאלאָפ: - 
! - + דער פּאסטעך נאָך זי - ' 


אין בייןהאשמאָשעס 
געװאָרפן אף דער לעװאַנע א / 
שטריק, 


וי בערן געבונדן די שאָטנס 


און געפירט זיי צום וואלד 
צוריק. 

האָט דער וואלד זיך צעשריגן, 

די בערן האָבן געלאכט: 

--- א מענטש וויל ניט רוען 

און שטרײַט מיט דער נאכט! 


זײַן געפיל; 
ער װעט זי ניט דערטראָגן.. 
דאָך קומט די פאָן צום ציל, 


דאָס לעבן, װי די קאמפס-פאָן, 
באדארף מען טראָגן, 

אפילע ווען דער וועג איז לאנג 
און עס סטײַען ניט קיין יאָרן:י 


דאָס מיידל האָט געבראכט 

דעם עמער אין שטוב, 

איז די לעװאָנע פארשוווּנדן. 

דער הונט איז א בייזער 
אוועק. 


און די לעװאָנע האָט ווידער 
איר שמייכל אין הימל 
אָנגעצונדן. 


מיט בײַטש און מיט 
שמייכל -- 


טאָפּ-טאָפּ, 


עס שפּילן זיך שעפעלעך 
מיט זון-העזעלעך -- 
האָפּ-האָפּ. 

זֹיי כאפּן א טרונק 

און זיי צופּען גרעזעלעך - . 
אינמיטן גאלאָפּ, 


מאַטל גרוביאן 


א שטאָט נא דער װאָלגע. 


דער ערשטער ייַד. אף דער אָפּערע"סצענע אין סאראטאָו איז געװען מיכאי? יעפימאָװיטש מעדװעדיעװ. 
ער האָט אָבער צוליב דעם געמוזט זִיך שמאדן. דעם זעלבסטהערשער פון גאנץ ראסײ. אלעקסאנדער דעם 
דריטן און דעם מיטראָפּאָליט פון אָדעסער און טאװריער גובערניעס האָט ער אונטערטעניק צו װיסן געטאָן, אן 
ער, מעדװועדיעוו, דער ייד און דער ארטיסט, זאָגט זיך אָפּ פון דעם ייִדישן גלויבן און גייט איבער אין קריסטנטום. 

מעדװועדיעוו האָט קיין אנדער בריירע ניט געהאט -- מע דארף זיך פאָרשטעלן יענע צײַט און די. ;רעכט", 
װאָס ייִדן האָבן געהאט אף קולטור און אנטוויקלונג. . 

נאָר אזוי צי אנדערש, מיכאיל יעפימאָװיטש האָט געזונגען און טשײַקאָװסקי אליין האָט דיריזשירט.. טשײַי 
קאָװסקי האָט אפילע דערקלערט, אז קיין בעסערן טענאָר, װי מעדװעדיעו, ווייסט ער ניט. 

װי װוּנדערבאר מיכאי? יעפימאָװיטש האָט געזונגען אין טשײַקאָוסקיס אָפּערעס, איעווגעני אָנעגין", ,פיקאָי 
ואיא דאמא", אין מאָניושקאָס. ,האלקא* און אין פי? אנדערע. ער האָט געהאט די זכיע צו לעבן אויך בא דער 
סאָוועטנמאכט און צו זײַן פראָפעסאָר פון סאראטאָװער קאָנסערװאטאָריע. 

דער צװייטער גרויסער זינגער, װעלכן סאראטאָװ געדענקט, -- דאָס איז מיכאיל. ערדענקאָ. װעגן אים דער" 
ציילט מען דאָ אין שטאָט א סאך לעגענדעס. גערופן האָט מען אים מיט רעספעקט ,דער ייִדישער שאליאפּין". 

מיר לעבן אוף די נעמען פון אָט די בארימטע קינסטלער, קעדיי מע זאָל ניט פארגעסן, װי שװער ס'איז 
אמאָל געװען א ייִדן, אפילע אויב ער איז געװען אן ערשטראנגיקער ,שטערן", זיך ישא א װעג צו דער 
רוסישער סצענע. טאלאנטפול, נאָר א יִיָד.,, 

אדעראבע, גייט ארײַן אין דער סאראטאָװער מעֶלוכע-קאָנסערװאטאָריע אף סאָבינאָװוס נאָמען און רעדט זיך 


דורך מיטן פּראָפּעסאַר סעמיאָן סאָלאָמאָנאָװויטש בענדיצקי אָדער מיטן פּראָפּעסאָר באָריס אלעקסאנדראָװיטש גאָלד" , 


פעדער, װעלן זי אײַך דערציילן, װיפל ייִדן זײַנען הײַנט סטודענטן פון דער קאַנסערװאטאָריע טאקע דאָ, אין סאד 
ראטאָוו אף דער װאָלגע. 

-- מיט קלעזמער זײַנען מיר שוין, הייסט עס, באװאָרנט, -- האָב איך א זאָג געטאָן צו מײַנעם א באקאנטן 
סאראטאָװער ייִדן. 

-- פארװאָס עפעס נאָר מיט קלעזמער און פארװאָס גראָד מיט קלעזמער? -- װערט שוין, דוכט זיך, מײַן 
באקאנטער א ביסל אין קאס. ‏ -- איר האָט געהערט װעגן דעם באװוּסטן בויער כאצק? כעמאָװיטש רובין, בריגא- 
דיר פון דעם זעקסטן בוי-טרעסט, סמו112? אָטידאָ אין אװגוסט באלוינט מיט א קעניךאָרדען. בלויזן פופצן 
מענטשן אין שטאָט האָבן באקומען אזא הויכע באלוינונג. א האלבע שטאָט איז זײַנע, זאָגט מען אף אָט דעם 
כאצקלען. 

ניט נאָר געהערט, נאָר אויך האנאָע געהאט פון אונדזער פּערזענלעכער באקאנטשאפט. 

א ליבער מענטש. 

זומער ברענגט כאצקל אף דער בווּנג אויך זײַנע צװײ באָנימלעך עליע און װאָװע. קאניקוליצײַט װיל 
כעוורע א ביסל צופארדינען, פאָרט סטודענטן. 

-- איר האָט געהערט װעגן דעם 27-יאָריקן געלערגטן באָריס שײַן, פּראָפּעסאָר פון מאטעמאטישע און 
טעכנישע וויסנשאפטן?. באָריס באהערשט א סאך שפראכן. ויסגשאפטלעכע ליטעראטור לײַענט ער אף 16 
שפּראכן... די פראָפּעסור און די סטודענטן טראָגן באָריסן מאמעש אף די הענט. 

מיט הונדערט יאָר צוריק האָט א פראנצויזישער יונגער געלערנטער עואריסט גאלוא א גאכט פאר זײַן 
דועל פאָרמולירט זײַנע גרונט:אנטדעקונגען אין אלגעברע. פון דעמלט אָן הערְן ניט אוף די גרעסטע מאטעמאטי: 
קער פון דער װעֶלט צו בענטשן זיך מיט גאלואס נאָמען. פּראָפעסאָךְ װיקטאָר װלאדימיראָויפש ואגנער האלט, 


1 צזאס -- אברעויאטור, בוי- און מאַנטאזש-פארוואלטונג, .6 0ט 


119 


אז אָט דער בריליאנט באָריס שײַן, װאָס איז אין 1966 געװען א דעלעגאט פון דעם צווישנפעלקערלעכן וויסנשאפטי 
לעכן מאטעמאטישן קאַנגרעס אין מאַסקװע, איז אונדזערער א הײַנטצײַטיקער עוואריסט גאלוא. 

-- און איר זאָגט קלעזמער... 

מיר זײַנען געזעסן אין גאָרקיפארק אונטער די ליפעס. גיט װײַט פון ניקאָלײַ גאװרילאָװיטש טשערנ" 
שעווסקיס דענקמאָל. ס'איז געװען אָװנטיק-קיל, די ביימער האָבן זיך געבאָדן אין מאטאָװער שײַן און האָבן 
זיך װי צוגעהערט צו אונדזער געשפּרעך. 

הײַנט איז בא מיר א גליקלעכער טאָג. 

פון 12 אזייגער באטאָג בין 4 בין איך געװען אין דעם סאראטאָװער קונסט-מוזיי אף ראדישטשעווס נאָמען. 

אנדערע רופן מיט רעכט אָן אָט דעם װוּנדערלעכן קונסט-פאלאץ ,סאראטאָװער ערמיטאזש". זײַן גרינדער 
איז ראדישטשעווס אייניק?, דער קינסטלער א. פ. באָגאָליבאָו. זיבן יאָר נאָכאנאנד האָט באָגאָליובאָוו אײַנגע- 
לײגט די װעלט, דער צאר זאָל אים דערלויבן פאר זײַן אייגן געלט אויסבויען אָט די געבײַדץ פאר א קונסטי 
גאלעריי. 

און טאקע דאָ אינעם קונסט-מוזיי האָב איך צופעליק זיך באקאנט מיט זײיער אן אינטערעסאנטן מענטשן -- 
א זילבער-װײַסן, אָבער שטארק זשוואװן אלטיטשקן בענציען דאך. ער האָט זיך פאר מיר ניט פאָרגעשטעלט אלס 
קונסט-פאַרשער און ניט אלס קיגסטלער. פארקערט, ער האָט זיך געװאָלט אויסדרייען פון מײַנע פראגן װעגן 
מאָדערניזם אין דער הײַנטצײַטיקער קונסט און ביכלאל פון אלע פראגן, װאָס האָבן געהאט א שײַכעס צו קונסט. 

סאָפּקאָלסאָף אָבער האָט דער זילבער-װײַסער זאָקן, װאָס האָט ניס װילנדיק ארויסגערופן אן אסאָציאציע 

מיט א הע? זומער-װאָלקנדל נאָך א גוסרעגן, מיר , אױיסגעזאָגט פון כיידער": אין דער יוגנט האָט ער ,געוינ" 
דיקט" -- געשריבן עסייען װעגן קונסט און קינסטלער, געװען נאָענט באקאנט מיט אנאטאָלי וואסיליעװויטש לונאי 
טשארסקין, קאָנסטאנטין סערגייעוויטש סטאניסלאווסקין און כאיִם:נאכמען ביאליקן. שעמעװדיק און אָן כיישעק 
האָט דער אלטיטשקער ארויסגעצויגן פון זײַן פאָרטפעל סטאניסלאווסקיס א בילד מיט זײיער א כאװערישער און 
צארטער אופשריפט: ,איך האָב אײַך ליב, מײַן טײַערער בענציען, און פיל אין אײַך א טיפן און זויבערן 
מענטש". 

-- קאָנסטאנטין סערגייעװיטשעס בילד היט איך װי דאָס אויג אין קאָט. איך האָב עס דורכגעטראָגן דורך 
זיבן און זיבעציק פּײַערן... 

-- מיט כאיִם:נאכמען ביאליקן האָב איך אפילץ אמאָל געהאט דעם קאָװעד צו פארברענגען א גאנצע 
נאכט... ביאליק האָט אויסגעצייכנט געקענט די רוסישע קולטור, מוזיק און קונסט. און זײַנע איבעראשנדיקע 
ארױיסזאָגונגען װעגן דעם אָדער יענעם רוסישן קינסטלער זײַנען ביז הײַנטיקן טאָג פארקריצט אין מײַן זיקאָרן. 

בענציַען דאך האָט זיך פּלוצעם אָפּגעװענדט פון דער טעמע און דערציילט, װיאזוי ביאליק האָט געשמאק 
געלאכט, װען ער האָט זיך דערװוּסט, או זײַן, ב. דאכס, דעמלטיקע פּראָפעסיע איז געװען פאָרלײיענען ראָמאנען 
א מאָסקװער קופּטשיכע: פאר פינף קארבן א װאָך. 

מיר זײַנען שוין ביידע געװען שטארק מיד. און דערצו האָט שוין געזויגן אונטערן לעפעלע, האָבן מיר 
זיך פרײַנטלעך אָפּגעזעגנט, ביז מאָרגן... 


און אף מאָרגן האָב איך געשלאָסן א צוייטע, נאָך אינטערעסאנטערע באקאנטשאפט. 

דאָס מאָל ניט מיט קיין אלטיטשקן, נאָר מיט אן אלטיטשקער, אָט די אלטיטשקע, װאָס האָט ביז דער 
טיפער עלטער פארהיט איר װוּנדערבארע שײנקײַט, איז געװען ניט מער און ניט װײניקער, װי מאריאנא מיכײַי 
לאָװונא טשערנישעווסקאיא, ניקאָלײַ גריגאָריעװיטש טשערנישעווסקיס אײיגיקל. 

אן אלטמאָדיש צװײשטאָקיק הוין אין הויף, װוּ ס'איז געבוירן געװאָרן דער רוסישער רעװאָליוציאָנערער 
דעמאַקראט. אפן צװייטן שטאָק װוינט נינא מיכײַלאָונא, מאריאנא מיכײַלאָװנעס ייִנגערע שװעסטער, װאָס ארבעט 
ביז הײַנטיקן טאָג, ניט געקוקט אף איר שוין אויך גענוג טיפער עלטער, אלס דירעקטאָר פון דעם הויזימוזײ 
אפן נאָמען פון איר גרויסן זיידן. 

נינא מיכײַלאָונא איז קראנק. און צוליב דעם פאונעמט זיך איצט מיט דער גאנצער װיסנשאפטלעכער 
ארבעט פון מוזיי מאריאנא מיכײַלאָוונא און דער פארטרעטער פון דירעקטאָר --- לאזערמאן. 

בא מאריאנא מיכײַלאָונא וואשט מען איצט די דילן -- פּונקט אזוי װי מײַן מאמע אָדער מײַן שװעסטער 
האָבן געוואשן: א פולער עמער וואסער, א גרויסע נאסע שמאטע, און מע ראמט. דעריבער איז אין צימער, װוּ 
מיר זיצן, אן אומאָרדענונג. 

דער שרײַבטיש איז פארוואלגערט מיט ביכער, קסאוויאדן, פאָטאָגראפיעס און כפייצים, 

שוין איבער פופציק יאָר, װי מאריאנא מיכײלאָונא פירט אומדערמידלעך א טאָגבוך. איר קאַנט זיך פאָר- 
שטעלן, װי דאָס איז אינטערעסאנט. װען זי דערציילט, פּאָשעט און לעבעדיק, פארגעסט מען אין אלץ אין דער 
װעלט, עס דוכט זיך, װי אלץ װאָלט פאָרגעקומען ערשט נעכטן. 

אָט איז א טרויעריקע דערציילונג װעגן איר באָבע אָלגא סאָקראטאָונא טשערנישעווסקאיא, װי שװער סאיו 
איר אָנגעקומען פויעלן, מע זאָל איר דערלויבן פאָרן קיין סיביר זיך זען מיטן מאן, װי מע האָט זי שיר ניט 
דערפירט צו זעלבסטמאָרד. 

און אָט איז א פריילעכע געשיכטץ. 

אין דער צײַט, װען טשערנישעווסקיס ליטערארישע ארבעט איז געװען אין בלי און עס האָט זיך געלעבט 
קימאט גוט, האָט די באָבע געהאט צװויי פערד. איין פערד האָט געהייסן ,אריסטאָקראט" -- האָט די באָבע 9ס 


ג א סויכערס א װײַב. 


116 


געהאָדעװעט מיט צוקער, דאָס צװייטע האָט געהיסן ,דעמאָקראט" -- האָט די באָבע עס געהאַדעװעט מיט 
שווארץ ברויט. 

מאריאנא מיכײַלאָװונא דערציילט. רייכערט און לאכט. 

-- איר זײַט שוין געװיס מיד, עפשער טרינקען מיר טיי? 

-- גיין, מאריאנא מיכײַלאָװנא, דערציילט בעסער, דערציילט. אָדער װייסט איר גאָר װאָס? װײַזט מיר 
דעם אָריגינאל פון דעם ייִדישן אלעפבייס, װאָס טשערנישעװסקי האָט מיט זײַן האנט אָנגעשריבן. 

-- אייגנטלעך, איז עס ניט דער אלעפבייס, נאָר א זײַט? העברעיִשע גראמאטיק. אין די מאָסקװער טשער- 
נישעווסקי-ארכיוון געפינט זיך א גאנץ העפט מיט טשערנישעווסקיס איבונגען אין דער העברעישער שפראך, דאָס 
זײַט? גראמאטיק װערט עקספאָנירט צװישן גריכישע, פערסישע, אראבישע און אנדערע קסאוויאדן פון די שפראכן, 
װעלכע טשערנישעווסקי האָט דערלערנט. 


די שטאָט סאראטאָוו איז געגרינדעט געװאָרן מיט העכער דרײַ הונדערט יאָר צוריק. דאָ, בא דער װאָלגע, 
זײַנען פאָרגעקומען די גרעסטע אין רוסלאנד פּויערים:אופשטאנון. די שטאָט געדענקט סטענקא ראזינען און 
יעמעליאן פוגאטשאָװן. 

אָ, וויפל װיי און צאָרן האָסטו, מוטער-װאָלגע, אין דײַנע שטראָמיקע ואסערן אײַנגעשלונגען. 

איך הער זיך אײַן מיטן הארצן אין דײַן רוישיקן טײַך-לאָשן. איך קוק זיך אײַן אין דײַנע טיפע העל-בלויע 
אויגן און, מיר דוכט, איך פארשטיי איצט מער, װי װען'ניט-איז. 

װאָלט איבער רוסלאנד זיך ניט דורכגעטראָגן דער װיכער פון די הייליקע מערידעס קעגן קנעכטשאפט, דער 
װיכער פון רעװאָליוציע און צאָרן, װאָס האָט געבוירן דעם גרויסן אָקטיאבער, װאָלט געװיס בין הײַנט נאָך 
געװוען גובערנאטאָר פון שטאָט א סאטראפ פונעם צאר-באטיושקא. 

הײַנט װעגן װאָסער ,ייִדיש לעבן" האָט געקאָנט גיין א ריד אין דעם אמאָליקן שוארצמיייַקן און סאָכ- 
רישן סאראטאָװ? 

דעריבער זאָג איך איצט אָט דאָ, בא דײַנע ברעגן, מוטערװאָלגע: רוף מיר צונויף מײַנע אלע אײגענע, 
קרויווים און פרײַנט, שכיינים און באקאנטע, קרויװים װײַטץ און לײַבלעך-נאָענטע. װער האָט אײַך אומגעקערט 
דאָס לעבן נאָך דעם, װי די פאשיסטן האָבן פארברענט מיליאָנען אין די מײַדאנעקעס און טרעבלינקעס? װער 
האָט אויסגעקלאפט בא די היטלערישע כײַעס פון די הענט די לאָפּעטעס, מיט װעלכע זי האָבן פארשאָטן אין 
די ריװן לעבעדיקע ייִדישע קינדער? װער האָט אײַך דערלאנגט א לײטער צו די הימלען פון מאטעמאטישע און 
טעכנישע ויסנשאפטן, װער האָט געגעבן אײַך דיפּלאָמען פון אינזשעניערן, אדװאָקאטן און דאָקטױירים? װצר 
האָט אײַך געהאָלפן װערן בויער, פילאָטן, שלאָסער? 

איך פרעג, װער? 

און די מוטער-װאַלגע האָט מיך דערהערט און צונויפגענומען מײַנע אלטע און נײַע גוטע-פרײַנט. זיי זײַנען 
געקומען אהער, אף דער קאָסמאָנאװטן"נאבערעזשנע, צו די קאָמפאָרטאבעלע קאפעען און מאגאזינען, קליגיקעס, 
האָטעלן, געבורטס-ײַזער, אהער, װוּ אייביקע נויט האָט אמאָל געהויזט, װוּ די אונטערװעלט האָט געלעבט -- 
בור?אקעס און פישער, גאנאָװים און פּראָסטיטוטקעס, פּאָליצײיִשע שמעקער און סראָרעסייאָרדים. מיט גא? האָט 
די שטאָט אָנגערופן אָט די נאבערעזשנע , מיליאָנשטשיקעס-גאס". די ,, גאלאכן" האָבן די איראָניץ גוט פארשטאנען. 

יאָ, די מוטער-װאַלגע האָט מיך דערהערט. 

פון מאָנאסטירסקע און סאָלדאטסקע, פון אָטשקינאָ און פאטריקייעווקע, פון אגאפאָנאָווסקע און מאָסקאָװסקע 
האָט א שפאר געטאָן אן אוילעם, א שפילקע ניט ארײַנצוּווארפן. 

די לאנגע דרײַפאכע קאָסמאַנאװטן"נאבערעזשנע איז געװאָרן פארפלייצט און עס האָט מער קײן אָרט ניט 
געסטײַעט. האָבן מענטשן אָנגעפילט די קאטערס, די צענדליקער מאָטאָרקעס און שיפלעך. 

אנדערע האָבן זיך פארקליבן אף דער נײַער הויכער בריק, װאָס ציט זיך אף דרײַ קילאָמעטער איבער דער 
װאָלגע און פארייניקט איצט סאראטאָװו מיט דער שטאָט ענגעלס. 

-- מע װעט שוין אמאָל ארײַנלאָזן? -- האָט דער אוילעם געליארעמט. 

-- װוּהין? 

-- װאָס הייסט װוּהין? אין בלאָקנאָט. װילסט דאָך דערציילן װעגן דער שטאָט בא דער װאָלגע, װעגן אירע 
מענטשן, וועגן אירע אופטוען. 

-- זאָל אין בלאָקנאָט ארײַן באָריס שײַעװיטש ליכט, דער בריגאדיר פון א יוגנט'בריגאדע בויער פון 
טרעסט 71, פארוואלטונג 3, א באלוינטער מיטן אָרדען פון דער רויטער ארבעטס"פאָן. 

-- ליכט, ליכט, -- האָבן געשעפּטשעט די ביימער אף דער קאָסמאָנאװטױנאבערעזשנע, -- עפשער מײנט 
מען אונדז, קארג ליכט איז דאָ פאראן? 

און ליכט איז ארײַן. 

-- פונוואנען איז א ייָד? 

-- פון קאָװעל. 

-- און דאָ אין סאראטאָוו? 

-- פון דער מילכאָמע. 

-- קינדער האָט איר? 

-- פינף -- שורע, זעלדע, מישע, נינע, אינע, : 

-- טוט זיך אויס, ביטע! פילט זיך, װי אין דער היים. איר האָט זיכער שוין אראָפּגעשװענקט אין דער װאָלגע 


117 


אײַער גאנצע שרעק פון א מענטשן, װאָס צוייפיסיקע כײַעס כאפן אים פארן גאָרג? און טרײַבן אים א באָרי 
װעסן, הייצן אויס אױיװונס און ווארפן אים און זײַנע קינדער אין פּײַער. 

פון קאָװעל ביז סאראטאָוו איז, פארשטייט זיך, פאָלג מיך א גאנג. גיט כאָלילע דערפאר, װאָס דאָס אין 
עק װעלט און קײן שום טראנספּאָרט דערגרייכט אהין ניט. אָ, גיין, פון קאָװע? ביז סאראטאָוו איז װײַט דער" 
פאר, װײַ? צװישן אָט די ביידץ שטעט ליגט דאָס לעבן פון א סאך ייַדישע מישפאָכעס, װאָס האָבן אויסגעװאני 
דערט אהער, צו דער רוסישער װאָלגע, װײַל דער כאלעף איז שוין געװען באם סאמע, סאמע האלדוי 

-- איז עמעצער נאָך געבליבן אין אײַער געבורטסשטאָט, אייגענע, פרײַנט, קרויװים פון דער פאמיליץ 
ליכט? 

-- מיסטאם געבליבן, װײַל אלץ ליכט אויסלעשן האָט זיך דעם פאשיסטישן קוילער ניט אײַנגעגעבן. עמעס, 
מײַנע דרײַ פעטערס, אויך מוליערס, אויך פון דער מישפּאַכע ליכט, -- זײַנען אומגעבראכט, זי האָט מען ניט 
ארײַנגעשטעלט אין קיין לײַכטער, גיט אָפּגעשניצט פון קנויט די סאזשע. פּאַשעט צעטראָטן מיטן דײַטשישן 
שטיוו? באם אָנהײב לעבן. 

-- און װי האָט עס אײַך אָפּגעגליקט? 

-- איך בין געװען אין דער רויטער ארמיי. א סאָלדאט בין איך געװען. געארבעט אין א ,סטרויבאט"יי 
מיר האָבן געבויט דעם װעג סטאלינגראד -- סאראטאָװ, דעם װעג, װאָס האָט פארבונדן דעם סטאלינגראדער 
פראָנט מיט דעם טיפן הינטערלאנד. 

-- נו, און איצט? 

-- איצט װייסט איר אלץ אליין. איך בין בריגאדיר פון א יוגנטלעכער קאָמפלעקס-בריגאדע פון קאָמױ 
ניסטישער מי. כ'ארבעט בלויז אף בווּנגען פון גרויסע מעלוכישע אונטערנעמונגען: פאבריקן, זאװאָדן, מעטאי 
לורגישע און כימישע קאָמבינאטן. קיין װױיהײַזעֶר בוי איך ניט. מיט דעם פארנעמט זיך מײַן כאװער כאצקל 
כעמאָװיטש רובין. 

-- און װאָס טוט איר נאָך דער ארבעט? 

-- איך האָב א סאָד, 20 פרוכטביימער. 

-- נו, און א ייִדיש װאָרט נעמט מען אין מויל ארײַן? 

-- איך הער ייַדישע קאָנצערטן.. געװען בא אונדז נעכאמע ליפשיצײַטע, האָראָװעץ, כאיאטאוסקאס.... 

-- נו, און א ייִדיש ביכל האלט איר אמאָל אין די הענט? 

-- אז עס מאכט זיך צײַט, לײיען איך, אָבער װייניקלעך. דאָס װײַב, די קינדער לייענען מער. איך שמועס 
אמאָ?ל װעגן דעם מיט מײַן כאװער כאצקל רובין. טאקץ מיט דעם זעלבן, װאָס איז באלוינט מיט א לענין-אָרדען- 

כאצק? רובינען קען איך אליין. געװען מיט אים א פּאָר שאָ אף א נאָך ניט דערבויט הויז אַן א דאך, געהאט 
האנאָע צו זען, װי ער מיט זײַנע באָנימלעך ארבעטן. 

פון דער װאָלגע האָט געטראָגן א פרישער װינט, אין מײַן בלאָקנאָט איז שוין געװען ענג פון מענטשן און 
געשעענישן. 

דאָ זײַנען געװען מענטשן פון פארשיידענע נאציאָנאליטעטן און פראָפעסיעס: דאָקטוירים און שטוקאטורן, 
מוזיקאנטן, פּאָעטן. דאָ זײַנען געװען אלטע סאראטאָװער טוישװים, אייניקלעך און אורייניקלעך פון די קאני 
סאָניסטן און אויך בעזשענצעס? פון דער ערשטער װעלט:מילכאָמע, װאָס האָבן אָנגעשפארט אהער אזש פון 
דוינסק. דאָ זײַנען געװען ייִדן שוין ניט קיין בעזשענצעס, נאָר עוואקויִרטע מיט זייערע פאבריקן פון מינסק, 
וויטעבסק און אָרשע. 

און יוגנט, א פרישע, א געזונטע, א גאָלדענע יוגנט מיט א טאכלעס אין לעבן, מיט ליבעס בא דער װאָלגע, 
מיט באדײַטנדיקע וויסנשאפטלעכע ארבעטן, און מיט נײַע טענץ. 

איך בין שוין מיד געװאָרן פון זײערע מאָלבערטן, דאָקטאָר:דיסערטאציעס, טראנזיסטאָרס און באסי 
קעטבאָל. 

איך האָב באשטימט קויפן א בילעט אפן ערשטן בעסטן קאטער, אריבערפאָרן צו דער ,סאזאנקע", זיך 
אױיסבאָדן אין דער װאָלגע און זיך א וואלגער טאָן שלאָפן אין גראָז אונטער א בוים. 


1 בויער-באטאליאָן. 
2 פלייטים. 


ליובע וואסערמאן 


מײַנע פרײַנט, מײַנע שכיינים.. 


(מענטשן פון דער ייִדישער אװטאָנאַמער געגנט) 


װאַס איז אזוינס גליק 


-- גיין, ניין, --- האָט זי א זאָג געטאָן, דערזעענדיק, װי איך נעם ארויס דעם בלאָקנאָט, -- 
מע דארף ניט, איך בין דאָך נאָך זייער א יונגער דאָקטער... 

און וועלנדיק װאָס גיכער אָפּװענדן די אופמערקזאמקייט פון זיך, האָט עלא דאװידאָוונא 
בראסלאווסקאיא גענומען אויסרעכענען א גאנץ צעטל דאָקטױירים, װאָס זײַנען באװוּסט בא 
אונדז אין געגנט. 

נאָר איך ווייס, אז אויך וועגן איר, א יונגן דאָקטער, איז דאָ װאָס צו שרײיבן. זי געהערט 
צו יענער קאטעגאָריע מענטשן, װאָס שוין פון די קינדער-יאָרן אָן איז זיי קלאָר זייער בארוף 
אין לעבן. 

איך האָב געקענט עלען, ווען זי איז נאָך געווען א קינד, און איך געדענק, װי בייס דער 
גרויסער פאָטערלענדישער מילכאָמע האָט זי מיט א גרופּע קינדער געטראָגן מאטאָנעס און 
בלומען די פארװװוּנדעטע שלאכטלײַט, װאָס האָבן זיך געהיילט אין שפּיטאָל. עלא האָט צוגעטראָגן 
איר מאטאָנע א שלאכטמאן, װאָס זײַנע הענט זײַנען געווען אין גיפס. זי האָט זיך צעוויינט און 
איז ארויסגעלאָפן פון פאלאטע... דער דערציִערן האָט זי געזאָגט: 

-- אז איך װעל ווערן א גרויסע, װעל איך זײַן א דאָקטער. 

איך פלעג שפּעטער אָפט זען עלען מיט א סאניטאר-רענצל און א רויטן קרייץ אפן ארבל. 
בייס איר דעזשורסטווע פלעגט אין שול זײַן די בעסטע אָרדענונג. אויך אין פּיָאָנער-לאגער האָט 
זי זיך זעלטן ווען צעשיידט מיטן סאניטאר-רענצל. זי האָט געקליבן גראָזן און בלומען אף 
רעפועס. 

אין די עלטערע קלאסן, ווען כאוויירים פלעגן זיך צונויפנעמען און פארפירן א שמועס, ווער 
װאָס קלײַבט זיך ווערן, האָט עלא אלץ געהאלטן זיך בא אירס: 

-- איך על זיך לערנען אף א דאָקטער. 

עלעס טרוים איז פארווירקלעכט געװאָרן. זי האָט פארענדיקט דעם כאבאראָווסקער מעדי- 
צינישן אינסטיטוט און האָט זיך צוריקגעקערט אין איר הײימשטאָט, ביראָבידזשאן, אָט איז שוין 
עטלעכע יאָר, וי זי ארבעט דאָ אין געגנטלעכן שפּיטאָל. 

מע קען זי דאָ, מע האלט פון איר. אין פּאָליקליניק צװישן די קראנקע, װאָס ווארטן אפן 
אופנאם, קאָן מען הערן: 

-- אז מע גייט ארויס פון עלא דאװידאָוונעס קאבינעט, פילט מען זיך בעסער. 

-- זי הערט אויס דעם כוילע ניט אזוי מיטן דאָקטער-טרײַבל, װי מיטן הארצן... 

די ארבעטערן פון דער ביראָבידזשאנער טעקסטיל- און ניי-פאבריק קלאווע ק,, אן איינ- 
זאמע מוטער, איז קראנק געװאָרן. איר קליינינקער זון איז פארבליבן קימאט אָן אופזיכט. עלא 
דאװידאָוונא איז אוועק אין פאבקאָם, געשמועסט מיט קלאוועס שכיינים און אײַנגעאָרדנט, מע 
זאָל קוקן נאָכן קינד. ניט דער דאָקטער איז עס מעכוּיעוו צו טאָן. נאָר עלא דאװידאָוונא קאָן 
ניט אנדערש, 

... נאכט. אין שפּיטאָל דעזשורעט דער דאָקטער בראסלאווסקאיא. עס דערהערט זיך א גע- 
רויש פון א מאשין. דאָס האָט די ,גיכע הילף" געבראכט צו פירן א שווער-קראנקע יונגע פרוי. 
מיט איר צוזאמען -- א פּיצל קינד. עלא דאװוידאָוונעס געזיכט ווערט עטװאָס בלאס. שטיל, נאָר 
פעסט גיט זי אָפּ אירע באפעלן; 

-- גליוקאָזע... זױערשטאָף... ווארעמע פלעשער. 

זי העלפט אליין די מעדיצין-שוועסטער אויספילן די נייטיקע פּראָצעדורן און פארגעסט 
ניט אָנהאָדעװען דאָס וויינענדיקע קינד. 


'119 


מע האָט געדארפט זען, װאָס פאר א גליק ס'האָט ארויסגעשיינט פון עלעס אויגן, ווען די 
קראנקע מוטער און איר קינד זײַנען רויִק אײַנגעשלאָפן. 

טאקע אף מאָרגן נאָך דער אָנגעשטרענגטער נאכט, ווען עלא דאװידאָוונא האָט געראטע- 
וועט די יונגע מוטער, האָט זי מיר צוישן אנדערס דערציילט: ווען זי האָט זיך נאָך געלערנט 
אין מעדיצינישן אינסטיטוט, פלעגן די סטודענטן אָפט דיסקוטירן צווישן זיך אף דער טעמע 
;װאָס איז אזוינס גליק?". זי האָט אָנגעװיזן אף דער יונגער מוטער, אף וועמענס פּאָנעם ס'האָבן 
שוין געשפּילט לעבעדיקע, ראַזלעכע קאָלירן, און איבערצײַגט געזאָגט: 

-- אָט דאָס איז דאָס עכטע גליק, אז דיר גיט זיך אײַן צוריקערן א מענטשן דאָס לעבן.. 


א פעדאגאָג 


מיט 22 יאָר צוריק זײַנען אף פראקטיק קיין אמורזעט געקומען סטודענטן פון דער ביראָ- 
בידזשאנער פּעדשול. זיי איז געפעלן געװאָרן דאָס שלאנקע בלוי-אויגיקע מיידעלע סארא, װאָס 
האָט פארענדיקט אף ,אויסגעצייכנט" די זיבניאָריקע שול, און זיי האָבן זי איינגערעדט, זי זאָל 
אויך פאָרן לערנען זיך אין פעדשול. 

איצט איז סארא יאקאָוולעוונא מעניס פארעקאָמענדירט אלס איינע פון די בעסטע פּעדא- 
גאָגן אין געגנט. אירע מעטאָדן פון אונטעריכטן די רוסישע שפּראך אין די 5--8-טע קלאסן 
זײַנען גוט באקאנט די לערער פון גאנץ כאבאראָווסקער קאנט. דאָ ניט לאנג האָט זי אף א סע- 
מינאר באם קאנטישן פּעדאגאָגישן אינסטיטוט אף פארפולקומען די קענטענישן פון די לערער 
געלייענט א פאָרטראָג, זיך געטוישט מיט איר דערפארונג. 

ניט בלויז א פּעדאגאָג, -- יעדערער, ער ס'האָט ליב ליטעראטור און קונסט, װעט באקו- 
מען גרויס גענוס, בײַזײַענדיק אף א לימעד, וועלכן עס פירט דורך די לערערן מעניס. 

אָט זײַנען מיר אף א לימעד אינעם 5-טן ,א" קלאס. אף דער וואנט הענגט א רעפּראָדוקציע 
פון וואסנעצאָווס באװוּסט בילד ,, אליאָנושקא?. די לערערן דעדציילט וועגן דעם לענן און שא- 
פונג פונעם קינסטלער, דערנאָך שטעלט זי צונויף צוזאמען מיט די קינדער א באשרייבונג פו- 
נעם בילד. איינער נאָכן אנדערן דערציילן די שילער, װאָס זיי זעען אפן בילד. עס דאכט זיך, 
אז אין קלאס איז מיטאמאָל געװאָרן הארבסטיק טונקל. עס הערט זיך דאָס שורשען פון פאלנ- 
דיקע געלע בלעטער, דאָס שטילע פליסן פונעם וואסער אינעם טיפן אָפּגרונט. אף א פײַכטן 
שטיין זיצט אליאָנושקא, זיצט פארגליווערט, דעם קאָפּ אראָפּגעלאָזט, מיט די דינע הענט ארומ- 
געכאפּט די קני. פון די פארנעפּלטע בלויע אויגן, פון דער גאנצער אײַנגעשרומפּענער פיגור 
קוקט ארויס טרויער, אומעט און פּײַן... 

סארא יאקאָוולעוונא איז צופרידן, זי פילט, אז די שילער האָבן באנומען דעם אינהאלט 
פונעם בילד, זיך דורכגעדרונגען מיט זײַן זשטימונג. 

אלס קלאסן-אָנפירערן גיט סארא יאקאָוולעוונא אָפּ פיל צײַט דער אינדיווידועלער ארבעט 
מיט די שילער. ס'איז ניט לײַכט קעסיידער געפינען דעם ריכטיקן צוגאנג צו דער פילבארער 
קינדערשער נעשאָמע. אין אָט דעם טאָג זײַנען מיר געווען איידעס פון אזא פאל. ווען סארא 
יאקאָוולעוונא האָט שוין צונויפגעלייגט די ביכער און די העפטן און זיך געלאָזט ארויסגיין פון 
קלאס, האָבן זי ארומגערינגלט די שילער. איינער, וואלערי, האָט זיך געווענדט צו איר אין נאָד 
מען פונעם גאנצן קלאס: 


10 


-- סארא יאקאָוולעוונא, דער קלאס בעט אײַך, דער- 
לויבט הײַנט װאָווען שפּילן אינעם באסקעטבאָל-מאטש. 

דער לעדערנס געזיכט ווערט שטרענג: 

-- איר האָט דאָך אים אליין אף א קלאסן-פארזאמלונג 
אױיסגעשלאָסן פון דער קאָמאנדע. 

-- עס גייט דאָך אָבער אין דער ערע פונעם קלאס, -- 
גיט זיך ניט אונטער וואלערי, --- װאָװע איז דער קאפיטאן, 
אָן אים קאָנען מיר פארשפּילן. 

דער, וועגן וועמען עס גייט א רײד, זיצט אף דער 
פארטע דעם קאָפּ אראָפּגעלאָזט. איצט, ווען אלע שילער 
בעטן, די קלאסך-אָנפירערן זאָל אים אנטשולדיקן, בא- 
גרײַפט ער נאָך מער, װאָס פאר א מין פעלער ער איז בא- 
גאנגען, אויסמעקנדיק אינעם טאָגבוך דעם ,2*, וועלכן ער 
האָט באקומען אפן לימעד פון ענגלישער שפּראך. ער האָט 
אָפּגענארט די עלטערן, די לערער, די כאוויירים. 

-- מיר ווילן הערן, װאָס דו טראכסט וועגן דעם?! -- 
ווענדט זיך צו אים די לערערן. װאָווע שטייט אוף. 

-- סארא יאקאָוולעוונא, איך גיב מײַן ערן פּיאָנעריש 
װאָרט, אז אזוינס װועט שוין מער ניט זײַן. 

סארא יאקאָוולעוונא גלייבט אים, זי איז איבערצייגט, אז דעם דאָזיקן געשפּרעך נאָכן לי- 
מעד װעט װאָווע ניט פאר'געסן! 

זייער א סאך גוטס װאָלט מען געקאָנט דערציילן וועגן סארא מעניס, וועגן איר אומדער- 
מידלעכער שעפערישער מי אלס לערער און דערציִער; פאר איר איבערגעגעבענער ארבעט איז 
זי ניט איין מאָל באלוינט געװאָרן מיט ערן-גראמאָטעס. דער קאנטישער אָפּטײל פאר פאָלקס- 
בילדונג האָט ארויסגעלאָזט א ספּעציִעלן פלאקאט, געװוידמעט איר דערפארונג; נאָר סארא 
יאקאָוולעוונא האָט ניט ליב, ווען מע לויבט זי. 


שכיינים 


אין ביראָבידזשאן, אף דער ברייטער וואלד-גאס -- אזא איז טאקע דער אָפיציִעלער נאָמען 
פון אָט דער שיינער גאס, -- טיילן זיך אויס צוויי הײַזער. ניט מיט די געצאצקעטע לאָדנס, 
אפילע ניט מיט די ברוקירטע הויפן, -- נאָר מיט די סעדער. נאָך פונדערװײַטנס דערזעט מען 
די קרוינען פון די פרוכט-ביימער ארום די הײַזער, און אז מע קומט צו נעענטער, דערפילט מען 
אויך די מעכייעדיקע רייכעס. אין אָט די הײַזער ווינען צוויי שכיינים: נאפּטאָלע שאװוּלסקי 
און איליא זאלעשטשאנסקי. 

שאוװולסקי איז געקומען איינער פון די ערשטע קיין ביראָבידזשאן, אין אווגוסט 1928, זײַן 
שאָכן זאלעשטשאנסקי -- מיט צוואנציק יאָר שפּעטער. באקענט האָבן זיי זיך אין דער ביראָ- 
בידזשאנער מאשין-טראקטאָר-סטאנציע, וווּ זיי האָבן דאן געארבעט -- נאפּטאָלע אלס מעכא- 
גיקער און איליא אלס עלעקטרע-שווייסער. דאן זײַנען זיי נאָך קיין שכיינים ניט געװוען. 

זיי האָבן זיך באפריינדעט, און אין 1950 יאָר האָבן די פרײַנט באשלאָסן נעמען א האלװאָל 
בא דער מעלוכע און אויסבויען פאר זיך הײַזער טאקע דאָ, נאָענט צו דער עמטעעס. 

ניט אזוי גיך טוט זיך עס, װי עס רעדט זיך. מע האָט באדארפט גוט א האָרעװע טאָן, קעדיי 
אױיסגלײײַכן די באצירקן, װאָס מע האָט אויסגעטיילט אף בויען, אויסטריקענען זיי, ברענגען צו 
פירן בוי-מאטעריאלן. ביידע שכיינים, מיט װײַב און קינד, האָבן קיין מי ניט געזשאלעוועט און 
טאקע אין דעם זעלבן יאָר פארלייגט פונדאמענטן. 

אין יענער צײַט האָט נאפּטאָלע געזאָגט צו זײַן כאווער: 

-- לאָמיר פארפלאנצן סעדער בא די הײַזער. 

איליא האָט דעם דאָזיקן פאָרשלאָג אופגענומען אָן היספּײַלעס. עס האָט אים געשראָקן, 
װאָס דער באָדן איז צו פּײַכט, ער האָט ביכלאל געצווייפלט, צי קאָנען אפן װײַטן מיזרעך גע- 
ראָטן פרוכט-ביימער. שאוװוּלסקי האָט אים געדולדיק אויסגעהערט, גאָרנישט ניט געזאָגט, נאָר 
דערלאנגט א בוך אין גרינע טאָװועלעך, מיט צוויי רויטע עפּל אָנגעמאָלט אף זיי. 

דעם בוך האָבן צונויפגעשטעלט געלערנטע און פּראקטיקער-מיטשורינצעס, װאָס האָבן 
געכאָװועט סעדער אפן װײַטן מיזרעך. זאלעשטשאנסקי האָט אָנגעהויבן גלייבן, אז אין ביראָ- 


11 


בידזשאן, פּונקט וי אין זײַן געבורט-שטאָט ניקאָלײַעװו, קאָנען אויך וואקסן פארשיידענע מינים 
אויבס. 

זיי האָבן אײַנגעשאפן יונגע פלאנצונגען. איצט האָט זיך אָנגעהױבן א סעדרע גראָבן גרי- 
בער. פאר יעדער פלאנצונג האָט מען געדארפט אױסגראָבן א גרוב פון א מעטער די לענג און 
א מעטער די ברייט, קעדיי די װאָרצלען זאָלן זיך גוט פאנאנדערשפּרייטן. די גרוב האָט מען 
געדארפט פארשיטן מיט שווארצערד, מיט ווארעמען שטאל-מיסט און מינעראלער באגיטיקונג, 
די מאנצבלען האָבן געהאט װייניק פרייַע צײַט, אָבער די פרויען זייערע, געניע און ליזע, האָבן 
דעם סאָד ניט פארלאָזט. ניט אומזיסט האָט נאפטאָלע אין די לאנגע ווינטער-נעכט צונויפגענו- 
מען ביידע הויזגעזינדן און שטודירט מיט זיי דעם בוך פונעם געלערנטן באָלאָנײַעװ, וועגן דעם, 
וויאזוי צו כאָווען אפן װײַטן מיזרעך סעדער. 

דעם טאָג, ווען מע האָט אראָפּגענומען די ערשטע גערעטעניש -- שווארצע און רויטע 
װוײַמפּערלעך, פלוימען און מאלינעס, װאָס האָבן פארשמעקט די שטוב, -- האָבן ביידע מישפּאָ- 
כעס אָפּגעמערקט וי א פאמיליען-יאָמטעװ. מע האָט אײַנגעלאדן די נאָענטע שכיינים. נאָך דעם, 
װי די געסט האָבן פארזוכט פון אלדאָסגוטס, איז שאװוּלסקי ארױסגעטראָטן מיט א קורצער 
רעדע. געענדיקט האָט ער מיט די ווערטער: 

--- איז, כאוויירים, אויב מיר האָבן שוין יאָ געבעטן דעם שטאָט-סאָװעט, אז מע זאָל אונד- 
זער גאס א נאָמען געבן ,וואלד-גאס", דארף מען בארעכטיקן דעם דאָזיקן נאָמען. זאָל טאקע 
אונדזער גאס אויסזען, וי א וואלד --- א וואלד פון סעדער... 

אלע שכיינים האָבן אין דעם דאָזיקן אָװנט צוגעזאָגט, אז קומענדיקן הארבסט וועלן זיי אויך 
פארפלאנצן סעדער. 

איצט זײַנען שוין אף דער וואלד-גאס ארום פיל הײַזער פאראן יונגע צעבליטע סעדלעך, 
עמעס, נאָך ניט אזעלכע צעוואקסענע װי בא שאװוּלסקין. אפילע זײַן שאָכן זאלעשטשאנסקי קאָן 
זיך מיט אים ניט גלײַכן. בא נאפּטאָלען אין סאָד וואקסן דריי און צוואנציק פלוימענביימער, 
צווישן זיי איינער א זעלטענער, װאָס הייסט ,מאנדזשורער שיינהייט", עפּלבײמער פון פארשיי- 
דענע סאָרטן, קארשן, טריסקאווקעס. 

איליא באמיט זיך דאָך ניט אָפּצושטײן פון זײַן שאָכן. 

באזונדערס האָט ליב זאלעשטשאנסקי צו ארבעטן אינעם סאָד פארטאָג. אף די טונקעלע 
גרינע בלעטער גלאנצן נאָך טראָפּנס טוי, די פענצטער פונעם הויז זײַנען צעפּראלט, די מעכייע- 
דיקע רֵייכעס זאָלן אָנפילן דעם צימער, װוּ עס שלאָפט דאָס הויזגעזינד. איליא לייגט אף א 
װײַלע אוועק דאָס שפּריץ-מאשינדל, שטעלט אוועק דעם עמער מיט דער עמולסיע און קלײַבט 
נאכעס פון זײַן סאָד, פון די גלײַכע רייען ביימער, איבער וועלכע עס באװײַזן זיך די ערשטע 
שטראלן פון דער אופגייענדיקער זון. 

באם ברונעם, אף דער גרענעץ פון ביידע סעדער, וואקסט אויס נאפטאָלע שאװוּלסקי. ער 
קוקט אף זײײַן שאָכן, װאָס שטייט װוי א פארקישעפטער. 

--- שוין צײַט, איליא, צו דער ארבעט... -- רופט זיך אָן נאפּטאָלע. 

ביידע שכיינים גייען צוזאמען ארויס אף דער גאס. 


עס שפּילן זיך קינדער 


מיט דער דערציִערן פונעם קינדערגאָרטן נומער 9, װאָס געפינט זיך אינעם אײַזנבאן- 
ייִשעוו פון ביראָבידזשאן, מיט בערטא איסאקאָוונא גאָכמאן, שמועסן מיר אין דרויסן. ריידנדיקי 
מיט מיר, לאָזט זי ניט ארויס פון אויג אירע דערצויגלינגען, װאָס שפּילן זיך טאקע דאָ אין 
הויף פונעם קינדערגאָרטן. 

-- סאשע, בא דיר האָט זיך צעשפּיליעט דאָס מאנטעלע. 

-- זשעניע, קום אהער, װעל איך דיר פארבינדן דאָס שארפל, 

בערטא איסאקאָוונא איז פארויטלט פון פראָסט, און, קוקנדיק אף איר, איז אפילע שווער 
צו זאָגן, אז אָט די פרוי איז שוין גאָר ניט יונג. 

איך קוק זיך ארום, און מיר דאכט, אז איך בין ארײַנגעפאלן איַן א מײַסעלע.. דינינקע 
בערעזעס, שטעכיקע יאָלקעס, שלאנקע טאָפּאָלן. און אָט שטייט צווישן צוויי װײײַסע בערן װי א 
לעבעדיקס א מיידעלע מיט א רויט היטעלע... װײַטער עטװאָס -- א יורטע, פּאלאצן פון גלאָזי.. 

דאָס אלץ האָבן די קינדער געמאכט, אױיסגעקלעפּט דאָס אלץ פון שניי, באגאָסן מיט ווא" 
סער, און ווען עס איז פארפרוירן געװאָרן, אויסגעפארבט אין אלערליי קאָלירן:י 

-- איצט האָבן זיך די קינדער װוּ צו שפּילן, 


122 


עס איז צו זען אז זי 
אליין איז צופרידן דערפון 
ניט וייניקער, איידער די 
קינדער. 

אזוי זאָגט זי טאקע: 

-- ארבעטן מיט קינ- 
דער, הערט איר, איז א 
גרויסע פרייד. 

מיט אָט דער פריידי- 
קער ארבעט איז די דאָזיקע 
פרוי פארנומען שוין הע- 
כער דרײיסיק יאָר, זינט זי 
האָט אין 1934 יאָר פארענ- 
דיקט די פעדשול אין זשי- 
טאָמיר. 

לעבן דער דערציערן וואקסט אויס א בלוי-אױיגיק מיידעלע. זי וויינט. 

-- װאָס וויינסטו, אליטשקע? 

-- סאשע... -- שטאמלט יענע און װײַזט אף א ייִנגעלע. 

-- װאָס סאשע? ער האָט דיר עפעס געטאָן? 

--- ניין, ער זאָגט... 


--- װאָס זאָגט ער? 
-- ער זאָגט, -- כליפּעט אליטשקע, -- אז דאָס אלץ װעט פון דער זון צעגיין.. 


בערטא איסאקאָוונא שמייכלט. זי ציט צו זיך צו דאָס מיידעלע, טוט זי א גלעט. 
-- נו יאָ, ווען עס װעט ווערן ווארעם, װעט עס צעגיין. איז װאָס זשע? עס איז דאָך געמאכט 
פון אײַז... דערפאר וװועלן מיר דאָ פרילינג פארזעצן קלומבעס מיט שיינע בלומען... 
אליטשקען, זעט מען, איז פונדעסטוועגן שווער דער געדאנק, אז דאָס אלץ דאָ אין הויף 
וועט צעגיין. דאָך בארויקט זי זיך עטװאָס. דערװײַל האָבן די דערציִערן ארומגערינגלט אויך 
אנדערע קינדער, און זי דערציילט זיי וועגן די צײַטן פון יאָר --- זומער, ווינטער, הארבסט און 
פרילינג. די קינדער הערן זי פארגאפט. : 
דער טאָג גייט צום סאָף. 
-- איך װאָלט הײַנט געדארפט פּריִער אהיים גיין, -- זאָגט בערטא איסאקאָוונא, -- נאָר 
ניט אלע עלטערן האָבן אָפּגענומען די קינדער. 
אהיים אײַלט זי הײַנט, װײַל ס'איז געקומען אף קאניקולן איר זון, וואלעריק, וועלכער 
לערנט זיך אפן דריטן קורס פונעם כאבאראָווסקער מעדיצין-אינסטיטוט, 
און אָט איז מען ענדלעך געקומען נאָכן לעצטן קינד. מיר גייען צוזאמען מיט בערטא איסא- 
קאָוונא אהיים. אין דרויסן איז שוין טונקל. פונדערװײַטנס זעט זיך, אן אײַנגעהילטע אין א סאך 
העלע פײיערן, די ביראָבידזשאנער סאָפּקע, װאָס האָט אויסגעבויגן איר לאנגן שנײיק-װײַסן 
רוקן. בערטא איסאקאָוונא בלײַבט שטיין, פארקלערט זיך אף א װײַלע, און איך דערהער: 
נאָר אונטן, באם פוס פונעם בארג, שטייט א פּלױט, 
און ס'שפּילן זיך קינדער בא טונקעלער פּיכטע, 
און װיײַטער א ביסל א שטעלכל מע בויט 
פון ריטער-געפלעכט, פון ליים פון געדיכטער, 
און איינער געבויגן א ברונעם דאָרט גראָבט, 
באגלייַך מיט דער ערד עס באװײַזט זיך זײַן קאָפּ... 
בערטא איסאקאָוונא פרעגט: -- איר געדענקט? 
-- פארשטייט זיך, דאָס איז שמועל האלקין. 
-- יאָ, -- זאָגט זי, -- פון זײַן ליד ,אף ביראָבידזשאנער סאָפּקע*. איך האָב איצט א קוק 
געטאָן אף דער סאָפּקע און זיך דערמאָנט... 
מיר געזעגענען זיך, און איך טראכט, אז עס איז א גרויס גליק אָפּצוגעבן א לעבן אף דער" 
ציִען אונדזערע יוגנט-בליטן, וי דאָס טוט די דאָזיקע פרוי. 
אונדז איז געבליבן צוגעבן, אז שוין נאָך דעם, װי די דאָזיקע פארצייכענונג איז אָנגעשריבן 
געװאָרן, איז באװוּסט געװאָרן, אז צום לערער-טאָג איז גאָכמאן בערטא איסאקאָוונא -- דער" . 
ציֶערן פונעם קינדערגאָרטן נומ. 51 פון שטאָט ביראָבידזשאן באלוינט געװאָרן מיט א מעדאל 
?פאר ארבעטס-העלדנמוט". 


ביראָבידזשאן. 


יאנקל יאקיר 


דער פּאָרטרעט 
פון א דינטער 


(צו מאָטל סאקציִערס 60:טן געבורטסטאָג) 


שוין פון די פריע יוגנט-יאָרן אין פאר מאָטל סאקציערן 
געװען װיכטיק און באשטימענדיק די אידייַש: און 
עטיש-באזיניקטע טאט, א געקייפלטע אף שװער דער" 


װאָרבענער קולטור- און ?עבנס'דערפארונג. סאקציער 
געהערט צו דעם נאָכװוּקס פון דער ייִדיש-רומענישער 


פאָרגעשריטענער ליטעראטורבאװעגונג, װאָס אין 
אויסגעשטאנען ניט װײניק אף איר װעג. און מע דארף 
אויך אין זינען האָבן די באלמעלאָכישע היים זײַנע, די 
,אימפּעריע פון שער און אײַזן אמכאַ", דעם טאטן 
זײַנעם, אװראָם דעם שנײַדער, און די מאמע די זינגערן 
ליוושע-לייע; זײי האָבן עס אײַנגעקנעלט מיט די פרייי 
לעכע געזעלן די לידער װעגן פרײַהײַט, די לידער, 
ועלכע דער יונגער דיכטער האָט אזוי פרי אײַנגעזאפט 
אין זיך און אף װעלכע ס'האָט זיך אויסגעווארצמט און 
אױסגעכאַװעט זײַן אייגנארטיקער סאָציאלער מאָטיו. 

און שפּעטער, אין לויף פון יאָרן, אַנגעזעטיקט מיט 
ביטערע דערפארונגען און שװערע לעבנסניסיוינעס, 
װעט ער מיט אָן א שיר בענקעניש באזינגען די אָנגע- 
בידעװועטע בעסאראבער האָרעפאשנע טאַכטער, די מאמע 
זײַנע, װעלכע האָט געבענטשט אירע געראַטענע זין, די 
אונטערערדישע קאָמיוגיסטן, אין זייער הײליקער שלאכט 
פאר פרייַהײַט: 


װיפל מאָל, װען זי האַבן בעסאָד 

א גאנצע נאכט געקנעלט בא צוגעמאכטע לאָדן 

א בוך, אף װעלכן ס'איז געלעגן א פארבאָט, --- 

װי א גלאַק איר הארץ פון זאָרג געהודעט האָט: 

עס זאַל כאַלילע ניט געשען א שאָדן 

און געלױישט האָט זי אין שטילקײַט, צי עס קריכט 
פאראט ניט אום אין געסל אײַנגעשלעפערטן. 

זאָל גאָט זײ געבן מוט, זאָל ער זײ געבן קרעפטן! 
זי האַט געװוּסט, זי האַבן אויך פון איר 

געלערנט א סאך, צו איר זי זײַנען ענלעך 

אין אויסדויער, אין שטאַלץ, אין לעבנס-גיר, 

און קומען אױב עס װעט אן אומגליק צו דער טיר, 
װי זי, זי װעלן װירדיק זײַן און מענלעך... 


עס איז געװען מאָטל סאקציערס גליק און דאָס גליק 
פון אונדזער גאנצן בעסאראבער שרײַבערישן נאַכװוּקס, 
װאָס אין יענע אָדִאון-װיי-באדינגונגען פון דער באָיארי- 
שער רומעניע האָבן זײ ניט קולטיװוירט אין זיך פארי 
ליבטע ליטערארישע נודניקעס און זעליש:צעכראסטעטע 
באָהעמישע גלאָמפן, נאָר געװאָרן קינסטלער, וועלכע האָבן 


124 


מיט לײַב און לעבן באפרייונגס-בא- 
וועגונג און געפלאנצט אין יונגן דאָר גלויבן, אז עכטע 
קונסט איז אין דער ערשטער ריי כעזשבן-האנעפעש, הייי 
ליקע אװוידע, טיפע אינערלעכע היסכײַװעס און געזעלי 
שאפטלעכע אכרײַעס פארן גוירל פון דער װעלט. 

דער פאבוליסט עליִעזער שטיינבארג, דער דיכטער יאני 
קעוו שטערנבערג, דער פּראָזאיִקער מוישע אלטמאן זײַנען 
געווען דערציִער פון א דאָר שרײַבער: הערש-לייב קאזשי 
בער, הערץ ריוקין, יויסעף טראכטענבערג, זעליק באר' 
דיטשעװוער, יאָסל לערנער, מייער כאראץ, מאָטל סאקי 
ציִער אא. זיי אלע האָבן שפעטער אונטערגעשטעלט זייערע 
יונגע שולטערס אונטער דער שװערער מאסע פון יִד 
שער פּראָגרעסיװוער קולטור אין דער דעמלטיקער אַלײ 
גארכישער רומעניע. 

איך בלעטער די פארגעלטע בלעטלעך פון מאָטל סאקי 
ציִערס געראַטענעם לידער-ערשטלינג , דערפאר", דערשיי 
נען אין יאָר 1936 אין בוקארעשט... צו יענער צײַט אין 
ער געװען דער סעקרעטאר פון דער קעמפערישער ליטעי 
ראריש-געזעלשאפטלעכער טריבונע ,די װאָך", ועלכע עס 
האָבן רעדאגירט מוישע אלטמאן, שלוימע ביקל און יאני 
קעוו שטערנבערג. מאָטל סאקציַער איז שוין ניט געװען 
דעמלט קיין ,גרינער" הען אין ליטעראטור, הען אין 
לעבן. דער מיטלװוּקסיקער כיינעװדיקער לעאַװער יונגער- 
מאן מיט דער פּעך-שווארצער שוועליורע און ציגײַנערישע 
אויגן האָט שוין געהאט הינטער זיך א שיין ביס? טאניי 
סים אין פאריזש און אין װוין און אף אנדערע װאָגל-:װעגן 
איבער אײראָפּעיִשע שטעט. דאָ, אין דער ענגער קויטיקער 
דרוקעריי, אף איינער פון די טויבע גאסן פון דער רומע- 
נישער הױפּטשטאָט, האָט ער טאָגינאָך-טאָג געהאָרעװעט 
איבער דער צײַטונג, ועלכע ס'האָבן גערוידעפט די אָלי 


מיטגעפילט דער 


גארכישע מעכאבלים, די קאָהאָלשע טרעלבויכן און ,ראדי- 
קאלע"י באלעבעסלעךייי 

איז אָט, צװישן איין קאָרעקטור און דער צװײטער, 
לייענענדיק די , פרישע פּאָפּאלעקעס* (װי מע פלעגט בע- 
דערעך װיץ אָנרופן די ערשטע אָפּגעדרוקטע זײַטלעך), 
פלעגט ער אויסטערקלען מיט אזא געטאָקטן געציקלטן 
קסאוו זײַנע לידער. 

אין בלעטער איך, װי געזאָגט, סאקציערס ערשט בוך 
-דערפאר און טראכט: ס'איז פאָלג מיך א גאנג פון דעם 
פאטריארכאלן בעסאראבער שטעטל לעאַװע ביז צו דעם 
חװירבלדיקן שטאָטישן הארמידער, װאָס האָט שוין בא 
הערשט סאקציַערס דיכטונג, פּאָנעם-על-פּאָנעם מיט דער 
גרױיסשטאָטישער הארטער װאָר זײַנען אלע קליינשטעטל- 
דיקץ ייִנגלשע טרױימערײַען פארברענט געװאָרן װי שמע- 
טערלינגען אין פײַער פון א קאלך-אויון. 

צוזאמען מיטן איבערײַסן מיט דעם שטעטלדיק-שטייי 
גערישן, צוזאמען מיט דעם פארייגענען די אורבאניסטישע 
לעבנס-דינאמיק איז געקומען אויך די בענקשאפט נאָך א 
נײַערן אויסדרוק, וועלכער זאָל זײַן דער פאסיקער לעװוּשׁ 
פאר דעם יונג'דיכטערישן געמיט. קלינגט עס דעריבער 
מענטשלעך-פארשטענדלעך, װען מ. סאקציער זִינגט: ,װיל 
איך ניט און כ'קאָן ניט מער, װי די אלטע פורים-קנעטער, 


ארײַנפרעסן מײַן ליד אין אָפּגענוצטע, אויסגעזונגענע 
פאָעטיק-מאָסן* (,דערפאריי), 

אָט די ניכטער'קלאָרע אופאסונג פון זײַן פּאָע- 
טיק איזן אױיסגעדריקט אויך אין סאקציערס ציקל 


היים-"לידער, װוּ ס'איז ניט פאראן קיין שעמעץ פון די 
אויסגעדראָשענע שטעטל-מאָטיװן, נאָר א רעאליסטישער 
און דערבײַ הארציק-לירישער צוגאנג צו זײַן בעסארא- 
בער היים: 

וי מיט פליגל אויסגעלענקטע פייגל מאטע, 

האַבן זײַנע טעג זיך נידעריק געקוילערט, טאטע, 

זינט בא בלינדע און מיט אַװנט אָנגעזאפטע שויבן 

זו האָסט נײַע בגאַדים אַנגעהױבן. 

(.דערפאר") 


דעם טאטנס זיפץ און דער מאמעס בונטארישע טרער 
פאסט דער דיכטער ארײַן אין אײידעלן געװעב פון זײַן 
ליד. זיי זײַנען זײַנע טרײַע באגלייטערס אף די בארג- 
ארופן און בארג-אראָפן פון זײַן לעבן. 

סאקציִערס דיכטעריש געשטאלט אנטפלעקט זיך באזוג- 
דערס בוילעט אין זײַנע ,מאנסארדע-עלעגיעס", װעלכע 
זײַנען טעמאטיש געװוען אין זייער צײַט א נײַער שטאָף 
אין דער ייִדישער דיכטונג און װעלכע האָבן נאָך בין 
הײַנט ניט אָנגעװוירן זייער פּאָעטישע פרישקייט. 

אף דער ראָזעװער קאנװע פון א ליבע צװישן א יונג 
סטודענטיש פאָרל װעבט דער דיכטער אויס מאָטיון פון 
פערזענלעכן און געזעלשאפטלעכן געראנגל פון דער פאָר- 
געשריטענער מיזרעך-אײיראָפּעיַשער ייִדיש-סטודענטישער 
יוגנט. סאקציערס ליבע-לידער זײַנען אזויארום פאר- 
ואנדלט געװאָרן אין לעבנס-סטימולירנדיקע געזאנגען, 
װאָס לעשן זיך ניט אויס אף דער שװעל פון דעם דאלעד- 
אל'דאלעד-שטיבל, נאָר נעמען אויך ארום מיט זײיערע 
צארטע אָרעמס די געפּלאָגטע גאס פון אָרעמקײַט און 
רעװאָלט, 

סארא פילקאָליריקן טעמאטישן פעכער בילדעט מאָטל 
סאקציערס לידער-זאמלונג ,דערפארי! פיזישע אויסמא' 
טערניש נאָך די פאבריקישע טעג און נעכט (,באם טויער 
פון זאװאָדי); אינערלעכע קאמפן און שטרויכלונגען אפן 


ועג צו אידיייַשער פולקומענהײַט (,אין קלעטער"): עקס- 
צענטרישע דיכטערישע װיזיעס (,אויסטערלישע דומע"); 
פלאמיקער אנטימילכאָמעירוף (,,מארס באפּאנצערט")-- 
אָט די אלע מאָטיװן קומען אוף אין זײַן פּאריזשער ,,מאנ- 
סארדע-שטיבל", װוּ דער דיכטער לוישט זײַן הישטאפּכעס- 
האנעפעשדיק װאָרט און װוּ ער װעט שפעטער זינגען אין 
אזא יאָמטעװדיקער שפראך: ,נײַע לידער אומרויַק און 
וואך שטופּן זיך צונויף, װי װילדע גענדז-מישפּאָכעס, אין 
דעם וואסער-סכאך און האַרכן, הערן אײַן זיך, װי עס 
יוירט אן איבערבײַט אין מײַן געשאָמעיװעטער" (,דער- 
פאר"). 

דער דאָזיקער איבערבײַט אין געקומען דעמלט, װען 
דער דיכטער האָט זיך באגעגנט מיטן סאָציָאלן מאָטיװ: 
,אין דער אונטערערד פון אונדזער לאנד, װוּ עס גײען 
אונטערצינדער אום, בונטארן, װאָס די זשארענדיקע קוילן 
פון דער מאָרגן-סרייפעץ מיט די פינגער איבעראשן" 
(,דערפאר"). 

אויך זײַנע לירישסטע און פערזענלעכע לידער װעלן 
שוין װערן דורכגעדרונגען מיט אָט דעם סאָציָאלן ציטער. 
און אוואדע קומט עס נאָך בוילעטער צום אויסדרוק אין 
זײַנע לידער פונעם סאָװעטישן פּעריאָד, 


איך פרעג מיך אָפטמאָל: װי קומט עס, װאָס דער יונ- 
גער װיסנגיריקער דיכטער, אף װעמעס פילבארע הארץ- 
סטרונעס עס האָט געשפּילט דער צײַט-גײַסט, האָט, געפי* 
נענדיק זיך אין סאמע הארץ פון אײראָפּע, אין פאריזש, 
גליקלעך אויסגעמיטן די אלע ליטערארישע מאָדעס, די 
גליטשיקע דעקאדענטישע סטעזשקעס, איבער ועלכע ניט 
איין דיכטער האָט זיך צעבראָכן רוק-און-לענד? און איך 
ענטפער מיר: עס איז אים בײַגעשטאנען דער זכוס פון 
זײַן בעסאראבער היים, דאָס ביס?ל פעטע מאָלדאװישץ 
שווארצערד, װאָס ער האָט מיטגענומען אין זײַן געמיט, 
אף אלע זײַנע װאָגל-:װעגן. 

זוכנדיק אין דער נאטור, אין דער לאנדשאפט, װאָס 
רינגלט אים ארום, און אויך אין זיך, די אינערלעכע האר- 
מאָנישקײַט, איז סאקציער געקומען צו זײַנע פייזאזש- 
לידער, צו די לידער װײיכע, צארטע, װי אויסגעקושטע 
אפן פּאפּיר. אזא איז, לעמאַשל, זײַן ליד ,,איך קען": 

איך קען די שטילקײַט אונטער נידעריקע סטריכעס, 
װאַס שמעקט נאָך מילך געמאָלקענער פריש, 

װען דער אַװנט לייגט אװעק מיר אפן טיש 

די האַניק טריפנדע לעװאַנע קעצאפיכאס.. 

איך קען דעם בינע"זשום פון די באגינענס; 

אין די סעדער נישטערט זי איר זיסע גאָב, 

און טראָגט אין בינשטאַק שוטפעסדיק אפ 

טראַפּנװײַז דאָס גאָלד אירס דאָס געפינענס... 


אָבער אין זײַנע פארביקע, מיט אלע געװירצלדיקע רוי- 
כעס פון אונדזער געבענטשטער ערד דופטנדיקע לידער 
איז סאקציער ניט נאָר אויסן אײַנזאפּן די שײנקײַטן פון 
דער נאטור און געלײַטערטע זי צוריקגעבן דעם לייענער, 
דעם געניסער. ניין! פון ליד צו ליד שטײַגט די טענדענץ 
צו באזיניקן דעם פייזאזש, פארגעדאנקלעכן אים, פאר" 
מענטשלעכן אים, אזוי אז יעדעס גרעזעלע זאָל קריגן א 
צונג און א שװוּנג, 

אזוי אין עס שוין פון טאָמיך אין סאקציערס דיכטונג: 
אונטער דעם, װאָס זײַנע לירישע העלדן טוען, האָט דער 
פּאָעט אלע מאָל געזען דאָס, װאָס עס טוט זיך אין זי 

קעדיי בוילעטער צו באגרינדן און איליוסטרירן מײַן 
געדאנק, איז קעדיי צו ברענגען איינע פון מ. סאקציערס 


5 


געראָטנסטע לידער --- ,דאָס פארװוּנדעטע גֶעגדזל*, פאר- 
עפנטלעכט אין זעקסטן נומער ,סאָװעטיש הימלאנד" 
פון 1966. איך ציטיר די ערְשטע דרײַצן שורעס: 


אין הויכן סכאך באם אַזערע-ברעג, 

אף װײַסע פליגל מיט בלוט-רויטן פלעק,י 

א גענדזל ליגט אין הוילער שרעק, 

געטראַפן פון בלײַענעם שפליטער. 

פארטײַעט אין שטילקײַט, אין קראמפיקן ציטער, 
? הילפלאַז זאָס קעפל'ארוף עס פארײַסט, 

+ די װײַסע-כאװערטעס-סטײַע דאָרט קרײַזט ' 

אין דער הייך דער בלויער און גראמער. 

זי רופן, זי רופן מיט פארצווייפלט געיאַמער, 

אז ס'װילט זיך די פליגל אזש סאַן א צענעם, 

א צופלוס פון קרעפטן דערפילן, 

זיך האסטיק א ריס סאַן פון װוּנדיקן קלעם 

אין הימל דעם שאלװעדיק-שסילן...' 


קלאָר, אז מע דארף האָבן א שארף אויג און א דינעם 
אויער, קעדיי צו זען און הערן אלע קלאנגען און די 
מינדסטע שאָרכן, מיט וועלכע ס'איז פול די נאטור. מערקט 
אײַך, װי פון שורע צו שורע שטײַגט די דראמאטישע 
קאָליזיע. איר שפירט מאמעש פיזיש דעם װייפולן גע 
פּאַרפל פוֹן דעם פארװוּנדעטן גענדזל. און איר גיט א 
טראכט,.אז ווירקלעך, ניט נאָר א צענעריקט קינד, נאָר א 
פויגל, װאָס גייט אָפ אין בלוט, קאָן טרייסלען און צצעַ- 
טרייסלען א װעלט פון רו... 

און װאָלט עס נאָר געװען א ליד װעגן א פארװוּנדעט 
גענדזל, איז, װי זאָגט מען עס, -- סיװאָלט אויך געװען 
דאיעינו... אָבער גיט אף א טשיקאװעסט א לייען דעם 
צווייטן טייל פון -ליד, און איר װעט דערשפירן דעם אָטעם 
פון אונדזער געראנגלפולן יאָרהונדערט: 


נאָר די אַפּענע װוּנד -- זי בריט און זי בראַט 
הינטער פאכװע, אין פלייש אין דעם רויען. 

די פליגל -- פארשטארט, װי געבונדן מיט דראַט. 
און פארבלײַבן אלין.. און אף װעמעס באראַט?. 
אף װעלכן שװערן ניסאַיען?. 


עמעס, דער יעגער אװעק איז אהיים 
מיט צעװאקלטע טריט אין דער קלעפיקער ליים. 
אַבער זאָס גענדזל -- עס טרױיט ניט דעם שיסער, 
עס טרויט ניט דער שטילקײַט דער אָװנטיקיזיסער, 
סי ליגט אויסגעשעפט, 

מאכטלאַז, 
װי אין א פענט, 
אין סכאך דעם געדיכטן, אליין אין דער פרעמד. 


מיט אן אינערלעכער שפּראך:דיסציפלין און באדײַטנ- 
דיקן כוש פאר הארמאָניע פורעמט סאקציער זײַן ליד, 
װאָס פארמאָגט אלע פּאָסטעמקעס פון אונדזער געשמאק 
מאמעלאָשן. דאָס זוכן די נאָך ניט אנטדעקטע שפּראך- 
פלאסטן, די שטרעבונג. צום נײַעם, אנדערשדיקן אויסדרוק 
איז בא אים געװאָרן די צװײיטע נאטור. אזוי אז צומאָל 
דוכט זיך מיר, װי ער װאָלט וועלן אײַנשפּײַכלערן אין זײַן 
שפּראך-שפּײַכלער אלע ריידנסארטן פון זײַן בעסארא- 
בער ייִדישן שטאם --- 


| װי אמאַל, װען סיאיז געװען גענוג א װוּנק, 
אז דִו זאַלסט קומען, כיינעװדיק און.יונג, . 
און מיט מיר באם שרײַבטיש ביז פארטאַג פארבלײַבן, 


,6 


און מיר העלפן פונעס פלאָנטער זיך ארויסצוקלײַבן, 
און מיר אופבינדן דעםס שטאמלענדיקן צונג, 

און אלץ, װאָס אויסגעטראָגן כיהאָב 

און איז געװען שוין צײַטיק, 

ארויסזאָגן כ'זאַל קאַנען קלאַר 

און אומצװײדײַטיקײ. 


(דאָס זײַנען שורעס פון א ליד ,צום װאָרט", א מין 
טפילע צום װאָרט, א געבעט צו דער פּאָעטישער מועי 
זי זאָל זײַן גנאָדיק און גערנװיליק צום דיכטער..), 

און װײַל סאקציער איז ניט קײַן צירלעך-מאנירלען 
גראמען-דרעשער,. זײַנען גרויס בא אים די כעװליי-ליידע, 
די. געבורטסווייען. ער פורעמט, קנעט און מײַסטרעװעט 
זײַן װאָרט, קעדיי עס זאָל ראָע זײַן צו געבן א טיקן 
די פריידן און ליידן פון זײַן דאָר. עס טרעפט אָבער, עס 
זאָל נישט טרעפן, אז, באהערשט פון דער גוטער קאװאַנע 
אראָפּצורײדן זיך פון הארצן, אויסזינגען פאר זײַנע 
מיטצײַטלער אלץ, װאָס יוירט אין זײַן געמיט, פארלירט 
דער דיכטער דאָס געפיל פאר מאָס און װאָג און זינדיקט 
אונטער מיט נײַן-מאָס-רײדעװדיקײַט. 

אזוי, צום בײַשפּיל, אין דער נאָסטאלגישער, אָבער צעי 
צויגענער ליד ,װאַס טוט איר, בעסאראבער סעדער" 
טרעפן מיר אַן אזעלכע פּראַזאיִשע שורעס: 


יפל װעט מען מאָרגן מיט באװוּנדערונג דערמאַנען, 

װען דעס היימלאנד צוגעטראָגן װערן 

װעט דער זיג? 

און אײַערע שאַטנס, װי װוּנדערלעכע פאנטעאַנען(?4. 

װיפל װעל איך טרעפן, װען איך װעל מיך אומקערן 
צוריקו 


אָט די ווערבאליסטישע סטרוזשקעס טרעפן זיך, עמעס, 
זעלטן אין סאקציערס לידער. מעגלעך, אז עס קומט פון 
דער קאװאָנע צו זאָגן דעם לייענער דעם גאנצן עמעס ביז 
אראָפּ, אָבער אין פּאַעזיע -- עפשער נאָך מער װי אין 
אנדערע ליטערארישע זשאנרען --- איז צופיל ניט װייניי 
קער כיסאַרן, װי צו װײניק... 

מאָטל סאקציַער װײיסט עס, און װי אן ערנסטער מײַי 
סטער פירט ער א קאמף קעגן שפּראך-סטיכיי אין זײַן 
אייגענער. שאפונג. איר גלייבט אים בעעמונע שליימעי 
דעם דיכטער, װען ער דערציילט מיט אזא, װאָלט איך 
זאָגן, בעהארכאָװעדיקער מאַלדאװישער עפישער רױיַקײַט, 
אין זײַן ליד ,,מײַן גאָרטן", אז: 


שוין יאַרנלאנג, װי כ'דין מײַן װוּנדערלעכן גאַרטן 

מיט שװערער פראצע, פון דער יוגנט אָפּגעשפאָרטער, 
צו די בונטע קרוינען ביז ארוף איך קלעטער 

און טרייסל אָפ די רויפן פון די בלעטער 

און רייניק אויס די מילבן, װאָס אין קאַרעי-קארבן 
זײ עסן אײַןזיך און די פרוכט פארדארבן. 


(;סאַװעטיש היימלאנד" נומ. 6, 1963. 


און עס איז אוואדע ניט קיין בארימערײיַ און קיין שעי 
מעץ פון פוסטער ליטערארישער גײַװע, װען דער דיכי 
טער, מײַסע פארצײַטיקער ייִדישער ייִשוּװניק באם אַני 
בליק פון די פרישע בולקעס, װעלכע פעכלען אפן געי 
שטשערבעטן פויערישן טיש, דערמאָנט זיך, װי ניט גרינג 
זי זײַנען אים אַנגעקומען, און דעריבער בענטשט ער נאָך 
מיט מֵעֶר האנאַע הען די פרוכט פון זײַן מי, הען די צום.. 
טיש פארבעטענע אָרכים. עפעס ענלעכס פילט מען ארויס 
פון די לעצטע שורעס פון דער ליך: 


8* 


נאַר כישטײ אוף באגינען (שוין א ביסל שװערלעך), 
רײַס דאָס װילדגראַז אױים, די קראָפּעװע, די בערלעך, 
און כ'קאַן זאָגן: װער ס'האַט מײַנע פיירעס 
אײַנגעביסן, 
איז א לױטערקײַט געקומען אין זײַן הארץ צו פליסן, 
װער זײ צוגעדריקט ס'האָט איין מאַל נאַר צום גומען, 
האָט זיך מיט די טאמען פון מײַן גאָרטן 
דורכגענומען. 
װײַל מיט שװערער פראצע, פון דער יוגנט 
אַפּגעשפאָרטער, 
גיב איך אָפ אינגאנצן זיך מײַן װוּנדערלעכן גאָרטן 


א גרויסער טייל פון סאקציערס לידער זײַנען איידעס 
ניט נאָר פון דעם, װאָס דער דיכטער האָט דורכגעמאכט 
אין מעשעך פון יאָרן, זיי זײַנען אויך די ביאָגראפיע פון 
זײַן גײַסטיקער געשטאלטיקונג, פון זײַנע שטימונגען, 
אספיראציעס. 

און דאָס געזאָגטע איז כאל ניט נאָר אף דעם דיכטער 
גופע, נאָר עפשער מער נאָך אף זײַן לירישן העלד, אף 
זײַנע מיטצייטלער, װײַל דֶעֶר קינסטלער איזן א מענטש 
פון אונדזער צײַט, און אלצדינג, װאָס גייט אים נאָענט, 
נעמט ער ארײַן אין זײַן װערק, אלע פריידן און טרויערן 
קלאפן אין טויער פון זײַן פאָעטיש געמיט. 

מאָטל סאקציִערס לידער זײַנען איידעס פון זײַן באציונג 
צו דער װעלט, צום לעבן, פון זײַן פּאָזיציע אין די געוצל- 
שאפטלעכע ווידעראנאנדן, פון זײַן מאָראלישער האלטונג 
און זײַן זאָרג פארן מענטשלעכן גוירל. אָט די מאָראלישע 
פילבארקײַט און עמפינדלעכקײַט גיט צו א באזונדערע 
פארב און ריטם זײַן דיכטונג. דאָס איז דער ריטם פון 
עלעגיע, ואָס איז אָפטימיסטיש אין איר ענדלעכן אויס: 
קלאנג, אויך דעמלט, װען דער סוזשעט צװינגט ארוף 
רעטאָרישע טענער און עס גלוסט זיך שרײַען, גייט דורך 
דאָס דראמאטישע פון די געשעענישן דורך זײַן נעשאָמע 
און קריגט א ליריש-אינטימען אויסדרוק, און דער קלאנג 
און דאָס בילדעריש געצייכנטע װאָרט באװירקן, שטעקן 
אונדז אָן מיט זייער שטימונג, געפיל און געדאנק, מיט 
זייער שטילקײַט.., 

אָבער די פולע פאָרם און די װירטואָזע שפּילעװדיקײַט 
מיטן װאָרט װאָלטן געװען א בראָכע לעװאטאָלע, װען זי 
װאָלטן ניט געװען געבענטשט מיט יענער אינערלעכער 
פלאטערניש פון דער נעשאָמע, װאָס מאכט פלאטערן דעם 
פּאָעזיע-לײענער. סאקציער האָט ליב די פּינקטלעכקײַט 
און לאָגישע לױטערקײַט פון געפיל און געדאנק. ער איז 
געסרײַ דעם פינקטלעכן גראם, ניט קוקנדיק אף דער 
אסאָנאנסן-מאָדע. זײַן ליד איזן פּלאסטיש, האגאם די צו 
אָפטע אינװערסיעס פארשװערן פון צײַט צו צײַט דאָס 
אופנעמען זי. נו, אין װאָס? בעסער אזוי, איידער די 
גלאטקײַט פון יענע מין לידער, װאָס האָבן אויסערלעך 
אלצדינג, װאָס א ליד דארף פארמאָגן, אָבער זײַנען קאלט 
און אויסגעליידיקט. און רעדט מען װעגן סאקציערס 
;גאָרטן", מוז מען דערמאָנען זיינע פובליציסטישע אר- 
טיקלען, עסייען, קינסטלערישע פארצייכענונגען און בא- 
זונדערס זײַן פארביקע דראמאטורגיע, די גלענצנדיקע עס- 
טראדע-פיעסן, וועלכע פארשאפן אזויפיל פרייך דעם סאָ- 
װעטישן צושויער, 

װען איך טראכט װעגן סאקציערס גאנג אין אונדזער 
ייִדישער סאָװעטישער פאָעזיע, קומט מיר אפן זינען איינע 
א די טרעפונגען, מיט װעלכע עס איז אזוי פו? זײַן 
עבן. 


ומעשה שהיה כך היה:... דאָס איז געשען מיט יאָרן צו- 
ריק. מאָטל סאקציער איז דעמלט געװען א זעלנער, און 
אין איינעם א סאָג האָבן די רומענישע מיליטערישע הארן 
זײַנע דערשנאפט, אז דער שטילער ייִדישער סאָלדאט פאר- 
נעמט זיך מיט ,קראמאָלנע* ארבעט: דעהײַנע, אין די 


' זונטיקדטעג כאפּט ער זיך אראָפּ אף דער פעריפעױיע און. 


אָרגאניזירט מאיאָװקעס. האָט מען אים ארײַנגעװאָרפן אין 
א קרירעדיקן קארצער, װוּ ער האָט נישט געקאָנט ניט 
זיצן, ניט שטיין און ניט ליגן. 

איז געשען אזוי, אז סאקציִערס קאפיטאן אין געגאנ- 
גען כאפּן א קוק, צי דער בעסאראבער באָלשעװיק, װע- 
מעס מישטיינסגעזאָגטער שפּײַזיראציאָן איז באשטאנען פון 
ווערעמדיקע ארבעס און א' שטיקל? קאלטער מאמאליגע, 
האָט שוין אָפּגעגעבן די נעשאָמע... װי דערשטוינט אין 
ער געװאָרן, װען ער האָט דערזען דורכן קארצער-אייגל, 
אז דער קלײנװוּקסיקער סאָלדאט שטייט מיט א בלײַערל 
אין האנט און שרײַבט לידער אף דעם טוכלע קארצער- 
װענטל... עס איז געװאָרן א טאראראם און איבער דער 
גאנצער ראַטע האָט זיך פארשפּריט די מערקװירדיקע 
געשיכטע פון דעם ייִדישן סאָלדאט, װעלכער שרײַבט לי- 
דער א הונגעריקער, א ניט דערשלאָפענער און פארפרוי- 
רענער. פארשטייט זיך, אז סאקציַער האָט פאר זײַנץ לי- 
דער דעמלט באקומען דעם געהעריקן ,האַנאָראר", נאָך 
װעלכן ער האָט א לאנגע צײַט געהאט צו זינגען און צו 
זאָגן.-. 

און אזוי פון אלע טאָמיד... סײַ פרילינג, װען עס צװי- 
טען די ביימער, סײַ זומער, װען עס גאָלדיקן זיך די פולע 
טװוּעיזאנגען,. סײַ הארבסטיצײַט, װען עס װעלקן די בלע- 
טער, סײַ װינטער, װען עס שנייט און װײעט: אף די פּרי- 
סיקע אוזבעקישע זאמדן, צי אף װעגן סיבירער --- אומץ- 
טום האָט דער דיכטער געזונגען זײַן ליד. בוקארעשט... 
פאריזש... װין... קעשענעוו... טײַשעט און נאָכאמאָל קץ- 
שענעוו... אומעטום!.. אף אלע זײַנע בארגיארופן און 
בארגיאראָפּן האָט ער ניט אופגעהערט גלײיבן אין דער 
באווירקנדיקער קראפט פון דעם דיכטערס װאָרט. 

װי זינגט עֹר דאָרט, אין זײַן עטישן און פאָעטישן אני- 
מײַמין ,דער שײַטער" (,סאָװעטיש היימלאנד", נומער 6, 
6 


...שפעטער, װען ניסיוינעס פיל 

װעלן װײַט שוין זײַן ארונטער, 

דערמאָנען װעלן זיי, איך גלייב, מיט דאנק:געפיל 

דעם שײַטער אפן װעג, 

װאַס האָט געפלאקערט מונטער. 

דערמאַנען עפשער מיך, װאָס האָט באשײידן-שטיל 

נאכט נאָך נאכט צעשארט דעם זשאר 

און אופגעהאלטן עס, דאַס הויכע, גוטע פּײַער. 

און אַט די דאנקבארקײַט -- זי איז מײַן בעסטער 
סכאר, 

און אט דער לון אין מער פון אלץ מיר טײַער. 


און אזוי אין בא יעדן עכטן דיכטער. סאקציערס ליד 
איז דער פאָעטישער סאכאק? ניט נאָר פון זײַנע צענרלי- 
קער יאָרן מעסירעסנעפעשדיקער דיגסט דעם אלטן גאָט 
פון פאָעזיע -- אפאָלאָן, נאָר אויך דער פּאָעטישער סא- 
כאקל פון דעם רומפולן דאָר, װעלכן דער דיכטער האָט 
מיט זײַן ליד דערהויבן און געלײַטערט, 


+ יייז 


ג אומײַסע שעהאַיאַ קאך האֵיאַ -- און געשען איז אזוי. 


יגרנין טויטעיל - 


מיט הילעל אלעקסאנדראַװס פובליקאציע פון י. צינ- 
בערגס ניט-פארעפנטלעכטער ארבעט װעגן א,דעם קליינעם 
מענטשעלע- הייבן מיר אַן זאַס מענדעלעיאַר אין צוזאי 
מענהאנג מיסן 50-טן יאַרצײַט פונעם זײדע פון דער ייַדי 


די פאַריקע צװײ יאַר זײַנען אין ,סאַװעטיש היימלאנד* 
געװען געװידמעט י"ל. פערעצן און שאַלעם-אלייכעמען. 
אזיארום װעט דער לײענער אין מעשעך פון א קורצער 
צײַט ארײַנגעפירט װערן אין קרײַז פון די װיכטיקסטע, 
ערטערװײַז נאַך ניט גענוג פאנאדערגעארבעטע פּראַָבלע- 
מען פון אונדזער קלאסישער יערושע. 

די רעדאקציע בעט אלע שרײַבער און ליטעראטוריהיס: 
טאָריקער זיך באטיײיליקן אין מענדעלעיאַר אף די שפאלטן 


שער ליטעראטור דעם 8 דעקאבער 1967, פון אונדזער זשורנאל. 


פון ייסראָעל ציננערגס ארכיוו 


פאַרװאַרט 


דער בײַגעלײגטער מאטעריאל שטעלט מיט זיך פאָר א טײל פונעם פערטן קאפיטל אין דעם מאנוסקריפּט 
פונעם נײַנטן באנד פון ייַסראָעל צינבערגס ,די געשיכטע פון ליטעראטור בא ייִדן"ג. דאָס גאנצע קאפיטל אין 
געװידמעט מענדעלעס ערשטע טריט אין דער העברעישער און ייִדישער ליטעראטור, זײַנע ,לערן- און 
וואנדער-יאָרן". 

זעלבסטפארשטענדלעך, די סאָועטישע מענדעלע-פאָרשונג איז שוין אװעק א סאך װײַטער פון צינבערגס 
קאָנצעפציעס. מיר מיינען, אז צינבערג נעמט ניט אוף דעם עמעסן טאָך פון מענדעלעס שאפן, װען ער זאָגט, 
לעמאָשל, אז מענדעלע ,גייט הארט בא דער ערד, ער קאָן שילדערן בלוין דאָס, װאָס ער זעט בעכוש, טאפט 
אַן מיט דער האנט. מענדעלע קאָן נישט ,אויסטראכטן", זײַן פאנטאזיע איז אָן פליג?". אזא באהויפטונג קלינגט 
איצט מער װי מאָדנע. 

מיר האלטן אויך פאר איבערגעטריבן די שארפע צעגרענעצונג, װאָס דער ליטעראטור-היסטאָריקער ציני 
בערג שטעלט אײַן צװישן מענדעלע דעם מאסקיל און מענדעלע דעם קינסטלער. מענדעלעס אידײיַשקײַט, זײַן 
קאמף פאר די נויטן פון די פאָלקסמאסן, האָט ניט געשטערט, נאָר פארקערט, מיטגעהאָלפן צו אנטפלעקן זײַן 
עכטן קריטישן רעאליזם פון א געניָאלן פאָלקס-קינסטלער, 

אין זײַן קורצער אװטאָביאָגראפישער נאָטיץ (1909) שרײַבט מענדעלע: 

;דאָס קליינע מענטשעלע אָדער א לעבנס-באשרײַבונג פון ייִצכאָקיאװראָם טאקיף, געדרוקט בעהישטאדלעס 
מענדעלע מױכער-ספאָרים", אָדעס, 1864 (?) אין צײַטונג ,קאַל מעוואסעריי און דערנאָך פיל מאָל אין באזונדערע 
ביכער. --- די דאָזיקע דערציילונג האָט געמאכט א גרויסן אײַנדרוק אין דער ייַדישער סװיװע, אזוי אז גיך איז 
זי אָפּגעדרוקט געװאָרן אין א דריטער אופלאגע, װילנע (?1865) און נאָכאמאָל אין א פערטער אופלאגע (אינ- 
גאנצן אפדאָסנײַ איבערגעמאכט), װילנע, 51879. מײַן דאָזיקע װערק איז געװאָרן א װינקלשטיין אין דער נײַער 
ייִדישער ליטעראטור. פון יענער צײַט אָן האָב איך זיך צוגעבונדן צו ייִדיש און פארקנאסט זיך מיט איר אף 
אײביק, האָב איר אװועקגעשטעלט פארפומען און מאטאָנעס, װי זי איז װערט, און זי איז געװאָרן א מאטװאָנע, 
אן איידעלע און א שיינע, און זי האָט מיר געבוירן פיל זין". 

ס'איז קיין סאָפעק ניט, אז דער טערמין ,מאטראַנע* (אין העברעיַש ,,מטרוניתאי) האָט מענדעלע אויסגע- 
נוצט באװוּסטזיניק קעגן די ציעניסטישע פּובליציסטן און קלאל-טוער, װעלכע פלעגן אומעטום באטאָנען, או 
די ייִדישע שפּראך און ליטעראטור איז ניט מעֶר װי א דינסט (,שיפכע") בא דער העברעיִשער ,הארנטע". 

שוין אין דעם ערשטן ייִדישן װערק טיילט זיך אויס מענדעלע פון דעם פארשפּרייטן טיפ מאסקיל אין זײַן 
צײַט מיט דעם, װאָס זײַנע העלדן זײַנען ניט פאנאנדערגעטיילט אף , פינצטערע" און ,אופגעקלערטע", נאָר אוני 


1 גענוי װעגן דעם זע אונדזער ארבעט איַסראַעל צינבערג און זײַן ארכיװ" -- ,סאַװעטיש היימלאנד", 


נומ. 2, 1965, זז. 135--139. 

? ,ספר זכרון* (סייפער זיקאַרן -- אַנדענק-בוך) לעקאָװעד נ. סאַקאַלאַוו. 

5 װי סיװײַזט אָן מענדעלע אין דער אװטאַביָאָגראפישער נאָטיץ, האָט ער געשטעלט פראגע-צייכנס אין די 
פאלן, װען ער האָט דעם דערמאַנטן בוך אונטערן האנט ניט געהאט און געמוזט זיך פארלאַזן נאַר אפן אייגענעם 


זיקאַרן, 


8--0 128 


טערדריקער און אונטערדריקטע, אף ערלעכע און ניט ערלעכע. דאָס איז געװען א װיכטיקער אָנהײב. דער סאַ- 
ציָאלער מאַמענט איז װײַטער געװאָרן אלץ מער פארשארפט ניט נאָר אין מענדעלעס װערק אליין (,פישקע דער 
קרומער", ,די קליאטשע"), נאָר אויך בא זײַנע זין און אייניקלעך -- דאָס הייסט אין דער ייִדישער ליטעראטור. 
שוין דאָ האָבן זיך ארויסגעװיזן די גרונט-שטריכן פון מענדעלעס שאפן -- זײַן רעאליזם און זײַן אידעאַלאָגיע 
פון א מאסקיל. שוין דער פאקט אליין, װאָס דער סוזשעט פון אקליינעם מענטשעלע" איז געבויט װי א װידע 
פון א טאקיף, אנטפּלעקט מענדעלע דעם מאסקיל; פון דער אנדערער זײַט אָבער, באװײַזט מענדעלע, װי עס 
פורעמען זיך אויס די וארגערס און די דאַקטורים שטיינהארץ. װעגן דעִם זאָגן אויך איידעס די אויסצוגן פון 
מענדעלעס בריו צו זײַן פרײַנט בינשטאָקן, װעלכע װערן ציטירט אין דעם בײַגעלײגטן מאטעריאל. פון איין 
זײַט, פארלאָזט ער זיך אף דער ,גנעדיקער רעגירונג, װעלכע װצט ניט לאָזן פאלן די אָרנטלעכע מענטשן, װאָס 
פאָדערן מיטן גאנצן הארצן דאָס עמעסע גליק פון פאָלק", פון דער אנדערער זײַט, ;טרעפן זיך בא מיר געװיסץ 
צײַטן, װען איך בין פול מיט צאָרן קעגן די גװירים און געלטזעק". 

די דאָזיקע טענדענצן לאָזן זיך אויך פילן אין דער קאָמפאָזיציאָנעלער סטרוקטור פונעם ,קלינעם מענ" 
טשעלע". פון איין זײַט -- דער סכעמאטישער בוי פון די געשטאלטן, א יערושע פון דער פּסעװדאָקלאסישער 
ליטערארישער שול, װאָס האָט געהאלטן פאר נייטיק געבן די העלדן אזעלכע נעמען און פאמיליעס, װעלכע 
,פארטײייטשןי זייער כאראקטער, דער לײענער זאָל גלײַך װיסן, מיט װעמען ער האַט צו טאָן (גוטמאן, שטייג- 
הארץ אדגל.); פון דער אנדערער זײַט, האָבן מיר שוין אין ,דעם קליינעם מענטשעלע" אזעלכע פערלדיקץ 
שורעס, אין װעלכע עס באװײַזט זיך מענדעלע אין זײַן צוקינפטיקן גלאנץ. װעגן דעם זאָגט איידעס, לעמאָשל, 
אזא באשרײַבונג פון ייִצכאָק-אװראָמס מי, װען עֶר איז געװען א שיקיייַנגל: ,די מעלאָכע הײיבט זיך געװיינלעך 
אָן מיט קאָל אװוידאסיפערעך: פאמויניצעס ט ראָגן װאסער אַג טראָג, מיט דעם באלעבאָס קינדערלעך 
זיך א רומטראָגן דער באלעבאָסטע באם אָנקויפן אלצדינג צ וט ר אָגן, שטיקלעך ארבעט אהין, אהער 
אָפּטראָגן, מיט באלעבאטישקײַט שטענדיק זײַן פפאר טר אָ גן, און איטלעכן קאפריז, קלעפ און באליידי- 
קונג איב ער טראָגן". אזוי האָט זיך שוין פון די צרשטע טריט מענדעלעס אַנגעהויבן שאפן די געשליפענע 
קינסטלערישע שפראך פון דער הײַנטצײַטיקער ליטעראטור, װעלכע איז װײַטער נאָך מער פארפולקומט געװאָרן 
אין דער שאפונג פון שאָלעם-אלייכעמען, פּערעצן און פון די בעסטע קינסטלער פונעם 20'טן יאָרהונדערט. 

מיר שטעלן זיך ניט אָפּ אין אונדזער פאָרװאָרט אף דעם ,ווינטשפינגערליי, װײַל צינבערג רעדט װעגן דעם 
א סאך ברייטער אין די װײַטערדיקע קאפיטלען פון זײַן מאנוסקריפט, און מיר װאָלטן געדארפט ארויסגיין װײַט 
פון די ראמען פון דעם בײַגעלײגטן מאטעריאל. 

די באמערקונגען נאָכן טעקסט זײַנען י. צינבערגס, אונטערן טעקסט -- אונדזערע. 


הילעל אלעקסאנדראָװ 


;דאַס קלײנע מענטשעל?" 


דער 24 נאָװעמבער 1864 איז א װיכטיקע דאטע. אין דער ייִדישער ליטעראטור האָט זיך צום ערשטן מאָל 
באוויזן מענדעלע מיט זײַן פערד און װעגעלע. און ער פאנגט אָן צו דרוקן אין ,קאָל-מעװאסער"" נומ. 45 די 
ערשטע פון זײַנע מײַסעס ,דאָס קליינע מענטשעלע אָדער איין לעבנס-באשרײַבונג פון ייִצכאָק-אװראָם טאקיף". 
...אין דער צײַט, װען אבראמאָװיטש האָט זיך באזעצט אין בערדיטשעװ, האָט אָנגעפאנגען די עקאָנאָמישע 
יערידע פון דער דאָזיקער באדײַטנדער האנדלס-שטאָט, װאָס האָט פריַער געשפּילט אזא אָנגעזעענע ראָליעג. 
פיל באלעבאטים, סאָכרים און נעגידים זײַנען געװאָרן יוירדים, און די צאָל נויטבאדערפטיקע האָט געשטיג 
פון טאָג צו טאָג. אבראמאָװיטש האָט דאָס צוגעזען און איז געקומען צום באשלוס גרינדן א כעװרע, װאָס זאַל 
װײַט מעגלעך העלפן די געפאלענע מיט ביליקן קרעדיט. אים איז געלונגען צוציִען צו דעם פּראָיעקט נאָך אייניקצ 
יונגעלײַט און פארינטערעסירן א פּאָר אָרטיקע גװירים, און אין סאָף 1863 האָט אָנגעפאנגען צו פונקצ;אָנירן 
די כעוורע , משכיל אל דל"*י, װוּ אבראמאַװיטש איז געװען דער סעקרעטאר. אבראמאָװיטש גופע דערציילט 
װעגן דעם אין זײַנער א קאָרעספאַנדענץ אין ,קאַלימעואסער" (1865, נומ. 4): ,אז בערדיטשעװ, די בארימטע 
גרויסע האנדלשטאַט האָט נעבעך זײַט עטלעכע יאָר אָנגעהױבן צו פאלן פון איר מאדרייגע, און װאָס װײַטער 
האָבן זיך דאָרט פארמערט שפּאָנלינײַע בעקאָװעדע אָרעמעלײַט, האָב איך דענסטמאָל אלץ געטראכט, װיָאזוי מען 
זאָל דאָ עפעס קענען געפינען א מיטל בײַצושטײן די נויטבאדערפטיקע אין איר נויט... מען שלאָגט זיך און מע 
רײַסט זיך איבער א בין! עפעס א קאטאָװעס אָרעמקײַט! עס זאָל גאָר ניט צוגעשיקט װערן, ריבוינעשעלוילעם! 
דאָס אלעס איז מיר איבערגעגאנגען אף מײַן כח המדמהי*י, ביז גאָט באָרוך-הו האָט מיר ארײַנגעגעבן די האמצאָע 
צו גרינדן די כעװרע ,,מאסקיל על דאָל", װאָס איר צװעק איז א דאָפּלטער: 1) צו העלפן בעקאָװעדע אָפּגעקו" 
מענע אף אזוי אן ארט, אז דורך דעם זאָלן זײ זיך קענען ארופכאפן אף א שטיקל שטייגער פּארנאָסע.. 2) צו 


0* ;קול מבשר" (,קאַלימעװאסער") -- אזוי האָט געהייסן די װאַכנטלעכע צײַטונג, װעלכע האַט אונטער 
דער רעדאקציע פון אלעקסאנדער צעדערבוים אַנגעהױבן ארויסגיין אין ייִדיש אין אָדעס אלס בײַלאגע צום 
;האמייליץ" אין 1864. די צײַטונג האַט עקזיסטירט ביזן 1871. 

** משכיל אל דל (מאסקיל על זאָל) -- אזי פלעגן אָפט הייסן בין דער רעװאַליוציע פארשײדענע געזעל- 
שאפטן, װאַס פלעגן שטעלן פאר זיך א ציל העלפן די נויטבאדערפטיקע. 

*** כח המדמה (קויאך האמדאמע) -- פאָרשטעלונגס-קראפט. 


129 


אונטערשטיצן אָרנטלעכע מענטשן און אָנװענדן אלע מעגלעכע רעכטע מיטל, אז זי זאָלן כאָלילע, ניט געקריו* 
דעט װערן..."2. 

אלס סעקרעטאר פון דער קרעדיט-כעוורע האָט אבראמאָװיטש געהאט אָפטע בארירונגען מיט די בערדיטשע- 
װער גװירים און קלאליטוער. װעגן דעם אײַנדרוק, װאָס די דאָזיקע בארירונגען האָבן געמאכט אף אבראמאָי 
װיטשן, קאָן מען זיך 7ײַכט מעשאער זײַן, בס מע לײענט זײַנעם א העברעיִשן בריװ פונעם 15 דעצעמבער 
4, װאָס ער האָט געשריבן זײַן פרײַנט בינשטאָקן: ;עס טרעפן זיך בא מיר געװיסע צײַטן -- שרײַבט אבראי 
מאָװיטש, --- װען איך בין פול מיט צאָרן קעגן די גװירים און געלטזעק (השרים החוסים בצל הכסף*) און דעמלט 
טאָר מען פאר מיר ניט דערמאַנען דעם נאָמען פון אן אוישער -- איך װער צעפלאקערט װי א װאָלקאן. איך 
שפּײַ מיט פאראכטונג און זודיקן צאָרן, און מײַנע ריד פארואנדלען זיך אין געשרײען פון פּראָטעסט און 
עמפערונג. הײַנט האָב איך אזא טאָג פון סינע צו זיי...יפ 

צו דער זעלבער צײַט, װען אבראמאָװיטש שרײַבט דעם דאָזיקן בריװ, האָט אין ,קאָלימעװאסער" זיך 
אָנגעפאנגען צו דרוקן זײַן דערציילונג ,דאָס קלינע מענטשעלע"+. דאָס װערק איז דערשינען אָן אן אונטער- 
שריפט. דערפאר אָבער טרעט ארויס גלײַך פון דער ערשטער שורע מענדעלע מױכעריספאָרים, װאָס איז אליין 
,א געבוירענער פון צװיאטשיץ". ס'איז נאָך נישט דער קלאסישער און קאָלאָריטפולער מענדעלע, װעלכן מיר 
קענען פון ,פישקע דעם קרומען". אָבער ער באװײַזט זיך שוין אין ,קליינעם מענטשעלע" מיט זײַן פערד און 
וועגעלע און מיט זײַן ,ניט דאָס בין איך אויסן". די ארכיטעקטאָניק פונעם ערשטן וואריאנט? איז נאָך זײיער פריי 
מיטיוו און סכעמאטיש. מענדעלע קומט צו פאָרן קיין גלופסק און טרעפט אפן מארק א גרויסן גערודער, װאָס 
ס'האָט ארויסגערופן דער טוט פונעם גװיר ייִצכאַקיאװראָם טאקיף. באלד קומט צו מענדעלען דער שאמעס, אז 
דער ראַװ לאָזט אים רופן. דאָרטן געפינען זיך פארזאמלט די שטאָטישע דאיאָנים און גװירים, און דער ראָװ 
נעמט מעקײַעם זײַן דעם װילן פון דעם פארשטאָרבענעם און לײענט זיי פאָר ייִצכאָקיאװראָמס װידע -- אן 
אָפּנהארציקע באשרײַבונג פון זײַן לעבן. 

אין דער צאװאָע װערט באשריבן, װאָס פאר א טרויעריקע יוגנט ייִצכאָק-אװראָם האָט אלס אַרעמער יאָסעם 
פארבראכט. פון אלע זײַטן האָבן זיך געשיט פעטש, קלעפ, קיין גוט װאָרט ניט געהערט. אין דער טאלמער- 
טוירע איז אויך ,דער בעסטער כיילעק פעטש אין אים אָנגעקומען". מע שלאָגט אים מאקעס רעצעך. ער אנט. 
לויפט פון דער טאלמעד-טוירע, און מע גיט אים אָפּ פאר א לעריינגל צו א באלמעלאָכע, ער װאנדערט פון 
איין באלמעלאַכע צום אנדערן, און אומעטום די זעלבע צאָרעס און פּײַן. מע שלאָגט אים, מע גיט אים ניט 
זאט צו עסן, די מעלאַכע לערנט מען אים ניט, נאָר מע צװינגט טאָן אלערליי שטוב-ארבצט.. ,איטלעכער באלי 
מעלאָכע האָט מיך דאָס ערשטע מעכאבעד געװען מיט א פּאָמױניצע, איינער האָט אפילע געזאָגט: טראָג, טראָג, 
איציק-אװוראָמעניו, איך זאָל דערלעבן דערטראָגן צו דער כאסענע װײַן אין א רעשעטע, טראָג, איצעניו, טראָג. 
איך אין דײַנע יאָרן האָב אויך א סאך פאָמויניצעס געטראָגן". ער קומט אָן צו א װאנדערנדיקן כאזן פאר א 
זינגער, ער האָט אָבער דאָ אויך קיין מאזל ניט. ער װײסט ניט קין כאָכמעס, זאָגט אָפנהארציק ארויס דעם 
עמעס, דאָס שאט צום אייסעק, דער כאזן טרײַבט אים ארויס און לאָזט אים איבער אין א פרעמדער שטאָט. דורך 
א גליקלעכן צופאל קומט ער אָן פאר א שיקיײינגל צום מאסקיל גוטמאן?. בא גוטמאנען הערט ער אמאָל אוני 
טער א שמועס װעגן דעם דאָקטער שטיינהארץ, װאָס איז א ,קליין מענטשעלע" און דעריבער איז ער זײיער רײַך. 
דער אָרעמער יאָסעם באשליסט אריבערגיין צו שטיינהארצן זיך אויסלערנען די קונסט, װי צו װערן א ,קליין 
מענטשעלע" און ניסאשער װערן. דער דאַקטער שטיינהארץ אין א לײַבלעכער ברודער פון דעם דאָקטער 
שארלאטאן, װאָס ייִצכאָק ערטער"* פירט ארויס אין זײַן ,גילגול נעפעש"ז. בא שטיינהארצן װערט ער געװויר, 
אז זײַן א ,קלין מענטשעלע" הייסט שװינדלען, צאפן בלוט בא אָרעמע מענטשן, מאכן אָנשטעלן, יענעם אַפי 
צונארן, צונעמען דעם לעצטן גראָשן. אָבער די עמעסע טוירע פונעם ,קלײנעם מענטשעלע" לערנט ערשט 
ייִצכאָק-אװראָם דעמלט, װען ער קומט אָן פון שטיינהארצן צום קלאליטוער און קאָכלעפל איסער וארגער, 
,איינער פון די גרעסטע באלעבאטים אין צװיָאטשיץ, אלע האָבן פאר אים געהאט דאָס נײַניאָריקע קאדאָכעס". 
,גלייב מיר, גוטעריברודער, -- דערקלערט איסער וארגער, -- מיט עמעס װעסטו אף דער װעלט גאָרניט מאכן, 
און מיט ארבעט װעסטו ניט קיין סאך פארדינען, דו זאָלסט אפילע ארבעטן צעזעצטערהײט, װעסטו פאָרט צען 
מאַל אין טאָג פייגערן פון הונגער... כאָכמע טוג קלאל ניט, כיטרע נאָר דארף מען זײַן, מע דארף קענען 
כאנפענען, אמאָל זאָגן א ליגן, אמאָל צװיאטשען, װי עס לאָזט זיך.. געלט מוז מען האָבן, אַן געלט ביסטו 
אוואדע גאָרנישט. װאָס איז א קאפצן? דו קענסט גאָר אזוי ניט מעשאער זײַן, אפאָנעם, װי נעגידים האָבן פײַנט 
א קאפצן. דאכט זיך, זיי ריידן אמאָל מיט אים און האָבן קלוימערשט אף אים ראכמאָנעס, אינעמעסן אָבער קעי 
נען זי אים ניט לײַדן.. אין געלט, ברודער, באשטייט די גאנצע כאָכמע. האָסטו געלט, האָסטו די װעלט און 
יענע װעלט. נאָר אָבער בא דער צײַט האָבן געלט הייסט זײַן א ,קליין מענטשעלע", און א ,קליין מענטשעלע" 
הייסט כאנפענען, צװיָאטשען, װאָס אין דער קאָרט". 


: השרים החוסים בצל הכסף (האסארים האכויסים בעצייל האקעסעף) -- הארן, װעלכע באשיצן זיך אוני 
טערן שאָטן פון געלט. א מעליצעיאויסדרוק, װאָס באטײַט: רײַכע מענטשן. 


** ייִצכאָק ערטער (1792--1851) -- טאלאנטפולער סאטיריקער פון האסקאַלע-פּעריִאַד אין גאליציע. אין 
זײַנע סאטירעס (דער גרעסטער טייל זײערער אין צונויפגעקליבן אין זאמלבוך ,הצופה לבית ישראל" -- 
האצויפע לעװיס ייִסראַעל -- דער באאָבאכטער פון הויז פון ייִסראַעל -- א מעליצע-אויסדרוק, װאָס באטײַט 


פון ייִדישן לעבן) האָט ער שארף קריטיקירט די ראבאָנים, כסידישע ,צאזיקים", די אַפגעשטאנענקײַט פון דער 
יִדישער מאסע אין זײַן צײַט. 


130 


ייִצכאָק-אװראַם נעמט טרײַ איבער וארגע-ס טוירץ, ער פאָרט איבער קיין גלופסק און איז אליין געװאָרן 
אא ווארגער"י. דער פארװאָגלטער יאָסעם איז געװאָרן ייִצכאָקיאװראַם טאקיף, פאר װעלכן אלע האַבן געהאט 
גרויס דערעכערעץ. ער איז רײַך געװאָרן פון רוב און גזילע. ,איך האָב, -- איז ער זיך מױידע אין זײַן 
צאװאַע, -- געריסן בא אַרעמעלײַט, בא אלמאַנעס און יעסוימים: אז אן אָרעמאן האָט פאר מיר געװיינט, גץ- 
גאָסן ריקעס טרערן, האָב איך אים אזוי געהערט, װי דעם קאָטער". אף דער עלטער האַט ער אָבער כאראָטע. אין 
אים דערואכט דאָס געװיסן און ער װערט א באלטשוװע. אין זײַן װידע איז ער זיך מיסװאדע אף אלע זײַנץ 
כאטאַיִם און דעקט אוף די אלע אומרעכטן, װאָס ער און נאָך אזוינע גװירים און טאקיפים, װי ער, טוען אָפ 
אין די ייִדישע קעהילעס. 

בא זײַן גאנצער סכעמאטישקײַט איז דאָס ,קליין מענטשעלש* אין פארגלײַך מיט ,,למדו היטב"* א באדײַטנ- 


דער פּאָרשריט. אפן אָרט פון דראָשעס װעגן מילאונג װעגן קאמף קעגן אָבערגלויבן און פינצטערניש מאכט אברא- 


מאָװיטש שוין דאָס מאָל א פּרוּוו צו געבן א רעאליסטיש בילד פון דעם טריעריקן עקאַנאָמישן ייִדישן לעב 


פון די סאָציָאלע אומגערעכטיקײַטן, װאָס קומען פאָר אין די ייִדישע קעהילעס. מיר האָבן שוין ערטערװײַז 
אָנצוהערענישן אף דעם צוקינפטיקן קינסטלער מענדעלע, װי, אשטײגער, אין דער סצענע, װוּ גוטמאן פרעגט 
דאָס יאָסעמל, װי ער הייסט, און יענער ענטפערט ,איך װייס ניט". ,סטײַטש, דו װייסט ניט, װי דו הײיסט?" -- 
ע פלעגט מיך רופן ייִצכאַקיאװראָם, דער טאלמעד-טוירע-מעלאמעד -- איצע:אוורעמעלע, דער שנײַדער -- 
מאמזערוק איציק-אוורעמל, און נאָך א באלמעלאָכע, בעשאס ער פלעגט מיר צוּװינטשעװען, אז איך האָב גע- 
טראָגן די פאָמויניצע, האָט מיך גערופן איציניו-אװראָמעניו, דער כאזן -- אבראמקע, הײַנט װי זאָל איך װיסן 


,די מאממ 


װי איך הייס?"5, 
דער מאסקיל און דער באלימוסער האָט נאָך אָבעֶר אויך איצט די אויבערהאנט. אינעם נאָמען פון דעם 
טשוווע ייִצכאָק:אװראָם טאקיף טרעט דער מעכאבער ארויס מיט דער סענטענץ: ,לאָז די גאנצע װעלט װיסן, 
אז מיט רײַכקײַט איז מען ניט גליקלעך, גליקלעך איז מען נאָר מיט א גוט הארץ און מיט מײַסים-טויװים"?. 
דער לאקרי זיווטקר מאסקיל גוטמאן איז געשילדערט אין דעם סכעמאטישן, בלוט-אָרעמען שאבלאָן, לויט װעלכן 
אין אייכלסי* , רעב הענעך" געשילדערט די פּאָזיטיװע פיגורן. דער העלד פון דער דערציילונג לאָזט 
דעם גרעסטן טייל פון זײַן פארמעג אף אױלאָמעס און אלס אפּעטראָפּסים איבער דעם געלט באשטימט 
ייִצכאָק:אװראָם טאקיף אין זײַן צאװאָץ דעם מאסקיל גוטמאן און דעם ראָװ. פון דעם אוילאָמעס:געלט זאָלן זײ, 
ריישיס, פארבעסערן די היגע טאלמעד-טוירע. װיאזוי פארבעסערן? , דאָס װעט איר אליין װיסן, און הער גוטמאן 
איז דרינען א זנאטאָק. דער איקער, אז מע זאָל דאָרטן ניט הארגענען, שלאָגן די אָרעמע קינדער. צװײיטנס, זאַל 
מען מאכן א שול פאר באלמעלאַכעס, קעדיי די לערןיינגלעך זאָלן, נעבעך, ניט דארפן טראָגן פּאָמױניצעס. א 
ראכמאַנעס, כ'לעבן, פיל יעסוימים לערן-ײיַנגלעך בלײַבן, נעבעך, דורך דעם קאליקעס אָן א גאנץ ביינדל... פאר- 
װאָס זאָל מען, נעבעך, נישט עפעס טראכטן פאר אזעלכע אומגליקלעכע קינדערלעך.. איך װײס, איר בײידע זײַט 
טײַערע לײַט, טאקע גרויסע מענטשן"ז. מיסטאם װצט איר װיסן, װאָס צו טאָן, און איר זאָלט ניט דארפן קיינעם 
עבן רעכענונגי 
דער מאסקיל אבראמאָװיטש איז זיכער, אז די צװײי ,טײַערע לײַט", װאָס האָבן ,ליב אלץ מענטשן", װעלן 
אלץ מעסאקן זײַן און באזײַטיקן די סאָציָאלע אומגערעכטיקײַטן. ער האָט אַבער באלד געהאט די געלעגנהײַט 
זיך צו איבערציגן אז ער האָט געלעבט אין א טאַעס און אז די גלופּסקער גװירים און קלאל-טוער זײַנען קלאל 
ניט ניספאָעל געװאָרן פון ייִצכאָק-אװראָם טאקיפס װידע. אין זײַן בראַשור ,,בואו חשבון***י, װאָס האָט דערשינען 
אין א אאָר ארום נאָך דעם ,קליינעם מענטשעלע", דערציילט אבראמאָװיטש, אז אויסער דער קרעדיט-כעװרע 
, מאסקיל על דאָל* איז דורך זײַן איניציאטיוו געגרינדעט געװאָרן אין בערדיטשעוו (גלופסק) א ייִדישע מוסטער- 
שול (בית חנוח חדש לנערי בני ישראל)!*יי. די אָרטאַדאָקסן און רעדלפירער האָבן געמאכט א גרויס גװאלד, זײ 
האָבן געשריגן, אז דאָס װיל עס אבראמאַװיטש מעואטל זײַן די טאלמעד-טוירע, ער װיל מאכן א טעל פון דער 
שטאָט, און זײַן מיין אין צו עפענען א גימנאזיע, ראכמאַנע-ליצלאָן?:. זײַן גאנצע האָפענונג בלײַבט די הילף 
און שטיצע פון דער ,גנעדיגער רעגירונג, װאָס שטרעבט מיט אלע קרעפטן א ליבע און גערעכטיקײַט 
אין לעבן פון לאנד". ,מיר זײַנען זיכער, -- שרײַבט אבראמאָװיטש, -- אז זי (די רעגירונג) װעט ניט דער- 
לאָזן, די אכזאָריעסדיקע מורדי אור""יי* זאָלן באקומען די אויבערהאנט איבער די אָרנטלעכע מענטשן, װאָס 


פאַדערן מיטן גאנצן הארצן דאָס עמעסע גליק פון פאָלק":1, 


* למדו היטב (לימדו הייטייװ) -- לערנט גוט. אזוי האָט געהייסן אבראמאַװיטשעס א קליין װערק, װאָס 
איז ארויס אין יאָר 1863 און אין געװידמעט דער פראַבלעם פון באציונגען צװישן אָפּגעשטאנענע עלטערן און 
פאַרגעשריטענע קינדער. שפעטער, אין יאָר 1868, אין דאָס דאָזיקע װערק אײַנגעשלאָסן געװאָרן אין העברעיִשן 
ראַמאן ;האבות והבנים" (האַאָװױס װעהאבאַנים -- טאטעם און קינדער). 

*" ייִצכאַקיאװראָם אײכעל (1758--1804) -- איינער פון די פיאַנערן פון האסקאַלע אין דײַטשלאנד. אויסער 
א ר ביכער און ארטיקלען אין זײַטש און העברעיִש, האַט ער אָפּגעדרוקט אין ייִדיש א סאטירישע פיעסע אינ. 
?רעב הענעך אָדער װאָס טוט מען דערמיט". 

*** בואו חשבון (בויוּ כעזשבן) -- קומט זיך אויסרעכענען. 


'*'* בייס כינוך כאַדאַש לענאאריי בניי ייִסראַעל. 
*"'?* מורדי אור (מוירדײי אױר) -- קעגנער פון ליכט. אזוי האָבן די מאסקילים אָנגערופן זײערע קעגגערי 


11 


די דאָזיקע זיכערקײַט שטאמט אָבער ניט בלוין פון דעם האסקאָלישן ,אני מאמין"", װעגן װעלכן מי 
האָבן שוין גערעדט אין פאָריקן באנד, -- זי האָט זיך אויך געשטיצט אף רעאלע לעבנס-פאקטן. אבראמאָװויטשעס 
עקאַנאָמישע לאגע איז אין די זעכציקער יאָרן געװען א גאנץ קריטישע. ,סאיז געקומען די צײַט, -- שרײַבט 
ער אין זײַן בריוו פון 2 אװגוסט 1864 צו זײַן פרײַנט בינשטאָקן, -- װען איך מוז עטװאָס טוען פאר מײַן 
הויזגעזינד און איך װייס ניט װאָס צו אונטערנעמען. ביז איצט בין איך געװען אינגאנצן פארטאָן אין ליבע 
צו אונדזער הײיליקער שפּראך... פארגעסנדיק, אז איך האָב א װײַב מיט קינדער. איך האָב געהאלטן אין אײין 
טראכטן װעגן דעם נוצן פון מײַן פאָלק, און איך האָב פארגעסן צו זאָרגן װעגן מײַנע קליינע קינדער"פו. ,,הײַנט 
פארלאָז איך מײַן היים, -- שרײַבט אבראמאָװיטש אין אן אנדער בריװ, -- און װאָגל אװעק קין אָדעס, און 
פון דאַרטן װעל איך װאנדערן װײַטער, קעדיי מעקײַעם זײַן דאָס, װאָס עס איז געזאָגט געװאָרן אף : 
שרײַבער, אז פאר זי איז אף דער װעלט קיין מענוכע ניטאָײצג, 
דאָס פלעג עס אבראמאָװיטש ארומפאָרן פארקויפן זײַנע כיבורים, און ניט זעלטן פלעג ער 
די הױצאָעס, און איינער פון זײַנע בערדיטשעװער פרײַנט האָט אפילע געהאלטן פאר 
צוּװײַון אין דער פרעסע אף זײַן קריטישער עקאַנאָמישער לאגע און איז זיך דאבײַ מיסראעם'י, 
קומט אים ניט צוהילף?ז. צוהילף איז אָבער אבראמאָװיטשן געקומען בלויז די רוסישע רעגירונג: 
פּגעקויפט א געװיסן סכום עקזעמפּליארן פון זײַן ערשטן באנד ,תולדות חטבע"יי** און אים בא 
פאר 500 רובלפו. ,עזרי הוא רק מעם הממשלה הנדיבה''י* (מײַן הילף קאָן קומען נאָר פון דער 
רעגירונג), -- שרײַבט אבראמאָװיטש אין 1864 צו זײַן פרײַנט בינשטאַקיג. -- איך פארהאָף, אז זי װעט מי 
גנעדיק געבן א װאָסערע-ניט-איז שטי: 

אזוי זעען מיר אויך בא אבראמאָװיטשן, װי פריַער בא לעװינזאָנען און אנדערע מאסקילים, די זעלבע סי" 
ן שאפן בא זײי די איליוזיע, אז די צארישע רעגירונג איז עס די 
רערפאר אָבער האָט זיך אבראמאָװיטש זייער גיך באפרײַט פון די איליוזיעס זײַנע 

שעלע". אין דעם זעלבן אאָר, ס'איז ד;/ 

ט פארעפנטלעכט א נײַע דערציילוג 

א שוין אין דעם ארײַנפיר דערציילט מענדעלע װעגן דעם קלאָגעדיקן סאָף פון קיאוראָם 
צאװאָע. דער מאסקי? גוטמאן, װאָס האָט געזאָלט מיטן ראַװ צוזאמען אײַנפירן נײַע פאָראדקעס אין דער גלופס- 
קער טאלמעד-טוירע, האָט געמוזט באלד אװעק פון גלופסק. , בא ייָדן װילט איר מאכן פאָראדקעס, און נאָך 
בא די גלופסקער. כסידים איז ניט ר פארװאָס גוטמאן טראָגט ז ן אז צ 
דעם פּאָל אין טאלמעד-טוירע, אין זיי פינצטער געװאָרן אין די אויגן: 
אין טאלמעד-טוירע! סטײַטש, סטײַטש! מע זאָל אָפװאשן די בלאָטע, 
אַנגעמאכט... אזעלכס טוט טאקע נאַר א גוי, אַבער א ייָד, דער װאָס האָט א פינטעלט ייַד, 
זיך עס?* (דאָרטן, ז. 7). מענדעלע אלס קינסטלער מאכט אין דעם ערשטן װאריאנט פון זײַן ,װינשפינגערל 
א באדײַטנדן שריט פאָרויס. דאָס קאָלאָריטפולע בילד פון קאפצאנסק, װאָס װערט געגעבן, איז א קלאַרער אַנזאַג 
װעגן דעם צוקינפטיקן גרויסן מײַסטער; עס באמערקט זיך שוין גאנץ בוילעט דער זאָמען, װאָס פון אים אין 
מיט א פערטל יאָרהונדערט שפעטער אויסגעװואקסן די גרויסע עפאָפיי א דעם ייִדישן לעבן אין דער טקופע 
פון ניקאָלײַ דעם ערשטן. אין דעם דאָזיקן קליינעם ביכעלע, װאָס איז אָפּגעדרוקט אין דער געװיינלעכער פאָרם 
פון די אלטמאָדישע פאָלקסמײַסעס, באמערקט זיך שוין אויך גאנץ שארף נאָך א שטריך, װאָס איז אזוי כאראקטע- 
ריסטיש פאר דעם שפעטערן -- רײַפערן מענדעלע. מענדעלע איז דער פולער קעגנזאץ פון ראָמאנטיזם. עֶר גייט 
הארב בא דער ערד, ער קאָן שילדערן בלויז דאָס, װאָס ער זעט בעכוש, טאפט אַן מיט דער האנט:; מענדעלצ 
קאָן נישט ,אויסטראכטן", זײַן פאנטאזיע איז אָן פליגל, זײַן ,יש בכאן"ייי** איזן געװען בלויז די ר עא לע 
װעלט, דער שטייגער ארום. די ייִדישע רעאלע װעלט איז אָבער אין יענע צײַטן געװען פול און פול מיט פאנ- 
טאסטיק; דער ייָד האָט דאָך געלעבט אין א װעלט פון כאלוימעס, פון לאנג פארגאנגענע באגריפן און געשטאלטן. 
דאָס אויסערגעוויינלעכע און עקזאָטישע, װוּנדערבארע, אלץ, װאָס עס איז כוץ לעדערעך האטעװעיי*, האָט אין 
דעם אלטפרענקישן ועלטבאנעם פון די קאפצאנסקער ייִדן אָנגענומען די רעאלסטע, קאַנקרעטסטע פאָרמען. און 
שוין אין דעם ערשטן װאריאנט פונם אװוינשפינגערל" זעען מיר, װי דער רעאליסט מענדעלע פּרוּװט אף זײַן 
אויסטערלישן אויפן שילדערן אָט די פאנטאסטישע װעלט. דער שיקעריטאנץ פון די װוּנדערבארע אָרכים, װאָס 
קומען אף פורים צוגאסט צו רעב שמעלקען, -- אָט דער פאנטאסטישער גראָטעסק װאקסט אויס בא מענדעצלען 
אין א קונסט-בילד פון א הויכער מאדרייגע. אין דעם הינזיכט האָט מענדעלע פיל ענלעכס מיטן בארימטן רוסישן 


* אני מאמין (אני מײַמין) -- איך גלייב. אזוי איז אַנגערופן די טפילע, אין װעלכער עס זײַנען איבערגע- 
געבן די רעליגיעזע גרונט-פרינציפן פון יודאיִזם; צונויפגעשטעלט דורכן באװוּסטן מיטלאלטערלעכן רעליגיעזן 
פילאָסאַף מוישע בען מײַמאַן (ראמבאם, 1135--1205). 

** מיסראעם (מתרעס) -- זאָגט ארויס אומצופריזנקײַט. 

*** תולדות הטבע (טוילדויס האטעװא) -- נאטורגעשיכטע. אזוי האַט געהײיסן אבראמאָװיטשעס בוך אין דרײַ 
בענדער, װאָס שטעלט מיט זיך פאַר אן איבערארבעטונג אין העברעיש פון בוך פונעם פּראַפּעסאַר לענץ (אין 
דײַטש). 
**י5 עזרי הו ראך מײיִם האמעמשאָלאָ האנדיװאָ. 
*י*י55 יש בכאן (יעש בעקאן) -- ס'איז דאַ פאראן (א טאלמוזישער אויסדזרוק). דאָ געמיינט: דער אַביעקט פון 
זײַן שילדערונג. 
****55 חוץ לדרך הטבע (כוץ לעדערעך האטעװע) -- ניט נאטירלעך. 


132 


רעאליסט גאָגאָל, ניט געקוקט דערוף, װאָס זייערע קינסטלערישע נאטורן אונטערשיידן זיך זייער שטארק איינע 


פון דער אנדערער. 


צוזאמען מיטן װוּקס פון קינסטלער זעען מיר אויך בא אים די ערשטע סימאָנים פון א געװיסער באפרייונג 
און דערװײַטערונג פון דעם מאסקילישן װעלטבאנעם. אינעם ,קליינעם מענטשעלע" איז דער מאסקיל גוטמאן 
מיט זײַן דײַטשמעריש אן אידעאלע פיגור. אינעם ,װינשפינגערל" דערלויבט זיך שוין מענדעלע גאנץ שארפץ 
קריטישע באמערקונגען בענעגייע די , דײַטשן". ער מאכט שוין כויזעק פון א גלופסקער ,דײַטשײ, װאָס װיל ניט 
ריידן קיין ייִדיש, בלאָזט אָן די פיסקעס און איז לוייאלייכעם אף דער ערד. דאָך האָט נאָך דער מאסקיל אברא- 
מאָװיטש די אויבערהאנט איבער דעם קינסטלער מענדעלע. דער מאסקיל פּרוּװט אײַנרײדן, אז די גאנצע מײַסץ, 
װאָס מענדעלע דערציילט װעגן קאפצאנסק מיט אירע אויסטערלישע פארשוינען, איז בלויז אן אויסרייד, ביכדיי 


קומען צום װיכטיקסטן 
אפטןפו. 


װאָס ער װ 
שטארק צו באקומען אלע זײנ; 


צום מוסעריהאסקל -- און דער מוסער'האסקל איז -- בילדונג, לערנען נאטור- 


פונעם , דײַטש" הירש ראטמאן שפּאָט עס מענדעלע אָפּ פון די נארישץ מײַסעס, װאָס װערן 

דערציילט װועגן װוּנדערבארע אװוינשפינגערלעך": 

פינגערל איז עפעס אנדערש, דאָס אין כאָכמע -- מיט כאָכמע קאָן דער מענטש דערגרייכן אלצדינג, 
: אָכמע, זי איז דאָס נאטירלעכסטע װינשפינגערל, װאָס מיט אים פילט זיך דער מענטש 

באדערפענישן אלפּי דערעך האטעװע... אין דעם סייפער האָב איך פאַרגענומען 


צו באשרייבן פראָסט, אין א גרינגער שפראך, די אלע כאָכמעס און ויסנשאפטן, װאָס דורך זיי קאָן איטלעכער 


ם , 


ט 
הייסט בא אונדז פרענומעראנטן, װעל איך דורך דעם א 


צו דעם עמעסן נאטירלעכן װינשפינגערל. לערנט זשע, ייִדן, װעט איר גליקלעך זײַן". און 
ם ,ווינשפינגערל", װאָס טראָגט דאָס מאָדנע קעפל , זשיד, דאװײַ ראָשי!" (ייִד, גיב געלט), 
גאנץ אָפן: , איך בין אויסן, מײַנע ליבע ייַדעלעך, אז איר זאָלט מיר שיקן געלט, דאָס 
ימשטאנד זײַן צו דרוקן די אלע נייטיקע כאַכמעס, װאָס 


שטייען געשריבן אין דעם דײַטשמערישן ביכל. איך פארזיכער אײַך, אז איר װעט דערפון מעשונע האנאָעץ האָבן. 
אין דײַטשלאנד האָבן שוין דאָס קימאט אלע ייִדן איבערגעלייענט, און מען זאָגט: זיי שטייען אף א שטיגער צו 
האַבן ווינשפינגערלעך, זיי האָבן שוין א סאך מער דערגרייכט, װי אונדזערע ייִדצלעך". 

מ 


1 זע פאַריקן באנד, צװײטער בוך, 27. 

? מער באאריכעס האָט אבראמאַװיטש װעגן דעם גע" 
שריבן איןזײַן בראַשור ,בואו חשבון* -- א דין"װעכעזשבן 
װעגן דער קרעזיט'כעװרע, דערשינען אין זשיטאָמיר, 
6, אאַנים. אויס דעם אינהאלט איז אָבער לײַכט צו 
מערקן, אז אבראמאַװיטש איז דער פארפאסער. 

5 צײַטשריפט?* /, צװייטע אָפטײלונג, 15--16. 

+ פון נומ. 45, 1864 ביז נומ. 6, 1865. ס'איז קעדײַ 
אַנצומערקן, אז נאָך דעם ,קלײינעם מענטשעלע* האָט אבי 
ראמאָװיטש יאַרנלאנג קיין שום אָנטײל ניט גענומען אין 
.קאַלימעוואסער". בלויז אין 1869 האָט אבראמאַװיטש 
צוזאמען מיט בינשטאַקן פארעפנטלעכט אין אקאַלימעװאי 
סער* (נומ. 46--47) א פּאַפולעריװיסנשאפטלעכן ארטיקל 
.דער פיש", װאָס איז געכאסמעט מיט די איניציִאלן 
א. ב. (אבראמאַװיטש, בינשטאַק). 

5 דער ערשטער װאריאנט קאַן בלויז באטראכט װערן 
אלס קאַנספעקט פון דעם װײַטערן, ראדיקאל איבערגעארי 
בעטן און שטארק פארגרעסערטן װאריאנט, װאָס אבראי 
מאָװיטש האָט פארעפנטלעכט אין 1879. 


* אונטער גוטמאנען פירט מענדעלע ארויס זײַן לערער 
און מאדריך אװראַם-בער גאַטלאַבערן. 

ז זע פאָריקן באנד, ערשטער בוך, פוו. 

5 ,קאַל-מעװואסער", 1864. 

? דאָרט, 1865, 98. 

16 װי אקסענפעלד אין זײַן {מאן און װײַב* און יעשוע 
נוטמאן אין זײַן ,די דרײַ שװעסטערקינדער", שילדערט 
אויך אבראמאַװיטש דעם ראָו אין די עכטסטע סימפאטישע 
פארבן, ס'איזן אינטערעסאנט, װאָס יעשוע גוטמאן און 
אבראמאַװיטש שטרײַכן בײדע אונטער קימאט אין אײנע 
און די זעלבע פראזן דעם ראָװס טאָלעראנץ צו די מאס- 


זענדעלע האָט אָבער באלד געמאכט װײַטערע שריט. 


קילים. בא גוטמאנען, ביים די פארפרומטע ריווקעיפייגע 
טײַנעט, אז דער יונגער יאַסעלע איז מיט א געגאַלטער 
באָרד, ענטפערט דער ראָװ: .דאָס איז א קלײניקײַט, די 
באָרד קאַן ער זיך לאָזן װאקסן". -- ,סטײַטש, ער גײט 
אָן א יארמלקע*. דערוף ענטפערט דער ראָװ: ,קײן ביין 
זאָל קײנמאָל ניט זײַ. זי יארמלקע קאָסט נאָר א פערצי- 
קער". בא אבראמאַװיטשן אין ,קליין מענטשעלע" זאָגט 
דער ראָװ װעגן מאסקיל גוטמאן: ,אבי ער איז אן ערלע- 
כער מאן, ארט מיך ניט זײַן געפוצטע באַרד. מען זאָגט: 
בעסער א ייד אָן א באָרד, װי א באַרד אַן א ייִדן". 

1 דאָרטן, ז. 8. 

2 ,צײַטשריפס", ע, בריו נום. 7. 

8 , צײַטשריפט* /, מענדעלעס בריװ, נומ. 3. 

4 ,המליץ", 1866, נומ. 26, ז. 403. 

16 ,צײַטשריפט", ש, מענדעלעס בריװ, נומ. 2. 

15 דאָרטן, בריװ 7, 

זג די דאטע איז ניט אַנגעװיזן. אין דעם ארײַנפיר (,די 
מײַסע איבער א מײַסע*) לײענען מיר אַבער: ,איך בין 
אױסן אײַך זאצו באשרײַבן דעם װוּנדער, װאָס ה'שית 
האָט מיר געטאָן פאראיאָרן זומער (תריכה) 1865*. מאש- 
מאָעס, די מײַסע גופע האָט ער געשריבן אין 1866. א 
באשטעטיקונג געפינען מיר אויך אין גאַטלאָבערס א בריװ 
פונעם 31 אַקטיאבער 1866 צו אבראמאַװיטשן, װוּ גאָט- 
לאָבער פרעגט, פארװאָס ער האָט נאָך ניט באקומען דעם 
פארשפראַכענעם עקזעמפליאר פון זײַן נײַער דערציילונג 
,װינשפינגערלעך". -- .דאַס װינשפינגערל* איז שוין ניט 
ערשינען אנאָנים, נאָר אונטער דער אנאגהאם איש (ראָ- 
שעטײיװעס פון שאָלעםיאנקעװ אבראמאַװיטש) און עס 
װערט דערבײַ אָנגעװיזן, אז זאָס אין דער מעכאבער פון 
דעם ,קליינעם מענטשעלע". 

58 , װינשפינגערל", 1866. 


הירש בלאַשטײן 


אייניקע באמערקונגען ועגן אונדזער דיכטונג 


דער אװטאַר שטעלט זיך ניט אין דעם ארטיקל קין 
ציל צו געבן אן אנאליז פון דער ייִדישער סאָװעטישער 
דיכטונג. ער גלײיבט, אז בא אונדזערע ליטעראטור-פאַר- 
שער און ליטעראטור-קריטיקער גייט שוין געװיס אן איני 
טענסיווע ארבעט איבער אן אלזײַטיקער און װיסנשאפט- 
לעך-באגרינדעטער אָפשאצונג פון אונדזער האלביאָרהונ- 
דערטיקער ייִדישער סאָװעטישער פּאָעזיע. אזא ארבעט 
איז באזונדערס נײיטיק איצט, ערע דעם גרויסן היס. 
טאָרישן יאָמטעװו -- פופציק יאָר אָקטיאבער:רעװאַלי- 
ציע, װען אלע פעלקער פון סאָועטנפארבאנד, און בעסויי 
כאָם אויך די ייִדן, פארסאכאקלען זײיערע דערגרייכונגען 
אין דער פאָלקסװוירטשאפט, ויסנשאפט, קולטור, ליטע- 
ראטור און קונסט. 

דאָ װיל איך נאָר טיילן זיך מיט אייניקע באמערקונגצן, 
ועלכע זײַנען אופגעקומען בא מיר אין פּראָצעס פון 
מײַן אייגענער ארבעט איבער דער ליד, אויך באם לײיע- 
נען אונדזער רײַכע דיכטונג און די, צום באדויערן, ניט 
פילצאָליקע ארטיקלען װעגן איר אין ,סאָװעטיש היימ- 
לאנד". 

קױדעמקאָל לאָמיר פעסטשטעלן, אז די ייִדישע סאָװץ- 
טישע דיכטונג איז געשאפן געװאָרן ניט אף קיין ליידיק 
אָרט. זי איז געקומען אלס פאַרזעצערן פון באשטימטץ 
טראדיציעס, װעלכע עס האָבן איר איבערגעלאָזט בעיערו- 
שע די גרונטלייגער פון דער ייִדישער פּראָלעטארישער 


רעװאַליציָאַנערער פּאַעזיע ‏ -- מאָריס װינטשעוסקי, 
מאָריס ראָזענפעלד, דאָװיד עדעלשטאט, יויסעף באָװ- 


שאַװער און די גאנצע פילצאָליקע טאלאנטירטע פלעיאדע 
דיכטער, װעלכע איז געקומען אין אײן צײַט מיט זײ 
אָדער א ביסל שפעטער. און געװען זײַנען דאָס גרויסע, 
באגײַסטערנדיקע טראדיציעס: הומאניזם, אינטערנאציאָד 
נאליזם, קאמף קעגן אומגערעכטיקײַט, עקספלואטאציע, 
שקלאפעריײי, ראסיזם, קאמף פאר א נײַער יוישערדיקער 
און גערעכטער געזעלשאפט. אין שװערע צײַטן אין די 
ייִדישע פּראַלעטאריש-רעװאַליוצ;אָנערע דיכטונג געשאפן 
געװאָרן, אָבער איר גרונט-שטריך איז געװען דער מונ- 
טערנדיקער, קעמפערישער, קריגערישער טאָן, דער אָפּי 
טימיזם פונעם אופגעואכטן קלאס, װאָס איז דאן נאָך 
געשטאנען אין פאראקשנטע, פארביטערטע שלאכטן, 
אָבער װעמעס זיג איז געװען פאָרויסבאשטימט דורך 
דער געשיכטע, -- אף זײַנע רויטע שלאכט-פאַנען זײַנען 
שוין געװען די נעמען פון מארקס און ענגעלס. אין די 
דונערן פון דער עפּאָכע האָט זיך שוין געפילט דער פרי- 
לינגדיקער בראַכעפולער אָנקומענדיקער רעגן, װאָס װעט 
באפרוכפערן אונדזער ערד פארן זיג פון פרײַהײַט, גלײַכ- 
הײַט, גערעכטיקײַט, יוישער און בעמיילע -- גליק. דאָס 
איז געװען דער ערעװ פון דעם גרויסן פרילינג-געװיטער 
פונעם אָקטיאבער! 


134 


די ייִדישע סאָװעטישע דיכטונג האָט דורך אירע בעסטע 
פאָרשטייער און גרונטלייגער -- אָשער שווארצמאן, דאָי 
װיד האָפשטײן, לייב קװיטקאָ, פערעץ מארקיש, שמועל 
האלקין, איציק פעפער, איזי כאריק, זעליק אקסעלראָד, 
מוישע קולבאק, עזראָ פיניגבערג, שמועל ראָסין, ארן 
קושניראָו, מוישע כאשטשעוואצקי און פיל אנדערע -- 
פאָרגעזעצט די דאָזיקע טראדיציעס, פארטיפערט און 
באנײַט זיי. די אַקטיאבער-רעװאָליוציע האָט גואלדיק אויס- 
געברייטערט די טעמאטיק פון דער דיכטונג, פארטיפט 
איר װעלט-באנעם, געהאָלפן באזיניקן די מארקסיסטיש- 
קענינישע וויסנשאפטלעכע װעלט-אָנשױונג. 

אינטעלעקטואליזם, 
דער װעלט און פון דעם מענטשנס אָרנ 
דער ערד, געזעלש : 
לעמען פון מענטש און נאטור, די אזויגערופענע ,אייבי- 
קע פּראָבלעמען* (לעבן, טויט, אײביקײַט, ליבע, פרײַנט- 
שאפט, געװיסן, מאָראל), -- דאָס אלץ האָט שוין מיט 
הונדערט יאָר צוריק און מער באשעפטיקט די ייִדישץ 
דיכטער פונעם האסקאָלע-פעריאַָד, ‏ פאר װעמען דער 
הויפּט:ציל איז געװען קולטור און בילדונג. אָבער בא 
די דיכטער פון יענעם פּעריאָד האָט, װי א קלאל, גצַי 
פעלט דער צװײיטער גרונט-עלעמענט פון פּאָעזיע: די 
עמאָציע. די מאסקילים זײַנען געװען מערסטנטייל דײ 
דאקטיש, דער ראציאָ ‏ (18110) האָט פארפליצט דאָס 
געפיל. זיי האָבן גערעדט דעריקער צום סיכל און א 
סאך װייניקער און שוואכער צום הארצן... 

דער אינטעלעקטואליזם האָט געהאט טיפצ װאָרצלען 
נאָך אין דער פאָלקסליד, װאָס האָט שוין פון לאנג זיך 
באשעפטיקט מיט דער פּראָבלעם פונעם מענטשנס זײַן 
אף דער ערד. דאָס איז געװען די ליד, װוּ עס האָט זיך, 
זאָל זײַן נאָך אין א פרימיטיווער פאָרם, גליקלעך איבער- 
געפלאָכטן דער אינטעלעקטואליזם, דער ראיען מיט דער 
עמאָציע (און בלוין אזוי דארף זײַן די עכטע דיכטונג, 
מוסטערן פון אזא פאָלקסליך קאַן מען ברענגען זײער 
א סאך. מיר װעלן זיך דאָ באנוגענען בלויז מיט איין 
בײַשפיל. אָט זײַנען א פאָר שורעס פון א פאָלקסליד, 
װאָס איז אונדז אלעמען באקאנט נאָך פון קינדװײַז אַן: 


אפן בארג, אונטערן בארג 
פליִען טויבן-פאָרן. 

נאַך קײן נאכעס ניט געהאט -- 
אװעק די יונגע יאַרן... 


בילדעריש עמאָציאָנעל און טיף-געדאנקלעך: די אאָרן 
פליִען אװעק, װי די טויבן, און דער מענטש נוצט זײ 
ניט אויס װי געהעריק: אז ער דערמאָנט שוין די יונגע 
יאַרן, אז ער רופט זיי צוריק, ענטפערן זי אים: 


נריןש יי יניע יט ינייט,. גע 
שוין ניטאַ צו װעמען.. 

האַט איר אונדז ניט באדארפט 
יונגערהײיט פארשעמען! 


מיר האָבן דאָ, ליידער, ניט קיין אָרט אף נאָכצופאָלגן 
דעם הויכן אינטעלעקטואליזם בא די שפּעטערדיקע דוי 
רעס ייִדישע רעװאָליציאַנערע און דעמאָקראטישע דיכי 
סער. װאָס װײַטער װערט די געדאנקלעכקײַט, די לעבנסי 
באזיגיקונג אין דער דיכטונג אלץ רײַכער און דערגרייכט 
גלײַכצײַטיק אלץ א טיפערע עמאַציע (אװראָם רײיזען 
יעהויאָש, א. לעסין, ה. לייװיק, מ.-ל. האלפערן און פיל- 
פיל אנדערע). 

די דאָזיקע טראדיציע -- אינטעלעקטואליזם פליוס עמאָי 
יע -- האָבן די ייִדישע סאָװעטישע דיכטער ניט בלויז 
פאָרגעזעצט, נאָר אויך אופגעהויבן אף א באדײַטנדיקער 
הייך. דאָס איז נעגײיע סײַ דעם עלטערן דאָר פון אונדי 
זערע דיכטער, װעלכער איז, צו אונדזער טיפן באדויערן, 
שוין קימאט אינגאנצן אװעק אין דער אײביקײַט, סײַ 
אונדזערע הײַנטיקע אקטיוו-שאפנדיקע פּאָעטן, װי הירש 
אַטעראָװיטש, אװראַם גאָנטאר, מאַטל גרוביאן, שיקע 
דריז, ארן װערגעליס, מוישע טײיף, זיאמע טעלעסין 
שלוימע רויטמאן, יאנקעוו שטערנבערג און פיליפיל אנ" 
דערע. מע דארף זאָגן, אז בעדערעך-קלאל פארנעמט בא 
הײַנטיקן טאָג אין אונדזער דיכטונג דאָס הױיפטאָרט 
ניט די באשרײַבערישע און שטיגערישע ליד, נאָר די 
אינטעלעקטועלע, עמאָציאָנעלע, װעלכע רעדט גלײַכצײַי 
סיק צום הארצן און צום מויעך. קעדיי צו איבערצײַגן 
זיך דערין, אין גענוג אפילע אויבנופיק דורכבלעטערן 
אונדזערע ,האָריזאָנטן" און דעם קאָמפלעקט ,סאָװעטיש 
היימלאנדיי פאר פינף יאָר. 

אן אנדער פראגע איז װעגן די באזונדערע איגנ- 
שאפטן פון דעם אָדער יענעם דיכטער, װעגן זײַן 
קינסטלערישער מײַסטערשאפט, װעגן דעם אויפן, װי ער 
שטעלט און לײזט די פּראָבלעמען אין דער דיכטונג; 
אָבער דאָס אין שוין די אופגאבע פונעם ליטעראטורי 
פאָרשער און ליטעראטור-קריטיקער. 


דער האלבער יאָרהונדערט סאָװעטנמאכט, באזונדערס 
די לעצטע פינף און צואנציק יאָר, האָט שטארק אויס- 
געברייטערט די טעמאטיק פון דער סאָװעטישער ליטץי 
ראטור ביכלאל און פון איר דיכטונג ביפראט. די ייִדישע 
סאָוװועטישע דיכטונג אין אין דצָם פראט ניט אָפּגעשטא- 
נען, לויט מײַן מיינונג, פון אלע אנדערע נאציאָנאלע 
דיכטער-מאכנעס פון אונדזער לאנד. די דיכטונג, װאָס 
רופט זיך געוויינלעך די ערשטע אָפּ אף אלע נײַע געפילן 
אין איבערלעבונגען פונעם מענטשן, האָט באדײַטנדיק 
בארײַכערט איר טעמאטיק. דער אויסערגעװיינלעכער 
הויך אָנגעגליטער פּאטריאָטיזם, העראָיָזם פונעם סאָװע- 
טישן מענטשן, װעלכער האָט זיך אופגעהויבן צו פאר- 
טיידיקן זײַן היימלאנד און זײַנע סאָציאליסטישע דעראָ- 
בערונגען, און די מענטשהײַט ביכלאל, קעגן דעם װילך- 
געװאָרעגעם פאשיסטישן סוינע, דער היסטאָרישער זיג 
פונעם סאָװעטישן פאָלק און אנדערע גרויסע היסטאָר- 
שע געשעענישן האָבן שטארק אויסגעברייטערט די גאמע 
פון אונדזער טעמאטיק, 

ס'זײַנען אָבער פאראן זייער װיכטיקע, לויט מײַן מיי- 
גונג, טעמעס, װאָס זײַנען פון אונדז, ייִדישע דיכטער, 
שטארק באאוולט געװאָרן, אזא אין די טעמע פון דער 


עוואקואציע פון דער ייִדישער באפעלקערונג אין טיפן 
הינטערלאנד אין די ערשטע, אין די שװערסטע כאדאָשים 
פון דער פאָטערלענדישער מילכאָמע, דאָס לעבן פון 
די עוואקויירטע אין די נײַץ צײַטװײַליקע היימען זײערע 
(ועלכע זײַנען פאר א טייל געװאָרן נאָכדעם שטענדיקץ 
היימען). 
די צװייטע טעמע, װעלכע די ייִדישע סאָװעטישע 

דיכטונג האָט באאװולט, איזן די גרויסשטאָט-טעמע. 

יאָ, עפעס האָבן מיר. מארקישעס לידער װעגן מאָס- 
קווע. גאָנטארס אף דער זעלבער טעמע. שטערנבערגס 
,מאָסקװער סויטע". טאלאלאיעווסקיס לידער װעגן קיִעװ. 
עפשער נאָך עטלעכע, װעלכע מע קאָן איבערציילן אף 
די פינגער פון ביידע הענט. אַבער אפילע שוין אין די 
געגעבענע לידער זײַנען מיר, די דיכטער, באזינגענדיק 
די גרויסע שטאָט, אליין ניט אלעמאָל גרױסשטאָטיש. 

אפילע אזא באדײַטנדיקער און טיף-אינטעלעקטועלער 
דיכטער, װי יאנקעװ שטערנבערג, דער אװטאָר פון 
,שטאָט אין פּראָפיל", געבנדיק מאָסקװע אין זײַן ,מאָס- 
קוער סויַטע" (,האָריזאָנטן", ז. 501--505), קומט אָן צו" 
מאָל צו דאָרפישע פארגלײַכן (די גאָרקגאס -- װי אן 
ארבוז אאוו. און װידער -- די בענקשאפט ;נאָכן גערוך 
פון פעלד, פּאַלין און טאָרף..."). 

דאָס זעלבע (װעגן דעם קליינעם שטעטל, װאָס גײט 
נאָך אונדזערע זיכטער באם שרײַבן װעגן גרויסע 
טעמעס) קאָן מען אויך זאָגן װען מיר נעמען גאָר 
א ריזיקץע טעמע פון אונדזערע װיסנשאפטלעכע 
דערגרייכונגען,. צום בײשפּיל, ארן װערגעליסעס ליד 
,אייגנסיי (פון דער ,קאָסמישער פּאָעמע", ,האָריזאָנטן", 
ז. 237--239). א שיינע ליך, אָבער דער הײַנטצײַטיקער 
דיכטער גיט, עמעס איראָניש, די קאָסמאָס'באהערשונג 
דורך דער געדאנקעןפריזמע פונעם.. טאטן און זיידף. 
מיר דוכט, אז יעדע גרויסץ נײַע טעמע פאָדערט אויך 
נײַץ בילדער, נײַע לעקסיק אפילע, אנטשפּרעכנדיקע צו 
דער נײַקײַט פון דער טעמע. דאָס װאָרט, דאָס בילד איז 
דאָך אונדזער געצײַג באם שאפן דאָס װערק. און יעדער 
נײַער פּראָדוציר-פּראָצעס פאָדערט דאָך נײַ געצײַג, נײַע 
טעכנישע באװאָפענונג... 

און אז מיר ריידן שוין װעגן דעם, װאָס אונדו פעלט, 
לאָמיר זאָגן א פּאָר װערטער אויך װעגן א גאנצן זשא" 
גער, װאַס אונדזער ייִדישע סאָװועטישע דיכטונג האָט אין 
די לעצטע עטלעכע יאָר קימאט זיך ניט צוגערירט צו 
אים, -- די סאטירע. דער זשאנער, װאָס טוט א גרויסע 
פאָזיטיװע ארבעט מיט זײַן אופדעקן און פאסעװען די 
געגאטיווע דערשײַגונגען, װעלכע באװײַזן זיך דאָ און 
דאָרט. מיט דעם זשאנער האָבן זיך ברייט באנוצט מאיא" 
קאָווסקי און דעמיאן בעדני און פיל אנדערע רוסישע 
דיכטער. דער זשאנער האָט אויך א רײַכע טראדיציע 
אין דער ייִדישער פּראָלעטארישער רעװאָליװציאָנערער 
דיכטונג פון מאָריס װינטשעװסקי, מאָריס ראָזענפעלר 
אא. אין אונדזער סאָװעטישער פּאָעזיץ האָט זי מיט 
דערפאָלג פאָרגעזעצט איציק פעפער. די סאטירע האָט 
ביז איצט ניט פארלוירן איר װערט. עס זײַנען נאָך פאראן 
ניט אױיסגעװאָרצלטע נימעסע און שעדלעכע איערושע"- 
רעשטן אינעם באװוּסטזײַן פון אונדזערע מענטשן. זייער 
אקטועל איז דער קאמף מיט דער פרעמדער פּײַנטלעכער 
אידעאָלאָגישער באוירקונג. די גרויסע רוסישע ליטע" 
ראטור, סײַ די פּראָזע, סײַ די פּאָעזיע, גיט אָפּ דער סאר 
טירע א בעקאָװעדיק אָרט. א ריי דיקע זשורנאלן האָבן 
א שטענדיקן סאטירישן אָפּטײל, 


159 


אגעװ, אזעלכע נעגאטיװע שטריכן און אייגנשאפטן, 
אזעלכע טעמעס, װי ביוראָקראטיזם, גלײַכגילט, קאריע- 
ריזם, צװיִעס, עגאָיָום, נאציאָנאליזם, שאָװיניזם, געלט- 
גיריקײַט און אנדערע אזעלכע יו מײַלעס, האָבן 
פארן דיכטער ניט נאָר אן אקטועלן אינטערעס. 
הערן אין א גרויסער מאָס אויך צו די ,אביקע פראָב- 
לעמען". וויפל צאָרעס און אומגליקן האַבן זי געבראכט 
דער מענטשהײַט אינעם גאנצן לויף פון דער געשיכטע! 

די סאטירע איז אלע מאָל געװען און פארבלײַבט ביז 
איצט א וויכטיקער און דאנקבארער זשאנער! 


זי גֹטָ- 


די לעצטע באמערקונגען מײַנע האָב איך אָנגעשריבן 
אף די הייסע שפּורן פון א שמועס מיט איינעם א בא- 
קאנטן נאָכן איבערבלעטערן צוזאמען מיט אים אײניקץ 
נומערן ,סאָװעטיש היימלאנד" און די ,האָריזאָנטן. 

מײַן באקאנטער איז א מענטש אין די מיטעלע אאָרן, 
אן אינזשעניער מיט א בריטער קולטור. ער פארשטייט 
און האָט ליב קונסט, שפּילט ניט שלעכט פידל און אימ- 
פּראָװיזירט אליין מעלאָדיעס. 

ער האָט מיר אויסגעלײגט א ר טײַנעס, באזונדערס 
בענעגייע דער פאָרם און טעכניק פון א טײל לידער, 
און איך בין מאסקים מיט אים. 


-- איך בין א ביסל מוזיקאליש, -- האָט ער באשיידן מיר 
געזאָגט, -- איך האָב ליב פאָעזיע. מוזיקאלישקײַט איז 


אָלז 
דאָך איינער פון אירע גרונט-עלעמענטן: ריטם, אינטאַ- 
נאציע, גראם. איך בין עשר יגן אף פושקינען, לערמאָנ- 
טאָװן, נעקראסאַװן, בונינען, בלאָקן, בריוסאָװן, יעסץ- 
נינען. איך בין געװוינט צום סלאװישן קלאסישן פערז, צו 
יי מוזיקאלישן ,לאדיי. דער גרעסטער טייל פאָעטישע 
װערק אין די נומערן, װאָס איר האָט מיר געגעבן, האלט 
אויס דעם דאָזיקן ,לאד" -- די פּאָעטיק, װאָס מיר האָבן 


נאָך געלערנט און פארייגנט אין די גאָר יונגע יאָרן. 
אָבער -- ניט אלע. דער ניגן װערט געבוירן א סאך 
פריער פון דער ליד, פונעם װאָרט, און באגלייט נאָכ- 


דעם דעם דיכטער אין פארלויף פון זײַן גאנצן שאפונגס- 
פּראַצעס, שוין באם שרײַבן די ליד. די ערשטע שורע, 
דער ערשטער פערז איז דעריבער פאר מיר, פארן לייע- 
נער, דער קאמערטאָן, װאָס פירט מיך ארײַן אין דער 
שטימונג, אין געמיט, אין דער װעלט פונעם דיכטער. עס 
װערט מיר צעטרענצלט, צעשטערט די דאָזיקע שטימונג, 
אויב איך דארף מאכן פּלוצעמדיקע איבערשפּרונגען פון 
איין ,לאד" צום אנדערן, פון יאמב צום כאָרײ, פון כאָרײ 
צום דאקטיל אָדצר אמפיבראכי און אזוי װײַטער. דער 
דיכטער האָט אין אזא פאל זײַן ציל ניט דערגרייכט: ער 
האָט מיר זײַן שטימונג ניט איבערגעגעבן, איך האָב בא 
אים ניט געפונען קיין אויסגעהאלטענעם ניגן. אָט לאָמיר 
נעמען, -- זאָגט מײַן באקאנטער, -- די ליד ,גאנצפרי" 
(,סאַװעטיש היימלאנד", נומ. 1, 1966) פונעם דיכטער 
מאָטל גרוביאן, איינער פון די, װעמען איר האָט מיר 
באזונדערס רעקאָמענדירט. א גוטער דיכטער, ניטאָ װאָס 
צו זאָגן, אָבער פּרוּווט לייענען אפן קאָל: 


די מענטשהײַט פון שלאַף די 
טרינקט פון גאָרטן, װאָס בליט, 
און דער גאָרטן ליבע-בריװ שרײַבט, 
דער װינט זילבער אין איער שיט. 


איגן רײַבט, 


א געמיש פון פארשידענער מעטריק, קימאט בלוין 
ריטמישע פּראָזץ. 
דעם לײענער שטערט דאָ אויך די ניט פינקטלעכע 


136 


אקצענטירונג. די װערטער, אָדער װערטער"גרופעס, װאָס 
דארפן װערן לויטן געדאנק אונטערגעשטראָכן, שטייען דאַ 
צוליבן גראם ניט אף זייער געהעריקן, אונטערשטרײַכנדיקן 
אָרט. דאָס װאָרט באם סאָף פערז (דער גראם) טיילט שטענדיק 
זיך אויס מיט דעם טראָפ, מיט דער אקצענטירונג, װאָס 
פאלט אף דעם. אין די אויבנגעבראכטע שורעס פאלט 
אָבער דער טראָפּ אפן , שרײַבט", ניט אפן איקער אין 
דער געגעבענער שורע -- ;ליבע-בריװ", אפן װאָרט 
,שיט" אָנשטאָט , זילבעריי (שיט אין אוער זילבער). 

אזעלכע שטערונגען טרעפן זיך אָפּט ניט נאָר אין 
גרוביאנס פערזנבוי. איך האָב דאָ געבראכט בלויז אײין 
מוסטער פון א סאך. 

אָדער נעמען מיר ביכלאל די פּראָבלעם גראם. 
ניט נאָר בא גרוביאנען. דער אװטאָר פון די 
שורעס האָט ליב דעם גראם ביכלאל. ער האלט, 
גראם צוימט די שורע, דעם פערז. דער גראם 
דעם דיכטער שפאָרעװדיקער און דערפאר טרע 
ארײַנצופאסן זײַן געדאנק אָדער בילד אינעם געגע 


252 
פערז. די גראמען זײַנען צומאָל די פעסטע הויכע ברעג 
1 


ווידער 
דאָזיקע 
אז דער 
טי 


ט 


=, 


: 
װאָס לאַזן ניט דעם דיכטונג-טײַך זיך צעגיסן און װערן 
פלאך אָדער ניט שטראָמיק. זיי צווינגען גראָבן אין דער 
טיף... איך בין ניט דאפקע פארן פינקטלעכן גראם. מיר 
געפעלט אויך דער האלבער אַדער אפילע גראם 
נאָך אַפט מער, איידער ד אָרי- 


גינעלער. לעמאָשל, די גראמען אין ז. טעלעסינס ,װערי 
טוש ינקץ -טײַכעלעײ (,,סאַװעטיש היימלאנד" נומ. 11 פון 


:)65 


אָט לויפסטו דורך א לאַנקעלע, 
א פריילעכער, א קלאָרינקער, 
װי קינמאָל װאַלסט ניט בלאָן 
דורך בלעטער פאראיאָריקע... 


כאָטש דאָ שטערט מיר עפעס שֹ 
קעגן דער אָנגענומענער גראמאטיק, -- עס איז דאָך דאָס 
טײַכעלע, דריטער מין, דארף דאָך זײַן ד 
א פריילעכס, א קלאָרינקס. 

מיר טרעפן זיך אָפט אָן אויך אף גאַר ניט געלונגענץ 
גראמען, אפילע בא אזא מײַסטער, װי יאנקעװ שטערנ- 
בערג. ער גראמט ,אליין -- מארך-ביין* (, האָריזאָנטן, 
ז. 495) --- דאָס איז ביכלאל קיין גראם ניט, װאָרעם אין 
דעם קאָמפאָזיט פאלט דער טראָפּ אפן ערשטן װאָרט 
(מארך). דער קאָמפאָזיט שאפט א כאָרײ, װאָס קאָן זיך 
בעשום-אויפן ניט גראמען מיט קיין יאמב. 

אָפּטמאָל רופט בא מיר ארויס א דערװידערונג דאָס 
בילד בא אייניקע דיכטער. עפשער בין איך ניט גערעכט, 
װען מיר דוכט זיך, או דאָס בילד דארף ביכלאל זײַן 
װאָס קאָנקרעטער פארן אויג, אויב עס דארף פארשטארקן 
דעם אײַנדרוק פון א קאָנקרעטן קעגנשטאנד, װאָס װערט 
דאָ מיט אן אנדערן פארגליכן, 

צום בײַשפּיל, בא מיר רופט ארויס ספייקעס א טייל 
פון דער בילדלעכקײַט אין די לידער פונעם יונגן דיכטער 
יויסעף געגערמאן (, סאָװעטיש היימלאנד", נומ. 8, 1966), 
װעמען כאװער א. װערגעליס האָט געגעבן א ,גליקלעכן 
װעג"י אין זײַן נאָכװאָרט. געגערמאן איז, לויט די פאָר 
ערשטע לידער זײַנע, אָן צווייפל א פיייִקער דיכטער (און 
דער רעדאקטאָר האָט אואדע געהאט פאר זיך ניט נאָר 
די פּאָר לידער). נאָר אָט פארגלײַכט ער פוסטע טעפ -- 
אזא זײיער קאָנקרעטן מאטעריעלן קעגנשטאנד -- מיט 
קלעפּ: ,פוסטע שוארצע קלעפ". עפשער אסאָציאטיו, 


לויטן געדאנק. אָבער קאָנקרעט? שװארצע קלעפ? קלעפ 
זײַנען -- פארן אויג -- גיכער בלוי, בלוטיק, און דער 
לײענער װיל דאָך זען באם פארגלײַך די ליניעס, די 
פארבן, װאָס זאָלן אנטשפּרעכן דעם קעגנשטאנד, װאָס 
האָט דעם פארגלײַך ארויסגערופן. אָבער װען דער דיב- 
טער פארגלײַכט נײַע, גרויסע, פעסטע הײַזער מיט טעָנ- 
צערנס: 

אײַנגעהילט אין שװארצן 

און אין װײַסן, 

װי טענצערנס 


אף בררייטע גאסן.. -- 


איז, ערשטנס, עפעס װייסן מיר ניט פון ,נײַע אויס- 
געבויטע הײַזער", װאָס זאָלן זײַן , אין שװארצן"; 
צװײטנס, טענצערנס זײַנען דאָך דער סימבאָל פון בא 
װעגלעכקײַט -- אן אייגנשאפט, װאָס אין שטארק ניט 
אַנעמבאר פאר הײַזער, ביפראט פאר פעסטע.. 

אויב איך בין גערעכט, דארף דער כאװער געגערמאן 
זיך פארטראכטן װעגן זײַן בילדערישקײַט. 

א פאָר װערטער װעגן באנוצן קלאסישע, זייער קאָמ" 
פליצירטע פאָרמען. ניט שטענדיק, ניט יעדן דיכטער גיט 
זיך אײַן אזעלכע פּאָרמען צו באהערשן. לאָמיר נעמען 
די פאָרם פון סאָנעט, װעלכע עס האָבן מיט אזא גלאנץ 
געשאפן פעטרארקא, שעקספיר, באלמאָנט, בריוסאַו, 


בונין, מארשאק (אין זײַנע שעקספּיר:איבערזעצונגען), 
און אין ייִדיש --- לייב נײַדוס, מאניילייב אא. א מוסטער 
פון אזא סאָנעט, א קלאסישן סײי לויט דער שטימונג, סײַ 
לויטן גראמען-געבוי, איז שלוימע רויטמאנס ,דער גאָל- 
דענער בוים" (,האָריזאָנטן", ז. 467). א מיספארשטיי- 
עניש, אין פראט פון פאָרם, איז דער טיטל ,סאָנעט", 
װאָס שטייט איבער דער גאנץ געװיינלעכער, לוט דער 
פאָרם, פירסטראָפיקער, 16-שורעדיקער ליד פון מענדל 
ליפשיץ (,סאַװעטיש היימלאנד" נומ. 3, פון 1965). דער 
סאָנעט, װי באװוּסט, קאָן האָבן בלוין 14 שורעס, און 
דאָס אויך מיט א ספעציפישן גראמעןאיבערפלעכט. 
עמעס, די פּאַעטיק װײיסט אויך פון דעם אזויגערופענעם 
סאָנעט דיאקאדא (איטאליעניש: א סאָנעט מיט א צוגאָב, 
בוכשטעבלעך: מיט אן עק), װאָס דערלויבט נאָך די 14 
שורעס און נאָך אן אָנגעמערקטן דורך פּינטעלעך איבע- 
רײַס צוצוגעבן נאָך א פּאָר שורעס. אַבער ניס דאָס אין 
דער פאל, װֹאָס בארעכטיקט דאָס קעפּל ,סאָנעט" איבער 
מ. ליפשיצעס ליד. 

איך װיל צום סאָף באטאָנען, אז די טײַנעס, װאָס איך 
האָב אין דעם ארטיקל ארויסגעשטעלט, זײַנען געװענדט 
ניט נאָר צו מײַנע קאָלעגן דיכטער, נאָר אויך צו מיר 
אליין. עפשער האָט מיך ביכלאל באװעגט אָנצושרײַבן 
דאָס ארטיקל מײַן אייגענער דיכטערישער געװיסן, װאָס 
איז װײַט ניט שאָװע-בעשאָװע מיט זיך אליין... 


, סאַוועטיש היימלאנדיי' באגעגנט זיך מיט די לייענעף 


אין קעשענעװ 


דאָס איז געװען אין א געװיינלעכן ארבעטסיטאָג. דער 
אוילעם האָט נאָרװאָס אראָפּגעצויגן פון זיך די ארבעטס- 
קליידער, אַנגעטאָן זיך אין יאָמטעװדיקע בעגאָדים און 

אװעק אף דער קיעװו'גאס, צום גרויסן זאל , זנאניע", װוּ 
עס דארף פאָרקומען די באגעגעניש מיטן זשורנאל ,סאָי 
װעטיש היימלאנד". 

עס גײען אלט און יונג. צענדליקער באקאנטע פענץ- 
מער. אט איז דער װעטעראן פון דער רעװאָליציאָנערער 
באוועגונג אין בעסאראביע בומע אויריק, דער העלד פון 
סאָוועטגפארבאנד שאבסע מאשקאוצאן, דער פאָרזיצער 
פונעם בוזשארער בארימטן קאַלװירט ,קאָטאָװסק" 
שאבסע רויף, װאָס איז ספּעציִצל געקומען קיין קעשענעו 
אפן אָװנט, דאָקטוירים, ארבעטער, לערער. 

דער זאל איז פולגעפאקט. צװישן אוילעם -- א סאך 
יונגע פענעמער. אין די ערשטע רייען זיצן די אַנטײלנע- 
מער פון דער ייִדישער מוזיקאליש-דראמאטישער סטודיע 
באם קעשענעװער ,יוגנט-הויז". 

דעם אַװנט עפנט דער דיכטער, לאורעאט פון דער האיאָי 
ריקער מאָלדאװישער מעלוכע-פרעמיע פאר ליטעראטור 
עמיליאן בוקאָװ. ער רעדט מיט טיפער אכטונג װעגן דער 
ייִדישער סאָװעטישער ליטעראטור און אירע שעפער. 

זײיערע נײַע װערק לייענען די ייִדישע און מאָלדאװישע 
שרײַבער יעכיִעל שרײַבמאן, מאָטל טאקציָער, פעטרו זא- 
דניפּרו, יאָסיף באלצאן, עמיליאן בוקאָו, יאנקל יאקיר. 
ברידערלעך באגריסן דעם זשורנאל ,סאָװעטיש היימלאנד" 
צו זײַן פינפיאָריקן יוביליי די שרײַבער יאָן טשאָבאנו =- 
אין נאָמען פונעם מאָלדאװישן שרײַבער-פאריין, און וא 
סילי וואסילאקע -- אין נאָמען פון דער רעדאקציע פונעם 
היגן כוידעש-זשורנאל ,,ניסטרול". 

נאָכן איבערײַס לייענט ארן װערגעליס זײַן ליד ,טרעב- 
לינקע" און מישע לעוו -- א קאפּיטל פון זײַן דערציילונג 
אװען ניט די פרײַנט מײַנע". דער ארטיסט אװראָם בער- 


אין טשערנאַװיץ 


די הײַנטיקע באגעגעניש פון די טשערנאָװיצער לייענער 
מיט ,סאָװעטיש היימלאנד" איז שוין די צװײיטע פאר 
דער צײַט, זינט אונדזער זשורנאל עקזיסטירט. די ערשטע 
איז פאָרגעקומען אקוראט מיט א יאָר צוריק. די איצטיקע 
לײיענער-קאָנפערענץ פאלט צונויף מיטן פינפיאָריקן יובי- 
ליי פונעם זשורנאל. 

פינף יאָר ,סאָװעטיש היימלאנד"! דאָס זײַנען הונדער- 
טער נײַע װערק פון די ייִדישע סאָװעטישע שרײַבער -- 
ראָמאנען און דערציילונגען, לידער און פּאָעמעס. דאָס 
איז א נײַער װיכטיקער עטאפּ אין דער געשיכטע פון דער 


138 


קאָװיטש דעקלאמירט 
לעכל װאָל". 

צום שלוס ענטפערט די רעדאקציע אף א גרויסע 
פראגן. 

װען דער אָװנט האָט זיך געענדיקט, הא 


שיקע דריזס מײַסעלע ,דאָס קנײַי 


פר 
62 
:6 
!- 


זייער ניט גערן זיך געשיידט מיט יע 
וישע שרײיבער. עס האָט זיך מאמעש טיפער 
פארלאנג -- װאָס אָפּטער צונויפקומ/ א 


באגעגענישן. 
עס פארדינט בעפיירעש א פּאָר ווארעמע װערטער דער 
פּאָפולערער אין קעשענעוו מױיכער-ספאָרימניק, דער גרײַזי 
גראָװער, נאָר קװעקזילבערדיק רירעװדיקער ארן קור' 
פירסט. ער האָט ארויסגעוויזן אפן אָװנט עכט יוגנטלעכע 
אקטיװוקײַט. אין מעשעך פונעם איבערײַס איז ער געזעסן 
בא זײַן טישל, ארומגערינגלט מיט א גרויסער צאָל 
מענטשן, ועלכע האַבן זיך בא אים אבאַנירט אף , סאָװץ- 
טיש היימלאנד". פיל פון זײי -- צום ערשטן מאָל. ארן 
קורפירסט האָט געשײַנט פון סימכע, װען ער האָט דער- 
זען, אז זײַן דיק קוויטאנציע-ביכל איז שוין אויסגעשריבן 

ביזן סאָף... 
י יאקיר 


ייִדישער סאָװעטישער ליטעראטור, איר העמשעך. װעגן 
די דערפאַלגן פונעם זשורנאל רעדט די ואקסנדיקע צאָל 
לייענער, װאָס װײַזן ארויס א געפיל פון פאראנטװאָרט- 
לעכקײַט פאר דעם װײַטערדיקן אופבלי פון דער ייִדישער 
ליטעראטור און קולטור. 

אגעוו, די אויבן-געבראכטע װערטער געהערן ניט דעם 
אװטאָר פון אָט דעם רעפּאָרטאזש. זיי זײַנען גענומען פון 
דער ארויסטרעטונג פונעם הױיפּט-רעדאקטאָר פון ,סאָװע- 
טיש היימלאנדי אף דער טשערנאָװיצער לייענער-קאָנפע- 
רענץ. 


עס װילט זיך באזונדערס דערמאַנען װעגן די אקטי 
װיסטן פונעם זשורנאל אין אונדזער שטאָט. מע קאָן דאַ 
ברענגען א ביז גאָר טשיקאווע רעשימע זייערע. דאָס זײַי 
נען דער דירעקטאָר פון דער ואטע-פאבריק נאפּטאָליע 
טוטעלמאן און דער עלטסטער מײַסטער פון אײַזנבאױדץ- 
פאָ שמועל ברוידע, דער נאטשאלניק פון א צעך פון דער 
דריטער ניי:פאבריק װעלװל קויפמאן, די פאריקמאכערס 
יאנקל קאָרנפעלד און מאָטל שאר, דער פעלדשער פריד- 
מאן און נאָך און נאָך. 

יעכיִעל טשיטשעלניצקי געהערט צו די, בא װעמען 
,סאָװעטיש היימלאנד"י האָט לעצטנס װידער אופגעװעקט 
דעם כיישעק צו זשורנאליסטישער טעטיקײַט. אן אלטער 
טוער פון דער ייִדישער פרעסע, דער געװעזענער רעדאק- 
טאָר פון דער ייִדישער קאָמיוגישער צײַטונג אין אוקראי- 
נץ גיונגע גוארדיע", -- טרעט עֶר איצט ארויס מיט 
פארצייכענונגען װעגן די ייִדישע שרײַבער, װאָס זײַנען 
אומגעקומען אין דער גרויסער פאָטערלענדישער מילכאָמצ. 
ער איז א שעף פון א פאבריק'צעך, איינער פון די אק- 
טיוע פארשפרייטער פונעם זשורנאל ,סאָװעטיש היימ- 
לאנד". 

לאָמִיר טאקע געבן דאָס װאָרט די לייענער. 

דער ארבעטער פון דער ערשטער טריקאָטאזש-פאבריק 
אין טשערנאָװיץ כאיִם אָסטראָװסקי האָט גערעדט אף דער 
באגעגעניש דעם אומגעדולד, מיט װעלכן יעדער 
לייענער ווארט אף א נײַעם נומער ,סאַװעטיש היימלאנד", 
װעגן דעם פארגעניגן, װעלכן עס פארשאפן די דורכגץ- 
לייענטע ראָמאנען און דערציילונגען, לידער און פּאַצמעס 
פון די סאַװעטישע ייִדישע שרײַבער. ער האָט אַבער אויך 
ניט װײניק טײַנע 
-- עס קומ מען קעסיידער צו נײַע און נײַע לײיענער און 
עס וואקסן זייערע באדערפענישן, -- זאָגט דער כאַװער 

סטראָװסקי. -- װען דער זשורנאל איז דערשינען איין 
מאָל אין צװײי כאדאָשים, איז געװען װײניק; דערשײַנט 
ער איצט יעדן כוידעש, איז אויך װײניק. עס פאָדערט 
נאָך און אָפטער... מע װיל אַפטער זען א נײַ בוך. ע 
װילט זיך, אז דער זשורנאל זאָל ברייטער באלויכטן די 
געשעענישן אין דער פראָגרעסיװער ליטעראטור און קול- 
טור פון אויסלאנד, אז ער זאָל אקטיווער מיטהעלפן דער 
ייִדישער קינסטלערישער זעלבסטעטיקײַט, װאָס הײבט 
זיך אָן אנטװיקלען אין פארשיידענע שטעט פון אונדזער 
לאנד. 

װעגן די דאָזיקע װוּנטשן האָבן גערעדט קימאט אלע 
לייענער, װעלכע זײַנען ארױיסגעטראָטן אף דער באגעגע- 
ניש. איך װעל זיך דאָ נאָך אָפּשטעלן אף צוויי טײַנעס פון 
מעשולעם סורקיס, דעם בריגאדיר פון די פארשפּרייטער 
פונעם זשורנאל אין טשערנאָװיץ. צו זײַנע טײַנעס דארף 
מען זיך באזונדערס צוהערן, װײַל אדאנק דער טיכטיקער 
ארבעט פון זײַן בריגאדע האָט דער זשורנאל געװוּנען אין 
אונדזער שטאָט הונדערטער נײַע אקטיװע לײײענער. אָט 
זײַנען סורקיסעס טײַנעס: 

עס װאָלט בעפיירעש געמעגט זײַן אינעם זשורנאל אן 
אָפטײל פון פובליציסטיק, װאָס זאָל באלויכטן לעבעדיק 
און אינטערעסאנט פארשיידענע זײַטן פון אונדזער װירט- 
שאפטלעכן און פּאָליטיש-געזעלשאפטלעכן לעבן; 


מע װאָלט באדארפט אָפטער דרוקן די ,טריבונע פון 
לעבן און אויך שענקען מער אָרט די בריוו פון לייענער. 

פאָרזיצער פון דער באגעגעניש איז געװען דער סעק- 
רעטאר פון דער טשערנאָװיצער שרײַבער אָרגאניזאציע, 
דער אוקראינישער שרײַבער מיקאָלא בורבאק. ער אין 
איינער פון די סאמע געטרײַסטע פרײַנט פון אונדזער 
זשורנאל. ער האָט גערעדט װעגן דער װיכטיקער באדיי- 
טונג פון אזעלכע באגעגענישן, אין װעצלכע עס װערט 
בוילעט באויזן די פרײַנטשאפט צװישן די סאָװעטישע 
ליטעראטורן, די לענינישע פעלקער-פרײַנטשאפט. ער האָט 
אונטערגעשטראַכן דעם גרויסן אװטאָריטעט, װאָס ,סאָ- 
װעטיש היימלאנד" האָט דעראָבערט בא די פילצאַליקע 
לייענער פון טשערנאָװיץ, און געװוּנטשן דעם זשורנאל 
נײַע שעפערישע דערפאָלגן. 

טײַערע טשערנאָװיצער לייענער! איך פארשטיי, אז איר 
װאָלט מיט פארגעניגן ארײַנגעלאָזט אף אײַערע קאָנפע- 
רענצן אויך מײַנץ כאשטשעוואטער. זיי האָבן דאָך, פּונקט 
װי איר, װאָס צו זאָגן װעגן דעם זשורנאל. נאָר אין די 
שטעט, װוּ זיי װוינען איצט, זײַנען קיין באגעגענישן מיט 
,סאַװעטיש היימלאנד" ניט געװען. דער פּאַלקאַװניק לייב 
גאָרבאטע װוינט אין ראָסטאָװ, דער אינזשעניער וולאדימיר 
הויכמאן -- אין סימפּעראָפּאָל, און דער שעף פון א צעך 
דאָװיד קאנעצפּאָלסקי --- אין דאָנבאס. װעל איך דאָ ברענ- 
גען עטלעכע װערטער פון דעם, װאָס איינער פון זיי האָט 
ארויסגעזאַגט אין א בריוו אין צוזאמענהאנג מיטן פינפ- 
יאָריקן יוביליי פון אונדזער זשורנאל, 

,פון ,סאָװעטיש היימלאנד", -- שרײַבט דאָװיד קאנעצ- 
פּאָלסקי, --- האָב איך געשעפּט זייער פיל אינטערעסאנטע 
יעדיִעס. איך װאָלט אפילע געזאָגט -- קענטענישן. מײַן 
װעלט-באנעם איז געװאָרן פולער, טיפער. ביז , סאָװעטיש 
היימלאנד" האָב איך ניט געװוּסט װעגן א סאך ייִדישע 
סאָװעטישע שרײַבער און זייערע װערק, איך האָב ניט גע- 
װוּסט װעגן פיל געשעענישן, װעלכע זײַנען פאָרגעקומען 
אין דער געשיכטע פון אונדזער פאָלק אין די פינצטערע 
צײַטן פונעם היטלעריזם. איך האָב גאָרנישט ניט געװוּסט 
וועגן װילנער געסאָ, זײיער װײניק װעגן דעם אופשטאנד 
אין ווארשעװער געטאָ, װעגן די העלדן פון סאָביבור, און 
נאָך און נאָך...* 

דער ליטערארישער טייל פון דער באגעגעניש איז, 
אייגנטלעך, געװען א מינדלעכער נומער ,סאַװעטיש היימ- 
לאנד". אין אים האָבן זיך באטייליקט די ייִדישע שרײַבער 
מוישע אלטמאן, הירש בלאָשטײן, יויסעף בורג, ארן װער- 
געליס, מייער כאראץ, מישע לעװו, יויסעף לערנער, כאיִם 
מעלאמוד און עפראָיִם רויטמאן, דער אוקראינישער שריי- 
בער מיכײַלאָ איוואסיוק, דער רוסישער פאָעט גענאדי 
גריגאָראָװיטש און דער װײַסרוסישער פּאָעַט װאסילי סי" 
דאָרענקאָ. דאָס איז געװען אן אינהאלטרײַכער ?גומער" 
פונעם זשורנא?ל, און די צוהערער האָבן אופגענומען 
יעדעס װערק מיט גרויס אופמערקזאמקײַט און וארעמ" 
קײַט. | 


כ. מעלאמוד 


צווי' קינסטלעף 


מיר האָבן שוין אין איינעם פון זי פריִערדיקע נומערן דערציילט װעגן דער 
אויסשטעלונג פון מאַלערײַ, גראפיק און סקולפטור, אף װעלכער עס זײַנען געװען 
פאָרגעשטעלט די מאַלער מײיער אקסעלראַד, מענדל גאָרשמאן און אלעקסאנדער 
לאבאס און די סקולפטאָרן אלעקסיי טענעטא און גאװרייַל שולץ. הײַנט דרוקן מיר 
ארטיקלען װעגן מײער אקסעלראַדן און מענדל גאַרשמאנען. אָט די צװיי קינסט. 
לער, װאָס זײַנען פארבונדן מיט ,סאַװעטיש היימלאנד* פונעם ערשטן טאַג פון 
זײַן געבוירן, זײַנען אונדז באזונדערס נאַענט, װײַל זײ האָבן מיט זיך געבראכט 
אין אונזדזער קונסט ניט בלויז די אײראַפּעישע און רוסישע מאַלער-קולטור, נאַר 
די נאציַאַנאלע טראדיציע און די ייִדישע טעמאטיק. בײידע זײַנען זי שעפער פון 
א בריטן זיאפאזאַן. אונדז װילט זיך דאַ נאַר באטאַנען ספעציעל דעם גרויסן 
צושטײַער, װאָס זײ האָבן ארײַנגעטראָגן אין געביט פון איליוסטרירן ייִדישע לֵי 
טעראטור, אויספורעמען דעם ייִדישן בוך, װי אויך מײיער אקסעלראָדס פרוכטבארע 


ארבעט אלס טעאטעריקינסטלער. 


מיר װעלן הײַנט א קוק טאַָן אף דער שאפונג פון אונדזערע מאָלער מיט די 


אויגן פון א רוסישן פאָעט און א קונסט-פאָרשערן. 


מייער אקסעלראָד 


יעדן פרילינג, שוין צײַט עטלעכע יאָר, קוק איך זיך צו, 
װיאזוי עס ארבעט מייער אקסעלראָד. 

איינער פון די ערשטע קומט ער אאף אָפרו" קיין קאָק- 
טעבעל (קרים) אין אפרעל -- מײַ, װען דער יאם איז נאָך 
קאלט און אָנגעפאָרענע זעט מען זעלטן. די שטיינערדיקע 
ערד פון קאָקטעבעל איז דאן באדעקט מיט גראָזן און 
בלומען פון א װוּנדערלעכער באפארבונג. 

אין עסצימער פונעם קאָקטעבעלער שרײַבער-הויז בא- 
װײַזט זיך א דארער, שוין באיאָרטער מענטש, מיט מילדע 
און שמייכלענדיקע, דורכדרינגלעכע אויגן. אין דער דאָ- 
זיקער צײַט פארפולט דאָס שרײַבערהויז א גאָר אומדער- 
ווארטער אוילעם -- גאנצע בריגאדעס ארױסגעפאָרענע 
צום יאם קאָלװירטניקעס פון די רײַכע סטעפישע דער- 
פער, גרױיסשטאָטישע מיליציאָנערן אא. עס טרעפט זיך 
אמאָל אויך א שרײַבער, װאָס פארענדיקט דאָ, אין דער 
קילער פרילינגדיקער אָפּגעזונדערטקײַט, זײַן גרויסן ראָי 
מאן. 

אקסעלראָד קוקט זיך צו צום אוילעם. טײלמאָל גאנצע 
װאַכן נאָכאנאנד. ביז ער באשליסט זיך. און דאן נעמט ער 
זיך פאר דער מאָדעל, פאנגענדיק זי דעריקער מיטן צוי 
זאָג, אז פּאָזירן װעט אויסקומען ניט לאנג. * 

-- צװויי סעאנסן! -- זאָגט דער מאָלצר. -- צו צװײ 
שאָ. ריידן מעג מען. רייכערן אויך. נאָר קומען זאָלט 
איר אין דעם זעלבן סוויטער. 

עס טרעפט, איך דין בא אקסעלראָדן אלס געהילף. איך 
העלף אײַנרײידן די מענטשן, װעמען ער װיל מאָלן איך 
רוק ארויס ארגומענטן. דער בעסטער ארגומענט איז דער 
פּערזענלעכער בײַשפיל. מיך זעלבסט האָט אקסעלראָד 
אָנגעמאָלט פאר צװיי שאָ. און ניט אין צװויי סעאנסן, נאָר 
אין איינעם. 

פאר די לעצטע עטלעכע יאָר האָט אקסעלראָד אָנגע- 
מאָלט הונדערטער מענטשן. פיל פאָרטרעטן זײַנען פון 
גרויסן ווערט. 


110 


נא דער אובעט 


אָט איז יעלענא רזשעווסקאיא. אפן פראָנט איז זי געװען 
אן אָפּיצער -- אן אויסשפירערן און אן איבערזעצערף 
דורכגעמאכט די גאנצע מילכאַמע. אין מײַ 1945 האָט זי 
אָנטײלגענומען אין אופזוכן די קערפּערס פון געבעלסן 
און היטלערן. פון דאן אָן שרײַבט זי פאראקשנט און מיט 
טאלאנט װעגן מילכאָמע, מיט יעדן יאָר געראָטענער. 

א גרויסער פּאַרטרעט פון א פרוי מיט צונויפגעלייגטע 
הענט אף דער ברוסט, קלוגע, מידע איגן. צונויפגע- 
פרעסטע ליפּן. װי באקוועם דער מאָלער זאָל ניט באזעצן 
רזשעווסקען, איז זי אלציינס אָנגעשטרענגט און פאר- 
טיפט אין זיך, -- אפן פּאָרטרעט פונקט װי אין דער 
װירקלעכקײַט. 

-- צי דען בלויז צװײ סעאנסן? -- פרעג איך אקסעל- 
ראָדן. 

-- יאָ, נאָר וויפל יאָר קען איך זי שוין! 

אָט איז מירעל שאגיניאן -- א באגאבטע מאָלערן אין 
איין עלטער מיט רזשעװוסקען. זעקס כאדאָשים אין יאָר 
פארברענגט שאגיניאן אין קאָקטעבע? און מאָלט אים 
גאָר אנדערש, װי אקסעלראָד. איר הוט אין קימאט 
שווארץ פון װינט און זון. א שארפער בליק, א שארפער 
קער. אין די היפשע שטריכן פון פאָנעם -- אנטשלאָסן- 
קײַט. 

דער באװוּסטער רוסישער שרײַבער װיקטאָר שקלאָװ" 
סקי. אים איז רעכט ניט צו באשרײַבן. װער האָט ניט גע- 
זען דעם דאָזיקן פאָרטרעט? עס װילט זיך נאָר באטאָנען, 
אז שקלאָווסקי האָט בייסן מאָלן אים געפילט זיך אויס- 
געצייכנט. קיין סימען פון אָנשטרענגונג. די אָנצאָליקע 
געשיכטעס, מיט װעלכע אקסעלראָד איז מעכאבעד די מאַ- 
דעלן, זײַנען, װײַזט אויס, שקלאָװסקין געװען צום הארצן. 
דאָס איז צו זען פוגעם פּאָרטרעט. 

װײַטער גײען פישער, און יינגעלעך, און סטאם 
מענטשן. א פילפארביקע באפעלקערונג פון פארשיידענעם 
עלטער און נאציאָנאליטעט, װאָס באװוינט דאָס שרײַבער- 


א הויף אין אלט-ווילנע 
גואש (ו196ו) 


!. מענטשן מיט פענעמער באדײַטגי 
קע, מיט גױיראָלעס שװערע אָדער גליק- 


דיקע אָדער ניש 
לעכע. 

אקסעלראָד קאַן א זאָג טאָן, אז אין דעם אָדער יענעם 
פאָרטרעט האָבן אים אמערסטן אינטערעסירט די קװייטן 
אפן ציצענעם קלייד. די קװייטן זײַנען, פארשטייט זיך, 
אָנגעמאָלט װי ס'דארף צו זײַן. יעדער פאָרטרעט אקסעל- 
ראָדס איז א שטיק געשמאקע מאָלערײַ, נאָר אויסער דעם 
איז ער קימאט שטענדיק א שטיק לעבן. 

װען קיין מאָדעל מאכט זיך ניט אונטער דער האנט אָדער 
די זון שײַנט באזונדערס העל און אין די אויגן שלאָגט די 
אומבאשרײַבלעכע ראַזקײַט פונעם בליענדיקן טאמאריסק, 
מאָלט אקסעלראָד אנדערע פּאַרטרעטן, פאָרטרעטן פון קאָק- 
טעבעל גופע. דאָס איז טשיקאווע. דאָסראָו זיצט דער מאָ- 
לער מיט דער פלייצע צום יאם. ניט אינעם יאם און ניט 
אין די בערג זעט ער דעם צויבער פונעם אָרטיקן פיי" 
זאזש. 

אקסעלראָד מאָלט דאַס, װאָס עס בליט אוף אין אפרעל 
און מײַ צװישן דעם נאָך קאלטן יאם און די שטיינערדיקע 
בערג, -- א דין שנירעלע פון דער קאָקטעבעל-פלאָרעי 
די װוילדערצויגענע, קולטיווירטע פּלאָרע פונעם שרײַבער- 
פארק און די גאָרניט דערצויגענע, װילדע פלאָרצ -- 
דעם בארג-מאָן און די פארװאָרפענע מאנדל-סעדער. 

דער דיכטער און מאַלער מאקסימיליאן װאָלאָשין, װאָס 
האָט אָפּגעלעבט אין קאַקטעבעל זײַן גאנץ לעבן און גע" 
שאפן טויזנטער אקוארעלן מיט יאם- און בארג'לאנד- 
שאפטן, ער האָט, װײַזט אויס, ניט באמערקט דעם 
דאָזיקן פאנאנדערגוס פון ראָזן, רויטן, גרינעם, געלן 
אקסעלראָד האָט עס באמערקט. אויב, באנוצנדיק זיך מיט 
באָראטינסקיס פאָרמול, קאָן מען זאָגן װעגן װאָלאָשי 
נען, אז ער האָט געמאָלט אין קאָקטעבעל דעם ,גלײַכגע- 
וויכט פון װילדער קראפט", מאָלט אקסעלראָד די אופגע- 


קומענע פון דעם דאָזיקן גלײַכגעװיכט ,בליַענדיקע 
װצלט". 

דעם טאמאריסק דארף מען ניט פארװײַלן מיט קײן 
געשיכטעס. דער מאָלער ארבעט שװײַגנדיק, מיט האסטיקע 
באוועגונגען. 

אקסעלראָד איז א דערצויגלינג פון ,ווכוטעמאסײג פון 
יענע הונגעריקע און דערהויבענע יאָרן, װען די סטודענטן 
האָבן געגעסן מיטיק ,אף אויסװײיניק". באנוגנדיק זיך 
מיט א שוארצער סקאָרינקע און א טרוקענער װאָבלץ, 
האָבן זי געהאט די בריירע אױיסצומאָלן זיך פאנטאסטישע 
מאָלצײַטן. צֶר איז א וכוטעמאסאַװעץ פון יענער װוילער 
צײַט, װען צו די סטודענטן איז אראָפּגעקומען לענין, און 
מאיאקאָװוסקי פלעגט ארומגיין איבער די צימערן פון דער 
צוזאמענװוינונג, אױספּרוּװנדיק נײַע לידער אף זײַנע 
איבערגעגעבענע און פארשטאנדיקע צוהערער. 

אקסעלראָד איז פאװאָרסקיס א שילער. 

וולאדימיר אנדרייעװיטש פאװאָרסקי איזן די סאמע 
הערלעכע פיגור אין דער רוסישער גראפיק עפשער אין 
פארלויף פון איר גאנצער געשיכטע. 

אקסעלראָד האָט פארייגנט די גרענעצלאָזץ איבערגעי 
געבנקײַט צו דער קונסט, װאָס ליגט אין גרונט פון פא- 
װאָרסקיס טיף:עטישער לערע. ניט קײן געזעלן פלעגן 
ארויסקומען פון פאװאָרסקיס שוֹל, נאָר מײַסטערס, 
זעלבשטענדיקע מײַסטערס. אקסעלראָד האָט זיך פרי געַ- 
שטצלט אף די פיס. צװישן די ארבעטן, װעלכע זײַנען דאָ 
ניט לאנג געװען אויסגעשטעלט אין הויז פון די קינסט- 
לער אף קוונעצקי מאָסט, 11, אפילץע צװישן די סאמע 


אן אלטיטשקער 


אקווארעליגואש. (1923) 


1 אברעוויאטור, באטײַט ,העכסטע קינסטלעריש-טעכ- 
נישע ווארשטאטן?. 


141 


פריע ארבעטן פון דער מיט צואנציקער יאָרן, איז קײין 
שילערישע ניט צו געפינען. אָנצוטאפן די פעדעם, װאָס 
ציִען זיך פון פאװאָרסקין צו אקסעלראָדן, איז גאנץ 
שוער. 

עפשער בלוין די שטענדיקע טרײַהײַט דעם פרינציפ 
פון קלאָרקײַט און פאשטעס -- מײַלעס, מיט װעלכע די 
װכוטעמאסאָװצעס האָבן זיך באזונדערס נִיט אויסגץ- 
צײיכנט, -- דערמאַנט װעגן דער לערע בא פאװאָרסקין. 

אקסעלראָד איז ארײַנגעטראָטן אין דעם זיבעטן צענדי 
ליק, און די שאפונג זײַנע איז אין סאמע ברען. העכער 
פערציק יאָר ארבעט ער טאָגטעגלעך מיטן פענדזל אָדער 
מיטן בלײַער. 

אף דער אויסשטעלונג זײַנען געװען צװײ הונדערט 


אויסשטעלונג. 

דער אָנהײב איז באם קינסטלער געװען א גלענצנדער. 
די גרעסטע מײַסטערס פון לאנד -- מאטװייעװ, פעטראָװ* 
װאָדקין, פאװאָרסקי, פּאװעל קוזנעצאָו, סאריאן -- האָבן 


אים, דעם יונגן, געגעבן אן אָרט באנאנד מיט זײערע 


אייגענע ארבעטן. נאָך דעם פריַען דערפאָלג זײַנען געקו- 
מען יאָרצענדליקער פון שװערער מי, װען די האָפענונג צו 
אויסשטעלן זיך, באװײַזן זיך פאר מענטשן האָט קוים 
געטליִעט. און אין פערציק יאָר ארום האָט דער קינסט: 
לער דורכגעריסן זיך צום ברייטן מאָסקװער צושויער, 
דעם קלוגן און פילבארן. ס'איז העכסט וויכטיק און זייער 
פריידיק, װאָס צו דעם דאָזיקן צװייטן דערפאָלג אין זײַן 
לעבן איז אקסעלראָד געקומען אין סאמע בלי פון זײַן 
טאלאנט און מײַסטערשאפט. ס'איז העכסט ויכטיק און 
זייער פריידיק, װאָס באנאנד מיט אקסעלראָדס ארבעטן 
זײַנען אף די װענט געהאנגען די ארבעטן פון לאבאסן און 
גאָרשמאנען -- קיגסטלער מיט אן ענלעכן גוירל און מיט 
גרויסן טאלאנט. 

און ס'איז אויך פריידיק דאָס, װאָס זייער קאָלעקטיוע 
אויסשטעלונג װצט ארויספאָרן אין פארשיידענע שטעט 
פון סאָװועטנפארבאנד און אקסעלראָדס טאמאריסק װעט 
אופלאקערן אף די װענט פון די טלערישע גאלע- 


רייען. 


באָריס סלוצקי 


פּרישקײַט און פולבלוטיקייט 


אקווארעל איז אין ברייטן, ניט פּראָפּעסיאָנעלן באנ/ 
באװוּסט אלס זייער א צארטער דורכזיכטיקער מאטעריאל. 
טאקע שוין אין מאטעריאל גופע, דוכט זיך, זײַנען פאָי 
רויסבאשטימט די גרענעצן פון דער מעגלעכער אַנװעג- 
דונג. מיט אקווארעלן װערן אָפטער געמאָלט קליינע גרא- 
פישע שאפונגען. נאָר מענדל גאָרשמאנס װירטואָזע האנט 
דערשלאָגט זיך אין אקוארעל די סאמע אומדערװארטע 
עפעקטן. 

לײַכט, דורכזיכטיק איז אָנגעמאָלט א פארנעפלטער 
טאָג. דאָס גראָז איז נאס, דער הימל פארװאָלקנט. די לופט 
אָנגעזאפּט מיט פײַכטקײַט, מיט צעזיפטער זונען-שײַף 
דאָס אלץ איז פּרעכטיק איבערגעגעבן דורך דער ואסער- 
פארב, װאָס װערט געלייגט מיט א קלײין פענדזעלע אף 
דער אויבערפלאך פון א װײַסן בויגן פּאפיר. װוּ'ניט װוּ 
קוקט ארויס דער נאטירלעכער פאָן פון װײַס פּאפיר. נאָר 
א מאָדנע זאך -- דאָס, װאָס אין אײל:מאָלערײַ װאָלט 
באצייכנט געװאָרן אלס ניט-פארענדיקטע ארבעט, װערט 
דאָ אין אקווארעל נאטירלעך, אָרגאניש באהעפט אין מאָי 
לערישער גאנצקײַט. דער װײַסער פאפיריפאָן איז דאָ א 
געזעצמעסיק-קינסטלערישער גאנג, 

עס זײַנען פאראן בילדער אף גאָרשמאנס אויסשטעלונג, 
ועלכע זײַנען אזוי זאפטיק, קלינגעװדיק, אָנגעזעטיקט 
מיט קאָליר, אז מע דארף זיך דערנעענטערן צו זיי, קצריי 
איבערצײַגן זיך, אז יאָ -- דאָס איז געמאָלט מיט אקווא- 
רעל! װאָרעם דער אײַנדרוק איז אזא, אז דאָס איז געמאָלט 
מיט אייל-פארב. 

גאָרשמאנס פּאָרטרעטן, זײַנע פייזאזשן רופן ניט ארויס 
קיין צווייפל, אז זי זײַנען געמאָלט פון דער נאטור. אָט 
טאקע דערפאר טראָגט פון דעם מיט אזא פרישקײַט, מיט 
אזא לעבעדיקער פולבלוטיקײַט, מיט אזא אײַנדרוקפול- 
קײַט. אָבער אין דער זעלבער צײַט שפּירט זיך אין זי 
א פאראלגעמיינערונג, אן אױיסגעטראָגענע געשטאלטיקײַט. 
פארשטייט זיך, אז דאָס שפיגלט אָפּ פינקטלעך דעם מע- 
טאָד פונעם קינסטלער. די אומיטלבארע ארבעט פון דער 


142 


דעם שאָכנס ייִנגל (אקוארעל) 


נאטור האָט א פאָר'פּעריַאָד פון אינערלעכן רײַפן פאר- 
טראכט, פון דויערנדיקע אָפּשאצונגען, פון ערנסטער בא- 
ציונג צום געזעענעם. 

אין גאָרטמאנס שאפן פילט מען װעזנטלעכע ייִדישע 
נאציאָנאלע שטריכן. זי אנטפלעקן זיך אין דער לירישער 
באדאכטקײַט פון זײַן קונסט, אין זײַן אייגנארטיקן עמאַ- 
ציאַנעלן אופנעמען דעם פּייזאזש, װי אויך אין זײַן אופ- 
נעמען דאָס מענטשלעכע געשטאלט. 


9* 


טענץ (אװטאָליטאַגראפיע) 


גאָרשמאן געהערט ניט צו די קינסטלער, װעלכע האָכן 
ניט ליב צו שיידן זיך מיט די װענט פון זייער ווארשטאט: 
ער איז א סאך ארומגעפאָרן איבערן לאנד, ניט איין מאָל 
געקומען אהין, װוּ ער איז שוין געװען ער לעבט זיך 
אײַן אין א קאנט, אין די באזונדערקײַטן, װצלכע זײַנען 
אייגנטימלעך דעם קאנט, שטרעבט צו דערנעענטערן זיך, 
ארײַנצודרינגען אין דער װאָכעדיקער שטײיגערישקײַט פון 
די מענטשן. אָט פארװאָס די סעריעס אקווארעלן פון קיר- 
גיזיע, פון דאגעסטאן, פון מאָלדאװיע און קרים פארמאָגן 
לאכלוטן ניט קיין עקזאָטיק. זי זײַנען געמאָלט אזוי װי 
די מאָסקװער אָדער לענינגראדער אקווארעלן. װאָרעם בייס 
דער קינסטלער איז פארכאפט מיט דער איגנארטיקײַט פון 
א נײַעם קאנט, באקוקט ער דאָס ניט מיט די אויגן פון א 
טוריסט, װעמען עס ציַצען צו עפעקטפולע קאָנטראסטן. 
גאָרשמאן זעט דורך די נאציאָנאלע שטריכן, דורך דער 
אייגנארט פון מענטשלעכע געשטאלטן דעם איקער, דאָס 
אלגעמיין-מענטשלעכע. און אומעטום זײַנען אים טײַער 
די מענטשן, װעלכע לעבן פאָשעט און זײַנען נאָענט צו 
דער נאטור. 

גאָרשמאנס פאָרטרעטן זײַנען ניט באשרײַבעריש. אין 
דער אױסערלעכקײַט פון די מענטשן שטרײַכט דער 
קינסטלער אונטער די דעטאלן, װאָס אנטפלעקן דעם כא" 
ראקטער. טאקע אזעלכע זײַנען, צום בײַשפיל, די פּאָר- 
טרעטן פון די קאָמונארן אין דער סעריע אקװוארעלן, 
וועלכע זײַנען געװידמעט דער לאנדװוירטשאפטלעכער ייִריי 
שער קאַמונע אין קרים (,דער טראקטאָריסט בערל", ,א 
באָכער אין א היטל", ,דער קאָמונארי). די דאָזיקע פאָרט- 
רעטן זײַנען געמאָלט מיט אקווארעל, זי זײַנען געענטער 
צו דער גראפיק, איידער צו מאָלערײַ. דער קינסטלער האָט 


מיט א פלינקער האנט אָנגעװאָרפן די צייכענונג, אָבער 
אין געבוי פון געשטאלט זײַנען דאָך אײַנגעשלאָסן די 
אייגנשאפטן פון אקווארעל. די דורכזיכטיקײַט, די צארט- 
קײַט פון די קאָלירשאטירונגען, דער אריבערפלוס פון 
איין קאָליר אין צװייטן איז דין, װי דאָס קומט פאָר, װען 
מע מאָלט מיט אקווארעל. 

גאָרשמאן האָט ליב צו מאָלן מענטשן, װען זי זיצן 
פארטראכט און עס פארשווינדט די ,מאסקעיי פון אלטעג- 
לעכקײַט, װען עס טרעט ארויס דאָס פארבאָרגענע, דאָס 
נעשאָמעדיקע, און עֶר, דער קינסטלערפּסיכאָלאָג, קאַן 
,ארויסלייענען" פון די געזיכט-שטריכן די לעבן-פאסירונ- 
גען -- די כאראקטער-שטריכן און אויך די אינערלעכע 
שטימונג-קלאנגען. 

איינע פון גאָרשמאנס בעסטע סעריעס איז די ציגײַנץ- 
רישע, װעלכע ער האָט געשאפן אין מאָלדאװיע. באזונ- 
דערס זײַנען געראָטן די ציגײַנערישע פאָרטרעטן, װעלכע 
ער האָט געמאָלט אין דער שטאָט סאָראָקי, װוּ עס איז דאָ 
א ציגײַנער-ראיאָן. אין דעם אויסטערלישן מאָלערישן 
הוילעך פון די ציגײַנער איז קיין שפור ניטאָ פון דער 
ניוועלירונג, װעלכע די הײַנטצײַטיקײַט האָט ארופגעלייגט 
אף די אנדערע שטאָט:אײַנװױנער. דאָ איז יעדער 
מענטש --- א פּערזענלעכקײַט! די ציגײַגערישע פּאָרטרעטן 
האָט גאָרשמאן געמאָלט אין א פאָרמאט, װאָס איז ניט 
געװײנלעך פאר אים: דאָס זײַנען גארטל-קאָמפּאָזיציעס, 
צום ערשטן מאָל האָט דער קינסטלער אזוי ברייט אויס- 
גענוצט די אויסדריקלעכע פּאָזעס פון די מאָדעלן, ער האָט 
אײַנגעשלאָסן פארשיידענע אטריבוטן, װעלכע כאראקטע- 
ריזירן זײַנע העלדן. גאָרשמאן דעפאָרמירט ניט די אויס- 
דרוק-מיטלען פון זײַן קונסט. ער שטרײַכט נאָר אונטער 


148 


= 


די נייטיקע דעטאלן, װעלכע אנטפּלעקן פארבאַרגענע כא- 
ראקטער-אייגנשאפטן. אזוי, לעמאַשל, איז אין פּאָרטרעט 
,א ציגײַנער אין שווארצן" פרעכטיק באװיזן די שטאָלצע 
װירדיקע נאטור. דער בליק איז אָנגעצילט, דער האלדן 
אָנגעשטרענגט, די מוסקולן הארט. אין א צװײטן פאָרי 
טרעט זעען מיר א יונגיטשקן ציגײַנער. די אלגעמיינע 
העלבלויע שײַן, די צוגעפאסטע טאָנאלקײַט דערציילן 
װעגן דער געשאָמעיליריק מערער, אײידער אין דעם פאל, 
װען דער קינסטלער װאָלט באזאָרגט זײַן פערסאָנאזש 
מיט א שעפע פּסיכאָלאָגישע דעטאלן. 

אין די אקווארעל-פייזאזשן פון 1960 שטרעבט גאָרשי 
מאן ניט נאָר איבערגעבן די שײנקײַט פון באזונדערע 
ווינקעלעך אין דער נאטור, -- ער שטעלט פאר זיך נײַע 
אופגאבן. אין זײַנע גרויסע קאָמפליצירטע קאָמפא 
דערשײַנט א ברייטער פאנאָראם-קרײַן 
עס אנטפלעק 


יציעס 
פון דער נאטור. 


ט זיך די וויזיע, די פאַרשטעלונג װעגן פיי" 


זאזש, װי ן א בילד פ = דער גאָרער װעלט, װאָס אין 
דורכגעדרונגען מיטן געפיל פון דער צײַט, אין װעלכער 


מיר לעבן. 

א זעלבשטענדיקער און א באדײַטנדיקער אָפּטײל אין 
גאָרשמאנס שאפן זײַנען די איליוסטרא אטעט צו ביכער -- 
צייכענונגען און ליטאַגראפיעס. מיט א באזונדערער 
קראפט אנטפלעקן זיך דאָ די נאציאַנאלע שטריכן בא דעם 
מײַסטער. מיר זעען אים, װי א טיפן קענער פון ייִדישן 
לעבן אין רוסלאנד, װי א היסטאָריקער און דיכטער פונעם 
לעבן אין געװעזענעם טכום. דער קינסטלער האָט זיך 
קוינע-שעם געװען אלס טיפזיניקער אינטערפרעטאטאָר 
פון דער ליטעראטור, װאָס שפיגלט אָפּ דעם שטייגער או 
דעם כאראקטער פון די ,קליינע מענטשעלעך". 

דער שטייגער פון ייִדישן שטעטל אין צארישן רוס" 
לאנד איז גאָרשמאנען גוט באקאנט פון זײַן אײגענער 
דערפארונג. ער איז געבוירן אין װײַסרוסלאנד אין 1902 
און ביז אכצן יאָר געלעבט אין נאָװאָבאָריסאָ. גאָרש- 
מאנס איליוסטראציעס זײַנען מערקװירדיק מיט דער 
װאָרהאפטיקײַט פון די זשאנער-דעטאלן. איבערצײַגעװדיק 
איז ער אויך מיט דער ,אײַנגערעזשיסירטקײַט" פון די 


מאסן-סצענעס, מיט דער אױיסדריקלעכקײַט פון די כאראק- 
טערן פון די אַנצאָליקע העלדן פון די ראָמאנען, דערצייי 
לונגען, נאַװעלן, װאָס ער האָט איליוסטרירט. אַבער באם 
גאנצן זשאנער-קאליידאָסקאָפּ -- הומאָריסטישן, אומעטיקן, 
רירנדיקן און טראגיש-ביטערן -- פארלירט ניט דער 
קינסטלער דאָס סאמע װיכטיקע. ער האָט פארהיט און 
דערטראָגט דעליקאט צום צושויער דאָס ליכטיקע געַי 
שטאלט פונעם ,קליינעם מענטשעלע" דורך דער אלגעמייי 
נער שטימונג פון זײַנע גראפישע קאָמפאָזיציעס, פונקט 
װי ער װאָלט געצערטלט דעם װײ פון די געקריװודעטע. 
גאָרשמאנס שטריך קאָן אָבער אָפט װערן אויך שטעכעדיק 
און ביטער. 

א גרויסע אויסדרוק-קראפט האָט גאָרשמאן דערגרייכט 
אין די איליוסטראציעס צו באבעלס ,רײַטער-ארמײי". זײ 
זײַנען געצייכנס מיט טוש און צינקווייס. די עקספרעסיווע 
מיטלען פון שווארצ-װײַסער גראפיק האָט דער קינסטלער 
ריט אויסגענוצט, קעדיי צו שאפן טיפע, װאָגיקע 

עשטאלטן. 

מ. גאָרשמאן באהערשט אויסגעצייכנט די 
ארטיקע גראפישע טעכניק -- ער צייכנט מיט טוש 
ליטאָגראפיעס. עס איז גענוג צו זען די סעריע לי 
פיעס ,ייִדישע טענץ", קעדיי זיך איבערצײַגן, סארא טא 

לאנטפולער גראפיקער ער איז. 
אין מ. גאָרשמאנס בילדער װערט די ט פארי 
אנדלט אין א בייגעװדיקער עמאָציאַנעלער אויסדריקלצי 
כער שפּראך, וועלכע נעמט אן אקטיוון 
פון די געשטאלטן. 

ס'װעט אמאָל קומען א צײַט, װען 
איליוסטראציעס װעלן ארויסטרעטן אין א 
נעמלעך אלס איליוסטראציעס פון היסטאָרישן 
װעלן דאָך זיכער אװעק אין דער פארגאנ 
שטריכן פון דעם אלטן ייִדישן שטייגער... 
מאָלערײַ דינען אלס קינסטלערישע דאָקומענטן, פונקט 
אזוי װי עס דינען אלס קינסטלערישע דאַָקומענטן 
די שאפונגען פון דער ליטעראטור. 


אָנטײל אינעם בוי 


נצם = 


ם אייכעס, 


עס 


טאטיאנא גוריעווא 


'9--=60 


קאָנזענטאלן פון דעדאקציע 
שטריכן פון ש.-י. אגנאַנס שאפונג 


שמועל-יויסעף אגנאָן, דער 
גרויסער בעלעטריסט פון 
ייִסראָעל, האָט באקומען די 
נאָבעליפרעמיצ פארן 1966. 
אין שײַכעס דערמיט דארף 
קױדעמקאָל אָפּגעמערקט 
װערן די װיכטיקע באדײַטונג 
פון אגנאָנס שאפונג, װאָס 


איז א 


פרינציפיע?-אייגנאר- 


טיקער שטראָם אין דער פראַי 
זע אף איװריט. די פון לאנג שוין אײַנגעבירגערטע אן 
און פאר זיך ריכטיקע באהויפטונג װעגן דער האשפּאָץ 
פון העברעיש אף ייִדיש און פון דער העברעיִשער ליטע: 
ראטור אף דער ייִדישער מוז בא דער שײַן פון ש.י. אג" 
נאָנס אפונג דערגאנצט װערן מיט די װײַטגײענדיקע 


אויספירן, װאָס דרינגען ארויס פונעם קעגנזײַטיקן פּראַי 
צעס, דה. פון דער האשפאָץ פון ייִדיש אף איוריט און 
פון דער ייִדישער ליטעראטור אף דער איוריטיליטעי 
ראטור 

אגנאַנס שאפונג וארפט אויך אָפּ די טעאָריעס װעגן 


דעם, אז די טעמע פון די װערק, וועלכע װערן אין ייס 
ראָעל געשאפן אפן הײַנטצײַטיקן העברעיִש, דארף זײַן נ 
דער ,גאָלעס", נאָר בלוין דאָס ביבלילאנד און די מע" 
דינע ייִסראַעל. בא שמועלייויסעף אגנאָנען געפינט דער 
לײענער אזא שלאל שילדערונגען פונעם מיזרעך-אײיראָי 
פּעיִשן (גאליציאנישן) שטעטל-שטייגער, אז עס װעט ניט 
זײַן קיין גוזמע צו ריידן װעגן דעם איבערוף פון דעם 
קלאסיקער פון דער העברעישער פּראָזץ מיט די קלאסיי 
קער פון דער ייִדישער ליטעראטור, דערהױיפּט מיט מעני 
דעלען אין זײַן פריען פּעריאָד. 

ס'איז אויך נייטיק אָפּצומערקן, אז בא דער גאנצער 
סטיליזירטער ארכאיִשקײַט און אלעגאָרישקײַט פון אגנאָנס 
װערק איז ניט שװער צו אָנטאפן אין זי דעם דויפעק פון 
אונדזער א האגאם אגנאָן איז, װי באװוּסט, א שרײַי 
בער פון דער פאָרמאציע פונעם אָנהײב יאָרהונדערט. 
גענוג אַנצורופן אזעלכע שעדעוורען, װי ,אורח נטה ללון" 
(,א גאסט אף א װײַל"), ,האדונית והרוכל" (,די פריצטע 
און דער פעדלער") אא., קעדיי עס זאָל באשײַמפּערלעך 
קלאָר װערן, װי רעאל עס איז דער אופרײַסישטאָף קעגן 
פאשיזם און רעאקציע, װאָס אין פארבאָרגן אין אגנאָנס 
פראַזע-שאפונגען. ס'איז ברייט באװוּסט, אז שמועל-יויי 
סעף אגנאָן שטעלט זיך קיינמאָל ניט אין קיין פאָזיציע פון 
קאָנפליקטירן מיט דער נײַער צײַט, נאָך מער -- אין 
,אורח נטה ללון" קומט ער צום אויספיר, אז די שליסל 
פונעם קאטאסטראָפאל געטראָפענעם אלטן ייִדישן לעבן 
דארפן איבערגיין צו דעם טרעגער פון נײַץ אידייען-- 
צום קאָמוניסט יערוכעם כאָפּשי. 

דאָס צופאסקענען ש.י. אגנאָנען דעם נאָבעליפרין 
ברענגט, אָן סאָפּעק, פיל קאָװעד און אָנזען דער פאר- 
שיידנשפראכיקער ליטעראטור בא ייִדן. 


= 


סענטימענטאלע שורעס ועגן 
א נײַעם ייִדישן זשורנאל 


נײַץ יִדישע זשורנאלן, װי } 
שוואך:באשיצטע בלעטער אף ם 
דעם אָסיענדיקן װינט.. צי 


דער 


א ר ט 


װעלן זײי לאנג זיך אופ- ר 
האלטן? צי װעט זײ סטײַען א יי = 
קויעך? 

אָט אין איינער פון זײ. 
אין דער שטאָט סידניי (אװ* = 
סטראליע) אין ארויס זײַן 
ערשט העפטל אין נאַָיאבער נשז- 4י 


5. קיין צװייט העפטל 
האָט דערװײַל נאָך אונדזער רעדאקציע ניט באקומען. 

פינף קורצינקע ארטיקלען און איין ליד זײַנען אָפגע- 
דרוקט אף די 20 זײַטלעך פון בראַשור-פאָרמאט פונעם 
ערשטן נומער ,סידנייער ייִדיש-אינדזלײ, די אװטאָרן: צװײי 
פון ניוייאַרק, איינער פון טשיקאגאָ, איינער פון ייִסראַעל 
און איינער פון מאָנטרעאל. 

און פון סידניי? קיין אייגענע ייִדישע שריפטשטעלער 
זײַנען דען ניטאָ צװישן די 70 טויזנט ייִדן פון אווסטרא- 


זײַנען 
ליע? 

מיר אין סאָװעטנפארבאנד זײַנען געװוינט, אז װען עֶר- 
געץ הייבט מען אָן אטא א צײַטשריפט, הייסט 
עס, אז ארום איר האָבן זיך צונויפגעזאמלט אַרטיקץ 
אװטאָרן, װעלכע זאָגן צו אן אייגענעם בײַטראָג און זי 
נעמען טאקע גלײַך פון ערשטן נומער אַן באװײַזן, װאָ 
זי קענען... 

2 ,סידנייער ייִדיש-אינדזל" איז, דארפן מיר געדענ- 
קען, אין סאמע-סאמע אָנהײב. ס'איז מינאסטאם נאָך פרי 
אים צו געבן אייצעס, דאָס קליינע אינדזעלע (אנטדעקט 
פונעם פארלאג ,ראָזשינקעס און מאנדלען") איז, ניט פאר 
קיינעם געדאכט, גלײַך ארונטערגעפאלן אונטער א גצַ- 
פאר פארטרונקען צו װערן פון די מוירעדיקע פינאנץ- 
כוואליעס. 

װען מיר מישן אוף דעם ערשטן נומער ,סידנייער 
ייִדיש-אינדזל", דערזעען מיר גלײַך אן אופשריפט, אן 
דער זשורנאל ,גײט ארויס לעסאטע לוט מעגלעכ- 
קײַטן"... דה. ער װעט דערשײַנען אזוי לאנג, װי ער 
װעט אויסהאלטן, און אי אָפט, װי ס'װעלן דערליבן 
די מעגלעכקײַטן... ,סידנייער ייִדן, -- שרײַבט אין זײַן 
קורצן ארײַנפיר דער פארלאג, -- זײַנען פארביזנעװעט, 
האָבן נישט קיין צײַט"... און װײַטער, אף דער דריטער 
זײַט פון דער הילע, באם פארמאכן דאָס העפטל, לײע- 
נען מיר א צװײטע װענדונג פון פארלאג צו די לײץ- 
נער: ;אויב דיר געפעלט אונדזער קלײנער זשורנאל, 
בעטן מיר דיך, העלף אונדז, אז מיר זאָלן זײַן בעקויעך 
אים קעסיידער ארויסצוגעבן.. זע זאם זיך נישט, שיק 
טייקעף א טשעק".. 

מיט א געדריקטן געמיט ברענגען מיר די דאָזיקע 
טרויעריקע געשיכטע װעגן די ערשטע שװערע טריט פון 
א נײַעם ייִדישן זשורנאלכ? אין איינעם פון די לענדער, 
װוּ די אנטיסאָװעטישע רעאקציע האלט זיך אין אײן 
.אָנעמען* פאר די ייִדישע שרײַבער אין... סאָועטנפאר- 
באנד. 


די מאדאָנע פונעם קינסטלער 
באָטיטשעלי 


אינעם מאָסקװער מוזיי פון מאָלערײַיקונסט אפן נאָמען 
פון א. ס. פושקין געפינט זיך די בארימטע מאדאָנע 
פונעם קינסטלער באָטיטשעלי -- א מוטער נייגט אָן איר 
קאָפּ צו איר אייפעלע... 

די געשיכטע, װי דאָס בילד קומט אין מוזיי, איז אזא. 

אין איינעם א פרילינג אָװנט פון 1918 איז צום פא" 
ראד-ארײַנגאנג פון א גרויס הויז אף ארבאט צוגעפאַרן 
אן אװטאָ מיט אן אויסלענדישן פלאג אפן ראדיאטאָר. אף 
די מירמלנע טרעפ אין ארוף אן עלעגאנט געקלײידטער 
מענטש פון מיטעלן עלטער. דאָס איז געװען דער דײַטשײ 
שער געזאנדטער אין מאָסקװע גראף מירבאך. 

-- איך בעט אנטשולדיקונג, מיט װאָס קאָן איך אײַך 
דינען? -- האָט געפרעגט באם געזאנדטן די באלעבאָסטע 
פונעם הויז מעשטשערסקאיא. 

-- איך בין געקומען, פירשטן, פאָרלייגן אײַך אונדזער 
הילף, קעדיי אײַך און אײַער טאָכטער ראטעװען פון די 
באָלשעװיקעס. 


מיט טויזנטער יאָרן 


צוריק פון מיטלאלטער. 


עפאַכע און דערגײען ביז דער עפאַָכע 


-- װאָס זשע װילט איר אונדז פאַרלייגן? 

-- עס איז גענוג איין װאָרט אײַערס, און מיר װעלן 
אײַך אריבערפירן קיין בערלין. דאָרט אין באנק װעט אף 
אײַך ווארטן א גאנץ פארמעגן -- אָנדערהאלבן מיליאָן 
גאָלדענע רובל. 

-- פאר דער מאדאָנע? 

דער געזאנדטער האָט מיט דערעכערעץ פארנייגט זײַן 


קאָפּ און געזאָגט װײַטער: 

-- זיי װעלן דאָך אײַך דערהארגענען. גיט א טראכט 
װעגן זיך! 

אף מאָרגן אינדערפרי האָט מען די פרוי מעשטשער- 
סקאיא אײַנגעלאדן צום פאָרזיצער פון װעטשעקא. 

-- איר האָט פארקויפט דײַטשלאנד באָטיטשעליס בילדז 

-- ניין, איך האָב עס ניט פארקויפט. 

-- װוּ זשע געפינט זיך דאָס בילד איצט? 

-- בא מיר. 

-- איר קאָנט אונדז זאָגן, 

-- יאָ, כאָטש טייקעף. 

מעשטשערסקאיא האָט אַנגעשריבן אף א בייגעלע פא" 
פיר צו איר טאָכטער: ,קיטי! גיב אָפּ באָטיטשעלין. 
מאמע". 


קאָנקרעט װוּ? 


זיך אויסגעבילדעט אן אײַזימאסיו. 
אין אַט דעם אײַזדקאסטן, װעלכן די 


דער פראנצויזישער אסטראַנאָם, 
מאטעמאטיקער און פיזיקער פיער 
לאפלאס האָט אמאָל געזאָגט: .דאָס, 
װאַס מיר װײסן, איז באגרענעצט, 
דאָס, װאַס מיר װײסן ניט, -- האָט 
קין סאָף ניט*. אין די גרענעצלאָזע 
װײַטן פונעם קאַסמאָס גײען אװעק 
ראקעטעס, קעזיי דערװיסן זיך די 
סױידעס פון דער אלװעלט. נאַר אויך 
אף אונדזער ערד זײַנען פאראן א 
סאך סױידעס. די ארכעאַלאַגיע -- אָט 
די ראקעטע אין די אוראלטע צײַטן-- 
ברענגט אונדז אלץ נײַע און נײַע 
אנטדעקונגען, װעלכע עפענען פאר 
אונדז א װעלט מיט פיל אומגעריכטע 
זאכן. 

דערפאר טאקע האָט ארויסגערופן 
אין אויסלאנד א גרױיסן אינטערעס 
די אוניקאלע אויסשטעלונג אדי ארי 
כעאַלאָגיע אין פססר", װעלכע האַט 
ניט לאנג צוריק זיך געעפנט אין דער 
הויפטשטאָט פון האָלאנד האאג. 

צװײ שטאָק פונעם האאגער שטאָי 
סישן מוזײ פארנעמען די טױזנטער 
און טױזנטער עקספאָנאטן, װעלכע 
הײבן זיך אַן פון דער פאלעאַליטי 


16 


אף דער אויסשטעלונג זײַנען עקס- 
פאַנירט דענקמעלער פון דער קול- 
טור און קונסט פון די סקיטן, זי 
זײַנען אלט זריטהאלבן טױזנט יאָר; 
אוניקאלע בעכערס, צירונג, שפיצן 
פון פּײַלן, אײַזערנע שװערזן, זיל- 
בערן געפעס, בראַנזענע קעסלען, 
גאָלדענע באפוצונגען צו שיידלען און 
הענטלעך פון שװערדן. אין גרויסן 
זאל פון דער איסשטעלונג, געװיד: 
מעט דעם ערשטן יאַרטױזנט ביז 
אונדזער צײַטרעכענונג, פארנעמען 
דאָס צענטראלע אַרט די װיטרינעס, 
װוּ עס זײַנען באװיזן די סקיטישע 
און גריכישע גאַלדיאױצרעס. 

אף דער אויסשטעלונג זײַנען עקס- 
פאַנירט א סאך אוניקאלע כפייצים, 
װעלכע מע האָט געפונען אין די סקי- 
טישע קורגאנעס אין די ראיאַנען פו- 
נעם זניעפער און קובאן. די אופ- 
מערקזאמקײַט פון די באזוכער ציִען 
צו די דענקמעלער, װעלכע מע האָט 
אנטדעקט אין די בארימטע פאזירי- 
קער קורגאנעס אין דאָרעס-אלטײַ. אין 
זי דאָזיקע קורגאנעס איז אמאָל אָנ- 
גערונען װאסער. זאָס װאסער איז 
פארפרוירן געװאַרן, און עס האָט 


נאטור אליין האַט אױסגעבויט, האָבן 
זיך אין פארלויף פון טויזנטער יאָרן 
אײַנגעהיט כפייצים פון האַלץ, לעי 
דער, אפילע דער קערפער פון א 
פירער, גופים פון פערד. גוט האַט 
זיך פארהיט די טאטויַרונג אפן לײַב 
פונעם פירער. עס איבעראשט די 
מײַסטערשאפט, מיט װעלכער עס איז 
איסגעשניצט פון האַלץ דער קאַפ 
פון א לעגענדארן גריפאַן -- א מאַני 
סטער מיט א קאַפ פון אן אָדלער און 
א גוף פון א לייב. 

יעדער נײַער זאל באװײַזט א נײַע 
צײַט אָט איז דער זיבעטער יאַרהונ"י 
דערט ביז אונדזער צײַטרעכענונג. דאַ 
זײַנען עקספאַנירט די פערזענלעכע 
כפייצים פון די קיסאַרים פון 
אורארטו -- פון דער סאמע אוראלי 
טער מעלוכע אף קאװקאז. אַט איז 
דער ריזיקער מעטאלענער שליסל פון 
דער אוראלטער פעסטונג טײַשעבאיני 
(אירע רעשטן האָט מען געפונען 
לעבן ערעואן). דער שליסל האלט 
א האלבן מעטער די לענג. 

די היסטאַרישע אויצרעס, אוראלטע 
אנטיקן, דענקמעלער פון װײַטע טקוי 
פעס װערן זאָרגזאם אָפגעהיט. 


די ליסטריגאָנען האָבן זיך אָפּגעזוכט 


האַמער האָט דערצײילט דער מענטשהײַט װעגן טראָיע. די מענטשן האָבן אָבער אין מעשעך פון העכער 
צװיי טויזנט יאָר געהאלטן, אז האָמערס עפאָס איז א שיין מײַסעלע, אן אויסטראכטעניש, א פאנטאסטישע לעגענ- 
דע. ערשט צום סאָף נײַנצעטן יאָרהונדערט האָט זיך באװיזן א מענטש, װאָס האָט דורכגעפירט אױסגראָבונגען 
און אנטדעקט טראָיע. דאָס איז געװען הענריך שלימאן, 

שלימאנס אידיי איז פאָריקן יאָר נאָכאמאָל גלענצנדיק באשטעטיקט געװאָרן. דער פראנצויזישער געלערנ- 
טער פערנאן בענוא האָט אין די היילן אף איינעם אן אינדזל לעבן קאָרסיקע אנטדעקט רעשטן פון לאגערונגען 
פון די אוראלטע אײַנװױנער פון אָט די ערטער. אין די רעשטן פון שײַטערס האָט דער פראנצויזישער געלערנ- 
טער געפונען צװישן די ביינער פון װילדע כײַעס אויך מענטשלעכע בינער. א סאך פון זײ זײַגען געװען צע- 
מאָלן. װײַזט אויס, אז אין יענע צײַטן האָבן די מענטשן געהאלטן די מארך-ביינער פאר א דעליקאטעס. 

און דאָ האָט פערנאן בענוא זיך דערמאַנט א קאפּיט? פון האָמערס ,אָדיסײע". אינעם קאפיטל װערט דערי 
ציילט װעגן א לעגענדארן פאָלק ליסטריגאָנען, מיט װעלכן אָדיסײ האָט זיך באגעגנט נאָך דער טראָיאנער מיל- 
כאָמע. די ליסטריגאָנען זײַנען געװען בלוטדורשטיקע מענטשנפרעסער. זיי האָבן צעשמעטערט אָדיסײס עלף 


שיפן און פארצוקט זייערע מאנשאפטן. געראטעװעט האָט זיך בלוין האָמערס דורכגעטריבענער העלד.' 
;עס קאָן זײַן, -- האָט געמאכט דעם אויספיר בענוא, -- אז די קאָרסיקאנער מצנטשנפרעסער זײַנען טאקפ 
געװען יענע ליסטריגאָנען, װעגן װעלכע האָמער האָט געשריבן אין זײַן אומשטערבלעכן עפּאָס". 


איז אוירװינג 
בערלין? 


וו ע ר 


דער פּאָפולערער אמעריקאנער 
קאָמפּאָזיטאָר אוירװינג בערלין אין 
לעצטנס אלט געװאָרן 78 אאָר. 
אוירװוינג שאפט שוין זעכציק יאָר 
צײַט. זינט 1907 האָט ער אָנגעשריבן 
העכער נײַן הונדערט זינגלידער. 

אוירװוינג בערלין איז געבוירן אין 
א רוסישן דאָרף טעמון, אף דער 
גרענעץ פון סיביר, אין 1888. א 
פיריאָריק ייִנגל איז ער געקומען קיין 
אמעריקע. זײַן נאָמען איז געווען ייס" 
ראָעל באלין. זײַן פאָטער איז געװען 
א ראָװ און א כאזן. אין עלטער פון 
4 אאָר איז ייִסראַעל אנטלאָפן פון 
דער היים און געװאָרן א באהעלפער 
בא א וואנדערנדיקן זינגער. 

אין א קאפע האָט ער אָנגעשריבן 
די ליד ,מערי פּראָם מאָני איטאלי" 
(מערי פון דער זוניקער איטאליע) 
דאַס איז געװען דער אָנהײב פון זײַן 
פאנטאסטישער קאריערע. 


אוירװוינג בערלין קען נישט ניט 
לייענען, ניט שרײַבן נאָטן. פרעגט 
זיך: װיָאזוי האָט עֶר באװיזן צו 
שאפן אזויפיל מוזיקאלישע װערק, 
פון װעלכע א באדײַטנדיקע צאָל אין 
ארײַן אין אויצער פון די אמעריקא- 
נער געזאנגען? 

אן ענלעכער פאל איז באקאנט אין 
דער געשיכטע פון ייִדישן טעאטער. 
אװוראָם גאָלדפאדען, דער פאָטער פון 
ייִדישן טעאטער, װעלכער האָט אָנ 
געשריבן אזעלכע אָפּערעטעס, װי 
,שולאמיס", ,באר-קאָכבא", , די צװײי 
קונילעמלס", און א סאך אנדערע, 
האָט ניט געקענט שרײַבן אָדער לייע- 
נען נאָטן. 

ווען אוירוינג בערלין פארפאסט 
א ליד, די װערטער מיט דער מעלאַי 
דיע, זינגט עֶר זי איבער פאר איינעם, 
ועלכער שרײַבט אָן אף פאפּיר דעם 
טעקסט מיט דער מוזיק. פיאנע 
שפּילט עֶר לויטן געהער. די ערשטע 
יאָרן האָט ער זיך געפילט אין א 
גרויסער פארלעגנהײַט. ער דערציילט, 


אז װיקטאָר הערבערט, א באװוּסטער 
אמעריקאנער טעאטראל און אָפֹּעַי 
רעטן-מײַסטער, האָט אין 1916 בא" 
שטעלט בא בערלינען מוזיק פאר א 
מוזיקאלישער פיעסע, װאָס ער האָט 
זיך געגרייט אופצופירן. בערלין האָט 
זיך פארטרויט הערבערטן, או 
ער האָט זיך ניט אויסגעלערנט די 
טעכניק פון זײַן פּראָפּעסיע, און האָט 
געפרעגט בא אים אן אייצע, צי ער 
זאָל ניט אופגעבן זײַן ארבעט און 
זיך נעמען לערנען מוזיק. װיקטאָר 
הערבערט זאָל אים האָבן געענט. 
פערט: ,אוירווינג, װען איך זאָל זײַן 
אף דײַן אָרט, װאָלט איך זיך װײניק 
גענומען צום הארצן. דו האָסט א 
נאטירלעכן טאלאנט צונויפצושטעלן 
װערטער מיט מוויק, דאָס האָט א 
זינען. אָבער א ביסעלע װיסן װאָלט 
ניט געשאדט". 

אוירוינג בערלין האָט זײַן ארבעט 
אף קיין איין מאָמענט ניט איבער' 
געריסן, און קיין מוזיק האָט ער זיך 
ניט געלערנט. 


;די לעצטע פּאסירונג" פון ראָבין הוד 


דער לעגענדארער ראַבין הוד מיט זײַן כֹאיל האָט, װי באװוּסט, געװוינט אין שערװוּדער ואלד. מיט א 


קורצער צײַט צוריק איז אין דעם דאָזיקן וואלד פאָרגעקומען אן אינטערעסאנטע צערעמאָניע. דער נאָטינגהעמער 
שעריף עליאָט דערהעם האָט אין דער טיפעניש פון וואלד צעװיקלט א מעגילע, װעלכע איז אויסגעפורעמט געװען 
אין א פארצײַטיקן סטיל, און מיט א הויך קאָל פאָרגעלײענט זײַן אייגענעם אוקאז: ,איך, דער שעריף דער 
נאָטינגהעמער, נעם אראָפּ פון ראָבין הודן און זײַנע פײַלנבויגנטרעגער אלע באשולדיקונגען אין באגיין מײַסים, 
וועלכע װידערשפרעכן די געזעצן און אָרדעגונגען פון דער פארגאנגענהײַט". : 

דערהעם שטאמט פונעם פארצײַטיקן שעריף פון נאָטינגהעם, װעלכער האָט אין אכצעטן יאָרהונדערט פאר'* 
פאָלגט ראָבין הודס אַטריאד דערפאר, װײַל ער פלעגט אָפּנעמען בא די רײַכע מענטשן זײיערע פארמעגנס און 
צעטיילן זיי צװישן דער אָרעמשאפט. דער שעריף דערהעם האָט געזאָגט, אז האגאם די פּאָליצײ האָט ניט קיינע 
דאָקומענטן, װעלכע זאָלן דינען אלס באשולדיקונג קעגן ראָבין הודן, דאָך האָט ער געפונען פאר נייטיק צו אמ- 
ניסטירן אים, װײַל ;עס זײַנען פאראן מענטשן, װעלכע האלטן אויך איצט, אז די ראָבינהודאָווצעס זײַנען באנ- 
דיטן", 

ראָבין הוד האָט אוויארום, כאָטש אין זיבן הונדערט יאָר ארום, דאַך דערװארט זיך אֹף אן ,אָפיציעלער 
רעאביליטאציע". 


,אף אלע טעג פון א גאנץ יאָר" 


אונטער אזא נאָמען איז אין ווארשע דערשינען א בוך, 
צונויפגעשטעלט פון י. גוטקאָװיטש. דאָס איז אַבער ניט 
קײן קאלענדאר אף א באשטימטן יאָר, װי מע קאָן 
מיינען לויט דעם נאָמען. דער צונויפשטעלער שרײַבט: 


,דאָס איז גיכער א זאמלונג פון די נייטיקסטע דא" 
טעס און װיכטיקסטע ביאָגראפישע יעדיִעס, דעריקער 
װעגן ייִדישע שרײַבער, קינסטלער און געלערנטע און 


אויך װעגן ניטייִדישע.., װאָס האָבן איבערגעלאָון קעגי 
טיקע שפורן אין דער ייִדישער אָדער װעלט-קולטור". 
מיר האָבן פאר זיך, הייסט עס, אײנצײַטיק אי א קאי 
לענדאר, אי א האנטבוך. ס'װוערן געגעבן ביז גאָר קורצע 
יעדיִעס װעגן אן ערעך 650 פּערזענלעכקײַטן. בא יעדערן 
װערס אָנגעװיזן די דאטע און אָרט פון געבוירן, אייניקע 


ביִאָגראפישע יעדיִעס און די װיכטיקסטע װערק (כוץ די 
װײניקע פאלן, װען ס'איז געװען אומעגלעך געבן פינקט- 
לעכע יעדיעס). דאָס איז דער גרעסטער טייל פון דער 
אויסגאבע. כוץ דעם, װעלן פארן לייענער זײַן אינטערץ- 
סאנט די גרויסע צאָל לידער, פאָלקלאָר-מאטעריאלן, 
ווערטלעך און אנעקדאָטן און אויך רעפּראָדוקציעס פון 


באװוּסטע בילדער. דאָס בוך ענדיקט זיך מיט: 1) א כראָי 
נאָלאָגיע פון ייִדישער געשיכטע פונעם אלטערטום ביז 
הײַנטיקן טאָג; 2) סטאטיסטיק פון דער צאַל ייַדן אף דער 
װעלט; 3) צװיי רעקאַמענדיר:צעטלען -- פון דער ייִדיי 
שער און פון דער וועלט-ליטעראטור. 

אין דער ייַדישער ליטעראטור איז אזא בוך א נײַס. 
קעדיי צונויפשטעלן אים, האָט מען געדארפט דורכמאכן 
א לאנגע און שװערע ארבעט, דורכשטודירן א רײ צני 
ציקלאָפּעדיעס, לעקסיקאָנען, האנטביכער, ביבליאָגראפי- 
שע אָנװײַזערס ניט נאָר אין ייִדיש, נאָר אויך אין העב- 
רעיש און אנדערע שפּראכן. דער צונויפשטעלער י. גוט- 
קאָװיטש האָט אזא ארבעט דורכגעפירט, אים קומט א 
יאשער-קויעך. דאָס בוך אינגאנצן גענומען װעט זײַן איני 
טערעסאנט און באלערנד פארן מאסןלײענער און װעט 
צוניץ קומען שרײַבער, רעדאקציע-טוער, װיסנשאפטלער 
אין זײיער פּראקטישער ארבעט. דער פארלאג ;ייִדבוך" 
האָט געמאכט א גוטן אָנהײב. 

אין דעם נוצלעכן קאלענדאר האָבן זיך אָבער ,דורכ- 
געריסן" א ריי גרײַזן, װעלכע דערקלערן זיך טײלװײַז 
דערמיט, װאָס די קוואלן, מיט װעלכע דער צונויפשטעלער 
האָט זיך באנוצט, זײַנען אליין געװען פארגרײַזט. מיר 
װעלן זיך אף די פארשיידענע אומפּינקטלעכקײַטן און 
בלויזן, זאָל זײַן ניט אף אלע, אָפּשטעלן. מיט דעם װעלן 
מיר, גלייבט זיך, מיטהעלפן די, װעלכע װעלן זיך מיטן 
בוך באנוצן, און אויך דעם איניציאטיװן און ארבעטזא- 
מען י. גוטקאָװיטשן אין זײַן װײַטערדיקער ארבעט אין 
דעם געביט. 

פריער -- װעגן א פּאָר מעטאָדאָלאָגישע פראגן. 

1. דער צונויפשטעלער (און דאָ מיינען מיר אויך דעם 
פארלאג) האָט ארייַנגענומען אינעם בוך נאָר... געשטאָר- 
בענע שרײַבער! קיין איין שרײַבער, קינסטלער, געלערנ- 
טער, פּאָליטישער טוער פון די, וועלכע לעבן בא הײַנטיקן 
טאָג, זײַנען אין בוך ניטאָ. פארװאָס? י. גוטקאָװיטש 
שרײַבט אינעם פאָרװאָרט: ,קעדיי אױיסצומײַדן מיספאר- 


148 


שטייענישן און פאָרװוּרפן אין ניט-אָביעקטיװוקײַט בא דעם 
אויסואל פון נעמען, האָב איך געגעבן נאָר פארשטאָר: 
בענע שרײַבער, קינסטלער און פּאָליטישע פערזצנלעב- 
קײַטן". ניט קיין איבערצײַגנדיקער מאָטיו! דאָס הייסט 
דאָך פארוואנדלען די לעבעדיקע ייִדישע ליטעראטור אין 
אן אָפּגײענדיקער, און דעם בוך -- אין א מין פינקעס 
פון א היסטאָריש-ליטערארישער סװיװע. דער לײענער 
װיל אָבעֶר װיסן װעגן די שרײַבער און קולטור-טוצר, 
װעלכע זײַנען טעטיק אויך בא הײנטיקן טאָג. ער דארף 
זען, אז די ייִדישע קולטור און ליטעראטור לעבן, אן 
דוירעס זײַנען אװעק און דוירעס זיינען געקומען. צי קאָן 
א מעגלעכער קאפּריז פון א װאָסער-:ניט-איז שרײַבער די 
גען פאר אן אָפּהאלט צו װײַזן דאָס פאָנעם פון דער לצי 
בעדיקער ליטעראטור פון א פאָלק? 

2. אין קאלענדאר, שרײַבט דער צונויפשטעלער, זײַנען 
אויסגעמיטן געװאָרן כאראקטעריסטיק; 3 
ציפ איזן אינעם בוך ניט שטענדיק אויסגעהאלטן 
וערן כאראקטעריסטיקעס אָפט יע ן. און דאָס איז גוט, 
מע שרײַבט דאָך װעגן מענטשן, הו יק 
אין דער ליטעראטור און אין לעבן. 
פארשיידענער גרייס און באד אי 
װיסן די ראָליע און דאָס אָרט, װאָס יעדערער 
מען. 

לאַמיר איצט פרוּװן פאריכטן א 
לעכקײַטן (און עפשער װוּיניט-װוּ פּאָטעטע דרוקפצלערן, 
וועלכע זײַנען אָבער ניט פאריכט געװאָרן אינעם טיקני 
טאָעס-בלעטל), מיר גיבן זיי לויטן סיידער פון די נעמען 
אינעם בוך. 

ט. הײ ליקמאן בא אים איז ניטאַ קיין בוך ,גץי 
שיכטע פון די ייִדן אין פססר". , באָרוך שפינאָזע" איז אן 
ארטיקל אין זשורנאל ,, רויטע װצלט". 

י. שימ עליאַװיט שיוליס). 
ניִעל אָנגעשריבן א דערציילונג ,יוליס" און א פיעסעץ 
,פיר טעג" און ניט קיין דערציילונג ,פיר טעג" און א 
פיעסע ,יוליס". אגעװ, אף דער ז. 14 לײענען מיר טאקע 
װצגן דאניצלס גרעסערער נאַװעלע ,יוליס". 

מ. דאניַעל. ,אפן שװעל" איז ניט קיין זאמלונג 
דערציילונגען, נאָר איין גרעסערע דערציילונג. 

שמועליויסעף פין געדארפט אָנװײַזן, אז דער 
לעקסיקאָן איז א העברעישער, האָט געהייסן ,קנעסעס 
ייִסראָעל" און ס'איז ארויס נאָר דער ערשטער טל 
(א--י). 

י. צינבערג. באדארפט געװען דערמאָנען זײַן 
אויסשליסלעך גרויסן אָנטײל אין דער רוסיש-ייִדישער 
ענציקלאָפּעדיע. 

שמועצל װינער. ס'וערט ניט אָנגעװיזן, אז דער 
באװוּסטער ביבליאָגראף האָט פארעפנטלעכט דעם װיסן- 
שאפטלעכן קאטאלאָג ,קויהעלעס מוישע" (ניט פארענ- 
דיקט). ניט דערמאָנט איז זײַן װיכטיקע רעשימע פון 
ייִדישע לידער'זאמלונגען אין גינזבורג--מארעקס בוך 
,ייִדישע פאָלקסלידער אין רוסלאנד" (1901). אגעװו, אין 
שוין אין די סאָװעטישע יאָרן, נאָך ש. װינערס טויט, זײַן 
ארבעט פאָרגעזעצט געװאָרן, און אין 1936 י. האָט דער 


וע 
ענער דארף 
האָט פארנוי 


טייל פון די אומפּינקט- 


אינסטיטוט פאר מיזרעךוויסנשאפט בא דער װיסנשאפט. 
אקאדעמיע פון פססר ארויסגעלאָזט נאָך א העפט פון 
,קויהעלעס מוישע" (דער אָס ,0", צונויפגעשטעלט 
י. בענדער). דאָס יאָר פון ש. װינערס טױט -- 1919 -- 
איז אָנגעגעבן ניט ריכטיק. ער איז געשטאָרבן אלנפאלס 
ניט פריִער װי אינעם יאר 1926. 

אלעקסאנדער גראנאָװסקי 
אלעקסיי גראנאַװסקי. 


דארף זײַן 


י. אק סנפעלד. לױטן טעקסט פון דער נאָטיץ דארף 
מען מאכן אן אויספיר, אז אין , עמעסיי-פארלאג איז דער- 
שינען א צװײטע אופלאגע פונעם 1יטן באנד פון דער 
אקאדעמישער אויסגאבע פון זײַנע װערק (װעלכער איז 
פּריִער דערשינען אין קיַעװ). אין ,עמעס" איז אָבער 
ארויס נאָר ,דאָס שטערנטיכ?" און ,נאָך צװײי האָזן" 
(אין איין בוך). 

פּ. מאר עק. 
װערק 


ניט אָנגעװיזן, אז זײַנע אויסגערעכנטע 
זײַנען דערשינען אין רוסיש און ניט אין ייָדיש. 
זאָל דער לייענער װיסן װוּ צו זוכן. 

ב. אַלעװ סקי. ,פאר דער בינע". דאָס איז א זאמי 
לונג פון װערק פון פארשיידענע אװטאָרן. אָלעװסקי איז 
נאָר א צונויפשטעלער (צוזאמען מיט דאָברושינען און 
. גאָרדאָנען). 

ה. אָר לאנד. ער איז ניט געװען קין רעדאקטאָר 
פון דער צײַטונג , שטערן" און פונעם זשורנאל ,סאָװע- 
טישע ליטעראטור". 

קארל מארקס. די דאטע פון דער אנטשטײוּנג פו" 
נעם 1 אינטערנאציאָנאל -- 1869 -- איז ניט קיין ריכ" 
טיקע. ריכטיק איז דאָס יאָר 1864, װי עס װערט אָנגצי 
װיון אף דער ז. 325 (באם שלאָגװאָרט ,ערשטער איני 
טערנאציאָנאל"), 

אװראָם מיכ עלסאָן. פיזיקער. נאָבעל-לאורעאט. 
װער װעט זיך אַנשטױסן, אז עס גײט א ריד װעגן דעם 
באװוסטן פיזיקער אלבערט מײַקעלסאָן? , אװראָם מיכעל- 
סאָן" געקאָנט געבן אין קלאמערן. 

ב. ב אָ ראָכאָװ. געדארפט אָנװײַזן אף אזא װיכטײ 
קער ארבעט, װי ,די ביבליאָטײיק פונעם ייִדישן פילאָלאָג". 

מענדל בײליס. סאיז דערשינען זײַנס א בוך זיכי 
רוינעס. געדארפט אָנװײַזן. 

י. נוסינאָװ. ,צו זײַנע װיכטיקסטע ארבעטן גע" 
הערן: ,טעאָריעס", , געשיכטע פון דער ייִדישער ליטצ- 
ראטור פון מענדעלען". ניטאָ ביכלאל בא י. נוסינאָװן 
אזעלכע ארבעטן. 

מ. װינטשעװסקיי. די ;ערינערונגען" (מאָסקװע, 
6) װערן ניט אָנגעװיזן, און דעריקער די פולע 10-'בעג- 
דיקע אויסגאבע פון דער ,מאָרג"פרײַהײַט". 

י. שא צ קי. ער װערט אָנגערופן היסטאָריקער, ער 
איז אָבער אויך געװען א ליטעראטור-פאָרשער, טעאטער- 
פאָרשער און ביבליאָגראף. ,גאָלדפאדן-בוך" און ,250 יאָר 
ייִדישע פרעסע" שטעלן מיט זיך פאָר זאמלונגען פון 
מאטעריאלן און ארטיקלען פון י. שאצקי און אנדערע 


אװטאָרן. די זאמלונגען זײַנען צונויפגעשטעלט פון 
י. שאצקי. 
שלוימע איבן גװיראָל. ,זײַן גרעסטע לי 


דער-זאמלונג איז צו אונדז דערגאנגען אונטערן נאָמען 
,קסאוו מאלכוס". דאָ גיט, אפּאָנעם, א ריד װעגן דעם 
רעליגיעז-פילאָסאָפישן שיר אקעסער מאלכוס" (כתר 
מלכות). 

יעהויאָש. קײין איין בוך לידער פון דעם באװוּסטן 


פּאָצט װערט ניט אָנגעװיזן. און ארויס זײַנען דאָך א סאך 
בענדער! 

י. באָװ שאָװ ער. ,באָװשאַװערס לידער זײַנען דער- 
שינען אין מאָסקװע---כארקאָוו---מינסק". װי דארף מען עס 
פארשטיין? אין אלע דרײַ שטעט? דאָ גײט א ריד װעגן 
דער מינסקער אויסגאבע (מינסק, װײַסרוסישע אָפּטײילונג 
פון צענטרפארלאג). 

א. גור שטײןן. קײן ביכל אונטערן נאָמען אקרי 
טיש-ביבליאַגראפישע פארצייכענונגען װעגן שאָלעם:אליי- 
כעמען* איז בא גורשטיינען ניטאָ. 

ז. רײזען דערמאַנענדיק זײַן בוך ,פון מענדעלסאָן 
ביז מענדעלע", געדארפט אָנװײַזן, אז דאָס אין א כרע- 
סטאָמאטיע מיט ז. רייזענס ארײַנפירן. 

כאיִם גילדין בא אים איז ניטאָ אזוינע ביכער, 
װי , שלאכטן" און , פופצן יאָר אָקטיאבער אין דער ייַדי 
שער ליטעראטור". ס'איז פאראן אן אנסאַלאָגיע מיטן . 
נאַמען ,שלאכטן* און מיט אן אונטערקעפל , פופצן יאָר 
אָקטיאבער אין דער קינסטלערישער ליטעראטור". אין 
דער אנטאָלאָגיע זײַנען פאַרגעשטעלט עטלעכע צענדליק 
שרײַבער. כ. גילדין איז איינער פון די' צונויפשטעלער 
פון דער אויסגאבע (צוזאמען מיט ה. אָרלאנד און 
א. קאהאן). 

מאקס װינאװער. דארף זײַן מאקסים װינאװער. 
ער איז ניט געװען דער רעדאקטאָר פון ,יעװרייסקאיא 
סטארינאיי און ,װאַסכאָד". אגעו, איז אװאָסכאָד" ניט 
געװען קיין היסטאָרישער זשורנאל, האגאם אין אים 
פלעגן זיך דרוקן אויך היסטאָרישע מאטעריאלן. 

קאלמען מארמאַר. זײַן בוך הײסט ניט ,גע 
שיכטע פון קלאסנקאמף אין מיטלאלטער", נאָר ,געשיכטע 
פון קלאסנקאמף פון אלטערטום ביז הײַנט". 

אָצער שװארצמאן דאָס ערשטע ביכל זײַנס אין 
דערשינען ניט אין 1935, נאַר אין 1921 (,פון גאָלדענע 
װײַטן"). 

ע. ספיװאק. ,די שפּראך אין די טעג פון דער 
פּראַלעטארישער מילכאָמע". דארף זײַן -פאַטערלענדישער 
מילכאַמע". 

יויסעף ליבערבערג. דארף זײַן יַסראָעל לי 
בערבערג. זײַן ארבעט הייסט ,די אופגאבן פון דער ייִדי 
שער ביבליאָגראפיע". 

דער ניסטער. 
מאָטיון". 

בענציִען אלפעס. לאָמיר זאָגן, אז ס'האָט גע- 
האט א געװויסע בארעכטיקונג ארײַנשטעלן אינעם האנט- 
בוך ראשי (רשיי), דעם באלשעמטאָװ, דעם װילנער גאָען. 
אָבער װי קומט אהער אלפעס, װעלכער װערט פאָרגע- 
שטעלט װי א ,שריפטשטעלער" און ‏ איבערזעצער פון 
העברעיש"? זײַנע איװרעטײַטש-ספאָרים האָבן קיין שום 
ליטערארישן אָדער קולטור-װערט! 

ש. אניס קי. דער ריכטיקער נאָמען פונעם בוך איז: 
,דער ייִדישער כורבן אין פּױלן און גאליציע". 

לײב קװיטקאָ. בלויז אייניקע ביכער פונעם ערשטן 
פעריאָד פון זײַן שאפונג װערן אָנגעװיזן. פון אלע װיכ- 
טיקע װערק, װאָס קװיטקאָ האָט פארעפנטלעכט אָנגע- 
הויבן פון דער צװײטער העלפט 20:ער יאָרן און ביון 
8, -- קיין איינס ניט! 

מאקס עריק. געדארפט אָנרופן דעם נאָמען פון 
עריק--רייזענס כרעסטאָמאטיע: פון עליַיאָהו באָכער בין 
מענדעלסאָן. מע זאָל װיסן, פון װעלכן פּעריָאָד זײַנען די 
מאטעריאלן. 


דאָס בוך היסט ,געדאנקען און 


19 


איזי כאריק. פמינסקער בלאָטעס" איז פארעפנט- 
לעכט געװאָרן אין 1925. ,קאטערינקע" איז א נאָמען פון 
א ליד. 

באָרוך ספּינאָזע. באדארפט אָנװײַון, אז די 
.עטיקיי איז פאראן אויך אין ייִדיש (אגעװ, פארװאָס 
ביידע מאָל ,ספינאָזע* און ניט שפּינאָזע?). 

ש. ראָסין. סװערן אָנגערופן די ערשטע ביכלעך 
זײַנע, ביון 1922 יאָר. פון אלע ביכער, װעלכע זײַנען 
דערשינען אין די שפעטערדיקע עטלעכע און צװאנציק 
יאָר, איז קיין איינס ניט אָנגעװיזן. 

פרידריך ענגעלס. גצוזאמען מיט מארקסן אָנ- 
געשריבן ,די פראנצויזישע אידעאָלאָגיע*. דארף זײַן: ,די 
דײַטשישע אידעאָלאָגיע*. 

ב ער אָרשאנסקי ,אף כװואליעס* באשטײט ניט 
פון נאָװעלן. ס'איז דער ערשטער טייל פון א ראָמאן. 

ש האלקין דאָס בוך הײסט .קאַנטאקט* און ניט 
,קאָנטינענט". 

י. דאָברושין קײן בוך ,שאָלעם-אלייכעמס דרא- 
מאטורגיעיי אין בא י. דאָברושינען ניטאָ. ס'איז פאראן 
א בוך ,די דראמאטורגיע פון די קלאסיקער" (גאָלדפאדן, 
מענדעלע, שאָלעם-אלייכעם, פערעץ). 

דאָװיד פרישמאן אין דער נאָטיץ װעגן אים 
װערט אפילע ניט דערמאָנט, אז ער איז אויך געװען א 
קריטיקער. פרישמאן איז אזוי פאָרגעשטעלט, אז דער 
װײיניק באהאװונטער לײיענער דארף מאכן אן אויספיר, אז 
צר איז געװען א ייִדישער שרײַבער, װעלכער האָט גע- 
האט א שטיקל שײַכעס אויך צו העברעיַש! 

י. אָפּאטאָשו אארום גרענדיסטריט", ,די טענ" 
צערן". דאָס זײַנען ניט קיין צװײ באזונדערע ביכער, נאָר 
איין בוך אונטער פארשיידענע נעמען. 

נ: אויס לענדער. ,דער יונגער שאָלעם-אלייכעם 
און זײַן ראָמאן ,סטעמפּעניו* איז ניט ארויס אין א באזונ- 
דערן בוך. דאָס אין א גרעסערע פאַרשערישע ארבעט, 
אָפּגעדרוקט אינעם װיסנשאפטלעכן זאמלבוך ,שריפטן", 
1 ב. (קיִצװו, 1928). 

אָסקאר גרוזענבערג. סװערן אויסגערעכנט 
א ריי פּראַצעסן, אין װצלכע ער האָט אָנטײלגענומען -- 
כוץ דעם... בײליס-פּראָצעס. 

מ. װינער. ער איז ניס געװען קיין רעדאקטאָר פון 
דער ,רויטער װעלט". ,פּראָבלעמעס פון פאָלקלאָריסטיק" 
איז א זאמלבוך (װינער -- דער רעדאקטאָר און איינער 
פון די אװטאָרן). 


די רעקאָמענדיר-רעשימעס אין קאלענדאר װאָלט מען 
געקאָנט באגריסן. זײַנען זי אָבער ניט קיין דורכגעטראכטע 
און טראָגן א צופעליקן כאראקטער. סיװערן ערטערװײַז 
אָנגעװיזן פארעלטערטע אויסגאבעס, װי צ.ב. װינטשעװ- 
סקיס ,די פרײַהײַטס:הארפע", אין דער צײַט װצן סזײַי 
נען פאראן נײַערע אויסגאבעס. א טייל אָנװײַזונגען זײַי 


נען ניט קאַנקרעט (עדעלשטאט. לידער. װעלכע? ריזען. 
דערציילונגען און לידער. װעלכע? ער האָט דאָך אָנגעַי 
שריבן צענדליקער בענדער). און מיט װאָס פארדינט קאי 
האנאָווסקיס ביכל ,די שרײַבער בא זיך אין דער היים" 
צו פיגורירן אין א רעקאַמענדיר-רעשימע און רײזענס 
,עפּיזאָדן פון מײַן לעבן" -- ניט? דעם לייענער, וועלכער 
יל זיך באקאנען מיט יעהויאָשן, שיקט מען אָפּ צו זײַן 
טאנאך-איבערזעצונג. און גאָר. ס'װערט רעקאָמענדירט 
נוסינאָווס א ניט-עקזיסטירנדיקער בוך, און ליטװאקאָװ 
װערט אינגאנצן ניט רעקאַמענדירט. און פון כאריקס װערק 
קאָן מען רעקאַמענדירן נאָר די ,מינסקער בלאָטעס"? 
קושניראָװו, ראָסין, אָלעװסקי, יט דאניעל און 
אנדערע װיכטיקע שרײַבער װערן ניט רעקא 
מאָדנע איז אויך צונויפגעשטעלט די רעשימע פון די 
אװטאָרן. אָן קיין שום סיידער. אזוי, אז װען עמעצער װיל 
וויסן, װאָס פארא װערק פון א געװיסן שרײַבער ער זאָל 
לייענען, מוז ער דורכקוקן די גאנצע רעשימע. 


ס'איז ניט קלאָר, אף װעמען איז אויסגערעכנט די 
גרויסע רעשימע שרײַבער און ביכער פון דער װעלטילי 
טעראטור. אין ייַדיש זײַנען דאָך ניטאָ די װערק פון 
העראָדאָט, פלוטארך, קסענאָפּאָנט, צעזאר, פעטרארקא 
און נאָך און נאָך, און טאָמער זײַנען אפילע ג סע 


פראגמענטן פון זייערע װערק יאָ געװען אמאָל געדרוקט 
אין א א :איז זשורנאל, איז װוּ ג ; 
צרט האָבן אזוי 
יט א קלענערע 


און צי איז טאקע געװען אזוי נײטיק געבן אין אין 
בוך צװישן א ריי גוטע רעפראָדוקציעס פון קינסטלערישע 
װערק אויך אזוינע בילדער, װי ,באם דוכענען", און ,כוז 
פע-אוקעדושן", און ,אין דער שול", און ,אין דער 
װײַבערשער שול", און ,,שויפער בלאָזן"? 


און דאָך, ניט געקוקט אף די בלויזן, איז די אויס:י 
גאבע פאָרט אן אינטערעסאנטע. א סאך לייענער װעלן זיך 
דערװויסן נעמען און פאקטן, װעלכע זי האָבן פריָער ניט 
געװוּסט. ס'װעט זיי שטויסן צו באקאנען זיך גענויער 
מיטן לעבן און מיט די װערק פון דעם אָדער יענעם 
שרײַבער. פון די אָפּגעדרוקטע לידער און פאָלקלאָרי 
מאטעריאלן װעלן די לײיענער אויך האנאָע האָבן. 

יעדער אָנהײב איז שװער. כוץ דעם, כאזערן מיר נאָכי 
אמאָל איבער, דערקלערן זיך א טייל גרײַון מיט דעם, 
װאָס די קװאלן, פון װעלכע מע האָט געשעפט, זײַנען 
געװען פארגרײַזטע. מע קאָן זײַן זיכער, אז די שפעטערי 
דיקע אויסגאבעס פון מ. גוטקאָװיטשעס האנטבוך װעלן 
זײַן פרײַער פון פעלערן און װעלן ברענגען נאָך מער 
נוצן. 


מ. ראָזנהויז 


און צײַטונגגן 


לייענענדיק זאַליא 


איך האָב פארגעדענקט איינעם א װײַטן הארבסטיקן 
פרימאָרגן פון מײַנע קינדער-יאָרן. מיר זײַנען געזעסן 
באם פרישטיק. דער פאָטער האָט געלײענט א צײַטונג. 
פּלוצעם האָט ער א װאַרף געטאָן פון זיך דאַס בלאט: 
;געשטאָרבן זאָליא..." די מוטער האָט זיך צעװיינט. איך 
בין דעמלט אלט געװען עלף יאָר, איך פלעג אָפּט הערף 
װי די דערוואקסענע שמועסן װעגן דעם דרייפוס-פּראָצעס, 


און האָב פארשטאנען, אז עס איז געשען א גרויסער 
אומגליק, 
מיט א האלבן יאָרהונדערט שפעטער, װען איך האָב 


װידער געלײענט טשעכאָװס בריו, האָב איך אין זײי 
אַפט געטראָפן דעם נאָמען זאָליא. טשעכאָװן האָב איך 
ליב מער, אידער אנדערע עפשער גרעסערע שרײַבער 
פון פאָריקן יאָרהונדערט: גאָגאָל, דאָסטאָיעװסקי, טאָל- 
סטאָי האָבן געלערנט די מענטשן, טשעכאָװ אָבער איז 
געװען זייער א באשיידענער און האָט קיינמאָל ניט געַ* 
מאכט קיין פרוּוו צו לערנען יענעם. עס קאָן זײַן או 
גראָד דערפאר האָב איך און מיליאָנען מײַנע לאנדסלײַט 
זייער פיל געלערנט בא אים. 

אין הארבסט 1897 איז טשעכאָװ, א קראנקער אף 
שװוינדזוכט, לויטן פאָרשריפט פון דאָקטױירים געקומען 
קיין ניצע. יעדן פרימאָרגן פלעגט ער אײַנקויפן א פאק 
פראנצויזישע צייטונגען און לייענען אלץ, װאָס זיי האָבן 
געשריבן װעגן דעם דרייפוס-פּראָצעס. ער האָט אונטער- 
געהאלטן א בריוו-אויסטויש מיט זײַנע פרײַגט, און קויי 
דעמקאָל מיטן פארלעגער און רעדאקטאָר פון דער פצי 
טערבורגער צײַטונג ,נאָװאָיע וורעמיא" -- סוּװאָרין. ער 
מיט סוּװאָרינען זיינען געװען מענטשן פון פארשיידענעם 
עלטער. טשעכאָװן איז דעמלט געװען דרײיסיק יאָר, סוּי 
װאָרינען -- דרײַ און זעכציק. סוּװאָרין איז געװען א 
קלוגער און א דורכגעטריבענער, אין דער פארגאנגענ- 
הײַט אן אָרעמער ליבעראל? און צום סאָף פון זײַן לעבן 
א צינישער אויספילער פון רעגירונגס-אופטראָגן. טשצָ* 
כאָוו איז אוואדע ניט געװען פארכאפּט מיט פיל סוּװאָרינס 
אידייען, נאָר ער האָט אים געהאלטן פאר זײַנעם א 
פרײַנט. די פרײַנטשאפט צװישן אָט די צװײי מענטשן, 
וועלכע זײַנען לאכלוטן ניט ענלעך געװען אײנער אפן 
צװוייטן, האָט געדויערט צװעלף יאָר און געענדיקט זיך 
אין צוזאמענהאנג מיטן דרייפוס-פּראָצעס און מיט דער 
אָפּטאצונג פון דער ראַליע פון זאָליא אין אָט דעם 
פּראָצעס. : , 


דעם 4 יאנוואר 1898 האָט טשעכאָװ געשריבן סוּװאָרי 
נען: ,דער דרייפוס-פראָצעס האָט גענומען צישען און 
פאָרן, נאָר ער האָט זיך נאָך ניט געשטעלט אף די רעלסן. 
זאָליא איז אן איידעלע נעשאָמע, און איך (װאָס געהער 
צום סינדיקאט און האָב שוין באקומען בא די ייִדן 100 
פראנק) בין אנציקט פון זײַן ענערגיע. פראנקרײַך אין 
א װוּנדערלעך לאנד און פארמאָגט װוּנדערלעכע שרײי 
בעריי. 

דעִם 23 יאנוואר האָט ער מיטגעטיילט דעם רעדאקטאָר 
פון א ליטערארישן זשורנאל באטיושקאָװן: ,בא אונדן 
האלט מען אין איין ריידן נאָר װעגן זאָליא און װעגן 
דרייפוסן. די גרעסטע מערהײַט פון דער אינטעליגענץ אין 
אף דער זײַט פון זאָליא און גלייבט, אן דרייפוס אין 
אומשולדיק. זאָליא איז אויסגעװאקסן אף גאנצע דרײַ 
ארשין: פון זײַנע פראָטעסט-בריו האָט װי א טראָג גע 
געבן מיט א פרישן װינט, און יעדער. פראנצויז האָט 
דערפילט, אז עס אין נאָך, דאנקען גאָט, פאראן יוישער 
אף דער װעלט, אז אויב מע װצט פארורטיילן אן אומ" 
שולדיקן מענטשן, איז פאראן, װער עס זאָל זיך פאר אים 
אָנעמען"... 

דעם 6 פעוראל האָט טשעכאָװ געענטפערט אף סוּװאָי 
רינס א בריוו. אן אופגעבראכטער האָט ער דערצײלט 
װעגן דעם גאנג פונעם דרייפוס-פראָצעס: ,דרייפוס אין 
אן אָפיצער -- זײַנען געװאָרן פול מיט כשאד די מילי- 
טער-לײַט; דרייפוס איז א ייד -- זײַנען געװאָרן פול מיט 
כשאד די ייִדן... עס האָבן זיך דערהערט רייד װעגן מילי- 
טאריזם, װעגן די זשידעס. אזעלכע מענטשן, װעלכע רופן 
ניט ארויס צו זיך קיין ברעקל אכטונג, װי דרימאָן, האָבן 
הויך אופגעהויבן דעם קאָפּ, צוביסלעכװײַז האָט זיך פאר- 
קאָכט א קאשע אפן באָדן פון אנטיסעמיטיזם, אפן באָדן, 
פון װעלכן עס שמעקט מיט א שכיטע. װען בא אונדז איז 
עפעס ניט קעשורע; זוכן מיר די סיבעס בא אנדערע, און 
אינגיכן געפינען מיר זײי: ,דאָס גיסט מיט שמוץ דער 
פראנצויז, ‏ די זשידעס, וילהעלם".. װיבאלד די 
פראנצויזן האָבן גענומען ריידן װעגן די זשידעס, װעגן 
דעם סינדיקאט, איז צו זען, אז זי פילן זיך ניט אמ" 
בעסטן, אז אין זיי האָט גענומען טאָטשען א װאָרעם, אז 
זיי דארפן האָבן די דאָזיקע שאָטגס, קעדיי צו בארויָקן 
זייער צעבויטעט געװיסן... די ערשטע האָבן באדארפט 
אופהייבן אן אליארעם די בעסטע מענטשן, װעלכע גײען 
פאַרױיס פון דער נאציע, -- און אזוי האָט דאָס טאקע 
פאסירט.,. יאָ, זאָליא אין ניט װאָלטער, און מיר אלע 
זײַנען ניט קיין װאָלטערס, אין לעבן פאסירן אָבער אזעל- 


151 


כע אומשטענדן, װען דער פאָרװוּרף, אז מיר זײַנען ניט 
קיין װאָלטערס, איז װײניקער פאר אלץ אמפלאץ. דער- 
מאָנט זיך קאַראַלענקאָן, װעלכער האָט פארטײדיקט די 
מולטאנאָװער געצנדינער און האָט זײ געראטעװעט פון 
קאטאָרגע... איך בין מיט דעם איניען באקאנט לוט דעם 
סטענאַגראפישן באריכט, װאָס איז קלאל ניט דאָס זעלבע, 
װאָס די צײַטונגען האָבן געשְריבן, און זאָליאן פארשטיי 
איך גוט. דעריקער, ער איז אופריכטיק, דאָס הייסט ער 
בויט זײַנע ארויסזאָגונגען בלוין אפן סמאך פון דעם, 
װאָס ער זעט, און ניט אף שאָטנס, װי דאָס טוען אנ- 
דערע.. זאָל זײַן, אז דרייפוס אין שולדיק, זאָליא איז 
אָבער פאָרט גערעכט, װײַל עס איז ניט די אופגאבע פון 
א שרײַבער צו באשולדיקן, רוידעפן. א שרײַבער דארף 
זיך אָנעמען אפילע פאר די שולדיקע, קוים האָט מען זײ 
שוין פארמישפעט און זי קומען אָפּ די שטראָף... באשול- 
דיקער, פּראַקוראָרן, זשאנדארמען זײַנען אויך אָן די שרײַי 
בער פאראן א סאך, יעדנפאלס פאסט פאר א שרײַבער 
מער די ראָליע פון פּאװעל איידער פון סאװעלו.. 

אין א קורצער צײַט ארום האָט טשעכאָװ געשרי 
זײַן ברודער אלעקסאנדער: , אין דעם זאַליא-איניען הא 
די ,,נאָװאָיע וורעמיא" זיך אופגעפירט פּאַשעט עקלהאפט. 
װעגן דעם האָב איך געהאט א בריוויאויסטויש מיטן זאַקן 
(אגעוו, אין א גאנץ מעסיקן טאָן), און מיר זײַנען 
אנשוויגן געװאָרן. איך װיל אים ניט שרײַבן און איך װיל 
ניט האָבן פון אים קיין בריוו"... 

פארװאָס איזן טשעכאַװ געװען אנציקט פון זאַליאס 
אופירונג אינעם דרייפוס'פראַצעס? עס איז, דוכט זיך, 
שװער אָנצורופן צװיי שרײַבער, װעלכע זאָלן זײַן אזוי 


ביידע 


פארשיידן סײי לוט די פארטראכטן, סײַ לויט די טעמעס, 
סײַ לוטן סטיל. עס זײַנען אָבער בא זיי געװען גע- 
מיינזאמע שטריכן: ביידע האָבן זי מיט לײַב און לעבן 


ליב געהאט דעם עמעס, זי ביידן איז געװען פרעמד די 
ווערטן-היערארכיע פון מענטשן. פארטיידיקנדיק דרייפוסן, 
איז זאָליא געװען איבערצײַגט, אז די ריכטער זײַנען פאל- 
שע מענטשן. אין דער זעלבער צײַט האָט ער געװוּסט, 
אז ער פארטײידיקט א געװיינלעכן, אויסגעמושטרירטן 
מיליטער-מאן, װאָס פארמאָגט ניט קיין טאלאנטן אָדער 
די פײיַקײַט צו דענקען קריטיש. דער ריזיקער מעלוכי- 
שער רײַטװאָגן איז ארופגעפאָרן אף א קליין מענטשעלע 
און אומגעװאַרפן אים. גראָד דער אומשטאנד האָט טאקע 
צוגעצויגן די אופמערקזאמקײַט פון טשעכאָװן, װעלכער 
האָט געשריבן דערציילונגען װעגן געװיינלעכע מענטשן 
און װעמען די ליבעראלע קריטיקער האָבן געטאדלט דער- 
פאר, װאָס אים זײַנען ליב די ניט העלדישע העלדף 
זאָליא האָט, פּונקט װי טשעכאָװ, ניט ליב געהאט דאָס, 
װאָס זי ביידע האָבן גערופן , פּאַליטיק". נאָר אָט געשעט 
אזוינס, אף װאָס מע האָט זיך ניט געריכט. זאָליא איז 
אלט זיבן און פופציק יאָר. ער איז בארימט. ער ארבעט 
אומדערמידלעך, ניט טראכטנדיק מער װעגן געלט. פלו- 
צעם פארלאָזט ער זײַן שרײַבטיש, זײַן געמיטלעכע מעדא- 
נער היים און ווארפט זיך פארטיידיקן א מיטלמאן. הונ- 


ג דער אפאָריזם שטאמט פון דער לעגענדע װעגן 
א ייד סאװעל, װאָס האָט שטארק גערוידעפט קריסטןן. נאַר 
אײנמאַל האָט ער דערהערט פון הימל זי שטים פון 
יעזוסן, האַט ער אָנגענומען די קריסטלעכע עמונע און 
איז געװאָרן דער אפאַסטאָל פאװעל. דער אפאַריזם װערט 
גענוצט בענעגײע א מענטשן, װאָס אַנשטאָט רוידעפן 
באשטימטע אידייען װערט ער זײיער פארטיידיקער. 


152 


דערטער זשורנאליסטן, קופלעטיסטן, קאריקאטוריסטן 
באגיסן אים, דעם שרײַבער, מיט עמערס שמוץ. די אַפי 
גענארטע דורכשניטלעכע מענטשן גװאלדעװען: ,א טױט 
זאָליאן!* ער פארזוכט דעם טאם פון גאָלעס, דעם שװערן 
גוירל פון א פאַליטישן עמיגראנט. ער גײט אײַן דערוף 
דערפאר, װײַל ער איז געבענטשט ניט בלויז מיט א שארף 
אויג, ניט בלויז מיט שרײַבערישן טאלאנט, ניט בלויז מיט 
גוואלדיקער ארבעטזאמקײַט, -- ער איז געבענטשט מיט 
געװיסן. 

אייניקע פרײַנט, אשטייגער אלפּאָנס דאָדע, האָבן אים 
אָפּגערעדט: א רעװיזיע פונעם אורטייל װעט צעפלאקערן 
די לײַדנשאפטן, װעט ברענגען פראנקרײַך בייז. אנדערע, 
װי בארעס, האָבן געזאָגט, אז מע דארף ניט רעגן זיך 
איבער דעם גוירל פון א מענטשן, װאָס פארמאָגט ניט 
קיינע גײַסטיקע װערטן. זאָליא האָט זי ניט געפאָלגט, 
און עפשער האַט ער געהאָלפן טשעכאָװן, װעלכער האָט 
ניט בלויזן איבערגעריסן די באציונגען מיט סוּװאָרינען 
נאָר אין דרײַ יאָר ארום זיך אָפגעזאָגט פונעם 
אקאדעמיקער, װען די רעגירונג האַט אנולירט דאָס אויס- 
װײלן אין דער אקאדעמיע דעם פאָליטיש ניט קאָשערן 
גאַרקי. אין דעם זעלבן 1902 האָט טשעכאַװ געשריבן צו 
זײַן פרוי: ,הײַנט בין איך טרויעריק, עס איז געשטאַרבן 
זאַליא. דאָס איז אזוי אומגעריכט און, װײַזט אויס, ניט 
צו דער צײַט. אלס א שרײַבער האָב איך אים 
געהאט, דערפאר אָבער אלס א מענטש אין די ? יאָרן, 
װען עס האָט זיך גערודערט מיטן דרייפוס'פראַצעס, האָב 
איך אים הויך אָפּגעשאצט"... 


טיטל 


װײניק ליב 


צום שלוס װיל איך זיך אומקערן צו טשעכאָװס װער'* 
טער. איך װייס ניט, צי קאָן מען אָפטײלן מענטש פון 
שרײַבער. די ליטעראטור איז צו ענג פארבונדן מיטן 

געװויסן. מע קאָן אָן געװיסן זײַן א טאלאנטפולער שלײי 
פער אָדער א בארימטער יוּװעליר, אָבער ניט קיין עכטער 
שרײַבער. פאר זאָליא, דעם גרויסן שרײַבערנאָװאטאָר, 
דעם גוטן און דרייסטן מענטשן -- װיל איך פארנייגן דעם 
קאָפּ, סײַ אין מײַן נאָמע סײַ אינעם נאָמען פון די 
מיליאַנען לאנדסלײַט מײַנע. 


פון איליא ערענבורגס ארטיקל 


אין.נעדיעלא" נומ. 42 פארן 1966 


אלעקסאנדער כאשין 


...צװײי מאָל האָב איך זיך באגעגנט מיט אלעקסאנדער 
כאשינען. ס'ערשטע מאָל האָט ער זיך פאר מיר אנטי 
פּלעקט מיט זײַן רעװאַליוציאָנערער ראָמאנטיק, און דאָס 
צװײיטע מאָל האָב איך אין אים דערזען דעם פײַנעם 
טראכטער און שמועסער -- און מיט עמעסער האנאָע 
גענאָסן פון זײַנע רייד. 

עס אין אָנהײב 1918, דאָס פערטע קריגסיאָר אין 
אײיראַפּע און דאָס ערשטע יאָר פון דער רוסישער רעװאָי 
ליוציע. איך בין אן אָפיצער אין קירעס (עסטרײַכיש: 
אונגארישער. -- רעד.) אָקופאציע-ארמיי אין אוקראינע, און 
פארװײַל א שטיקל צײַט מיט מײַן טייל אין אָדעס, אפן 
װעג קיין מאריופאָל, באם אזאָװער יאם. 

אין אָדעס זײַן און ביאליקן ניט זען? האָבן מיר, צװײי 
קאָלאָמײער באָכערים, העברעיש-לייענער און העברעישי 
ריידער, באשלאָסן מאכן א באזוך בא ביאליקן. מיט א 
באיאָנעט בא דער זײַט און מיט א רעװאָלװער אין קצי 
שענע--- אזא הוילעך פאר די אָפיצערן איז געװען פאָרגעי 


שריבן פון דער קאָמאנדע, װײַל עס זײַנען פאָרגעקומען 
היפשע איבערפאלן אף מיליטערלײַט אין אָדעס, -- 
האָבן מיר קױידעמקאָל, אין א שאבעס אינדערפרי, געזוכט 
כיאליקן אין דער ,יאװנע"-שול, אים דאָרט ניט געטראָפן, 
אָבער געװוויר געװאָרן דעם אדרעס (ערגעץ א גאס באם 
יאם) און אָנגעקלאפט נאָך דעם זעלבן שאבעס פארנאכט 
באם דיכטער אין טיר. 

ס'האָט אונדז געעפנט א מיטלװוּקסיקער, באלײַבטער, 
שלעכט-ראזירטער און איבערגעשראָקענער ייֵד. דאָס איז 
געװען ביאליק. מיר, די צװויי יונגע אַפיצערן, זײַנען געווען 
אנטוישט פון דעם דיכטער, און דער דיכטער, װי געזאָגט, 
דערשראָקן פון די אָפּיצערן. 

אי די אנטוישונג און אי די שרעק זײַנען גיך פארבײ, 
ויבאלד איך האָב גענומען ריידן העברעיַש צום דיכטער, 
און דער דיכטער האָט געענטפערט מיט א ברייטן שמייכל, 
װאָס האָט מיטאמאָל שיין געמאכט זײַן פּאָנעם, און אונדן 
ארײַנגעבעטן אין שטוב. דאָרט האָבן מיר געטראָפן א 
הויכן, דארן יונגנמאן מיט א לענגלעך פּאָנעם, װאָס האָט 
געשטראלט מיט גײַסט און איז געװען ארויסרופעריש 
דרייסט און, צו דער זעלבער צײַט, גוטברודעריש פרײַנט- 
לעך. ביאליק האָט דעם יונגנמאן פאָרגעשטעלט: אלעקי 


סאנדצר שין, ייִדישער און העברעישער שרײַבער. 
ב אונדז אויסגעפרצגט װעגן דער יוגנט אין 
גאליציע. ער האָט געװאָלט װיסן, צי זי איזן געשטימט 


ציִעניסטיש און צי זי איז מיטן גאנצן ציעניזם ניט ארײַנ- 
געפאלן אין פוילישער קולטור-אסימיליאציע. 

כאשין האָט קוידעם געשויגן און דערנאָך אונדז גענומען 
מאכן פּראָפּאגאנדע קעגן די דײַטשישע און עסטרײַכישע 
אַקופאנטן, װאָס זײַנען געקומען דערשטיקן די רוסישע 
רעװאָליוציע. און פלוצעם האָט ער זיך א הײב געטאָן 
פונעם בענקל און א געשריי געטאָן צו אונדז, גלײַך מיר 
זאָלן זײַן מעקוראָװים פונעם קייסער קארל און װעלן 
אים לאָזן װיסן, װאָס כאשין האָט צו זאָגן, או: ,דאָס 
רוסישע פאַלק װעט אופשטין, װעלן ניט העלפן קין 
טויזנטער עסטרײַכישע און דײַטשישע הארמאטן". 

מיר, די יונגע דײַטשישע אָפיצערן, האָבן א קוק געגעבן 
אף ביאליקן, געזוכט בא אים הילף קעגן כאשינס סטראשנע 
רייד. מיר האָבן געזען, װי אונטערן טיש האָט ביאליק 
געצויגן כאשינען באם רעקל, אים געזוכט צו האמעוען, 
און צו אונדז האָט דער דיכטער א לײַכט געטאָן מיט זײַן 
פּאָנעם און אונדז בארויִקט. איך דערמאָן מיך שוין הײַנט 
ניט אקוראט ביאליקס װערטער פון בארויקונג, אָבער 
איך געדענק זײיער גוט, אז ער האָט א װוּנק געטאָן מיטן 
אויג און געפרעגט, צי איינער פון אונדז, אָדער גאָר 
ביידע, זינדיקן ניט מיט שרײַבן? איך האָב זיך מוידע גי 
װען, אים דערצײילט װעגן מײַנער א דערציילונג אף 
העברעיִש, װאָס איך האָב ערעװ דער מילכאָמע געשיקט 
צו דער קראָקער העברעישער װאָכנשריפט ,המצפה". 
ביאליק האָט פריילעך א לאך געטאָן, איז צוגעגאנגען צום 
ספאָרים-אלמער, האָט ארויסגענומען די זאמלביכער 
?כנסתיי (אף העברעיִש) און , אונטערװעגס" (אף ייִריש), 


װאָס זײַנען דעמלט ארויס אונטער זײַן רעדאקציע. ער 
האָט ארײַנגעשריבן עטלעכע דערמונטערונגס-װערטער און 
דערלאנגט די ביכער מיר, דעם יונגן שרײַבער. 

דאָס איז געװען איינער פון די גליקלעכסטע מאָמענטן 
אין מײַן לעבן. צום באדויערן, זײַנען ביידע ביכער אװעק- 
געקומען אף מײַן שטורמישן דעמאָביליזאציע-װעג, פון 
יעליסאוועטגראד צוריק קיין קאַלאָמײע. 

בא דער ערשטער באגעגעניש מיט כאשינען האָט 
ביאליקס געשטאלט אים היפש פארשטעלט. דאָס צװייטע 
מאָל האָב איך זיך געטראָפן מיט כאשינען דרײַ יאָר 
שפעטער אין װין. אין 1920 האָבן זיך די פויאליייציען, 
אף זייער װעלט-קאַנפערענץ אין װין, געשפּאָלטן, און 
איצט, אין 1921, האָבן די לינקע פּויאליי-ציִען אָפּגעהאלטן 
א באראטונג אין דער עסטרײַכישער הױפּטשטאָט. דער 
הויפט-פונקט אפן סיידער-האיאָם איז געװען א באריכט 
פון א דעלעגאציע (סערפּאַװ און הערש נאגלער), װאָס 
האָט פארהאנדלט אין מאָסקװץ מיט די פירער פון דריטן 
אינטערנאציאָנאל, 

אין פרעזידיום זײַנען געזעסן ניר-ראפאלקעס און זרו- 
באָװעל. אף דער טריבונע האָט געבושעװעט אלעקסאנדער 
סערפאָוו, װאָס האָט אומראכמאָנעסדיק געריסן פאסן פו" 
נעם ליקוידאטאָר הערש נאגלער און פון זײַנע אידיייִשע 
פּרײַנט מאלקע שאָר און מיכל קאן, װאָס אלע דרײַ זײַנען 
זי נאָך דער באראטונג אװעק צו די קאָמוניסטן. 

צװויי דעלעגאטן זײַנען געװען, װאָס האָבן זיך װײניק- 
װאָס צוגעהערט צו דעם װיקועך. זי זײַנען אפילע זעלטן 
געווען אין באראטונגס-זאל. די צװײי זײַנען געװען: כאשין 
און איך, װאָס האָבן די גאנצע טעג, מאמעש די גאנצע 
טעג, ארומשפאצירט אין פאָלקסגאָרטן און געשמועסט. 
מיר האָבן געהאט א דריטן צו זיך: י. ל. טויבמאן (יויי 
נעסן), א , גוט-ייִדיש אייניקל, א װוּנדערלעכער דערצייי 
לער און א זיסער ניגן-ציָער... 

אין יענע מילדע, פריהארבסטיקע טעג אין װינער 
פאָלקס-גאַרטן, מיט כאשינען און מיט טויבמאנען, האָב 
איך, דער סטודענט פון יוריספּרודענץ, אין מײַנע ערשטע 
צוואנציקער, דורכגעמאכט א סאָלידן קורס פון כסידעס, 
פון ייִדישער מאכשאָװע און פון ייִַדישער און העברעיִשער 
ליטעראטור. דער לעקטאָר װעגן כסידעס איז געװען טויב- 
מאן, מיט זײַן ניט אויסשעפלעכן אויצער פון מײַסעס 
וועגן ,גוטע-ייִדן" און מיט זײַן געניטער קענטעניש פון 
די כסידישע שיטעס. כאשין האָט גערעדט, און באצויבערט 
מיט זײַן ריידן, װעגן ראמבאם, װעגן נאכמען קראכמאל 
און מיט זײַן קריטיק פון אכאד-האָאָמען, אָבער גאָר אף 
זײַן קאטעדרע איז כאשין געװען, װען ער האָט גערעדט 
מיט קריטישער ליבשאפט, אָדער מיט ליבער קריטיק, 
װעגן די קלאסיקער אונדזערע, און דורכויס פּאָזיטיװו און 
דורכויס מיט ליבשאפט װעגן דאָװיד בערגעלסאָן. 


דר. שלוימע ביקל 


(,טאָג-מאָרגן-זשורנאל", ני-יאָרק). 


בריוו פון לייענער 


כאַשעווער רעדאקטאָר! 


איך בעט אײַך איבערגעבן דעם 
רוסישן שרײַבער װיקטאָר פינק מײַן 
דאנק פאר זײַן בוך ,די מאָלדאװישע 
ראפסאָדיע", װוּ ער דערציילט װעגן 
דעם פארטיזאנישן אַטריאד ,נאַכעמס 
יאטן" (לויטן נאָמען פון זײַן קאָ- 
מאנדיר נאָכעם נארצאָו). דאָס איז א 
בוך, װוּ עס איז געגעבן אן עמעס- 
דיק בילד, װיָאזוי אין די יאָרן פונעם 
בירגערקריג האָבן אין קאמף קעגן די 
סאָנים פון דער רעװאָליוציע זיך גצָ- 
שלאָגן האנט-באזהאנט רוסן, אוקראי- 
נער, ייִדן, מאָלדאװאנער און אנ- 
דערע פעלקער פון אונדזער היימ- 
לאנד. 

איך בין געװען אן אָנטײלנעמער 
פונעם אָטריאד ,נאָכעמס יאטן" (אזוי 
האַט אים גערופן די היגע באפעלקע- 
רונג). דער אַטריאד האָט אָנגעװאַרפן 
אן איימע אף די װײַסגװארדײער און 
פּעטליוראָװצעס, געשפּרײיט טריסט 
און האָפּענונג צװישן דער באפעלקע- 
רונג. מיט זײַן רעװאָליציאָנערן 
ענטוזיאזם, ‏ פעלקער-פרײַנטשאפט, 
הויכער אידײישקײַט און מעסירעס- 
געפעשדיקער שלאכטגרײטקײַט האָט 
ער געדינט אלס מוסטער פאר פיל 
אנדערע פארטיזאנישע אַטריאדף 
זײַן קאָמאנדיר נאָכעם נארצאָװ 
שטאמט פון ריבניצע, ער איז אן 
אלטער קאָמוניסט. 

אליין בין איך אן אוקראינער. איך 
שטאם פון זאפּאָראַזשיער קאזאק 
איך און מײַן טאטע זײַנען געװען 
אײַזנבאן-מאשיניסטן. איך בין אן אל- 
טער קאָמוניסט, אן אָנטײלנעמער פון 
דער באָלשעװיסטישער אונטערערד, 
געװען ערשטער סעקרעטאר פון 
קאָמסאָמאָל אין ריבניצע, געקעמפט 
אף די פראָנטן פונעם בירגערקריג. 
בייס דער גרויסער פאָטערלענדישער 
מילכאָמע האָב איך זיך געשלאָגן אפן 
לענינגראדער פראָנט און נאָך דער 
מילכאָמע געװען געהילף-פּראַקוראָר 
אין אַדעס. איך האָב באקומען 
אכט רעגירונגס-באלוינונגען. איצט 
בין איך א פערסאָגעלער פּענסיאָנער. 

די צײַט, װען איך האָב געדינט אין 
נאַכעם נארצאָװוס פארטיזאנישן אָט- 
ריאד, האלט איך פאר דער גליקלצכ- 
סטער צײַט פון מײַן לעבן. איך בין 
דאנקבאר דעם שרײַבער װיקטאָר פינק 
פאר זײַן מערקוירדיקן בוך, װאָס 


העלפט צו דערציִען אונדזער יוגנט 
אין גײַסט פון אינטערנאציאָנאליזם. 


מיט קאָמוניסטישן גרוס 
יעפים גאַראַבעץ. 
קעשענעװ, דיָאגאָיגאס, 18, דירע 38. 


פון רעדאקציע. דער כאװער יעפים 
גאָראָבעץ רופט אָן א ריי זײַטן פונעם 
בוך, װוּ עס דערציילט זיך װעגן נאָד 
כעם נארצאָװן. מיר ברענגען דאָ איי- 
נעם אן אויסצוג פון דער ,, מאָלדאװי 
שער ראפּסאָדיע". 

,איך בין געקומען צו פאָרן אין 
ייִדישן שטעטל רעזינע, אפן רעכטן 
ברעג פון זניעסטער. אפן לינקן 
ברעג, פונקט אנטקעגן רעזינע, גע- 
פינט זיך א צװײט ייִדיש שטעטל -- 
ריבניצע. אין ריבניצע איז געװען די 
סאַוועטנמאכט. 

באנאכט האַט די זקיינע, בא װעמען 
איך האָב געדונגען נאכטלעגער, אופ:י 
געװעקט אלע אירע קװארטיראנטן 
מיט א געשרײי: 

-- אוי, ריבניצע ברענט!.. 

אין גאס זײַנען שױן געװען א סאך 
מענטשן. אײנער האַט געזאָגט גאנץ 
זיכער, אז אין ריבניצע זײַנען ארײַן 
זי דעניקינצעס און נאַכעמס יאטן 
האַבןזײ באגעגנט מיט ,לימאַנקעס".. 

אין א פאַר טעג ארום איז אף אונדי 
זער זײַט געהיים אריבער אן אונטער- 
ערדישער טוער פון ריבניצע.. פון 
אים האָב איך זיך דערװוּסט, אז די 
סרייפע איז אױסגעבראַכן צופעליק, 
פון א נאפט'לעמפל. װען מע איז 
ארופגעלאַפן אפן בוידעם לעשן, האָט 
מען צוזאמען מיט א בארג אלטװוארג 
ארויסגעװאַרפן א טשעמאָדאנטשיקל 
מיט.. .לימאַנקעס". האָבן זיי זיך 
אופגעריסן. 

-- עמעצער האַט געליטן? -- האָב 
איך געפרעגט. 

-- מיר האָבן געליטן.. מיר מו" 
טשען זיך, נייטיקן זיך אין ,לימאַנ- 
קעס", און גאָט האַט באשאפן אזעל- 
כע אידיָאָטן, װעלכע באהאלטן ,ליי 
מאָנקעס* אפן בױידעם און פארגעסן 
װעגן זײ גראַד אין אזא מאַמענט.. 

איך האָב געפרעגט, װעגן װאָס 
פאר א מאַמענט רעדט ער. 

-- װאָס פרעגט איר, פארשטיי איך 
ניט. איר װײיסט ניט, אז דעניקין 
גרײַפט װידער אָן? אף אראַפּלאָזן פון 
זי רעלסן א באן דארף מען האָבן 
;לימאַנקעס*? אויסהארגענען די ואך 
דארף מען? מיט װאַס זשע װעט איר 


זי אויסהארגענען? -- מיט דער מא 
כאַרקע ,זאָלאָטאיא ריבקא* פון דו 
נײַעװסקיס פאבריק אין קרעמענ' 
טשוג? װעגן ,לימאַנקעס" קאַן מען 


זאָגן דאָס זעלבע, װאָס שאָלעם:אלײי 
כעם האָט געזאָגט װעגן געלט: אז עפ 
איזן פאראן, אין פאראן, און אז עס 
איז ניטאַ, איז טאקע ניטאַ. דעמלס 
איז שלעכט. דעמלט װעט זי נאַכעס 
אויך ניט געפינען.. 

נאַכעם נארצאָװ איז געװען א לערן 
יִנגל בא א בלעכער, איצט איז עו 
א דאַקטאָר פון היסטאָרישע װיסנ' 
שאפטן און א פראָפּעסאָר. און אויב 


דער פארטיזאנער האָט געזאָגט, אז 
װען קיין ;לימאָנקעס* זײַנען ניטש, 
װעט זײי נארצאָוו אלײן אויך ניס 


קריגן, איז דאָס געװען ניט גאַר ריכי 
טיק. איך האָב ניט געזען און ניט גע' 
הערט פון מענטשן, אז נארצשָװ זאָל 
זיך מאטערן מיט אזעלכע פראַבלע' 
מען. ער האָט צו גוט באהערשט די 
קלאסישע פארטיזאנישע מעטאַדן". 

דאָס בוך פון װיקטאָר פינק איז 
דערשינען ניט לאנג צוריק, אין פאר- 
לאג ,, סאָװעטסקי פיסאטעל?ל", אין א 
טיראזש פון 30 טויזנט עקזעמפליארן. 


כאָשעווער רעדאקטאָר פט 
;סאָוועטיש היימלאנד"! 


איך װיל באדאנקען די מוטעו 
פונעם אוקראינישן שרײַבער איואן 
כאָמענקאָ פאר איר כעסעד, פאר איר 
ריזיקירן מיטן לעבן צוליב מײַן קרויי 
װע כאװע (יעווא) צעבערניצקאיא אין 
דניעפּראָפּעטראַװסק. אין דער שטאָט' 
בין איך געבוירן געװאָרן, געלעבט, 
געלערנט און געארבעט ביז מײַן אָפי 
פאָר קיין ייִסראָעל. 

איך שיק אויך א גרויסן דאנק דעם 
דיכטער פאר זײַן ליד, װעלכע אין 
האָב געלײענט אין נומער 10 פון 
אײַער זשורנאל אין דער איבערזעצונג 
פונעם דיכטער מ. גרוביאן, 

סאיז גוט צו װיסן, אז עס זײַנען 
געװען און עס זײַנען פאראן כאַמעני 
קאַװצעס. איך װעל זײַן צופרירף 
אוב איר װעט קאָנען איבערגעבן א 
גרוס כאװען פון מיר. 

ביבראָכע 

האַראוו דר. צװי הארקאװי 


יערושאָלאיִם, ביבליָאָטעס 
,היכל שלמה" 


/י ירישט פלטסע פיט 500 ידי דיק 
זא ע גע שליבן: 


שוין פון עטלעכע טעג, װי די אל- 
געמיינע און אויך ייִדישע פרעסע האָט 
אָנגעהױבן ריידן װעגן קלאנגען -- 
און שפעטער װי פון א זיכערער מעג- 
לעכקײַט, אז עס זאָל אָפּגעשאפט 
װערן די ייִדישע טשערטא. 

אין מעשעך פון דער מילכאָמץ 
האָבן שוין אזעלכע קלאנגען זיך ניט 
איין מאָל פארשפרייט סײַ אין רוס- 
לאנד און סײַ אין אויסלאנד. פון די 
זעלבע קלאנגען, װי מיר זעען, האָט 
זיך דערװײַל גאָרנישט אויסגעלאָזן... 
אלנפאלס קאָן מען זיכער זאָגן, אן 
די דאַזיקע ,האנאָכעס", װאָס װעלן 
אונדז געגעבן װערן, װעלן זײַן גאנץ 
װײַט פון דער פולשטענדיקער גלײַכ- 
בארעכטיקונג, װעלכע דאָס ייִדישע 
פּאָלק פארבינדט מיט דער װירקלץ- 


כער אופלעבונג און באנײוּנג פון 
= ו 


;איבערלייענענדיק אין ,אונדזער 
כעבן" װעגן גרינדן אן ,אייגן װינ- 
קעלע" פאר אונדזער עלטסטן און 
ליבסטן שריפטשטעלער, דעם זײדן 


די מאטעריאלן פארן דאָזיקן אַפטיל 
האַט צוגעגרייט מ. ראַזנהיז. 


פון דער ייַדישער ליטעראטור ש.-י. 
אבראמאָװיטש (מענדעלע מויכער- 
ספאָרים), האָבן מיר, א גרופּע אר- 
בעטער פון דער שוסטער-פאבריק 
מ. נ. אורין, צונויפגעזאמלט די סומע 
פון 25 רובל 50 ק., וועלכע מיר שיקן 
דאָ מיט. 

מיר װינטשן דערבײַ דעם ליבן 
זיידן לאנגיאָריקע ארבעט אפן פעלר 
פון דער ייִדישער ליטעראטור, זי באי 
רײַכערן מיט נײַע שאפונגען. (אונ- 
טערשריפטן). 


אין קאָמיטעט פון , מעפיציי האס" 
קאָלע* קומען אָן יעדיִעס װעגן דער 
אגיטאציע, װאָס די ראבאָנים פירן 
קעגן די שולן, װאָס די בילדונגס- 
כעוורע עפנט אין פארשיידענע שטעט. 

...אין נאָװאָבעליצע האָט די מילי 
כאָמע פון די ראבאָנים קעגן די שולן 
פון די , מעפיציי האסקאָלע" אָנגענו- 
מען א גראנדיִעזן כאראקטער. זײ 
האלטן דראָשעס אין די שולן, באָי 
טעמעדראָשים און מיניאָנים, קלעפן 
אויס קויל-קוירעס צו די עלטערן היימ- 
לאָזע, מע זאָל צעטרײַבן די קינדער 
פון די שולן, פארברענען די לערנ" 
ביכער. 


בא דעם אָנטײל פון קלארע יונג, 
ראפּעט און אנד. ארטיסטן װערן אין 
אָדעס געשפּילט די פּיעסן: כאצקעלע 
קאָלבױניק, דזשייקעלע בלאָפער, מְאָ- 
טעלע קיגנער, סעמקץ לעץ, בער? 
קאַכלעפל, איציקל וויל כאסענע האָבן, 
דער באצװוּנגענער כאָסן, א כאָסן אָן 
א סטאטיא, דאָס גאָלדענע מיידל, דװאָ- 
סיע די סופראזשיסטן, סאַנקע דאָס 
גאָלדעגע הענטל, כאנטשע אין אמץ- 
ריקע, כײַקע אין אָדעס, מאדמואזע? 
האָפּליא, שאבעס-קוידעש, קאַלנידרע, 
כורבן יערושאָלאיִם, באר'קאָכבע, 
טאטע-מאמע, פרעמדע קינדער, די 
ייִדישע קרוין. 
.אונדזער לעבן*, אָדעס, יאנוואר 7ופי 


. :' פ 


אינעם מיניסטעריום פאר אינערי 
לעכע איניאָנים איזן אנטשטאנען א 
פראגע: צי האָט א ייִד רעכט ארײַגי 
צופאָרן צוליב רעגולירן זײַנע איניאָ 


נים אין א דאָרף-ראיאַן אף עטלעכפ 


שאָ... דאָס מיניסטעריום האָט אנערי 
קענט, אז אפן גרונט פון אײינער א 
דערקלערונג פונעם סענאט פון 1915 יי 
װערט ייִדן דערלויבט דער ארײַנפאָר 
אין א דאָרף-ראיאָן, אָבער געפינען 
זיך דאָרט אין אָװנט װערט שוין ניט 
דערלויבט. 

(.נאָװי פוס", 1917, נומ. 2) 


דעם אָנדענק פון 


עס איז געשטאָרבן דער דיכטער און ליטעראט, איינער 
פון די עלטסטע איבערזעצער פון דער סאָװעטישער 


דיכטונג -- דאָװיד בראָדסקי. 


ד. בראָדסקיס ערשטע לידער זײַנען פארעפנטלעכט געָ- 
װאָרן העכער. פערציק יאָר צוריק אין אָדעס, אין די 
זעלבע אויסגאבעס, װוּ עס האָבן זיך געדרוקט די ל- 
דער פונעם יונגן באגריצקי און די דערציילונגען פונעם 


יונגן באבעל. 


דאָװיד בראָדסקי האָט גוט געקענט די אײראָפּעיִשע 
פּאַעזיעץ, באזונדערס די פראנצויזישע. ער האָט אִיבער: 


דאָװיד בראָדסקי 


געזעצט פּאַעמעס און לידער פון הוגאָ, װיניע, באָדלער, 
רעמבאָס ,די שיקערע שיף", בילדעריש און שטארק האָט 


דאָװיד בראָדסקי איבערגעזעצט אין רוסיש די װערק פון 


די ייַדישע: דיכטער. אדאנק בראָדסקין האָט דער סאָװע- 
טישער לייענער זיך באקאנט מיט די פּאָעמעס פון מאר- 
קיִש, פעפער, קװיטקאַ, כאריק, האלקין. 

זײַענדיק שוין ניט קײן יונגער מענטש, האָט דאַװיד 


בראָדסקי דערלערגט די ליטװישע שפּראך און גלענצג" 


דיק איבערזעצט דאָנעלײַטיסעס פּאָעמע ,די צײַטן פון 
יאָרֵ", װאָס איז די נאציאָנאלע שטאָלץ פון די ליטװינער. 


5 


יעהודע בורלאַ -- 
א בען-שמוינים 


יעהודע בורלאָ, אײגער פון די 
גרונטלייגער פון דער הײַנטצײַטיקער 
איווריט:ליטעראטור, איז געבוירן אין 
יערושאָלאיִם. זײַן ערשטע נאָװעלע 
,לונה* (,,לונאָ* -- אן אכסאניע) אין 
דערשיגען אין 1919. פון דעמלט אָן 
איז ער צװישן די לײענער פון דער 
העברעיִשער ליטעראטור זייער פאָפו- 
לער אלס 
שרײַבער. 


נאָװעלן- און ראָמאנען- 

די שעפערישע טעטיקײַט פון יעהו- 
דע בורלאַ ציט איר יעניקע פון דער 
,גאָלדענער טקופע אין דער שאפונג 
פון די ספארדישע ייִדן -- פון דער 
טקופע, צו װעלכער עס האָט געהערט 
דער גרויסער דיכטער פון מיטלאל- 
טער יעהודע:האלייװי און װעלכצ 
פארמאָגט רײַכע טראדיציעס. בורלאָ 
געהערט צו די געציילטע העברעישע 
שרײַבער, װעלכע מאָלן רעאליסטישץ 
בילדער װעגן דעם לעבן פון די ייִדן 
אין טערקײַ און סיריע. אין די לעצטע 
יאַרן שרײַבט עֶר אויך װעגן דעם 
לעבן פון די ייִדן אין ייִסראָעל. זײַנע 
װערק זײַנען רײַך מיט פולבלוטיקע 
געשטאלטן פון פאַלקסמענטשף. 

פאר די קימאט 50 יאָר ליטעראריי 
שער שאפונג האָט יעהודע בורלאָ 
אָנגעשריבן א גרויסע צאָל דערצייי 
לונגען און ראָמאנען. צו די בעסערע 
פון זי געהערן ,נזרה" (,נעזעראָי -- 
א מאָנאכן), , בקדושה או באהבה 
מערכותיי (,,ביקדושאָ אוי בעאהאװאַ 
מעאָראָכוס* -- געשאצט פון שטאנד- 
פונקט פון קדושע אָדצעֶר ליבשאפט), 
,אשתו השנואה" (,אישטוי האס- 
נואָי -- זײַן פארהאסטע פרוי), 
,נפתולי אדם" (,נאפטוליי אַדאַם"-- 
די פאסירונגען פון א מענטשן) און 
אנדערע. 

יעהודע בורלאָ האָט אָנגעשריבן 
אויך א ריי װיסנשאפטלעך-פאָרשע- 
רישע ארטיקלען װעגן דער נײַסטער 
אראבישער ליטעראטור. 

אייניקע װערק פון יעהודע בורלאַ 
זײַנען איבערגעזעצט אין ייִדיש און 
ענגליש. 

די ליבהאָבער פון דער איוריט- 
ליטעראטור מערקן פּײַערלעך אָפּ דעס 
אכציקיאָריקן געבורטסטאָג פונעם 


אָנגעזעענעם שרײַבער. 


גע 


=ין א ייִדיין ביקינישיט 


א גילגל פון א ליד 


קאָרעװ דרײַ הונדערט יאָר צוריק, אין 1685, איז אין 
פראָג אָפּגעדרוקט געװאָרן אין ייִדיש א קליין ,,עשרת הדיברות 
ביכל". די , שיין נײַע ליד" האָט פארפאסט דער דיכטער מײער 
ווערטער, אװטאָר פון אייניקע ביכער אין דער ייִדישער שפראך. 
די ליד באשטייט פון אכט און דרײַסיק סטראָפּעס, די ערשטע 
צװויי און צוואנציק זײַנען אן אקראָסטיך פונעם ייִדישן אלעפבייס, 
די אַנהײב-אויסיִעס פון די לעצטע צװעלף סטראָפעס בילדן די 
נעמען פון דעם מעכאבער און פון זײַן פאָטער. צום סאָף װערט 
נאַכאמאָל צוגעגעבן, אז 
מאיר בן רי שמעון װערטער 
האָט גנעהט (גענייט) 
דאָס קלייז 
לבוש מלכות". 


ניט געקוקט דערוף, װאָס עס איז צװײי מאָל אָנגעװיזן, װער עס 
האָט די ליד פארפאסט, איז זי נאַך דרײַ מאָל איבערגעדרוקט גע- 
װאַרן, און יעדעס מאַל איז דער נאָמען פונעם מעכאבער געפעלשט 
געװאָרן. 

די ערשטע פאלסיפיקאציע איז דערשינען אין א יאָר ארום און 
טאקע אין דער זעלבער שטאָט פּראָג. זי איז געמאכט געװאָרן פון 
,מרת שיינדלה אשת מהור"ר גרשון בן מהור"ר שמואל זצ"ל, 
דרשן מקייק טרניגראט". אָט די ,מאָראס שיינדעלע" האָט די 
ערשטע אויסגעמעקט די לעצטע שורעס, װוּ עס איז בעפיירעש 
אָנגעװיזן, אז די , שיין נײַע ליד האָט גענייט, לעװוּש מאלכוס, 
מייער בען ר' שימען װערטער", און האָט אװעקגעשטעלט איר 
אייגענעם נאָמען. זי האָט זיך ניט געכאפט, , מאָראס שיינדעלע", 
אז דער אקראָסטיך פון די לעצטע צװעלף סטראָפעס װעלן זי 
דיסקרעדיטירן און ארויסגעבן איר פלאגיאט. 

דאָס דריטע מאָל איז דאָס ביכעלע דערשינען אין צװאנציק יאָר 
ארום. עס באשטייט שוין אָבער נאָר פון אכט און צואנציק סטראַ- 
פעס. די ערשטע צויי און צוואנציק זײַנען געטרײַ דער ערשטער 
אויסגאבע. די איבעריקע זעקס זײַנען פארדרייט אזוי, אז מע 
זאָל ניט קאָנען זיך דערװיסן דעם נאָמען פונעם עמעסן אװטאַר. 

צום פערטן מאָל איז דאָס ביכעלע ארויס אין פוילן אין אָנהײב 
פונעם נײַנצעטן יאָרהונדערט. די ארויסגעבערן פון דער אופי 
לאגע האָט אויך אויסגענוצט די ערשטע צװיי און צוואנציק סטראַ- 
פעס פונעם אָריגינאל, זי האָט אָבער צוגעשריבן נײַע, אייגענע 
פינף און צוואנציק לויט דצם אקראָסטיך: 


מיענטה בת הרב מהר"ה יצחק זצל"ה, חזק". 


צום אונטערשייד פון די פריִערדיקע פאלסיפיקאטאָרס איז זיך 
יענטע באס ייִצכאָק" מוידע, אז זי האָט אויסגענוצט אן אלטן 
מאָקער, ,װאָס איז געװען װינציק און קליין", דעריבער האָט זי 
אים פארמערט און ,ביזכוס זע װעלן מיר אינגיכן דערזען מאָי 
שיעכן. אַמײן". 
(אָט אזוי האָט מען דרײַ מאָל אויװער געװען דאָס געבאָט 
פון , לוי סיגנויװו", װאָס איז איינע פון די גרונט-אידייען אין 
מייער װערטערס טשיקאװע אסערעס:האדיברעס-ביכעלע. 
די אװלעס, װאָס מע איז אין מעשעך פון יאָרהונדערטער בא" 
גאנגען מיט דעם קליינעם ייִדישן ביכעלע און מיט זײַן אװטאָר, 
זײַנען פאריכט געװאָרן פון דעם העברעיִשן שרײַבער אװראָם יאר, 
אין דעם ביבליאָגראפישן אלמאנאך ,קרית ספר", 1966. 
ל. פּאָדריאטשזיק 


דער פינפטער שרײַבער- 
צוזאמענפאָר פון 
אוקראינע 


אין קיַעװו איז פאָרגעקומען דער 


פינפטער שרייבער-:צוזאמענפאָר פון 
אוקראינע. פראָזאיִקער, פאָצטן, 
דראמאטורגן, קריטיקער, ליטץ- 
ראטור-פאָרשער און איבערזעצער 


האָבן אלזײיטיק באהאנדלט די װיכ- 
טיקסטצ מּ פון דער אוק'י 
ראיינישער סאָװועטישער ליטעראטור 
און אָנגעמערקט די װעגן פון איר 
װײַטערדיקער אנטװויקלונג. אפן צו" 
זאמענפאָר זיינען בײגעװען א סאך 
געסט -- דעלעגאציעס 
דערלעכע רעפובליקן. 


מיט א רעדע אפן צוזאמענפאָר 


איז ארױסגעטראָטן דער מיטגליד 
פון פאָליטביוראָ פון צענטראליקאָי 


מיטעט פון דער קאָמוניסטישער 


פארטיי פון סאָוועטנפארבאנד, דער 
: 
2 


ערשטער סעקרעטאר פון צענטראלי 
קאָמיטעט פון דער קאָמוניסטישער 
פארטיי פון אוקראינע פ. יו. שע- 
לעסט. 

אין זײַן פאָרטראָג ,די אוקראיי 
נישע סאַװעטישע ליטעראטור ערעװ 


דעם 50טן אָקטיאבער:יובילײ" האָט 
דער פאַרזיצער פון דער פארואל- 
טונג פונעם שרײַבער-פארבאנד פון 
אוקראינע אַלעס גאָנטשאר, ריידנדיק 
װעגן דער פרײַנטלעכער צוזאמענאר- 
בעט פון די שרײַבער פון פארשיי" 
דענע נאציאָנאליטעטן, צװישן אנ" 
דערס געזאָגט: 

,באנאנד מיט די אוקראינישע 
שרײַבער ארבעטן אין איין ברידער- 
לעכער - אינטערנאציאָנאלער מישי 
פּאָכע רוסישע, ייִדישע שרײַבער און 
אויך שרײַבער, װאָס שאפן זײערע 
װערק אף אונגאריש און מאָלדאװיש. 
און פונקט װי די װערק פון די 
אוקראינישע אװטאָרן האָבן א ברייטן 
װעג צו דעם רוסישן לײענער, צו 
די לײענער פון אלע ברידערלעכע 
פעלקער, אזוי האָבן אף אוקראינע 
א דאנקבארן לײענער די װערק פון 
ניקאָלײַ אושאקאָװּ און װלאדימיר 
דאָבראַװאָלסקי, אלעקסאנדער בילײ 
נאָוו און פיאָדאָר זאָלאט, איוואן שו- 
טאָװ און מאריא גלושקאָ; א סאך 
יאָרן אין טעטיק אין דער דיכטונג 
ריווע באליאסנע, װאָס שרײַבט אף 
ייִדיש, די באקאנטע ייִדישע פראָזאי- 
קער פאָליאנקער, לוריע, פאליקמאן. 


עס בלײַבן ניט ליגן אף די פאָליצעס 
אויך די טאלאנטפולע װערק פונעם 
אונגאר לאסלאָ באלי פון טראנסקאר- 
פאטיע, פון דעם מאַלדאװאנער װאז 
סיל לעװיצקי פון בוקאָװינע".. 
,מיר דארפן אויך אף װײַטער, -- 
האָט פאַרגעזעצט אַ. גאַנטשאר, -- 
שטארקן די שעפערישע פרײַנטשאפט 
פון די שרײַבער פון אלע נאציאַנא- 
ליטעטן, אָן אופהער זאָרגן װעגן 
דעם, אז אין אונדזער גרויסער שרייי 
בערישער מישפאַכע זאָל שטענדיק 
הערשן אן אטמאָספער פון צוטרוי 
און קעגנזײַטיקער אכטונג.. דער 
מענטש, װאָס האָט אליין דעם גע" 
פיל פון נאציאָנאלער װירדע, װעט 


ניט באליידיקן דעם דאָזיקן געפיל 
בא אנדערע מענטשן". 

אפן צוזאמענפאָר זײַנען בײַגעי 
װען ייִדישע שרײַבער פון קיעװ, 


אָדעס און טשערנאָװיץ. 


אין דער רעדאקציע 
,סאַװועטיש היימלאנד" 


פלענארע זיצונג פון דער 
רעדקאַלעגיע 


אף איר אָרדנטלעכער פלענארער 
זיצונג האָט די רעדקאָלעגיע פון 
,סאָװעטיש היימלאנד"י באהאנדלט די 
סאכאקלען פון דער ארבעט אין 
6 און די שעפערישע פּלענער 
אפן 1967 -- דעם רומפולן יוביליי- 
יאָר פונעם 50טן אַקטיאבער. 

א פאַרטראָג האָט געמאכט דער 
הויפט:רעדאקטאָר פון זשורנאל ארן 
ווערגעליס. 

מיט א מיטיילונג װעגן דעם גאנג 
פון דער אבאָנירונג אף ,סאָװעטיש 
היימלאנד" איז ארױיסגעטראָטן דער 
פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר פון 
זשורנאל מישע לעוו. 

עס איזן אויסגעהערט געװאָרן א 
מיטיילונג פונעם פארוואלטער מיטן 
קריטישן אָפּטײל ה. רעמעניק װעגן 
די סאכאקלען פונעם שאָלעם-אלײ- 
כעם-יאַר. די רעדקאָלעגיע האָט אָנ" 
גענומען א באשלוס ברײט אָפצו- 
מערקן אין 1967 דעם 50טן יאָר- 
צײַט פונעם זיידן פון דער ייִדישער 
ליטעראטור מענדעלע מויכער'ספאָ- 
רים. 


שפראך-באראטונג 


אין מעשעך פון צװײי טעג איז אין 
דער רעדאקציע פאָרגעקומעןן א 
שפּראך-באראטונג, אין װעלכער עס 
האָבן זיך באטײיליקט לינגװיסטן און 
שפראן-פאָרשער, מיטגלידער פון 


רעדקאַלעגיע, 
נאליסטן. 


שרײַבער און זשור 

מיט א װאָרט װעגן די לעבעדיקע 
קוואלן פונעם הײַנטצײַטיקן יָדיש 
איז ארױיסגעטראָטן ארן װערגעליס. 

עס זײַנען אויסגעהערט געװאָרן 
פאָרטראַגן פון מוישע שאפּיראַ -- 
,סאָװעטיש ייִדישי, רוּװן לערנער -- 
,די ארבעט איבער דעם ייִדיש:רו- 
סישן און רוסיש-ייִדישן װערטערביי 
כער אין שײַן פון דער סאַװעטישער 
טעאָריע פון לעקסיקאָגראפיע", כאיִם 
לויצקער -- ,די שפראך פון דער 
הײַנטצײַטיקער ייִדישער סאָװעטישער 


ליטעראטור", מוישע מײַדאנסקי -- 
, אייניקע פראגן פון װאָרט-בילדונג", 
עליץ פאלקאָװיטש -- ,פראגן פון 
אויסלייג". 


מיט א מיטיילונג -- ,װעגן דער 
שפראך פון דער פּראָגרעסיװער 
אויסלענדישער פּרעסע" איז ארויס- 
געטראַטן מוני גלייזער. 

אין די דעבאטן ארום די פאָר- 
טראָגן האָבן זיך באטייליקט מ. אלט- 
מאן, מ. בראָדסקי, ש. גאַרשמאן, 
ל. וילענקין, מ. זאנד, כ. מאלטינסקי, 
ב. מילער, ה. רעמעניק, מ. איטקאַ- 
װיטש, מ. שולמאן, י. שטערנבערג, 
ס. פריַ, ל. פּאָדריאטשיק, א. סטרעל- 
ניק, א. טיימאן. 


שעפערישע באגעגעניש מיט 
דער ארטיסטן סאָפיע סײַטאן 


אין רעדאקציע ,סאָװעטיש היימ- 
לאנדיי אין פאָרגעקומען א שעפצרי- 
שע באגעגעניש מיט דער ארטיסטן 
סאָפיע סײַטאן, װאָס האָט צוגעגרייט 
א נײַע פראָגראם -- בא פופציק 
װערק פון הײַנטצײַטיקע ייַדישע סאָ- 
ועטישע דיכטער, װעלכע זי לייענט 
אין ייִדיש און אין רוסיש. אף דער 
באגעגעניש זײַנען בײַגעװען פאַעטן, 
װעמענס לידער ס. סײַטאן לײיענט, 
װי אויך ארטיסטן, מוזיקער, טעאט- 
ראלע קריטיקער. 

איר קאָנצערט-פּראָגראם הײבט 
סאָפיע סײַטאן אָן מיט ליב קװיט- 
קאָס ליד ,,מײַן לאנד" און פארענ- 
דיקט זי מיט ולאדימיר מאיאקאָוס- 
קיס ,ליד װעגן סאָװעטישן פאספּאָרט" 
(אין דער איבערזעצונג פון עמאנויל 
קאזאקעוויטש). די פּראָגראם װערט 
באגלייט מיט ?. קאָגאנס מוזיק אין 
דער אויספילונג פון דער פּ;אניסטן 
אנע כענאך. 

צום סאָף פון דער באגעגעניש 
האָבן א. ווערגעליס, ה. אָשעראָװיטש, 


197 


מ. גרוביאן, מ. טייף באגריסט סאָי 
פיע סײַטאן מיט איר נײַעם גרויסן 
דערפאָלג. 


א דראמע ועגן דער וידער- 
שטאנד-באוועגונג אין ווילנער 
געטאַ 


דער ווילנער ייִדישער פאָלקס-טעא- 
טער גרײיט איצט א נײַעם ספעק- 
טאקל ,זאָג ניט קײנמאָל, אז דו 
גייסט דעם לעצטן װעג"י װעגן איציק 
װיטענבערגן, דעם לעגענדארן קאָי 
מענדאנט פון דער פארײניקטער 
פארטיזאנער-אָרגאניזאציע אין װיל- 
נער געטאָ. די פיעסע האָט אָנגעַז 


שריבן דער באקאנטער ליטװישער 
פובליציסט לייב שאוס. עס שטעלט 
דעם ספּעקטאקל דער רעזשיסער 
פונעם היגן רוסישן דראמאטישן 
סעאטער ?. לוריע. 

צום אָנדענק פון די אומגע- 


בראכטע עסטישע ייַדן 


אין טאלין אין פאָרגעקומען א 
טרויער-פארזאמלונג, געװידמעט דעם 
אָנדענק פון די עסטישע ייָרן, די 
אויסגעמאָרדעטע דורך די דײַטשישע 
פאשיסטן. פאר די פארזאמלטע איז 
ארױיסגעטראָטן דער 84יאָריקער טאי 
לינער טוישעוו עליְאָהו קאץ. עס איז 
אָנגענומען געװאָרן א װענדונג, אין 
װעלכער ס'װערט אונטערגעשטראָכן, 
אז אלע נאציסטישע מערדער דארפן 
מיט דער פולער מאָס באשטראָפט 


װערן. 
אויסשטעלונג פון ראַבערט 
פּאלקס מאַלערישער יערושע 


אין די זאלן פון דער מאָסקװער 
אָפּטײילונג פונעם פארבאנד פון קיני 
סטלער איז באויזן געװאָרן א גרויסע 
אויסשטעלונג פון דער שאפונג פונעם 
באװוּסטן סאָװעטישן מאָלער ראָי 
בערט פאלק, 

אף דער אויסשטעלונג זײַנען 
עקספּאָנירט געװאָרן דעם קינסטלערס 
װערק, געשאפענע אין פארשיידענע 
פּעריָאָדן פון זײַן לעבן. 

אין מעשעך פון דרײַ װאָכן, װאָס 
רי אויסשטעלונג האָט פונקציאָנירט, 
האָבן זי באזוכט טויזנטער ליבהאַ- 
בער פון מאָלערײ. י 


158 


ביבליִאָגראפיע פון זעלטענע 
ווערק 


אין די ביבליאַגראפישע שריפטן 
,מיזרעך-קענטעניש אין די פובלי- 
קאציעס פון דער װיסנשאפט:אקא- 
דעמיע", װעלכע דערשײַנען אין פאר- 
לאג ,נאוקא" (,וויסנשאפטי), װערט 
אויסגעטיילט אן אָנגעזעען אָרט די 
ייִדישע װערק. אזוי, צום בײַשפיל, 
אין אין דעם לעצטן העפט פון די 
שריפטן דערמאָנט בא 30 װערק אף 
ייִדישער טעמאטיק. דאָ זײַנען, צװישן 


אנדערע, פארנאַטירט אזעלכע זעל- 
טענע אויסגאבעס, װי די רוסישע 
איבערזעצונג פון יויסעף פלאװיוי 


סעס ,ייִדישע אלטערטימלעכקײַטן", 
צוגעגרייט פון מ. סאמאַילאָװ; ,כא- 
סענעס און 
יִדן אין 
בונגען פון א ייִדיש-בוכארישער ליד; 
א ייִדיש:טאטישער װערטערבוך אא, 


כאסענע-מינהאָגים ‏ בא 


אלטערטום";: באשרייי 


דאָס געשטאלט פון יאנוש 
קאָרטשאק אף דער בינע 


דער טעאטער 
אין ריגע האָט אופגעפירט א נײַעם 
קאָראָסטיליאָװס 


פון יונגן צושויער 


כּעקטאקל -- װ. 
,דער וארשעװער שטורעם-גלאָק (א 
טראגעדיע אין צװײי אקטן)", געויד- 
מצט יאנוש (הענריק 
גאַלדשמידט) -- דעם באװוּסטן פצ- 
דאגאָג און דערציִער, װעלכער האָט 
זיך אָפּגעזאָגט צו ראטעװען זײַן 
אייגן לעבן און איז צוזאמען מיט 
די קינדער פון דעם קינדערהיים, װאָס 
ער האָט אָרגאניזירט אין וארשע- 
װער געטאָ, אװעק אין גאזיקאמער 
פון טרעבלינקע. 

די שטעלונג רופט ארויס א קאָלאָי 
סאלן אינטערעס בא די צושויער. 


קאָרטשאקן 


א טעלעוויזיע-פראָגראס, 
געווידמעט שיקע דריזן 


,אין אונדזער צײַט זײַנען אויך 
דאַ .קישעפמאכערס". דאָס זײַנען די 
דיכטער, װאָס באצויבערן אונדז מיט 
זייערע װערק". מיט די דאָזיקע װער- 


טער האָט די צענטראלע טעלעװיזיע 


איז מאָסקװע אָנגעהויבן איר פּראָי 
גראם פאר קינדער דעם 11 דעקא- 
בער 1966, װאָס איז געװען געװיד- 
מעט שיקע דריזן. 

די שוישפילערן מארגאריטא קאָי 
ראבעלניקאָװא, װעלכע האָט געפירט 
די פראָגראם, האָט פאָרגעלײענט אין 
דער רוסישער איבערזעצונג א רײ 
קינדער-לידער און מײַסעלעך פונעם 
ייִדישן דיכטער. 

בייס דער פּראָגראם זײַנען באויזן 
געװאָרן אינטערעסאנטע פּאָטאָיקאך- 
רצן, װאָס האָבן איליוסטרירט די 
דערציילונג װעגן דעם דיכטערס לעבן 
און שאפן. 


פייסעך נאָוויק באלוינט מיט 
דער זשיטלאָווסקי-פרעמיע 


די געזעלשאפט -פרײַנט פון 
ייִדיש:וועלטלעכער דערציונג" און די 
,זשיטלאָװוסקיפונדאציע" אין פשא 
האָבן באלוינט מיט דער זשיטלאָװ* 


סקי"פרעמיע פארן 1966 יאָר דעם 


שעף רעדאקטאָר פון דער ניו-יאָר: 
קער ,מאָרגן"פרײַהײַט" פייסעך נאָי 


װויק פאר זײַנע פארדינסטן פאר דער 
ייִדישער פאָלקס:קולטור. 


יוביליי פון יויסעף ליפּסקי 


אין ייִסראָעל איז פּײַערלעך אָפגעַ- 
מערקט געװאָרן דער 60*עֶר געבורטס 
טאָג פונעם הויפט'רעדאקטאָר פון 
דער פּראָגרעסיװער װאָכנצײַטונג 
,פרײַ ייִסראָעל?" -- יויסעף ליפסקי. 

אין טעל-אװיװער קלוב ,אחװה" 
(,אכווא"י -- פרײַנטשאפט) אין פּאָר- ' 
געקומען א פּײַערלעכע פארזאמלונג 
לעקאָװעד דעם באל-יויוול, אין װעלי 
כער עס האָבן זיך באטייליקט שרייי 
בער, זשורנאליסטן, פאָרשטייער פון 
דער ייִסראַעלדיקער קאָמוניסטישער 
פּארטיי. ‏ אף דער פארזאמלונג אין 
אונטערגעשטראָכן געװאָרן די פיליאָי 
ריקע איבערגעגעבענע טעטיקײַט פון 
יויסעף ליפסקי אין דער רעװאָלי" 


105 


ציאָנערער ארבעטער-באועגונג, זײַי 
גע פארדינסטן אלס זשורנאליסט און 
פובליציסט, װאָס 
אידייען פון פעלקער- 
פרײַנטשאפט און סאָציַאליזם. 

די רעדאקציץ 


דינט טרײַ די 
שאָלעם, 


,סאָװעטיש היימ- 
לאנדיי שיקט אירע פרײַנטלעכע גרוסן 
דעם יוביליאר און װינטשט אים גצַ- 
וונט און װײַטערדיקן דערפאָלג אין 
זײַן הערלעכער מי. 


70-טער געבורטסטאָג פט 
זיגמונד טורקאָוו 


וער באװוּסטער ייִדישער בינע- 
מײַסטער זיגמונד טורקאָװ איז אלט 
געװאָרן 70 
פאלט צונויף אויך מיט דעם 50טן 
יאָרטאָג פון זײַן שעפערישער טעטי- 


יאָר. די דאָזיקע דאטע 


קײַט אלס 


סער. 


שוישפילער און רצושי- 


ז. טורקאָװס 
בעט אין 
הויבן אין 


קרײַז 


פּראָפּעסיאָנעלע ארי 
טעאטער האָט זיך אָנגעַ 
ווארשע אינעם פערעץ- 
(,הזמיר"). טור" 
קאָװו האַט אויך מיטגעארבעע מיט 
עסטער"ראָכל קאמינסקא און שפע- 
טער מיט אידע קאמינסקא. אין דער 
צײַט פון דער מילכאָמע האָט ער 
אין בראזיליע אופגעפירט א ריי ייִדי 
שע ספעקטאקלען. שפּעטער באזעצט 
ער זיך אין ייַסראָעל און גרינדעט 
דעם טעאטער ,זוטא", װאָס האָט גע- 
שטעלט אייניקע אַריגינעלע 
װעגן לעבן אין לאנד. 


,האזאמיר" 


פיעסן 


קאַנצערט פון לױַס דָאנטאַ אין 
פאריזש 


אין פּאריזש איז ארױסגעטראָטן 
מיט א קאָנצערט דער ייִדישער זיג- 
גער פון אמעריקע לויס דאנטאָ, װעל- 
כער האָט נאָך זײַן באזוך אין פוילן 
און סאָװעטנפארבאנד זיך פארהאלטן 
אף עטלעכע טעג אין דער פראנצויי 
וישער הױפּטשטאָט. אין דאנטאָס 
רעפערטואר גייען ארײַן לידער פון 


דער אײראָפּעיַשער און רוסישער 
קלאסיק. ער זינגט אף ייִדיש, העב- 
רעיִש, אף רוסיש, איטאליעניש און 


ענגליש. 


יוביליי-יאָר פון ,איקוף" 


דער לעצטער פּלענום פונעם 
,ייִדישן קולטור-פארבאנדיי (,איקוף') 
אין ניוייאָרק האָט באשלאָסן צו פּראָד 
קלאמירן דאָס יאָר 1967 אלס יוביי 
לײיייאָר, קעדיי אָפמערקן דרײַסיק 
יאָר ,,איקוף"י און פינף און צוואנציק 
יאָר , איקוףיי-פארלאג. 

דער פלענום האָט זיך געװענדט 
מיט א רוף צו די ייִדישע ייִשוּװים 
פון גאָר דער װעלט, זיי זאָלן ברייט 
באצייכענען די דאָזיקע דאטעס. 

אין די רעזאָליוציעס פונעם פלענום 
װערט געפאָדערט אָפּצושטעלן די 
אגרעסיווע מילכאָמע אין װיעטנאם 
און זיכערן דעם שאָלעם אפן נאָענטן 
און מיטעלן מיזרעך. 

,סאָװעטיש היימלאנדיי שליסט זיך 
אָן אין דעם ,איקוף-יאָר" אלס אויס- 
דרוק פון אָפּשײַ צו דער פראָגרעסיי 
װער ייִדישער קולטור אין די פארייי 
ניקטע שטאטן, ארגענטינע, אורוגװײ 
און אין אנדערע לענדער פון דער 
וועלט, 

איינער פון די נומערן פון ,סאָװע- 
טיש היימלאנד" פארן 1967 װעט זײַן 
געװידמעט די שאפונגען פון די 
פראָגרעסיווע אמעריקאנער ייִדישע 
שרײַבער, װעלכע זײַנען פארעפנט- 
לעכט אין די זשורנאלן , ייִדישע קול- 
טור" און , זאמלונגען". 


;קדוישיס-באנד" פון ייִדישן 
טעאטער-לעקסיקאָן 


אין מעקסיקא-סיטי אין דערשינען 
דער ,קדוישיםיבאנד" פון ייִדישן 
טעאטער-לעקסיקאָן אונטער דער רע- 
דאקציע פון זאלמען זילבערצװײַג, 
אין דעם ,קדוישים-באנדיי גייען ארײַן 
0 ביאָגראפיעס פון ייִדישע אק" 


טיאָרן, רעזשיסערן, - דראמאטורגן 
און אנדערע טעאטעריטוער, װאָס 
זײַנען אומגעבראכט געװאָרן דורך 
די דײַטשישע פאשיסטן אין די יאָרן 
פון דער צװייטער װעלט-מילכאָמע. 


ערע זײַער אָנדענק 


אין פאריזש איז געשטאָרבן דער 
באװוּסטער ייִדישער קונסט-היסטאָי 
ריקער און פאָרשער כי?ל אראַן 
(יעכיַעל אראָנסאָן). 

א פּראָגרעסיװער טוער און אקטיי 
װער מיטארבעטער אין דער פארי" 
זשער ;נײַער פּרעסע", האָט כיל 
אראָן אין מעשעך פון א סאך יאָרן 
פארעפנטלעכט הונדערטער ארטיק- 
לען װעגן קונסט און קינסטלער. ער 
איז דער אװטאָר פונעם מאָנומענטאלן 
װערק אין ייִדיש -- ,בילדער און 
געשטאלטן פון מאָנפּארנאס". 


ס'איז געשטאָרבן אדעל מארמאָר, 
די פרוי פון דעם גרונטלייגער פון 
דער ייִדישער סאָװעטישער פאָעזיץ 
אָשער שווארצמאן, 

אדעל מארמאָר איז געבוירן אין 
0 אין דונעװעץ (פּאָדאָליע). נאָך 
אין דער פריער יוגנט האָט זי אָנ" 
טיילגענומען אין דער רעװאָליציאַ 
נערער באוועגונג. אין 1905 געפינט 
זי זיך אף די באריקאדן אין אָדעס. 
אין 1917 האָט די צארישע אָכראנקע 
אין קיִעוו זי ארײַנגעװאָרפן אין דער 
לוקיאנאָװוקער טורמע. נאָך דער בא- 
פרײַונג האָט זי פארבונדן איר גוירל 
מיט אַשער שוארצמאנען, װעלכער 
האָט זיך געהאט אָקאָרשט אומ- 
געקערט פון פּעטאָגראד. 

אדעל מארמאָר האָט אין מעשעך 
פון א לאנגער צײַט זיך פארנומען 
מיט פארטיייישער און פּראָפאריני- 
שער ארבעט. די לעצטע יאָרן האָט 
זי געשריבן מעמוארן װעגן שווארצ- 
מאנען און װעגן די רעװאָליוצ;אָנערע 
געשעענישן בא אונדן אין לאגדי 


מיט 20 יאַר צוריק, דעם 6ו יאני 
וואר 1887 י. איז געבוירן געװאַרן 
דער פראַגרעסיװער קולטוריטוער, לַי 
טעראטוריקריטיקער און ליטעראטור: 
פאָרשער נאכמען מײַזיל. 


נאכמען מײַזיל האָט דעביוטירט 
אין העברעיש, נאָר אנגיכן 
(אין 1909) אריבער צו ייִדיש. זײַן 
ערשטע ארויסטרעטונג אין ייָדיש 
איז געװען דאָס ארטיקל ,נאָטיצן פון 
א ייִדישן לעזער" (װעגן דאָװיד בער- 
געלסאָנס ,ארום װאַקואל"). פון 
דעמלט אָן איז נ. מײַזיל געװאָרן 
זײיער אקטיוו אין ליטערארישן לעבן. 

אין 1914 האָט ער ארויסגעגעבן 
א בוך, אין װעלכן עס זײַנען ארײַן 
אָפהאנדלונגען װעגן בערגעלסאַנס 
,נאָך אלעמען", װעגן די װערק פון 
דעם ניסטער, ז. אָנוכי און אנד. נאָך 
דער פעװראל-רעװאָליוציע איז ער 
געװען איינער פון די אָרגאניזאטאַרן 
און רעדאקטאָרן פונעם א,קיַעװער 
פארלאג", װעלכער האָט פאר דער 
קורצער צײַט פון זײַן עקזיסטענץ 
ארויסגעגעבן העכער 100 ביכער, 
צװישן זײי די צװײ זאמלביכער 
אייגנס", מוישע ליטװאקאָװס ,אין 
אומרו", די װערק פון דעם ניסטער, 
צ. הירשקאן. 

נאָך דער אַקטיאבער-רעװאָליוציע, 
אין 1918, האָט נאכמען מײַזיל זיך 
געפונען אין דער גרופע גרינדער פון 
דער קיעװער ,קולטור-ליגצ" (אויסער 
אים זײַנען אין דער גרופע ארײַן 
ד. בערגעלסאָן, ש. דאָבין, י. דאָברו- 
שין, מ. ליטװאקאָו און אנד.). 


פון 1924 איז נ. מײַזיל אין מץ- 
שעך פון פערצן יאַר איינער פון די 
רעדאקטאָרן פון די ווארשעװער עלי- 
טערארישע בלעטער". ערע דער 
צװײיטער װעלט:מילכאָמע איז ער 
געװען אין פאריזש, װוּ ער האָט זיך 
אקטיוו באטייליקט אין דער ארבעט 
פונעם אלװעלטלעכן ייִדישן קולטור- 
קאַנגרעס. פון פּאריזש איז ער ארי 
בערגעפאָרן קיין אמעריקע. געװען 
איינער פון די גרינדער און אק" 
טיווסטע טוער פון ,ייִדישן קולטורי 
פארבאנדיי (,,איקוףי) און רעדאקטאָר 
פונעם כוידעשיזשורנאל ,די ייִדישע 
קולטור". 

נאכמען איז דער אװטאַר 
פון א גרויסער צאָל ביכער, װוּ ער 
האָט אלזײַטיק אנאליזירט די שאפונג 
פון די װיכטיקסטע ייִדישע שרײַבער. 
צװישן די דאָזיקע ביכער געפינען 
זיך אזעלכע, װי ,נאָענטע און װײַטעײ 
(צװיי בענדער), ,,פערעצעס בריוו און 
רעדעס", , שאָלעם אש, זײַן לעבן 
און שאפן", , פאָרגײער און מיטצײַט- 


מײַזיל 


לעריי, ,ייִצכאָקילײבוש פערעץ און 
זײן דאָר שרייבער", ;נאַענטע און 
אייגענע", אונדזער שאָלעם אליי- 


כעם" און פיל אנד. ער איז געװען 
א פרײַנט פון דער ייִדישער סאָװע- 
טישער ליטעראטור. 

די לעצטע צװיי יאָר פון זײַן לעבן 
האָט נ. מײַזיל געװוינט אין ייִסראָעל, 
אינעם קיבוץ ,,אלויניםיי (אלוינים בא- 
טײַט -- דעמבן), װוּ ער איז גע 
שטאָרבן אין אפרעל פאָריקן יאָר. 

דעםס 30 יאנוואר װערט 70 יאָר, 
זינט עס איז געבוירן געװאָרן דער 
ייִדישער סאַװעטישער דיכטער מוישע 
כאשטשעוואצקי. 

צום ערשטן מאָל איז מ. כאשטשע- 
וואצקיס ליד פארעפנטלעכט געװאָרן 
אין 1918 אין קיִעװער ;נײַע צײַט". 
אין דרײַ יאָר ארום איז ער געװאָרן 
א קיִעװער טוישעוו און ענג זיך פאר- 
בונדן מיט די אַרטיקע ייִדישע שרײיַ- 
בער (דאָברושין, האָפשטײן, דער 
ניסטער אא.). אינגיכן איז דערשינען 
זײַן ערשטע לידער'זאמלוג -- 
,דאָרשט*. 

כאשטשעוואצקיס לידער פון יענעם 
פּעריאָד זײַנען געװען באװירקט פון 


דער סימבאָליסטישער ריכטונג אין 


דער רוסישער ליטעראטור (בלאָק, 
סאָלאָגוב). ער באפרײַט זיך אָבער 
גיך פונעם סימבאַליזם, גייט ארי 
בער צו רעאליסטישער שילדערונג. 


אין גאָלדענעם פאָנד פון דער ידי 


שער סאָװעטישער דיכטונג פארנצי 
מען א בעקאַװעדיק אָרט מוישע 
כאשטשעוואצקיס ביכער ;הארטע 


װאָר*, , מײַסעלעך און לידער", ,ראי 
פאָרטן* און אנד. 

גוט באקאנט צװישן די לײענער 
איז כאשטשעװאצקי געװען אויך 
אדאנק זײַנע אויסגעצייכנטע און פילי 
צאָליקע איבערזעצונגען פון דער רוי 
סישער דיכטונג און פון דער װעלטי 
קלאסיק. ער האָט איבערזעצט לערי 
מאַנטאָװס לידער און זײַן פאָעמע 
,מצירי", בעזימענסקיס פאָעמע ,די 
נאכט פונעם שעף פון פאָליטאַפּטײלײ 
(,די נאכט פון טראגעדיעסיי), טאראס 
שעװטשענקאָס לידער, היינריך היינעס 
פאָעמע , דײַטשלאנדײ, בײַראָנס פאָעי 
מע ,דער געפאנגענער פון שיליאָן" 
און אנד. 


=: 


מוישע כאשטשעוואצקי איז געװען 
אקטיוו אויך אלס ליטעראטור-קריי 
טיקער. 

אין אָנהײב פון דער גרויסער פאָי 
טערלענדישער מילכאָמע האָט כא- 
שטשעוואצקי זיך עװאקוירט קײן 
סאמארקאנד, פון דאָרט איז ער פרײיי 
װיליק אװועק אפן פראָנט, װוּ ער איז 
אומגעקומען מיט א העלדנטויט אין 
דעקאבער 1943. 


10---0 


) 


גערשן קר אווצאַ װ 


א גראװיור פון ל. קװיטקאָס בוך 
,געשפּרעכן מיט נאָענטע". 


וו זעח 8 3 חע 
ון ץ 0( 
17א/ הו א/ 1א 6 8 


דער באקאנטער מאָסקװער קיגסטלער גערשן קראװצאָװ אין 
געבוירן אין 1906 אין טשערקאס (אוקראינע). אין 1935 האָט 
ער פארענדיקט דעם מאָסקװער אינסטיטוט פון פּלאסטישער 
קונסט. 

ג. קראװצאָװ איז א פילזײַטיקער מאָלער. זײַנע פּאָרטרעטן 
און פייזאזשן זײַנען ניט איין מאָל עקספּאָנירט געװאָרן אף אויס? 
שטעלונגען. ביז גאָר אינטערעסאנט זײַגען די ארבעטן, װאָס ער 
האָט געשאפן בייס דער פאָטערלענדישער מילכאָמע, אין װעל" 
כער ער האָט דירעקט אָנטײלגענומען. אָבער באזונדערס פרוכט" 
באר ארבעט ער אין דער ביכער-גראפיק. פאר פערציק יאָר שא" 
פונג האָט קראװצאָו אויסגעפורעמט און איליוסטרירט העכער 
פיר הונדערט ליטערארישע אויסגאבעס. פיל פון די דאָויקע 
װערק זײַנען אָפּגעמערקט געװאָרן אלס מוסטערן פון גראפישער 
קונסט. : 

דעם סאָװעטישן לײענער זײַנען אויך גוט באקאנט ניט װי" 
ניק קראװצאָװוס גראויורן און צייכענונגען צו ביכער פון ייִרישע 
שרײַבער. 

אײיניקע פון קראװצאָװס ארבעטן שטעלן מיר הײַנט פאָר אוג" 
דזערע לייענער. 


2 67 


2 
69שוי י 
יז 8פ1עזנטם 
על . 


סוֹט 4 אז 4 8 ס בכ ײ 5 ס ז 8 א 


י= 2 6 8 6 2 6 ה 
ס ז ס א ס 1 6 92 8 6 0 


ייג 


שארבלאט צו ל. קװיטקאָס בוך ,געשפּרעכן 
מיט נאָענטע". 


41:,46;4 /01.1ספטא 


עקסליבריס צו רודאָלף כלאואסעס 
קאַלעקציע ייִדישע קונסט און 
ליטעראטוריי (טשעכאָסלאָואקיע). 


א גראװיור צו א בוך פונעם דיכטער ל. מיי 


2 


2 


אש 


צװויי גראוויורן צו דער זאמלונג ,ייִדישע 
פאָלקסלידער". 


פראָנטיספּיס צו ש. האלקינס בוך 
,לידער און פּאָעמעס". 


|מוישע טייף | 


דעם 23 דעקאבער 1966 אין פון א הארץ-אטאקע געשטאָרבן דער אָנגעזעענער ייִדישער סאָװעטישער דיכ" 
סער, מיטגליד פון דער רעדקאָלעגיע פון ,סאָװעסטיש-היימלאנד" מוישע טייף. 

פינף און פערציק יאָר האָט מוישע טײיפס דיכטערישע שטים הילכיק געקלונגען אינעם כאָר פון די בעסטע 
זינגער פון דער ייִדישער סאָװעטישער ליטעראטור. 

מוישע טייף איז געקומען אין דער ליטעראטור װי א ראָמאנטיקער, װי א זינגער פון דערהויבענעם. זײַנע 
פארמילכאָמעדיקע פאָעמעס און באלאדעס ,װיָאלאָנטשעלײ, ,א ראָמאנטישע נאכט", ,פּראָלעטארקע, שװעסטער 
מײַנע" און די סאמע לעצטע װערק זײַנע .דאָס געזאנג װעגן ברידער", ;דאָס גאָלדענע עפּעלע* זײַנען דורכגע- 
דרונגען מיט ליריזם און ראָמאנטיזם. אָבער טייפס ראָמאנטיזם איז ענג פארבונדן מיט דער רעאלער װירקלעכקײַט. 

די צײַט אין געװען א העראַיַשע און א הארבע. טײף האָט אף זיך איבערגעטראָגן און אין זײַן שאפונג 
אָפּגעשפיגלט אי די גרױיסקײַט, אי די הארבקייט פון דער עפּאָכע. 

אין טייפס דיכטונג קלינגען הויך די נאציאָנאלע מאָטיון פונעם טראגישן גוירל? פון זײַן פאָלק אין קלעם 
פון די פאשיסטישע קאניבאלן בייס דער צװײטער װעלט:מילכאָמע. דאָס גיט צו זײַנע לידער היסטאָרישע קאָנ" 
קרעטקײַט און אייגנארטיקײַט, 

די לעצטע צײַט האָט מוישע טײף איבערגעדיכטעט אף ייִדיש דעם שעדעװער פון דער העברעיַשער און 
אלוועלטלעכער ליטעראטור ,, שיר:האשירים". 

מוישע טייפס נאציאָנא? אייגנארטיקע דיכטונג אין טיף אינטערנאציאָנאליסטיש און ענג פארבונדן מיט דער 
גאנצער סאָװעטישער פּאָעזיע. די שטים פון דעם ייַדישן סאָװעטישן פּאַעט רופט זיך איבער מיט דער שטים 
פון וולאדימיר מאיאקאָװסקי, יאקוב קאָלאס, װאָס זייער װירקונג פילט זיך אין אײניקע טייפס װערק. 

פאר די ל?עצטע יאָרן האָט דער פארלאג ,סאָװעטסקי פיסאטעל" ארויסגעלאָזט מוישע טייפס ביכער ,טקיעס- 
קאףי (אף רוסיש) און ,אױיסדערװײלטס" (אף יִדיש און אף רוסיש), װעלכע דער לײענער האָט װארעם 
אופגענומען. 

טייף איז אװעק פון אונדז, נאָר ער בלײַבט מיט אונדז, עס בלײַבט זײַן ליד, װאָס װעט לעבן אין פאָלק. 


פארוואלטונג פון דער מאָסקווער אַרגאניזאציע 
פונעס שרײיַבער-פארבאנד פון רספסר 
רעדקאָלעגיע און רעדאקציע פון זשוורנאל 
,סאַוועטיש היימלאנד* 


.ח40 50 פאמען 


2821 


20 4 27 
א לײס 
מ'מז 68 


אב 


:סטמואסט ם 
.426 ס 888תת88 .ת ץ 8880-018 2 | 
-0 דס != ./ .8נססקמטסט .3 מואזסת-90 א 2 
.810180ז60 600 -= טזססתסתס)/ .6 א 8 : 
.ע88הה06 קסזסעות/ .ק)ס קה 86 .3 וְ 
-(0866083) 4 : : : 
-ס) .ז;םסז סווהסהסאן. .2 ץ אהת סא א | אל א א יע 
.(ת8פּמפח טדס518 .םא | 0 יט 
-168 .3 ופמאת:ן וא {;8זקץם 0 װ866883ם | 
.848 
;606006ת88 .= יו יט ,2 אאוזדש 
-טתכ ,2 ,6082תת6/46 ,2 ,8טאעושוות .1 
: .6408 


(עה18/3 /הצטעסד 


;סחתס8 8ֿה תסקס! .ח8אסצץטמז א 
-0ס ‏ הטבּץקם אסוא! 8 8 א ק882666.ת 
6604 


- = סמזססעאסא / אקצזאסמזת{ ) / (/ )0 } 
146 אעזקסאס הוום 60 6מנטמסהסז 850-8‏ א 
-64ת */ ,} יהאאקסט)ף -קסאקסוא סת46 


יט ./ הפחאקה 713 .ם ס ק ת 88 ס 
: .(ווטבאעתסעה) .8ח 


2 צ טי יינ : 


: - = .378סת זסקזקסה יק 4 6 4 .2 
פאסלואיסן 6 אאתתסזהזאף ם אטסקזסם 
2 -.א8;ומס 516 : 


28סקטת6ס, 
אל ת8ד טֶת